B"H
🏡

Ikar

תבא א

א.

בנוגע צו מצות בכורים,

וואס "הבכורים טעונין כלי" 1 ,

זאגט דער רמב״ם 2

: הביאם בכלי מתכות נוטל הכהן הבכורים וחוזר הכלי לבעליו ואם הביאם בכלי ערבה וחלף 3

וכיוצא בהן הרי הבכורים והסלים לכהנים.

דארף מען פארשטיין: דער מקור פון דעם דין איז

(ווי מפרשים צייכענען אן)

די משנה אין בכורים 4

"העשירים מביאים בכוריהם בקלתות של כסף ושל זהב והעניים מביאין אותם בסלי נצרים של ערבה קלופה והסלים והבכורים ניתנין לכהנים".

און פון דער משנה לערנט די גמרא־ 5

ארוים — "מנא הא מילתא דאמרי אינשי בתר עניא אזלא עניותא דתנן עשירים כו׳ והעניים כו׳ הסלים והבכורים נותנים 6

לכהנים".

פון דעם איז משמע בפשטות,

אז דער חילוק צווישן "קלתות של זהב" און "סלי נצרים" ווענדט זיך אין דעת הנותן: ווי־ באלד אז ע״ד הרגיל פלעגן די עשירים ברענגען די ביכורים אין טייערע כלים "של כסף ושל זהב",

האבן די נותנים ניט געהאט בדעה אוועקצוגעבן די טייערע כלים — ווי רש״י זאגט מפורש 7

"והעשירים לא היו נותנין קלתותיהן לכהן",

בפשטות צוליב זייער טייערקייט — און דערפאר געהערן זיי צו די בעלים; משא״כ די עניים,

וועלכע ברענגען די ביכורים אין כלים פון "סלי נצרים"

(ווייל אין ידם משגת צו טייערע כלים),

האבן זיי אין זינען אוועקצוגעבן אויך די כלים — און דעריבער באלאנגעו אויך די "סלים" צו די כהנים,

ואתי שפיר וואם די גמרא ברענגט דערפון א ראי׳ צום כלל "דאמרי אינשי בתר עניא אזלי עניותא",

אז צוליב דעם וואם ער איז אן עני ברענגט ער די ביכורים אין "סלי נצרים״ — איז ,

אזלי ענױתא״ — וואס אויר די ״םלים״ בלײבן ביים כהן.

דער רמב״ם אבער איז מדגיש דעם חילוק צווישן "בלי מתכות" און "כלי ערבה״,

ניט דערמאנענדיק דעם אונ־ טערשייד צווישן עשיר און עני — איז דערפון משמע,

אז לדעת הרמב״ם איז דאם ניט תלוי אין דעת הנותן

[וואם ווענדט זיך אין דער טייערקייט אדער ביליקייט פון די כלים,

ובפרט אז "כלי מתכות" קען אויך זיין אזא וואט האט ניט קיין גרויסע שווי 8 ],

נאר דער חילוק איז פארבונדן מיטן סוג הכלי כשלעצמו — צי דאה איז א "כלי מתכות" אדעה "כלי ערבה וחלף".

וא״כ הוא צ״ל לפי שיטת הרמב״ם,

אז דאם וואס די גמרא זאגט דעם מקור צום כלל "דאמרי אינשי בתר עניא וכו׳",

פון דער משנה אין ביכורים "עשירים מביאין כו׳״ — מיינט עם

(ניט דערפאר וואם ביי א כלי של עני איז דעת הנותן צו געבן די כלי צום כהן,

נאר)

פון דעם מסובב פון דער הלכה: אן עני כרגיל ברענגט אין "כלי נצרים",

און אזא מין כלי דארף בלייבן ביים כהן.

— וצריך ביאור בדעת הרמב״ם.

ב.

אויפן פסוק 9

"ולקח הכהן הטנא מידך" שטייט אין ספרי: מכאן אמרו העשירים מביאים ביכורים בקלתות של כסף ושל זהב ועניים בסלי נצרים של ערבה קלופה וסלים ניתנים לכהנים לזכות 10

מתנה לכהנים.

לערנען מפרשים 11

דעם פירוש בדברי הספרי: פון דעם ווארט "הטנא",

וואס לכאורה איז ער איבעריק,

לערנט מען אפ אז דער דין "ולקח הכהן"

(און ס׳ווערט זיינע)

איז דוקא "כשהוא טנא,

סל בעלמא״ 12 ,

משא״כ אויב ס׳איז א "כלי מתכות" וכיו״ב.

און דער טעם הדבר איז "לזכות מתנה׳ לכהנים",

ווי דער תוס׳ יו״ט איז מבאר 13

: היות אז די ביכורים־פירות פון די עניים זיינען "מעט",

דעריבער האט מען מתקן געווען אז אן עני זאל אוועקגעבן אויך דעם סל,

וואם "עם הסל יהי׳ נחשב מתנה" 14 .

ס׳איז אבער מובן אז מ׳קען אזיי ניט לערנען אין דעת הרמב״ם,

ווארום לפ״ז איז דאך דאם תלוי בעיקר

(ניט אין דער כלי אין וועלכער מ׳ברענגט די בכורים,

נאר)

אין כמות הפירות וואס מען ברענגט לביכורים — און דאם ווענדט זיר ווידער אין דעם חילוק צווישן עשירים און עניים — בעת אז דער רמב״ם איז נאר מחלק,

כנ״ל,

בין סוגי הכלים עצמם און ניט דעם חילוק בין עניים ועשירים אין כמות הפירות וועלכע גע־ פינען זיך אין די כלים.

ג.

וי״ל דעם ביאור בזה:

דעם גדר החיוב פון נתינת הסל צו די כהנים צוזאמען מיט די בכורים קען מען לערנעז בכמה אופנים 15 .

ומהם:

א)

די שייכות פון די סלים מיט די בכורים איז נאר בהבאתם,

אבער דער דין אוועקצוגעבן די סלים צו די כהנים איז א באזונדער חיוב נתינה,

וועלכער האט קיין שייכות ניט צו חיוב נתינת הביכורים עצמם.

ב)

די נתינת הסלים האט א שייכות צו דער נתינה פון די ביכורים,

אבער די שייכות איז נאר בנוגע דעם חיוב הנתינה,

אז דער חיוב נתינת הביכורים להכהן איז גורר אויך די נתינת הסלים — אבער ניט אז די מעשה הנתינה פון די סלים איז אינעם זעלבן גדר ווי נתינת הביכורים.

ג)

אדער נאכמער — אז די שייכות איז ניט נאר אין דעם חיוב הנתינה,

נאר אויר אין דער מעשה הנתינה: די ביכורים און די סלים דארפן געגעבן ווערן בחדא מחתא אין איין מעשה נתינה.

וי״ל אז ס׳איז דא א נפק״מ לדינא צווישן די אופנים:

לויטן ערשטן אופן,

אז די שייכות פון די סלים מיט די ביכורים איז נאר אין דער הבאה ל״בית ה״א״ 16 ,

די נתינת הסלים האט קיין שייכות ניט מיט נתינת הביכורים — במילא קען דאם געגעבן ווערן צו וועלכן כהן עס זאל נאר זיין,

ואולי י״ל אז אויר לאו דוקא פון אנשי המשמר 17 .

לויטן צווייטן אופן,

אז דער חיוב פון נתינת הסלים איז א תוצאה פון דעם חיוב נתינת ביכורים,

איז מסתבר אז עם דארף געגעבן ווערן צו די כהנים שבאותו המשמר,

אזוי ווי די ביכורים עצמם; אבער לאו דוקא צו דעם זעלבן כהן

(כהנים)

וואם באקומט די ביכורים;

לויטן אופן הג׳ אבער,

אז די שייכות איז אויר אין דעם אז עס דארף זיין איין מעשה נתינה,

איז פשוט אז דאם ווערט געגעבן צו דעם זעלבן כהן

(כהנים)

ובמעשה אחד מיט די ביכורים.

ד.

ועפ״ז יש לומר אז אין דעם בא־ שטייט דער חילוק צווישן דרשת הספרי לפי מובנה כפשוטו,

דרשת הגמ׳ אין ב״ק לפי פרש״י,

און דעם פירוש התוי״ט כו׳ בספרי:

א)

פון דעם וואם דער דין,

אז די סלים גיט מען אפ צו די כהנים,

ווערט אין ספרי אפגעלערנט פון פסוק "ולקח הכהן הטנא מידך׳ אלם א דין מיוחד אויפן "טנא"׳ איו אויר דערפון וואס בסיום הענין אין ספרי שטייט "וסלים נותנין לכהנים"

(און זאגט ניט בלשון המאחדם "וסלים ובכורים ניתנין לכהנים״,

ע״ד ווי אין דער משנה) 18

— איז משמע,

אז דער חיוב צו געבן די סלים צו די כהנים איז א באזונדער ענין בהנתינה,

ניט די נתינת הבכורים.

און דאס איז כוונת הספרי בסיומו — "לזכות מתנה לכהנים",

אז ס׳איז א באזונדער "זכות מתנה לכהנים" וואם דער עני האט,

מיט דעם וואס ער גיט דעם "טנא" צום כהן.

ב)

אין גמרא ב״ק וואו די משנה ווערט געבראכט אלם מקור אויף דעם וואס "אמרי אינשי בתר עניא אזלי עניותא",

איז מוכח פון דעם וואם רש״י בא־ ווארנט דארט בפירושו "והעשירים לא היו נותנין קלתותיהן לכהן״ — אז די נתינת הסלים פון די עניים צום כהן האט א שייכות מיט זייער עניות׳דיקער נתינה פון בכורים; ומזה,

אז זיי גיבן אוועק די סלים כנוסף צו נתינת הבכו־ ריסי".

אבער מאידך,

איז דערביי ניטא קיין הוכחה צו זאגן,

אז די סלים זאלן האבן א שייכות צו די ביכורים עצמם עד כדי כך אז זייערע נתינות זאלן דארפן זיין א מעשה אחד

(ואדרבה: עם וואלט ניט אזוי מתאים געייען דעי לשין "אזל׳ עניותא" אויב די סלים וואלטן געווען א חלק הנתינה פון די ביכורים).

ג)

לויטן פירוש התוי״ט וכו׳ אין ספרי "שהעניים מביאין מעט ועם הסל יהי׳ נחשב מתנה״ — והיינו,

אז דער סל איז

(אזוי ווי)

משלים די ביכורים אז זיי זאלן זיין ״נחשב מתנה״ — איז מסתבר צו זאגן,

אז נתינת הסלים דארף זיין בנתינה

("מתנה")

אחת מיט די ביכורים,

בכדי אז די ככורים זאלן זיין "כדי נתינה" 20 .

ה.

וי״ל,

אז דער רמב״ם לערנט אין דעם א פערטן אופן — ובחידוש נוסף אויף די אופנים הנ״ל:

ניט נאר איז דער סל פארבונדן מיט די בכורים אין דער מעשה הנתינה,

נאר ער ווערט ווי איין זאך אין די בכורים

(והבאת הבכורים) 21

: ווען 22

איז די שלימות הבכורים ושל קיום מצותם — הבאת בכורים,

בשעת די פירות ווערן געבראכט אין א כלי און די כלי ווערט ווי א טייל 23

פון די בכורים.

בסגנון אחר: די שייכות איז ניט נאר אין דעם פועל און פעולה

(ווי לויט דעם צווייטן און דריטן אופן),

נאר אויך אין דעם נפעל,

עס ווערט איין זאך.

און דאס מאכט דער רמב״ם קלאר מיט דעם וואם ער שטעלט די הלכה "הביאם בכלי מתכות כו׳" בהמשך צו דער פריערדיקער הלכה "הבכורים טעונין כלי"

(ניט ווי אין דער משנה,

וואו דאס ווערט געבראכט אלם א באזונדער דין והלכה אינעם אופן ההבאה פון עשירים ועניים),

ד.

ה.

אז די כלי

(איז פארבונדן,

און)

ווערט איין זאך מיט די בכורים; און אין דעם דין איז ניטא קיין חילוק צווישן איין סוג כלי און א צווייטן.

און דאם וואס דער רמב״ם איז מחלק צווישן "כלי מתכות" און "כלי ערבה וחלף" איז נאר דערפאר וואס ביי "כלי מתכות" איז דא א דיו מיוחד 24 ,

כדיוק לשון הרמב״ם ״חוזר הכלי לבעליו״ 25

— ד.

ה.

מצד די בכורים ומצות הבאתם ווערט די כלי,

אויך כלי מתכות* 25 ,

איין זאר מיט די בכורים 26 ,

וואם דוקא דורך דעם ווערט אויפגעטאן די "מצות עשה להביא בכורים למקדש״ 27

— ס׳איז נאר וואס נאכדעם איז "חוזר הכלי לבעליו",

ער ווערט ניט ממון כהן; משא״כ ביי ״כלי ערבה וחלף וכיוצא בהן״ — אינו חוזר,

די כלי בלייבט איין זאד מיט די ביכורים אויר שפעטער.

ןאון דעם טעם ההפרש יש לומר: ביי כלי מתכות,

וויבאלד אז די שייכות ביניהם איז נאר מצד דעם דין "הבכורים טעונין כלי",

דעריבער איז אויר דער פארבונד פון דער כלי מיט די פירות פון בכורים נאר בנוגע לקיום המצוה — הבאת בכורים "בית ה׳ אלקיך" 28

; אבער ביי "כלי ערבה וחלף וכיוצא בהן",

וואם אויר במציאותם

(הטבעית)

ועכ״פ בחשיבותם

(השווי שלהם)

האבן זיי א שייכות,

איז דאם ״אהני״ צום גדר הכלי שבהם

("בכורים טעונין כלי"),

אז דאס ווערט לגמרי ווי איין זאך מיט די פירות,

ע״ד ווי די קליפה פון די פירות בכורים עצמם].

ו.

ע״פ הנ״ל וועט צוקומען הסברה והמתקה איו נאד כמה שינויים ודיוקים בדברי ובלשון הרמב״ם:

א)

ער איז משמיט די הדגשה וועגן דעם גברא המביא — עשיר ועני,

און רעדט נאר וועגן מעשה ההבאה ביחס להחפצא של הבכורים,

"הביאם בכלי מתכות ..

הביאם בכלי ערבה וחלף וכו׳״ — וואם דאם איז מובן בפשטות,

כנ״ל.

ב)

ער איז משנה

(און משמיט)

דעם לשון המשנה

(איו אייר פון ספרי וגמרא)

"והסלים והבכורים נותנין

(ניתנים) 29

לכהנים",

זאגנדיק "הרי הבכורים והסלים לכהניס״ — להדגיש,

אז זייער שייכות זל״ז איז ניט מוגבל אין

(און צוליב)

דער נתינה

(להכהן),

נאר זיי זיינען ווי איין זאד,

"הבכורים והסלים",

וואס באלאנגט צום כהן.

ג)

ער איז מהפך דעם סדר ווי זיי שטייען אין דער משנה ״הסלים והבכורים״ 30 ,

און שרייבט ״הבכורים והסלים״* 30

- אע״פ אז ״הסלים״ איז דער חידוש - ווייל דער לשון "הסלים והבכורים" גיט אן ארט צו מדייק זיין אז די סלים

(שטייענדיק פריער)

איז א באזונדער ענין פון די ביכורים,

און דערפאר שרייבט דער רמב״ם "הבכורים והסלים",

וואס דערמיט איז מודגש אז די סלים זיינען נמשך און כרוך

(ווי א פרט)

פון די בכורים.

ד)

ער איז מסיים די הלכה "ואם נטמאו הבכורים אין הסלים לכהנים" 31

— בהתאם וכתוצאה פון דעם תוכן ההלכה אז די "סלים" זיינען איין זאך מיט די בכורים 32 ,

וואס דערפאר איז ביי די סלים נוגע ומכריע דער מצב הביכורים וכו׳ 33 .

ז.

מ׳דארף נאך אבער פארשטיין די שייכות

(בפנימיות הענינים עכ״פ)

צווישן בכורים מיט דער כלי,

ובפרט "כלי ערבה וחלף":

בכורים זיינען מדגיש דעם תכלית המעלה והשלימות,

בפשטות בגשמיות בהם עצמם — מראשית 34

גו׳,

"אין מביאין בכורים אלא משבעת המינים האמורים בשבח הארץ..

ואם הביא חוץ משבעת המינין לא נתקדשו" 35

; וכן בכללות וברוחניות — "אינם נוהגים אלא בפני הבית ובארץ ישראל בלבד" 36 ,

די "ארץ אשר גו׳ תמיד עיני ה״א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 37 ,

וכנ״ל אין די מינים גופא,

דארפן זיי זיין מראשית פון די פירות הכי מובחרים — "אין מביאין לא מתמרים שבהרים ולא מפירות שבעמקים ולא מזיתי שמן שאינם מן המובחר אלא מתמרים שבעמקים ומפירות שבהרים לפי שהן מן המובחר ואם הביא ..

לא נתקדשו" 38

וביחד עם זה זאגט מען,

אז "בכורים טעונין כלי",

אז קדושת בכורים וקיום מצותם איז פארבונדן מיט א כלי

(והגבלה)

; און נאכמער: פון סיום ההלכה ברמב״ם "ואם נטמאו הבכורים

(וואם דעמאלט פעלט אין שלימות המצוה פון בכורים — ס׳איז ניטא די הנחה לפני המזבח 39 )

אין הסלים לכהנים",

איז מובן אז ווען די סלים בלייבן יע ביי די כהנים,

איז דאס א שלימות און מעלה אין ביכורים,

וואס דאם איז שייר,

כנ״ל,

דוקא ביי א "כלי .

ערבה וחלף״ — דבױם פשוטים.

(ע״ד פסולת גורן ויקב)

!

ובסגנון קצר,

ווי קומט עם,

אז ביי בכורים,

וואם זיינען כשמם בכורים,

די ערשטע און די בעסטע בשבח הארץ,

וואם דארפן געבראכט ווערן אין בית ה״א,

ביז לפני מזבח ה׳ אלקיך,

זאל די שלימות זיין פארבונדן דוקא מיט כלי

(ובגלוי יותר — בכלי ערבה וחלף)?

!

ח.

וי״ל דעם ביאור אין דעם:

ס׳איז ידוע 40

אז בכורים זיינען מרמז אויף אידן,

וכמ״ש 41

"כבכורה בתאנה בראשיתה ראיתי אבותיכם",

און ווי דער צ״צ 42

איז מבאר בארוכה,

אז דער ענין פון בכורים ווייזט אויף נשמות ישראל ווי זיי זיינען בשרשן למעלה,

וואס דארטן איז "מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר" 43 ,

אויד

("קדמה")

לתורה

ןװאם דערפאר 42

איז דער דין אז בכורים זיינען קודמים אויך לתרומה 44

: אע״פ אז ביידע,

סיי תרומה און סיי בכורים,

ווערן אנגערופן "ראשית" 45 ,

פונדעסטוועגן זיינען בכורים קודמים לתרומה — ווייל דער ראשית פון תרומה

(אותיות "תורה מ")

איז דער ענין התורה

(וואם אויף תורה שטייט 46

"ה׳ קנני ראשית דרכו"),

און דער ראשית פון בכורים איז מרמז אויף אידן

(וואם אויף זיי שטייט 47

"קדש ישראל לה׳ ראשית תבואתה"),

און כשם ווי "ישראל קדמו לתורה" 48 ,

אזוי זיינען בכורים קודמים לתרומה].

און אע״פ אז די נשמה ווי זי איז למעלה איז "קדמה לכל דבר",

זי שטייט דארט אין א דביקות באלקים חיים,

כמ״ש 49

״חי ה׳..

אשר עמדתי לפניו",

ביז בבחי׳ ״טהורה היא״ — אעפ״כ קומט די נשמה אראפ דא למטה דוקא אין א "כלי",

נשמה בגוף,

וואם איז מגביל איר גילוי הקשר מיטן אויבערשטן,

און נאכ־ מער — די "כלי" איז מעלים ומסתיר אויף דער דביקות הנשמה באלקות.

איז דאך אבער ידוע,

אז די ירידה גדולה מאיגרא רמא לבירא עמיקתא איז כדאי,

דאס איז א ירידה צורך עלי׳: און דוקא על ידי ירידתה למטה בכלי הגוף,

ווערט אויפגעטאן אין דער נשמה אזא עלי׳,

אז זי ווערט דורך דעם נתעלה נאך העכער פון דעם מצב ווי זי איז געווען בשרשה למעלה 50 .

דורך דעם ווערט אין איר אנטפלעקט די אמת׳ע בחי׳ "בכורים" שבה,

דאס וואס זי איז איין זאךי !

כביכול מיט עצמותו יתברך,

ישראל וקוב״ה כולא חד.

און כשם ווי דאם איז בנוגע כללות ירידת הנשמה למטה,

אזוי איז דאס בפרט אין עבודת האדם דא למטה: דער תכלית הכוונה אין עבודת האדם דריקט זיך אוים בעיקר ניט אזוי אין איר עבודה בענינים רוחניים — אהבה ויראה של הנשמה 52

— נאר דוקא בקיום מצות מעשיות 53

; דורך מקיים זיין מצות במעשה בפועל,

וואם ווערט געטאן דוקא מיטן כח הכי תחתון פון גוף,

אזוי אז די גאנצע מציאות פונעם גוף ווערט א כלי וחלק של קדושת הנשמה — טוט זיך אויף די שלימות העלי׳ של הנשמה,

ובאופן אז דער גילוי העצמות לעתיד לבא 54

בזמן התחי׳

(בית ה״א)

וועט זיין לנשמות בגופים דוקא 55 .

וואם דער טעם דערויף איז,

ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא 56

(לגבי כללות העולמות),

אז "תכלית השתלשלות העולמות וירידתם ממדרגה למדרגה אינו בשביל עולמות העליונים הואיל ולהם ירידה מאור פניו ית׳,

אלא התכלית הוא עוה״ז התחתון",

וואס ער איז דער "תחתון במדרגה שאין תחתון למטה ממנו" ווייל "נתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים",

און דוקא דורך דעם וואט עוה״ז התחתון ווערט א דירה לו ית׳,

לו לעצמותו,

ווערט אן עלי׳ אויך אין גאנץ סדר השתלשלות,

אויך אין די עולמות הכי עליונים 57 ,

ועד״ז איז דאס בנוגע להנשמה,

אז דוקא דורך ירידתה למטה אין עוה״ז התחתון — בכלי הגוף — און זי פירט דורך די כוונה פון לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים,

וואם דאם איז דוקא דורך דער פעולה אין עוה״ז,

און דארט גופא אין דער בחי׳ "תחתון" שבו,

קיום המצות במעשה,

ווערט אויפגעטאן די שלימות ה״טהרה" וה״קדושה" 58

פאר דער נשמה און דעם גוף וגם יחד,

און אין דעם גופא באשטייט איר עלי׳,

וואם איז נאך העכער ווי איר מעלה ועילוי לפני ירידתה.

ט.

און כשם ווי דאם איז דער תוכן רוחני

(ופנימי)

פון ענין הבכורים,

עד״ז איז דאס אין דעם קיום מצות בכורים כפשוטה,

אז דער אופן ווי די בכורים קומען אין "בית ה״א",

"אל המקום אשר יבחר ה״א לשכן שמו שם״ 59 ,

וואם דאס איז שלימות קדושתם,

איז דוקא על ידי כלי,

און אין "כלי" גופא איז התאחדות הכלי לתמיד אין א כלי פון דברים הכי פשוטים ופחותים

(אין תחתון למטה ממנו)

כלי ערבה וחלף.

און דורך דעם עסק אין הלכות בכורים,

ווי דאם איז אין תורה אחת,

נגלה דתורה ופנימיות התורה 60 ,

און אין דעם זמן ווען מ׳לערנט און מען לייענט דאם אין תורה,

וואס דאס איז אויך דער זמן פון הבאת בכורים כדבעי

(ויען מ׳איז מביא וקורא)

"בשעת שמחה מחג השבועות עד סוף החג" 61 ,

איז מען ממהר קיום הברכה

(מיד — במילא 62

וועט זיין)

אז "תשנה לשנה הבאה" 63 ,

הבאת בכורים בפשטות אין דעם ביהמ״ק השלישי,

שיבנה במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו,

ושמחת בכל הטוב 64 ,

ושמחת עולם על ראשם 65 .

(משיחח ש״פ תבא תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.