B"H
🏡

Ikar

תצא ג

א.

בנוגע דעם ציווי 1

"ביומו תתן שכרו ולא תבוא עליו השמש גו׳״ — איז ידוע די שאלה:

חז״ל זאגן 2

או דער אויבערשטער איז ״מקיים״ דאם וואס ״הוא אומר לישראל לעשות ולשמור״.

ובעניננו — מיר גע־ פינען בכמה מקומות בחז״ל 3 ,

אז די עבודה פון אידן בקיום התומ״צ װערט צוגעגליכן צו דער עבודה פון א פועל פאר זיין בעה״ב,

און שכר מצות איז דער "תשלום" וואס דער אויבערשטער

(דער "בעל הבית")

צאלט די אידן

(די "פועלים")

פאר זייער "ארבעט".

דארף לפ״ז אויסקומען,

אז יעדער מאל ווען א איד פארענדיקט טאן א מצוה,

זאל ער באלד

(״בױמו״)

בא־ קומען דעם שכר פאר זיין "ארבעט" — כציווי השם בתורתו "ביומו תתן שכרו ולא תבוא עליו השמש גו׳"

(און "לא 4

תלין פעולת שכיר אתך עד בקר") 5 .

פארוואם געפינט מען 6 ,

אז דער אויבערשטער צאלט שכר מצות

(ניט גלייך,

נאר)

ערשט "למחר

(לעולם הבא 7 )

",

כמאמר חז״ל 8

"היום לעשותם,

למחר לקבל

(ליטול 9 )

שכרם",

אז 10

דער אויבערשטער איז "מאחר" שכרם

(פון צדיקים גמורים אפילו)

ביז "למחר" 11 ?

!

ב.

מפרשים 12

פארענטפערן,

אז וויבאלד "כל ימינו אנו משועבדים להקב״ה לעבודתו"

(ווארום יעדער רגע פון חיי האדם איז ער מחוייב "לשמש את קונו" 13 ),

קומט אוים,

אז דער גאנצער לעבן פון א מענטשן איז איין זמן של שכירות — יעדן אידן איז צוגעטיילט געווארן איין "שליחות" און תפקיד וואס ער דארף דורכפירן במשך חיים חיותו בעלמא דין,

און יעדע פעולה שלו בתומ״צ איז א פרט פון זיין שליחות ותפקיד:

דערפאר איז ניטא קיין חיוב צו צאלן א אידן שכר מצות ביז לאחרי פטירתו מן העולם

(ווען עם ענדיקט זיך דער זמן השכירות),

ווייל ,

שכירות אינה משתלמת אלא לבסוף" 14

(ווי דער דין 15 ,

אז אויב איינער האט געדונגען א פועל פאר א תקופה מסויימת,

איז דער שוכר ניט עובר אויף בל תלין ביז עם גייט דורך כל התקופה).

דער תירוץ איז אבער מתאים נאר לויט שיטת הרמב״ם,

אז עוה״ב — "סוף מתן שכרן של מצות״ 16

— איז עולם הנפשות בלא גוף

(גן עדן) 17 ,

וואם "באין לו לאדם אחר חיי העולם הזה״ 18

— ולפ״ז באציט זיך "למחר

(לעולם הבא)

לקבל שכרם" צו גן עדן 19

;

משא״כ לויט שיטת הרמב״ן 20

— וואס אזוי איז די הכרעה פון קבלה און חסידות 21

— אז עולם הבא דא מיינט עולם התחי׳

(און דאס איז דער תכלית השכר)

— קומט אויס,

אז דער אויבערשטער איז "מאחר" שכר מצות ביז לעתיד לבא,

הרבה זמן נאך דעם ווי עם ענדיקט זיך דער זמן ה״שכירות" פון א אידן

(א איד מוז ווארטן צו באקומען דעם שכר מצות ביזן זמן פון

(ימות המשיח ו)

עולם התחי׳) 22

!

והדרא קושיא לדוכתא: ווי שטימט דער זמן התשלום פון שכר מצות מיט דער הלכה פון "ביומו תתן שכרו"?

ג.

וי״ל — די שאלה ווערט בא־ ווארנט לויטן ביאור פון אלטן רבי׳ן אין ספר התניא:

דער אלטער רבי 23

ברענגט דעם מאמר רז״ל 24

אז "תכלית בריאת עולם הזה הוא שנתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים",

וואם דאס מיינט אז אין עולם הזה התחתון "שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית׳" זאל לייכטן דער "אור ה׳" אן קיין שום פאר־ שטעל 25 .

און דאם ווערט אויפגעטאן דורך "מעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות" 26

(ובמשך כל זמני העבודה בכלל),

ווארום יעדע פעולה פון א אידן אין עבודת התומ״צ איז פועל א זיכוך בגשמיות גופו וחלקו בעולם

(און א המשכת אור אלקי בעולם)

— אזוי,

אז בצירוף פון עבודת כל בני ישראל במשך כל הדורות ווערט נשלם דער בירור וזיכוך פון גאנץ עולם הזה און די גאנצע וועלט ווערט א "דירה לו יתברך".

[און ווי דער אלטער רבי איז מבאר 27 ,

אז "כללות העולם" איז צעטיילט אויף ששים רבוא חלקים,

כנגד די "ששים רבוא נשמות"

(וואם דאס איז דער מספר פון די נשמות כלליות װעלכע זײנען ״שרשים״ פון אלע נשמות ישראל — וואס יעדע נשמה פרטית איז א ניצוץ פון איינעם פון די ״ששים רבוא ..

שרשים״)

— והיינו,

אז יעדע נשמה פרטית,

יעדער איד האט א חלק אין עולם וואס איז "שייך לו",

וואט דורך זיין עבודה בתומ״צ איז ער מזכך "זיין" חלק אין עוה״ז;

און דורך דעם וואם אלע ששים רבוא נשמות ישראל פירן דורך זייער עבודה,

ווערט נזדכך "כללות העולם" און ער ווערט א דירה לו יתברך].

און צו דעם מצב פון תכלית הזיכוך והעלי׳ וועט דעו־ עולם צוקומען לעתיד לבא — לימות המשיח,

ובעיקר ובשלימות — בתחיית המתים,

וואט דאן וועט לגמרי בטל ווערן דער רע פון עולם הזה און עם וועט זיין "התגלות 28

כבודו וראו כל בשר יחדיו ויופיע עליהם בהדר גאון עוזו וימלא כבוד ה׳ את כל הארץ".

קומט לפ״ז אויס,

אז די עבודה פון אלע אידן צוזאמען במשך כל הדורות יחד איז אין גדר פון איין "שכירות",

וואס ענינה ותכליתה איז צו אויפטאן א דירה לו יתברך בתחתונים.

וי״ל נאך מער: אין דעם תפקיד זיינען אידן

(ניט אין גדר פון "שכיר",

נאר)

אין גדר פון "קבלן": דער אויבערשטער האט איבער־ געגעבן עולמו בידי ישראל אז זיי זאלן מאכן פון דעם עולם א דירה לו יתברך.

און דערמיט איז פארענטפערט פארוואס עיקר ענין השכר ווערט באצאלט ערשט לעתיד לבא

(בימות המשיח,

ובעיקר — בעולם התחי׳)

— ווייל דער שכר פון עולם הבא איז דער תשלום כללי צו אלע אידן כאחד* 28

פאר זייער עבודה צו מאכן פון וועלט א דירה לו יתברך: און דעס שכר באקומען אידן תיכף נאך זייער פארענדיקן די עבודה פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים.

ד.

לויט ד עם הסבר אין דעם תוכן פון שכר המצות — קען מען מבאר זיין נאך אן ענין בשייכות צו שכר מצות:

עם איז ידוע וואם דער רמב״ם 29

איז מבאר בנוגע די הבטחות ויעודים טובים בגשמיות,

וואם מיר געפינען "בכל התורה כולה"

(דלכאורה,

ווי שטימט עם מיט דעם אז ״מתן שכרן של מצות ..

היא חיי העולם הבא״?)

— אז "אין אותן הטובות הם סוף מתן שכרן של מצות..

אלא ..

הקב״ה נתן לנו תורה ..

והבטיחני בתורה שאם נעשה אותה בשמחה ..

יסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו מלעשותה ..

וישפיע לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה ..

כדי..

(ש)

נשב פנויים ללמוד בחכמה ולעשות המצוה כדי שנזכה לחיי העולם הבא".

פון שטחיות לשון הרמב״ם איז משמע,

אז די השפעות "כל הטובות" בענינים גשמיים וואם דער אויבערשטער איז מבטיח,

זיינען ניט בתור תשלום שכר,

נאר אן ענין צדדי,

וואס קומט מצד חסד ה׳ — היות אז אידן זיינען מקיים תומ״צ

(בשמחה),

איז די הנהגה מלמעלה באופן אז דער אויבערשטער נעמט אוועק די דברים המונעים און איז משפיע "לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו" צו קענען נאך בעסער דורכפירן זייער עבודה בתומ״צ.

ס׳איז אבער שווער אזוי צו זאגן,

ווייל לפ״ז וועט אויסקומען,

אז אין די אלע ערטער וואו חז״ל פארגלייכן דעם ענין פון שכר מצות צום תשלום וואם א בעה״ב איז מחוייב צו צאלן זיין פועל,

ווערט געמיינט בלויז דער שכר פון עוה״ב — און ניט דער ריבוי עניני שכר המפורשים בתורה שבכתב 30

!

איז דעריבער מסתבר צו זאגן,

אז אויך דער ענין פון השפעות "כל הטובות" המבואר ברמב״ם

(המחזיקות את ידינו לעשות התורה),

איז אין גדר פון שכר׳ 3

ובמילא אן ענין פון הלכה,

וואט מעז געפינט דוגמתה אין די חיובי הבעה״ב צו א פועל.

ה.

לכאורה וואלט מען דאם גע־ קענט פארבינדן מיט הידוע,

אז אידן ווערן אנגערופן עבדי ה׳,

און דער דין ביי אן עבד עברי איז,

אז "חייב האדון להשוותן לו במאכל ובמשקה בכסות ובמדור" 33 .

און דערפאר,

בשעת מיר זיינען זיר מתעסק בעבודת ה׳,

איז דא א חיוב כביכול אויף דעם אויבערשטן,

אונזער אדון,

צוצושטעלן אלע אונזערע צרכים ובהרחבה

("להשוותן לו").

אבער דאס איז ניט מתאים.

ווייל דער חיוב פון אן אדון לעבדו — איז ניט דומה צו שכר מצות

(ווי א בעה״ב צאלט זיין פועל)

— דאם איז ניט שכר פעולה,

נאר א חיוב על האדון לעבדו מצד דעם וואס הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו 33 .

[ובכלל: דער גדר פון שכר מצות — אז דער אויבערשטער צאלט אידן פאר זייער עבודה ווי מען צאלט א פועל — איז ניטא בא אידן אלס עבדים פון אויבערשטן: אן עבד באקומט ניט שכר פאר זיין ארבעט; ער איז מזזוייב צו ארבעטן,

זייענדיק קנוי לרבו 34 ].

משא״כ די השפעות טובות הנ״ל,

זיינען אן ענין של התחייבות 35 ,

וואס דוגמתם זיינען די חיובים פון א בעה״ב צו זיין פועל.

אויר איז דאס ניט מצד דעם וואם ביי א פועל איז דער דין — "כי תבוא בכרם רעך ואכלת ענבים כנפשך שבעד גו׳ כי תבא בקמת רעך וקטפת גו׳" 36 ,

אז דער בעה״ב מוז לאזן די פועלים עסן "ממה שהן עושין בו״ 37

— אז עד״ז איז בנדו״ד: וויבאלד אידן געפינען זיך בכרמו ושדהו של הקב״ה

(עולם הזה)

און טוען דארט "מלאכה" פארן "בעל הבית",

נעמען זיי זייערע צרכים

(שכל צרכי האדם ווערן אנגערופן בשם אכילה 38 )

״ממה שהן עושין בו״ —

ווייל די מצוה לייגט ארויף א חיוב אויפן בעה״ב

(ניט צו מאכיל זיין דעם פועל,

באר)

בלויז — "שיניח 37

אותן לאכול" 39

[ולהוסיף: דער חיוב איז גיט נאר בשייכות צו אן אדם במלאכתו,

נאר אפילו בנוגע א בהמה וואט ארבעט — "לא תחסום שור בדישו" 40 ]

;

משא״כ די יעודים טובים הנ״ל בנוגע די מצות זיינען ענינים וואם דער אויבערשטער איז כביכול מחוייב 35

צו געבן אידן אלם שכר פאר זייער עבודה.

ו.

ויש לומר הביאור בזה:

ע״פ האמור לעיל

(סעיף ג)

— אז דער תפקיד פון אידן איז צו מאכן פון עולם הזה א דירה לו יתברך — איו יש לומר,

אז די עבודה פון אידן אין וועלט האט אין זיך

(ניט נאר דעם גדר פון "קבלנות",

נאר)

אויך דעם גדר פון שותפות:

היות אז דער שכר דלעתיד לבא בא־ שטייט אין דעם וואם אידו וועלו זען "עין בעין" כבוד השם,

דעם אור אלקי וואס איז נמשך געווארן דורך זייער עבודה,

אין דעם אופן פון "שכר מצוה מצוה״ 41

— והיינו,

אז דער "שכר" איז ניט קיין באזונדער זאך פון זייער עבודה,

נאר — דער תוכן פון דער עבודה גופא 42

קומט אויס,

אז דאס איז בדוגמא כביכול פונעם דין 43

"הנותן ביצים לבעל התרנגולים להושיב התרנגולים עליהן עד שיצאו האפרוחים ויגדל אותן בעל התרנגולים ויהי׳ הריוח ביניהם":

דער אויבערשטער האט איבער־ געגעבן עולמו צו בגי ישראל,

זיי זאלן אויפטאן בעבודתם,

אז אלקות וואם איז פאראן אין וועלט בכח 44

ובהעלם

(בדוגמא כביכול ווי די אפרוחים וועלכע זיינען דא ״בכח״ אין די ביצים)

זאל נתגלה ווערן און ביז צו תכלית הגילוי

(—״ויגדל אותן״)

— און דער ״ריוח״ פון אט דער עבודה איז

(מצד וכעין "שותפות")

"ביניהם":

דער אויבערשטער איז זיר מתענג כביכול פון דעם וואס עס האט זיר אויטגעפירט דער נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים

(כמאמר 45

"נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני")

: און אידן האבן תענוג פון "לחזות בנועם ה׳" 46 ,

פון דעם גילוי אלקות וואם זיי האבן אויפגעטאן בעבודתם.

[וואס דאם איז ניט נאר א "שותפות" אין א זײטיקן ״ריוח״ - אין דעם גילױ התענוג וואם עבודת בני ישראל טוט אויף - נאר אין א ״ריוח״ װאם איז פארבונדן מיט דעם עצם מציאות פון עולם

(ע״ד ווי אין דעם דין הנ״ל,

אז מ׳איז שותפים אין די אפרוחים וועלכע קומען ארויס פון די ביצים גופא),

כמאמר חז״ל 47

"כל המתפלל כו׳ ויכולו כו׳ כאילו נעשה שותף להקב״ה במעשה בראשית".

וואם דער תוכן הענין פון אמירת ״ויכולו״ איז צו ״מעיד״ און מגלה זיין 48

די הכרה אין בורא עולם,

וואם דאס איז דער מכוון פון כללות עבודתם של בנ״י בעולם שנברא בששת ימי בראשית - און דורך דער עבודה פון מגלה זיין אלקות אין עולם,

וואס מען מאכט די וועלט גופא א "דירה לו ית׳",

ווערט מען א "שותף להקב״ה במעשה בראשית"].

ועפ״ז יש לומר,

אז דער "חיוב" צו צאלן אידן שכר מצות בעוה״ז

(להסיר הדברים המונעים ולהשפיע הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה)

איז מיוסד על הלכה זו ד״הנותן ביצים לבעל התרנגולים כו׳ ויהי׳ הריוח ביניהם",

וואם דער דין איז 43 ,

אז נוסף אויף דעם חלק הריוח,

וואם דער "נותן" טיילט צו דעם "בעל התרנגולים" לאחרי ש״יגדל אותן",

איז ער מחוייב "

(צריך)

להעלות שכר עמלו ומזונו ..

בכל יום".

וכן הוא בעניננו,

אז אויסער דעם חיוב פון חלוקת הריוח לעתיד לבא

(נאך דעם ווי אידן פארענדיקן זייער עבודה צו מאכן פון וועלט א דירה לו יתברך),

איז אויך בזמן הזה — במשך זמן העבודה — פאראן דער חיוב צו געבן אידן דעם שכר פון "עמלם ומזונם",

כדי זיי זאלן קענען דורכפירן עבודתם כדבעי

("נשב פנויים ללמוד בחכמה ולעשות המצוה").

ז.

ענין הנ״ל האט א שייכות מיוחדת צום זמן אין וועלכן מען געפינט זיך איצט — חודש אלול,

דער חודש ההכנה צום יום הדין,

וואס הדין פון ר״ה איז אויף ענינים גשמיים 49

:

ע״פ כל הנ״ל איז פארשטאנדיק,

אז לבד זאת וואם זייענדיק עבדיו של הקב״ה,

דארף דער אויבערשטער אונז געבן אלע אונזערע צרכים אין מזון לבוש ובית

(ביז אין אן אופן פון "להשוותן לו",

כביכול)

;

און לבד זאת וואס אויר מצד דעם יחם פון ״בעה״ב״ און "פועל",

איז ווען א איד טוט עבודתו אין שדהו וכרמו של הקב״ה,

דארף אים געגעבן ווערן די אפשריות פון "ואכלת גו׳ כנפשך שבער גו׳" פון דעם אויבערשטנ׳ם כרם,

עוה״ז

[און דאס אפילו אויר מצד דעם גוף ונפש הבהמית,

"בהמה" שבאדם,

היות אז מקרא מלא דבר הכתוב "לא תחסום שור בדישו"]

:

הנה נוסף על כל זה,

איז דא א חיוב כביכול אויף דעם אויבערשטן צוצו־ שטעלן די אידן און זיי באזארגן נאך פון פריער מיט שכר "עמלם ומזונם" כדי זיי צו געבן די מעגלעכקייט דורכצופירן עבודתם,

ובפשטות — אז שוין בתחילת השנה איז יעדער איד זוכה בדין און ווערט נכתב ונחתם לאלתר 50

בספרם של צדיקים גמורים לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה — בבני חיי ומזוני רוויחי,

ובכולם רויחי׳ אויר בגשמיות כפשוטה,

און בשעת דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות,

מאכן זיי דערפון רוחניות 51 ,

און פירן דורך תפקידם — לעשות לו יתברך דירה בתחתונים.

(משיחות ש״פ וארא וש״פ בא תשמ"ו; שי׳פ תצא תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.