B"H
🏡

Ikar

תצא א

א,

גלייך נאך דעם ציווי 1

אויף דעם איסור שעטנז — "לא תלבש שעטנז צמר ופשתים יחדיו״ — זאגט אן תורה 2

"גדילים תעשה לך על ארבע כנפות כסותך גו׳",

און פון דעם וואם די צוויי פסוקים שטייען בסמיכות זל״ז לערנט מען אפ 3

: ״גדילים תעשה לך — אף מן הכלאים" 4 ,

אז כלאים זיינען מותר בציצית.

עד״ז געפינט מען דעם היתר פון כלאים ביי די בגדי כהונה — צווישן די בגדי כהונה,

וואס כהנים טראגן 'בעבודתם י במקדש,

איז געווען דער אבנט,

וואם איז געמאכט געווארן פון שעטנז 5 .

דארף מען פארשטיין:

עם זיינען פאראן דריי מיני כלאים — "בקרקע ובבהמה ובבגדים" 6 ,

ווי די תורה רעכנט זיי דא אויס בהמשך אחד 7

: "לא תזרע כרמך כלאים גו׳ לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו לא תלבש שעטנז גו"׳ 8

[ועד״ז אין פ׳ קדושים 9

: בהמתך לא תרביע כלאים שדך לא תזרע כלאים ובגד כלאים שעטנז לא יעלה עליך].

איז מאי טעמא 10 ,

וואם כלאי בגדים האט תורה מתיר געמאכט ביי עבודה במקדש 11

(און ביי מצות ציצית),

משא״כ ביי די אנדערע צוויי מיני כלאים,

בבהמה ובקרקע,

געפינט מען ניט אז דאם זאל זיין מותר ביי א מצוה אדער ביי קדשים 12

(במקדש)

וכיו״בי

ב.

אויסער די ג׳ מיני כלאים הנ״ל,

איז פאראן נאך אן איסור וואס איז דומה בתוכנו צו דעם איסור פון כלאים — בשר וחלב,

און ווי ס׳איז מבואר אין ספרים 13 ,

אז דער טעם האיסור פון בשר בחלב איז "כסוד הכלאים" —'א תערוכה פון צוויי מינים,

וואס יעדער פאר זיך איז מותר 14 ,

נאר בהתערבותם יחד ווערן זיי א דבר האסור 15 .

— געפינט מען אין מכילתא 16 ,

אז עם איז דא א קס״ד אז בשר בחלב זאל זיין מותר במוקדשין,

נאר מען דרש׳נט דעם פסוק 17

"ראשית גו׳ תביא בית ה ׳

אלקיר לא תבשל גדי בחלב אמו",

אז אויך אין "בית ה׳ אלקיך" איז דא דער איסור פון בשר בחלב.

קומט אוים,

אז עם זיינען פאראן דריי חלוקות בדבר:

ביי כלאי בגדים

(שעטנז)

— האט די תורה מתיר געמאכט כלאים ביי עבודת המקדש

(ויתרה מזה — געהייסן)

און ביי מצות ציצית;

ביי בשר בחלב איז דא א קס״ד אז דאס זאל זיין מותר במוקדשין 18 ,

נאר מען לערנט אפ פון א פסוק אז עם איז אסור;

און ביי כלאי בהמה וכלאי קרקע איז מלכתחילה ניטא קיין קס״ד אז זיי זאלן זיין מותר במוקדשין 19

— מען דארף אפילו ניט קיין לימוד אויף דעם.

פאדערט זיך הסברה: וויבאלד אז די אלע אויבנדערמאנטע איסורים האבן דעם זעלבן תוכן — תערובות פון שני מינים

(וואם יעדערער פאר זיך איז היתר)

— וואם איז דער טעם אויף די חילוקים הנ״ל צווישן זיי בנוגע צו עבודה במקדש וכיו״ב?

ג.

וועט מען עם פארשטיין ע״פ דברי הרמב״ן 20

— אז דוקא בנוגע צו לבישת שעטנז ווערט דערמאנט אין חז״ל 21

אז "יצה״ר ואומות העולם משיבים עליהם",

אבער ניט בנוגע צו כלאי בהמה,

און ער איז מבאר,

אז דאם איז דער־ פאר וואם ביי כלאי בגדים

(שעטנז)

איז דער טעם אויפן איסור ״נעלם״,

משא״כ ביי כלאי בהמה

(ועד״ז כלאי קרקע)

פארשטייט מען דעם טעם האיסור:

דער אויבערשטער האט באשאפן די נבראים אין אן אופן אז ער האט אין די צמחים ובעלי נפש אריינגעגעבן דעם ״כח התולדה שיתקיימו המינים ..

וצוה ..

שיוציאו למיניהם".

און דעריבער,

ווען איינער איז ״מערב כלאים״ — ער איז מרכיב שני מיני בהמה,

אדער שני מיני זרעים

(וואס דורך דעם "ישתנו בטבעם גם בצורתם בהיותם יונקים זה מזה,

ויהי׳ כל גרעין ממנו כאילו הורכב משני מינין״)

— איז ער "משנה ומכחיש ..

ומערבב במעשה בראשית"* 21 ?

[און דאם וואם תורה זאגט אז ניט נאר "בהמתך לא תרביע כלאים",

נאר אויך ״לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו״ — איז "מפני שדרך כל עובד אדמתו להביא צמדו ברפת אחת ויבואו לידי הרכבה" 22 ].

קומט אוים אז עם איז דא א חילוק עיקרי צווישן כלאי בהמה וכלאי קרקע און כלאי בגדים:

ביי כלאי בהמה וכלאי קרקע איז דער עירוב אויר אין דעם "כח התולדה" פון די שני מינים,

והיינו אז דער עירוב פועל׳ט אין אן עיקר,

אין זייער עצם מציאות,

ובמילא איז דאם בניגוד צו סדרי מעשה בראשית אז ויי זאלן זיין ״למינהו״ דוקא* 22

:

משא״כ ביי כלאי בגדים* 22

איז עם ניט קיין תערובות אין דעם עצם המציאות פון די צמר ופשתים,

נאר בלויז אן עירוב חיצוני 22

— ס׳איז נאר וואם מ׳איז זיי מחבר צוזאמען אין דעם זעלבן

(מקום —)

בגד 24 ,

אבער אויך נאכדעם בלייבן זיי צמר ופשתים

(כמו שהיו)

— ועד אז מען קען זיי מפריד זיין איינער פון צווייטן.

ד.

לויט דעם איז מובן,

אז דער גדר התערובות ביי בשר בחלב איז ווי אן אופן הממוצע צווישן די צװײ אופני תערובות הנ״ל:

די תערובות בשר בחלב איז ניט אזא

(ווי כלאי בהמה וכו׳) 25

וואם רירט אן דעם "כח התולדה",

הגידול והצמיחה לדורות; די תערובות בב״ח טוט זיר אויו* ניט מער ווי אין זייער גשמיות׳דיקער מציאות 26 .

אבער לאידך איז עט אויר ניט בדומה צו שעטנז — ווייל ביי שעטנז איז עם ניט קיין עירוב גמור פון די צוויי מינים צמר ופשתים,

כנ״ל,

משא״כ ביי בשר בחלב איז דאך דער איסור

(מה״ת)

דוקא ווען מ׳איז זיי מבשל יחד און איינער איז נותן טעם אין דעם צווייטן 27

; און נאב־ מער: אפילו ווען "תרו לי׳ כולי יומא בחלבא" 28

(מען ווייקט בשר בחלב כל היום)

— וואם "יהיב בי׳ טעמא" 29

היות אז כבוש כמבושל 30

— איז ניטא קיין איסור מן התורה,

נאר דוקא דרך בישול אסרה תורה 31 .

ווייל דער איסור בשר בחלב איז שייך נאר דאו וועו מען מאכט פון די צוויי מינים איין

(נייע)

מציאות 32

(וואס דאס קומט דוקא דורך בישול).

[וי״ל אז דאם איז די הסברה 33

בדעת ר׳ לוי 34

אז דער שיעור כזית פון איסור בשר בחלב,

איז אויך ווען ס׳איז דא בלויז א "חצי זית בשר וחצי זית חלב"

(א כזית מבין שניהם)

— ווייל דער שם איסור לייגט זיר

(ניט אויף דעם בשר באזונדער און דעם חלב באזונדער,

נאר)

אויף ביידע צוזאמען — ווי זיי זיינען איין מציאות פון בשר בחלב 35 ].

ה.

ס׳איז ידוע וואס שטייס אין בחיי 36 ,

אז דער ענין פון איסור כלאים איז

(ניט נאר אן עירבוב בגשמיות,

נאר אויך)

וואס מ׳איז "מערבב הכחות העליונים ..

הכלאים ..

חיבור שני קצוות שהם שני הפכים ..

אין חבורן עולה יפה"

[ועד״ז ביי בשר בחלב איז ער מבאר 37 ,

אז בשר און חלב זיינען א "דוגמא ורמז" צו "דברים מיוחדים" למעלה,

וואס די תערובות פון בשר בחלב למטה פועל׳ט דעם ערבוב פון "דברים ההם

(וואס)

כל אחד ואחד

(דארף זיין)

מיוחד בפני עצמו"].

און ווי ס׳איז מבואר 38 ,

אז צמר ופשתים

(ועד״ז שור וחמור: בשר און חלב)

זיינען מרמז אויף חסד און גבורה וועלכע זיינען מדות הפכיות,

און דער־ פאר איז "אין חבורן עולה יפה״ 39 .

וע״פ הנ״ל

(סעיף ג)

אין דעם חילוק צווישן כלאי בהמה

(וקרקע)

און כלאי בגדים — איז מובן,

אז אויד בנוגע דעם "ערבוב" פון די "כחות העליונים"

(פון חסד וגבורה)

וואס "אין חבורן עולה יפה",

איז דא א חילוק עיקרי צווישן די צוויי סוגים הנ״ל

(ועד״ז — בנוגע בשר בחלב).

ו.

וועט מען עם פארשטיין בהקדם א תמי׳ לכאורה 40

אויפן ביאור האמור

(אז ״כלאים ..

הוא חבור שני קצוות שהם שני הפכים")

:

מען געפינט אז א חיבור פון שני הפכים איז אדרבא א מעלה הכי נפלאה — ענין השלום,

וואם "כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם" 41

: און איינער פון די עיקרי העבודה איז צו פועל זיין התכללות המדות

[וכידוע דער ביאור 42

במחז״ל 43

"לעולם יהא אדם רך כקנה ואל יהא קשה כארז",

אז א מענטש האט מדות,

אבער ער דארף האבן ״װײכע״ מדות,

וואט דאם מיינט אז יעדע מדה גיט אן ארט צו דער מדה הפכית

(וע״ד המבואר ברמב״ם 44

אז "הדרך הישרה היא מדה בינונית שבכל דעה ודעה״)]

און דא זאגט מען אז דער איסור פון כלאים באשטייט אין דעם וואט מ׳איז מערבב די מדות פון חסד וגבורה?

!

שטייט אויף דעם דער ביאור 45 ,

אז די התכללות המדות אין קדושה איז ע״ד ווי "תערובות מין במינו",

ווייל אלע ענינים פון קדושה — "הכל הוא מין א׳,

הביטול וההכנעה_אליו ית׳" 46 .

און דערפאר גע־ פינט מען,

אז אין עבודת ה׳ קענען זיין ביידע מדות הפכיות דחסד וגבורה צו־ זאמען,

ווי עט שטייט אין ספרי עה״פ ואהבת את ה״אי 4

— "אין לך אהבה במקום יראה ויראה במקום אהבה אלא במדת הקב״ה בלבד".

אין עניני העולם,

אבער — וואט דער גדר פון עולם איז וואט ער פילט זיך א מציאות

(ביז אז מען קען מקיים זיין דורך עם מצוות 48

תפילין וכיו״ב)

— איז דער "ציור" פון יעדער מדה מיט א תוקף,

און אזא תוקף,

וואט גיט ניט קיין ארט פאר א צווייטער מדה ובפרט — א מדה הפכית,

און דעריבער — "אין לך אהבה במקום יראה ויראה במקום אהבה".

ובמילא,

אויב ט׳איז יע פאראן א חיבור ועירבוב פון שני הפכים אין עניני העולם,

איז עם באופן פון תערובות "מין בשאינו מינו";

משא״כ אין קדושה — וואט קדושה איז ענינה ביטול 49

צום אויבערשטן — זיינען די מדות הפכיות פון חסד וגבורה ניט בהתנגדות איינע צו דער צווייטער,

נאר אדרבה,

זיי זיינען באמת "מין אחד" — דער תוכן וענין פון ביידע מדות איז איינער און דער זעלבער: עבודת הי.

[ע״ד ווי חז״ל 50

זאגן אויפן פסוק 51

״עושה שלום במרומיו״ — "מיכאל 52

שר של מים וגבריאל שר של אש ואין מכבים זה את זה״ — ווייל שטייענדיק לפני מלך מלכי המלכים הקב״ה פיל! זיי ניט דעם אייגענעם תוקף ומציאות,

נאר בלויז דאס ייאס זיי זיינען שלוחיו של המלך

(הקב״ה)

ובמילא איז ניטא קיין ניגוד צווישן זיי,

ביידע זיינען "מין אחד" — שלוחי המלך 53 ].

ז.

לויט ד עם וועט מען פארשטיין דעם חילוק צווישן די צוויי סוגים הנ״ל אין כלאים — כלאי בהמה

(וקרקע)

און כלאי בגדים:

בשעת מען איז מחבר ומערבב צוזא־ מען צוויי דברים הפכים — זיינען דא צוויי אפשריות׳ן באופן פון תוצאות הפכיות: א)

מ׳איז מבטל זייערע ציורים הפכיים וסותרים,

ווערט צווישן זיי שלום; ב)

יעדערער בלייבט בתקפו אויך דאן ווען מען בריינגט זיי צוזאמען — ווערט דערפון א פלוגתא ומחלוקת.

און די צוויי אופנים ווערן אוים־ געדריקט אין די צוויי סוגי כלאים:

ביי כלאי בהמה וכלאי קרקע — וואם די מטרה אין דעם איז ,

להוליד מינים זרים משונים בתולדות" 54 ,

מ׳וויל פון די צוויי מינים שאפן א נייע מציאות משונה — איז דער חסרון אין דעם "ערבוב" דערין וואם דורך דעם ווערן זיי נתבטל אלם צוויי באזונדערע מינים

(יעדער לויט זיינע תכונות כו׳),

זיי ווערן היפך רצון הבורא וואם האט זיי באשאפן אלם באזונדערע מינים און געוואלט אז זיי זאלן פארבלייבן אין זייערע באזונדערע נדרים,

תפקידים כו׳

[וע״ד ווי אין דעם ענין פון "עושה שלום במרומיו״

(הנ״ל)

— איז ניט דער פירוש אז דורך זייער ביטול צום מלך

(הקב״ה)

ווערן נתבטל די באזונדערע תפקידים פון מיכאל וגבריאל

(שר של מים און שר של אש)

— דאס וואלט גע־ ווען היפך רצון המלר — נאר יעדערער בלייבט ביי זיין ענין און פירט דורך תפקידו,

אבער צוזאמען דערמיט איז "ואין מכבין זה את זה"] 55

;

משא״כ ביי כלאי בגדים איז דער חסרון א פארקערטער: וויבאלד דער צמר און די פשתים בלייבן במציאותם

— און

(א)

די "כחות העליונים" וואס אין זיי זיינען דאך שני הפכים

(חסד וגבורה),

(ב)

עם רעדט זיך וועגן עניני העולם ביי וועלכע ס׳איז ניטא בגלוי דער ענין הביטול ובמילא איז זייער חיבור א תערובת ״מין בשאינו מינו״ -

ווערט פון זייער חבור וערבוב א תוצאה הפכית — אן ענין פון פירוד ומחלוקת.

ח.

ע״פ כל הנ״ל קען מען אויר מסביר זיין די דריי חילוקים הנ״ל

(סעיף ב)

בנוגע צו מקדש וכו׳:

דער טעם אויפן היתר פון כלאים בציצית,

אוו אזוי אויר בשייכות לעבודת המקדש,

איז״ — ווייל אין אן ענין פון מצוה וקדושה

("מדת הקב״ה")

טוט זיר אויף דורבן עירבוב פון שני הפכים

(ניט קיין פירוד ומחלוקת,

נאר אדרבה)

שלום ואחדות

(כנ״ל בארוכה).

במה דברים אמורים — אין אזא סוג כלאים וואו דער "ערבוב" פירט צו פירוד ומחלוקת,

וואס דער חסרון איז ניט שייר ביי א דבר מצוה וקדושה; אבער אין אזא סוג כלאים,

וואו דער "ערבוב" איז מבטל דעם "למיניהם",

די סדרי הבריאה,

איז קיין נפק״מ ניט צי עס רעדט זיר וועגן עניני העולם אדער וועגן א דבר מצוה וקדושה — בכל אופן טארן ניט בטל ווערן די גבולות וואם דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט.

און דערפאר איז ביי כלאי בהמה וכלאי קרקע ניטא קיין קס״ד אפילו אז מען זאל זיי מתיר זיין במוקדשין.

דוקא ביי בשר בחלב,

וואם יש מקום לומר אז עם געהערט צום סוג פון כלאי בגדים

(כנ״ל סעיף ד׳),

איז דא א קס״ד אז דאס זאל זיין מותר במוקדשין

(ע״ד ווי שעטנז בבגדי כהונה).

אבער די מסקנא איז,

אז "בית ה׳ אלקיך לא תבשל גו׳״ — ווייל דער גדר פון בשר בחלב איז

(כנ״ל)

וואס מען שאפט א מציאות חדשה,

איז עם בדומה צום סוג פון כלאי בהמה,

וואם דער אופן פון תערובות איז אסור אויך במוקדשין 57

(כנ״ל).

ט.

עם שטייט אין בחיי 58

אז "באותו הזמן

(לעתיד לבוא)..

יהי׳ איסור בשר בחלב בטל"

(און עד״ז געפינט מען אז די מלאכים

(ביי אברהס׳ן)

האבן געגעסן בשר בחלב 59 ).

וע״פ המבואר לעיל קען מען דאס מסביר זיין:

ס׳האט זיר גערעדט פריער

(סעיף ד׳)

אז דאס וואם בשר בחלב ווערט א מציאות חדשה איז נאר בנוגע זייער גשם וחומר,

דאס רירט אבער ניט אן זייערע "כחות",

פנימיות המציאות.

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז בנוגע די "כחות העליונים" וואס אין בשר וחלב

(וועלכע זיינען פארבונדן מיט זייער פנימיות המציאות)

איז די תערובות ע״ד ווי כלאי בגדים

(וואס יעדער כח פאר־ בלייבט אין זיין מציאות).

און דאם איז דער חילוק צווישן זמן הזה אין ״אותו הזמן״:

אין עוה״ז פון זמן הזה זעט מען נאר דעם גשם וחומר פון יעדן דבר גשמי.

און וויבאלד אז בנוגע דעם גשם וחומר הדבר איז פון דעם עירוב בשר בחלב געווארן א מציאות חדשה,

דערפאר דארף אויסקומען אז ע״פ דיני התורה

(שניתנה למטה אין עוה״ז,

בארץ דוקא,

נשמה בגוף)

איז דאס א תערובות בדומה צו כלאי בהמה

(ובמילא אסור אויך ביי א דבר מצוה וכו׳).

משא״כ לעתיד לבוא,

ווען עם וועט מקויים ווערן דער יעוד 60

"ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר״ — מ׳וועט זען 61

ווי די אמת׳ע מציאות פון שמים וכו׳ איז

(ניט זיין גשם וחומר,

נאר)

דער "בדבר ה"׳ דורך וועלכן ״נעשו״ 62

(״פי ה׳ דבר״)

װאם איז מהווה ומחי׳ ומקיים יעדן נברא 63

וועט עד״ז זיין בנוגע למציאות של בשר בחלב,

אז מ׳וועט זען אין אים זיין אמח׳ע מציאות,

דעם דבר הוי׳ און די ״כהות העליונים״ שבו — און זיי ווערן דאך ניט נתבטל דורך דער תערובות,

כנ״ל;

און וויבאלד אז די גאנצע וועלט וועט דעמאלט נזדכך ווערן און ווערן אן עולם של קדושה 64

און אן עולם קדוש— איז,

אדרבה

(כנ״ל)

: דער עירוב פון

(בשר בחלב —)

חסד וגבורה אין קדושה איז אן ענין הכי נעלה,

שלום ואחדות 65 .

(משיחות ש״פ משפטים תשל״ה־ו,

תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.