א.
אויפן פסוק "שופטים ושוטרים
(תתן לך)
" שטייט אין מדרש רבה 1
: "א״ר לוי,
למה״ד,
למלך שהיו לו בנים הרבה והי׳ אוהב את הקטן יותר מכולן והי׳ לו פרדס אחד והי׳ אוהבו יותר מכל מה שהי׳ לו,
אמר המלך נותן אני את הפרדס הזה שאני אוהבו מכל מה שיש לי לבני הקטן שאני אוהבו מכל בני,
כך אמר הקב״ה,
מכל האומות שבראתי איני אוהב אלא לישראל שנאמר 2
כי נער ישראל ואוהבהו,
מכל מה שבראתי איני אוהב אלא את הדין שנאמר 3
כי אני ה׳ אוהב משפט,
אמר הקב״ה,
נותן אני מה שאהבתי לעם שאני אוהב,
הוי שופטים ושוטרים".
איז ניט מובן:
א)
דער צוועק פון א משל איז דאך צו מוסיף זיין ביאור אין נמשל — וואס גיט צו בנדו״ד דער משל
("למלך שהיו לו בנים הרבה כו׳ והי׳ לו פרדס אחד כו׳")
אויפן נמשל?
ובכלל — דאם וואם מעז גיט א דבר חביב ביותר צו דעם וואס איז אהוב ביותר — איז אן ענין פשוט וואס פאדערט ניט קיין משל!
ב)
לרוב הפשיטות — איז ניט מובן דער ״דומה למלך״ — בא יעדער מענשן איז דאך דאס אזוי?
ג)
ווי איז מתאים צו זאגן אז "מכל מה שבראתי איני אוהב אלא את הדין"?
"דין" איז טאקע אן ענין הכרחי צוליב קיום העולם 4 ,
און דעריבער איז דער אויבערשטער ניט מוותר אויף א הנהגה וואם איז בסתירה צו "דין" 5
; אבער ווי פאסט צו זאגן 6
"מכל מה שבראתי איני אוהב אלא את הדין" 7 ?
ד)
פון דעם וואם דער מדרש גיט א משל פון "הי׳ אוהב את הקטן יותר מכולן" איז מובן,
אז די חביבות פוו איה
("עם שאני אוהב"),
צוליב וועלכער דעך אויבערשטער גיט זיי דעם ענין פון "משפט",
איז בדוגמא צו דער חביבות פון א בן קטן דוקא.
ומהאי טעמא ברענגט ער
(אין נמשל)
דוקא דעם פסוק "כי נער ישראל ואוהבהו"
(און ניט פריערדיקע פסוקים ובחומש: "מאהבת ה׳ אתכם" 8 ,
״כי אהבך ה״א" 9 ,
וכיו״ב)
— װײל דא
(אין דעם ענין פון נתינת משפט ודין)
איז נוגע דוקא די חביבות מצד דעם וואס אידן זײנען ״נער
(ישראל)
",
בן קטן דוקא.
ולכאורה,
איפכא מסתברא: דער ענין פון ,
משפט״ — שופטים ושוטרים תתן לך — איז פארבונדן מיט גדלות בכלל,
ובפרט גדלות אין שכל,
ובלשון הרמב״ם 10
״אין מעמידין בסנהדרין ..
אלא אנשים חכמים ונבונים 11
מופלגין בחכמת התורה בעלי דעה 11
מרובה ..
שנאמר 12
והתיצבו שם עמך בדומיז לך
(למשה)
בחכמה כו׳".
ב.
ויש לומר הביאור בכל זה:
בפשטות קומט אויס,
אז די שייכות דוקא פון "משפט"
(דין)
צו אידן,
איז ניט אין אזא גרויסער מאם ווי די שייכות פון אנדערע עניני תומ״צ צו אידן.
ווייל .
אע״פ װאס ״מגיד״ דבריו ליעקב - חוקיו ומשפטיו — אלו הדינין״ — לישראל
(דוקא)
",
דאך,
זיינען אויד "או״ה 15
נצטוו על הדינין שהיא אחת משבע מצות שנצטוו בני נח",
און דאם וואס דער פסוק זאגט 16
"ומשפטים בל ידעום",
באציט זיך דאם נאר 14
; אויף "דקדוקי הדין".
און דאם קומט ר׳ לוי זאגן,
אז דער ענין איז דוקא פארקערט: "משפט" האט גאר א ספעציעלע חביבות ביים אויבערשטן,
נאך מער ווי "כל מה שבראתי",
און דער־ פאר איז עם שייך דוקא צו דעם "עם שאני אוהב".
אשר ע״כ קומט אוים,
אז די שייכות פון "משפט" צו אידן איז מער ווי אנדערע עניני תומ״צ.
עס איז דאך אבער ניט מובן טעם הדבר — פארוואס אזא חביבות מיוחדת צו "משפט" ביז אז דערפאר האט ״משפט״ מער שייכות צו אידן ווי אנ־ דערע עניני תומ״צז — ס׳איז דאך לכאורה פארקערט,
כנ״ל.
אויף דעם איז ר׳ לוי מקדים דעם משל פון "מלך שהיו לו בנים הרבה כו׳ והי׳ לו פרדס אחד כו׳",
וואס דער משל פון ״פרדם״ איז בדיוק ובהדגשה: דער חילוק צווישן פרדס און שדה איז,
וואס אין א פרדס וואקסן פירות,
פרי העץ,
"שאינם מוכרחים לצורך קיום החיות" 17 ,
און ״אינן אלא להתענג בהן״ 8
׳ — און בשדה וואקסט
(בעיקר)
תבואה,
וואם איז א מזון הכרחי "לצורך קיום חיותן"־׳.
־
דערמיט מאכט ר׳ לוי קלאר,
אז דא רעדט זיך ניט וועגן "משפט" סתם.
משפט בכלל איז אן ענין הכרחי פאר קיום העולם
(כנ״ל),
נאר המדובר איז וועגן א סוג מיוחד אין משפט,
וועלכער איז בדוגמא צו פרדס,
וועלכער ברענגט "תענוג" 19
(און דערפאר איז דער פסוק מדגיש ״אני ה׳ אוהב משפט״ — ווייל א זאך וואם שאפט תענוג איז פארבונדן מיט דעם רגש האהבה והחביבות).
און דער סוג מיוחד פון משפט איז: א)
געגעבן געווארן צו אידן דוקא,
און ב)
דאם איז פארבונדן דערמיט וואם די.
חביבות פון אידן ביים אויבערשטן איז בדוגמא צו דער אהבה צו א בן קטן דוקא - "נער ישראל ואוהבהו",
כדלקמן.
ג.
די הסברה בזה:
אין כללות ענין המשפט זיינען פאראן צוויי פרטים,
ובלשון הכתוב — שופטים ושוטרים: ״שופטים — דיינין הפוסקים את הדין,
ושוטרים — הרודין את העם אחר מצותם ..
עד שיקבל עליו את דין השופט" 20 .
לכאורה דארף אויסקומען,
אז שופטים זיינען בלויז אן "אמצעי" וואם דער־ מעגלעכט אז די משפטי התורה זאלן ווערן קלאר און באוואוסט און קענען דורכגעפירט ווערן אין לעבן: אזוי ווי עם קען ווערן א ספק וואס איז דער משפט התורה,
דארף מען האבן ״שופטים״ — דיינים וועלכע זײנען מברר דעם פסק דין פון תורה; און אויר "שוטרים",
וואם ענינם איז דורכצופירן דעם פסק דין ומשפט בפועל "עד שיקבל עליו את דין השופט".
וואס לויט דעם קומט אוים,
אז שוטרים זיינעז
(אין א פרט 21 )
מער עיקר ווי שופטים,
ווייל זיי טוען אויף
(דעם עיקר ותכלית —)
"שיקבל עליו את הדין".
אבער ווי דער ענין פון "שופטים" איז מבואר בתורה,
זיינען זיי ניט נאר כדי מגלה ומודיע זיין לכל העם א קלארע הוראה,
די דיני ומשפטי התורה,
נאר זיי האבן
(אויר)
א תוכן און א תפקיד פאר זיד.
און ווי דער רמב״ם 22
איז מתאר דעם מהות פון ב״ד הגדול שבירושלים — וואם איז געווען דער עיקר ויסוד פון אלע שופטים,
ש״בכל שעריך״ 23
— אז "הם עיקר תורה שבעל פה והם עמודי ההוראה ומהם חק ומשפט יוצא לכל ישראל".
דער רמב״ם זאגט דא דריי פרטים
(ושלבים) 24
בנוגע דעם תפקיד פון ב״ד הגדול: א)
"הם עיקר תורה שבעל פה" — דאם איז ניט דער ענין פון "עמודי ההוראה",
נאר דער עיקר פון תורה שבעל פה
(ד.
ה.
ניט נאר תורה אלם הוראה,
נאר אויר — לימוד והבנת התורה) 25 .
ב)
״והם עמודי ההוראה״ — דער ענין פון בירור הלכה למעשה שבתורה,
הוראה לפועל.
ג)
"ומהם חק ומשפט יוצא לכל ישראל״ — דער תפקיד אז די הוראות הב״ד זאלן ארוים־ קומען
(און אנקומען)
לכל ישראל 26 .
ד.
און דאם איז דער חילוק צווישן דעם עניו פון "שופטים" ווי דאס איז ביי אידן,
און — ווי דאס איז בא בני נח "להושיב דיינין ושופטים בכל פלך ופלך״ 27
— א חילוק עיקרי אין עצם מהותם:
ביי ב״נ,
איז דער תפקיד פון די שופטים ודיינים בלויז כדי "לדון בשש מצות אלו ולהזהיר את העם" 27
: די דינים זײנען צו זיי געגעבן געװארן פאר־ טיקערהייט,
בשלימותם 28
; נאר וויבאלד ניט יעדער איינער קען אליין
(בשכלו)
מכווין זיין צום דין לאמיתו,
האט די צייט דערצו א.
ז.
וו.
מוז מען האבן דיינים ושופטים וועלכע לערנען די דינים און זיינען מודיע דעם דין המתאים צו דער פאםירונג
(אװ אויר — זיר משתדל זיין,
אז די דינים זאלן ווערן דורכגעפירט בפועל — "להזהיר את העם")
'.
משא״כ ביי בני ישראל איז דער ענין פון שופטים צום אלעם ערשטן — "עיקר תורה שבעל פה".
צו זיי איז איבערגעגעבן געווארן תורה שבכתב אז זיי זאלען זי לערנען און מפרש ומבאר זיין — תורה שבעל פה: זיי האבן בכח ניט בלויז צו קלאר מאכן ומפרט זיין א דין בתורה,
נאר ס׳איז בכחם
(כמובן,
לויט כללי התורה)
צו מחדש זיין אין תורה 29
;
און אין דעם אלעס איז "לא תסור מן הדבר אשר יגידו לר ימין ושמאל" 30 .
און דאם מיינט דער מדרש "מכל מה שבראתי איני אוהב אלא את הדין" און אז דער אויבערשטער האט אפגעגעבן משפט ודין צו אידן: דא רעדט זיר ניט וועגן דעם תפקיד פון דורכפירן דין ומשפט אין אלגעמיין
(וואם איז פאראן אויר ביי בני נח),
נאר וועגן דעם חידוש ענין פון ״משפט״ — דער שכל וחכמה 31
פון תורה שבע״פ,
וואם דער עניו אין משפט איז ניט צוליב לדעת את המעשה אשר יעשו,
צוליב וועלט — ס׳איז העכער
(ובמילא מער אהוב למעלה)
"מכל מה שבראתי" 32 ,
און דאם איז אפגעגעבן געווארן צו אידה כנ״ל.
ה.
עפ״ז וועט מען אויר פארשטיין דעם טעם וואט דאס איז פארבונדן מיט דער חביבות פון אידן אלם "נער ישראל״ דוקא 33
:
אין דעם ענין פון בירור ההלכות שבתורה איז נוגע בעיקר 34
דער ענין פון גדלות בשכל וחכמה,
כנ״ל,
אבער דאס וואט דער אויבערשטער ״גיט אפ״ תורה,
כביכול,
צו די
(שופטים פון)
אידן,
באופן אז זיי זיינען ״עיקר תורה שבעל פה״ — דאם איז ניט מצד זייער מעלה בשכל וחכמה,
נאר דערפאר וואס ישראל וקוב״ה כולא חד 35 ,
אידן זיינען,
כביכול,
איין זאך מיטן אויבערשטן,
מיט נותן התורה.
און אויח דעם איז א משל די חביבות פון א בן קטן דוקא.
די אהבת האב צו א בן קטן איז ניט פארבונדן מיט מעלות הבן
(ובפרט — גלויות)
(ווארום ער איז דאך נאד א קטן),
נאר דערפאר וואם זיי
(האב והבן)
זיינען אן עצם אחד 36 .
ועד״ז בנמשל בנוגע צו אידן: עם איז פאראן די חביבות צו אידן מצד דעם וואם זיי זיינען אן "עם חכם ונבון" 37
; אבער די אהבה עצמית פון דעם אוי־ בערשטן צו אידן איז מצד זייער עצם
(ניט פארדעקט מיט זיינע מעלות וכיו״ב)
— זיי זיינען "נער ישראל".
ובעבודה — דאם שטייט בגילוי ביי אידן בשעת זיי האלטן זיך קליין 38 ,
בביטול — ״ממעטין עצמכם״ 39
— וואס מצד דעם ווערן אידן ״בעה״ב״ כביכול אויר תורה.
און דערפאר איז די שייכות פון משפט צו אידן טיפער און שטארקער ווי אנ־ דערע עניני תומ״צ,
װײל אין התהוות,
חידוש המשפט דריקט זיר אויס די "מעלה עצמית" פון אידן,
וואם זיי זייגען איין מהות כביכול מיטן אויבערשטן,
אלקי ומלך 40
המשפט.
דערמיט איז אויר מובן וואס מען ברענגט א משל פון א מלך דוקא — ווייל אין נמשל,
באקומען די אידן
(ניט סתם א זאר וואס איז חביב,
נאר)
א זאר וואם איז ביכולת נאר פון א מלד צו געבן — די "בעלות" אויר משפט,
וואם קומט
(כנ״ל)
פון אלקי ומלד המשפט.
ו.
דער ענין הנ״ל בנוגע צו "משפט" — זייענדיק אן ענין כללי פון כל
(ובכל)
התומ״צ — איז פאראן מענינו ביי דעם קיום פון יעדער מצוה,
על ידי כל אחד ואחת.
והביאור:
דער חילוק צווישן "שופטים" און "שוטרים" איז בדומה צום חילוק צווישן "נעשה" און "נשמע": "שופטים" איז ענינם — ״נשמע״ — דער פאר־ שטאנד 41
פון און מאכן הערן תורה ומצוות; און ,
שוטרים" טוען אויף דעם ״נעשה״ — די עשי׳ בפועל,
כולל אויך מעשה מלשון כפי׳ 42
(בדוגמת השוטרים),
וואם בכללות איז דאס דער ענין פון קבלת עול.
קען מען מיינען אז "נשמע" איז ניט קיין ענין ותכלית פאר זיך,
עם איז נאר מעין הכשר מצוה והכנה,
וואם פירט צו עשיית מצות — האט מען אויף דעם די הוראה פון דעם מדרש הנ״ל,
אז דער אויבערשטער הייסט עם זאל זיין "נשמע"
(שופטים)
אלט אן עבודה לעצמה.
וואס דאס איז אייר איינער פון די ביאורים אין דעם וואס דער סדר איז ״נעשה ונשמע״
(נעשה קודם לנשמע)
— דאם איז ניט נאר צוליב׳ן "נעשה",
אז די תנועה פון קבלת עול זאל זיין בתקפה ובשלימותה,
אן אן אריינמישונג פון טעמים שכליים מצד "נשמע",
נאר דאם איז אויר צוליב׳ן "נשמע":
ווען דער "נשמע" קומט פאר "נעשה",
קען זיין אז דער "נשמע" איז בלויז א הכנה והכשרה צום ״נעשה״ — "לימוד מביא לידי מעשה";
בשעת אבער דער "נשמע" קומט נאכן "נעשה",
נאד דעם וואס די עשי׳ איז שוין ״אפגעטאן״ געװארן — איז מובן אז דער "נשמע" איז
(ניט צוליב׳ן "נעשה",
נאר)
אן עבודה
(ושלימות)
ותכלית פאר זיר.
והטעם בזה — ווייל די שלימות החביבות והתענוג דלמעלה איז ווען ביי אידן איז פאראו אויר די הבנה והשגה אין עניני תומ״צ.
ווארום נתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים,
אז אלע "תחתונים" זאלן ווערן א "דירה" וכלי צו ג־טלעכקייט.
בשעת ביי א אידן טוט זיר אויר בלויז דער ״נעשה״ — עשי׳,
קבלת עול — איז אע״פ אז אין דעם דריקט זיר אוים זיין ביטול צום רצון העליון,
איז דאם אבער ניט אן עניו וואם דרינגט דויד זיין מציאות בכל פרטי'׳ אויר די כחות פנימיים;
כדי עם זאל זיר דורכפירן די כוונה פון "דירה בתחתונים" 43
איז ניט גענוג וואם א איד איז זיר מבטל צום רצון העליון,
נאר ער כולו ובכל פרטיו מוז ווערן א ״כלי״
(״דירה״)
צו קדושה,
וואם דאם איז דוקא יוען עם איז
(אויר)
דא
(כוחותיו הפנימיים)
"נשמע",
הבנה והשגה 44 .
ז.
ע״ד ווי ס׳איז פאראן א מעלה אין לימוד
(והבנת 45 )
התורה
("נשמע")
לגבי קיום המצות — עד״ז זיינען דא די צוויי ענינים אין קיום כל מצוה גופא:
כידוע 46 ,
זיינען אין מצוות פאראן צוויי סוגי כוונות: א)
די כוונה כללית וואס איז שווה בכל המצוות
(חלק דנוסח הברכה השווה בכל המצוות)
— "אשר קדשנו במצותיו וציונו",
קיום רצון העליון,
קבלת עול מצות; ב)
די כוונה פרטית רואם איז פארבונדן מיטן תוכן פרטי וסגולה מיוחדת וואט איז דא אין דער מצוה — "להניח תפלין"
[וכמו: רמ״ח מ״ע כנגד רמ״ח איברים 47
ושס״ה מל״ת כנגד שס״ה גידים — און יעדע מצוה טוט אויף א זיכוך אין איר אבר און טייל פון מענטשן 48 ],
וואס דאס איז אן ענין של טעם ודעת.
דער חילוק צווישן די צוויי כוונות איז פארבונדן מיט.
די צוויי ענינים אין מצוות 49
: א)
דער רצון העליון ב״ה שבמצות — וואט אין רצון איז ניטא קיין התחלקות,
און מצד דעם זיינעו אלע מצוות גלייך.
ב)
עונג העליון ב״ה
(די פנימיות פון דעם רצון העליון שבמצוות)
— וואס דער "עונג העליון" איז אנדערש בכל מצוה.
[ע״ד״י װי דער חילוק צווישן רצון ועונג שבנפש האדם,
אז אין רצון איז ניטא קיין התחלקות,
דער
(תוקף הןרצון איז גלייד אין אלע רצונות בשווה; משא״כ אין תענוג איז דא התחלקות,
אין יעדן כח איז פאראן אן אנדער מין תענוג].
און דערפאר איז פאראו אן עילוי אין דער כוונה פרטית פון מצות לגבי דער כוונה כללית 50
— ווייל אין דעם איז פאראן דער עונג העליון ב״ה
(ע״ד הנ״ל,
אז דער "נתאווה הקב״ה" איז דוקא צו האבן א דירה בתחתונים,
וואם ווערט אויפגעטאן דורך דער המשכה
(אויך)
בפנימיות 51 ).
ח.
אע״פ אז ביי יעדער מצוה איז פאראן דער עילוי פון "משפט"
(מצד הכוונה ותוכן פרטי שבמצוה זו)
— קומט עם אבער ניט צו דעם עילוי וואס איז דא אין "משפט" כפשוטו.
ווארום 52
דער עונג אלקי וואס איז מלובש איז מצות
(אין יעדער מצוה אן אנדער סוג עונג)
— איז נאר א הארה פון דעם עונג העליון ב״ה,
וואס איז מיוחד במהותו ועצמותו ית׳; און דער אויבערשטער אליין איז דאך פשוט בתכלית הפשיטות,
און ט׳איז ניט שייך ביי אים קיין התחלקות כו׳,
נאר ער איז דער "מקור התענוגים",
וואס פון דארט ווערט נמשך א "הארה במצות לכל בחי׳ כמדריגתה".
און דאס איז דער אויפטו פון "משפט" — ״שופטים ושוטרים תתן לך״ — וואס דערמיט ווערט געמיינט
(ניט דער ענין פרטי פון משפט,
נאר)
ענין הכללי בשײכות צו גאנץ תומ״צ
(כנ״ל ם״ד בארוכה).
און דערפאר זאגט מען דערויף ״אני ה׳ אוהב משפט״ — ווייל אין דעם שטייט בגלוי
(ניט נאר א הארה פון דעם עונג העליון,
ווי אין יעדער מצוה פרטית,
נאר)
דער מקור התענוגים,
דער ״נתאוה״ פון עצמותו ית׳.
און דאם איז אויך דער טעם וואט דער ענין פון משפט ווערט געגעבן צו אידן מצד דעם וואס "נער ישראל ואוהבהו" — דוקא צוליב זייער
(מעלה פון)
קטנות וביטול — ווייל דער פארבונד מיט מקור התענוגים איז 53
ניט דורך אן עבודה פון טעם והרגש העונג,
וואו ם׳איו נרגש מציאות האדם,
נאר אדרבה: דוקא דורך פשיטות פארבינדט מעז זיד מיט דער פשיטות שלמעלה 54 .
ט.
פ׳ שופטים לייענט מען אלע מאל בתחילת חודש אלול
— ברוב השנים איו שבת פ׳ ראה נאך אין חודש מנ״א — ש״מ אלול: און אפילו ווען עם פאלט אוים בר״ח אלול,
איז עס דער ערשטער טאג ר״ח
(ל׳ מנ״א),
אבער א׳ אלול איז אלעמאל בפ׳ שופטים — איז מובן,
אז דער ענין הנ״ל בנוגע צו שופטים האט א שייכות מיוחדת צו חודש אלול,
וואם פון די מנהגי ישראל בחודש זה
(וועלכע הויבט זיך אן פון א׳ אלול 55 )
איז תקיעת שופר דאלול 56
:
בנוגע דעם ענין פון שופר געפינט מען צוויי קצוות ,5
: "שופר" איז מלשון "שפרו מעשיכם" 58 ,
וואם איז דער ענין פון תענוג: ולאידך,
דער קול השופר איז מטיל אימה וחרדה 59
(היפך העונג).
איז דער צ״צ דערויף מבאר 80 ,
אז "שופר" איז די בחינה פון "מקור התענוגים" וואם איז אינגאנצן העכער פון גילוי התענוג,
און דערפאר איז ער מטיל אימה וחרדה,
ווייל דער גילוי פון מקור התענוגים,
איז פארבונדן מיט ביטול ופשיטות כנ״ל.
[וכידוע 61
דער משל פון בעש״ט אויף קול שופר,
אז דאס איז בדוגמת דעם קול פשוט 62
פון בנו יחידו של המלך,
וואס "אביו יכירו בטביעת עין דקלא"].
אבער מאידך,
איז "שופר" מלשון תענוג,
היות אז דאס איז דער מקור התענוגים פון וועלכן עם ווערן נמשך כל מיני תענוג.
וואס דאס איז ע״ד וואט דער מדרש איז מבאר בנוגע צו משפט — שופטים ושוטרים תתן לך — אז אין דעם איז פאראן דער "אני ה׳ אוהב משפט",
און דערפאר איז עט פארבונדן מיט אידן ווי זײ זײנען אין דעם אופן פון "נער ישראל ואוהבהו",
כנ״ל.
וע״י ענין ה״משפט"
(שלימות פון דין בכלל)
ווערט אויפגעטאן
(ווי דער מדרש איז מסיים),
אז ״מיד אני גואל אתכם גאולה שלימה" 63 .
(ממאמר ושיחת ש״פ שופטים תשכ״ז.
ד״ה יו״ט של ר״ה תשמ״ב*)