B"H
🏡

Ikar

ראה ב

א.

"לא תוכל לאכול בשעריו מעשר דגנך ותירושך ויצהרך ובכורות בקרף וצאנך וכל נדריך וגו׳ ותרומת ידך" 1 .

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "לא תוכל' און

(נאכן מפרש זיין "בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר",

כדלקמן סעיף ה — איז ער נאך אמאל מעתיק די ווערטער "לא תוכל" און)

איז מפרש "רבי יהושע בן קרחה אומר 2

יכול אתה אבל אינך רשאי"

[און דערנאך ברענגט ער א דוגמא דערצו — "כיוצא בו ואת 3

היבוסי..

לא יכלו..

להורישם יכולים היו אלא שאינן רשאין כו׳",

כדלקמן סעיף ב).

דארף מען פארשטיין:

דעם ענין — אז "לא תוכל" קען מיינען ״אינך רשאי״ — געפינט מען שוין פריער אין חומש: אין ספר שמות 4

שטייט "לא יוכל העם לעלות גו׳

(אויף הר סיני)

כי אתה העדתה בנו לאמר הגבל את ההר גו׳",

און ווי רש־י איז אויף דעם מפרש "איני צריך להעיד בהם שהרי מותרין ועומדין ..

ולא יוכלו לעלות שאין להם רשות"; עד״ז איז רש״י מפרש דעם פסוק 5

"לא תוכל לראות את פני״ — "איני נותן לך רשות" 6

[נוסף לזה וואם מ׳געפינ.

עס אויר כמה פעמים אין ווייטערדיקע פסוקים,

וביניהם אויך כו״כ לא תעשה׳ת וועלכע

ווערן געזאגט אין דעם לשון — ווייטער אין אונזער סדרה 7

: לא תוכל לזבוח את הפסח גו׳; אין פ׳ שופטים 8

— "לא תוכל לתת עליך איש נכרי גו"; אין פ׳ תצא 9

: לא יוכל לבכר גו׳,

לא תוכל להתעלם גו׳,

לא יוכל לשלחה גו׳,

לא יוכל בעלה הראשון גו׳]

— איז תמוה בנדו״ד 10

: מיט וואס איז אונזער פסוק אנדערש פון די אלע ערטער,

וואם דוקא דא דארף רש״י ברענגען דעם מאמר פון ר׳ יהושע בן קרחה "יכול אתה אבל אינך רשאי"

(כאילו אז דער פירוש

("אינך רשאי")

איז א חידוש)

11

?

און נאך מער 10

: די ראי׳ אז דער לשון "לא תוכל" קען געטייטשט ווערן "אינך רשאי",

ברענגט רש״י ניט פון די אלע ערטער אין חומש 2

׳ נאר מוז אנקומען צו א פסוק פון נביא 13

!

די תמי׳ איז נאך גרעסער: כמעט דעם זעלבן ענין ווי אין אונזער פרש״י,

איז רש״י מפרש אויף די ווערטער ,

לא אוכל עוד לצאת ולבוא״ — אין פ׳ וילך 14

: יכול שתשש כחו כו׳ מהו לא אוכל איני רשאי שנטלה ממני הרשות וניתנה ליהושע — האט רש״י דא געקענט ברענגען א דוגמא פון דעס פסוק אין חומש

(וואו רש״י אליין איז מדייק ומוכיח דעם תוכן אז ״יכול אתה אבל אינך רשאי״)

— און ניט א דוגמא דוקא פון נביא!

אויר דארף מען פארשטיין:

א)

דרכו של רש״י איז צו זאגן גלייך דעם פירוש פון ווארט

(אדער פסוק)

בלי צו זאגן די שאלה

(או קושיא)

שבתיבה — האט ער אויר בנדו״ד געדארפט זאגן

(בקיצור)

"לא תוכל,

איגך רשאי".

אע״פ אז דאס איז דער לשון פון ריב״ק — איז אבער ניט ענינו פון פרש״י על התורה צו מעתיק זיין מאמרי חז״ל בדיוק לשונם,

כמדובר כמה פעמים 15 .

ב)

דעם דיוק הידוע — פארוואם ברענגט רש״י דעם מאמר בשם אומרו

(רבי יהושע בן קרחה 16 ),

ניט ווי ברובא דרובא פון פירושי רש״י,

וואו ער דער־ מאנט ניט דעם שם בעל המאמר?

וכמדובר כמה פעמים 17 ,

אז רש״י טוט דאם נאר אין א פאל ווען דער שם בעל המאמר גיט צו א תוספת הבנה אין זיין פירוש.

ב.

ווייטער אין דער דוגמא,

איז רש״י מאריך לבאר: כיוצא בו ואת 3

היבוסי יושבי ירושלים לא יכלו בני יהודה להורישם יכולים היו אלא שאינן רשאין לפי שכרת להם אברהם ברית כשלקח מהם מערת המכפלה ולא יבוסים היו אלא חתיים היו אלא על שם העיר ששמה יבוס כך מפורש בפרקי דר״א" ,

והוא שנאמר 19

כי אם הסירך העורים והפסחים צלמים שכתבו עליהם את השבועה.

דער מקור פון דער דוגמא איז מאמרו של ריב״ק

(אין ספרי 20 ),

אבער דארט שטייט בקיצור 21

"כיוצא בו אתה אומר ואת היבוסי יושבי ירושלים לא יכלו להורישם יכולים היו אבל אינם רשאים".

עם איז מובן דער טעם פארוואס רש״י באגנוגנט זיר ניט מיט דעם קיצור — ווייל רש״י מוז דאך מבאר זײן דעם בן חמש למקרא פארוואם "אינם רשאים" צו אײננעמען ירושלים,

און דערפאר איז ער מוסיף לבאר אז אברהם האט כורת ברית געווען אז מ׳וועט ניט אייננעמען עיר היבוסי 22 .

מען דארף אבער פארשטיין:

ג)

פארוואס לערנט רש״י אז די שבועה איז געווען "כשלקח

(אברהם)

מהם מערת המכפלה״ — וואט דאם ווערט כלל ניט דערמאנט אין חומש

(נאר בלויז איו תורה שבע״פ — אין פרקי דר״א)

— בשעת מען געפינט בפירוש אין חומש 23

א כריתת ברית צווישן אברהם׳ען מיט אבימלך; האט רש״י

(דוקא מצד פשוטו של מקרא)

געדארפט לערנען אז דאס איז געווען די שבועה אויף ניט אייננעמען עיר היבוסי

(ווייל די יבוסים האבן געשטאמט פון אבימלד 24 )?

די תמי׳ איז נאד גרעסער: רש״י אין נביאים 25

זאגט טאקע אז "לא היו רשאין מחמת השבועה שנשבע אברהם לאבימלך" 26

!

ד)

למאי נפק״מ בפשוטו של מקרא די הוספה פון רש״י

(אויפן לשון הספרי)

בסיום פירושו "והוא שנאמר כי אם הסירך ..

צלמים שכתבו עליהם את השבועה"?

ס׳איז דאך ניט ענינו של רש״י צו מפרש זיין בפירושו אויף חומש,

פסוקים אין נביא.

ה)

״כך מפורש בפרקי דר״א״ — למאי נפק״מ

(ע״ד הנ״ל שאלה ב)

דער מראה־ מקום וואו דער ענין שטייט אין חז״ל?

אפילו אויב רש״י מוז מדגיש זיין אז דער ענין איז גענומען געווארן פון חז״ל

(ווארום אין מקרא גופא ווערט ניט דערמאנט אזא שבועה)

— האט רש״י געקענט זאגן

(כדרכו בכמה מקומות)

"ורבותינו אמרו"

(וכיו״ב).

רש״י איז ניט רגיל צו אנגעבן דעם מקור פון זיין פירוש בדיוק

(ווי מען זעט אין דעם פרש״י עצמו: רש״י זאגט ניט אז מאמרו של ריב״ק איז גענומען געווארן פון ספרי 27 ).

ג.

ויש לומר הביאור בכל זה:

ע״ד הפשט איז מסתבר צו זאגן,

אז דארט וואו די תורה זאגט אז אויח אן איסור בלשון ״לא תוכל״ — אע״פ אז דעמאלט איז דער טייטש פון "לא תוכל" — "אינך רשאי",

איז דאס אבער נאר דאו ווען מען איז ניט שולל דעם פירוש הפשוט פון "לא תוכל",

אז מ׳האט ניט די יכולת דאס צו טאן.

דאם הייסט: ס׳איז ניט דער פשט אז דורך דעם וואם די תורה אסר׳ט אים צו טאו די זאך,

ווערט ביי אים אוועקגענומען די מעגלעכקייט דאם צו טאן 28

— ווייל אי משום הא,

איז עס ניט אנדערש פון אלע איסורי התורה; און דערפון וואם נאר אין געציילטע ערטער אסר׳ט תורה מיטן לשון "לא תוכל"

(וכיו״ב)

איז מובן,

אז די אי־אפשריות צו טאן דעם איסור איז

(ניט מצד דעם ציווי,

נאר)

מצד אן אנדער סיבה.

און דאס קזז זיין אויף כמה אופנים,

ולדוגמא 29

:

א)

עס איז אזא ענין וואם נאך דעם ווי תורה אסר׳ט די זאך — קען ער די זאך ניט אויפטאן.

וכמו: "לא יוכל לבכר את בן האהובה גו׳״ 30

— אפילו ווען דער אב וויל מבכר זיין דער "בן האהובה",

ווערט ער ניט קיין בכור 31

; "לא יוכל לשלחה גו׳״ 32

— אפילו אויב ער שיקט איר אוועק דארף ער איר צוריקנעמען 33 .

ב)

א זאך וואס איז ניט תלוי ברצונו — וכמו: "לא תוכל לראות את פני כי לא יראני האדם וחי" 5

; "לא תוכל לתת עליך איש נכרי גו'״ 34

— ויייל,

ווי די תורה איז דערנאך ממשיך 35 ,

"והי׳ כשבתו על כסא ממלכתו וכתב לו את משנה התורה גו׳ והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו גו׳ לשמור את כל דברי התורה הזאת גו״׳ — וואם דאם אלץ איז אוממעגלעך ביי אן "איש נכרי אשר לא אחיך הוא": ועד״ז דאם וואס שטייט ביי משה 36

״לא אוכל עוד לצאת ולבא״ — וויבאלד אז "ניטלה ממני הרשות וניתנה ליהושע" 37 ,

איז דאך ניט בידיו של משה "לצאת ולבא",

מ׳האט שוין איבערגע־ געבן די "רשות" צו יהושע׳ן,

איז דאך

צוגענומען פון משה׳ן די אפשריות אויף "לצאת ולבא".

ג)

בשעת מ׳איז שוין פריער אנגע־ זאגט געווארן ניט צו טאן א זאך — פאסט דערנאך דער לשון "לא תוכל",

אז מ׳קען די זאך ניט טאן.

וכמו: "לא יוכל העם לעלות אל הר סיני כי אתה העדותה בנו לאמר הגבל גו'" 38

(כלשון רש״י,

אז אידן זיינען שוין אויף דעם ״מותרין ועומדין״)

; ״לא תוכל לזבוח את הפסח באחד שעריך גו'" 39

— וואס

(נוסף לזה,

אז הקרבת הפסח איז ניט תלוי נאר ברצונו,

נאר אויך אין דעם כהן המקריב

(כסוג השני הנ״ל),

איז)

דער איסור צו מקריב זיין א קרבן -בחוץ איז שוין געשטאנען פריער 40

— "שמה תביאו גו׳ עולותיכם וזבחיכם גו׳ השמר לך פן תעלה עולותיך בכל מקום גו"׳; ״לא תוכל להתעלם״ 41

— וואס עס שטייט שוין בתחלת הענין 42

"לא תראה גו׳ והתעלמת גו"׳,

און נאך דעם איז די תורה מסיים "לא תוכל להתעלם".

ד.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם חידוש פון אונזער פסוק — "לא תוכל לאכול בשעריך גו"׳:

בנדו״ד איז נאך ניט געשטאנען אז ״בשעריך״ טאר מען ניט עסן "מעשר גו׳ ובכורות בקרך גו׳ וכל נדריך גו׳ ותרומת ידך"

(עם איז נאר געשטאנען דער לאו "פן תעלה עולותיך בכל מקום גו"׳).

קומט אוים,

אז דער איסור אכילה ווערט מלכתחילה אנגעזאגט מיטן לשון ״לא תוכל״ — און דערפאר שטעלט זיך רש״י דא אפ און איז מחדש "יכול אתה

אבל אינך רשאי״ — אז אויך אין אזא פאל פאסט דער לשון ״לא תוכל״

(ווי־ באלד אז דער איסור התורה גופא איז שולל די מעגלעכקייט צו טאן די זאך).

דאם איז אבער ניט א ביאור מספיק — ווייל:

א)

לפ״ז,

איז דאך אין הראי׳ דומה לנידון — אין דער דוגמא פון "ואת היבוסי..

לא יכלו גו׳ להורישם,

יכולים היו אלא שאינן רשאין",

איז דער איסור ניט אנגעזאגט געווארן מיטן לשון "לא יכלו" פון דענז פסוק,

נאר ער קומט מצד דער פריערדיקער שבועה!

ב)

אע״פ אז א לאו מפורש אויף עסן מעשר וכו׳ בחוץ געפינט מען ניט פריער אין דער תורה,

ווייס מען שוין אבער דעם איסור פון א פריערדיקן ציווי בלשון עשה 43 ,

״והבאתם שמה ..

ואכלתם שם גו״׳ — אזוי אז דער "לא תוכל" דא איז ניט אנדערש לכאורה פון די אנדערע ערטער אין תורה וואו דער

"לא תוכל" שטייט בשייכות צו אן איסור וואם איז שוין אנגעזאגט געווארן פריער.

ג)

וויבאלד "לא תוכל" איז סו״ס מתאים בא יעדן לאו — איז פארוואם נוצט תורה דעם לשון "לא תוכל" דוקא ביי דעס לאו 44 ?

ה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אין דעם ערשטן דיבור פון רש״י בפסוק זה: לא תוכל,

בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר.

דעם לשון "ליתן ל״ת כו׳",

זאגט רש״י אין נאד דריי ערטער בפרשתנו בסמיכות צו אונזער פסוק: א)

השמר לך פן תעלה עולותיך בכל מקום אשר תראה — ליתן לא תעשה על הדבר 45 .

ב)

השמר לד פן תעזוב את הלוי גו׳ — ליתן לא תעשה על הדבר 46 .

ג)

את כל הדבר אשר אנכי מצוה גו׳ תשמרו לעשות — ליתן לא תעשה על עשה האמורים בפרשה 47 .

אבער דוקא אין אונזער פסוק איז רש״י מאריך בלשונו — "בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר" 48 .

ויש לומר הביאור בזה — בפשטות: אין די אנדערע דריי ערטער,

איז דער פסוק ניט אויסן בלויז צו מוסיף זיין א לא תעשה — עם זיינען פאראן נאך חידושים אין די פסוקים: א)

השמר גו׳ פן תעלה עולותיך בכל מקום אשר תראה — אשר יעלה בלבך,

אבל אתה מקריב ע״פ נביא כו׳

(פרש״י).

ב)

השמר

לך פן תעזוב את הלוי כל ימיך על אדמתך — אבל בגולה אינך מוזהר עליו יותר מעניי ישראל

(פרש״י).

ג)

את כל הדבר גו׳ תשמרו לעשות לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו.

משא״כ אין אונזער פסוק "לא תוכל לאכול בשעריו גו׳" איז "בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר״ — דער פסוק קומט מער ניט ווי צו מוסיף זיין א לא תעשה 49 .

אבער הא גופא דארף האבן א ביאור: למאי נפק״מ די הדגשה,

אז די גאנצע כוונה פון פסוק איז "ליתן לא תעשה"?

איז דעריבער מסתבר לומר,

אז דא מוז מען האבן דעם לא תעשה.

(ניט ווי אין אנדערע ערטער,

נאר אויף צו מוסיף זיין אין חומר הדבר,

אין עונש וכ׳ —)

בנדו״ד איז דא א ספעציעלע הדגשה אין דעם בפירוש׳ן לאו,

און דערפאר איז דא אויף דעם א כתוב מיוחד.

ו.

ויש לומר דעם ביאור אין דעם:

דא רעדט זיר וועגן מעשר וקדשים כו׳ וואס אכילתם איז א מצוה.

דערי־ בער וואלט מען געקענט מיינען

(אין לימוד ע״ד הפשט),

אז דאס וואם עם איז דא א ציווי זיי צו

(ברענגען און)

עסן אין ירושלים,

איז דאם א מצוה נוספת אויף מצות אכילת מעשר וקדשים כו׳ בכלל.

דאם הייסט,

מ׳וואלט געזאגט אז דאס זיינען צוויי מצות,

וועלכע זיינען ניט

תלוי איינע אין דער צווייטער:

(א)

אכילת מעשר וקדשים כו׳.

(ב)

אכילתם בירושלים,

"במקום אשר יבחר ה׳" 50

;

ולכן,

ווען איינער איז אן אנוס און קען ניט עסן זיין מעשר אדער קדשים כו׳ אין ירושלים,

וואלט געווען א קס״ד לומר 51 ,

אז ער

(קען,

ואדרבה —)

מוז עסן זיי במקומו "בשעריך",

צו מקיים זיין עכ״פ די מצוה פון אכילת מעשר וקדשים כו׳

— אויף דעם "בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר״ — אז אכילה בירושלים איז ניט א מצוה נוספת,

נאר ס׳איז א תנאי לעכובא,

מען טאר זײ ניט עסן במקום אחר

און דאם איז דער המשך אין פרש״י: נאד דעם ווי ער איז מפרש אז די כוונה

(כללית)

פון דעם פסוק איז "

(בא הכתוב)

ליתן לא תעשה על הדבר",

איז ער מפרש די ווערטער ״לא תוכל״ — "יכול אתה אבל אינך רשאי",

ווייל לאחרי ווי מען ווייס אז "בא הכתוב ליתן לא תעשה על הדבר",

ווערט שוין פארשטאנדיק פארוואס די תורה זאגט אן דעם איסור בלשון "לא תוכל".

והביאור בזה:

מיט "יכול אתה" מיינט רש״י

(ניט נאר די גשמית׳דיקע יכולת צו עסן חוץ לירושלים — דמאי קמ״ל?

! — נאר)

די מצוה ־יכולת 52

צו עסן "בשעריו" מצד

(סברא הנ״ל פון דער)

מצות פון אכילת מעשר וקדשים כו׳

(כנ״ל)

: און אין דעם איז דער פסוק מחדש — ״לא תוכל..

אינך רשאי",

די אזהרה איז שולל די מצוה־יכולת.

ד.

ה.

מיט דעם לאו איז דער פסוק מחדש,

אז חוץ לירושלים איז ניטא די מצוה פון אכילת מעשר וקדשים כר.

ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פאר־ וואס רש״י ברענגט די דוגמא דוקא פון נביאים

(״ואת היבוסי גר״)

— ווייל דוקא דארטן איז עם בהתאם צום חידוש אין אונזער פסוק:

צו כובש זיין "יבוסי יושבי ירושלים" איז לכאורה דא א ציווי 53

— "והורשתם את כל יושבי הארץ גר וישבתם בה גר והתנחלתם את הארץ גר״ — ובמילא איז דער "יכולים היו" ניט נאר מצד דער גשמיות׳דיקער גבורה פון אידן 54 ,

נאר מצד ציווי השם — און דאס באווארנט די תורה,

אז מצד דער שבועה איז "לא יכלו להורישם",

"שאינן רשאין".

ד.

ה.

אז דער ״לא יכלו — אינן רשאין",

איז מצד דער שבועה,

דער ציווי פון כיבוש הארץ איז מלכתחילה ניט חל בנוגע צו יבוסי ןע״ד נדו״ד,

וואס "לא תוכל לאכול

בשעריך״ איז מגלה אז ״בשעריך״ איז ניטא די מצוה 55

פון אכילת מעשר וכר].

ז.

לכאורה איז אבער אינגאנצן ניט פארשטאנדיק — ווי קען מען זאגן,

אז מצד דער שבועה צו די בני חת זאל ניט חל זיין ציווי השם צו אייננעמען גאנץ ארץ ישראל — אדרבה,

דער ציווי השם

(לאחרי מ״ת)

דארף דאך מבטל זיין 56

די התחייבות שמצד השבועה לפני זה!

איז דער ביאור אין דעם:

אע״פ אז מצד הדין האט די שבועה ניט געהאט קיין תוקף

(מצד דעם ציווי השם צו כובש זיין א״י) 57

— פונדעסט־ וועגן,

וויבאלד אז לפי דעת היבוסיים האט די שבועה יע געהאט א תוקף,

איז אויב אידן וואלטן זיר ניט גערעכנט מיט דער שבועה,

וואלט ארויסגעקומען א חילול השם.

און דעריבער ״לא יכלו..

להורישם ..

שאינן רשאין״ — ווייל מצד דעם ענין פון חילול השם האבן זיך

אידן געפירט כאילו ווי די שבועה האט א תוקף.

ןט״ד ווי מען געפינט ביי די גבעונים,

וואס "ויכרות להם ברית לחיותם וישבעו גו׳״”,

און דערפאר "לא נוכל לנגוע בהם״ 59

— אז אע״פ אז ״לא חײלה שבועה עילוייהו כלל " 60

(ווייל די גבעונים האבן אויסגענארט אידן),

פונ־ דעםטװעגן ״לא קטלינהו משום קדושת השם " 60 ],

ועפ״ז יש לבאר פארוואס רש״י איז מפרש אז די שבועה איז

(ניט די שבועת אברהם לאבימלד,

נאר)

די כריתת ברית ״כשלקח מהם מערת המכפלה״ — ווייל דאם איז נאכמער מגדיל דעם חילול השם שבדבר

(ווען אידן וואלטן זיד ניט געפירט ע״פ די שבועה)

:

לויט ד ער כריתת ברית מיט די בני חת,

איז דער העדר הכיבוש פון ירושלים ווי א תנאי אין קנין פון מערת המכפלה.

קומט אוים,

אז ווען עם וואלט ניט אפגעהיט געווארן די שבועה,

וואלט

(לדעת היבוסים)

בטל געווארן למפרע קנינו של אברהם במערת המכפלה 61 ,

ובמילא,

אז די אבות ואמהות זיינען געווען קבורים בקבר לא להם 62

!

און צו פארשפארן דעם חילול השם

(אז די יבוסײם װעלן זאגן אז אידן ארט ניט אז די אבות ואמהות זיינען קבורים בקבר לא להם)

איז ״לא יכלו ..

להורישם".

ח.

רש״י קען זיד אבער ניט מסתפק זיין מיט דעם אליין — ווייל דער "בן חמש למקרא" וועט זאך פרעגן: וויבאלד אז מצד חילול השם האבן אידן ניט געטארט אייננעמען עיר היבוסי — איז ווי האט מעז דאס סוף־סוף פון זיי צוגענומען 63 ?

דערפאר מוז רש״י מסיים זיין "והוא שנאמר כי אם הסירך העורים והפסחים צלמים שכתבו עליהם את השבועה": דוד המלך האט צוגענומען די צלמים אויף וועלכע עם איז געשריבן געווארן די שבועה,

אזוי ארום איז בטל געווארן דער זכרון פון דער שבועה

(וכמובן בפשטות,

אז נאך דעם ווי ס׳איז שוין אדורך בערך 800 יאר פון דער כריתת ברית מיט די בני חת,

האט מען גרינג געקענט בטל מאכן דעם זכרון פון דער

שבועה דורך מסיר זיין די "צלמים שכתבו עליהם את השבועה").

[און דאם איז דער דיוק "כי אם הסירך העוריס והפסחים צלמים שכתבו עליהם את השבועה": דא האט זיף ניט גע־ פאדערט צו מסיר זיין די שבועה עצמה — די שבועה איז בלאה״כ בטל,

תקפה איז הוסר; מען דארף נאר מסיר זיין די צלמים 64

אויף וועלכע ס׳איז פארשריבן געווארן די שבועה,

צו מבטל זיין דעם חילול השם שבדבר 65 ].

סוף־ סוף איז אבער פארט ניט גלא־ טיק: וויבאלד אז עם זיינען געווען לעבעדיקע יבוסיים וועלכע האבן יע גע־ וואוסט פון דער שבועה

(און האבן גע־ זאגט דוד׳ן "לא תבא הנה כי אם הסירך גו׳״)

— איז כלפי זיי,

וואס האט אויפגע־ טאן די הסרת העורים והפסחים?

דערפאר איז רש״י מציין צו פרקי דר״א — "כך מפורש בפרקי דר״א": אין פרקי דר״א,

נאך דעם ווי עס ווערט דערציילט וועגן שבועת אברהם וכו׳,

שטייט דארט ״ואח״כ קנה

(דוד)

את עיר היבוסי לישראל 66

בכתב עולם לאחוזת

עולם ..

שש מאות שקלים בו׳"; און ווי־ באלד דוד האט קונה געווען עיר היבוסי בכסף מלאי 6 ,

האט דאם אינגאנצן מבטל געווען וועלכע־עס־איז טענה פון דעם יבוסי אויף עיר ירושלים 68 .

ט.

ע״פ כל הנ״ל יש לבאר פארוואס רש״י ברענגט דעם מאמר בשם אומרו — ר׳ יהושע בן קרחה:

א תלמיד "ממולח" קען דאך פרעגן: וויבאלד א איד האט די מצוה פון אכילת מעשר וקדשים כו׳ — ווי וועט ער מסביר זיין זיך וואם ער איז אן אנוס און קען ניט גיין קיין ירושלים און דערפאר לא תוכל לאכול אפילו בשעריך?

זאגט רש״י אז דעם מאמר האט גע־ זאגט ר׳ יהושע בן קרחה: פון די בא־ וואוסטע מאמרים פון ר׳ יהושע בן קרחה אין דער מאמר 69

— "למה קדמה פרשת שמע לוהי׳ אם שמוע כדי שיקבל עליו עול מלכות שמים תחלה ואחר כך מקבל עליו עול מצות".

און דאם איז די הסברה בעניננו: איי־ דער א איד האט קבלת עול מצות,

דארף ביי אים פריער זיין קבלת "עול מלכות שמיס",

דעם עול פון מלך מה״מ הקב״ה,

וואס ער האט אנגעזאגט "לא תוכל לאכול בשעריך גו׳ כי אם לפני ה׳ אלקיך תאכלנו במקום אשר יבחר ה׳ אלקיך בו".

(משיחת ש־פ ראה תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.