א.
אויף די לעצטע צװײ װערטער פון אונזער סדרה — ״
(ושמרת את המצוה גו׳ אשר אנכי מצוד)
היום לעשותם" — איז רש״י מפרש 1
: ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם.
לערנען מפרשים 2
אז דער פירוש רש״י קומט בהמשך צו זיין פירוש אויפן פריערדיקן פסוק "ומשלם לשונאיו אל פניו להאבידו — בחייו משלם לו גמולו הטוב כדי להאבידו מן העולם הבא",
ד.
ה.
דער אויבערשטער צאלט אפ א רשע זיין שכר פאר זיינע מעשים טובים בעוה״ז כדי ער זאל ניט האבו קיין עוה״ב —
איז בהמשך לזה זאגט דער פסוק ״ושמרת גו׳ היום לעשותם״ — "ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם",
אז ביי צדיקים איז פארקערט,
אז ןײער שכר איז ניט "היום" אין עולם הזה,
נאר "למחר לעולם הבא".
ווייל "שכר 3
מצוה בהאי עלמא ליכא" 4 .
און דאם איז מתאים מיט דברי הש״ס 5
— דער מקור פון פירוש רש״י זה — וואו עס ברענגט זיך דער מאמר "היום לעשותם כו׳ ולמחר לקבל שכרם" בהמשך צום מאמר אויף "לא יאחר לשונאו״ 6
— "לשונאיו הוא דלא יאחר אבל יאחר לצדיקים גמורים,
והיינו דאריב״ל מאי דכתיב ..
היום לעשותם ..
היום לעשותם למחר לקבל שכרם".
ד.
ה.
מיט "למחר לקבל שכרם" מיינט ריב״ל אז דער אויבערשטער איז
(בדו־ קא)
"מאחר" דעם שכר פון צדיקים גמורים
(אויף "למחר",
לעולם הבא).
ב.
עם איז אבער שווער צו איינלערנען דעם פירוש אין דברי רש״י,
ווייל:
א)
לפ״ז האט רש״י געדארפט מדגיש זיין
(ווי אין גמרא)
דעם ניגוד,
אז אין דע ס פסוק
("ושמרת גו׳ היום לעשותם")
רעדט זיך
(ניט וועגן "שונאיו",
נאר)
וועגן צדיקים גמורים* 6 .
פון דעם וואס רש״י איז סותם "היום לעשותם,
ולמחר בו׳״ — ניט מאכנדיק דערביי קיין חילוקים — איז משמע,
אז רש״י איז אויסן צו זאגן א כלל בשייכות צו אלע אידן 7 .
ב)
ועוד ועיקר: ווי קען מען זאגן אז לויט פרש״י
(לויט פשוטו של מקרא)
איז "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא",
בשעת עס זיינען פאראן א ריבוי פסוקים אין חומש וואו עס ווערן אנגעזאגט א סך יעודים גשמיים פאר קיום התורה והמצות - ובלשון הכתוב 8
"אם בחוקותי תלכו גו׳ ונתתי גשמיכם בעתם"
(מיט אלע ברכות המנויות בפרשה),
און נאכמער: גלייך נאך אונזער פסוק קומען די פסוקים 9
"והי׳ עקב תשמעון גו׳ ואהבך וברכך גו׳ וברך פרי בטנך ופרי אדמתך דגנך גו׳ ברוך תהי׳ גו׳ והסיר גו׳ ואכלת גו'" 10 ?
!
ג.
מפרשים 11
פארענטפערן ע״פ דברי הךמב״ם 12
הידועים,
אז דער אמת׳ער ענין פון שכר מצות איז חיי העולם הבא,
און די אלע יעודים גשמיים זיינען בלויז כדי "שיסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו ..
וישפיע לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה כו׳ כדי שנזכה לחיי העולם הבא".
און דאס מיינט "למחר לעוה״ב ליטול שכרם״ — ווייל דער
(אמת׳ער)
שכר מצוה — בלשון הרמב״ם שם: סוף מתן שכרן של מצות — איז חיי עולם הבא,
און אויף דעם זאגט מען שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
מען קען אבער ניט אננעמען אז דאס איז שיטת רש״י בפשוטו של מקרא — ווייל
[נוסף לזה וואס אויב אזוי וואלט דאך רש״י
(וואם האט געשריבן פירושו בלשון ברור)
ערגעץ וואו געדארפט אנדייטן אויף דעם חילוק 13 ,
אז די יעודים גשמיים שבתורה זיינען ניט דער שבר מצוה
(אדער לאידך: רש״י האט געדארפט מדגיש זיין דא אין אונזער פסוק אז ער רעדט
(ניט וועגן דעם "שכר" המדובר בתורה,
נאר)
וועגן "סוף מתן שכרן״ וכיו״ב)
— איז]
:
א)
אין פסוק 14
״ופניתי אליכם״ — וואם רעדט וועגן יעודים גשמיים: והפריתי אתכם והרביתי אתכם — איז רש״י מפרש: "אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם מלה״ד למלך ששכר פועלים וכו"׳,
וואם דערפון איז קלאר דעת רש״י עה״ת,
אז דער "לשלם שכרכם" איז ניט
(נאר)
אן ענין צדדי
(הסרת המניעות אויף קיום המצות)
נאר די באלוינונג פאר דער עבודה גופא
(פונקט ווי דער שכר וואס מען צאלט פועלים) 15 .
ב)
בכלל איז שווער צו אננעמען אז רש״י בפירושו עה״ת איז מפרש ווי דער מ״ד "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" ווייל דער מקור ויסוד של שיטה זו זיינען די פסוקים "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך" 16
(ביי כבוד או״א)
און "למען ייטב לך והארכת ימים" 17
(ביי שילוח הקן),
אז דאם מיינט: "למען ייטב לך לעולם שכולו טוב,
ולמען יאריכון ימיך לעולם שכולו ארוך" 18 ,
אבער רש״י בפירושו עה״ת ברענגט ניט
(אויף די פסוקים הנ״ל)
דעם פירוש
(עולם שכולו טוב ..
שכולו ארוך).
ואדרבה: פון סתימת לשון רש״י אויפן פסוק 19
״כבד גו׳ למען יאריכון ימיך״ — "אם תכבד יאריכון ואם לאו כו'",
ועד״ז אויפן פסוק 17
"שלח תשלח גו׳ למען ייטב לך גו״׳ — "אם מצוה קלה כו׳ אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים ק״ו למתן שכרן של מצות חמורות" — איז מוכח,
אז רש״י האלט אז פשוטושל מקרא איז אריכות ימים און טובה כפשוטן בגשמיות 20
(און דאס איז אויך "מתן שכרן של מצות חמורות" 21 ).
והדרא קושיא לדוכתא: ווי זאגט רש״י דא בסיום פרשתנו מיט א פשטות "ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם"?
!
ד.
אויך איז ניט גלאטיק אין לשון רש״י:
דער מאמר "היום לעשותם,
ולמחר
(לעולם הבא)
ליטול שכרם" ווערט גע־ בראכט אין צוויי ערטער אין ש״ס — אין מם׳ עירובין 5
און אין מס׳ עבודה זרה 22 ,
אבער בשינוי לשון:
אין מם׳ עירובין איז דער לשון "היום לעשותם ולא למחר לעשותם,
היום לעשותם למחר לקבל שכרם",
אין מס׳ עבודה זרה שטייט: "היום לעשותם ולא למחר לעשותם,
היום לעשותם ולא היום ליטול שכר".
וואם דער טעם השינוי איז מובן בפשטות: פון פסוק "היום לעשותם" לערנט אפ די גמרא צוויי זאכן:
(א)
דעם דיוק אין ״היום״ — אז דער "לעשותם"
(עשיית מצות)
איז היום דוקא,
און ניט "למחר" לעולם הבא.
(ב)
דעם דיוק אין ״לעשותם״ — אז דער זמן פון "היום"
(עוה״ז)
איז אויף "לעשותם" דוקא,
און ניט אויף "ליטול שכר".
און דאס איז דער דיוק הלשון 23
(אין ע״ז 24 )
״ולא היום ליטול שכר״ — ווייל דער לימוד איז
(ניט דער צד החיוב — אז שכר איז "למחר",
נאר)
אין דעם צד השלילה,
אז "היום"
(אין עוה״ז)
איז
(לעשותם דוקא,
און)
ניט דער זמן פון ״ליטול שכר״ — שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ועפ״ז,
אויב מ׳זאל לערנען אז כוונת רש״י דא איז דער ענין פון "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא"
(אז מיט "היום לעשותם" איז דער פסוק מחדש אז דער אויבערשטער צאלט ניט אפ א צדיק בחייו בעוה״ז,
בניגוד צו "שונאיו" וואם ״בחייו משלם לו גמולו הטוב״)
— וואלט דאך לכאורה מער מתאים געווען דער לשון
(ווי אין מם׳ עבודה זרה)
"ולא היום ליטול שכרם" 25 .
ה.
וי״ל,
אז רש״י באווארנט כהנ״ל בדיוק לשונו — "ולמחר כו׳ ליטול שכרם".
— אין מם׳ עירובין
(לפנינו 26 )
איז דער לשון "למחר לקבל שכרם",
אבער רש״י קלייבט אוים דוקא די גירסא
(פון מם׳ עבודה זרה 27 )
"ליטול שכרם".
דער דיוק איז נאד מער בולט ע״פ הנ״ל,
אז התחלת הלשון קלייבט אויס רש״י דוקא דעם לשון פון מם׳ עירובין
("ולמחר כו"׳),
און ניט פון מס׳ עבודה זרה
("ולא היום כו׳").
וי״ל הביאור בזה,
בהקדם: דער חילוק צווישן די לשונות — "לקבל" און ״ליטול״ — איז:
"לקבל שכרם" ווייזט אז דער שכר קומט מצד דעם נותן — דער מקבל איז ניט קיין בעה״ב אויף אליין נעמען דעם שכר,
נאר ער איז תלוי אין דעם נותן,
ער איז בלויז א ״מקבל״; משא״כ "ליטול שכרם" ווייזט,
אז דער אדם נעמט אליין דעם שכר
(וועלכער קומט אים).
און דערמיט מאכט רש״י קלאר אז דאס רעדט זיר וועגן אן אנדער סוג אין אופן תשלום שכי: "למחר לעולם הבא" וועט זיך אויפטאן א חידוש,
אז דעמאלט וועלן אידן ווערן בעלי בתים אויף זייער שכר,
זיי וועלן נעמען,
אליי! "נוטל" זיין שכרם 28 .
קומט אוים אז דאם האט קיין שייכות ניט צום ענין פון "שכר מצוה בהאי עלמא": כנ״ל האלט רש״י בפשוטו של מקרא אז עם איז דא שכר מצוה בהאי עלמא,
ווי דער ריבוי פסוקים וואס ריידן וועגן יעודים גשמיים אלם שכר פאר קיום התורה והמצות.
אבער בעולם הזה איז דער ענין פון שכר אין אן אופן פון "לקבל שכרם": דער אויבערשטער גיט א אידן כל טוב סלה בבני חיי ומזוני
(ובכולם)
רוויחי,
אבער ניט אז דער איד האט דעם כח און שטארקייט צו נעמען אליין דעם שכר.
און דערפאר קען זיין,
אז אין דעם זאלן זיך אמאל אריינמישן פארשידענע
(זייטיקע)
סיבות וואם זיינען גורם אז לפועל זאל ער דעם שכר ניט בא־ קומען 29
[ע״ד ווי די גמרא 30
זאגט ביי דער מעשה וואם ר׳ יעקב האט געזען ווי איי־ נער וואס "אמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת״ — אז אויב ער וואלט געווען ,
מהרהר בעבודת כוכבים״ — וואלט ער ניט געדארפט באקומען דעם שכר פון "למען ייטב לך והארכת ימים"
(כפשוטו).
ד.
ה.
אז אע״פ וואס די מצות עצמן האט ער געטאן בשלימותן און דער חסרון איז אין א צווייטן ענין
(וואם האט ניט קיין שייכות צו עשיית מצות אלו) 31
— איז עם פועל אז מ׳זאל דעם שכר ניט באקומען]
:
משא״כ "למחר לעולם הבא" וועלן אידן אליין נעמען,
"נוטל" זיין שכרם,
און עם וועלן ניט קענען זיין קיינע עיכובים כו׳ אויף דעם.
ו.
עפ״ז איז פארשטאנדיק דיוק לשון רש״י "ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם"
(און ניט — "ולא היום כו׳"),
ווייל דער חידוש פון רש״י איז
[ניט אז עם איז ניטא קיין שכר פאר צדיקים בעולם הזה
(בניגוד צו "שונאיו" וואס ״בחייו משלם לו גמולו הטוב״)
— דאדרבה: לפי פירוש רש״י איז דער אויבערטשער זיכער משלם צו צדיקים גמולם הטוב בעולם הזה,
כמפורש בפשוטו של מקרא די אלע יעודים גשמיים בתורה — נאר דער חידוש איז]
אין דעם חיוב,
אז "למחר לעולם הבא" וועט זיך אויפטאן א נייער אופן אין תשלום שכר
(וואס איז ניטא ״היום״)
— ״למחר ..
ליטול שכרם" 32 .
און דער המשך הפסוקים דא איז: פריער שטייט "ומשלם לשונאיו אל פניו להאבידו לא יאחר לשונאו אל פניו ישלם לו",
אז א רשע צאלט מען בדוקא גלייך בחייו "כדי להאבידו מן העולם הבא",
משא״כ ביי די וואם זיינען ניט "שונאיו",
איז שייך אמאל אז מען זאל דעם שכר ניט באקומען גלייך
(כנ״ל)
;
דערנאך זאגט דער פסוק — "ושמרת את המצוה גו׳ היום לעשותם",
אז אט דער סדר
(אז עם קען זיין אן אפהאלט אין תשלום שכר)
איז נאר "היום",
אבער "למחר לעולם הבא ליטול שכרם".
ז.
דער ביאור
(פנימי)
אין דעם חילוק הנ״ל — צי דער תשלום השכר איז אין אן אופן פון "לקבל" אדער "ליטול":
בזמן הזה איז דער ענין פון תשלום שכר פארבונדן מיט ב״ד של מעלה.
און דעריבער נעמט מען ניט אליין דעם שכר,
עם איז תלוי אין ב״ד של מעלה.
משא״כ לעתיד לבוא אין עולם הבא — דעם זמן פון יום שכולו שבת 33
— י״ל אז עם וועט ניט זיין דער ענין פון ב״ד
(של מעלה)
(ע״ד ווי ביי שבת זיינען אלע בתי דינים סגורים 34 )
; ובמילא,
אויב א איד האט געטאן א מעשה טוב אויף וועלכן אים קומט שכר,
איז ניט שייך קיין אםהאלט 35 ,
און ער נעמט שכרו.
ח.
עם איז דא נאך א חילוק צווישן די צוויי לשונות "לקבל" און "ליטול":
"לקבל שכרם" ווייזט אז דער שכר קומט אן צום אדם דורך דעם נותן; דער נותן האט ניט נאר באשטימט דעם שכר,
נאר ער גיט עם אים אם,
דער אדם איז נאר א "מקבל"
(דעם שכר).
משא״כ "ליטול שכרם" ווייזט,
אז דער אדם דארף עם נעמען — דער נותן בא־ שטימט א שכר פאר דעם מקבל,
אבער כדי דאס זאל צו אים אנקומען פאדערט זיך א פעולה,
אז ער זאל דאם "נוטל" זיין.
און דערמיט דייטעט אן רש״י דעם חילוק צווישן די יעודים גשמיים און דעם שכר פון עוה״ב:
די יעודים גשמיים זיינען אלע אין גדר פון "לקבל שכרם": דער אוי־ בערשטער גיט א אידן כל טוב סלה בבני חיי ומזוני ובכולם רוויחי אין אן אופן אז דער איד באקומט זיין שכר בדרך ממילא
(אן קיין פעולה נוספת מצדו)
;
משא״כ דער שכר רוחני פון עולם הבא איז א העכערער סוג שכר: חיי עולם הבא איז ניט אן ענין וואם דער מענטש איז בלויז א ״מקבל״ — נאר דער מענטש דארף "נוטל" זיין דעם שכר; מען געפינט זיר אין אן עולם וואו מ׳האט די מעגלעכקייט צו נהנה זיין "מזיו השכינה",
אבער כדי צו הנאה האבן בפועל מוז זיין דער "ליטול שכרם" 36 .
און דערמיט באווארנט רש״י נאד אן ענין אין דעם פסוק:
לערנענדיק דעם פסוק "ושמרת גו׳ היום לעשותם" קומט אוים,
אז דער ענין פון שמירת התורה והמצות איז שייך "היום" דוקא.
שטעלט זיר די שאלה: אין וואם וועט באשטיין די עבודה פון אידן "למחר"
(אין עולם הבא)?
אפילו בפשטות פארשטייט מען אז עם האט ניט קיין איט צו זאגן אז אין עולם הבא וועט ניט זיין ח״ו קיין ענין פון עבודת ה׳ 37
!
זאגט רש״י - "ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם": אין עולם הבא וועלן אידן פארנעמען זיר מיט דער עבודה פון "ליטול שכרם" 36 .
— לויט ד עם קומט אייר אויס,
אז דער פירוש רש״י האט ניט קיין שייכות צו דער שקו״ט וועגן "שכר מצוה בהאי עלמא״ — ווייל דא איז ניט די שאלה צי דער אויבערשטער צאלט שכר בעוה״ז,
נאר: אין וואס באשטייט די עבודה פון אידן "למחר".
ט.
דעם חילוק צווישן די צוויי לשונות "לקבל" און "ליטול",
קען מעז אויר מקשר זיין מיט די צוויי דיעות 38
בנוגע שכר ועונש:
א)
אז זיי קומען בדרך נסי,
ד.
ה.
אז דער שכר ועונש,
זיינען ניט באופן פון סיבה ומסובב ממש פון דער מצוה און עבירה,
נאר זיי זיינען בדוגמת שכר ועונש וואס א מענטש באשטימט כרצונו צוליב מעשה טוב אדער הפכו.
ב)
אז זיי קומען בטבע,
ד.
ה אז דער אויבערשטער האט מטביע געווען אין די מצות און עבירות גופא,
אז זיי זאלן ברענגען שכר צי עונש.
און דאס איז דער חילוק צווישן "לקבל" אדער "ליטול":
אויב שכר מצות קומט בטבע,
קומט אויס,
אז בשעת א איד טוט א מצוה פא־ דערט זיר ניט קיין ענין נוסף 39
אויף בא־ קומען דעם שכר — די עשיית המצוה איז די סיבה וועלכע ברענגט דעם שכר בדרך ממילא.
״לקבל שכרם״ — דער שכר קומט בדיד ממילא און דער אדם דארף עס נאר מקבל זיין.
אויב אבער שכר מצות איז ניט קיין ענין טבעי,
נאר עס קומט בלויז בדרד נסי — קומט אוים,
אז דער שכר קומט ניט אן בדיר ממילא מצד דער עשיית המצות,
נאר תשלום שכר איז א פעולה ניט מצד הטבע,
א פעולה נוספת,
עם דארף זיין א פעולה פון נתינת
(ונטילת 40 )
השכר.
יו״ד.
ע״פ הנ״ל קען מעו אויר מבאר זיין
(בפנימיות הענינים)
דעם דיוק "ולמחר לעולם הבא
(דוקא)
ליטול שכרם":
די צוויי אופנים הנ״ל אין תשלום שכר -אן ענין נסי,
אדער אן ענין טבעי - זיינען דא ביידע אין דעם שכר רוחני פאר קיום התומ״צ.
ס׳איז ידוע 41
אז עס זיינען פאראו צוויי סוגי שכר: א)
דער שכר פון גן עדן,
וואס איז א שכר מוגבל כביכול 42 ,
ווייל דארט איז מאיר דער אור אלקי וואס איז מלובש אין סדר השתלשלות
(אור הממלא).
ב)
דער שכר פון תחיית המתים,
וואס דעמאלט וועט מאיר זיין דער אור מקיף שלמעלה מהשתלשלות
(אור הסובב),
וואס דאס איז א שכר בלתי מוגבל.
און דעריבער: דער שכר וואס איז פארבונדן מיטן אור הממלא וואם איז מצומצם לפי עיר הנבראים,
וויבאלד אז לגבי דעם אור איז די עבודה פון נבראים תופס מקום,
איז דער שכר באופן טבעי 43
: די עבודה פון אידן טוט אויף דעם שכר;
משא״כ דער שכר מצוה של אור הסובב איז ניט שייר צו זאגן אויף דעם אז דאס איז אן ענין טבעי אין דער עבודה — ווייל לגבי דעם אור איז די עבודה פון נבראים ניט תופס מקום; נאר דאם איז אן ענין נסי וואם איז ניט מוכרח,
עס איז אן ענין וואס קומט בדרך מתנה מצד רצונו יתברך 44 .
און דאם איז דער טעם פארוואס "ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם":
אין עולם הזה איז מאיר בגלוי ממש נאר דער שכר המוגבל 45 ,
מצד אור הממלא,
און דעריבער איז דער תשלום השכר אין אן אופן פון ״לקבל שכרם״ -די עבודה פון אידן טוט אויף די נתינח השכר,
אזוי אז עס קומט אן צו אים בדרך ממילא און ער דארף עם נאר מקבל זיין;
משא״כ "למחר לעולם הבא",
ווען עם וועט מאיר זיין דער שכר הבלתי גבולי
(מצד אור הסובב) 46
— איז דער תשלום השכר אין אן אופן פון "ליטול שכרם" 47 ,
דער שכר קומט ניט בדרך ממילא,
נאר עם איז א באזונדער פעולה פון נתינת
(ונטילת)
השכר.
(משיחת ש״פ ואתחנן תשכ״ה)