א.
אין הײנטיקער םדרה זײנען פאראן צװײ פסוקים װאס ענינם איז די אמונה און ידיעת ״כי ה׳ הוא האלקים" 1
:
(א)
"אתה הראת לדעת כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו".
(ב)
"וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה׳ הוא האל־ קים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד״ — אין דעם ערשטן פסוק שטייט סתם "כי ה׳ הוא האלקים",
אין צווייטן פסוק שטייט בפרטיות "ה׳ הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת".
בפשטות איז דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים 2
:
דער ערשטער פסוק "אתה הראת לדעת" רעדט,
כפירושו בפשטות,
וועגן דער ידיעה וואס איז באוויזן געווארן צו אידן בשעת מ״ת.
דעמאלט האט זיך דער אויבערשטער אנטפלעקט צו אידן "וראו שהוא יחידי" 3
; און וויבאלד אז אידן האבן דאן געזען אמיתת יחודו ית׳ ווי דאם איז מצד דעם אויבערשטן,
וואס לגבי׳ ית׳ איז ניטא קיין חילוק צווישן שמים און ארץ,
האט דעריבער קיין ארט ניט צו מפרט זיין אין דער ידיעה — "בשמים ממעל ועל הארץ מתחת".
משא״כ דער פסוק "וידעת גו׳ והשבות גו"׳ איז א ציווי אל האדם 4 ,
אז ער דארף זיך מתייגע זיין צו פארשטיין און וויסן
(און אראפטראגן ״אל לבבך״)
״כי ה׳ הוא האלקים",
ס׳איז די ידיעה והכרה אין אחדותו ית׳ וואם קומט ע״י יגיעת האדם — און מצד ידיעת האדם איז פאראן א חילוק צווישן שמים וארץ,
באופן אז יעדער פרט,
"בשמים ממעל ועל הארץ מתחת" איז א באזונדער ידיעה.
און ווי עס שטייט אין מדרש 5
אויפן פסוק "וידעת גו׳",
וז״ל: יתרו נתן ממש בעבודת כוכבים שנאמר 6
עתה ידעתי כי גדול ה׳ מכל האלקים
(משמע שהם גדולים אבל הוא גדול מהם.
מת״כ),
נעמן הודה במקצת ממנה שנאמר 7
הנה נא ידעתי כי אין אלקים בכל הארץ כי אם בישראל
(הרי שהעיד על הארץ אבל לא על השמים.
מת״כ).
רחב שמתהו בשמים ובארץ שנאמר 8
כי ה׳ אלקיכם הוא אלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת
(ניט נאר בארץ נאר אויר בשמים,
״דלא חזו עיניך 9
— אבער אעפ״כ "שיירה בחללו של עולם" 10 ),
משה שמו אף בחללו של עולם שנאמר כי ה׳ הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד מהו אין עוד אפילו בחללו של עולם.
ד.
ה.
אז די ידיעה "כי ה׳ הוא האל־ קים״ — ווי עם קומט ע״י יגיעת והשגת האדם — איז איינגעטיילט בכללות אין דריי:
(א)
בשמים ממעל
(ב)
ועל הארץ מתחת
(ג)
אין עוד — אפילו בחללו של עולם.
ב.
מען דארר אבער האבן א ביאור:
פון דעם וואס תורת אמת זאגט די דריי פרטים אין דער מצוה פון וידעת גו׳,
איז מובן,
אז די חילוקי ידיעה הנ״ל זיינען ניט
(נאר)
צו באווארענען א טעות מצד החסרון שבאדם,
נאר דאס בא־ ווייזט אז בענין "ה׳ הוא האלקים" זיינען דא חילוקים צווישן שמים,
ארץ און חללו של עולם,
בשעת דער אדם האלט ביי "וידעת"
(ד.
ה.
א התבוננות וידיעה ע״פ שכל אמיתי),
איז דא א באזונדער חידוש אין יעדערן פון די דריי ידיעות.
דארף מען פארשטיין: וואס פאר אן ארט איז דא אין שכל צו זאגן,
אז "ה׳ הוא האלקים" איז ח״ו נאר "בשמים ממעל",
און צוליב דעם דארף מען א בפירוש׳ן אנזאג "ועל הארץ מתחת",
און נאך א דריטן חידוש — "אין עוד אפילו בחללו של עולם"?
לכאורה וואלט מען געקענט ענט־ פערן ע״פ הידוע 11
(בפירוש הכתוב 12
״רם על כל גוים ה׳״)
— אז דאס וואס ״גוים״ נעמען אן אז "עזב ה׳ את הארץ" 13
נעמט זיר דערפון וואס זיי מיינען אז אין דעם באשטייט די רוממות פון דעם אויבערשטן; זיי האלטן אז ס׳איז א השפלה פאר דעם אויבערשטן צו פארנעמען זיך מיט נבראים למטה בארץ — און דעריבער האט ער די הנהגה און שליטה 14
אויר צבא הארץ איבערגעגעבן בידי כוכבים ומזלות 15 .
און דערפאר דארף דער פסוק אנזאגן "וידעת גו׳ כי ה׳ הוא האלקים גו׳ ועל הארץ מתחת אין עוד״ — אז דער אוי־ בערשטער איז דער שליט אויך על הארץ 16 .
— זאגט אבער דער אלטער רבי 17 ,
אז דער פסוק "וידעת גו׳ ועל הארץ מתחת" קומט שולל זיין
(ניט דעם טעות הנ״ל,
אז "עזב ה׳ את הארץ",
נאר)
א טעות פון "אלקים נשרה במים מתחת לארץ"
(ד.
ה.
אן אלקים וואט
(א)
געפינט זיך* 17
(ב)
״במים מתחת לארץ״ - וואסער כפשוטו).
[און דער הכרח אויר דעם יש לומר: דער ציווי "וידעת גו׳" קומט דאר בהמשר צו "אתה הראת לדעת גו"׳ פון מ״ת,
וואם מיט "אתה הראת לדעת כי ה׳ הוא האלקים" ווערט באווארנט די דברים הפכיים אויר וועלכע די תורה איז מזהיר
(פריער אין פסוק 18 )
"פן תשחיתון גו׳ תבנית כל דגה אשר במים מתחת לארץ ופן גו׳״ — איז דערפוז מובן,
אז דאם וואם דער פסוק זאגט אן דערנאך,
בהמשך לזה "וידעת גו׳ כי ה׳ הוא האלקים גו׳ ועל הארץ מתחת" קומט שולל זיין די זעלבע זאך — אז עם איז ניטא קיין אלקה "במים מתחת לארץ"].
ג.
די שאלה הנ״ל פרעגט דער אלטער רבי 17
- "ובי תעלה על דעתך שיש אלקים נשרה במים מתחת לארץ שצריך להזהיר כ״ב והשבות אל לבבך",
און ער איז מבאר 19 ,
אז דער ציווי "וידעת גו׳ כי ה׳ הוא האלקים" מיינט צו זאגן
(ניט אז עס איז ניטא נאך אן אלוקה ח״ו,
נאר)
אז עס איז ניטא קיין שים אנדע־ רע מציאות אויסער דעם אויבערשטן,
ווייל "הכל בטל במציאות אצלו" 20 .
ווארום 21
וויבאלד נבראים זיינען נתהווה געווארן
(ניט "יש מיש",
נאר)
בדרך בריאה "יש מאין",
דארפן דערי־ בער די נבראים שטענדיק אנקומען צום כח הבורא כדי זיי זאלן בלייבן במציאותם,
און אויב 22
דער כח הבורא וואלט נסתלק געווארן פון דעם נברא כרגע ח״ו,
וואלט פונעם נברא גלייך געווארן
(בדרך ממילא)
"אין 23
ואפס ממש כמו לפני ששת ימי בראשית ממש".
און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואס דער פסוק זאגט אן באזונדער ״ועל הארץ מתחת״ — צו באווארענען,
אז "גם הארץ* 23
החומרית שנראית יש גמור לעין כל היא אין ואפס ממש לגבי הקב״ה" 24 .
אבער לכאורה דארפ׳ן האבן א תוספת ביאור בזה: אמת טאקע,
אז וויבאלד דער ענין פון "על הארץ מתחת אין עוד"
(אז אויר "הארץ החומרית שנראית יש גמור ..
היא אין ואפס ממש")
איז נגד החוש,
דערפאר פאדערט זיך א באזונדערע אזהרה "והשבות אל לבבך" 25 ,
אז דער ענין זאל דורכנעמען דעם לב האדם -
אבער ד ער פסוק הויבט זיך דאך אן מיט "וידעת",
וואס דערפון איז מובן,
אז
(אויך)
די ידיעה שכלית בשייכות צו "על הארץ מתחת" דארף האבן א באזונדער .
אזהרה.
איז ניט מובן: די הסברה שכלית אויפן ענין פון "אין עוד"
(אז ס׳איז ניטא קיין מציאות חוץ ממנו ווייל "הכל בטל במציאות אצלו״)
— איז דאך מחייב דעם זעלבן ענין
(פון "אין עוד")
בנוגע אלע נבראים גלייך,
בלי חילוק כלל צווישן צבא השמים און צבא הארץ.
ווארום ביי יעדער בריאה וועלכע איז יש מאין,
"צריך להיות כח הפועל בנפעל תמיד להחיותו ולקיימו״ 26
— איז ווי קען מען מחלק זיין מצד "וידעת גו׳
(די ידיעה שכלית אז)
אין עוד״ — צווישן "בשמים ממעל" און "הארץ מתחת"?
ד.
נאך א הוכחה,
אז דער חילוק צווישן "שמים ממעל" און "על הארץ מתחת" איז ניט נאר צו באווארענען א טעות פון אדם הנברא
(וואס קומט צוליב דעם וואם "הארץ החומרית" זעט
ביי אים אויס ווי א "יש גמור"),
נאר דער חילוק האט אן ארט אין שכל
("וידעת")
:
אויף דעם ענין,
אז נבראים מוזן אנקו־ מען שטענדיק צום כח הבורא צו אויפ־ האלטן זייער מציאות,
ברענגט דער אלטער רבי 17
דעם פירוש הבעש״ט 27
אויפן פסוק 28
"לעולם ה׳ דברך נצב בשמים״ — אז "דברך שאמרת 29
יהי רקיע בתוך המים וגו׳ תיבות ואותיות אלו הן נצבות ועומדות לעולם בתוך רקיע השמים ..
להחיותם";
און איז ממשיך,
אז אזוי איז ניט נאר בנוגע צו "שמים",
נאר "וכן בכל הברואים שבכל העולמות עליונים ותחתונים ואפילו ארץ הלזו הגשמית ובחי' דומם ממש",
איז זייער גאנצער מציאות איז שטענדיק אפהענגיק פון די "אותיות הדבור מעשרה מאמרות המחיות ומהוות את הדומם להיות יש מאין ואפם";
[און נאכמער
(איז ער ממשיך)
— אז אויך די נבראים,
וועלכע ווערן ניט דערמאנט אין די "עשרה מאמרות שבתורה" 30 ,
זיינען מקבל זייער חיות בהמשכה פון די עשרה מאמרות
(וועל־ כע ווערט נמשך צו זיי דורך השתלשלות ממדריגה למדריגה,
ווי ער ברענגט דארט כמה אופנים בזה),
וואם דאם איז "שמו אשר יקראו לו בלה״ק" וועלכער איז א "כלי לחיות המצומצם באותיות שם זה שנשתלשל מעשרה מאמרות שבתורה"].
און דערפון וואם דער פסוק איז מדייי; צו זאגן "לעולם ה׳ דברך נצב בשמים",
אויסטיילנדיק "שמים" פון אלע אנדערע נבראים
(און — וואם אינעם פסוק רעדט זיך בכלל ניט ביחס צו ידיעת והרגשת האדם)
— איז פאר־ שטאנדיק,
אז דער חילוק צווישן שמים און ארץ איז ניט נאר מצד דעם אדם 31 ,
נאר אז אויך לפי האמת איז
(אין דעם אופן ווי "דברך" געפינט זיך אין זיי 32 )
פאראן א חילוק פון שמים און אלע אנ־ דערע נבראים
(וואס דערפאר ווערט אין דעם פסוק דערמאנט דוקא "שמים").
און מצד דעם חילוק איז דא א חידוש אין
(דעם ענין פון "ה׳ הוא האלקים גו׳)
על הארץ מתחת" לגבי "בשמים ממעל".
ה.
ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
דער חידוש פון בעש״ט איז 33
ניט נאר אין כללות הענין,
אז די מציאות פון אלע נבראים איז אפהענגיק פון דעם כח הבורא וואם איז זיי שטענדיק מהוה ומחי׳ ומקיים,
נאר אויך אין דעם תוכן פרטי שבזה,
אז "דברך שאמרת יהי רקיע בתוך המים וגו׳ תיבות ואותיות אלו הן נצבות ועומדות לעולם בתוך רקיע השמים ומלובשות בתוך כל הרקיעים כו"׳
(ועד״ז איז ביי אלע נבראים,
אז אין יעדן פון זיי איז פאראן די "התלבשות אותיות הדבור מעשרה מאמרות").
דאם הייסט: דער ענין איז ניט אז דער נברא מוז אנקומעו
(אויד לקיומו)
צום כח הבורא,
אבער דערנאך איז דער נברא אפגעטיילט פון דעם כח המהווה אותו ומקיימו
(ע״ד ווי דער אור השמש וואס קומט און ווערט און איז אפהענ־ גיק פון דעם מאור השמש — והא ראי׳: תיכף ווי עם איז דא א דבר המפסיק צווישן דעם אור און דעם מאור ווערט דער אור בטל — און פונדעסטוועגן איז דער אור א באזונדער זאך פון דעם גוף השמש)
— נאר דער כח הבורא טוט זיך אן אין רעם נברא עצמו.
[און דאס דוקא גיט צו פארשטיין ווי ס׳איז באמת ובשלימות ״אין עוד״ — ס׳איז ניטא קיין מציאות אייסער ג־טלעכקייט.
ווארום וויבאלד אז דער דבר ה׳ איז מלובש אין דעם נברא גופא
(אין דעם ״ארט״ פון דעם נברא),
קומט אוים,
אז דער נברא ווערט כלל ניט נפרד פון דעם "דבר ה"׳,
ביז אז דער חיות
(ונפש)
פון יעדן נברא פרטי איז דער דבר ה׳ וואם איז אין אים מלובש,
ובמילא איז מובן,
אז "כל נברא ויש הוא באמת נחשב לאין ואפס ממש" 34 ].
וי״ל אז דאם איז אויר דער טעם פאר־ וואם יעדער נברא מוז האבן א בא־ זונדער דבר ה׳
(ווי דער אלטער רבי איז מאריך 7
׳ אז ״גם בדומם ממש ..
יש ..
נפש וחיות רוחניות"),
ווייל כדי עם זאל קענען זיין די התלבשות פון דעם כח הבורא אין דעם נברא פרטי,
דארף דער כח אלקי אראפלאזן זיך כביכול ממדריגתו און נתצמצם ווערן לפי ערך דעם נברא,
בכל נברא ונברא לפרטיו.
אויב דער כח אלקי וועט בלייבן במעלתו
(א כח בלתי בעל גבול),
איז ער דאן העכער
(שלא בערך)
פון צו נתלבש ווערן אין דעם נברא 35 .
[ואע״ם אז מצד דעם וואם דער אויבערשטער איז א כל יכול וואלט אויך זיין כח אין סופי זיך געקענט מתלבש זיין אין א נברא מוגבל — האט אבער דער אויבערשטער געוואלט* 35
אז די נבראים זאלן קענען האבן א הבנה והשגה
(אויף וויפל מעגלער — לויט ההגבלה שרצה להגבילם)
אין סדר ואופן הבריאה; און דערפאר האט ער באשאפן די נבראים ניט אין אן אופן וואס איז לגמרי באין ערוך פונעם נברא מוגבל
(מצד "כל יכול"),
נאר דוקא מיט א סדר והדרגה
(בלשון המפורסם: סדר השתלשלות),
אז דער אויבערשטער איז מצמצם זיין השפעה וחיות ביז עס זאל זיין לפי ערך
(— אראפצוקומען בהת־ לבשות אין)
דעם נברא].
ו.
עפ״ז יש לבאר ד עם חידוש וואס דער ענין פון "ה׳ הוא האלקים" איז איינגעטיילט אין דריי ידיעות חלוקות — בשמים ממעל,
ועל הארץ מתחת,
אין עוד
(אפילו בחללו של עולם)
:
וויבאלד אז דער ענין פון "אין עוד" איז פארבונדן דערמיט וואס דער כח הבורא איז בהתלבשות אין דעם נברא — וואלט געווען אן ארט צו מחלק זיין: במה דברים אמורים
(אז דער דבר ה׳ געפינט זיר בהתלבשות בנבראים)
— בצבא השמים,
ורעלכע זיינען העכערע נבראים 36
און זיינען דעריבער א כלי צום כח וחיות אלקי* 36 .
משא״ב ״על הארץ מתחת״ — אין נבראים ארציים וחומריים,
וועלכע זיינען ניט קיין כלי צו ג־טלעכקייט,
וואלט מען געקענט מיינען אז דער דבר ה׳ איז איו זיי ניט באופן פון התלבשות
(זיי מוזן שטענדיק אנקומען צום כח הבורא צו אויפהאלטן זייער קיום,
אבער דער כח הפועל איז ניט אין אן אופן אז ער געפינט זיר אין זיי בהתלבשות).
[און דערנאך קומט צו א גרעסערער חידוש,
או אפילו די נבראים וועלכע ווערן ניט דערמאנט "בעשרה מאמרות שבתורה״ — דהיינו אזעלכע נבראים פחותי העיר וועלכע קענען ניט מקבל זיין זייער חיות פון די עשרה מאמרות שבתורה בעצמם 37 ,
נאר דער חיות מוז יורד זיין ממדרגה למדרגה "עד שיוכל להתצמצם ולהתלבש ולהתהוות ממנו נברא פרטי״* — איז אויר דארט "ה׳ הוא האלקים גו׳"].
ז.
יעדער ענין איז אויר פאראן בעבודת כל אחד ואחד
(ווארום דער אדם איז אן "עולם קטן" 38 ,
אין וועמען עם שפיגלען זיר אפ די ענינים וואט טוען זיך אויף אין דעם "עולם גדול")
:
דער תכלית פון יעדן ענין פון עבודת ה׳ איז — אז עם זאל אראפקומען אין מעשה בפועל,
והמעשה הוא העיקר.
דארף מען אבער וויסן,
אז כדי צו דער־ גרייכן אין ״ארץ״ — אויף קענען דורכ־ דרינגען ענינים ארציים מיט ג־טלעכ־ קייט און קדושה — דארף מען דורב־ גיין א "סדר השתלשלות".
וואם בכללות זיינען אין דעם פאראן דריי שלבים — די דריי חלוקות אין פסוק "וידעת גו׳":
(א)
בשמים ממעל,
(ב)
ועל הארץ מתחת,
(ג)
אין עוד אפילו בחללו של עולם
[ובהתאם צו די דריי חלוקות וואס דער אלטער רבי זאגט:
(א)
לעולם ה׳ דביר נצב בשמים ..
בתיד רקיע השמים,
(ב)
״וכן בכל הברואים ..
ואפילו ארץ הלזו הגשמית",
(ג)
אפילו די נבראים פחותי העיד וועלכע ווערן ניט דערמאנט "בעשרה מאמרות שבתורה" 39 ]
:
כדי די עבודת היום פון אן אידן זאל זיין כדבעי,
דארף זיין די הכנה לזה — שינתו
(כחלק מעבודת השם)
בלילה,
וואס דעמאלט איז די נשמה עולה למעלה
(בשמים)
און שואבת לה חיים 40 .
וי״ל אז אויר דערפאר איז — מיד שניעור,
תיכף ווען ער וועקט זיך אויף פון שלאף הויבט ער אן דעם סדר היום מיט אמירת "מודה אני לפניך כו׳ שהחזרת בי נשמתי",
א הודי׳ לפניך
(צום אויבערשטן)
וואם האט אים אומ־ געקערט די נשמה מיט ״אפגעפרישטע״ כחות פון שרשה "בשמים";
דערנאר הויבט זיך אן די עבודה פון אידן,
צו פועל זיין אז די נשמה שלו זאל זיך מתפשט זיין אין זיין גוף
(וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורף עבודת התפלה כו׳ 41 )
— די נשמה זאל זיר אנהערן אין דער
(גשמיות — גוף)
ארציות של האדם,
און אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי מדריגות:
א)
עבודת התפלה בבית הכנסת,
און ״מבית הכנסת לבית המדרש״ 42
— וואם דויד זיי איז דער אור הנשמה זיר מתפשט אין גוף לפרטיו ועניניו,
אבער אלץ אין עולם הקדושה
(בדוגמת הנבראים וועלכע זיינען מקבל זייער חיות באופן ישר פון "עשרה מאמרות שבתורה")
;
ב)
די עבודה ״בחללו של עולם״ — "הנהג בהן מנהג דיר ארץ" 43 ,
ובכללות — וואס א איד פארנעמט זיף מיט עניני הרשות
(בדוגמת די פרטי הנבראים וועלכע ווערן ניט דערמאנט
(בעשרה מאמרות ש)
בתורה)
—
אז דורך דער ריכטיקער.
הכנה פוך עבודתו "בשמים ממעל ועל הארץ מתחת",
איז עם בבחו צו ממשיר זיין ג־טלעכקייט אויר אין די עניני רשות שלו,
ביז אין אן אופן אז ביי אים איז די גשמיות העולם אינגאנצן ניט תופס מקום,
אוים מציאות — ער איז מגלה
(אויר)
"בחללו של עולם" ווי ס׳איז "אין עוד".
ומשיחת יום ב׳ דחגה״ש תשמ״ה)