א.
עס איז ידוע 1
װאם ר׳ הלל פאריטשער 2
ברענגט ״בשם הרב מבארדיטשוב נבג״ם״ אז ״שבת חזון״ איז פון ״לשון מחזה״,
דהיינו אז אין דעס שבת באװײזט מען ״לכאו״א 3
המקדש דלעתיד מרחוק".
ס׳איז דאך אין ענין יוצא מידי פשוטו.
דער טעם וואט דער שבת רופט זיך ״שבת חזון״ איז — ע״ש ההפטורה: היות אז דאם איז דער שבת וועלכער איז סמוך ושייך לת״ב,
זאגט מען דעריבער די הפטורה ״חזין ישעי׳״ 4
— די לעצטע פון די ג׳ דפורענותא 5 .
ומובן,
אז וואם נעענטער דער שבת איז צו ת״ב,
אלץ הארבער איז דער ענין הפורענותא,
ביז אז בשעת דער שבת איז ערב ת״ב אדער ת״ב גופא,
איז אע״פ אז שבת טאר ניט זיין קיין אבילות,
זיינען אבער פאראן אין אים
(לכמה דיעות)
די עניני ת״ב אין דברים שבצנעה 6 .
פון דעם איז פארשטאנדיק אויך לאידך גיסא: דאם וואס מען ווייזט בשבת חזון דעם מקדש דלעתיד,
צוליב זיין סמיכות ושייכות צו ת״ב,
איז עם ביתר שאת ויתר עז אין א קביעות ווען ת״ב איז חל בשבת
(כמו בשנה זו),
מער ווי דאם איז אין אנדערע קביעות׳ן,
ווען שבת חזון איז חל ניט בת״ב עצמו.
ב.
דאס וואם מען באווייזט שבת חזון דעם מקדש דלעתיד — אע״פ אז ניט יעדער איינער זעט עם בגלוי
(און דער בארדיטשעווער זאגט דאך ניט אז מ׳באווייזט דאם בלויז צו צדיקים,
און אוודאי ניט אז נאר לצדיקים גדולים,
נאר "מראין לכאו״א המקדש דלעתיד״)
—
איז דער פירוש דערפון י״ל בפשטות ע״ד ווי די גמרא 7
זאגט אויף די רייד פון דניאל 8
"וראיתי אני דניאל לבדי את המראה והאנשים אשר היו עמי לא ראו את המראה אבל חרדה גדולה נפלה עליהם ויברחו בהחבא״ — "וכי מאחר דלא חזו מ״ט איבעיתו,
אע״ג דאינהו לא חזו מזלייהו חזו".
ד.
ה.
ס׳איז ניט דער פשט אז די ״אנשים..
עמי" זיינען פארציטערט געווארן פון דעם וואם דניאל האט זיי איבערגעגעבן די "מראה",
נאר די סיבה איז געווען דאס וואס "מזלייהו חזו" 9 ,
און חזון המזל באופן אז דערפון איז "חרדה גדולה נפלה עליהם" ווי זיי זיינען,
פירן זיך אויף דא למטה 10 .
ועד״ז איז מובן בעניננו,
אז ראיית המקדש דלעתיד בשבת חזון,
איז ניט
(בלויז)
אן ענין וואם איז שייך צו צדיקים און זיי דערציילן עם,
אדער נאך מער זיינען עם מגלה צו שאר בנ״י,
נאר
(אויר),
בלשון חז״ל הנ״ל,
לשון תורה הנ״ל,
"מראין
(דער לה״ק פון חזון)
לכאו״א״ — מ׳באווייזט דאס יעדן איינעם,
מראים למזלייהו — פון זיין נשמה 11 ,
און דאס פועל׳ט אויף דעם אדם,
ביז אויך אויף זיין גוף ונפש הבהמית 12 .
ג.
וואט איז דער תוכן ותכלית פון ווייזן דעם מקדש דלעתיד?
איז דער בארדיטשעווער מבאר 1
מיט א משל פון א פאטער וואט האט אויפגענייט א טייערן מלבוש פאר זיין קינד און דער קינד האט דעם בגד צעריסן לכמה קרעים.
האט אים דער פאטער געמאכט א צווייטן לבוש,
אבער דער קינד האט אויר דעם צווייטן בגד צעריסן 13 .
האט דער פאטער אויפגענייט פארן קינד א דריטן לבוש,
אבער ער האט עם אים ניט געגעבן אנצוטאן — נאר "לפרקים רחוקים ידועים" 14
באווייזט ער אים דעם לבוש,
זאגנדיק דערביי אז ווען ער וועט זיך פירן בדרך הישר,
וועט ער עם אים געבן אנצוטאן.
און דורך דעם איז אים דער פאטער מרגיל צו גיין בדרך הישר,
"ביז דאם ווערט ביים קינד ״כמו טבע״ — און דאן גיט דער פאטער דעם לבוש צו זיין קינד,
ער זאל אים אנטאן און טראגן.
ומובן בתורה הנ״ל,
אז דאס איז א משל אויף די צוויי בתי מקדש — וועלכע זיינען חרוב געווארן,
און אויף דעם בית השלישי — דעם מקדש דלעת״ל.
עם איז ידוע 15
אז אלע משלים פון תורה,
תורת אמת,
זיינען מדויק בכל הפרטים.
ובמילא,
וויבאלד אז דעם משל האט געזאגט "הרב מבארדיטשוב",
איז מובן אז דער משל איז בדיוק מתאים צום נמשל.
דארף מען לפ״ז פארשטיין: די בתי מקדשות איז דאך ענינם געווען א דירת קבע
(בית)
ניט באופן עראי
(ווי ס׳איז געווען דער משכן וואם אויף אים שטייט 16
"ואהי׳ מתהלך באוהל ובמשכן" 17 )
— איז פארוואס זאגט ער דערויף דעם משל פון א לבוש,
וואם מהותו איז כלבוש תחליסם 8,
א זאך אויף צו בייטן?
און "שמלתך לא בלתה" 19
איז געווען א נס און נאר לזמן מוגבל?
וביותר צ״ע: מען קען דעם זעלבן ענין ממש ארויסברענגען דורך א משל מדויק לבית המקדש — פון א "בית".
נאכמער: דער עיקר מכוון פון משל,
איז דאך
(לכאורה)
אז ״געבענדיק״ דעם ביהמ״ק הא׳ והב , ,
זאל מען עם ניט חרוב מאכן,
ער זאל זיין
(אילו זכו 20 )
קיים לעד בקיום נצחי 21
— ווי פאסט אויף דעם דער משל פון א "לבוש" וואס איז אן עראי׳דיקע זאך,
דער היפך פון אן ענין נצחי 22 .
ועכצ״ל,
אז כאטש אין בית איז דא א מעלה לגבי לבוש,
דערמיט וואס ער איז א דבר קבוע ותמידי,
איז אבער אויר פאראן א מעלה אין לבוש,
וועלכע איז ניטא אין בית; און בנדו״ד — בשייכות דער פעולה אויפן בן ער זאל גיין בדרך הישר,
איז נוגע בעיקר דער ענין וואס דער ביהמ״ק
(כולל אויך — ביהמ״ק דלעתיד)
איז בדוגמת לבוש,
און ניט אזוי דאם וואם ער איז א "בית".
ד.
וי״ל דעם ביאור בזה:
איינע פון די עיקר׳דיקע חילוקים צווישן לבוש און בית איז,
אז א לבוש איז צוגעפאסט לויט דער מאם פון דעם אדם הלובש: ביי א בגד,
דארף זיין דער אורך ורוחב זיינער,
בהתאם מיט מדת ארכו ורחבו של האדם,
ניט קירצער און ניט לענגער.
און ווי דער דין 23
איז בנוגע בגדי כהונה
(וועלכע זיינען "לכבוד 24
ולתפארת" 25 ),
אז זיי דארפן זיין כפי מדתו של הכהן;
משא״כ בית איז מדתו — ארכו ורחבו — א סך גרעסער ווי מדת האדם,
ווי מען געפינט להלכה 26
אז א בית איז חייב במזוזה נאר דאן ווען ער האט לכל הפחות די מאס פון ד׳ אמות על ד׳ אמות
— א סך מער ווי מדת האדם.
מדת האדם איז ווי מען געפינט לגבי דעם שיעור פון א מקוה 27
: אמה על אמה ברום ג׳ אמות כמדתו של אדם.
פון דעם איז פארשטאנדיק אז די שייכות פון א לבוש צום אדם המלובש בו איז א סך א פרטיות׳דיקע,
א נעענטערע ווי די שייכות פון א בית צו דעם וואם וואוינט אין אים 28 .
און דערפאר איז דא אויך אן אונטערשייד צווישן לבוש און בית אויף וויפל מ׳קען האבן פון זיי א השערה וועגן דעם אדם שבהם: ווען מ׳קוקט אויף א לבוש קען מען פון אים וויסן באשטימטע פרטים פון דעם מלובש בו,
ארכו ורחבו וכיו״ב,
ווארום דער בגד איז לפי מדתי הפרטית של אדם 29
זה דוקא כנ״ל; משא״כ דורך זען א בית קען מען נאר האבן א השערה כללית וועגן דעם איינוואוינער פון דעם בית — צי ס׳איז א בית פון אן עשיר אדער פון אן עני וכיו״ב; מען קען אבער פונעם בית ניט וויסן און דערקענען ענינים פרטיים פון דעם דר בהבית.
ה.
עפ״ז איז מובן דער טעם פארוואס דער משל איז דוקא פון א לבוש און ניט פון א בית:
די קדושה פון ביהמ״ק באשטייט ניט נאר פון איין קדושה כללית — דאם וואם ער איז א "בית לה׳" 30 ,
נאר עם זיינען פאראן חילוקי מדריגות אין די "קדושות": קדה״ק,
היכל,
עזרה וכו' 31
— ס׳איז דא א קדושה פרטית בכל חלק ומקום פרטי פון דעם ביהמ״ק 32 .
— דער בנין ביהמ״ק איז געווען "הכל בכתב מיד ה׳ עלי השכיל״ 33
— והײנו אז די חלקי הבית,
דער מקום און מדת אורך ורוחב וכו׳ פון יעדער חלק שבהבית,
זיינען געווען מכוון ומדוייק 34
— בהתאם מיט די חילוקים אין דער קדושה צווישן יעדער חלק ומקום פרטי שבו.
און דאס איז אויד וואס אויפן פסוק 35
ממן לשבתך פעלת ה׳ זאגן רז״ל 36
(און זיינען מדייק בלשונם)
"ביהמ״ק שלמטן מכוון כנגד ביהמ״ק שלמעלן",
אז דער ״ביהמ״ק״ ווי ער איז דא "למטה" מיט די אלע חילוקים אין מקום ומדות
(גשמיים)
פון יעדער חלק פרטי וואט ער אנטהאלט אין זיך,
איז מכוון — מדוייק — "כנגד ביהמ״ק שלמעלן",
אז דאס אלץ איז כנגד,
בהתאמה מיטן תוכן ומדרגת הקדושה אין יעדער חלק פרט 37
פון רוחניות׳דיקן ביהמ״ק
("ביהמ״ק שלמעלן") 38 .
און די חילוקי דרגות במקום — זיינען אויר פארבונדן מיט חילוקי דרגות שבבנ״י: עזרת נשים,
אנשים,
מקום וואם נאר א כהן נכנם וכו'.
און אין דעם באשטייט דער יתרון מעלה פון "לבוש"
(לגבי "בית"),
ווייל דאס וואט די אלע חלקי ופרטי המקדש זיינען געוועז בהתאמה מדוייקת מיט די חילוקי דרגות הקדושה שבהם
(כנ״ל),
איז בדוגמא צו א לבוש,
וואט איז בכל פרטיו צוגעפאסט להמלובש בו 39 .
ו.
אעפ״י אז דער ענין
(מעלת ה״לבוש" אין ביהמ״ק)
איז כמובן געווען כנ״ל בבית ראשון ובבית שני
(— אויך במשכן 40 ),
אולי י״ל חידוש — אז פונדעסטוועגן,
דער עיקר אויפטו און חידוש אינעם משל פון "לבוש" איז בנוגע דעם ביהמ״ק דלעתיד,
ביהמ״ק השלישי.
דער ביאור אין דעם: דאס וואט דער בית ראשון ובית שני זײנען געװען בדוגמת ״לבוש״ — אז יעדער חלק ופרט איז געווען בהתאם מיט דרגת הקדושה שבו ושבבנ״י כנ״ל — איז ניט מפורש בכתובים וכו׳,
גלױ וניכר אין זיי בפרטיות; בגלוי איז געווען ניכר אז ס׳איז א "בית לה׳" פאנאנדערגעטיילט למקומות כללים וכו׳ 41 .
אבער בביהמ״ק השלישי וועט זיך אויפטאן,
אז אויך לעיני בשר וועט זיין ניכר וגלוי די מעלה מיוחדת וואס ער איז בדוגמת "לבוש",
אז יעדער פרט פון די מדות וחלקי הבית 42 ,
איז בהתאם צו דער קדושה פרטית שבו 43 .
והטעם בזה: עם שטייט אין זהר* 43
אז דער ביהמ״ק הא׳ והב׳ זיינען געווען "בניינא דבר נש" 44 ,
משא״ב דער ביהמ״ק דלעתיד,
ביהמ״ק הג׳,
איז "בניינא דקוב״ה" 44 .
און דעריבער,
אין ביהמ״ק הא׳ והב׳,
אע״פ אז אין זיי זיינען אלע.
חלקי ופרטי המדות בהתאם מדויק — מיד הוי׳ — מיט די קדושות פרטיות,
וויבאלד אבער אז בנינו ופרטיו זיינען זיך מתייחם צו ״בר נש״
(כאטש עם איז מיד הוי׳),
דערפאר האט מען ניט אנגעזען בגילוי אין די פרטי חלקי ביהמ״ק שלמטה ווי זיי זיינען בהתאם מיט די פרטי חלקי הקדושה פון ״בניינא דקוב״ה״ כנ״ל;
משא״כ ביים ביהמ״ק דלעתיד,
וויבאלד אז דער בויען עצמו איז "בניינא דקוב״ה",
וועלן דעריבער אויך אין די פרטי המקדש שלמטה זיר אפשפיגלען בגילוי די פרטי
(הקדושה פון)
ביהמ״ק שלמעלה — ווי יעדער מקום,
מדה פרטית וכו׳ פון גשמיות׳דיקן ביהמ״ק עצמו איז בהתאם "ולפי מדת" הקדושה
(שלמעלה)
שבו.
ז.
ס׳איז ידוע אז די השראת השכינה אין וועלט קומט דורכן ביהמ״ק וכמרז״ל 45
אז פון דעם ביהמ״ק "היתה אורה יוצא לעולם",
ובדוגמת מציאות הנשמה במוח ובראש אדער באיברי וחלקי הגוף 46
- רועט די מעלה מיוחדת הנ״ל פין .
"לבוש" זיך אויסדריקן בגלוי ניט נאר אין דעם ביהמ״ק
(השלישי)
אליין,
נאר דורכן בית המקדש וועט עם אויר אראפקומען און שטיין בגלוי אין דער גאנצער בריאה.
והביאור בזה ובהקדם:
בנוגע די "עשרה מאמרות
(וואם מיט זיי)
נברא העולם" 47 ,
איז ידוע וואס דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין שער היחוד והאמונה 48
(אויפן פסוק 49
"לעולם הוי׳ דביר גו"׳)
אז די אותיות פונעם מאמר פרטי פון די עשרה מאמרות,
וואס מיט זיי איז באשאפן געווארן דער נברא פרטי
(וואם ווערט דערמאנט אין די עשרה מאמרות),
שטייען זיי
(די אותיות פון "מאמר")
שטענדיק אין דעם נברא פרטי "להחיותו ולקיימו",
[ועד״ז איז אויך בנוגע אלע אנדערע נבראים פרטים
(שבכל העולמות),
אויר אזעלכע וואם ווערן ניט דערמאנט
(מפורש)
אין די "עשרה מאמרות",
אז יעדער פון זיי ווערט באשאפן פון די "אותיות שבעשרה מאמרות שבתורה",
נאר ביי זיי איז עם באופן אז דער חיות פון די עשרה מאמרות קומט צו זיי אן דורך "חילופים ותמורות האותיות",
בכדי צו באשאפן און מחי׳ זיין אויך אזעלכע נבראים פרטיים,
וועלכע קענען ניט מקבל זיין פון די אותיות שבעשרה מאמרות עצמם 50 ].
והיינו,
אז אלע חילוקים פרטיים פון נבראים אין זייער מהות,
תכונה וציור — נעמען זיך דערפון וואס ס׳זיינען דא חילוקים אין די פרטי האותיות פון די עשרה מאמרות
(וחילופיהן ותמורותיהן),
וועלכע זיינען מהוה ומחי׳ יעדן נברא בצביונו הפרטי 51 .
ח.
און דאס וועט זיין דער חידוש לעת״ל,
אז דעמאלט וועט מען דאס זען בגילוי — "ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר" 52
:
נוסף וואם לעת״ל וועט אנטפלעקט ווערן "כבוד ה"׳,
אז ס׳וועט זיין ניכר ווי יעדער נברא איז באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן וועלכער איז "ממציא כל נמצא וכל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו" 53 ,
וואט דאס איז אן ענין כללי וואס איז בשווה אין אלע נבראים נוצרים ונעשים
[אז דער "נמצא",
די עצם "פאראנענקייט" פון יעדן נברא איז נאר דורך דעם וואס דער אויבערשטער איז אים "ממציא"],
נאר "וראו כל בשר",
מ׳וועט אויך זען ווי ״פי ה׳ דבר״ — ווי יעדער נברא,
בתכונתו ומהותו הפרטית,
איז אמיתית ענינו — דער "דבר ה"׳ דיבור פרטי וועלכער איז אין אים מלובש 54 .
וע״ד ווי מ׳געפינט אז צדיקים גדולים ״זען״ דאם אויך איצט,
ווי עם ברענגט זיך 55
אז דער מגיד האט פון א כלי דערקענט אז דער אומן וואם האט געמאכט די כלי איז געווען א סומא בעין א׳,
ער האט געזען אין דער כלי די תכונות פרטיות פון דעם אומן וועלכער האט עם געמאכט בגשמיות
(און — מיש ליש)
ועל אחת כו״כ,
און דאס קומט דערפון וואס ער האט אין יעדער נברא געזען דעם כח הפועל בנפעל 56 ,
דעם דבר ה׳ וועלכער איז דער מהוה פון דעם דבר גשמי 57 .
און לעת״ל וועט עם נתגלה ווערן לעיני כל "וראו כל בשר יחדיו כי פי הדיבר".
וי״ל אז דער אויפטו וואס וועט זיין אין "וראו כל בשר" בנוגע צו דעם "פי ה׳ דבר" וואם אין וועלט,
קומט דערפון וואם אין ביהמ״ק וועט אנטפלעקט ווערן דער בחי׳ ה״לבוש" שבו
(בנוגע די מדרי׳ פון ושכנתי,
השראת השכינה שבביהמ״ק),
ווי יעדער חלק פון דעם גשמיות׳דיקן ביהמ״ק איז פארבונדן,
וכפי מדת — הקדושה המלובש בו.
ט.
וי״ל אז דאם איז די הסברה אין דעם וואם דער בארדיטשעווער איז מדגיש אין משל אז דער טאטע ווייזט זיין קינד דעם ״לבוש״ — אז אויך דעם
חידוש וואט וועט זיין בביהמ״ק הג׳,
בדוגמת לבוש כנ״ל,
ווייזט מען איצט ״לכאו״א״ בשבת חזון,
ובאופן פון "מראים",
כנ״ל.
וואס איז אזוי נוגע בעבודת האדם אז מ׳זאל בשבת חזון זען ווי דער ביהמ״ק הג׳ איז ווי א לבוש
(און ניט בלויז ווי א "בית")?
[וואט אויר אין דעם ענין
(פון בית)
איז דא א יתרון ומעלה בביהמ״ק הג׳,
וכנ״ל פון זהר,
אז דער טעם וואס דער ביהמ״ק השלישי איז קבוע וקײם לעולם,
איז ווייל ער איז "בניינא דקוב״ה",
ניט ווי די ערשטע צוויי בתי מקדשות וועלכע זיינען געווען 58
"בניינא דבר נש דלית בי׳ קיומא כלל"],
איז דאס מובן פון דעם תוכן המשל,
אז דער טעם וואט דער טאטע באווייזט זיין קינד דעם לבוש "לפרקים רחוקים ידועים",
איז כדי אים מרגיל זיין "לילד בדרך הישר עד שייוודע בו שנעשה אצלו כמו טבע".
בשעת 59
זיין עבודת השם איז מתוך אתכפיא וקבלת עול,
איז די הליכה בדרך הישר בא אים ניט "כמו טבע",
נאר אדרבה היפך טבעו; בטבע איז ער אזוי ווי אן עבד וואס "בהפקירא ניחא לי׳" 60 ,
נאר ער איז זיך כופה און איז מקיים רצון ה׳ היפך טבעו ורצונו.
נאכמער: אפילו בשעת ער איז עובד ה׳ אייר במדותיו,
ער פועל׳ט בא זיף אן אהבה לה׳ און מיט דער אהבה דינט ער דעם אויבערשטן,
פונדעסטוועגן,
אויב אבער דאס קומט מצד דער נטי׳ טבעית פון זיינע מדות — איז אויר דעמאלט די הליכה בדרד הישר ניט געווארן "כמו טבע"; ווארום זיין עבודת ה׳ איז באגרענעצט צו דער
(איין)
נטי׳ טבעית פון זיין נפש הבהמית.
ולדוגמא: אויב מצד טבעו איז ער נוטה צו קו החסד והאהבה,
פועל׳ט ער דורד התבוננות אז אנשטאט דער אהבה וחמדה צו עניני עוה״ז זאל ער שטיין מיט אן אהבה צום אויבערשטן; ווען עט קומט אבער 61
צו אן עבודה וואם פאדערט א פארקערטע תנועה פון זיין נטי׳ טבעית — א תנועה פון יראת ה׳ — פעלט אין זיין עבודה.
קומט אויס,
אז ניט עבודת ה׳ איז געווארן ביי אים ״כמו טבע״ — נאר“ ער איז פארבליבן אין דער טבעיות פון זיין מציאות,
א נברא
("בניינא דבר נש")
וואט איז א באזונדער מציאות כביכול פון גטלעכקייט.
בשעת אבער ער פועל׳ט ביי זיר אז ער גיט זיר איבער אינגאנצן צו עבודת ה׳ — ווערט עבודת ה׳ זיין גאנצער מהות: זיין אהבת ה׳,
לדוגמא,
איז
(ניט וואט ער נוצט אויס זיין נטי׳ ואהבה טבעית אין קדושה,
נאר זי איז)
בכל מהותה א קדושה׳דיקע מדה,
דאס איז רצון ה׳.
און וויבאלד אז ער איז געווארן א מציאות דקדושה
(ע״ד ״בניינא דקוב״ה״)
וואט ״עבודת ה׳״ איז זיין מהות — ווערן אלע זיינע מדות נהפד צו קדושה,
באופן אז יעדער כח ומדה פרטית שבו איז אינגאנצן פארבונדן מימן אויבערשטן; ביי אים איז קיין חילוק ניט 61
וואט זײן נטי׳ טבעית איז,
און ער טוט עבודתו כשלימות הן ווען עס פאדערט זיך די עבודה פון אהבת ה׳ און הן ווען עם מאנט זיך די
(פארקערטע)
תנועה פון יראת ה׳
ווערט במילא די הליכה בדרך הישר "כמו טבע" און "אינו ירא ממנו פן יחזור לסורו מאחר שנעשה כמו טבעי'" 62 .
יו״ד.
און דערפאר איז דער בארדיטשעווער מדגיש אז מ׳ווייזט דעם ביהמ״ק ווי ער איז בדוגמת א "לבוש" וואם איז כמדת המלובש בו,
אז אין אים זעט זיך די שייכות צו דעם אויבערשטן ניט נאר אינעם אופן פון "בית"
(כנ״ל),
א שייכות כללית,
נאר ווי ער איז כביכול א לבוש צום אויבערשטן; אז אלע פרטים שבו זיינען אין סוג פון "בניינא דקוב״ה",
ווארום דאם איז דער נתינת כח 63
אויך דער עבודה וואם דארף ארויסגעבראכט ווערן בא דעם בן ישראל,
בא יעדן אידן,
אז זיין פארבונדנקייט מיטן אויבערשטן זאל זיין — נוסף אויף דער שייכות כללית,
וואט מ׳גיט זיך איבער בכללות צו דינען דעם אויבערשטן — א שייכות פרטית בדוגמת "לבוש",
וואם זאל דורכנעמען אלע זיינע כוחות פרטים: זיין שכל איז — כל מציאותו פארשטיין אלקות,
"לדעת דעת בור
או" 64
; זיין מדת אהבה איז כל ענינה ומהותה — אהבת ה׳
(ועד״ז בשאר כל המדות).
ובמילא איז גאר ניט שייך בא אים קיין אנדער געפיל וואם איז ח״ו ניט לה׳.
וואם דעמאלט ווערט די הליכה בדרך הישר זיין טבע 65 .
און דאס איז ממהר ומזרז דעם גילוי פון דעם ביהמ״ק השלישי וואם "בנוי ומשוכלל הוא יגלה ויבוא משמים" 66 ,
אז פון דעם "חזון" קומט מען צו "ותחזינה עינינו" 67 ,
זען דעם ביהמ״ק בעיני בשר למטה מעשרה טפחים,
במהרה בימינו,
ובעגלא דידן ממש.
(משיחות שבת חזון תשמ־נ,
תשד״מ)