B"H
🏡

Ikar

דברים

א.

בפרשתנו,

ווען די תורה איז מתאר ווי מ׳האט כובש געווען סיחון וארצו,

שטייט אין פסוק 1

"ונלכד את כל עריו בעת ההיא ונחרם את כל עיר מתם והנשים־ והטף גר,

לא היתה קרי׳ אשר שגבה ממנו".

עד״ז שטייט אויך ביי דעם כיבוש פון ארץ עוג 2

"לא היתה קרי׳ אשר לא לקחנו מאתם".

פון פשטות לשון הכתוב "לא היתה קרי׳",

כאטש פריער שטייט "ונלכד את כל עריו",

איז משמע,

אז קרי׳ מיינט ניט דאס זעלבע ווי עיר

(און מ׳זאל זאגן אז תורה איז משנה פון עיר צו קרי׳ ליופי המליצה 3 ),

נאר דאם איז אן אנדער סוג — ניט אן עיר.

און דאם איז דער פסוק מוסיף "לא היתה

(אפילו)

קרי׳ אשר שגבה ממנו..

אשר לא לקחנו מאתם",

ניט נאר האט מען כובש געווען די ערים,

נאר אויך די קריות.

אין וואס באשטייט דער שינוי צווישן "קרי׳" און "עיר"?

און וואס איז די רבותא אז אויר די קריות האט מען אייג־ גענומען?

זיינען פאראן מפרשים 4

וואם לערנען אז די רבותא פון קרי׳ אויף עיר איז,

אז קרי׳ איז אן עיר מוקפת חומה,

משא״כ עיר מיינט אן עיר פרזות — ווי דער פסוק זאגט גלייך נאך דעם "לא היתה קרי׳ גו׳ ששים עיר גו׳" 2 ,

"כל אלה ערים בצורות חומה גבוהה גו׳ לבד מערי

הפרזי גו׳" 3 .

און דער חידוש אין די פסוקים איז,

אז ניט בלויז די ערי הפרזות האט מען איינגענומען,

נאר אויר די קריות,

די ערים המוקפות חומה וועלכע זיינעז א סך מער באשיצט.

אבער כד דייקת שפיר,

איז דערפון א ראי׳ להיפך: פון דעם גופא וואס די תורה איז נזוסיף אט דעם חילוק

(צווישן "ערים בצורות חומה גו׳" און "ערי הפרזי")

אין א באזונדער פסוק,

אה משמע,

אז דאם וואס עס שטייט אין פריערדיקן פסוק דער שינוי צווישן "עיר" און "קרי׳",

מיינט דאס אן אנדער חידוש

(אין קרי׳ לגבי עיר)

*.

ובפרט אז דעם שינוי פון "עיר" און "קרי׳" זאגט שוין די תורה ביי מלחמת סיחון שלפנ״ז,

און דארטן ווערט ניט דערמאנט דער חילוק פון "ערים בצורות חומה גר" און "ערי הפרזי" 7 .

ולהעיר אז ביי מלחמת סיחון זאגט דער פסוק בלויז ״לא היתה קרי׳ גו׳״ — די רבותא פון אייננעמען די קריות,

און ניט די רבותא אז מ׳האט איינגענומען "ערים בצורות חומה"

(כאטש אויך בארץ סיחון זיינען מסתם געווען ערים מוקפות חומה).

ב.

דער בעל סדר הדורות

(בספרו ערכי הכינויים 8 )

טייטשט דעם חילוק צווישן עיר און קרי׳ "עיר 9

נקרא אף שאין בהם אוכלסין ודיורין אבל קרי׳ הוא ע״ש שיש בה בני אדם 10

כמו" מה קול הקרי׳ הומה".

און עפ״ז איז ער מבאר דעם לשון 12

(ביי ערי מקלט)

״והקריתם לכם ערים״ — "בי הערים תעשו אותם קרי' 13

כמ״ש

(ה)

רמב״ם 14 ..

ערי מקלט אין מושיבין אותם אלא - במקום איכלסין נתמעטו איכלסין מוסיפין 15

נתמעטו דיורין מכניסים לתוכן 16

כהנים 17

לוים

[וישראלים 18 ]

".

עפ״ז דארף מען אבער האבן ביאור: אין די פסוקים שבפרשתנו איז קלאר אז אויך די ״ערים״ האבן געהאט ״דױרין״,

ווי עס שטייט 19

"ונלכד את כל עריו בעת ההיא ונחרם את כל עיר מתם והנשים והטף",

"החרם כל עיר מתים הנשים והטף" 20 .

דארף מען זאגן,

אז אין דעם ענין גופא — בנוגע לדיורין — איז דא א חידוש אין "קרי"׳ לגבי "עיר".

ג.

וועט מען דאם פארשטיין בהקדם הביאור אין דעם דין ביי ערי מקלט "נתמעטו 21

דיוריהן מכניסין לתוכן כהנים לויים וישראלים".

פון די טעמים וואס עס שטייט אויף דעם אין מפרשים: דער ריטב״א 22

ברענגט בשם הרמ״ה אז דערפאר ברענגט מען דארט כהנים לוים וישראלים "לפי שיש בהם מדת ענוה ורחמנות ולא יהיו שופכי דמים.

וגם לא ימסרו את הרוצח ביד גואל הדם" 23 .

לויט דעם טעם,

איז דער דאזיקער דין ע״ד ווי די אנדערע תנאים שבערי מקלט

(אין גמרא און רמב״ם שם)

"ערי 24

מקלט אין עושין אותן לא עיירות גדולות ולא כרכים גדולים ולא קטנים אלא עיירות בינוניות ואין מושיבין אותן אלא במקום שווקים ובמקום המים ואם אין שם מים מכניסין לתוכן מים״ — וואס דאם אלץ זיינען זייטיקע תנאים אין דער עיר מקלט צוליב דער תועלת פון גולה 25 .

נאך א טעם שטייט אין אחרונים 26

: עם קען זיין אז אין דער עיר מקלט זאלן נתרבה ווערן א סך גולים שרצחו,

און די עיר זאל מער ניט קולט זיין,

ווארום "עיר שרובה רוצחים אינה קולטת" 27 .

דעריבער ברענגט מען דארטן אריין "נהנים לויים וישראלים" צו ווערן תושבי העיר,

בכדי זיי זאלן זיין דער רוב,

און ניט די גולים.

לפי זה איז דער דין ניט קיין תנאי צדדי אין עיר מקלט,

נאר דאס איז נוגע צו דער קליטה גופא; אעפ״ב איז עס נאר א תנאי שלילי — מ׳איז דערמיט שולל און מבטל דעם חשש אז די עיר זאל זיין רובה רוצחים.

דערפון אבער וואס דער בעל סה״ד פארבינדט דעם דין מיטן פסוק 12

"והקריחם לכם ערים ערי מקלט תהיינה לכם ונם שמה רוצח מכה נפש בשגגה״ — דער פסוק וואו עם ווערט געזאגט דער עצם דין וועגן ערי מקלט — איז משמע,

אז עם איז א דין אין דעם עצם חלות דין עיר מקלט.

ד.

ה.

ניט בלויז איז דאם ניט קיין תנאי צדדי

(ווי די תושבי העיר וועלן זיר פירן מיטן גולה),

נאר ס׳איז אויר ניט א דין שלילי — צו מבטל זיין דעם חשש

(פון יתרבו הגולים,

ובמילא)

אז די עיר וועט ניט קענען קולט זיין — נאר עם איז אן ענין חיובי וואט טוט אויף די קליטה פון עיר מקלט.

נאכמער איז דאם מוכח פון לשון הפסוק "והקריתם לכם ערים" און דער־ נאך שטייט "ערי מקלט תהיינה לכם".

פון דעם איז מובן אז דער ענין פון "כי הערים תעשו אותם קרי׳" איז נוגע צו דעם עצם ענין פון עיר,

און דוקא דעמאלט איז חל אויר איר דער דין פון ״עיר מקלט״ 28

— "ערי מקלט תהיינה לכם".

דארף מען פארשטיין: במה מחולק דער ענין פון ״והקריתם — הערים תעשו אותם קרי׳",

פון די אנדערע תנאים וגדרים וואס אין עיר מקלט

ד.

וי״ל די הסברה בזה: דאם וואס ערי מקלט זיינען קולט דעם הורג נפש

(און דער גואל הדם טאר אים דארטן ניט הרג׳נען),

איז דאס ניט נאר מצד דעם וואס ער געפינט זיך אין די תחומים פון דער באשטימטער עיר

(וואס דאם איז מגין אויר אים),

נאר דאם איז פארבונדן און שייר צו דעם הורג נפש גופא: בשעת ער קומט אריין אין דעם "עיר",

ווערט ער א טייל פון דעם ציבור והכלל פון דעם עיר,

ובמילא האט ער די הגנה פון דעם

(זכות ה)

ציבור 29

של עיר זו.

ווען רעכנט מען די גאנצע שטאט מיט אלע תושבים שבה אלם א קהל וצבור אחד — ווען דאם איז באופן של "קרי׳",

בשעת די שטאט איז מלא 30 ,

מיושב כולו

(או עכ״פ רובו)

מיט דיורין,

וואם לעבן דארט באופן של קביעות — ניט באקראי,

באופן עראי 31

; בשעת אבער ס׳איז נתמעט געווארן דיוריהן,

איז בטל די מציאות פון די יושבי העיר אלם א צבור אחד,

ס׳איז נאר כמה יחידים וואם לעבן אין איין מקום 32 .

ד.

ה.

די אלע פרטים "אין 33

מושיבין אותן אלא במקום אוכלוסין,

נתמעטו אוכלוסיהן מוסיפין עליהן,

נתמעטו דיו־ ריהן מכניסין לתוכן כהנים לויים וישראלים",

זיינען תנאים וגדרים וועלכע מאכן אז די עיר איז ניט סתם א שטאט וואו עם לעבן א סך יחידים צוזאמען — נאר זי ווערט אן עיר אחת וואו עס לעבט א ציבור מסוים

ויש לומר אז דאם איז אויר דער טעם וואס ״מכניםין לתוכן כהנים לויים וישראלים",

און מפרשים 34

פרעגן די קשיא — פארוואס דארף מען מכנים זיין אלע דריי?

וע״פ הנ״ל איז דאם מובן: די הגנת

(וקליטת)

הצבור וואס דער הורג נפש בשגגה דארף האבן,

איז ניט נאר ער זאל זיין א טייל פון,

ער זאל זיין צוזאמען מיט א קבוצה אידן,

נאר ס׳איז א ציבור,

מעין כלל ישראל 35 ,

און דאם ווערט אויפגעטאן דורך דעם וואס "מכניסין לתוכן",

אלס תושבים קבועים 36 ,

אלע סוגים פון כלל ישראל,

"כהנים לויים וישראלים".

דער טעם דערפון איז מובן: מיט דעם וואס הרג נפש מישראל,

וואם אלע אידן זיינען "גוי אחד",

איין כלל,

איין מציאות,

האט ער אנגערירט 37

כלל ישראל,

ובמילא האט דער הורג נפש זיך מפריד געווען פון כלל 38

און נאכמער — ער איז בסתירה ונלחם בו,

און דעריבער 39

איז זיין הגנה

(וי״ל אויר כפרתו 40 )

דורך דעם וואס ער ווערט א טייל פון כלל ישראל,

דורר׳ן זיין אין דער עיר מקלט.

ה.

עם שטייט אין ספרים 41

אז דער ״גואל הדם״ איז

(אויך)

מרמז אויפן שטן 42 ,

וועלכער זוכט צו מקטרג זיין אויף א אידן.

בשעת א איד איז הורג נפש בשגגה זוכט דער גואל הדם אים מעניש זיין פאר שפיכת הדם,

פאר זיין חטא 43 .

און תורה גיט די הגנה פון עיר מקלט.

— כידוע,

איז דער ענין פון גלות לעיר מקלט,

א כפרה פארן הורג נפש בשגגה 44 .

אבער די כפרה ווערט נגמר ערשט לאחרי ווי עם ענדיקט זיך דער זמן וואט ער דארף זיין אין עיר מקלט 45

; עיקרו של עיר מקלט — כפשוטו של מקרא — איז אבער דער ענין ההגנה 46 .

סיי בפשטות — צו פארהיטן אים פון דעם גואל הדם ״פן ירדוף ..

כי יחם לבבו" 47

; איו אויר פון דעם רוחניות׳דיקן גואל הדם — אז אויך איידער דער איד באקומט זיין כפרה

(דורך גלות)

ובמילא איז נאך ביי אים דא די תוצאה ופעולה פון זיין חטא,

איז עי״ז וואם ער געפינט זיך אין עיר מקלט — קען דער גואל הדם אים ניט אנרירן.

און דער כח ההגנה פון עיר מקלט נעמט זיך דערפון וואט זי איז א קרי',

אן ארט פון אחדות,

כנ״ל.

כידוע 48 ,

אז בשעת מ׳איז אין א מצב פון שלום ואחדות איז דאס א הצלה והגנה,

ובמחז״ל 49

אז אפילו עובדי עבודה זרה,

אויב עם איז פאראן צווישן זיי שלום ואחדות "כביכול 50

אין השטן נוגע בהם

(אין מדת הדין נוגעת בהן 51 )

שנאמר 52

חבור עצבים אפרים הנח לו".

ניט קוקנדיק אויפן שפל המצב ביותר

(עובדי ע״ז),

איז אבער דער ענין פון אחדות

(שלום)

מגין אז מ׳זאל זיי ניט קענען אנרירן 53

(ביז אז "אמר 54

המקום כביכול איני יכול לשלוט בהם").

ועד״ז בדין זה,

אז אויך איידער דער הורג נפש האט זיין כפרה — איז די אחדות פון עיר מקלט אויף אים מגין.

ו.

ע״פ כל הנ״ל וועט מעו אויר פארשטיין דעם לשון ״קרי׳״ וואם שטײט ביי מלחמת סיחון ועוג:

ווי געזאגט,

ווייזט דער ענין פון ריבוי דיורין פון א "קרי׳",

אין דער זעלבער קרי׳,

אויף דער אחדות פון די תושבי העיר.

און דאס זאגט דער פסוק,

אז ביי סיחון ועוג איז געווען ניט נאר גשמיות׳דיקער תוקף

(במדה הכי גדולה) 55

נאר נאכמער,

ביי זיי איז געווען דער עניו פון אחדות,

זייערע שטעט זיינען גע־ ווען קריות — וואם דאם איז אן ענין אויך של הגנה רוחנית 56 .

[ווי מען געפינט עם אויר ביי בני נח,

ווי עם שטייט 57

דער טעם פארוואס דער דור הפלגה איז ניט נאבד געווארן ווי דער דור המבול,

ווייל 58

דער דור הפלגה "היו נוהגים אהבה וריעותביניהם שנאמר" שפה אחת ודברים אחדים" 60 ,

משא״כ דער דור המבול וואם "היו גזלנים והיתה מריבה ביניהם" 60 ].

און דאם איז די רבותא וואם תורה איז מדגיש ביי מלחמת סיחון ועוג "לא היתה קרי׳ אשר שגבה ממנו",

"לא היתה קרי׳ אשר לא לקחנו מאתם״ — אז אפילו די שטעט וועלכע זיינען געוועז א קרי׳,

ביי זיי איז געווען אחדות ושלום,

ובמילא אויר א הגנה רוחנית,

איז אעפ״ב האבן אידן זיי מנצח געווען און איינגענומען.

[ועפ״ז מובן,

אז קרי׳ איז א גרע־ סערער חידוש אפילו פון ערים בצורות - ווייל 61

דאס איז א הגנה רוחנית בהוספה על

(און שטארקער פון)

הגנות" גשמיות".

און דערפאר דערמאנט דער פסוק

(ביי מלחמת סיחון)

בלויז "לא היתה קרי׳ גו׳" און ניט "ערים בצורות חומה"

(כנ״ל סוס״א)].

ז.

דער טעם הדבר וואם אידן האבן געקענט איבערקומען די אחדות בו׳ פון סיחון ועוג

— אע״פ וואס אויד ביי בני נח איז פועל ומחזק ובו׳ עניו האחדות ושלום

(כנ״ל)

-

איז װײל זײער אחדות איז בלויז א חיצוניות׳דיקע

(זיי קומען זיד צוזאמען און זיינען זיך משתתף אין איין פעולה),

ס׳איז ניט קיין אחדות בעצם".

וואס דערפאר איז ביי בני נח ניטא דער גדר פון ציבור״ — ווארום אפילו לאחרי ווי זיי ווערן נתאחד,

בלייבט יעדער יחיד א מציאות "פרטית" 66 .

און דעריבער,

בשעת אידן האבן מלחמה געהאט קעגן זיי מיט דער אידישער אחדות

(די אחדות אמיתית פון בני ישראל 67 ),

האט עס מבטל געווען די הגנה

(מצד דער אחדות)

פון לעו״ז.

ח.

מ׳דארף נאך אבער פארשטיין דעם טעם וואם דוקא אין דעם כיבוש פון ארץ סיחון ועוג איז די תורה מדגיש אט דעם ענין פון "לא היתה קרי׳ אשר שגבה ממנו",

"אשר לא לקחנו מאתם"?

וי״ל דעם ביאור אין דעם:

דער כיבוש פון ארץ סיחון ועוג איז געווען אויפן וועג צו

(און צוליב")

כובש זיין ארץ ישראל.

נאכמער: בכמה פרטים רעכנט זיך ארץ סיחון ועוג אלם התחלה פון כיבוש ארץ ישראל",

ביז אז לכמה דיעות איז דאס נכלל אין דעם ברית בין הבתרים 70 .

איינער פון די עיקר חידושים וואס האט זיר אויפגעטאן בכניסת ישראל לארץ ישראל,

איז באשטאנען אין דעם וואם דעמאלט זיינען אידן געווארו א מציאות פון ציבור באופן פון "קהל",

וואט דערפאר איז דעמאלט דוקא נת־ חייבו בערבות 71

(משא״כ אין בבל איז ניטא דער גדר,

אין תענית צבור בבבל 72 ).

ד.

ה.

בכניסתם לארץ איז נגמר געווארן בשלימות די מציאות פון אידן,

ובלשון הצפע״נ 73

"אחר שנכנסו לא״י נעשו ציבור ונעשו מציאות אחת נצחית"

(און ער איז מאריך ווי דאס איז נוגע בכמה הלכות 74 ).

און דעריבער האט זיך געפאדערט דוקא אין כיבוש ארץ סיחון ועוג — אלם הקדמה והתחלה פון כיבוש ארץ ישראל,

צו מבטל זיין דעם ענין הקרי׳ פון סיחון ועוג — די אחדות אין קליפה ביי אוה״ע

(ומהאי טעמא גופא האבן סיחון ועוג זיך געשטעלט מיט דעם כח פון קרי׳ אויף אפצוהאלטן אידן פון קומען לא״י)

;

און אויר דער כח ביי אידן אויף אײנ־ נעמען די קריות פון ארץ סיחון ועוג איז געווען מצד דעם ענין

(האחדות)

גופא,

ווייל דאס איז געווען נוגע אין

(דער התחלה פון)

כיבוש ארץ ישראל כולה 75 ,

ובמילא איז בא אידן דעמאלט געווען מעין כח הצבור והקהל שבא״י,

אויף מבטל זיין און כובש זיין די קריות,

דעם צבור שבלעו״ז.

ט.

פ׳

(מטות)

מסעי ודברים ווערן געלייענט אלעמאל אין די טעג פון בין המצרים 76 .

איז מובן,

אז דער תוכן פון "קרי׳"

(וועלכער איז מודגש סיי אין פ׳ מסעי און סיי אין פ׳ דברים)

האט א שייכות מיוחדת צו דעם זמן:

דער חורבן וגלות פון אידן איז סיבתו דער פירוד צווישן אידן,

כמחז״ל 77

אז דער חורבן איז געקומען מצד דעם עון פון שנאת חנם.

וואם דערפון איז מובן,

אז דער תיקון

(—פון "בין המצרים")

איז דורכן מבטל זיין די סיבת החורבן,

דורך מוסיף זיין און מחזק זיין דעם ענין פון קרי׳ פון אידן — אהבת ישראל ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל כשלימות.

און אין דעם זיינען דא די צוויי שלבים — ווי מען לערנט דעם ענין אין פ׳ מסעי און ווי דערנאך אין פ׳ דברים:

לכל לראש זאגט מען,

אז אויך ווי אידן געפינען זיך נאך אין גלות,

אין די "מסעי בני ישראל" אין מדבר העמים 78 ,

נאך איידער ס׳איז דא די כפרה אויף חטאינו,

האט מען שוין די הגנה נגד דעם "גואל הדם" דורך דער הנהגה אין אן אופן פון "קרי׳"

("והקריתס לכם ערים״)

— אידן שטייען צוזאמען באחדות:

און דאס איז די הקדמה וואס דורך איר ווערט אויפגעטאן דער ביטול פון קרי׳ דלעו״ז

("לא היתה קרי׳ אשר שגבה ממנו..

אשר לא לקחנו מאתם״)

— ביז דעם ביטול

(וכפרה)

פון חטאינו — כשלימות,

און מען גייט גלייך אריין אין ארץ טובה ורחבה 79 ,

ארץ ישראל,

ביז אין אן אופן פון "ירחיב ה״א את גבולך" 80 ,

ניט

נאר עבר הירדן וואס מ׳האט איינגע־ נומען לפני כיבוש הארץ און — כיבוש הארץ,

נאר אויר קיני קניזי וקדמוני,

ווי דער רמב״ם זאגט 81 ,

בביאת משיח צדקנו,

יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש״פ עקב וש״פ ראה תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.