B"H
🏡

Ikar

מטות ב

א.

אין היינטיקער סדרה דערציילט די תורה אז נאך מלחמת מדין זיינען די "פקודי החיל" אנגעזאגט געווארן,

אז "כל הורג נפש וכל נוגע בחלל תתחטאו גו׳" 1 .

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "כל הורג נפש" און איז מפרש: "רבי מאיר אומר בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר.

ולמדד הכתוב שהכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו.

או יכול אפילו זרק בו חץ והרגו ת״ל וכל הנוגע 2

בחלל.

מקיש הורג לנוגע מה נוגע ע״י חבורו אף הורג ע״י חבורו".

וצריך להבין: דער מקור פון מאמר ר׳ מאיר איז אין ספרי,

אבער אין ספרי ווערט עס געבראכט ניט אויף דעם פסוק "כל הורג נפש" דפרשתנו,

נאר אויף א פריערדיגן פסוק "

(וכל אשר יגע..)

בחלל חרב״ אין פ׳ חוקח 3

— לשון הספרי "בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר" באציט זיך צום כתוב אין פ׳ חוקת.

אויך: רש״י איז מוסיף אויף לשון הספרי די ווערטער "ולמדך הכתוב שהכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו" 4 .

בנוגע דער הוספה פון רש״י קען מען זאגן,

אז דערמיט גיט רש״י צו א ביאור אין דברי ר׳ מאיר

(ווי מען געפינט בכמה מקומות אז רש״י איז מעתיק א לשון פון חז״ל און איז דערנאך מוסיף ביאור מדילי׳)

;

אבער בנוגע דעם שינוי הנ״ל

(וועגן וועלכן ״כתוב״ רעדט ר׳ מאיר)

— וואס רש״י פארבינדט דעם לימוד מיט אן אנדער פסוק — מוז מען זאגן 5 ,

אז רש״י האט געהאט אן אנדער גירסא אין ספרי 6 ,

וואם לויט יענער גירסא רעדט ר׳ מאיר וועגן אונזער פסוק אין פ׳ מטות 7 .

מען דארף אבער פארשטיין: פארוואס קלייבט אוים רש״י דוקא די גירסא,

אז ר׳ מאיר לערנט ארוים פון פסוק אין פ׳ מטות,

און ניט די גירסא הנפוצה 8

אז

ר׳ מאיר באציט זיך צום פסוק אין פ׳ חוקת?

ב,

דער רא״ם איז מבאר 9 ,

אז דער מאמר פון ר׳ מאיר קומט בהמשך צום פריערדיקן דין אין ספרי וואס ווערט אפגעלערנט פון "בחלל חרב": "בא הכתוב ולימד על החרב שטמאה טומאת ז׳ והנוגע בה טמא טומאת ז"׳

(— ״חרב 10

הרי הוא כחלל״)

— ווען מען רירט אן א חרב

(וואס האט אנגע־ רירט א מת)

איז ער טמא טומאת ז׳

(פונקט ווי ער וואלט אנגערירט דעם מת עצמו).

און אויף דעם איז ר׳ מאיר מוסיף ומחדש,

אז פון אונזער פסוק — ״כל הורג נפש״ — לערנט מען אפ,

אז "לאו דוקא חרב אלא כל דבר המקבל טומאה" איז דער דין אז "הכלי מטמא בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו".

ומהאי טעמא ברענגט עם רש״י דא ביי אונזער פסוק און ניט פריער ביים פסוק "בחלל חרב",

ווייל די ראי׳ אז "לאו דוקא חרב אלא כל דבר המקבל טומאה" איז פון "כל הורג נפש" שבפרשתנו.

עס איז אבער שווער אזוי אײנ־ לערנען אין פירוש רש״י 11

(אז לפי פשוטו של מקרא איז די דרשה פון ר׳ מאיר

(שהובא בפרש״י)

פארבונדן

(און בהמשך)

צום דין פון "חרב הרי הוא כחלל״)

— ווייל לפ״ז איז דער

(עיקר)

חידוש פון ר״מ אין דעם אז "לאו דוקא חרב" נאר "כל דבר המקבל טומאה",

און פון דעם לשון בפרש״י "בהורג בדבר

המקבל טומאה הכתוב מדבר" איז משמע,

אז ר״מ קומט

[ניט מרבה זיין "כל דבר המקבל טומאה"

(און ניט בלויז ״חרב״),

נאר פארקערט — ער קומט]

ממעט זיין,

אז דער פסוק רעדט נאר וועגן "הורג בדבר המקבל טומאה"

(און ניט בהורג סתם,

על ידי איזה דבר שהוא).

אויך: אין פרש״י דא ווערט בכלל ניט דערמאנט דער דין אז א חרב איז טמא טומאת ז׳,

"חרב הרי הוא כחלל".

נאך מער: אויך ביים פסוק "בחלל חרב" גופא

(בחוקת)

איז רש״י גארניט מפרש.

וואס דערפון איז מוכח,

אז לפרש״י מיינט "בחלל חרב" כפשוטו

(של מקרא) 12

אז מען רירט אן בחלל,

ניט בחרב — דעם חרב

(וטמא מטעם "חרב הרי הוא כחלל״)

— ווארום אזא שינוי הפשט וואלט רש״י געדארפט זאגן בפירוש,

כמובן —

דהיינו אז "בחלל חרב" רעדט וועגן א פאל פון נגיעה במת וועלכער איז א חלל

(דערהארגעט דורך א)

חרב און דער־ נאך איז דער פסוק מוסיף: או

(אפילו)

במת

(סתם)

או

(אפילו)

בעצם אדם — וואם אדם דא איז כולל סיי חלל חרב סיי מת סתם.

ועפ״ז — איז דער מאמר פון ר״מ וואם רש״י ברענגט בפרשתנו א דין בפ״ע,

און "בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר" איז

(לפי גירסת רש״י בספרי)

פארבונדן אויסשליסלעך מיט אונזער ״כתוב״

(״כל הורג נפש")

און האט קיין שייכות ניט מיטן פסוק "בחלל חרב".

ובכלל — פשוטו של מקרא דא איז

לכאורה: "כל

(יעדער)

הורג נפש" ווערט טמא בטומאת מת,

"כל הורג נפש" סיי בדבר המקבל טומאה,

סיי — שאינו מקבל טומאה,

סיי בחץ

(וואט ס׳איז ניט געווען קיין נגיעה במת),

וכל

(און אויך יעדערער וועלכער איז)

"נוגע בחלל"

(אויר ווען דער נוגע איז ניט געווען דער הורג).

ועפכ״ז — פון וואנען נעמט רש״י בפשוטו של מקרא צו לערנען,

אז "כל הורג נפש" מיינט דוקא "בהורג בדבר המקבל טומאה״,

און דאם גופא — דוקא אויב עם איז געווען "בחבורי המת"?

ג.

כמה לערנען,

אז רש״י פארלאזט זיר אויף דעם וואט ער זאגט בסיום פירושו "או יכול אפילו זרק בו חץ והרגו ת״ל וכל נוגע בחלל מקיש הורג לנוגע מה נוגע על ידי חבורו אף הורג ע״י חבורו"; און וויבאלד אז טומאת ה״הורג" איז דוקא ע״י חיבורו,

דויד דעם וואט דער דבר ההורג רירט אן דעם מת ווערט ער טמא און איז מטמא דעם הורג

("הכלי מטמא אדם בחיבורי המת כאילו נוגע במת עצמו״)

— דערפאר מוז עט זיין א דבר המקבל טומאה

(ווייל אויב דער דבר ההורג בלייבט טהור,

איז ווי קען א דבר שאפשר להיות טמא און בכ״ז בלייבט ער טהור — ״ברײנגען״ טומאה,

מטמא זיין

(דעם הורג)).

אבער ס׳איז דוחק הכי גדול אננעמען אז דער גאנצער יסוד פון פירוש רש״י איז דער היקש פון ״הורג לנוגע״ 13

— ווייל:

א)

דאם איז בלויז מכריח אז דא רעדט זיך וועגן טומאה בחיבורי!

(ניט אין אן אופן פון "זרק בו חץ"),

אבער ניט אז דער דבר המחבר מוז זיין א "דבר המקבל טומאה"; מען קען דאך לערנען

(ווי דער רמב״ן 14

לערנט),

אז "כל הורג נפש" איז טמא,

מחמת היסט 15

(דורך גורם זיין אז דער מת ווערט גערירט ממקומו) 16 ,

וואם היסט איז אפילו דורך א דבר שאינו מקבל טומאה.

ואדרבה: וויבאלד דער פסוק זאגט "כל הורג נפש",

איז מסתבר כנ״ל,

אז די תורה איז כולל וואס מער אופנים אין הורג נפש,

ובמילא איז לכאורה בעסער איינצולערנען,

אז דער פסוק רעדט וועגן "טומאת היסט" וועלכער איז שייך בכל דבר

(סיי א דבר המקבל טומאה סיי א דבר שאינו מקבל טומאה),

ווי צו זאגן אז דא רעדט זיך דוקא וועגן א הורג בדבר המקבל טומאה.

ב)

עס איז שווער אנצונעמען,

אז דער היקש זאל זיין א יסוד הכרחי בפשש״מ אפילו אויף דעם צווייטן פרט — אז דא רעדט זיך דוקא וועגן טומאה בחיבורין,

בשעת מען קען לערנען בפשטות

(כנ״ל),

אז דער פסוק מיינט דא צוויי באזונדערע אופנים פון טומאת מת:

דורך "הורג נפש" אדער דורך "נוגע בחלל".

ובפרט כנ״ל אז דער פסוק זאגט ״כל הורג נפש״ — וואט פירושו

(בפשטות)

איז — יערער הורג נפש,

און ניט דוקא דער וואס איז נוגע במת ע״י חיבורין בשעת הריגה.

ג)

פשט הלשון אין ספרי ובפרט בפרש״י איז,

אז דברו בהווה,

אז במלחמת מדין איז געווען

(אויך)

"זרק בו חץ״.

וכדרך המלחמות — בחרבי

(ודכוותי׳)

ובקשתי

(ודכוותי׳).

וע״פ הנ״ל קומט אוים אז אויף די אנשי המלחמה זורקי החצים גייט ניט דער "ואתם חנו גו׳",

אע״פ וואט אויך זיי זיינען בכלל פון "ועתה הרגו גו׳"!

ד)

שוין גערעדט כמה פעמים,

אז אויך די ווערטער פון דעם ״דיבור־המתחיל״ פון רש״י זיינען מדויק.

ובנדו״ד,

וויבאלד רש״י איז מעתיק פון פסוק בלויז די ווערטער "כל הורג נפש"

(און די ווערטער "וכל נוגע בחלל" איז ער אפילו ניט מרמז מיט "וגו' ",

און זיי ווערן ערשט דערמאנט בסיום הפירוש)

איז משמע,

אז דער יסוד פון פירוש רש״י זה,

אז "בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר,

ולמדך הכתוב בו׳" — איז

(ניט פון די ווערטער "וכל נוגע בחלל",

נאר)

בלויז פון די ווערטער "כל הורג נפש".

[און דאס וואס רש״י איז מסיים "או יכול אפילו זרק בו חץ כו׳ מקיש הורג לנוגע כו״׳ — איז אן ענין נוסף 17

: אפילו נאכדעם ווי מ׳ווייס אז "בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר" און אז ״הכלי מטמא אדם ..

כאילו נוגע במת

עצמו"

(וואם דער הכרח ע״ז איז פון "כל הורג נפש״)

— איז נאך אלץ פאראן או ארט צו זאגן אז "אפילו זרק בו חץ והרגו" זאל ער ווערן טמא,

און דאם ווערט נשלל דורכן היקש,

כדלקמן].

ד.

והביאור בזה:

לויט פשוטו של מקרא,

איז דער מכוון פון "ואתם חנו גו׳ כל הורג גו׳" אן אזהרה ווען ס׳איז נוגע לפועל.

ד.

ה.

פריער אין פרשת חוקת האט דער אוי־ בערשטער אנגעזאגט משה׳ן אלע דינים בשייכות צו טומאת מת

("זאת התורה גו׳" 18 )

; ובפרשתנו ווערן זיי געזאגט בשעת מעשה 19 ,

אן אזהרה לאנשי החיל,

אז זיי זאלן אויספאלגן די דינים

(פון פ׳ חוקת)

בפועל.

עפי״ז שטעלט זיך אבער א תמי׳ גדולה אין אונזער פסוק: לערנענדיק די ווערטער "כל הורג נפש" בפשטות איז משמע,

אז יעדער הורג נפש ווערט טמא בטומאת מת,

ד.

ה.

די טומאה איז ניט פארבונדן מיט נגיעה במת אדער מיט געפינען זיך באוהל המת,

נאר די עצם מעשה פון הריגת נפש איז מטמא דעם הורג.

[און אע״פ אז בלימוד ע״ד ההלכה איז ניטא קיין ארט פאר אזא קס״ד,

און ווי דער רמב״ם 20

זאגט "הרי הוא אומר כל הורג נפש ..

וכי תעלה על דעתך שזה ירה חץ והרג..

נטמא שבעת ימים אלא כו׳״

(כדלקמן סעיף ח)

— איז אבער ע״ד הפשט פאראן אן ארט צו זאגן,

אז ווי־ באלד דורך הריגת נפש שאפט מען

(אבי

אבות ה)

טומאה,

ווערט מען דערפאר אליין טמא].

פרעגט זיך אבער: אין פרשת חוקת ווערט אינגאנצן ניט דערמאנט אזא אופן אין טומאת מת.

איז אויב דאס איז א נייער גדר פון טומאה — פארוואם ווערט עם ניט גערעכנט פריער צווישן אלע אנדערע דינים

("זאת התורה גו׳")

פון טומאת מת?

באווארנט עם רש״י און איז מפרש אז אין הכי נמי: דא איז ניט נתחדש גע־ ווארן א נייער סוג טומאה,

נאר דאס איז איינער פון די סוגי טומאה וועלכע זיי־ נען געזאגט געווארן פריער:

"בהורג בדבר המקבל טומאה הכתוב מדבר,

ולמדך הכתוב שהכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו": די טומאה פון ״כל הורג נפש״ — "הורג בדבר המקבל טומאה״ — איז א פרט פון טומאת מגע,

וואם שטייט שוין פריער

[נאף מער: מ׳האט שוין פריער גע־ לערנט 21

אז אפילו נגיעה "בקבר" איז מטמא,

און לויט איין פירוש אין רש״י

(אויף די ווערטער 21

״על פני השדה״)

— אפילו נוגע ב״גולל ודופק״]

— נאר דא

(בפ׳ מטות)

איז די תורה מגלה ומפרט,

אז יעדע כלי וואט רירט אן דעם מת,

איז עם "כאילו נוגע במת עצמו"

(בשעת עס איז דא "חבורי המת").

ה.

נאך אן ענין וואם רש״י בא־ ווארנט מיט דער הוספה

(אויף לשון הספרי)

— "ולמדך הכתוב שהכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו":

לולא דער הוספה וואלט מען גע־ קענט לערנען,

אז דאס וואס א "הורג

בדבר המקבל טומאה" ווערט טמא בטומאת מת,

איז עם ווייל די כלי וואס רירט אן דעם מת ווערט אן אבי אבות הטומאה

(ווי דער מת עצמו),

ובמילא איז עם מטמא דעם אדם הנוגע בו בטומאת מת.

ע״ד ווי דאם איז ע״ד ההלכה אז "חרב הרי הוא כחלל״ — דער חרב באקומט דעם זעלבן תוקף הטומאה ווי דער ״חלל״ עצמו 22

; ועד״ז געפינט מען — אויך אין פשוטו של מקרא — ביי טומאת זב,

אז דער משכב

(ומושב)

הזב "נעשה אב הטומאה

(ווי דער זב עצמו)

לטמא אדם לטמא בגדים" 23 .

— וואלט מען עד״ז געזאגט ביי "הורג בדבר המקבל טומאה",

אז די "כלי" ווערט אן אבי אבות הטומאה.

רש״י וויל אבער אזוי ניט אננעמען,

ווייל לפ״ז קומט אוים,

אז דער חידוש פון פסוק "כל הורג נפש" איז בשייכות צו דער כלי וואם רירט אן דעם מת

(אז עם באקומט דעם תוקף פון אבי אבות הטומאה)

— איז ניט גלאטיק: וואו שטייט דער חידוש אין די ווערטער "כל הורג נפש"?

ווען מען וואלט דאם אפגעלערנט פון פסוק ״וכל אשר יגע ..

בחלל חרב"

וואלט ניט געווען אזוי קשה — היות דער פסוק רעדט וועגן נגיעה "בחלל חרב",

האט אן ארט צו זאגן אז דערמיט איז די תורה מרמז אז אפילו ווען די נגיעה איז בחרב

(שנגע בחלל)

ווערט מען טמא טומאת שבעה;

וויבאלד אבער מ׳לערנט דאם אפ פון פסוק ״כל הורג נפש״ — און אין רעם פסוק ווערט איבערהויפט ניט דער־ מאנט וועגן א "כלי" שהרג בו,

איז ווי פאסט צו זאגן אז די תורה זאגט א חידוש בשייכות צו כלי,

ווען "העיקר חסר" אינעם לשון "כל הורג נפש"?

!

דערפאר איז רש״י מדייק בלשונו און זאגט "שהכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו": דא איז נתחדש געווארן ניט א דין בשייכות צו דער כלי — אז די כלי באקומט דעם תוקף פון אבי אבות הטומאה

(ע״ד ווי ביי משכב הזב וואס דער משכב "נעשה אב הטומאה")

— נאר דער דין אז דער אדם איז "כאילו נוגע במת עצמו" 24

: דורך דעם וואס ער רירט אן די כלי בחבורי המת,

הייסט עם א נגיעה במת עצמו 25 .

און דעריבער זאגט דער פסוק דעם דין מיטן לשון ״כל הורג נפש״ — וואם איז מדגיש די פעולת האדם און זיין קשר מיטן מת — ווייל אט דער קשר צווישן דעם הורג נפש מיטן מת,

וואס ער קומט אין בארירונג מיטן מת

(ע״י הכלי),

שאפט די טומאה,

"כאילו נוגע במת עצמו".

ו.

ע״פ הנ״ל וועט מען פארשטיין דעם המשך אין פירוש רש״י: "או יכול אפילו זרק בו חץ והרגו ת״ל וכל נוגע בחלל מקיש כו׳״ — דלכאורה

(אע״פ וואם עם שטייט כל),

מאי קמ״ל?

— דער רא״ם 26

לערנט,

אז די סברא פון דער קס״ד אז "אפילו זרק בו חץ והרגו״ זאל ווערן טמא,

איז — "שמא אינו מטמא את ההורג מפני נגיעתו אלא מפני הריגתו״ — כולל אפילו אין אן אופן פון "זרק בו חץ".

אבער ע״פ הנ״ל איז מובן,

אז אזא סברא

(אז די טומאה קומט מצד ההריגה)

האט מלכתחילה קיין ארט ניט אין פשוטו של מקרא,

ווייל לפ״ז וואלט עם געמיינט אז דא איז נתחדש געווארן א נייער אופן אין טומאת מת,

כנ״ל ס״ד; און עם איז אייר א דוחק צו זאגן,

אז רש״י מיינט דערמיט נאר א תוספת ראי׳

(אז די טומאה קומט ניט מצד דער הריגה)

פון דעם היקש הורג לנוגע —

נאר דער ביאור אין דעם: וויבאלד אז די טומאה פון "כל הורג נפש" איז מצד דעם וואס "כאילו נוגע במת עצמו",

הייסט עם דאך,

אז ביי טומאת מת דארף

ניט זיין קיין נגיעה כפשוטה,

אז דער גוף האדם רירט אן דעם מת,

נאר עם איז גענוג וואט מען קומט אין בארירונג מיטן מת באמצעות הכלי,

וואם אויר דאם ווערט פאררעכנט "כאילו נוגע במת עצמו".

ובמילא — "אפילו זרק בו חץ והרגו": וויבאלד אז אפילו אין פאל פון אנרירן א כלי "בחבורי המת" באשטייט די נגיעה במת

(ניט אין דעם וואם דער גוף האדם רירט אן דעם מת,

נאר)

בלויז אין דעם וואם מען קומט אין א קשר מיטן מת

(באמצעות הכלי)

— האט אן ארט צו זאגן,

אז אויך ביי "זרק בו חץ והרגו" איז --------דער ■ דין אזוי 27 .

ווארום אויך אין דעם פאל קומט דער אדם אין בארירונג מיטן מת — דורך זיין "כח" 28

וואט איז דא אין דעם חץ 29 .

אויף דעם זאגט רש״י "ת״ל וכל נוגע בחלל,

מקיש הורג לנוגע,

מה נוגע ע״י חבורו אף הורג ע״י חבורו": וויבאלד אז אויר די טומאה פון "הורג" איז

(ניט א נייער סוג טומאה מצד ההריגה,

נאר)

מצד דעם דין פון טומאת מגע,

איז דעריבער מסתבר צו זאגן,

אז די טומאה פון "כל הורג נפש" איז אין דעם זעלבן אופן ווי "כל נוגע בחלל"

(וואט שטייט בהמשך אחד)

— "מה נוגע ע״י חבורו אף הורג ע״י חבורו".

ז.

א תלמיד ממולח קען אבער פרעגן: וויבאלד אז אין ביידע פאלן,

סיי ביי "חבורי המת" און סיי ביי "זרק בו חץ והרגו",

איז די נגיעה במת

(ניט א נגיעה" כפשוטה,

נאר)

בלויז אין א "חיבור" וואט ווערט געשאפן דורך א צווייטער זאך — פאדערט זיר א הסברה: סו״ם אין וואט באשטייט דער חילוק צווישן די צוויי אופני חיבור וואם דוקא ביים ערשטן אופן ווערט מען טמא בטומאת מת?

— דייטעט רש״י אן די הסברה בזה דורכן ברענגען דעם בעל המאמר,

ר׳ מאיר: די גמרא 30

זאגט א כלל אז ר׳ מאיר איז דאין דיני דגרמי.

ד.

ה.

אע״פ וואם קיי״ל 31

אז גרמא איז פטור,

האלט אבער ר׳ מאיר,

אז אויב דער גרם איז באופן של "גרמי",

איז עם פונקט ווי א מזיק בידים און מ׳איז מחוייב צו צאלן פארן נזק.

די נקודת החילוק צווישן ״גרמא״ און ״גרמי״ איז 32

: ״גרמא״ מיינט,

אז דער היזק ווערט נגרם באופן אז עם איז דא א

ריחוק,

במקום אדער בזמן,

צווישן פעולת המזיק און דעם היזק בפועל; משא״כ ״גרמי״ מיינט,

ווען דער היזק ווערט אויפגעטאן בקירוב

(מקום וזמן)

צו פעולת האדם.

ועד״ז בעניננו: אע״פ אז אין ביידע פאלן,

סיי ביי "חבורי המת" און סיי ביי "זרק בו והרגו",

איז דא מערניט ווי אן ענין פון חיבור ושייכות מיטן מת ע״י דבר אחר,

אעפ״כ איז דא צװישן זײ א חילוק עיקרי: ביי "חבורי המת" שאפט די נגיעה בכלי א "קירוב"

(חיבור)

מיט׳ן מת,

און דערפאר איז עם "כאילו נוגע במת עצמו"

(ע״ד ווי ביי "גרמי",

כנ״ל,

אז עם ווערט פאררעכנט ווי א מזיק בידים)

; משא״כ אין פאל פון "זרק בו חץ",

וואו דער כח קומט אין בארירונג מיטן מת בהפסק מקום כו׳ 33 ,

איז עם ניט "כאילו נוגע במת עצמו".

ח.

און דא זעט מען — בענינים מופלאים ע״ד ההלכה — דעם חילוק צווישן

(לשון)

רש״י מלשון)

הרמב״ם בנדון זה:

דער ענין שבסיום פירוש רש״י — ״יכול אפילו זרק בו חץ בו׳״ — ברענגט זיך אין רמב״ם 34 ,

אבער מיט דריי שינויים

(עיקריים),

וז״ל: הרי הוא אומר כל הורג נפש וכל נוגע בחלל וכי תעלה על דעתך שזה ירה חץ והרג או זרק אבן והרג נטמא שבעת ימים,

אלא כו׳".

א)

א שינוי הכי תמוה: דער רמב״ם זאגט "וכי תעלה על דעתך"

(ובמילא דארף מען ניט האבן כלל

(און ער

ברענגט ניט)

קיין היקש אויף דעם),

ד.

ה.

דאס איז א מילתא דתמי׳ וואס האט מלכתחילה קיין ארט ניט בסברא

(כנ״ל סעיף ד)

— ניט ווי אין רש״י

(וספרי)

: "יכול אפילו 35

זרק כו׳ ת״ל וכל נוגע בחלל מקיש בו׳",

ד.

ה.

עם איז דא א יכולת און א קס״ד אז "זרק בו חץ" זאל טמא ווערן בטומאת מת,

און מען דארף אנקומען צום היקש פון "הורג לנוגע" כדי צו שולל זיין די סברא.

ב)

דער רמב״ם איז מוסיף א דוגמא — "או זרק אבן והרג" 36 .

ג)

אין רש״י

(וספרי)

שטייט "זרק בו חץ 37

והרגו״ — אבער אין רמב״ם איז דער לשון "ירה חץ והרג או זרק אבן והרג",

עם ווערט ניט דערמאנט דער נהרג.

וע״פ הנ״ל יש לומר אז די שינויים הנ״ל זיינען הא בהא תליא:

די קס״ד אין פירש״י אז "זרק בו חץ והרגו" איז טמא בטומאת מת,

איז ווייל דאם האט א גדר פון טומאת מגע ,

("כאילו נוגע במת עצמו"),

מצד דעם "חיבור" צווישן דעם כח האדם מיטן מת,

כנ״ל בארוכה.

און דערפאר:

א)

דער דיוק דא איז "זרק בו חץ והרגו״ — וואם איז מדגיש די שייכות צווישן דעם הורג נפש מיטן מת.

ב)

די דוגמא איז דוקא פון "זרק בו חץ״

(ניט — "אבן"),

וואס איז א דבר

המקבל טומאה.

ווארום וויבאלד דער קס״ד איז אז מען ווערט טמא בטומאת מגע איז מובן אז דאם איז שייך דוקא אויב "הורג בדבר המקבל טומאה"

(אז דער מגע איז באמצעות א דבר המקבל טומאה).

ג)

עם איז טאקע דא אן ארט פאר דער קס״ד — ״יכול אפילו כו״׳ — און כדי דאם צו שולל זיין דארף מען אנקומען צו א היקש.

משא״כ דער רמב״ם,

וואס האלט ניט אז טומאה בחבורין איז מן התורה 38

— און דעם דין פון "כל הורג נפש" ברענגט ער אין דער הלכה פון "החרב כמת״ 39 ,

אז "הוא הדין לשאר כלים בין כלי מתכות כו׳" אז "הרי הן לנוגע בהן כנוגע במת עצמו מה המת מטמא כו׳ אף כלים שנטמאו במת הם והכלים או האדם שיגע בהן טמאין טומאת שבעה״ —

ברענגט ניט אפילו א קס״ד א

(יכולת)

— יכול אז "זרק בו חץ והרגו" איז טמא מצד דעם "חיבור" צווישן דעם הורג מיטן נהרג; נאר ער זאגט "וכי תעלה על

דעתך כו׳״ — דער רמב״ם איז שולל הסברא מעיקרא אז די עצם הריגה איז גורם טומאה.

און דערפאר זאגט ער:

א)

״וכי תעלה על דעתך״ — ווייל דאם איז

(ע״ד ההלכה)

א סברא שאין לה מקום מלכתחילה.

ב)

״ירה חץ והרג״

(ניט — ״..

בו..

והרגו״)

— ווייל דא איז ניט נוגע די שייכות ופעולה אין דעם נהרג,

נאר די עצם מעשה ההריגה.

ג)

ער איז מוסיף די דוגמא פון "זרק אבן" וואס איז ניט קיין דבר המקבל טומאה — להדגיש אז ער קומט שולל זיין די סברא אז די טומאה קומט מצד עצם מעשה ההריגה,

יואס אין דעם איז קיין נפק״מ ניט צי דאם איז דורך א דבר המקבל טומאה אדער ניט.

ט.

פון יינה של תורה שבפירוש רש״י:

אזוי ווי דאס איז אין צד ההיפך דטוב,

בנוגע לטומאה,

אז "הכלי מטמא אדם בחבורי המת כאילו נוגע במת עצמו",

עד״ז איז דאם אין צד הטוב,

בנוגע לטהרה וקדושה,

אז דורך דביקות בתלמידי חכמים "מעלה עליו הכתוב כאילו נדבק בשכינה ממש" 40 .

ואדרבא וויבאלד אז "מדה טובה מרובה ממדת פורענות" 41 ,

איז מובן,

אז אע״פ אז בנוגע לטומאה,

איז א "גרמא",

א ״װײטער״ קשר ושייכות צום ענין החטא וטומאה פועל׳ט ניט אויף דעם אדם אז עס זאל צו אים נדבק ווערן

"טומאה"

(נאר ווען עס איז אין אן אופן פון ״חבורין״ דוקא),

איז אבער אין צד הקדושה אנ־ דערש 42

: כדי צו ווערן "נדבק בשכינה ממש" 43

איז גענוג ווען מ׳איז דבוק צו תלמידי חכמים מיט א שייכות איזו שתהי׳,

ווי די גמרא 44

זאגט "כל המשיא בתו לת״ח והעושה פרקמטיא לת״ח,

והמהנה ת״ח מנכסיו" 45

טוט דאם אויף אז "כאילו מדבק בשכינה

(ממש)

",

און עם ווערט "ואתם הדבקים בה״א חיים כולכם היום" 46 .

(משיחת ש״פ מטו״מ תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.