B"H
🏡

Ikar

בלק א

א.

אין פסוק 1

"ויקם בלעם בבוקר ויחבוש את אתונו וילך עם שרי מואב" שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ויחבוש את אתונו" און איז מפרש "מכאן שהשנאה מקלקלת את השורה שחבש הוא בעצמו,

אמר הקב״ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם שנאמר 2

וישכם אברהם בבוקר ויחבוש את חמורו".

איז לכאורה ניט אינגאנצן גלאטיק: בלעם האט דאם געטאן

(ווי רש״י הויבט אן)

מצד "שנאה"

(צו אידן און שנאה)

״מקלקלת את השורה״ — און דער המשך 3

"אמר הקב״ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם״ — רעדט וועגן א רצון מקיים זיין ציווי השם?

דעם ענין פון "שנאה מקלקלת את השורה" ביי בלעם׳ען,

געפינט מען אין א צאל ערטער בחז״ל 4 ,

אבער דער המשך "אמר הקב״ה כו׳"

(ווי אין פרש״י)

ווערט געבראכט נאר אין מדרש אויפן ארט 5

— וזה לשונו 6

: ״וישכם 7

קדם ועמד בזריזות,

הוא בעצמו 8 ,

אמר לו הקב״ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם לעקוד את יצחק בנו

[שנאמר 9 ]

וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו".

אין מדרש 10

וואלט מען לכאורה געקענט איינטייטשן,

אז די הדגשה איז אויף מעלת הזריזות 11

בזמן

(און ערשט דערנאד קומט "הוא בעצמו")

וואם דריקט זיך אוים אין "ויקם בלעם בבוקר": וויבאלד דער אויבערשטער האט אים געזאגט "קום לך אתם 12 ,

האט בלעם געמיינט,

אז בזכות זה וואט ער וועט מקיים זיין ציווי השם ״לך״ בזריזות,

וועט זיך אים איינגעבן "לקלל את ישראל" 13

(און כאטש אז מתחילה האט עס דער אויבערשטער ניט גע־ וואלט,

איז "שמא אפתנו ויתרצה" 14

צוליבן זכות הזריזות).

און אויף דעם "אמר לו הקב״ה",

אז אין דעם ענין הזריזות "כבר קדמך אברהם אביהם".

אין פרש״י אבער ווערט אינגאנצן ניט גערעדט וועגן זריזות

(ובפרט — בזמן),

און די הדגשה איז נאר אויפן "חבש הוא בעצמו" און אז דאם קומט נאר מצד ״שנאה מקלקלת את השורה״ — איז ניט מובן,

וואט פאר א "זכות" האט בלעם געמיינט צו האבן דורך א פעולה וועלכע קומט מצד "שנאה" 15 ?

ב.

זאת ועוד:

לאחר העיון במדרש הנ״ל זעט מען,

אז אויר אין מדרש קען מען ניט איינלערנען דעם פירוש הנ״ל

(אז בלעם׳ס חשבון איז געווען אז צוליב זיין זריזות וועט ער קענען זאגן היפך הברכות)

:

אין מדרש 16 ,

קומט די דרשה הנ״ל בהמשך צו דעם וואס רעדט זיך פריער — "שבדרך שאדם רוצה לילך בו מוליכין אותו שמתחילה נאמר לו לא תלך כיון שהעיז פניו להלוך הלך שכן כתיב 17

ויחר אף אלקים כי הולך הוא אמר לו הקב״ה רשע איני חפץ באיבודן של רשעים הואיל ואת רוצה לילך ליאבד מן העולם קום לך ואך את הדבר ללמדך שבהתראה הלך 18

מיד וישכם כו׳",

כנ״ל.

דערפון איז מובן,

אז זיין כוונה דער־ ביי איז ניט געווען מצד זריזות אין קיום

ציווי ה׳; אדרבה,

דערפון וואס דער אויבערשטער האט אים געווארנט און גע־ זאגט "הואיל ואת רוצה לילך ליאבד מן העולם קום לך" האט בלעם קלאר גע־ וואוסט,

אז זיין גיין איז היפך ציווי ה׳.

אעפ״כ װאלט מען אין מדרש געקענט איינלערנען

(בדוחק גדול עכ״פ),

אז די זריזות פון בלעם איז געווען ע״ד ווי א תנועה פון מפקיר זיין נפשו

(בניגוד צו מסירת נפש מצד הקדושה).

אז כאטש דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז ער גייט "ליאבד מן העולם",

איז ער געגאנגען בזריזות און מיט דעם געמיינט ממשיך זיין אויף זיך כוחות הטומאה וכו׳.

און אויף דעם "אמר לו הקב״ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם" אין דער מסירת נפש פון "לעקוד את יצחק בנו"

(וואס איז אין א פרט גרע־ סער ווי מם״נ זיך בעצמו).

אבער בנוגע לפי׳ רש״י,

איז

א)

כנ״ל,

רעדט ער בכלל ניט וועגן זריזות — ער ברענגט ניט פון פסוק 19

"ויקם בלעם בבוקר וגו׳"

ב)

ער ברענגט ניט דעם ענין אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז ער גייט ״ליאבד מן העולם״,

ואדרבה — רש״י זאגט אין פריערדיקן פסוק "אם לקרוא לך — אם הקריאה שלך וסבור אתה ליטול עלי׳ שכר קום לך אתם".

ג)

ער איז ניט מפרט אז דאם איז פאר־ בונדן מיט דעם וואס אברהם "הלך לעקוד את יצחק" 20 .

ג.

די תמי׳ ווערט נאך גרעסער:

דער תוכן הענין פון "שנאה מקלקלת את השורה"

(ועד״ז אהבה מקלקלת את השורה,

ווי ס׳איז געווען ביי אברהם)

ברענגט זיד,

כנ״ל,

בכ״מ בדברי חז״ל —

א)

אין גמרא 21

אויפן פסוק "ויקם בלעם בבוקר ויחבוש את אתונו",

זאגט ר׳ שמעון ב״א: "אהבה מבטלת שורה של גדולה מאברהם דכתיב וישכם אברהם בבוקר,

שנאה מבטלת שורה של גדולה מבלעם שנאמר ויקם בלעם בבוקר ויחבוש את אתונו",

אבער 1)

די גמרא רעדט ניט וועגן "קדמך אברהם״; 2)

דער לשון אין גמרא

("שנאה מבטלת שורה של גדולה")

איז ניט ווי אין רש״י ומדרש

("מקלקלת השורה") 22 .

ב)

אין מדרש 23

: "אהבה מקלקלת את השורה ..

דכתיב וישכם אברהם בבוקר וגו׳ ולא הי׳ לו כמה עבדים אלא אהבה מקלקלת את השורה ושנאה מקלקלת את השורה שנאמר ויקם בלעם בבוקר ויחבוש את אתונו ולא הי׳ לו כמה עבדים אלא שנאה מקלקלת את השורה".

ולאח״ז שטייט אין מדרש: "אר״ש בן יוחאי תבוא חבשה ותעמוד על חבשה,

תבוא חבשה שחבש אברהם אבינו לילך ולעשות רצונו של מקום של מי שאמר והי׳ העולם 24

וישלח אברהם את ידו וגו׳ 25

ותעמוד על חבשה שחבש בלעם לילך ולקלל את ישראל״ — וואט דאם

איז לכאורה דער תוכן פון "כבר קדמך אברהם",

אבער רש״י זאגט "אמר הקב״ה רשע כבר קדמך",

וואם מיינט אז דער "ויחבוש את אתונו" איז געווען מיט א כוונה מיוחדת מצד בלעם

(וואס אויף דעם איז געווען דער ענטפער כבר קדמך)

— משא״כ לשון המדרש "תבוא חבשה ותעמוד על חבשה",

וועלכע ווייזט ניט אז די פעולה פון בלעם

("ויחבוש")

האט אין זיך א כוונה.

ד.

ויש לומר הביאור בזה:

בלק האט געדונגען בלעם׳ען כדי ״לכה נא ארה לי את העם הזה״ 26 .

נאכ־ דעם אבער ווי דער אויבערשטער האט אים ניט געלאזט גיין 27

און דערנאך האט ער אים

(סו״ס)

געזאגט 12

״ואך את הדבר אשר אדבר אליך אותו תעשה" איז דאס וואם ״אעפ״ב וילך בלעם״ — ווארום ער האט געטראכט "שמא אפתנו ויתרצה" 14

לקלל ח״ו אידן; אדער דורך מקטרג זיין אויף אידן — ע״ד ווי רש״י זאגט ווייטער 28 ,

אז נאכדעם ווי בלעם האט גע־ זען אז דער אויבערשטער "לא יחפוץ לקללם"

(נאר פארקערט,

צו בענטשן זיי און ער — בלעם עצמו — האט עם גע־ טאן צוויי מאל),

האט ער געזאגט "אזכיר עוונותיהם והקללה על הזכרת עוונותיהם תחול"; און ווי רש״י זאגט ג

אויף די ווערטער ״וישת אל המדבר פניו — כתרגומו",

וואם ער זאגט "ושוי לקבל עגלא דעבדו ישראל במדברא אפוהי",

אז ער האט דערמאנט דעם חטא העגל.

עד״ז בנדו״ד: אין דער פעולה פון "חבש הוא בעצמו" איז געווען א טעם

גלוי — "שנאה מקלקלת וכו'"; בלעם איז דאך אבער געווען א "קוסם" 29 ,

האט ער אין דעם אויך 30

געהאט א באהאלטענע כוונה ומטרה — מיט זיין "קלקול השורה" האט ער געמיינט צו מקטרג 31

זיין אויר אידן דורך 32

אנדייטן אויר די אלע הנהגות פון אידן אין מדבר וואט זיינען געווען אינעם אופן פון "קלקול השורה" און דערמיט ארויסברענגען דעם היפך האהבה ח״ו

(פון אידן צום אויבערשטן,

ובמילא)

פון אויבערשטן צו אידן.

און אויר דעם "אמר הקב״ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם",

אז זיין קטרוג דירך דערמאנען די הנהגית פון בני ישראל קאן ניט חל זיין,

ווייל "כבר קדמך אברהם .

אביהם",

וואם ביי אים איז געווען "חבש הוא בעצמו" ובאופן פון "אהבה מקלקלת השורה" 33 ,

און במילא

וועט דער זכות פון אברהם ניט דער־ לאזן אז דער ענין פון "חבש הוא בעצמו"

(מצד שנאה מקלקלת כו׳)

זאל עפעס אויפטאן.

און ווי מ׳זעט עם ווייטער בהמשך הפרשה,

וואו ס׳איז נאכאנאנד דער־ מאנט געווארן זכות אבות כלפי די אידן — סיי בהליכתו של בלעם 34 ,

סיי אין זיינע דבוריו און מעשים — אז ער האט זיר געפרואווט פארמעסטן מיט די פעולות און זכויות פון די אבות 35

; און אזוי אויר בברכותיו 36

(וואם,

ווי רש״י ברענגט 37

"מברכותיו של אותו רשע אנו למדים מה הי׳ בלבו לקללם").

נאכמער: ניט נאר האט זיין קטרוג בענין זה,

"שנאה מקלקלת השורה",

ניט געקענט חל זיין מצד דעם זכות פון אברהם,

נאר וויבאלד אז "אהבה מקלקלת את השורה" איז געווען ענינו של "אברהם אביהם" איז דאם אויך געקומען בירושה לבניו אחריו 38

; און דאם וואס לפעמים האט געטראפן,

אז ביי זיי איז די הנהגה געווען ניט באופן זה

(אדער אפילו באופן הפכי),

איז עם ביי זיי נאר א דבר חיצוני 39 ,

ניט זייער טבע ח״ו ורגילות — ואדרבא זיי האבן בירושה א טבע פון אהבה להשם ביז אן אהבה גדולה וועלכע "מקלקלת את השורה"!

ה.

מענינים מופלאים שבפירוש רש״י:

בנוגע דעם ענין פון "שנאה מקלקלת את השורה" און "אהבה מקלקלת את השורה" ווערן געבראכט אין מדרש 40

צוויי דוגמאות — סיי ביי אהבה און סיי ביי שנאה:

ביי "אהבה" ברענגט דער מדרש די דוגמא הנ״ל פון אברהם,

און אויך פון יוסף "שנאמר 41

ויאסור יוסף מרכבתו ויעל לקראת ישראל אביו וכי לא הי׳ ליוסף כמה עבדים אלא אהבה מקלקלת את השורה" 42 .

און ביי שנאה ברענגט ער

(נוסף אויף דער דוגמא פון בלעם׳ען)

אויד די דוגמא פון פרעה,

"דכתיב 43

ויאסור את רכבו ולא הי׳ לו כמה עבדים אלא שנאה מקלקלת השורה".

אויר אין מכילתא 44

רעדט זיד וועגן דעם זעלבן תוכן,

מיט די זעלבע פיר דוגמאות,

אבער ניט בלשון "אהבה

(שנאה)

מקלקלת השורה",

נאר בלשון: "ארבעה אסרו בשמחה אברהם אסר בשמחה שנאמר וישכם גו׳ ..

אלא לכבוד המקום יוסף אסר בשמחה שנאמר ויאסור אלא לכבוד אביו בלעם אסר בשמחה שנאמר ..

פרעה אסר בשמחה כו׳".

דער אונטערשייד בתוכן צווישן די לשונות — צי די פעולה איז מצד "מקלקלת השורה",

אדער מחמת "שמחה ..

לכבוד״

(וכיו״ב)

— איז:

ווען א זאך ווערט געטאן באופן של "קלקול השורה"

(צוליב אהבה אדער שנאה)

איז דאם א פעולה פארבונדן מיט

"קלקול",

ניט מיט תיקון 45

; בשעת מ׳זאגט אבער אז דאס ווערט געטאן ״בשמחה ..

לכבוד המקום" וכיו״ב,

איז עס מדגיש,

אז דאס איז א פעולה של שמחה של כבוד המקום אדער כבוד אביו.

ועד״ז להיפך — בנוגע צו בלעם ופרעה.

ויש לומר,

אז די נפק״מ בזה להלכה איז — צי אויף דעם איז דא א חיוב

(גמור)

: מען איז מחויב בכבוד המקום,

אביו וכו׳

(ובמילא דארף זיין — עבדו את ה׳ בשמחה)

— משא״כ לקלקל את השורה 46 .

ו.

אין פירוש רש״י על התורה,

הגם אז ביי אלע פיר פאלן איז ער מדגיש די זעלבע נקודה,

אז זיי האבן עם געטאן אליין

(ניט ע״י עבדים וכיו״ב),

איז ער אבער משנה אין זייערע לשונות:

ביי אברהם איז ער מפרש "ויחבש הוא בעצמו ולא צוה לאחד מעבדיו שהאהבה מקלקלת השורה"; און עד״ז בצד ההפכי,

אינעם ענין פון "שנאה מקלקלת את השורה״ ביי בלעם׳ן בפרשתנו.

אבער בא ױםף׳ן זאגט רש״י ״הוא עצמו אסר את הסוסים למרכבה להזדרז לכבוד אביו",

ע״ד ווי אין מכילתא.

און ביי פרעה איז ער מפרש בלויז "הוא בעצמו".

ד.

ה.

ביי אברהם ולהבדיל בא בלעם,

איז עס דער ענין פון קלקול השורה,

משא״כ ביי יוסף איז עס דער ענין פון

כבוד אביו

(ועד״ז להבדיל ביי פרעה),

כנ״ל.

ועפ״ז איז מובן

א)

וואס רש״י איז מדגיש בפרשתנו "מכאן שהשנאה מקלקלת את השורה",

וואס דערמיט מיינט ער שולל זיין אז דער "ויאסור את רכבו"

("הוא בעצמו")

ביי פרעה איז ניט געווען

(ווי שיטת המדרש)

אן ענין של קלקול,

נאר אדרבא — א חשבון של ריוח גדול

(כדי צו פועל זיין על כל עבדיו אז זיי זאלן מיטגיין מיט אים,

ווי רש״י זאגט דארט 47

בהמשך פירושו אויף ״ואת עמו לקח עמו״ — "משכם בדברים לקינו ונטלו ממוננו ושלחנום כו׳ ואני לא אתנהג עמכם כשאר מלכים כו׳ אני אקדים לפניכם וכו׳",

אדער צוליב דעם חשבון צוריק באקומען ממונם כו׳) 48 .

ב)

פארוואס ברענגט רש״י ניט בסיום פירושו

(דא בפרשתנו)

אז "

(קדמך אברהם אביהם)

לעקוד את יצחק בנו",

ווי אין מדרש — ווייל לויט רש״י איז די הדגשה דא אויף דעם ענין פון "אהבה מקלקלת את השורה",

און ניט דער ציווי חיובי

(לעקוד כו׳) 49 .

ז.

פון יינה של תורה אין פירוש רש״י:

דער תוכן פון גאנץ פרשת בלק איז — "ולא אבה ה׳ אלקיך לשמוע אל בלעם ויהפוך ה״א לך את הקללה

לברכה כי אהבך ה׳ אלקיך" 50 ,

דאס איז די נקודה 51

תיכונה פון אלע פרטי הסיפור וועגן בלעם כר,

וועלכע זיינען מדגיש דעם ענין פון הפיכת הקללה לברכה.

ומובן,

אז אויך דאם וואס תורה דער־ ציילט וועגן דער "שנאה מקלקלת את השורה" פון בלעס׳ען,

איז אויך דער־ פאר וואם דאס איז צוליב דער ברכה.

והביאור:

עבודת האדם בכללות איז אין די צוויי קוים פון סור מרע און עשה טוב: סור מרע קומט מצד דער שנאה צו רע,

צו אלע ענינים וועלכע זיינען היפך רצון העליון 52

; און עשה טוב — מצד דער אהבה לה׳,

"כי המקיימן באמת הוא האוהב את שם ה׳ וחפץ לדבקה בו באמת" 53 .

און אין דעם גופא זיינען דא חילוקים: א שנאה און מיאוס ברע וואס איז בהגבלה,

און אזוי אויך אהבת ה׳ בהגבלה; און א שנאה וועלכע איז שלא בהגבלה,

שלא כפי השורה,

און עד״ז אן אהבה רבה לה׳ שלא כפי השורה,

העכער ממדידה והגבלה 52 .

און בענין זה איז רש״י מדגיש,

אז די אהבה בלתי מוגבלת פון א אידן צו מקיים זיין רצון השם,

ביז אז דער קיום המצוה איז שלא ע״פ מדידה והגבלה וחשבון,

קומט פון "אברהם אביהם",

וואס אהבתו לה׳ איז געווען העכער פון מדידה וגבול 54 ,

"אהבה מקלקלת את

השורה" און וואם דערפאר 55

איז הנהגתו געווען — "וישכם אברהם בבוקר ויחבוש את חמורו".

און וויבאלד אז "קדמך אברהם אביהם",

האט דאם גע׳פועל׳ט אז ניט נאר האט בלעם׳ם "שנאה מקלקלת את השורה" ניט געהאט דעם כח צו גורם זיין א קטרוג אויף אידן,

נאר אדרבה — דאס האט מהפך געווען און געגעבן דעם כח׳ אז אויד ביי אידן זאל זיין די "שנאה מקלקלת את השורה",

די שנאה צו רע ודברים בלתי רצויים באופן של תכלית השנאה,

ובמילא איז די שלילה וזהירות אין סור מרע באופן של "קלקול השורה״ — למעלה ממדידה והגבלה.

און די צוויי אופנים זיינען ניט נאר בנוגע קיום המצות

(סור מרע ועשה טוב)

מצד הגברא,

נאר אויר בשייכות צו זייער אויפטו אין וועלט,

און ווי מרומז אין די פסוקים גופא: ביי אברהם שטייט "ויחבוש את חמורו",

וואם דאם איז מרמז אויפן ״חומר״ הגוף — וכתורת הבעש״ט הידועה 56

: "כי תראה חמור,

כאשר תסתכל בעיון בהחומר שלך שהוא הגוף כו׳ עזוב תעזוב עמו — לברר את הגוף ולזככו ולא לשברו בסיגופים".

און דאס איז דער תוכן פון "ויחבוש את חמורו",

ווי דער ש״ך

(על התורה) 57

איז מפרש ״שכבש החומר״ — ניט צו צעברעכן דעם גוף,

נאר צו כובש ומברר זיין דעם חומך הגוף,

אים איינשפאנען און אויסנוצן דעם גוף אין עבודת השם; ועד״ז דעם "חומר" במובן הכללי פון

דער גאנצער וועלט,

"מלאו את הארץ וכבשוה" 58 ,

די דברים המותרים פון וועלט,

זאל מען זיי כובש זיין און ארײנ־ ברענגען לרשות הקדושה.

ווען עם רעדט זיך אבער וועגן "אתונו של בלעם",

די ענינים פון רע דלעו״ז

(גקה״ט),

וואס מ׳קען זיי ניט מברר זיין,

ביי זיי דארף זיין דער יחס והנהגה פון "שנאה מקלקלת את השורה",

באופן של דחי׳.

ח.

דאס איז אבער ניט מספיק: "ויהפוך ה״א לך את הקללה לברכה" מיינט דאך 59

אז די קללה גופא ווערט נתהפך לברכה — דער ענין פון את־ הפכא,

זדונות נעשו לו כזכיות,

אז דער רע ווערט נתהפך לטוב — און ניט נאר אז אנשטאט דער קללה איז געקומע! א ברכה.

ויש לומר הביאור בזה בעבודת האדם:

"שורה",

"שורת הדין",

מיינט ווי די ענינים פירן זיך דורך ע״פ סדר וטעם ודעת,

ע״פ סדר דקדושה

[ובפרט ווי רש״י זאגט דא "שורה" סתם,

ניט "שורה של גדולה" 60 ]

; און אויב ס׳איז ח״ו דא דער "קלקול השורה" הבלתי רצוי,

מ ׳

גייט אראפ פון דער "שורה" של קדושה "חטא ופגם ועבר את הדרך",

וואם דאם נעמט זיך פון דער "שנאה"

(— די שנאה פון לעו״ז צו קדושה,

פון יצה״ר צו יצה״ט)

— איז כדי לתקן זה דארף זיין "קלקול השורה" לצד הטוב 61

— די תשובה מאהבה רבה 62

וואם איז העכער פון דער מדידה והגבלה פון דער "שורה" דקדושה.

און דאם איז דער "כבר קדמך אברהם": דורך דער אהבה רבה

(ומסירת נפש)

פון אברהם אבינו

(וואם דאס קומט בירושה צו כל או״א בישראל)

איז מען מהפך לקדושה אויך דעם "קלקול השורה" הבלתי רצוי,

וועלכער קומט דורך די שנאה לקדושה.

דהיינו,

אז די ניצוצי הקדושה וואם ע״פ שורה דקדושה קען מען זיי ניט מברר זיין — ווארום די ניצוצי קדושה וועלכע זיינען אראפגעפאלן אין דברים האסורים פון ג׳ קליפות הטמאות קען מען ע״פ תודה ניט מברר זיין

(ואדרבה 63 ,

ע״פ תורה דארף מען זיי מדתה זיין 64 )

— איז דורך ״תשובה גדולה ..

שהיא תשובה מאהבה מעומקא דלבא באהבה רבה וחשיקה ונפש שוקקה לדבקה בו ית׳",

ווערן אויך זיי נתעלה און נתהפך לקדושה,

כמבואר אין תניא 65

(אז די זדונות ווערן נתהפך לזכיות ממש).

ט.

און דא זעט מען די "ענינים מופלאים" אין "יינה של תורה" שבפירוש רש״י:

דער גאנצער תוכן פון דער פרשה פון בלק איז,

אז טראץ דעם וואם בלק האט געדונגען בלעם׳ען צו מקלל זיין אידן,

איז אבער די תוצאה דערפון געווען

(ניט נאר ביטול הקללות,

נאר נאכמער)

אז די קללות זיינען געווארן אן ענין פון ברכה,

ובלשון הכתוב

(הנ״ל)

"ולא אבה ה״א לשמוע אל בלעם ויהפוך ה״א לך את הקללה לברכה כי אהבך ה״א".

און דאם איז מרומז בפירוש רש״י — גלייך ביי דער ערשטער פעולה,

וואס בלעם האט געטאן,

בהתחלת הליכתו ״לקלל את ישראל״ — אז דער "ויחבוש את אתונו",

די "שנאה מקלקלת את השורה",

איז גלייך נתבטל ונתהפך גע־ ווארן דורך דעם וואם "כבר קדמך אברהם אביהם",

דורך דער אהבה מקלקלת את השורה פון אידן צום אויבערשטן,

וואם די אהבה מלמטה האט ממשיך געווען

(כמים הפנים לפנים)

אויך מלמעלה דעם "ויהפוך גו׳ את הקללה לברכה כי אהבך ה׳ אלקיך" 66 .

(משיחת ש״פ חו״ב תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.