א.
אין הלכות פרה אדומה 1
זאגט דער רמב״ם: ותשע פרות אדומות נעשו משנצטוו במצוה זו עד שחרב הבית בשניי׳ ראשונה עשה משה רבינו שניי׳ עשה עזרא ושבע מעזרא עד חורבן הבית והעשירית יעשה המלך המשיח 2
מהרה יגלה אכי״ר.
דער מקור פון רמב״ם איז אין משנה 3
וואו עם ווערט געבראכט א פלוגתא וויפל פרות אדומות עם זיינען געמאכט געווארן ביז חורבן בית שני — צי שבע אדער תשע
(און די משנה רעכנט אויס "מי עשאם"),
און דער רמב״ם פסק׳נט
(כדעת חכמים)
אז עם זיינען געווען תשע און איז דערנאר מוסיף "והעשירית יעשה המלך המשיח כו׳".
מען דארף אבער פארשטיין: דער ספר היד איז ניט א ספר פון דברי ימי ישראל,
נאר א ספר פון הלכה
(ווי דער רמב״ם זאגט בהקדמת הספר)
— איז למאי נפק״מ אין א ספר של הלכה 4
דער
מספר הפרות וואם זיינען געמאכט גע־ ווארן במשך הדורות?
ובפרט
(בלשון הש״ס 5 )
"מאי דהוה הוה".
נאך מער איז די תמי׳ בנוגע דעם סיום דברי הרמב״ם "והעשירית יעשה המלך המשיח מהרה יגלה אכי״ר״ — וואם דאס ווערט ניט דערמאנט אפילו במדרז״ל שי״ל שהם המקור דהרמב״ם 6
!
בנוגע דער עצם ההוספה "והעשירית יעשה המלך המשיח" קען מען מסביר זיין
(עכ״פ בדוחק),
וויבאלד אז דער רמב״ם ברענגט בספרו אויך הלכתא למשיחא,
זאגט ער אז מלך המשיח וועט אויר מאכן א פרה אדומה 7
; אבער עם בלייבט תמוה וואס דער רמב״ם איז דערנאך מוסיף ״מהרה יגלה אכי״ר״ — אריינשטעלן בספר הלכה 8
א בקשה ותפלה אויף ביאת המשיח?
[אין ספר היד דארף דער רמב״ם זאגן דעם דין אז א איד דארף מתפלל זיין אויף ביאת המשיח 9
(און ער ברענגט טאקע אין סדר תפלות שלו 10
דעם נוסח פון תפלת י״ח,
וואס אנטהאלט
("שאלת 11
כל הדברים שהן כמו אבות לכל חפצי איש ואיש ולצרכי הציבור כולן",
כולל)
די תפלות אויף ביאת המשיח)
— אבער וואס פאר אן ארט האט עם אז דער רמב״ם זאל ארײנ־ שטעלן בספר היד 8
זיין תפלה אויף ביאת המשיח?].
אפילו את״ל אז עס האט יע אן ארט,
וואלט דאם געהאט,
לכאורה,
מער ארט ווען דער רמב״ם טוט עם אין די פרקים וואו די ״סוגיא״ איז װעגן מלך המשיח — אין די לעצטע צוויי פרקים פון
(הלכות מלכים 12
—)
ספר היד,
וועלכע ריידן וועגן משיח וימות המשיח 13
(ביז אז עם זיינען פאראן דרוקן פון רמב״ם 14
וואו די כותרת פון די צוויי פרקים איז "הלכות מלכים ומלחמות ומלך המשיח")
— איז דארטן געפינט מען ניט אז דער רמב״ם זאל אריינשטעלן א בקשה ותפלה אויף ביאת המשיח; און דוקא דא אין הלכות פרה אדומה,
וואו די ״סוגיא״
איז ניט וועגן משיח׳ן נאר וועגן פרה אדומה
(און דער ענין פון משיח קומט אריין נאר בדרך אגב)
— איז דער רמב״ם מוסיף אט די תפלה?
!
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם א שינוי אין דעם אופן ווי דער רמב״ם ברענגט דעם ענין — לגבי ווי עס שטייט אין משנה:
אין משנה ווערט געבראכט וועגן די שבע
(או תשע)
פרות אדומות בהמשך צום דין "לא מצאו משבע עושין משש כר".
אין אנהויב פרק 15
זאגט די משנה אז מ׳איז מפריש דעם כהן השורף את הפרה מביתו שבעת ימים און "מזין עליו כל ז׳ הימים מכל חטאות שהיו שם"
(מאפר כל פרות אדומות אשר נעשו מימות משה כו׳" 16 ).
און בהמשך לזה 17
זאגט די משנה "לא מצאו משבע עושין משש וכו'",
און דערנאך איז די משנה ממשיך "ומי עשאם הראשונה עשה משה כו׳";
דאקעגן אין רמב״ם קומט דער ענין בהמשך צו אן אנדער דין 18
— "ושלשה 19
חלקים היו חולקין את כל אפרה,
אחד ניתן בחיל ואחד בהר המשחה ואחד מתחלק לכל המשמרות,
זה שמתחלק לכל המשמרות היו הכהנים מקדשין ממנו וזה שניתן בהר המשחה היו ישראל מזין ממנו וזה שניתן בחיל הי׳ מוכן ומוצנע שנאמר 20
והיתה לעדת
בני ישראל למשמרת מלמד שמצניעין ממנו,
וכן היו מצניעין מאפר כל פרה ופרה ששורפין בחיל״ — ובהמשך לזה זאגט דער רמב״ם "ותשע פרות כו׳".
וואס דאם איז א חילוק עיקרי אין תוכן הענין:
לויטן סדר אין משנה,
קומט דער ענין
(וועגן די פרות שנעשו במשך הדורות)
בהמשך צו עשיית הפרה צוליב דעם שימוש באפר הפרה
(אז מ׳איז מזה פון דעם אפר הפרה אויף דעם כהן השורף את הפרה 21 )
;
משא״כ אין רמב״ם קומט עם בהמשך צום דין אז מען מוז מצניע זיין "מאפר כל פרה" עם זאל זיין למשמרת.
דער דין פון ״למשמרת״ איז — אין מקרא יוצא מידי פשוטו — ניט נאר בכדי עם זאל זיין מוכן להזאה 22 ,
נאר עיקר ענינו איז
(כשמו)
— אז דער אפר זאל זיין מוצנע למשמרת.
דער חלק פון אפר איז ניט נאר א חיוב אלם א טייל פון הזאת פרה אדומה,
נאר ס׳איז א באזונדער דין אז דער אפר פון יעדער פרה מוז זיין
מוצנע למשמרת
(אפילו ווען מ׳וואלט עם ניט געדארפט צוליב הזאה לטהר מטומאת מת).
בסגנון אחר
(ובעומק יותר)
: דער תוכן החיוב פון ״למשמרת״ איז — אז עם זאל שטענדיק זיין אפר "מוכן ומוצנע" 23 ,
ובלשון הרס״ג 24
"ופרה למשמרת בתדר"
[ווארום דאם איז דער מושג ותוכן פון "למשמרת",
אז די זאך איז משומר באופן אז עם איז שטענדיק פאראן].
קומט אוים,
אז "למשמרת" איז ניט
(נאר)
א באזונדער חיוב אויף יעדער פרה אז מען דארף מצניע זיין א טייל פון איר אפר למשמרת
(ע״ד ווי מען דארף פון דעם אפר נעמען א חלק פאר די כהנים און א חלק פאר כל ישראל)
— נאר דאס איז
(אויר)
א חיוב כללי
(בהפרה)
ותמידי 25 ,
אז עם דארף שטענ־ דיק זיין אפר הפרה מוצנע "למשמרת".
ג.
עפ״ז יש לומר,
אז דאם איז אויך כוונת הרמב״ם מיט זיין ברענגען וועגן די "תשע פרות" וואם מ׳האט געמאכט מזמן משה ביז חורבן בית שני:
נאר דעם ווי דער רמב״ם ברענגט אז ס׳איז דא דער חיוב פון מצניע זיין אפר פרה "למשמרת",
וואט איז א חיוב תמידי
(כנ״ל)
— וויל דער רמב״ם ברענגען א חיזוק לדבריו,
אז מ׳האט מקיים געווען אט דעם חיוב במשך כל הדורות; און דערפאר ברענגט ער אראפ װאס עם שטייט אין משנה וועגן די תשע פרות,
פון וואם מען זעט,
אז מ׳האט תמיד געהאט אפר הפרה 26
(וכדיוק לשון
הרמב״ם — "תשע פרות אדומות נעשו משנצטוו במצוה זו עד שחרב הבית בשניי׳״ — ס׳איז תמיד געווען אפר הפרה "למשמרת").
[וע״ד ווי דער רמב״ם ברענגט אין אנ־ הויב הלכות בית הבחירה 27
וועגן דעם "משכן שעשה משה רבינו" און די פרטי השתלשלות שבזה
(משכן שהעמידו בגלגל,
משכן שילה,
נוב גבעון)
ביז נבנה המקדש בירושלים — דלכאורה איז אויך דארטן די שאלה "מאי דהוה הוה"?
האט מען שוין אמאל מבאר געווען 28 ,
וויבאלד אז דער רמב״ם 29
האלט אז דער ציווי אויף בנין בית המקדש ווערט אפגעלערנט פון פסוק 30
"ועשו לי מקדש"
(וואם איז אנגעזאגט געווארן אין מדבר,
איידער אידן זיינען אריין אין א״י),
קומט אויס,
אז דאם איז א מצוה תמידית אויף אלע זמנים.
און דעריבער ברענגט דער רמב״ם די אריכות וועגן דעם משבן וואס מ׳האט אויפגעשטעלט במשך הדורות
(ביז "נבנה המקדש בירושלים")
— צו באווייזן אז "ועשו לי מקדש" איז א מצוה תמידית און מ׳האט
דעם ציווי מקיים געווען במשך כל הדורות
(אויך לפני שבאו לירושלים)].
און וויבאלד אז דער רמב״ם האט אריינגעשטעלט בספרו אויך הלכתא למשיחא,
כנ״ל — מוז ער דאך אויר ברענגען
(ניט נאר ווי ס׳איז געווען "עד שחרב הבית בשניי׳",
נאר אויר)
ווי מ׳וועט מקיים זיין דעם ציווי ב״בנין העתיד להבנות״ 31
— "והעשירית יעשה המלך המשיח" 32 .
דערמיט וואלט מען אויך געקענט מבאר זיין פארוואם דער רמב״ם איז מוסיף "מהרה יגלה": וויבאלד עם איז דא א חיוב תמידי עם זאל זיין אפר פרה "למשמרת",
קומט אוים,
אז מצות פרה אדומה ״מאנט״ אז עם זאל וואס שנע־ לער זיין גילוי המשיח,
כדי מ׳זאל קענען מאכן אפר הפרה 33 .
ווארום בכל רגע ורגע ווען ס׳איז ניטא אפר פרה אין קיין ארט ניט וואו אידן געפינען זיך און היטן עם,
פעלט אין דעם
(שלימות)
קיום
הציווי אז עס דארף תמיד זיין אפר פרה "למשמרת" 34 .
ד.
דאס איז אבער נאך ניט קיין ביאור מספיק — ווייל פשטות לשון הרמב״ם איז דאך — אז דאם איז א בקשה ותפלה אויף גילוי המשיח,
און ווי דער רמב״ם זאגט בפירוש "אכי״ר" 35 .
בלייבט די תמי׳: ווי פאסט אריין אין ספר היד א תפלה אויף ביאת
(וגילוי)
המשיח?
מוז מען זאגן,
אז דערמיט איז דער רמב״ם מרמז אן ענין של הלכה.
וכידוע אז דרכו של הרמב״ם איז צו מרמז זיין הלכות בדיוק לשונו ודיוק סדר ההלכות
(ובפרט ווען די הלכה איז א חידוש פון רמב״ם וואס שטייט ניט בפירוש אין ש״ם וכו׳).
ועד״ז בנדו״ד: דאם וואם דער רמב״ם איז
(א)
מוסיף א תפלה וועגן ביאת
(וגילוי)
המשיח,
און
(ב)
שטעלט עם אריין ניט במקומו
(לכאורה)
אין "הלכות משיח" נאר דוקא אין הלכות פרה אדומה
(וואו דער ענין פון משיח קומט בדרך אגב)
— קומט לערנען אן עניז של הלכה.
ה.
ויש לומר הביאור בזה:
בנוגע דעם חיוב צו גלויבן אין ביאת המשיח פסק׳נט דער רמב״ם אין הלכות מלכים 36
"וכל מי שאינו מאמין בו או מי
שאינו מחכה לביאתו ..
הוא כופר ..
בתורה ובמשה רבינו".
ד.
ה.
ס׳איז ניט גענוג צו גלויבן אין ביאת המשיח,
נאר מ׳איז מחוייב צו האפן און ווארטן אויף ביאת המשיח.
וא״כ הוא מובן,
אז כשם ווי דער ענין האמונה בביאת המשיח איז אן עבין תמידי,
עד״ז איז דער חיוב פון "מחכה לביאתו" א חיוב תמידי,
א איד דארף שטענדיק האפן און ווארטן אויף משיח׳ן,
און נאכמער,
ווי מען זאגט אין דאוונען — "כי לישועתך קוינו כל היום".
דער ענין פון "מחכה לביאתו" וואט כפשטות לשון ההלכה איז עם א הרגש
(ניט א ידיעה בעלמא)
קומט דערפון וואט א איד פילט אז ער קען ניט האבן קיין שלימות בלי ביאת המשיח,
ובמילא שטייט ער אין א תקוה תמידית לביאת המשיח,
פילנדיק אז אן דעם איז ער א "חסר".
און דערפון פארשטייט מען,
אז בשעת איינער — וועלכער איז מחכה אויף ביאת המשיח — דערמאנט אן ענין בשייכות צו משיח׳ן,
אפילו עט זאל זיין בדרך אגב — קען ער דאס ניט "פארבייגיין",
נאר דאס איז ביי אים גלייך מעורר רגשי הצפי׳ צו משיח׳ן,
ווערט עט צרכו 37 ,
דארף ער מתפלל זיין ע״ז,
זאגן א תפלה אויף מילוי חסרונו 38
— ער זאל זוכה זיין מהרה,
בהקדם,
תיכף צו ביאת המשיח.
און דאם איז כוונת הרמב״ם מיט
(א)
אריינשטעלן די תפלה "מהרה יגלה אכי״ר" בכלל,
און
(ב)
אריינשטעלן "מהרה",
וואט פריער,
און
(ג)
דוקא שלא במקומה,
אין הלכות פרה אדומה — דערמיט איז דער רמב״ם מדגיש א הלכה,
אויף וויפל עם דארף זיין דער "מחכה לביאתו",
אז אפילו ווען דער ענין פון משיח קומט ארויף בדרך אגב,
אין אן אנדער ענין 39 ,
דארף עם גלייך ארויסרופן ביי א אידן א תפלה "מהרה יגלה אכי״ר"!
[וכמובן האט ניט קיין ארט צו פרעגן: פארוואם איז דער רמב״ם מוסיף די תפלה
("מהרה יגלה אכי״ר")
דוקא אין הלכות פרה אדומה און ניט יעדער מאל ווען ער דערמאנט אין ם׳ היד וועגן משיח׳ן?
— ווייל,
כנ״ל,
דער רמב״ם איז א ספר הלכה,
ד.
ה.
אויף צו מודיע זיין הלכות התורה.
ועד״ז בעניננו: דאם וואס דער רמב״ם איז מוסיף די תפלה איז
(ניט א פרט אין הנהגת הרמב״ם — וואס דעמאלט האט אן ארט די שאלה אז דער רמב״ם האט זיך אזוי געדארפט פירן בכל פעם ופעם — נאר)
כדי צו מודיע זיין די הלכה שבזה; ובמילא טוט מען דאס איין מאל
(אזוי ווי אלע אנ־ דערע הלכות אין ספר היד וועלכע מען זאגט בלויז איין מאל) 40 ].
ו.
אלע עניני התורה זיינען מדוייק בתכלית.
דארף מען זאגן,
אז דאס וואט דער רמב״ם איז מודיע די הלכה
(בנוגע דעם אופן החיוב פון "מחכה לביאתו")
אין הלכות פרה אדומה — כאטש דער ענין פון משיח׳ן ווערט שוין דערמאנט אין רמב״ם לפני הלכות פרה אדומה 41
(אויר דארט בדרך אגב)
— איז עס צוליב א תוכנ׳דיקער שייכות* 41
וואט איז פאראן צווישן דעם ענין פון אפר פרה מיט ביאת
(וגילוי)
המשיח.
די הסברה בזה 42
:
דער כללות ענין הגלות איז א מצב פון טומאת מת.
נוטף אויף דעם ענין כפשוטו,
וואט מיר זיינען טמאי מתים 43 ,
איז דאס אויר דער תוכן הרוחני פון ענין הגלות: סיבת הגלות איז דאר "חטאינו" — אז עט פעלט אין דעם "ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם״ — במילא 44
פעלט 45
אין דעם "חיים כולכם היום".
און אפר הפרה — די טהרה פון טומאת מת — איז מרמז אויף דער גאולה פון גלות,
די טהרה פון דעם מצב של פירוד מדבקות בה׳ אלקים חיים.
וי״ל אז דאם איז דער דיוק אין נבואת הגאולה 46
"וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם״ — זריקה דוקא,
דאם הייטט,
די טהרה על ידי הזאה — "הזית מי חטאת המעבירין טומאת המת" ,4 ,
וואט די טהרה קומט בגלוי בביאת משיח צדקנו,
יבוא ויגאלנו במהרה בימינו ממש,
ובלשון הרמב״ם — "מהרה יגלה אמן כן יהי רצון".
(משיחת ז׳ מרחשון תשמ״ו)