B"H
🏡

Ikar

ג' תמוז

א.

ג׳ תמוז — דער טאג ווען כ״ק מו״ח אדמו״ר איז באפרייט געווארן פון בית האסורים — פאלט אויס

(בכמה שנים)

בסמיכות צו שבת פרשת חוקת

(אמאל אין דער וואך פון פ׳ חוקת,

ולפעמים 1

אין די טעג וועלכע ווערן "מתברך" פון שבת פ׳ חוקת).

און לויטן באוואוסטן ווארט פון של״ה 2 ,

אז אלע מועדי השנה — כולל אויך מועדים דרבנן — זיינען נרמז אין די פרשיות התורה וועלכע מען לייענט אין די שבתות ווען זיי זיינען חל,

איז פארשטאנדיק,

אז עס איז דא א רמז אין פרשת חוקת אויף דער גאולה פון ג׳ תמוז.

ב.

אין דער גאולה פון רבי׳ן זיינען געווען צוויי

(כללות׳דיקע)

שלבים: ג׳ תמוז איז ער באפרייט געווארן פון בית האסורים,

אבער מ׳האט אים דאן פארשיקט אין גלות אויף דריי יאר; ערשט דערנאך,

בי״ב־י״ג תמוז איז ער אינגאנצן באפרייט געווארן,

אויך פון דער פארשיקונג,

און ער האט זיך געקענט אומקערן לביתו.

קומט אויס,

אז בג׳ תמוז איז געווען די התחלת הגאולה,

און י״ב־י״ג תמוז איז געווען די שלימות הגאולה.

און מהאי טעמא איז פאראן אן עילוי אין ג׳ תמוז לגבי י״ב־י״ג תמוז:

אע״פ אז דער חג הגאולה איז נקבע געווארן אויף י״ב־י״ג תמוז דוקא,

איז דאס ווייל דער ענין פון א ״חג״

(ושמחה גלוי׳)

איז מען קובע ווען די גאולה איז בשלימות,

[ע״ד ווי ברכת הגומל וואס דער רבי האט געמאכט ערשט נאך דער גאולה בי״ב תמוז 3 ,

ווייל מען קען ניט מאכן די ברכה ״עד שיצא מהסכנה לגמרי..

עד שיחזור לבוריו לגמרי" 4 ],

אבער אין עצם ענין הגאולה איז דא אן עילוי אין התחלת הגאולה לגבי שלימות הגאולה.

ווייל

(נוסף לזה וואס אין דער התחלה איז דא די מעלה וואס מען ברעכט דורך די שוועריקייט פון "כל התחלות קשות" 5 ,

היות אז)

ביי דער התחלת הגאולה טוט זיך אויף דער שינוי

(ועד — להפכו —)

המצב פון גלות

(גולה)

צו גאולה,

[ובפרט בנדו״ד,

וואס 6

דער שינוי המצב בפשטות וואס האט זיך אויפגעטאן דורך דער גאולה בג׳ תמוז — די באפרייאונג פון בית האסורים

(ובפרט אין די אומשטענדן פון דער מדינה ההיא בימים ההם 7 )

און איבערגיין

(אפילו)

אין א מצב פון גלות אין אן עיר רחוקה — איז געווען

(בכמה פרטים)

גרעסער ווי דער שינוי וחילוק פון זיין בגולה און ארויסגיין חפשי לביתו

(ובפרט אז אויך זייענדיק נאכדעם בביתו

איז ער געווען אונטער א "השגחה" פון ממשלה ההיא)],

איז דאך ידוע,

אז אין דער התחלה פון יעדן ענין איז כלול די גאנצע זאך.

ע״ד ווי מען געפינט אין דעם ענין פון ראשיתיבות — אן ענין ע״פ תורה און אויך בתורה 8

— אז דער ערשטער אות פון א ווארט איז מרמז אויף דעם גאנצן ווארט 9 ,

וכדומה 10

; ועד״ז בעניננו: אז די גאנצע גאולה פון רבי׳ן איז געווען נרמז און "כלול" אין דער התחלת הגאולה פון ג׳ תמוז.

ג.

דער תוכן כללי פון דעם מאסר וגאולה פון רבי׳ן איז דאך פארבונדן מיט זיין עבודה פון הרבצת התורה והחזקת היהדות והפצתם אין מדינה ההיא,

וואס די עבודה בימים ההם האט געפאדערט מסירת נפש בפועל.

און נאכמער: ווי גערעדט כמה פעמים",

איז דאס געווען ניט סתם א מסירת נפש,

נאר א מסירת נפש בלי הגבלות און חשבונות.

ווען מ׳וואלט זיך אריינגעלאזט אין א חשבון צי עס זיינען דא אויסזיכטן על פי טבע צו מצליח זיין אין דער עבודה

(וכיו״ב),

וואלט ניט געווען קיין ארט צו אנגיין מיט דער ארבעט,

ועאכו״כ ניט צו מוסר נפש זיין זיך אויף דעם

(ומכ״ש וק״ו 12

— ניט צו איינשטעלן די לעבנס פון תלמידיו ושלוחיו צוליב דער עבודה).

און דעם אופן פון מסירת נפש אן קיינע חשבונות האט מען געזען בגלוי ביים רבי׳ן אין זיין אויבנדערמאנטער הנהגה בכלל,

ובפרט בקשר צו זיין גאולה בג׳ תמוז,

ביז אז דער עצם ״תאריד״ פון ג׳ תמוז

(בשייכות צו דער גאולה)

דערמאנט אויף זיין מסירת נפש,

כדלקמן.

— ויש לומר,

אז דאס וואס די גאולה פון ג׳ תמוז איז געווען פארבונדן מיט דער דרגא פון מסירת נפש — אן קיינע הגבלות פון ״חשבון״ — איז ווייל אין דער התחלה פון דער גאולה האט זיך געדארפט אויסדריקן דער תוכן כללי פון דעם מאסר וגאולה.

ד.

דער רבי,

בעל הגאולה והשמחה,

האט דערציילט 13 ,

אז דאנערשטיק ר״ח תמוז פאר מיטאג האט מען אים אנגעזאגט די ידיעה אז מ׳לאזט אים ארויס פון בית האסורים און מ׳פארשיקט אים אויף דריי יאר גלות אין דער שטאט קאסטראמא.

דערביי האט מען אים געלאזט וויסן,

אז באטאג וועט מען אים באפרייען פון תפיסה,

מ׳האט אים דערלויבט צו פארברענגען זעקס שעה מיט זיינע בני בית און אים אנגעזאגט אז ביינאכט וועט ער מוזן פארלאזן די שטאט און פארן קיין קאסטראמא.

אזוי ווי דאס איז געווען דאנערשטיק,

האט דער רבי געפרעגט: ווען וועט ער אנקומעז אין קאסטראמא?

האט מען אים געענטפערט אז ער וועט אהין אנקומען שבת.

האט דער רבי געזאגט,

אז שבת וועט ער בשום אופן ניט פארן.

און ערשט נאך א ספעציעלער השתדלות אין די קרייזן פון דער ממשלה האט מען גע׳פועל׳ט אז דער רבי זאל קענען פארן זונטיק,

ג׳ תמוז

(און ביז דעמאלט איז ער געבליבן אין טורמע).

איינער פון די וואס האבן בפועל דורכגעפירט דעם ארעסט פון רבי׳ן האט געזאגט דעם רבי׳ן,

אז אויב ער וועט ניט מסכים זיין צו פארן דאנערשטיק ביינאכט און אנקומען שבת אין קאסטראמא,

וועט ער אים ניט ארויסלאזן פון טורמע.

האט דער רבי אים געענטפערט,

אז ער איז גרייט צו בלייבן אין טורמע וויפל עם זאל ניט זיין,

אבער שבת וועט ער בשום אופן ניט פארן!

ה.

אזא הנהגה,

צו שטעלן זיך מיט אזא תוקף ניט צו פארן אום שבת,

פאדערט הסברה:

דורך זיין אפזאגן זיך אויסצופאלגן דעם באפעל צו פארן גלייך אין קאסטראמא

(ווען מ׳איז שוין געווען מוכן אים צו באפרייען פון טורמע)

און בלייבן אין טורמע — האט דער רבי זיך אריינגעשטעלט גלייך אין א מצב פון ודאי סכנה:

מלכתחילה איז דאך אויף אים געווען א גזר דין פון היפך החיים ר״ל,

נאר דורך השתדלות האט מען די גזירה מבטל געווען און עס פארביטן אויף דעם לייכטערן עונש פון

(צען יאר,

און דערנאך)

דריי יאר אין גלות; און אויך נאכדעם,

האבן די וועלכע האבן מלכתחילה ארויסגעגעבן דעם גזר דין הראשון הנ״ל זייער דיעה ניט געביטן,

מ׳האט זיי געצוואונגען

(פון די העכערע ממשלה־קרייזן)

אז בלייבנדיג בתפקידם ובתקפם זאלן זיי אבער מבטל זיין דעם פרט

(אורטייל)

און באפרייען דעם רבי׳ן פון טורמע — איז דאך מובן,

אז באופן זה איז זיין בלייבן ברשותם אין טורמע געווען סכנת נפשות ממש; ובפרט אז דאס גופא,

וואס דער רבי האט זיך אפגעזאגט צו פארן אום שבת,

האט ביי זיי ארויסגערופן א כעס נוסף וגדול: א מרידה געגן זייער פקודה,

מפרסם געווען אין זייער טורמע שמירת שבת ובפרסום הכי גדול

(הפקידים והאסורים),

ניט קענען דורכפירן זייער מזימה צו גורם זיין אז דער רבי זאל פארן שבת 14 .

לאידך,

וויבאלד די יציאה מבית האסורים האט געדארפט זיין דאנערשטיק בייטאג,

איז דאך דער ענין פון חילול שבת געווען

(א)

ניט באותו זמן כלל,

און

(ב)

בלויז בגדר ספק — וכמה ספקות.

ווארום עס איז דאך נאך דער באפרייאונג ביום החמישי געווען נאך א גרעסערע מעגליכקייט פון השתדלות ובהנהגתו פון רבי׳ן — אז ער זאל ניט דארפן ארויספארן גלייך ביינאכט; און אפילו אויב מ׳וואלט עם ניט געקענט באווייזן אין דער קורצער צייט,

איז געבליבן א גאנצער מעת־לעת

(פון נסיעה)

ביז שבת,

וואס במשך זמן זה איז געווען די מעגליכקייט להשתדלות גדולה אז ער זאל זיך אפשטעלן אין מיטן וועג ביז נאך שבת.

[און אפילו אויב ער וואלט געווען געצוואונגען בלייבן אין באן־וואגאן ביום השבת — איז ער דאך אן אנוס,

און בלויז אין אן איסור דרבנן — איסור תחומין 15

(דער געפינען זיך אין א

(פארנדיקן)

באן איז ניט אן עשיית מלאכה)].

איז דאך לכאורה תמוה ביותר: פארוואס האט זיך דער רבי געשטעלט מיט א תוקף קעגן דעם פארן און זיך אריינגעשטעלט תיכף אין א מצב פון סכנה — לכאורה האט ער די ערשטע זאך געדארפט גלייך ארויסגיין פון

(דער סכנה —)

בית האסורים,

און דערנאך זוכן עצות ווי ער זאל ניט דארפן פארן שבת?

ו.

אזא מסירת נפש הנהגה האט מען געזען ביים רבי׳ן אין דעם גאנצן צוגאנג צו דער עבודה פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות במדינה ההיא.

ווי גערעדט כמה פעמים 16

,

האט דעם רבי׳נס מסנ״פ ארומגענומען

(ניט בלויז ענינים אויף וועלכע מ׳איז מחויב זיך מוסר נפש זיין,

נאר)

אויך ענינים וועלכע זיינען בגדר פון "הרשות בידו".

נאך מער: ווי גערעדט אמאל בארוכה 16 ,

איז זיין מסירת נפש געווען אויך אויף אזעלכע ענינים וואס כמה גדולי וחכמי ישראל האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויף זיי ניט מוסר נפש זיין.

איז ווען עס רעדט זיך וועגן כללות העבודה פון רבי׳ן במדינה ההיא,

קען מען נאך פארשטיין פארוואס זיין הנהגה איז געווען באופן כזה.

ווייל זעענדיק אז דער מצב פון אידן במדינה ההיא איז אזא,

אז דער עצם קיום פון אידן און אידישקייט איז געשטאנען אין גרויס סכנה — שלא יכבה נר ישראל ח״ו,

און וויסנדיק זיין שליחות אלס נשיא ישראל וואס דארף זארגן פארן קיום פון עם ישראל,

האט דער רבי אין זיין מסירת נפש פאר אידן זיך ניט גערעכנט מיט קיינע חשבונות און קיינע הגבלות.

בנדו״ד אבער,

וויבאלד אז דא איז דער מדובר ניט וועגן אן ענין וואס רירט אן עכ״פ ״טובת״ רבים וציבור,

נאר וועגן א שאלה

(לכאורה)

בנוגע זיין הנהגה באופן פרטי — צי ער זאל פארן דעמאלט אין קאסטראמא אדער ניט — פארוואס האט דער רבי אויך אין דעם פאל זיך אריינגעשטעלט אין אזא מסירת נפש?

ואדרבה: דורך דער הנהגה שטעלט ער איין אין סכנה די גאנצע עבודה שלו בהרבצת התורה וחיזוק היהדות!

ז.

וי״ל די הסברה בזה:

נקודת ענין זה — האט זיך דא ניט געהאנדלט צי מ׳זאל זיך יע אדער ניט מוסר נפש זיין צוליב שבת,

נאר דא איז געשטאנען די שאלה פון קידוש השם אדער חילול השם:

די מטרה פון די וואס האבן ארעסטירט דעם רבי׳ן איז געווען כדי צו צעשטערן די ארבעט פון רבי׳ן בהחזקת היהדות.

אילו יצוייר אז דער רבי וואלט ניט גלייך קעגנגעשטעלט זיך די פקודה צי פארן באלד נאך זיין באפיייאונג,

כרצונם

(אז דער רבי זאל פארן שבת)

— וואלט דאס פאר זיי געווען א נצחון: דער רבי האט "מסכים" געווען צו פארן בשבת.

די אלע הערער פון דער הסכמה — וואלטן דאך ניט געוואוסט די אלע חשבונות האמורים לעיל

(אז מען איז זיך משתדל בחשאי און מען איז זיכער צו פועל זיין אז דער רבי זאל ניט דארפן פארן שבת כו׳)

[און ווי גערעדט כמה פעמים,

אז בשעת עס רעדט זיך וועגן קידוש השם און חילול השם,

איז ניט נוגע צי די זאך וועגן וועלכער עם רעדט זיך איז פארבונדן מיט אן איסור הכי חמור אדער אן איסור הכי קל — מען רעכנט זיך נאר מיט דעם צי די מענטשן ארום זיינען עלול צו אויסטייטשן דאס אלם אן ענין הפכי 18 ].

ח.

און דאס איז אויך די שייכות פון ג׳ תמוז צו פ׳ חוקת:

אין פ׳ חוקת 19

ווערט דערציילט וועגן דעם חטא פון "מי מריבה" וואס צוליב דעם זיינען משה ואהרן נענש געווארן אז "לא תביאו את הקהל הזה אל הארץ גו׳" 20 .

איז לכאורה ניט פארשטאנדיק 21

: מיט וואס איז דער חטא געווען אזוי הארב,

אז צוליב דעם זאל משה ניט אריינגיין אין א״י?

— ובפרט אז די תורה דערציילט וועגן נאר ענינים ביי משה׳ן וואס משה איז צוליב זיי נענש געווארן — און פונדעסטוועגן איז ער פאר זיי ניט נענש געווארן מיט אזא הארבן עונש.

און דוקא דער חטא — דער שינוי צו שלאגן דעם סלע אנשטאט ריידן צו אים — האט געבראכט די גזירה חמורה אז ער זאל ניט אריין אין א״י?

י

נאר דער טעם דערויף ווערט אנגעדייט אין פסוק 20

"יען לא האמנתם בי להקדישני לעיני בנ״י",

און ווי רש״י איז דאס מבאר,

אז דערפאר איז דער חטא מער חמור ווי די טענה פון משה רבינו צום אויבערשטן "הצאן ובקר ישחט להם״ 22

— ווייל דארט "לפי שבסתר חסד עליו הכתוב,

וכאן שבמעמד כל ישראל לא חסד עליו הכתוב מפני קידוש השם".

— ד.

ה.

אז ווען עם רעדט זיך וועגן אן ענין פון קידוש השם אדער הפכו,

איז נוגע בלויז ווי אזוי דאס ווערט אויסגעטייטשט דויד אנדערע.

ט.

א טיפערער ענין י״ל אין דעם:

דער אופן ההנהגה הנ״ל פון רבי׳ן — וואס ער האט זיך קעגנגעשטעלט די פקודה פון די וועלכע האבן אים ארעסטירט — איז געווען ניט נאר ווען עם האט אנגערירט

(בגלוי)

א זאך פון אידישקייט,

נאר ווי דער רבי האט דערציילט 23 ,

אז ער האט ביי זיך געמאכט א פעסטן באשלוס,

אז ער זאל כלל ניט נתפעל ווערן פאר זיי.

ניט נאר ער זאל זיך ניט רעכענען מיט זיי אין זאכן וואס זיינען נוגע

(בגלוי)

צו יראת שמים.

און צוליב דער הנהגה האט מען דעם רבי׳ן באשטראפט מיט יסורי הגוף ר״ל,

אים געשלאגן ובו׳.

— אין אזא הנהגה איז דאך ניט שייך די חשבונות הנ״ל פון קידוש השם אדער אז עם וועט אנרירן די ארבעט פון הרבצת התורה בו׳ — איז וואס איז דער טעם פון דעס אופן ההנהגה פון רבי׳ן?

— איז אויך דער ביאור אין דער הנהגה נרמז אין פרשת חוקת,

גלייך אין שם הסדרה: "חוקת":

יו״ד.

דער אלטער רבי איז מבאר 24

אז ״חוקה״ איז מלשון חקיקה

(איינקריצו).

דער יתרון פון חקיקה לגבי כתיבה:

ביי כתיבה זיינען די אותיות א צוגעגעבענע זאך צום קלף,

אויף וועלכן זיי זיינען געשריבן.

דורך דער כתיבה ווערן טאקע די אותיות פאראייניקט מיטן קלף,

דאס איז אבער באופן ווי צ וויי זאכן וואס ווערן פאראייניקט.

און דעריבער,

קען אין דעם זיין א שינוי ביז ביטול — מען קען אפטיילן

(אפמעקן)

די אותיות פון דעם קלף.

משא״ב ביי חקיקה,

זיינען די אותיות ניט קיין באזונדער מציאות פון דער זאך אין וועלכע זיי זיינען אויסגעקריצט,

נאר זיי זיינען מיני׳ ובי׳,

זיי זיינען א טייל פון דער מציאות פון דעם אבן

(טוב)

אין וועלכן זיי זיינען אויסגעקריצט.

און דערפאר איז אוממעגלעך אפצוטיילן די אותיות פון דעם אבן — דער אנרירן די אותיות — איז אנרירן דעם אבן

(טוב).

די זעלבע זאך איז ברוחניות: ווען עבודת השם איז בלויז ווי א צוגעגעבענע זאך צו דער מציאות האדם,

איז מעגלעך אז אין דעם זאלן זיין שינויים.

עם קען זיין א מצב אז מ׳זאל ניט מקיים זיין אן ענין פון עבודת ה׳

(מאיזו סיבה שתהי׳,

כולל אויך — אז מ׳איז אן אנוס),

און זיין מציאות זאל דערביי ניט ווערן "אנגערירט".

בשעת אבער עבודת השם ווערט איינגעקריצט אין זיין מציאות — עבודת השם ווערט א טייל פון אים אליין — דעמאלט איז ניט שייך צו פאנאנדערטיילן אים פון עבודת השם.

צונעמען פון אים אן ענין פון עבודת השם מיינט צונעמען

(צעשטערן)

זיין מציאות

(ע״ד איינער וואס וויל צעשטערן די צורת האותיות פון אבן טוב,

דארף זיין שבירת האבן טוב 25 ).

און דערפאר בא א אידן וואס עבודת השם איז ביי אים חקוק בנפשו,

איז ער זיך מוסר נפש אויף כל פרט ופרט פון אידישקייט,

אן חשבונות 26 ,

ווייל ס׳איז

אוממעגלער פאנאנדערטיילן צווישן אים און וועלכן ענין עם זאל זיין פון עבודת השם.

יא.

עד״ז איז געווען די הנהגה פון רבי׳ן:

וויבאלד אז ענינים פון תורה ומצות זיינען ביי אים געווען באופן של חקיקה 27 ,

איז דעריבער זיין מסירת נפש ניט געווען פארבונדן מיט קיינע חשבונות 27

(צי אין דעם פאל ההלכה אז מען דארף זיד מוסר נפש זיין,

אדער צי עם לוינט זיד כר,

וכיו״ב),

ביי אים איז דאס ניט געווען אן עניו פון מסירת נפש צוליב אן אנדער זאך

(שחוץ הימנו),

ביי וועלכער עם איז שייך א חשבון צי מ׳זאל זיך מוסר נפש זיין — נאר דאס איז געקומען כאילו ווי בדרך

ממילא: וויבאלד אז עבודת השם איז געווען א טייל פון זיין מציאות גופא,

ביז אז עס איז אוממעגלער צו פאנאנדערטיילן צווישן זיי,

איז בדרך ממילא ביי אים געווען אלע ענינים פון עבודת ה׳ ביז צו מסירת נפש.

ומהאי טעמא איז זיין מסנ״פ געווען ניט נאר אויף זאכן וואס האבן בגלוי אנגערירט זיין עבודה,

נאר ער האט זיך מוסר נפש געווען אויך ניט "נכנע" ווערן

(פאר די וועלכע האבן אים ארעסטירט)

באיזה אופן שהוא:

זיין ניט רעכענעו זיך מיט זיי איז ניט נאר געווען אן ענין פון חשבון כו',

נאר ער האט בעצם ניט געקענט נכנע ווערן באיזה אופן שהוא — פאר אזעלכע וואס שטערן די ארבעט פון הרבצת התורה כר,

וויבאלד אז די עבודה איז ביי אים אין אן אופן פון "חוקת",

חקיקה מיני׳ ובי׳.

(משיחות ש״פ חוקת תשמ״א,

תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.