B"H
🏡

Ikar

קרח ב

א.

אויף דעם וואס עם שטייט אין דער פרשה,

אז דער אויבערשטער האט די כהונה ומתנות כהונה באשטימט פאר אהרן ובניו "לחק עולם ברית מלח עולם הוא לפני ה׳ לך ולזרעך אתך ..

אני חלקך ונחלתך גו׳״ 1

— זאגט דער ספרי 2

"ג׳ כתרים 3

הם כתר תורה וכתר כהונה וכתר מלכות,

כתר כהונה זכה אהרן ונטלו,

כתר מלכות זכה דוד ונטלו,

הרי כתר תורה מונח כדי שלא יתן פתחון פה לבאי העולם 4

כו׳ הרי כתר תורה מונח לכל באי העולם 4

שכל שזכה בו מעלה

אני עליו כאילו שלשתם מונחים וזוכה בכולם".

און דער ספרי פירט אוים אז כתר תורה איז גרעסער פון די אנדערע כתרים,

ווייל "כל עצמו של שני כתרים אין באים אלא מכחה של תורה וכן הוא אומר 5

בי מלכים ימלוכו".

כעין דער דרשה ברענגט זיך אין גמרא 6

(בקיצור)

: "שלשה זירים הן של מזבח ושל ארון ושל שלחן של מזבח זכה אהרן ונטלו של שלחן זכה דוד

..

ונטלו של .

ארוך.

עדיין.

מונח הוא.

כל הרוצה ליקח יבוא ויקח שמא תאמר פחות הוא ת״ל בי מלכים ימלוכו" 7 .

דער רמב״ם אין הלכות תלמוד תורה 8

ברענגט אויר די דרשה,

וז״ל: בשלשה כתרים נכתרו ישראל כתר תורה וכתר כהונה וכתר מלכות,

כתר כהונה זכה בו אהרן שנאמר 9

והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם,

כתר מלכות זכה בו

דוד שנאמר 10

זרעו לעולם יהי׳ וכסאו כשמש נגדי,

כתר תורה הרי מונח ועומד ומוכן לכל ישראל שנאמר 11

תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב כל מי שירצה יבוא ויטול שמא תאמר שאותם הכתרים גדולים מכתר תורה כו׳.

דארף מען פארשטיין: אין ש״ס שטייען ניט קיין ראיות פון פסוקים,

אע״פ אז ער איז בלול פון הלכה,

מקרא שקו״ט וכו׳

(ועד״ז בספרי 12 )

— און דוקא דער רמב״ם בספרו וועלכער איז "הלכות הלכות" 13

בריינגט ראיות פון די פסוקים?

ב.

אין הגהות מיימונית 14

איז אנגע־ צייכנט דער מקור פון דברי הרמב״ם

(ניט נאר אין מם׳ יומא — ווי אין כסף משנה 15

— נאר אויך)

אין אבות דר״נ 16

— און דארטן ווערן טאקע געבראכט ראיות פון פסוקים אויף אלע דריי כתרים.

אבער:

א)

דארטן זיינען צוויי פון די פסוקים ניט די וועלכע דער רמב״ם ברענגט.

ב)

ועיקר: אין אדר״נ זײנען די ראיות פון די פסוקים ניט אויף דעם צד החיוב ווי דער רמב״ם ברענגט זיי,

נאר לצד השלילה,

אז כתר כהונה וכתר מלכות

קען מען ניט באקומען,

משא״כ כתר תורה,

וז״ל

(באבות דר״נ)

: "כתר כהונה כיצד אפילו נותן

(לו)

כל כסף וזהב שבעולם אין נותנים לו כתר כהונה שנאמר 9

והיתה לו..

כתר מלכות אפילו נותן כל כסף וזהב שבעולם אין נותנים לו כתר מלכות שנאמר 17

ודוד עבדי נשיא להם לעולם 18

אבל כתר תורה אינו כן עמלה של תורה כל הרוצה ליטול יבא ויטול שנאמר 19

הוי כל צמא לכו למים" 20 .

נאף אן ענין אין רמב״ם דא איז בולט אין פארגלייך מיט זיין לשון במק״א

(אין הל׳ מלכים 21 )

: "כיון שנמשח דוד זכה בכתר מלכות והרי המלכות לו ולבניו הזכרים עד עולם שנאמר 22

כסאך יהי׳ נכון עד עולם״ — ניט דער פסוק וואס ער ברענגט דא ביי "כתר מלכות זכה בו דוד — זרעו ..

וכסאו וגו׳".

אויך בנוגע דעם ערשטן פסוק,

וועלכן דער רמב״ם ברענגט דא אלס ראי׳ אז אהרן האט זוכה געווען צו כתר כהונה — "שנאמר והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם״ 23

— פאדערט זיך

הסברה: "והיתה לו״ מײנט דאך דער פסוק בפשטות ניט די כהונה

(הרגילה)

וואט אהרן האט זוכה געורען,

נאר די כהונה וואט איז געגעבן געווארן אלם א הוראה מיוחדת צו פינחס בן אלעזר

("ולזרעו אחריו").

איז ניט מובן,

פארוואס ברענגט דער רמב״ם דעם פסוק 24

וואט רעדט ניט וועגן אהרן 25 ,

און ניט פריערדיקע פסוקים אין תורה וועלכע באציען זיך בפירוש צו כהונה הרגילה — אהרן ולכל בניו

(ובפרט,

אז ער הויבט אן מיטן לשון: "זכה בו אהרן..

"),

וכבפרשתנו "ברית מלח עולם הוא 26

גו׳ לך ולזרעך

אתך" 27

(וכיו״ב) 28 ,

ווי רש״י ברענגט עם טאקע אין גמרא 29 .

אויר דארף מען פארשטיין נאך א שינוי לשון אין רמב״ם לגבי דעם לשון אין ספרי און אין גמרא: דארט שטייט ״זכה אהרן ונטלו..

זכה דוד ונטלו" 30 ,

משא״כ אין רמב״ם איז ער משמיט "ונטלו" און זאגט: כתר כהונה זכה בו אהרן,

כתר מלכות זכה בו דוד.

ג.

די הלכה הנ״ל אין רמב״ם איז דער אלטער רבי מעתיק בהל׳ ת״ת שלו 31

און ער איז טאקע משמיט די פסוקים הנ״ל,

וואס ווערן געבראכט אין רמב״ם אויף דעם וואט כתר כהונה זכה בו אהרן און כתר מלכות זכה בו דוד.

זאת ועוד: ביים ענין פון כתר תורה זאגט דער אלטער רבי דארט "כתר תורה הרי הוא מונח ועומד ומוכן לכל ישראל כל מי שירצה יבוא ויטול שנאמר מורשה קהלת יעקב שהיא ירושה לכל ישראל".

ד.

ה.

אז אויך ביי כתר תורה

(וואו דער אלטער רבי ברענגט יע א פסוק — דעם זעלבן ווי אין רמב״ם)

איז ער

(א)

משנה ומהפך דעם סדר ווי אין רמב״ם: פריער זאגט ער "כל מי שירצה יבוא ויטול",

און דערנאך ברענגט ער דעם פסוק — משא״כ אין רמב״ם איז עט בסדר הפוך;

(ב)

דער אלטער רבי איז מוסיף "שהיא ירושה לכל ישראל" וואס שטייט ניט אין רמב״ם 32 .

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אויף א תמי׳ אין כללות העניו:

דער רמב״ם איז,

כנ״ל,

א ספר פון ״הלכות הלכות״ — וואס איז נוגע להלכה דא,

אין הל׳ ת״ת,

אז "בשלשה

כתרים נכתרו ישראל",

און אז כתר כהונה זכה בו אהרן און כתר מלכות זכה בו דוד?

לכאורה יש לומר,

אז דאס איז א הקדמה וועלכע ברענגט ארויס די מעלה מיוחדת פון

(כתר)

תורה,

אז זי איז העכער פון

(כתר)

כהונה ומלכות

("כתר תורה גדול משניהם",

ווי דער רמב״ם פירט אויס אין דער הלכה)

— און דער עניו איז נוגע להלכה,

ווי דער רמב״ם איז ממשיך 33

"אמרו חכמים 34

ממזר ת״ת קודם לכהן גדול עם הארץ שנאמר 35

יקרה היא מפנינים מכהן גדול שנכנס לפני ולפנים".

דאם איז אבער ניט מספיק,

ווארום אי משום הא — איז ניט נויטיק די גאנצע אריכות און ס׳איז מספיק צו דערמאנען נאר בקיצור אז עם זיינען דא נאך צוויי כתרים,

כתר כהונה וכתר מלכות;

ועוד

(ועיקר)

: אויב דער רמב״ם איז דא אויסן די הלכה פון "ממזר ת״ח קודם כו׳",

וואלט ער געדארפט מפרט זיין אין וואט עס באשטייט דער ענין פון ״קודם״ 36

— ווי מ׳געפינט עט אין דער משנה 37

וואו דאס קומט בהמשך צו די דינים

(אין דער משנה שלפני׳ 37 )

ווער ס׳איז קודם להחיותו ולפדותו

(און די דינים בריינגט דער רמב״ם שפעטער ומפורש אין הלכות מתנות עניים 38 ).

דערפון איז מובן,

אז דער ענין פון די אלע דריי כתרים ופרטיהם — אז ,

כתר כהונה זכה בו אהרן",

ו״כתר מלכות זכה בו דוד״ — איז א זאך וואס איז נוגע להלכה

(אויך)

צו דער מעלה פון

(כתר)

תורה כשלעצמו,

ניט נאר אלם הקדמה צו איר מעלה לגבי די אנדערע כתרים 39 ?

והדרא קושיא לדוכתא: וואם גיט דאס צו אין דער הסברה פון כתר תורה?

מען קען ניט זאגן,

אז דער רמב״ם מיינט דערמיט בלויז צו מדגיש זיין די ! אנדערשקייט פון כתר תורה — אז אין דער צייט וואס כתר כהונה וכתר מלכות זיינען ניט שייר צו אלע אידן

(ווייל "זכה בו אהרן ..

זכה בו דוד״)

איז אבער כתר תורה יע שייך צו אלע אידן

(ע״ד ווי אין אבות דר״נ)

— ווארום דעמאלט וואלט עס דער רמב״ם געזאגט מיט א לשון יותר מתאים לזה - בלשון של שלילה

(ע״ד ווי אין אבות דר״נ)

או כיו״ב 40 .

ה.

דער ביאור בזה* 40

:

לשונו המדויק דהרמב״ם — איז מבאר דעם גדר וענין פון כתר תורה.

דער לשון "כתר תורה" ווערט געבראכט אין ש״ס בנוגע לכמה ענינים,

בתוכן שונה,

ולדוגמא:

אין מס׳ נדרים 41

"אוי לי שנשתמשתי בכתרה של תורה",

"כל המשתמש

בכתרה של תורה",

וואס דערמיט ווערט געמיינט כבוד התורה 42

;

אין מם׳ מגילה 43

(לויט דער גירסא שלפנינו 44 )

״ודאשתמש בתגא חלף..

זה המשתמש במי ששונה הלכות כתרה של תורה״ — מיינט דאס "הלכות" 45

שבתורה.

ועוד 46 .

עד״ז איז אויר בלשון הרמב״ם,

אז "כתרה של תורה" האט אין זיר מובנים שונים — בהתאם צום ענין המדובר.

מען געפינט אז דער רמב״ם נוצט דעם לשון "כתרה של תורה" מיינענדיק בעיקר מעלת ,4

התורה

(או הבנת התורה וכיו״ב),

ווי לדוגמא — אין דער הלכה 48

״לא ישא אדם בת עמי הארץ ..

שאם מת או גולה בניו עמי הארץ יהיו שאין אמן יודעת כתר התורה".

אבער אין דער הלכה שלפנינו,

וואו ער ברענגט דעם מאמר רז״ל בנוגע די ג׳ כתרים,

מיינט עם ניט כבוד התורה,

און ניט דעם ענין פון הלכות התורה

אדער סתם לימוד התורה,

נאר א מעלה מיוחדת 49

אין ענין התורה בכלל50 .

— און כדי צו ארויסבריינגען קלערער דעם גדר פון "כתר תורה"

(בהלכה זו),

ברענגט דער רמב״ם וועגן כתר כהונה וכתר מלכות און די ראיות פון די פסוקים,

כדלקמן.

ו.

כתר כהונה און כתר מלכות איז ניט עבודת הכהונה און שלטון המלכות כשלעצמם — ווארום נאד איידער אהרן האט זוכה געווען צו כתר כהונה איז גע־ ווען כהן ועבודת הכהונה; עד״ז בנוגע למלכות,

איז מלכות שוין געווען פריער בא שאול׳ן,

נאד איידער דוד האט זוכה געווען צו כתר מלכות.

אין וואם באשטייט דער אויפטו פון "כתר כהונה" און "כתר מלכות"?

זאגט דער רמב״ם: "כתר כהונה זכה בו אהרן שנאמר והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם,

כתר מלכות זכה בו דוד שנאמר זרעו לעולם יהי׳ וכסאו כשמש נגדי״ — ד.

ה.

אז בשעת מ׳איז זוכה צו כתר כהונה און כתר מלכות בלייבט עס אן ענין נצחי,

"לו ולזרעו גו׳ כהונת עולם",

"זרעו לעולם".

און ווי דער רמב״ם פסק׳נט אין הל׳ מלכים

(בנוגע למלכות)

: "כיון שנמשח דוד זכה בכתר מלכות והרי המלכות לו ולבניו הזכרים עד עולם".

מען דארף אבער פארשטיין: דער רמב״ם פסק׳נט דאך אז "המלכות ירושה" 51 ,

ניט נאר מלכות דוד,

נאר מלכות בכלל

(אפילו ביי מלכי ישראל).

נאכמער: "ולא המלכות בלבד אלא כל השררות וכל המינויין שבישראל ירושה לבנו ולבן בנו עד עולם״ 52

— איז ווי פארבינדט דער רמב״ם די מעלה פון "כתר מלכות" דערמיט וואם "המלכות לו

(צו דוד׳ן)

ולבניו ..

עד עולם"

[ועד״ז כתר כהונה — אז "והיתה גו׳ ברית כהונת עולם"]?

ז.

איז דער ביאור בזה 53

:

בשעת דער רמב״ם איז מבאר דעם ענין פון מלכות ביי מלכי ישראל,

זאגט ער 54

: "נביא שהעמיד מלך משאר שבטי ישראל והי׳ אותו המלך הולד בדרך התורה והמצות ונלחם מלחמות ה׳ הרי זה מלך וכל מצות המלכות נוהגות בו אע״פ שעיקר המלכות לדוד ויהי׳ מבניו

(פון דעם מלך ישראל)

מלך".

ד.

ה.

אז אפילו ווען ס׳איז דא מלכות ביי מלכי ישראל

(און אין אן אופן וואס "ויהי׳ מבניו מלך",

עם גייט איבער בירושה לבניו)

— פארבלייבט "עיקר המלכות" ביי דוד דוקא.

"עיקר המלכות" איז ניטא ביי מלכי ישראל.

די הסברה אין דעם: דער מלך און מלכות קען זיין אויף צוויי אופנים* 54

: א)

מען הייסט א מלך דערפאר וואס מען

פירט דורך דעם תפקיד פון מלכות,

פעולות והנהגות המלוכה

(אשר יוציאם ואשר יביאם 55 ,

הפרטים שביארם שמואל 56 )

— ולכאורה אפשר גם ע״י משנה למלך,

אויב זיין מינוי איז אז "רק הכסא אגדל ממך" 57 .

ב)

מ׳איז בשלימות ובעצם 58

א מלך 59 .

און דאס איז "עיקר המלכות": דאם וואם בית דוד האט מלוכה איז ניט נאר וואס זיי זיינען בפועל מלכים

(און פירן דורך דעם תפקיד פון מלוכה) 60 ,

נאר ביי זיי איז פאראן ״עיקר״ — עצם גדר המלכות.

און דאם איז דער ענין פון "כתר מלכות״ — ס׳איז

(ניט נאר מלוכה בפועל,

נאר)

עצם גדר המלכות.

ח.

עפ״ז יובן דער אויפטו אין דעם וואס בשעת דוד ״זכה בכתר מלכות ..

המלכות לו ולבניו ..

עד עולם״ — ווייל בהתאם צו דעם שינוי אין דער ״חפצא״ של מלוכה,

קומט א שינוי אין דעם "גברא",

דעם מלך:

בשעת די מלוכה איז בלויז אין אן אופן פון א מינוי למילוי תפקיד

(אזוי ווי "כל השררות וכל המינויין"),

איז דאס א דבר נוסף אויף זיין מציאות,

ער פארמאגט מלוכה

(ע״ד ווי ער פארמאגט נכסים).

און דעריבער,

דאס וואם זיין מלוכה גיט זיך איבער בירושה לבניו,

איז דאס בדומה צו יעדער ירושת נחלה: ע״ד ווי מען ירש׳נט אלע נכסים פון דעם מוריש,

אזוי ירש׳נט מען זיין תפקיד און מינוי 61 .

און ווי דער רמב״ם זאגט "וכל הקודם בנחלה קודם לירושת המלוכה" 62 ,

"וכל הקודם לנחלה קודם לשררות המת" 63 .

בשעת אבער מ׳איז זוכה צו כתר מלכות — מ׳האט דעם "עיקר" המלכות,

ווערט עם אזוי אויך ביים גברא

(א שינוי בגברא) 64 ,

אז דעמאלט ווערט דער ענין המלכות ביי אים

(ניט א הוספה אויף זיין עיקר,

נאר דאם ווערט)

זיין מהות און עיקר — זיין מציאות איז מציאות ועצם פון מלך 65 .

און דערפאר זאגט דער רמב״ם אין ספר המצות 66 ,

אז יעדער מלך וואס איז

ניט פון "זה הזרע הנכבד

(בית דוד)

לענין מלכות נכרי קרינא בי׳ כמו זרע אחר בלתי זרע אהרן לענין עבודה זר קרינא בי׳".

ובמילא ווערט דאם אן ענין נצחי — לו ולבניו עד עולם.

וויבאלד דאם איז דער עצם ומהות פון אביו,

און דער יורש איז די מציאות פון מוריש איז עם במילא דער עצם ומהות פון בניו און אזוי יורשו

(הבן)

— עד עולם.

און דאם איז די הסברה אין פסק הרמב״ם

(בנוגע למלכות דוד 67

: "מלכי בית דוד הם העומדים לעולם ..

אבל אם יעמוד מלך משאר ישראל תפסק המלכות מביתו״ — ווייל כאטש אז אויך ביי מלכי ישראל גייט איבער די מלכות בירושה

(וכקושיית הראב״ד 67 ),

פארמאגט עם אבער ניט די מעלה פון נצחיות.

משא״כ "מלכי בית דוד הם העומדים לעולם״ — ווייל "זכה

(דוד)

בכתר מלכות" איז עם פארבונדן מיט דעם עצם ומהות פון מלכות ומלך.

און כשם ווי דאם איז בנוגע למלכות,

עד״ז איז בנוגע לכהונה: עם איז דא די עבודת הכהונה,

שירות הכהונה בפועל; דערנאר איז דא וואם "כתר כהונה זכה בו אהרן״ — אהרן האט זוכה געווען אין כתר כהונה,

דער עצם הכהונה.

און ווי־ באלד ער האט דעם עצם הכהונה,

איז כהונה פארבונדן געווארן מיט זיין עצם

[ע״ד ווי דער ענין היהדות וואס איז דער עצם ומהות פון א אידן

(ועד״ז בגר וואם נתגייר כהלכה)].

און דערפאר איז דער ענין הכהונה ביי אים אין אן אופן פון "לו ולזרעו

אחריו ברית כהונת עולם״ — באופן נצחי,

כנ״ל בנוגע למלך.

ט.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואם דער רמב״ם,

ריידנדיק וועגן די "שלשה כתרים",

זאגט ער "זכה בו אהרן..

זכה בו דוד״ — און איז משמיט "ונטלו":

פעולות הנהגות המלוכה,

ועד״ז עבודת הכהונה — איז שייך דערויף זאגן "ונטלו",

מען געמט און טוט

(בפועל).

אבער "כתר כהונה" און "כתר מלכות" — דער "עיקר" כהונה ומלכות,

וואם פועל׳ט דעם שינוי הגברא ווערט פאר־ בונדן מיטן עצם האדם און — אין דעם קען ניט זיין קיין "נטלו"

(מעצמם),

נאר ״נכתרו״ דורך דעם אויבערשטן.

וע״פ כל זה איז אויר מובן פארוואם דער רמב״ם ברענגט די פסוקים דוקא —

(בנוגע כתר כהונה)

"והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם",

און

(בנוגע כתר מלבות)

"זרעו לעולם יהי׳ וכסאו כשמש נגדי״ — ווייל אין די פסוקים זיינען מודגש די גדרי הנ״ל:

פון פסוק "והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם" איז מוכח:

א)

אז דאם קומט פון אויבערשטן,

וואם דאם איז מודגש ביי כהונת פינחס וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן דעם ענין הכהונה 68

דעמאלס 69

באופן מיוחד 70

;

ב)

אז דאם איז געווארן זיין מהות,

וואס דערפאר איז עם "לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם״ — ס׳איז דער זעל־ בער ״ברית ..

עולם״ בא ״לו״ און בא "זרעו" 71 .

ביז עם קומט די הלכה,

ווי דער ראגאטשאווער איז מבאר אויף דעם פסוק,

אז "כאן 72

נתחדש דגם זרע פסול העבודה כשרה" 73 ,

וואס דערפון איז מוכח אז דאס איז ניט קיין ירושה פון א מילוי פעולה,

נאר פון א זאך שבמהותו,

דער בן בעיקר 74

מהותו איז דער זעל־ בער מהות פון דעם אב.

וכעין זה איז עם מוכח פון פסוק "זרעו לעולם יהי׳ וכסאו כשמש נגדי" — וואס קומט בהמשך צי די פסוקים 75

"אם יעזבו בניו תורתי ובמשפטי לא ילכון גו׳ ופקדתי בשבט פשעם ובנגעים עונם וחסדי לא אפיר מעמו גו"׳,

וואם "הקב״ה הבטיחו בכך" אז "לא תכרת המלוכה מזרע דוד לעולם" 76 ,

און נאך דעם פירט ער אוים אין די פסוקים "אחת

נשבעתי בקדשי אם לדוד אכזב,

זרעו לעולם יהי׳ וכסאו כשמש נגדי״ — די מלוכה איז באופן אז ס׳איז ניט שייך אין איר קיין הפסק,

דאס איז א כסא נצחי

("כשמש נגדי"),

די נצחיות איז בא "זרעו לעולם" 77 .

יו״ד.

ע״פ כל הנ״ל וועט ווערן מוסבר וואם איידער דער רמב״ם איז מסביר ומפרט דעם ענין פון כתר תורה,

איז ער מקדים די פרטים בשייכות צו כתר כהונה וכתר מלכות און די ראיות פון די פסוקים — ווייל דוקא דורך דעם ווערט מוסבר דער גדר פון כתר תורה ביי אידן,

אז "כתר תורה הרי מונח ועומד ומוכן לכל ישראל שנאמר תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב כל מי שירצה יבא ויטול".

ובהקדם עכ״פ בקיצור נמרץ:

ע״ד בכתר מלך כפשוטו — זיינען דא 78

כו״כ חפצי המלך ביז "לבוש מלכות ..

וסוס אשר רכב עליו" און אויך "כתר מלכות" בפני עצמם

און דערנאך ווי דער מלך

(נוצט זיי און)

ווערט נשתנה עי״ז

אזוי אויך בתורה

(וכהונה 79 )

איז דא כתרה של תורה

(פאר זיך)

— ע״ד

להפירוש הנ״ל 80

אז דאס מיינט הלכות שבתורה

(ניט די שקו״ט וכו׳)

— און עם איז דא דער גברא

(וואס ניט נאר ער איז שונה הלכה — וואם אויף דעם דארף אויך זיין ״ויטול״ עכ״פ דאמאלס נאר)

הנכתר בכתר תורה.

כשם ווי דאס איז בא כתר כהונה און כתר מלכות,

אז דער גדר ה״כתר" איז: א)

מצד החפצא.

ב)

מצד הגברא — דאם ווערט

(פארבונדן מיט)

זיין מהות.

ג)

אין.

דעם "יחס" צווישן דעם חפצא והגברא — עם קומט אן דער "כתר" צום גברא,

אין אן אופן פון "נכתרו" 1

(מצד דעם אויבערשטן)

און נאכדעם קען זיין ״ויטול״ און טאן מיט דעם — נטילה ועשי׳ בשלימותן — ועד״ז איז עם בנוגע צו "כתר תורה".

ועפ״ז קומט צו אן עומק אין דעם וואט מען זאגט "כתר תורה הרי מונח ועומד ומוכן לכל ישראל ..

כל מי שירצה יבא ויטול": ס׳איז נוסף אויף דעם פירוש אז דער אויבערשטער האט געגעבן תורה אין אן אופן אז יעדערער וואס וויל לערנען תורה האט די יכולת אויף דעם

(כל מי שירצה יבוא ויטו ל)

— נאר "נכתרו ישראל" 82 ,

תורה איז זיי געגעבן געווארן פון דעם אױבערשטן אין אן אופן אז דאם איז געווארן פארבונדן מיט זייער עצם מהות,

עם איז "מורשה קהלת יעקב".

אין אנדערע ווערטער: "מורשה קהלת יעקב" מיינט אז תורה איז "מונח ועומד ומוכן לכל ישראל״ — ניט אז ס׳איז גרייט ״ערגעץ אנדערש״ און די בעלות דערויף קומט דורך זיין נטילה

("יבוא ויטול״)

— נאר דאס איז מונח און גע־ ווארן זיין עצם.

דער "יבוא ויטול" איז בלויז אז דער כתר תורה

(וואס נכתרו בו)

זאל שטיין אין אן אופן 83

אז ער זאל קענען פועל בשלימות זיין מיט

(דורך)

עם.

יא.

עפ״ז יש לבאר — בדרך אפשר — הטעם וואם דער אלטער רבי

(בהל׳ ת״ת שלו)

איז משמיט די פסוקים און איז משנה מלשון הרמב״ם בהמשך ההלכה

(כנ״ל),

וואם יש לומר אז הא בהא תליא:

מיט דעם וואם ער איז משנה און זאגט פריער "כל מי שירצה יבוא ויטול",

און דערנאך ברענגט ער די ראי׳ פון פסוק "שנאמר מורשה קהלת יעקב" און איז מוסיף "שהיא ירושה לכל ישראל",

איז מער מודגש אז די ירושה איז ניט נאר וואס ס׳איז "מונח ועומד ומוכן לכל ישראל" און יעדערער קען דאס נעמען,

נאר אויך אז דאם נעמען גופא איז א ירושה לכל ישראל

(ניט א זאך וואס ווערט אויפגעטאן לגמרי דורך זיין מעשה,

נאר),

וואס קומט מלמעלה און

ווערט זיין מציאות,

כנ״ל — דער תוכן וואט דער רמב״ם ברענגט ארויס דורך די פסוקים בכתר כהונה וכתר מלכות.

יב.

ועפ״ז איז אויר מובן דער ענין ההלכה שבזה אין רמב״ם:

דער רמב״ם איז דא אויסן צו ארויס־ ברענגען ניט בלויז די מעלה פון כתר תורה,

וואט צוליב דעם

(ווי ער זאגט אין די הלכות שלאח״ז)

איז "ממזר ת״ח קודם לכה״ג עם הארץ" און "אין לך מצוה בכל המצות כולן שהיא שקולה כנגד ת״ת" 84

וכו׳

(און דערפאר מאנט זיר ע״פ הלכה דער ענין הזריזות וכו׳ אין לימוד התורה),

נאר אויך ובעיקר ווי דער כתר תורה האט א שייכות און פארבונד מיט יעדער אידן אלם זיין ירושה,

וואט דערפון איז מובן,

אז דאם צוקומען דערצו דורך די דרכים וואט דער רמב״ם ברענגט וויי־ טער אין די הלכות 85

[״..

לא יסיח דעתו לדברים אחרים ולא ישים על לבו שיקנה תורה עם העושר והכבוד כאחת כך היא דרכה של תורה כו׳" און "עשה תורתך קבע ומלאכתך ארעי וכו׳" ועוד],

איז ניט אן עניו פון הידור מצוה וכיו״ב,

נאר דאס איז דער קיום פון "מצוה 88

זו כראוי".

(משיחות ש״פ קרח תשכ״ח,

ש״פ אמור תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.