B"H
🏡

Ikar

קרח א

א.

אין היינטיקער סדרה דערציילט די תורה,

אז איידער דער אויבערשטער האט מעניש געווען קרח דתן ואבירם — "ותפתח הארץ את פי׳ ותבלע אותם ואת בתיהם גו׳" 1

— האט השם געזאגט משה׳ן 2

״דבר אל העדה לאמר העלו

(אסתלקו 3 )

מסביב למשכן קרח דתן ואבירם.

ויקם משה וילך אל דתן ואבירם גו׳ וידבר אל העדה לאמר סורו נא מעל אהלי האנשים גו׳ ויעלו מעל משכן קרח דתן ואבירם מסביב גו׳".

שטעלט זיר רש״י אויף די ווערטער "ויקם משה" 4

און איז מפרש 5

: "כסבור שישאו לו פנים ולא עשו".

לערנען מפרשים 6 ,

אז רש״י קומט דא באווארענען: פארוואס איז משה רבינו געגאנגען צו דתן ואבירם?

זיין דיבור

(בשליחותו של הקב״ה)

איז דאד געווען

(ניט צו דתן ואבירם,

נאר)

צו דער עדה

("דבר אל העדה לאמר גו׳").

איז רש״י מבאר,

אז די הליכה צו דתן ואבירם איז געווען א באזונדער ענין

(ניט דער קיום פון "דבר אל העדה"

נאר)

— צו פועל׳ן אויף דתן ואבירם אז זיי זאלן תשובה טאן; ווי עם שטייט אין מדרש 7

״אע״פ ששמע משה מפי הגבורה לא אמר להם העלו עד שהלך והתרה בהם שנאמר ויקם משה וילך אל דתן ואבירם".

עס איז אבער שווער צו זאגן אז דאם איז כוונת רש״י 8

— ווייל ע״ד הפשט איז מעיקרא קיין שאלה ניט צוליב וואם איז משה געגאנגען צו דתן ואבירם,

וויבאלד אז די אידן האבן זיך דעמאלט געפונען "מסביב למשכן קרח דתן ואבירם" 9

(ווי דאם איז מוכח פון דעם

אויבערשטנ׳ס אנזאג "העלו מסביב וגו׳"),

איז בכדי איבערצוגעבן דער עדה דעם ציווי ה׳,

האט משה געדארפט גיין 10

צו דעם משכן 11

פון

(קרח 12

און)

דתן ואבירם 13 .

אויר: ע״פ דרך הפשט האט לכאורה קיין ארט ניט צו אננעמען פירוש המדרש הנ״ל 14

(״אע״פ ששמע משה מפי הגבורה לא אמר להם העלו עד שהלך

והתרה בהם"),

ווארום וויבאלד דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה׳ן ״דבר אל העדה גו׳״ — ווי איז שייך אז משה רבינו זאל אפלייגן דעם קיום ציווי ה׳ און טאן פריער עפעם אנדערש

(אפילו אן ענין טוב) 15

מדעת עצמו 16

!

דארף מען לכאורה זאגן,

אז מיט "ויקם משה וילך גו׳" איז די תורה אויסן דערציילן

(ניט אז משה האט מפסיק געווען מיט אן אנדער ענין,

נאר פארקערט)

— ווי משה האט גלייך אויסגעפאלגט דעם אויבערשטנ׳ם ציווי "דבר אל העדה גו׳״ — "ויקם משה וילך גו׳

(נא ר הליכה,

אבער ניט דיבור וואם דורך דעם איז שייד "להתרות",

ולאחרי ובהמשך ל״וילך")

וידבר אל העדה גו"׳.

איז אינגאנצן ניט מובן: פון וואנעט און ווי אזוי לערנט דא רשיי ע״פ פשוטו של מקרא אז הליכת משה איז געווען

(ניט גלייך צו איבערגעבן דעם ציווי ה׳ צו דער עדה,

נאר)

צו דתן ואבירם,

כדי "שישאו לו פנים"

(און תשובה טאן)?

ב.

אויך איז ניט מובן לשון רש״י — "כסבור שישאו לו פנים": אויב כוונת רש״י איז,

אז משה אין געגא^גען זיי ווארענען

(דורך באווייזן זיך ״פניו״ — כדי זיי זאלן תשובה טאן),

פארוואס זאגט עס ניט רש״י 17

בלשון ברור,

ע״ד

המדרש,

— "כסבור שישאו לו פנים וישובו ממחלוקתם",

או כיו״ב?

— הלשון "כסבור שישאו לו פנים" איז דער אינהאלט ...

געבן כבוד למשה.

אפילו את״ל אז רש״י וויל נוצן א לשון וואס ברענגט ארויס דאם וואס זיין הליכה האט געדארפט פועל׳ן אויף ןײ״ _

האט רש״י געדארפט מעתיק זיין דעם לשון המדרשי 19

— "אולי יתביישו ויחזרו בהם"

(או ע״ד לשון הרשב״ם 20

: אולי יחזרו בתשובה),

וואס דערמיט ווערט דער תכלית פון דער הליכה ארוים־ געבראכט קלאר 21 .

ג.

לכאירה וואלט מען געקענט מסביר זיין לשון רש״י ע״פ מאמר הגמרא 22

אויפן פסוק: "ויקם משה וילך אל דתן ואבירם אמר ר״ל מכאן שאין מחזיקין במחלוקת".

ומהאי טעמא נוצט דא רש״י דעם לשון "כסבור שישאו לו פנים"

(און ניט ״אולי יתביישו ויחזרו בהם״,

וכיו״ב — ווייל דא איז די הדגשה ניט אזוי אז זיי זאלן תשובה טאן אויף זייער חטא כלפי הקב״ה

("הנועדים על ה׳" 23 ),

נאר "לבטל מחלוקת״ 24

אויף משה — אויף דעם פאסט מער דער לשון "כסבור שישאו לו

פנים"

(היפך זייער פריערדיקער הנהגה באופן פון אפזאגן משה׳ן,

מחלוקת,

״וישלח 25

משה לקרא לדתן ולאבירם ..

ויאמרו לא נעלה").

— איז אבער רש״י א ליין שולל דעם פירוש: אויף "וישלח 25

משה וגו׳" איז רש״י מפרש "מכאן שאין מחזיקין במחלוקת שהי׳ משה מחזר אחריהם להשלימם בדברי שלום".

וויבאלד רש״י איז משנה 26

פון דער גמרא

(וואם לערנט אפ דעם ענין פון "אין מחזיקין במחלוקת" פון אונזער פסוק "ויקם משה וילך גו"׳)

און לערנט עם אפ פון דעם פריערדיקן פסוק "וישלח משה גו"׳

(ובפרט ע״פ דיוק לשון רש״י "מכאן

(שאין מחזיקין במחלוקת)

״ — און ניט פון א צווייטן ארט 27 )

איז דערפון מוכח,

אז לויט שיטת רש״י בפירושו על התורה,

איז הליכת משה לדתן ואבירם ניט געווען מצד דעם ענין פון "אין מחזיקין במחלוקת".

[ובפרט — אויב מ׳זאל זאגן אז אויך הליכת משה איז געווען צוליב "אין מחזיקין במחלוקת",

וואלט דאך מער מתאים געווען אז מ׳זאל דעם לימוד

(והוראה)

אפלערנען פון אונזער פסוק "ויקם משה וילך גו"׳ 28 ,

היות אז דוקא אין דעם פסוק איז דער חידוש אז משה

"מחל על כבודו והוא עצמו הלך לבטל מחלוקת" 24 ,

וואם דערפון דארף מען אפלערנען אויף וויפל עם דארף זיין דער ״אין מחזיקין במחלוקת״

(משא״כ אין פריערדיקן פסוק וואו דער "מחזר אחריהם להשלימם" איז בלויז געווען דורך א שליח)].

מוז מען זאגן,

אז הליכת משה לדתן ואבירם איז

(ע״ד הפשט)

ניט געווען צוליב דעם ענין פון "אין מחזיקין במחלוקת" 29 ,

נאר,

כנ״ל,

זיי צו מחזיר זיין בתשובה — והדרא קושיא לדוכתא.

ד.

דער ״שליםל״ צום ביאור אין דעם פירוש רש״י איז אנגעדייט אין די ווערטער וועלכע רש״י איז מעתיק פון פסוק אין דעם דיבור־המתחיל

— און ווי גערעדט כמה פעמים,

אז אין פירוש רש״י זיינען מדוייק ניט נאר די ווערטער פון זיין פירוש גופא,

נאר אויך די ווערטער וועלכע ער איז מעתיק פון פסוק —

ובנדו״ד: רש״י איז מעתיק פון פסוק בלויז די ווערטער "ויקם משה" ותו לא; נאכמער: די ווייטערדיקע ווערטער איז ער אפילו ניט מרמז מיט א "וגו׳".

ולכאורה תמוה: רש״י קומט דאך לכאורה מפרש זיין דעם טעם פון הליכת משה אל דתן ואבירם — האט ער זיך געדארפט שטעלן אויף די ווערטער "וילך אל דתן ואבירם" 30

(ואדרבה,

די ווערטער "ויקם משה" זיינען לכאורה

דא ניט נוגע 31 )

; אבל רש״י מעתיק נאר "ויקם משה",

און איז אפילו ניט מוסיף "וגו׳"!

נאר דערמיט וויל רש״י קלאר מאכן,

אז די שווערקייט אין פסוק וואם ער קומט פארענטפערן איז בלויז אין די ווערטער ״ויקם משה״ און בלויז די ווערטער קומט ער מפרש זיין.

דאם וואם ד ער פסוק זאגט "וילך

(משה)

אל דתן ואבירם" איז מובן,

וכנ״ל אז דערמיט דערציילט דער פסוק ווי משה האט גלייך מקיים געווען דעם ציווי ה׳ צו גיין אנזאגן "העדה",

די אידן,

וועלכע זיינען דאמאלם געווען מסביב למשכן דתן ואבירם — "העלו";

מ׳דארף אבער פארשטיין פארוואס איז דער פסוק מקדים די ווערטער ״ויקם משה״ 32

— וואם גיט דער ווארט ״ויקם״ צו אינעם סיפור פון "וילך אל דתן ואבירם גו׳"?

דערפון איז רש״י מכריח,

אז נוסף אויף הליכת משה אל דתן ואבירם,

איז געווען א באזונדער פעולה דורך "ויקם משה".

אין וואם באשטייט די פעולה פון ״ויקם״ אלם אן ענין פאר זיך

(ניט אלס הכנה צו דער הליכה שלאח״ז)?

איז רש״י מפרש — "כסבור שישאו לו פנים":

רש״י האט שוין פריער מפרש געווען,

אויפן פסוק 33

"ויקם שדה עפרון" — "תקומה היתה לו".

דאם הייסט,

אז

״ויקם״ װײזט

(אויך)

אויף א קימה ועלי׳ כחשיבות.

ועד״ז בעניננו: דאס וואס דער פסוק איז מוסיף "ויקם משה״ קומט לאזן הערן,

אז משה איז ניט סתם געגאנגען צו משכן דתן ואבירם,

נאר דאס איז געווען אינעם אופן פון "ניקם משה

(וילך)

" - "תקומה היתה לו 34 ,

אז ס׳איז געווען ווי די הליכה פון א מלך ומרומם מעם,

וואס רופט ארויס א רגש של חשיבות וכבוד — און זיין כוונה דער־ ביי איזגעווען — "כסבור שישאו לו פנים" 35 ,

אז דאם וועט פועל זיין ביי דתן ואבירם "שישאו לו פנים".

[דערמיט איז אויך מוסבר בפשטות וואס דער פסוק איז ממשיך "וילכו אחריו זקני ישראל״ — דלכאורה,

פארוואס זיינען זיי מיטגעגאנגען מיט משה,

אשר לא ציווה אותם?

אויר — למאי נפק״מ דאס צו דערציילן?

נאר דאם איז מדגיש אז ס׳איז געווען א הליכה באופן של ״ויקם״ — משה איז געגאנגען אלס מלך ונשיא ישראל און דערפאר זיינען אים נאכגעגאנגען די זקני ישראל].

ה.

לויט דעם ביאור איז אויך פאר־ ענטפערט די קושיא הנ״ל — ווי אזוי האט משה זיך אפגעהאלטן פון צו מקיים זיין באלד דעם ציווי ה׳ און האט זיך פארנומען מיט אן אנדער ענין?

— וההסברה: לויט רש״י איז הליכת משה ניט געווען אויף צו מתרה זיין דתן ואבירם: ואדרבה: לויט פשוטו של מקרא דארף אויסקומען,

אז משה האט גאר ניט

געטארט גיין מתרה זיין דתן ואבירם און משתדל זיין זיי מחזיר זיין בתשובה — ווייל דאם איז היפך ציווי ה׳ "העלו מסביב למשכן קרח דתן ואבירם"

(אז מען דארף זיך מסלק זיין פון זיי)

:

נאר דער מכוון ותכלית פון דער הליכה

("וילך אל דתן ואבירם")

איז גע־ ווען צו ווארענען די עדה,

אז זיי זאלן זיך אפקערן "מעל אהלי האנשים וגו׳":

ס׳איז נאר וואס די הליכה איז געווען אינעם אופן פון "ויקם משה",

בכדי ״שישאו לו פנים״ — טראכטנדיק אז אפשר וועט אזא הליכה גורם זיין אז "ישאו לו פנים".

און דערפאר איז עס קיץ סתירה ניט צום ציווי ״העלו גו׳״ — ווייל משה האט זיך ניט דערנענטערט צו דתן ואבירם צו ווירקן אויף זיי דורך דיבור 36

אדער אויף אן אנדער אופן אז זיי זאלן תשובה טאן; ער האט נאר געהאפט,

אז זיין הליכה

(באופן של ״ויקם״)

װעט אויף זײ פועל זיין א הכנעה וביטול און ״ישא ו לו — זיי מצד עצמם — פנים" 37 .

ו.

דערפון האט מען א לימוד נפלא אין דעם ענין פון אהבת ישראל:

ניט געקוקט אויף דעם וואס דא איז שוין געווען נאכן גזר דין,

און נאכמער: דער אויבערשטער האט שוין כביכול ״פארשלאסן די טיר״ אויף תשובה און אנגעזאגט "העלו",

מ׳זאל זיך פון זיי מסלק זיין —

פונדעסטוועגן,

האט משה רבינו — מצד ויין גרויסער 38

אהבת ישראל צו יעדן אידן,

אין וואס פאר א מצב ער זאל נאר זיין

(ווי מען געפינט אז משה האט זיך איינגעשטעלט במסירת נפש אפילו פאר די עושי העגל 39 )

— האט ער אויך אין דעם מצב געזוכט אן עצה 40

ווי צו פועל זיין אויף דתן ואבירם און זיי ראטעווען מרדת חיים 41

שאולה.

עאכו״ב אין א פאל ווען עם רעדט ויך וועגן אידן וועלכע ויינען ניט קיין מורדים בה׳ ח״ו,

נאר זיינען עם־הארצים אין אידישקייט,

אין דעם סוג פון תינוק שנשבה לבין העכו״ם — אז עס ליגט א חוב אויף יעדערן צו טאן כל התלוי בו,

מיט דער גרעסטער השתדלות,

און צו נוצן כל מיני התחכמות ותחבולות,

צו געפינען אן עצה ווי צו ראטעווען די אידן און זיי צוריק מקרב זיין לאבינו שבשמים,

און דורך דעם וואס מען פועל׳ט אויף זיי דעם "ואתם הדבקים בה׳ אלקיכם" ווערט "חיים כולכם היום" 42 ,

חיים אמיתיים ונצחיים 43 .

(משיחת ש״פ קרח תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.