B"H
🏡

Ikar

שלח א

א.

אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט וועגן חטא המרגלים,

זייער הוצאת דיבה על הארץ 1 ,

און צווישן די עניני דיבה וואס זיי האבן געזאגט איז געווען — "ושם 2

ראינו את הנפילים בני ענק מן הנפילים ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם".

שטעלט זיך רש״י אויפן ווארט "הנפילים" און איז מפרש: ענקים מבני שמחזאי ועזאל שנפלו מן השמים בימי דור אנוש.

לערנעו מפרשים 3 ,

אז רש״י באווארנט די שווערקייט פונעם כפל לשון ״נפילים״ אין פסוק

(—״הנפילים ..

מן הנפילים") 4 ,

איז רש״י מסביר,

אז די צוויי מאל "נפילים" האבן יעדער פון זיי אן אנדער אפטייטש: דער ערשטער ״נפילים״ מיינט — "ענקים"

(ווי רש״י טייטשט אין פ׳ בראשית 5

אז ״נפילים״ — "בלשון עברית לשון ענקים הוא"),

און דער צווייטער מאל — "

(בני ענק)

מן הנפילים״ — איז "מלשון נפילה שנפלו מן השמים",

און דער פשט אין פסוק איז,

אז זיי האבן געזען די ענקים וואם האבן געשטאמט "מאותם שנפלו מן השמים שהם שמחזאי ועזאל".

מען דארף אבער פארשטיין

(נוסף אויף דער שווערקייט אין זייער פירוש,

כדלקמן סעיף ג)

: למאי נפק״מ אין

פשוטו של מקרא צו וויסן

(א)

אז די נפילים שנפלו מן השמים האבן געהייסן שמחזאי ועזאל,

און

(ב)

אז זייער נפילה איז געווען "בימי דור אנוש" 6 ?

!

נאך מער איז די תמי׳: ביים פסוק "הנפילים היו בארץ"

(אין פ׳ בראשית 5 )

געפינט מען ניט אז רש״י זאל מודיע זיין די נעמען פון די נפילים — איז תמוה: וויבאלד אז במקום סיפור המאורע

(אין פ׳ בראשית)

האט רש״י ניט געפונען פאר נויטיק צו בריינגען די נעמען פון די ״נפילים״ — דוקא בפרשתנו,

וואו דער ענין הנפילים ווערט דערמאנט נאר בדרך אגב,

דארף רש״י לאזן וויסן זייערע נעמען 7 ?

!

אויר דארף האבן א ביאור: בנוגע די נעמען פון די "נפילים" שנפלו מן השמים געפינט מען אין חז״ל צוויי דעות: אין מס׳ יומא 8

ווערט געזאגט "מעשה עוזא ועזאל"

(און אזוי ברענגט זיך בכ״מ במדרשים 9 )

; אבער תרגום יונתן" 10

זאגט "שמחזאי ועוזיאל"

(ועד״ז אין מס׳ נדה 11

: סיחון ועוג בני אחי׳ בר

שמחזאי.

ובפרש״י שם: שבא משמחזאי ועזאל 12 )

און אזוי ברענגט זיך אין נאך ערטער 13 .

— פארוואס קלייבט אויס רש״י דוקא די דעה "שמחזאי ועזאל",

און ניט "עוזא רעזאל" 14 ?

ב.

נוסף אויף דער הוספה פון רש״י דא בנוגע די שמות הנפילים — איז אין דעם עצם אפטייטש פון ווארט "נפילים" פאראן לכאורה א שינוי אין פרש״י:

דא בפרשתנו זאגט רש״י "שנפלו מן השמים",

משא״ב אויפן פסוק 5

"הנפילים היו בארץ" טייטשט רש״י 5

׳ "על שם שנפלו והפילו את העולם",

וואס דער טייטש פון "נפלו"

(בפשטות)

איז 16 ,

אז זיי זיינען נאבד געווארן מן העולם

(ע״ד "הפילו את העולם" שבפרש״י תיכף לאח״ז).

[עם זיינען פאראן מפרשים 17

וואס זאגן,

אז כוונת רש״י דארט איז "נפלו מן העולם 18

ר״ל מן העולם העליון שהם שמים",

אזוי ווי רש״י טייטשט דא בפרשתנו "שנפלו מן השמים".

אבער לכאורה צע״ג צי מ׳קען אזוי זאגן דעם פירוש,

היות ס׳איז אויף דעם ניטא קיין

רמז אפילו בלשון רש״י,

ואדרבה,

כנ״ל,

רש״י זאגט ביידע בחדא מהתא "שנפלו והפילו את העולם" 19 ].

איז תמוה ביותר: פארוואס איז רש״י דא משנה פון זיין פירוש אין פ׳ בראשית און זאגט א נייעם פירוש "שנפלו מן השמים"?

[ווארום אויר לויט דעם פירוש "שנפלו והפילו את העולם" איז פארשטאנדיק ווי די הדגשה "מן הנפילים" וועט אנווארפן א פחד אויף אידן 20

(ובפרט — לויטן צווייטן פירוש אין רש״י דארט 15

אויף די ווערטער "אנשי השם״ — "אנשי שממון ששממו את העולם״)].

נאך מער: דער שינוי אין פרש״י פון "נפילים",

מאכט א שינוי ניט נאר אינעם אופן נפילתם

(צי נפלו מן העולם,

אדער נפלו מן השמים)

— נאר אויר אין דעם מהות "הנפילים":

לויט פרש״י אין בראשית,

זיינען די "נפילים" געווען בני אדם

(און מלאכים און שמים — מאן דכר שמייהו)

וואם "נפלו והפילו את העולם" דורך זייערע חטאים.

ועד״ז איז רש״י מפרש

(בפירושו הראשון והעיקרי 21 )

די ווערטער

(בם׳ בראשית שם 22 ),

בני האלקים״ — ניט מלאכים 23

נאר "בני השרים והשופטים".

משא״כ לויט פרש״י בפרשתנו — ״שנפלו מן השמים״ — זיינען די נפילים געווען מלאכים.

איז תמוה ביותר,

פארוואס איז רש״י מחדש א נייעם פירוש אין "נפילים"?

ג.

ויש לומר דעם ביאור אין דעם אלעם:

די שאלה אין פסוק וואט רש״י קומט פארענטפערן,

איז ניט

(אזוי)

דער כפל אין פסוק ״הנפילים ..

מן הנפילים"

— ווארום ראשית כל,

איז דער כפל ל׳ "נפילים" כשלעצמו ניט קיין

(גרוי־ סער)

חידוש,

מען געפינט כמה פעמים אז די תורה איז כופל א לשון צוליב תוספת הדגשה 24

[וע״ד התואר 25

"צדיק בן צדיק",

וואס קומט אונטערשטרייכן גודל הצדקות של

הבן,

ועד״ז בעניננו,

אז דורך זאגן "נפילים

(ענקים)..

מן הנפילים" קומט צו א הדגשה יתירה אין דעם,

ובמילא — אין דער הפחדה פון אידן

(ולכן איז ניטא קיין הכרח צו זאגן אז די צוויי מאל ״נפילים״ זיינען משונה זמ״ז — האבן פארשידענע טייטשן)],

און נוסף לזה,

אויב די שווערקייט איז מצד כפל ל׳ "נפילים",

האט רש״י גע־ דארפט מעתיק זיין

(אין דבור המתחיל)

אויך

(ואדרבה — בעיקר)

די ווערטער "מן הנפילים",

וואם זיי זיינען די הכפלה —

נאר די שאלה

(פון רש״י)

איז: אין די פריערדיקע פסוקים ווערט דערציילט ווי די מרגלים האבן מתאר געווען די שטארקייט פון די יושבי הארץ — "אפס כי עז העם גו׳ והערים גו׳ וגם ילידי הענק ראינו שם" 26 .

שטעלט זיך די שאלה: וואס האבן די מרגלים דא

(ביי "ויוציאו דיבת הארץ")

מחדש געווען לגבי זייערע פריערדיקע רייד "וגם ילידי הענק ראינו שם" 27

(חוץ פון צוגעבן דעם תואר "נפילים") 28 ?

איז רש״י מפרש,

אז "נפילים" מיינט די "ענקים מבני שמחזאי ועזאל שנפלו מן השמים",

וואס דערמיט ווערט מובן ווי די מרגלים האבן דא מוסיף געווען

אן ענין חדש לגמרי: דאם זיינען לגמרי ניט פון דעם סוג אפילו פון די "ילידי הענק" וועלכע זיי האבן פריער דערמאנט

(וואס וועגן זיי האט מען גע־ לערנט אין פ׳ בראשית,

"הנפילים היו בארץ״ 29 )

— ד.

ה.

מענטשן וואס די הפחדה זייערע איז נאר דאם וואס זיי זיינען גרוים און הויר אין וואוקם,

ריזן — נאר דא ווערן געמיינט "נפילים"

(ענקים כנ״ל,

אבער)

וועלכע האבן גע־ שטאמט פון מלאכים,

"שנפלו מן השמים".

ד.

און דאם איז אויד דער טעם פארוואס די מרגלים האבן דאס געזאגט דוקא דא,

ביי ויוציאו דיבת הארץ״ — ווייל דער ענין איז פארבונדן מיט דעם חידוש וואס איז פארגעקומען בהזמן צווישן זייערע פריערדיקע דיבורים און די דיבורים:

די תורה דערציילט,

אז ווען די מרגלים האבן פארענדיקט זייערע רייד וועגן דער שטארקייט פון די יושבי הארץ,

איז נאכדעם געווען דער "ויהס כלב את העם גו׳ ויאמר עלה נעלה וירשנו אותה כי יכול נוכל לה" 30 ,

און ווי רש״י איז מפרש,

אז כלב האט משתיק געווען,

אפגעשלאגן די טענת המרגלים

(אז "עז העם גו׳"),

זאגנדיק אז משה האט באוויזן גאר גרויסע נסים,

שלמעלה מן הטבע לגמרי

("והלא קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו"),

און דעריבער איז "עלה נעלה,

אפילו בשמים והוא אומר עשו סולמות ועלו שם נצליח בכל דבריו" 31 .

אויף דעס האבן די מרגלים געענט־ פערט "לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו" 32 ,

און ווי רש״י איז מפרש "כביכול כלפי מעלה אמרו".

ווארום אויב "ממנו" מיינט נאר די אידן,

איז עם אינגאנצן ניט קיין ענטפער אויף דעם וואס כלב האט אויפגעוויזן,

אז דער אויבערשטער קען מאכן נסים צו העלפן אידן.

מוז מען בכן מפרש זיין 33 ,

אז דערמיט האבן זיי געמיינט "כלפי מעלה".

אבער מיט דעם אליין האבן זיך די מרגלים ניט געקענט באגנוגענען,

ווייל סוף־סוף ווי קען זיך אפלייגן ביי אידן

(וועלכע האבן געזען די אלע נסים)

אז עס קען זיין א מציאות פון "חזק הוא ממנו"

(כלפי מעלה)?

דעריבער האבן די מרגלים מוסיף געווען נייע ענינים — "ויוציאו דיבת הארץ גו״׳ — וועלכע גיבן כאילו אן ארט אויף א מציאות פון ״חזק הוא ..

כלפי מעלה" 34 .

און דאס איז וואם די מרגלים האבן דא מוסיף געווען "ושם ראינו את הנפילים גו"׳: זיי האבן ניט געמיינט די שטארקייט זייערע מצד זייער גשמיות׳־ דיקער הויכקייט

(אלם ענקים)

— ווייל,

כמובן בפשטות,

האט גשמיות׳דיקע הויכקייט ניט קיין באטרעף קעגן ״מעלה״ 35

— נאר א תוקף וחוזק מיוחד

וואס ווערט געמיינט אין ווארט "נפילים": "ענקים מבני שמחזאי ועזאל שנפלו מן השנ׳ויס",

אז זיי זיינעו געוועו ניט סתם "ענקים",

נאר זיי האבן גע־ שטאמט

(פון מלאכים "שנפלו)

מן השמים",

און דערפאר איז בכחם צו מורד זיין קעגן שמים כו׳.

ה.

ביים "בן חמש למקרא" איז דאם אבער פארט ניט גלאטיק —

(א)

אז א מלאך זאל מורד זיין בהקב״ה 36 ,

(ב)

אז א מלאך אפילו זאל קענען האבן עפעם א כח דורכצופירן זיין מרידה קעגן אויבערשטן* 36 .

— דערפאר איז רש״י מוסיף אז "

(נפלו מן השמים)

בימי דור אנוש",

וואס דערמיט ווערן באווארנט ביידע ענינים הנ״ל:

א)

וועגן דור אנוש זאגט דער פסוק 37

"אז הוחל לקרוא בשם ה׳",

און ווי רש "י איז דאם מפרש "לקרוא את שמות האדם ..

בשמו של הקב״ה לעשותו אלילים בו׳״ — איז פארשטאנדיק,

אז אויך די נפילה פון די מלאכים מן השמים אין יענעם דור איז פארבונדן מיט א מרידה נגד ה׳.

ב)

וויבאלד די נפילים שטאמען פון די מלאכים "שנפלו מן השמים בימי דור אנוש",

זיינען זיי דאך ניט נאבד געווארן דורכן מבול 38 .

ד.

ה.

אע״פ אז די

מי המבול זיינען געווען דורך ארובות השמים נפתחו 39 ,

גשם מן השמים 40 ,

רותחין 41

און "וימח את כל היקום" 42 ,

האט עם אבער ניט אפגעמעקט יוצאי חלציהם פון די נפילים,

און דאם בא־ ווייזט,

אז זייער שטארקייט איז עד כדי כך,

אז אפילו אן עונש מן השמים האט דער אויבערשטער געוואלט אז עם זאל אויף זיי קיין שליטה ניט האבן 43

!

ו.

עפ״ז וועט מען אויר פארשטיין פארוואם רש״י ברענגט די נעמען פון די נפילים — ״שמחזאי ועזאל״ — ווייל דאם איז נאך מער מדגיש זייער שטארקן ״כח״ למרוד נגד ה׳:

ביי די נפילים בפ׳ בראשית 5

זאגט דער פסוק "אנשי השם",

און רש״י איז דערויף מפרש ״אותם שנקבו בשמות ..

שנקבו ע״ש אבדן שנמוחו והותשו",

והיינו אז אין די שמות פון די נפילים איז מרומז אן ענין וואם איז פארבונדן מיט זייער מהות.

ועד״ז בעניננו,

אז די נעמען "שמחזאי ועזאל" זיינען מרמז אויף זייער תוכן — און רש״י דארף ניט אויסטייטשן אין וואס דאס באשטייט,

ווייל דאס איז דער פירוש הפשוט פון די שמות:

"שמחזאי" באשטייט פון צוויי ווערטער — "שם חזאי",

ד.

ה.

אז ווען מען קוקט

(חזאי)

אויף אים זעט מען שממה

(״שם״ איז פון לשון "שממה",

און ווי רש״י טייטשט

(בפירושו הב׳)

אויף אנשי השם — "אנשי שממון ששממו את.

העולם")

;

און דער נאמען "עזאל",

איז נוסף לזה וואם דער נאמען כמו שהוא ווייזט אויף דער שטארקייט פון דעם מלאך

(עזאל,

מלשון עז),

דערמאנט ער אויר אויפן שם "עזאזל"

(וואם מ׳האט שוין געלערנט אין פ׳ אחרי 44 ),

וואם רש״י פארטייטשט עם "הר עז וקשה צוק גבוה",

אז דאס איז ניט סתם שטארקייט,

נאר פון א מקום ״עז וקשה״,

וואם איז א מקום שממה — ניט מן הישוב.

די נעמען פון די צוויי מלאכים ווייזן אז ענינם איז עוז און צו ברענגען שממה וחורבן העולם לשחת הארץ 45

(היפך הברית מיט נח׳ן לאח״ז און רצונו של הקב״ה,

אז עם זאל זיין ישוב העולם).

ז.

ע״פ הנ״ל יומתק דער המשך פירושי רש״י אויף די ווייטערדיקע ווער־ טער אין פסוק "

(ושם ראינו את הנפילים גו׳)

ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם":

"וכן היינו בעיניהם" איז רש״י מפרש "שמענו אומרים זה לזה נמלים 46

יש בכרמים כאנשים",

און דערנאך איז רש״י מעתיק דעם ווארט "ענק" און איז מפרש "שמעניקים חמה בקומתן".

איז ניט מובן: א)

פארוואם דארף רש״י בכלל זוכן א פירוש אויפן לשון "ענק"?

ב)

באם מוכרח — פארוואס זאגט עם ניט רש״י פריער 47 ,

אין פסוק 48

"וגם ילידי הענק ראינו שם"?

ג)

פארוואם איז רש״י מפרש דעם ווארט "ענק" נאך זיין פירוש אויף ״וכן היינו בעיניהם״ — היפך זייער סדר אין פסוק 49

("בני ענק ..

ונהי בעינינו ..

וכן היינו בעיניהם")?

איז דער ביאור אין דעם:

ווען ס׳רעדט זיך וועגן סתם ענקים,

אנשים גבוהים,

איז אנשים בגובה הרגיל ניט שייך אז זיי זאלן לגבי זיי אויסזען ווי "נמלים

(יש בכרמים)

".

ווארום דער ערך הגובה פון אן ענק 50

לגבי סתם אן אדם

(שגובהו ג׳ אמות 51 )

איז לגמרי ניט בערך ווי צווישן אנשים און נמלים.

און דעריבער,

דוקא לאחרי ווי רש״י איז מפרש "שמעתי אומרים זל״ז נמלים כו"׳,

מוז ער זאגן אז דא איז דער טייטש פון ״ענק״ — "שמעניקים חמה בקומתן".

און דאם איז מתאים מיט׳ן חילוק שנתבאר לעיל צווישן די צוויי פסוקים:

דעם ערשטן מאל ווען זיי האבן געזאגט "וגם ילידי הענק ראינו שם" האבן זיי געמיינט סתם ענקים; דוקא דא,

וואו עם רעדט זיך וועגן ״נפילים ..

שנפלו מן השמים",

זיינען זיי אזעלכע ענקים "שמעניקים חמה בקומתן" 52 ,

וואס דער־ פאר "ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם".

ח.

פון יינה של תורה שבפירוש רש״י זה:

די הוספה פון רש״י — אז מיט "ושם ראינו את הנפילים גו׳" האבן די מרגלים געמיינט די מלאכים "שנפלו מן השמים" — איז מתאים צום תוכן הטענה פון די מרגלים ווי עם ווערט מבואר אין פנימיות התורה.

עם איז ידוע דער ביאור פון אלטן רבי׳ן 53

בנוגע חטא המרגלים,

אז זייער סברא — ניט צו וועלן אריינגיין אין ארץ ישראל — איז באשטאנען אין דעם,

וואס זיי האבן געוואלט בלייבן אין מדבר ווייל דארט איז מען אויסגעטאן פון טרדות בעניני פרנסה

(ובכלל — פונעם עסק בגשמיות העולם),

כדי מען זאל זיר קענען אפגעבן אינגאנצן מיט עבודה רוחנית.

משא״כ ארײנגײענדיק אין ארץ ישראל,

ארץ נושבת 54 ,

וואו עס הויבט זיך אן דער סדר פון "שש שנים תזרע שדך גו׳״ 55 ,

וועט דאם זיי אפ־ רייסן פון עבודה רוחנית.

און דער שורש הטעות איז געווען זייער הנחה,

אז רוחניות און גשמיות

מוזן זיין בסתירה זה לזה; מען קען ניט זיין פארנומען מיט גשמית׳דיקע ענינים און גלייכצייטיק זיין צוגעבונדן צו רוחניות.

און דאס איז וואס די מרגלים האבן געזאגט ״ארץ אוכלת יושבי״׳ — אז אויב מ׳איז זיר "מתיישב",

מ׳טוט זיר אריין אין עניני ארץ,

ווערט מען ״אויפגעגעסן״ איינגעזונקען אין די טרדות פון עניני הארץ,

"אוכלת יושבי׳".

עפ״ז איז מובן דער המשר הענין

(וואם זיי האבן געזאגט)

"ושם ראינו את הנפילים גו׳״ — וכפרש״י אז דאס מיינט "מבני שמחזאי ועזאל שנפלו מן השמים בימי דור אנוש": ווי דערציילט בארוכה אין חז״ל 56 ,

איז מלכתחילה זיינען זיי אראפגעקומען מיט א כוונה לשם שמים,

נאר זיי האבן ניט געקענט בייקומען די חומריות ונסיונות פון עוה״ז און נפלו ממדריגתם כו׳.

ניט קוקנדיק אויף זייער גרויסער מעלה זייענדיק בעולמות עליונים,

איז בירידתם למטה האבן זיי ניט נאר ניט געקענט אנהאלטן זייער פריערדיקע מדריגה,

נאר אדרבה,

דאס האט אין זיי גורם געווען א נפילה ממדריגתם.

ועד״ז — האבן די מרגלים גע׳־ טענה׳ט — איז בנוגע לבנ״י: אע״פ אז אין מדבר זיינען זיי געשטאנען אויף גאר א הויכער מדריגה,

אפגעריסן פון עניני העולם

(בדוגמא צו מלאכים),

וועט אבער די כניסה אין א״י גורם זיין אין זיי א נפילה ממדריגתם.

ט.

אויר דעם האבן יהושע וכלב גע־ ענטפערט 57

: "אם חפץ בנו ה׳ והביא

אותנו אל הארץ הזאת גו׳ אל תיראו את עם הארץ כי לחמנו הם גו׳ וה׳ אתנו״ 58

אע״פ אז בנוגע מלאכים איז אראפקומענדיק למטה אין גשמיות העולם ווערן זיי נפילים

(נפילה ממדריגתם)

— זיינען אבער אידן אנדערש 59 ,

ווייל ביי אידן איז "חפץ בנו ה'",

דעם אוי־ בערשטנ׳ס חפץ ותענוג איז אין די אידן און אין זייער עבודה

(למטה).

און דערפאר האבן אידן שלא בערך העכערע כוחות ווי מלאכים.

די נשמה פון אידן איז "חלק אלקה ממעל ממש" 60 ,

ישראל וקוב״ה כולא חד כביכול,

און דעריבער איז ביי אידן פאראן כחו של הקב״ה צו קענען מחבר זיין צוויי הפכים,

גשמיות ורוחניות גם יחד,

בהגברת 61

הרוח

(והצורה שבהגשם עצמו).

ביז,

אז א איד קען,

נוסף צום זיין צוגעבונדן צו רוחניות אויך ווען ער געפינט זיך אין גשמיות העולם,

אויפטאן נאכמער,

ער קען איבערארבעטן די גשמיות העולם גופא און דערפון מאכן א דירה לו יתברך.

און דאם האבן יהושע וכלב געזאגט "אם חפץ בנו ה׳ והביא אותנו גו"׳,

אז וויבאלד "חפץ בנו ה"׳ האבן אידן ניט וואם מורא צו האבן פון עם הארץ,

און נאבמער — "לחמנו הס": ניט נאר וועט ניט זיין אז "ארץ אוכלת יושבי"׳,

נאר להיפך "לחמנו הם" דער

(עם ה)

ארץ,

אידן וועלן עס מברר ומזכך זיין,

ווערן א בעה״ב אויף דער ארץ און איר איבער מאכן — מאכן פון איר א דירה לו יתברך.

(משיחת ש״פ שלח תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.