א.
אין היינטיקער סדרה,
נאכדעם ווי די תורה דערציילט 1
וועגן דעם פסח שעשו ישראל במדבר
(בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים),
שטייט 2
: ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם ולא יכלו לעשות הפסח גו׳ ויאמרו גו׳ אנחנו טמאים לנפש אדם למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה׳ במועדו גו׳.
דארפן פארשטיין אין וואס איז בא־ שטאנען זייער טענה "למה נגרע" 3
: זיי אליין האבן דאך מדגיש געווען
(און אלx הקדמה צו דער טענה גופא)
"אנחנו טמאים לנפש אדם",
ד.
ה.
זיי האבן געוואוסט אז דאם איז די סיבה צוליב וועלכער זיי קענען ניט מאכן דעם פסח
(״ולא יכלו לעשות הפסח״)
— און ווי מ׳האט שוין פריער 4
אנגעזאגט
"וישלחו מן המחנה גו׳ וכל טמא לנפש" — איז וואם איז די טענה "
(אנחנו טמאים גו׳ —)
למה נגרע"?
!
רש״י איז מבאר 5
: "למה נגרע,
אמר להם אין קדשים קרבים בטומאה,
אמרו לו יזרק הדם עלינו בכהנים טהורים ויאכל הבשר לטמאים".
זאגן מפרשים 6
אז דאס וואם עם שטייט אין רש״י "ויאכל הבשר לטמאים" איז א טעות סופר — ווארום א טמא טאר דאl ניט עסן קיין קדשים 7
"— און עם דארף שטיין ווי אין ספרי 5
(דער מקור פון דעם פירוש רש״י)
"ויאכל הבשר לטהורים" 8 .
און זיינען מסביר 9 ,
אז כוונת רש״י מיט "ויאכל הבשר לטהורים" איז
(ע״ד ווי מען לערנט 10
איין אין ספרי)
— לויטן מ״ד" אז "חל שביעי שלהם
(פון
די טמאים לנפש אדם)
להיות ערב פסח",
ובמילא,
קענען זיי בליל פסח שוין עסן,
ווייל זיי זיינען "טהורים".
און דאם איז געווען זייער טענה "יזרק הדם עלינו כו׳ ויאכל הבשר לטהורים״ — אע״פ וואם ביום י״ד זיינען זיי נאר טמאים,
קען מען אבער זורק זיין אויף זיי דעם דם ווי־ באלד אז בזמן אכילת הפסח
(בליל חמשה עשר בניסן)
וועלן זיי שוין זיין טהורים 12 .
אבער דער פירוש איז צע״ג,
ווארום: א)
רש״י דערמאנט ניט,
אפילו ניט ברמז,
אז "חל שביעי שלהם להיות ערב פסח" 13 .
ב)
זייער טענה איז דאך געווען ״אנחנו טמאים גו׳ למה נגרע גו׳״ — ניט אז זיי וועלן זיין טהורים בזמן אכילת הפסח,
נאר פארקערט — אז אע״פ וואם "אנחנו טמאים גו׳
(פונדעסטוועגן)
למה נגרע לבלתי הקריב גו'" 14 .
ב.
אנדערע לערנען 15
דעם פשט אין דברי הספרי "והבשר נאכל
(יאכל 16 )
לטהורים״ — "שימנו 17
שאר אנשים עמהם על הפסח ויאכלוהו שאר אנשים".
ד.
ה.
די זריקה וועט זיין אויך אויף זיי
(די טמאים,
ובמילא האבן זיי מקריב גע־ ווען "קרבן ה׳ במועדו")
און די אכילת הפסח וועט זיין דורך אנדערע.
[און אויף דעם ברענגט דער ספרי דעם ק״ו פון חטאת וואם "דמה נזרק על הטומאה
(הטמאים 16 )
ובשרה נאכל לטהורים״ — כאטש די בעלים
(יולדת ומצורע 18 )
זיינען נאך טמא,
פונדעסטוועגן איז "דמה נזרק על הטומאה ובשרה נאכל לטהורים
(כהנים טהורים 18 )
"].
ועפ״ז וואלט מען געקענט זאגן אז דאס איז אויך כוונת רש" 19
"ויאכל הבשר לטהורים״ — אז אנדערע
(וועלכע זיינען ניט ווי "אנחנו טמאים",
נאר)
טהורים וועלן עסן דעם פסח.
אבער לכאורה איז שווער אזוי איינצו־ לערנען אין פירוש רש״י,
ווארום דער עיקר ענין הפסח
(אויך ע״ד הפשט 20 )
איז — אכילת הפסח 21 ,
וואם דערפאר מוז זיין מינוי — "איש 22
לפי אכלו תכוסו על השה".
ובמילא: וואס איז דער אויפטו פון "יזרק הדם עלינו",
בשעת עם פעלט דער עיקר המצוה — אכילת הפסח?
נאך מער: וויבאלד אז מען דארף נמנה ווערן על הפסח
(נאך איידער מען ברענגט אים),
לייגט זיך בפשטות צו זאגן,
אז דער וואט איז ניט בכלל פון "לפי אכלו",
ניט ראוי צו אכילת הפסח קען ניט נמנה ווערן על הפסח,
ובמילא קען מען אויף אים ניט זורק זיין דעם דם 23 .
[און ווי מפרשים 24
זיינען מבאר,
אז דערפאר האט משה רבינו ניט אנגע־ נומען זייער ק״ו פון חטאת
(און געזאגט ״עמדו ואשמעה גו׳״ 25 )
— ווייל ביי חטאת זיינען דאך די כתנים אוכלים — ניט די בעלים טמאים
(און אפילו ביי
קדשים קלים וואו ס׳איז דא אכילת בעלים — איז דאך די אכילה אן ענין וואם איז ניט מעכב זריקת הדם 26 ),
איז במילא ניטא קיין ראי׳ דערפון אויף קרבן פסח,
וואם עיקר מצותו איז אכילת בעלים,
אז מען קען זורק זיין אויף בעלים וועלכע זיינען ניט ראוי צו אכילת הפסח].
ועוד — וג״ז עיקר: בפרש״י דא איז ניטא קיין רמז אפילו אויף כל הנ״ל.
ג.
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם כמה דיוקים בלשון רש״י:
א)
רש״י איז מעתיק בלויז די ווערטער "למה נגרע" און איז אפילו ניט מוסיף ״וגו״׳ — ולכאורה,
מיט זיין פירוש "יזרק הדם כו׳" איז רש״י מפרש די ווייטערדיקע ווערטער "לבלתי הקריב
את קרבן ה"׳,
וועלכע רש״י איז,
כנ״ל,
אפילו ניט מרמז?
ב)
וואס זאגט רש״י "אמר להם אין קדשים קרבים בטומאה״ — דאס איז דאך א דבר הפשוט וואס אויך זיי האבן זיכער געוואוסט
(כנ״ל סעיף א)
; האט רש״י געדארפט אגהויבן פירושו גלייך מיט זייער טענה "אמרו לו יזרק הדם כו'" 27 ?
מפרשים 28
לערנען אז דאס האט זיי משה פריער געזאגט,
בשעת ער האט זיי ניט געלאזט ברענגען דעם פסח
(וואם דערפאר זיינען זיי געקומען מיט דער טענה "למה נגרע"),
און זייער טענה ״למה נגרע" איז געקומען דערנאך — "יזרק הדם כו׳".
אבער פון פשטות המשך לשון רש״י איז משמע,
אז "א״ל אין קדשים כו׳" איז געקומען אלם ענטפער אויף "למה נגרע",
און ערשט דערנאך איז גע־ קומען א צווייטע שאלה "יזרק הדם עלינו כו"׳.
איז ניט מובן:
(א)
אין וואם באשטייט די שאלה "למה נגרע"
(איידער מען זאגט די סברא פון "יזרק הדם גו׳")?
ועד״ז,
כנ״ל — וואס האט זיי משה רבינו מחדש געווען בתשובתו "אין קדשים קרבים כו׳" 29 ?
ועוד
(ב)
פון וואנעט
נעמט רש״י
(מפשוטו של מקרא)
אז דא איז געווען
(ניט איין שאלה — "למה נגרע לבלתי הקריב גו׳״ — נאר)
א שקו״ט צווישן זיי מיט משה — פריער די שאלה "למה נגרע",
דערנאר תשובת משה "אין קדשים כו"/ און דערנאך א צווייטע שאלה "יזרק הדם כו׳"?
ג)
"
(יזרק הדם עלינו)
בכהניס טהורים" — מאי קמ״ל?
אפילו אויב זיי וואלטן געהאלטן אז זיי מעגן מקריב זיין דעם פסח בטומאה
(ניט נאר "יזרק הדם עלינו"),
איז דאך פשוט אז זריקת הדם ע״ג המזבח ווערט געטאן דוקא דורך כהנים
(ובמילא — כהנים טהורים)
— וואם איז דא רש״י מוסיף "בכהנים טהורים"?
נאך מער פליאה: די ווערטער שטייען ניט אין ספרי 30 ,
נאר זיי זיינען א הוספת ביאור פון רש״י,
איז תמוה: וואס פעלט אין דעם ענין "יזרק הדם עלינו" וואס רש״י דארף מוסיף זיין "בכהנים טהורים"?
ד.
דער ביאור בכל זה:
לערנענדיק דעם פסוק "למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה׳ במועדו" שטעלט זיך גלייך די שאלה: פריער נוצט די תורה כסדר דעם לשון עשיית הפסח
(ויעשו בנ״י את הפסח; תעשו אותו; לעשות הפסח; ויעשו את הפסח; ולא יכלו לעשות הפסח)
; פארוואם האבן די טמאים לנפש אדם משנה געווען און געזאגט
(ניט "לבלתי עשות הפסח",
נאר)
"לבלתי הקריב את קרבן ה׳"?
איז דערפון משמע,
אז דאס איז אן ענין וואס איז ביי זיי ערשט דא נתחדש געווארן; פריער האט מען נאר גע־ וואוסט אז עם איז דא עשיית הפסח,
און איצט איז ביי זיי געווארן א חידוש,
אז קרבן הפסח איז אן ענין פון "הקריב את קרבן ה׳".
כדלקמן סעיף ה בארוכה.
וועלכער ענין איז צוגעקומען אינ־ צווישן — פון וועלכן זיי האבן ארויס־ געלערנט אט דעם חידוש?
איז רש״י מעתיק פון פסוק "למה נגרע" און זאגט "אמר להם אין קדשים קרבים בטומאה,
אמרו לו יזרק הדם עלינו בכהנים טהורים ויאכל הבשר כו׳":
דורך מעתיק זיין די ווערטער "למה נגרע" און ניט מוסיף זיין "וגו׳" מאכט רש״י קלאר,
אז "למה נגרע" איז געווען א שאלה בפ״ע,
וואם אויף דער שאלה האט זיי משה געענטפערט "אין קדשים קרבים בטומאה"; און בשעת משה האט זיי געזאגט דעם ענטפער
(אז "אין קדשים קרבים בטומאה")
איז ביי זיי נתחדש געווארן אז פסח איז אן ענין פון הקרבת קדשים
(קרבן ה׳)
— האט דער חידוש מחדש געווען ביי זיי די
(צווייטע)
שאלה — וויבאלד "לבלתי 30
הקריב את קרבן ה"׳,
איז "יזרק הדם עלינו כו"׳.
ועפ״ז איז פארענטפערט וואם רש״י איז מוסיף די ווערטער "
(יזרק כו׳)
בכהנים טהורים": דערמיט איז רש״י מדגיש,
אז ערשט איצט איז ביי זיי נתחדש געווארן אז פסח איז א ,
קרבן ה׳"
(קדשים)
וואם פאדערט זריקה בכהנים טהורים; משא״ב פריער,
בעת׳ן טענה׳ן "למה נגרע",
האבן זיי גע־ רעכנט אז קרבן הפסח איז ניט קיין קרבן ה׳
(וואם במילא פאדערט עס ניט קיין זריקה ע״ג המזבח בכהנים טהורים),
און דערפאר האבן זיי געהאלטן אז זיי מעגן דאם ברענגען בטומאה.
ה.
די הסברה אין דעם,
ובהקדים:
ע״ד הפשט האט פסח מצרים ניט געהאט קיין גדר פון קרבן: ע״פ פשוטו של מקרא,
איז פסח מצרים געווען א מצוה מיוחדת: צו שחט׳ן א שה און עסן אים בליל פסח
(צלי אש)
צוזאמען מיט מצות ומרורים — ותו לא.
דערביי איז ניט גע־ ווען קיין ענין וציווי פון הקרבת קרבן לה׳ 32
(און דאס וואם עם האט געדארפט זיין "ולקחו 33
מן הדם ונתנו על שתי המזוזות גו׳" איז ניט געווען ע״ד ווי זריקת הדם על המזבח 34 ,
נאר כמפורש בקרא צו
מאכן אן אות אויפן בית,
אז בשעת ״ועברתי בארץ מצרים ..
והכיתי גו׳ וראיתי את הדם גו׳' ופסחתי עליכם גו״׳ 35 ).
וואם דערפאר געפינט מען ניט ביי פסח מצרים אז עם זאל אנגערופן ווערן בשם קרבן 36 ,
נאר בלויז בשם "זבח"
(״ואמרתם זבח פסח הוא״ 37 )
— וואס דער ווארט "זבח" מיינט ניט דוקא א קרבן לה׳,
נאר יעדע שחיטה לאכילה ווערט גערופן זבח 38 .
און דאס איז געווען די טענה פון די טמאים לנפש אדם:
דא רעדט זיך דאך וועגן דער "שנה השנית לצאתם מארץ מצרים" 39 ,
וואס פאר דעם איז בלויז געווען איין פסח,
דער פסח מצרים.
איז דערפון פאר־ שטאנדיק,
אז בשעת מ׳האט אנגעזאגט ״ויעשו בנ״י את הפסח במועדו..
ככל חוקותיו וככל משפטיו תעשו אותו״ 40
— האט עס געמיינט,
אז דער פסח מדבר זאל זיין אין דעם זעלבן אופן וגדר פון פסח מצרים.
[ובפרט ע״פ פרש״י לעיל 41
"תלה הכתוב מצוה זו בביאתם לארץ ולא נתחייבו במדבר אלא בפסח אחד שעשו
בשנה השנית על פי הדבור",
לייגט זיך צו זאגן אז דער פסח מדבר האט ניט געהאט דעם גדר פון פסח דורות
(וועל־ בער איז פארבונדן מיט "ביאתם לארץ"),
נאר ס׳איז געווען א המשך פון פסח מצרים
(און בא די וועלכע האבן גע־ מאכט 42
פסח מצרים)].
ועפ״ז — האבן די אנשים הנ״ל גע׳־ טענה׳ט — דארף מען זאגן,
אז דער ציווי "ויעשו בנ״י את הפסח במועדו" מיינט עשיית הפסח פונקט ווי פסח מצרים 43 ,
וועלכער איז ניט קיין קרבן וואס ווערט געבראכט ע״ג המזבח,
נאר אדרבא יעדערער — אפילו טמאים 44
— איז זובח א שה
(בביתו — לעבן זיין משקוף והמזוזות 45 )
און עסט עס בביתו דוקא,
בליל חמשה עשר בניסן
(צוזא־ מען און פונקט ווי ער עסט מצה ומרור — שאינם קדשים כלל).
און דעריבער,
ווען משה האט זיי ניט געלאזן זיך צו משתתף זיין אין עשיית הפסח 46 ,
זיינען זיי געקומען מיט דער טענה "למה נגרע" 47 .
און דאם האט משה זיי מחדש געווען — "אין קדשים קרבים בטומאה": פסח איז ניט בלויז א זבח,
נאר קדשים וואס ווערן נקרב ע״ג המזבח,
ובמילא — איז אייער שאלה בענין וואם דער ענטפער איז: אין קדשים קרבים בטומאה.
ו.
עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין זייער
(צווייטע)
שאלה — "יזרק הדם עלינו כו׳ ויאכל הבשר לטהורים"
(און היות אז זיי זיינען געווען "טמאים לנפש אדם",
דארף מען זאגן,
אז רש״י מיינט דערמיט אנדערע טהורים,
כנ״ל סעיף ב)
:
וויבאלד אז ביי פסח מצרים איז ניט געווען קיין ענין פון הקרבה לה׳
(ע״ג המזבח)
נאר בלויז די מצוה בפ״ע פון
(זבח ו)
אכילת הפסח — האבן די טמאים לנפש אדם געהאלטן,
אז דאם וואס יעצט
(נאך הקמת המשכן)
איז עם א גדר קרבן,
איז דאס א צוגעקומענער בא־ זונדער ענין,
וועלכער איז ניט גורע,
ופשיטא ניט שולל,
די מצוה פון אכילת הפסח ווי ס׳איז געווען בא פסח ביז יעצט.
און פארוואם זאל דעז ווערן א
שינוי
(ובפרט א שלילה)
אין מצות אכילת הפסח?
!
קומט אוים,
אז אין פסח זייבען פאראן צוויי באזונדערע ענינים
(וועלכע זײנען ניט תלוי זה בזה) 48
: א)
מען ברענגט א קרב! לה׳
(אויפן מזבח)
אלס זכר
(והודי׳)
אויפן ענין פון גאולת מצרים,,
ופסח ה"׳.
ב)
עס איז דא די מצוה פון אכילת הפסח בליל ט״ו —
(ניט אלם אכילת קרבן דוקא,
נאר)
ע״ד ווי די מצוה פון אכילת מצה ומרור.
און דאס האבן זיי גע׳טענה׳ט "לבלתי הקריב את קרבן ה׳ במועדו": וויבאלד אז דער ענין וואם פסח איז "קרבן ה׳" איז א באזונדער ענין פון אכילת הפסח; איז — "יזרק הדם עלינו כו׳ ויאכל הבשר לטהורים":
אע״פ וואס זײענדיק א "קרבן לה׳"
(קדשים)
טארן זיי ניט עסן פון דעם פסח
(ווייל א טמא טאר ניט עסן קיין קדשים)
- ובמילא "יאכל הבשר לטהורים
(אחרים)
״ — פארוואם זאלן זיי אבער דארפן פארפעלן דעם נייעם צוגע־ קומענעם ענין אין פסח — "להקריב את קרבן ה׳ במועדו",
וואס קען געטאן ווערן בלי זייער אריינגיין אין משכן* 48 ,
ובמילא — "יזרק הדם עלינו בכהנים טהורים" 49 .
ז.
לויט דעם ביאור אין פירוש רש״י קען מען אויך מקיים זיין די גירסת הספרים "ויאכל הבשר לטמאים" 50
(וואס פון דעם גופא וואס כו"כ מפרשי רש״י פאריכטן די גירסא 51 ,
איז מוכח,
אז שוין בימיהם איז געווען די גירסא הנפוצה "לטמאים")
— ובפרט ע״פ המדובר כמה פעמים אז בשעת מען וויל מברר זיין וואס עס איז דער נוסח האמיתי,
דארף מען חוקר זיין פון וואנעט,
ווי אזוי קען קומען א טעות — מען מאכט ניט קיין טעות במזיד.
ובנדו״ד: אויב מ׳זאל זאגן אז אין רש״י איז געשטאנען "לטמאים",
איז פארשטאנדיק פארוואס א מעתיק
(או מדפים)
האט עס געביטן צו "לטהורים"; אויב אבער ס׳איז געשטאנען "לטהורים" — פארוואס זאל ווער עם איז דאס משנה זיין און שרייבן "לטמאים",
וואס איז
(א)
היפך נוסח הספרי,
און
(ב)
ועיקר: היפך דעם דין מפורש ומפורסם לכל,
אז א טמא טאר ניט עסן קיין קדשים 52 ?
! —
איז דער ביאור בזה: וויבאלד אז די מצוה פון אכילת הפסח איז
(לפי סברת האנשים ההמה)
ניט א גדר פון אכילת קרבן נאר א מצוה בפ״ע
(ניט פארבונדן מיט הקרבת קרבן)
— האט אן ארט צו זאגן
(לויטן לימוד ע״ד הפשט)
אז דער
בשר הפסח קען געגעםן װערן אפילו בטומאה.
דאם וואס די תורה אסר׳ט א טמא צו עסן קדשים,
איז דוקא ווען ער עסט עם אלם אכילת קדשים.
ובדיוק לשון הכתוב 53
"והנפש אשר תאכל בשר מזבח השלמים אשר לה׳ וטומאתו עליו".
משא״כ אכילת הפסח איז
(ניט אלם אכילת קדשים,
נאר)
אלם א מצוה בפ״ע
(וואס תורה האט אנגעזאגט ווען ס׳איז ניט געווען קדשים),
האט דערפאר אן ארט צו זאגן,
אז אין דעם פאל קען עם געגעםןװערן אפילו בטומאה.
ח.
לויט דעם ביאור — להגירסא ״ויאכל הבשר לטמאים״ — איז אבער לכאורה ניט גלאטיק: וויבאלד אז זיי האבן געהאלטן אז זיי וועלן אויך האבן די מצוה פון אכילת הפסח — פארוואם האבן זיי געמאנט בלויז "לבלתי הקריב את קרבן ה׳ במועדו״,
ניט דערמאנענ־ דיק דעם ענין האכילה 54 ?
איז דער ענין אין דעם 55
: בשעת זיי האבן געהערט אז דער ענין פון פסח איז א קרבן ה׳ — איז דאס געווארן ביי זיי דער עיקר הענין פון פסח; ביי זיי האט שלא בערך מער תופם מקום געווען דאם וואס זיי האבן די מעגליכקייט צו מקריב זיין "קרבן ה׳ במועדו"
(כאטש דאם וועט געטאן ווערן דורך אנדערע),
ווי די מצוה וואס איז פארבונדן מיט זייער אכילה,
אכילת הפסח.
ווייל דער גרעסטער תענוג בא זיי
(פון א אידן)
איז,
בשעת ער טוט אויף דעם
("לחמי לאשי" 56 ,
וואס איז גורם דעם ״אשה ריח ניחוח לה׳״ 57 )
— "נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני" 58 .
ט.
ובעבודה ובפנימיות:
דער ענין — אז מ׳האט געמאנט נאר דעם ״הקריב את קרבן ה׳״ — איז ווי עם איז מצד דעם אידן.
בשעת אבער דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אידן אויף פסח שני,
אז מען קען משלים זיין 59
דעם ענין הפסח — איז דער עיקר הדגשה
(ניט אזוי אויפן עניו הקרבן — "פסח לה׳״ 60
— נאר)
אויף עשיית הפסח און אכילת הפסח 61
— ווייל עיקר כוונת הפסח איז ניט אזוי די הקרבה ע״ג המזבח,
העלאה ממטה למעלה — מעלה זיין דעם חלב ודם ע״ג המזבח,
אלס קרבן לה',
נאר דוקא די המשכה למטה,
אין גוף הגשמי,
אכילת האדם.
דוקא דורך דעם פירט זיף דורך די כוונת הבריאה,
לעשות לו יתברך דירה בתחתונים.
(משיחות ש״פ שלח וש״פ פינחס תשכ״ו)