א.
דער רמב״ם 1
פסק׳נט: "בעת שמוליכיו את הארון ממקום למקום אין מוליכין אותו לא על הבהמה ולא על העגלות אלא מצוה לנוטלו על הכתף..
שנאמר 2
כי עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו",
און אין מנין המצות 3
רעכנט דער רמב״ם די מצוה — "לשאת את הארון על הכתף״ 4
— אלם א מצוה בפ״ע 5 .
איז ידועה די שאלה 6
: אין דעם פסוק וואס דער רמב״ם ברענגט שטייט דאך מפורש "ולבני קהת לא נתן
(עגלות)
כי עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו",
און ווי רש״י איז דאם מפרש "משא דבר הקדושה הארון והשלחן וגו"/ ד.
ה.
דער ציווי "בכתף ישאו" באציט זיך ניט בלוין אויפן ארון,
נאר אויר אויף די אנדערע כלי המקדש
(שולחן מנורה ומזבחות וכו׳) 7 ,
איז פארוואס פסק׳נט דער רמב״ם אז די מצוה איז בלויז "לשאת את הארון על הכתף"?
בפשטות י״ל: אין מנין המצות רעכנט דער רמב״ם נאר די מצות וועלכע זיי־ נען נוהג לדורות 8 .
און דערפאר רעכנט ער נאר "משא הארון",
ווייל די פסוקים ומארז״ל וואם דער רמב״ם ברענגט וועגן "בכתף ישאו" לדורות,
זיינען נאר בנוגע דעם ארון און ניט בנוגע די אנדערע כלי המקדש 9
וועלכע זיינען גע־ ווען במשא בני קהת — ווי מ׳זעט עם פון די ראיות וואם ער ברענגט אין ספר המצות 10 .
נאכמער: ר׳ אברהם בן הרמב״ם 11
איז מבאר אז פון דעם פסוק 12
(וואו ס׳רעדט זיך וועגן גניזת הארון דורך יאשי׳)
״ויאמר ללוים ..
תנו את ארון הקודש בבית אשר בנה שלמה גו׳ אין לכם משא בכתף" איז מוכח ביידע זאכן,
אז בזמן ההוא
(נאך בנין המקדש)
איז
(א)
ביים ארון נאך אלץ געווען דער חיוב פון משא בכתף; און
(ב)
ביי די אנדערע כלי
המקדש איז דאם ניט געווען,
ווייל דער חיוב פון משא בכתף בנוגע זיי איז בטל געווארן
(בבנין המקדש* 12 ).
[און דאם וואם פון דעמאלט אן איז בארון "אין לכם משא בכתף",
איז ניט מבטל די מצוה,
אז צוליב דעם זאל משא הארון בכתף ניט הייסן א מצוה שנוהגת לדורות — ווארום ,
היא נוהגת בכל הדורות כל זמן שיצטרכו למשא כי אין בטול למצוה אלא מפני שאינה נוהגת לא מפני שאינה צריכה אלינו" 13 ,
ווי דער רמב״ם איז מבאר אין ספר המצות 14 ].
ב.
דאם איז אבער לכאורה ניט מספיק,
ווארום ווי קומט דאם אז דער רמב״ם זאל בכלל ניט דערמאנען און אפילו ניט מרמז זיין וועגן דעם חילוק צווישן דעם ארון און די אנדערע כלי המקדש אינעם ענין פון משא בכתף?
די תמי׳ איז נאר שטארקער בנוגע לספר המצות,
וואם דארטן איז דרכו להביא ראיות וכו׳ 15
— און במצוה זו גופא איז ער מפרט ״ואע״פ שזה הצווי בא ללוים בעת ההיא אמנם הי׳ זה למספר מעוט הכהנים החייבין במצוה כו״׳ — און פונדעסטוועגן איז ער אפילו ניט מרמז וועגן דעם חילוק צווישן ארון מיט די אנדערע כלי הקודש.
ועוד: לפי הנ״ל איז דאך פון דעם פסוק "אין לכם משא בכתף" א שטארקערע ראי׳ אז משא הארון בכתף איז געווען אויך נאך׳ן בנין המקדש — און דאס ברענגט ניט דער רמב״ם.
פון דעם איז משמע,
אז דער רמב״ם נעמט אן,
אז דער חילוק צווישן משא בכתף פון שאר הכלים און משא הארון בכתף איז ניט נאר אז בשאר הכלים איז די מצוה בטל געווארן און בא דעם ארון איז דאס א מצוה לדורות 16 ,
נאר ס׳איז
(אויר,
ובעיקר)
א חילוק אין דעם עצם גדר המצוה
(אויך ווי ס׳איז געווען ביי די בני קהת אין מדבר).
ויתירה מזו יש לומר,
אז דער רמב״ם לערנט אז דער עיקר ציווי "עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו"
(לעיכובא 17 )
איז נאר אויפ׳ן ארון און ניט אויף שאר כלים.
און ווי עס שטייט מפורש אין מדרש רבה 18
: "מעולין בשבט לוי משפחת קהת שהי׳ בן לוי נותן משאו או הקרשים או הבריחים או האדנים או כל דבר על העגלות אבל משפחות קהת היו טוענין בכתפיהם שלא הי׳ להם רשות ליתן הארון על העגלות שנאמר ולבני קהת לא נתן גו׳",
דערפון איז מובן אז דער
(עיקר)
טעם וואם "ולבני קהת לא נתן
(עגלות)
",
איז צוליב דעם ארון,
"שלא
הי׳ להם רשות ליתן הארון על העגלות" — ביי דעם ארון איז דא די מצוה פון "בכתף ישאו״ 19 .
[וע״פ המבואר אין מפרשים 20
בנוגע דער הלכה שלאח״ז אין רמב״ם 21
דארט "כשנושאין אותו על הכתף נושאין פנים כנגד פנים ואחוריהם לחוץ ופניהם לפנים",
אז דער מקור דערויף איז פון דעם מדרש רבה 18
(וואו ער איז ממשיך: "ועוד בדבר אחד היו מעולין כו׳ בני קהת היו מהלכין אחוריהם ופניהם לארון כדי שלא ליתן אחור לארון״)
— קומט אוים,
אז די מקורות פון די ביידע הלכות אין רמב״ם זיינען פון דעם זעלבן מדרש,
וואו ביידע ענינים שטייען זה אחר זה].
עפ״ז איז מובן וואט מען טיילט אויס בכמה מקומות בני קהת אלם "טועני הארון" 22 ,
אע״פ אז זיי האבן געטראגן אויר די אנדערע כלי הקודש: דאס איז ניט נאר ווייל דער ארון איז מעולה פון אלע כלים והכי קדוש שבהם 23 ,
וואט דערפאר רופט מען זיי על שמו — נאר ווייל דאם איז געווען זייער
(עיקר)
מצוה,
"טועני הארון".
מען דארף אבער פארשטיין די הסברה אין דעם: עם איז דאך אין מקרא יוצא מידי פשוטו און וויבאלד אז "ולבני קהת לא נתן
(עגלות)
",
האבן זיי דאד געמוזט טראגן אויך די אנדערע כלי הקודש בכתף,
ומאי טעמא להחילוק צווישן זיי.
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין דברי הרמב״ם בהלכה הנ״ל אין הל׳ כלי המקדש,
וז״ל:
בעת שמוליכין את הארון ממקום למקום אין מוליכין אותו לא על הבהמה ולא על העגלות אלא מצוה לנוטלו על הכתף,
ולפי ששכח 24
דוד ונשאו על
העגלה נפרץ פרץ בעוזא 25 ,
אלא מצוה לנשאו על הכתף שנאמר בי עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו.
דארף מען פארשטיין: דער רמב״ם איז דאך א ספר פון "הלכות הלכות" 26
וואם איז נוגע דא להלכה דער ביאור "ולפי ששכח דוד ונשאו על העגלה נפרץ פרץ בעוזא"?
לכאורה יש לומר,
אז פון דעם איז דער רמב״ם מכריח אז משא הארון בכתף איז געווען א חיוב ומצוה אויך נאכ׳ן זמן פון מדבר — באם היו נושאין המקדש ממקום למקום,
ובמילא איז מובן אז דאס איז א מצוה לדורות.
אבער ס׳איז א דוחק גדול צו זאגן אז דאם איז דער גאנצער טעם,
ווארום דעמאלט איז חסר ביאור: פארוואס ביד״ו ברענגט ער דוקא די ראי׳,
בשעת אז אין ספר המצות ברענגט דער רמב״ם אנדערע ראיות?
פון פשטות לשון הרמב״ם,
ובפרט פון דעם וואם ער איז כופל נאכאמאל
(נאכן זאגן "ולפי ששכח כו׳")
"אלא מצוה לנשאו על הכתף" איז פארשטאנדיק,
אז דער רמב״ם איז אויסן ברענגען ראיות
אויף ביידע פרטים 27
וואס ער זאגט בתחלת ההלכה 28
: אויף דער שלילה — "אין מוליכין אותו לא על הבהמה ולא על העגלות",
ברענגט ער די ראי׳ "ולפי ששכח דוד ונשאו על העגלה נפרץ פרץ בעוזא"; און אויף דעם צווייטן פרט,
דעם חיוב — "אלא מצוה לנוטלו על הכתף",
פירט ער אויס "
(אלא מצוה לנשאו 29
על הכתף)
שנאמר כי עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו".
מען דארף אבער פארשטיין: פארוואס לערנט דער רמב״ם אז "אין מוליכין אותו לא על הבהמה ולא על העגלות" איז א באזונדער ענין
(און אז דערפאר ״נפרץ פרץ בעוזא״),
און נאכמער — מקדימו פארן ציווי "בכתף ישאו"
און ניט
(ווי פשטות הכתובים)
אז דאס איז נאר א תוצאה,
ונפרץ נאר דערפאר וואס מ׳האט ניט מקיים געווען די מצוה פון "בכתף ישאו"?
[אין מדרש הנ״ל 18
שטייט טאקע מפורש "שלא הי׳ להם רשות ליתן הארון
על העגלה",
אבער: דער מדרש ברענגט אויף דעם די ראי׳ פון התחלת הכתוב בפרשתנו "שנאמר ולבני קהת לא נתן גו׳״ — דער רמב״ם אבער ברענגט ניט די ראי׳ 30 ,
נאר "ולפי ששכח דוד בו"׳.
ולכאורה,
אויב דער רמב״ם נעמט אן אז פון התחלת הכתוב "ולבני קהת לא נתן גו"׳ איז ניטא קיין הכרח אז "אין מוליכין אותו כו"׳
(די שלילה),
ווייל דער פסוק איז ממשיך "כי
(אז דער טעם אויף דעם איז ווייל)
עבודת הקודש עליהם בכתף ישאו״ — וואס איז די הדגשה
(און פון וואנעט איז די ראי׳)
אז דאם איז א בעזונדער ציווי און ער קומט פריער פאר׳ן ציווי בכתף ישאו].
אויר דארף מען פארשטיין
(ווי דער רדב״ז 31
פרעגט)
: פארוואם האט דער רמב״ם אריינגעשטעלט די הלכות וועגן נשיאת הארון בהלכות כלי המקדש,
וואו ער רעדט
(אין פרק א)
וועגן עשיית שמן המשחה און וואס מען טוט דער־ מיט,
און
(בפרק ב)
— וועגן עשיית קטורת 32
והשייך לזה
— לכאורה 33
האט ער עם געדארפט
שטעלן אין די ווייטערדיקע פרקים: אין פרק ג וואו ער רעדט וועגן די לוים 34
ועבודתם,
אדער אין פרק ד — רעדנ־ דיק וועגן די כהנים 35 .
נאך א שאלה בזה: דער רמב״ם דער־ מאנט בכלל ניט אין דער הלכה וועד עם האט געדארפט טראגן דעם ארון,
ער זאגט נאר סתם "בעת שמוליכיו את הארון אין כו׳ אלא מצוה לנוטלו על הכתף״.
פארוואם טייטשט ער ניט אפ אז דאם איז די מצו ה על הכהנים,
ווי ער איז מבאר בפרטיות אין ספר המצות 36 ?
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז לדעת הרמב״ם איז דער משא הארון בכתף ניט
א פרט אין חיובי הגברא,
נאר א דין אין דער חפצא פון ארון און נשיאתו 37 .
ד.
די הסברה בזה:
אין עבודת הלוים ,
בזמן שהיו נושאין המקדש ממקום למקום״ 38
— די עבודת המשא צו פירן אים ממקום למקום — איז געווען צוויי אופנים: משא בני גרשון ובני מררי,
וואס האבן געפירט
(חלקי המשכן)
על העגלות,
און משא בני קהת וואט האבן געפירט די כלי הקודש
(השלחן כו׳ 39 )
בכתף.
בא דעם ארון אבער — איז דא א דין אין דעם ארון: "בכתף ישאו",
דאם איז דער "מקום" הארון בשעת מ׳איז אים נושא ממקום למקום.
דאס הייסט: כשם ווי בשעת החני׳ איז פאראן דער "מקום הארון" און דאם איז בקדש הקדשים 40 ,
עד״ז "כשמוליכין את הארון ממקום למקום" האט דער ארון א מקום
(מיוחד)
— על הכתף* 40 .
און דאם דייטעט אן דער רמב״ם דערמיט וואם ער שרייבט די מצוה והלכות נשיאת הארון אין סוף פ״ב פון
הלכות כלי המקדש,
נאד איידער ער רעדט וועגן "העובדים בו" 41
(אין מקדש),
און נאכמער — ער דערמאנט בכלל ניט ווער עם האבן געדארפט זיין די נושאי הארון,
דאס אלץ איז מדגיש אז די נשיאות הארון בכתף איז ניט א דין ופרט אין חיובי הגברא
(העובדים במקדש)
נאר אין דער חפצא
("כלי המקדש")
פון ארון גופא,
ס׳איז א דין פון "מקום הארון",
בשעת מען פירט דעם ארון — איז דאם "על הכתף".
ה.
עפ״ז איז מובן בפשטות דער חילוק צווישן די אנדערע כלי הקודש במשא בני קהת און משא הארון בכתף:
די משא פון די אנדערע כלי הקודש בכתף ע״י בני קהת איז אין דעם זעלבן גדר ווי נשיאת שאר חלקי המקדש בעגלות ע״י בני גרשון ובני מררי.
און דאם איז ניט א פרט אין די חלקי המקדש גופא,
נאר בלויז — דער אופן פון נשיאת והעברתו ממקום למקום פון אוהל מועד.
וכשם ווי נשיאת חלקי המשכן שע״י בני גרשון ובני מררי איז ניט א מצוה לדורות
(ווען מען איז ארויס פון מקומות שבמדבר* 41 ),
עד״ז איז די נשיאה בכתף ע״י בני קהת פון די אנדערע כלי הקודש ניט א מצוה לדורות
(כאטש די כלי המקדש זיינען געווען בביהמ״ק אויר נאכדעם ווי דער ״אוהל מועד קרשיו ..
אדניו" זיינען נגנז געווארן 42 ).
משא״כ דאם װאם "בכתף ישאו",
בנוגע להארון איז בהחפצא דהארון
(ניט
(נאר)
א פרט ודין אין דעם אופן הבאתו ממקום למקום),
איז מובן אז דאס איז ניט תלוי אין דעם מקום
(וזמן)
"שהיו נושאין המקדש ממקום למקום",
נאר אין דעם חפצא פון ארון.
ובמילא כל זמן עם איז דא דער ארון,
איז דא דער חיוב פון ״מקומו״ — בביהמ״ק בקדה״ק וכשמוליכין אותו ממקום למקום על הכתף.
ו.
די אויסגעטיילטקייט פון ארון לגבי די אנדערע כלי הקודש במשא בני קהת,
לערנט דער רמב״ם ארוים פון די מדרשי חז״ל הנ״ל גופא,
וויבאלד די מעלה פון קהת איז "טוען הארון ששם התורה" 43 ,
כאטש זיי האבן געטראגן בכתף אויך שאר כלי הקודש,
איז דער־ פון פארשטאנדיק,
אז נשיאת הארון בכתף איז ניט
(נאר)
מצד דעם וואם ער איז איינער פון די כלי הקודש,
נאר ווייל ״שם התורה״ 44
— לוחות
(וס״ת) 45
שבארון 46
—
חשיבות וכבוד התורה פאדערט אז אלעמאל,
אפילו בשעת ער גייט
(מ׳פירט עם)
פון איין ארט צו א צווייטן — דארף
ער
(אויר דעמאלט)
האבן א "מקום"
(מיוחד).
וי״ל אז דאם איז אויך איינער פון די טעמים וואס דער רמב״ם ברענגט אין דער הלכה בהל׳ כלי המקדש אויר די שלילה "אין מוליכין אותו לא על הבהמה ולא על העגלות" און ברענגט די ראי׳ "ולפי ששכח דוד ונשאו על העגלה נפרץ פרץ בעוזא":
דערמיט ווערט ארויסגעבראכט,
אז בשעת מ׳טראגט דעם ארון על עגלה,
איז מען
(ניט נאר מבטל א מצוה פון נשיאה בכתף,
נאר מ׳איז)
מבטל דעם ענין הקביעות מקום פון ארון — תורה: הולכה
(ע״ג בהמה אדער)
על עגלות איז מדגיש דעם היפך פון קביעות מקום,
און דער ענין וואס "נשאו על העגלה",
וואס איז היפך פון כבוד התורה,
האט גע־ בראכט צו "נפרץ פרץ בעוזא".
און דאס גופא איז דער טעם פארוואס דער רמב״ם איז מקדים די שלילה ד״אין מוליכין אותו כו׳" פאר דעם חיוב ״מצוה לנוטלו על הכתף כו׳״ — צו מדגיש זיין,
אז דער איסור איז ניט א תוצאה פון דער מצוה "בכתף ישאו״* 46 ,
נאר א באזונדער איסור 47 ,
מצד דעם
זלזול בכבוד התורה
(אויף וועלכן עס קומט דער עונש מיוחד,
"נפרץ פרץ בעוזא").
ז.
טעם וראי׳ לכל הנ״ל — קען מען ארויסלערנען פון רמב״ם גופא בסוף הל׳ ספר תורה* 47
בנוגע צו כבוד פון ספר תורה 48 ,
וז״ל 49
:
מצוה לייחד לספר תורה מקום ולכבדו ולהדרו יותר מדאי דברים שבלוחות הברית הן הן שבכל ספר וספר.
ולכאורה איז ניט פארשטאנדיק: אט די הלכה זאגט דער רמב״ם קרוב צום סיום הפרק,
און אין די פריערדיקע הלכות רעדט דער רמב״ם כמה וכמה פרטי 'דינים בנוגע צו כבוד ס״ת,
אנ־ הויבנדיק פון הלכה ב: ס״ת כשר נוהגין בו קדושה יתירה וכבוד גדול,
ביז ווי ער פירט אויס אין הלכה ט "כל הרואה ס״ת כשהוא מחלד חייב לעמוד מפניו,
ויהיו הכל עומדים עד שיעמוד זה שהוא מהלך בו כו״׳ — איז ווי פאסט דערנאך צו אנהויבן בהלכה יו״ד,
באילו ווי דאם איז א נייער ענין: "מצוה לייחד לספר תורה מקום ולכבדו ולהדרו בו׳",
און ער איז נאך מוסיף "דברים שבלוחות הברית הן הן שבכל ספר וספר" 50 ?
!
די זעלבע שאלה קען מען פרעגן אויף דער הלכה שלאח״ז אין רמב״ם
(די לעצטע הלכה פון דעם פרק),
וז״ל: הי׳ מהלך ממקום למקום וספר תורה עמו לא יניח ספר תורה בתוך השק ויניחנו ע״ג החמור וירכב עליו..
מניחו בחיקו כנגד לבו והוא רוכב על הבהמה והולך
— דלכאורה: דער דין
(ווי מ׳דארף האלטן א ס״ת בשעת מ׳איז רוכב על החמור)
וואלט מער אריינגעפאסט בהמשך צו די פריערדיקע הלכות 51 ,
וואו ער רעדט וועגן די פרטי דינים ווי מען דארף זיך פירן מיט א ס״ת ווען נכנם לבית המרחץ וכו׳ 52 ,
ועד״ז וועגן דעם איסור "לישב על מטה שספר תורה עלי׳״ 53
— פארוואס שטעלט דער רמב״ם דעם דין ערשט בסיום הפרק
(נאך דער הלכה פון "מצוה לייחד לספר תורה מקום ולכבדו כו"׳)?
אויר דארף מען פארשטיין: פון וואנעט נעמט דער רמב״ם דעם דין אז "מניחו בחיקו כנגד לבו 54
והוא רוכב כו"׳?
בפשטות איז דער מקור
(ווי מפרשים 55
זאגן)
פון מם׳ ברכות 56
: "המוליך עצמות ממקום למקום הרי זה לא יתנם בדסקיא ויתנם על גבי חמור וירכב עליהם מפני שנוהג בהם מנהג בזיון..
וכדרך שאמרו בעצמות כך אמרו בספר תורה״ 57
— אבער דארטן שטייט ניט* 57
(דער פרט)
אז "מניחו בחיקו כנגד לבו" 58 .
[מעין לשון הנ״ל שטייט לגבי תפילין 59 ,
אבער דארטן רעדט זיך 60
(ניט וועגן הליכה ממקום למקום,
נאר)
ווען חולצן בשביל בית הכסא אויף צו באווארענען היפך הכבוד 61 ].
ח.
איז די הסברה בזה:
אין די הלכות אין דעם פרק ביז דער הלכה
(יו״ד)
"מצוה לייחד כו׳" רעדט דער רמב״ם בעיקר וועגן די חיובי כבוד ס״ת וועלכע זיינען אויפן גברא 62 ,
"נוהגין בו קדושה יתירה וכבוד גדול" 63 .
אין הלכה יו״ד אבער פאנגט ער אן א נייעם ענין "מצוה לייחד לספר תורה מקום ולכבדו ולהדרו יותר מדאי דברים שבלוחות הברית הן הן שבכל ספר וספר".
דאס הייסט: דא הויבט זיך אן ריידן
(בעיקר)
וועגן א דין כבוד מצד דער חפצא פון ספר תורה.
וויבאלד אז "דברים שבלוחות הברית הן הן שבכל ספר וספר" 64 ,
דעריבער,
כשם ווי בא דעם ארון
(מצד די לוחות הברית שבו)
איז דא א דין "מקום" מצד כבוד התורה,
עד״ז איז מצד די חפצא פון ספר תורה פאראן א "מצוה לייחד לספר תורה מקום ולכבדו כו"׳ 65
(אויך דעס מקום 66
מכבד זיין) 67 .
און דאם איז אויך דער המשך 68
בהלכה שלאח״ז "הי׳ מהלך ממקום למקום וספר תורה עמו״ — אז אויך בהליכה ממקום למקום איז דא א דין "מקום" 68
אין דער חפצא פון ספר תורה,
ובמילא — "אם אין שם פחד מניחו בחיקו כנגד לבו"; אזוי ווי בא דעם ארון
(שבו לוחות הברית),
וואו ס׳איז דא א דין "מקום" אויך ווען מוליכין אותו ממקום למקום — נושאו על הכתף 70 .
ט.
אויר דא זעט מען די התאמה פון נגלה דתורה מיט פנימיות התורה
— און ווי גערעדט כמה פעמים׳ 7
אז וויבאלד נגלה ופנימיות התורה ווערן פארגליכן צו א גוף ונשמה 72 ,
איז כשם ווי דער גוף איז מתאים בכל פרטיו צו דער נשמה וואס איז מלובש אין אים,
עד״ז זיינען אלע ענינים פון נגלה דתורה בהתאם צו זייער ענין וביאור אין נשמתא דאורייתא:
חסידות 73
איז מבאר אז דער טעם
אויף "משא הארון בכתף" איז,
ווייל דער ענין פון ארון איז די לוחות הברית שבו,
און די לוחות זיינען "כולו פנים",
ווארום "מזה ומזה הם כתובים",
"משני עבריהם",
ס׳איז ניטא אין זיי קיין
(פנים ו)
אחור 74
; און דער ענין בגשמיות נעמט זיר דערפון וואם ברוחניות זיינען די לוחות בחי׳ פנים דלמעלה,
אין וועלכע ס׳איז ניטא קיין בחי׳ אחוריים.
ומהאי טעמא דארף מען טראגן דעם ארון על הכתף דוקא,
ווייל מצד די לוחות שבארון איז מען מחבר ומייחד אויר די כתפיים צו עבודת הקודש,
בחי׳ פנים 75 .
און דאם איז דער טעם פארוואם נשיאת הארון איז
(כנ״ל פון רמב״ם)
באופן פון ״פנים כנגד פנים ..
ופניהם לפנים״ — וואס ווייזט אז דאם איז כולו פנים.
— זעט מען,
אז דער טעם פון נשיאת הארון בכתף איז ניט סתם א דין אין כבוד הארון
(וועלכער איז שייך אויך צו די אנדערע כלי המקדש)
— נאר "כתף" איז דער מקום מיוחד וואס איז מתאים בתוכנו צום ענין הארון דוקא
(מצד הלוחות שבו,
די תורה כמו שהיא בארון).
וואם דערפון קומט אויר די הלכה אין נגלה דתורה,
אז דער נשיאת הארון בכתף איז א דין וואם איז פאר־ בונדן מיט דער חפצא פון ארון — די חפצא פון ארון פאדערט א "מקום" מיוחד
(אפילו בשעת נשיאתו)
מצד ענין התורה שבו,
וואם דאס איז — "בכתף" דוקא.
יו״ד.
עפ״ז איז מובנת די שייכות מיוחדת פון פ׳ נשא צו זמן מתן תורתנו 76
[וואס פ׳ נשא לייענט מען בסמיכות צו חג השבועות — אד ער אין דער וואד פון חג השבועות,
אדער שבת וואם פאר חג השבועות
(ווי די קביעות בשנה זו — תשד״מ 77 ]
—
עס איז מבואר אין חסידות
(במקומות הנ״ל 78 ),
אז דער ענין פון המשכת בחי׳ פנים
(פארבונדן מיט תורה)
האט זיך אויפגעטאן בשעת מ״ת,
ווען "פנים בפנים דבר ה׳ עמכם".
און בשעת עם קומט דער זמן פון מ״ת בכל שנה ושנה איז הזמ״ג אז יעד ער איד באקומט א תוספת כח צו פועל׳ן בא זיך ער זאל זיין פניו לארון,
[אז פנימיות רצונו וחפצו זאל זיין נאר אין אלקות,
און אחוריו לחוץ,
אז די השתמשות אין די ענינים המוכרחים לקיום העולם וקיום גופו זיינען נאר בהכרח,
אן פנימיות 79
ועונג 80 ],
און בפרט הויבט זיך אן די נתינת כח בשלשת ימי הגבלה,
וואם קומען
(בשנה זו — תשד״מ)
נאך שבת פרשת נשא את ראש.
און דורך דער הכנה,
איז מען מקבל "התורה בשמחה ובפנימיות" 81 .
(משיחות מוצש״ק פ׳ נשא תשל״ט,
מוצש״ק יו״ד שבט תש״ל)