B"H
🏡

Ikar

נשא ב

א.

בפרשתנו דערציילט די תורה 1

: "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן וימשח אותו ויקדש אותו גו' ויקריבו נשיאי ישראל גו' ויביאו את קרבנם לפני ה' שש עגלות צב ושני עשר בקר עגלה על שני הנשיאים ושור לאחד ויקריבו אותם לפני המשכן".

איז דא אינגאנצן ניט פארשטאנדיק: מ'געפינט אז נדבת המשכן האבן די אידן געגעבן מיט א נדיבות לב ביותר,

ביז אז ס'איז געווען "דים ..

והותר" 2 ,

ווי קומט עס אז דוקא נשיאי ישראל האבן ביי נדבת העגלות מצמצם געווען און מנדב געווען יעדערער א האלבע עגלה! "עגלה

(אחת)

על שני הנשיאים"?

!

נאכמער: בנוגע נדבת הנשיאים שטייט אין ספרי 3

ומדרש 4 ,

און אראפגעבראכט אין פירוש רש"י 5 ,

"מה 6

ראו הנשיאים ..

במלאכת המשכן לא התנדבו תחלה ..

כך אמרו הנשיאים יתנדבו צבור מה שיתנדבו ומה שמחסרין אנו משלימין כיון שראו שהשלימו צבור את הכל שנאמר 2

והמלאכה היתה דים אמרו מעתה מה לנו לעשות,

הביאו את אבני השהם והמלואים לאפוד ולחשן 7

לכך התנדבו כאן תחלה" – דאס הייסט אז נדבת הנשיאים ביום כלות משה להקים את המשכן איז געווען אויסן פארריכטען דאס וואס שלא התנדבו כדבעי

(תחלה),

ארויסצוברענגען נדבת לבם פארן משכן כדבעי בשלימות – און ווי האבן זיי דאס באוויזן – דורך בריינגען א האלבע עגלה 8

(יעדער נשיא) 9

!

נאכמער איז ניט פארשטאנדיק:

ווי פארשטאנדיק פון פשטות הכתובים,

און אזוי שטייט מפורש אין מדרש 10

האבן די נשיאים געבראכט די "שש עגלות צב ושני עשר בקר" צוליב "לשאת את המשכן"; און אזוי איז געווען בפועל,

ווי מפורש אין פסוק 11

אז משה האט פאנאנדערגעטיילט די עגלות "כפי עבודתם" – צו בני גרשון "שתי העגלות" און "ארבעת הבקר" און צו די בני מררי "ארבע העגלות" און "שמונת הבקר".

און דאס – וויסנדיק די גאר גרויסע מאס 12

פון די קרשים און די עמודים,

און האבנדיק א השערה וועגן זייער משקל און דערצו קומען צו די הונדערט אדנים,

וואס יעדערער פון זיי איז ככר של קודש 13

משקלו 14 .

ובפרט לויט דעם ווי די גמרא 15

מאכט דעם חשבון אז "אורך עגלה" איז "חמש אמות" און "רוחב עגלה" איז "שתי אמות ומחצה",

און במילא האבן די קרשים געדארפט ליגן זה על גב זה – צוועלף קרשים אויף יעדער עגלה 16

; און צו דעם האט א בן לוי געדארפט נאכגיין און אכטונג געבן און מתקן זיין "את הסדר זו על זו שלא תפול העליונה,

וכל הדרך הוא מהלך אחורי העגלה,

וכשרואה אותן משתלפות אל תוך האויר רץ לתוך בליטת הקרשים שבצדדין,

עד שמגיע לאמת האויר שביניהם,

ודוחק עצמו לעמוד בחצי אמה עד שיחזיר הנשלפת למקומה ועל סדרה" 17

און צו דעם קומען צו די עמודים ואדנים פון משכן 18

און זעכציג עמודי החצר 19 ,

און זעכציג אדני נחושת זייערע 20

– און דאס אלעס האט מען געדארפט לייגן אויף פיר עגלות!

ולכאורה איז דאס היפך ההנהגה פון נדיבות און פון הרחבה ועשירות אין משכן און מקדש וואו "אין עניות במקום עשירות" 21

– און ווען עס וואלטן געווען מער עגלות וואלט מען ניט געדארפט אנלייגן 22

אזויפיל קרשים איינע אויף די אנדערע 23

און מ'וואלט פארשפארט די טרחא צו אכטונג געבן כל הדרך ווען מען פירט די קרשי המשכן אויף די עגלות!

ב.

אין פשוטו של מקרא וואלט מען לכאורה געקענט פארענטפערן בפשטות

(און דערפאר שטעלט זיך ניט רש"י אויף דעם)

:

פריער,

אין פרשת תרומה 24 ,

בנוגע צו דעם וואס אין נדבת המשכן זיינען געווען "עצי שטים",

איז רש"י מפרש: ומאין היו להם במדבר פרש רבי תנחומא יעקב אבינו צפה ברוח הקדש שעתידין ישראל לבנות משכן במדבר והביא ארזים למצרים ונטעם וצוה לבניו לטלם עמהם כשיצאו ממצרים.

ווייס מען דערפון אז אף על פי אז פון בזת מצרים און בזת הים 25

האבן די אידן אין מדבר געהאט אן עשירות מופלגה פון כסף וזהב כו' ואבנים טובות – אבער "עצי שטים" האבן זיי אין מדבר געהאט נאר דורך בריינגען ארזים פון ארץ ישראל למצרים,

און דערנאך פלאנצן זיי דארט,

האבן מיט זיי צוטאן צוויי הונדערט און צען יאר און דערנאך מיטנעמען זיי מיט זיך למדבר; און פון דעם האט מען געדארפט מאכן די קרשים און אזוי ווייטער און כלי המשכן –

און דעריבער איז מספר העגלות געווען נאר כפי ההכרח.

ס'איז אבער ניט גלאטיק אזוי צו ענטפערן ווייל די עגלות זיינען געווען נאר מצד נדבת הנשיאים – מבלי כל הגבלה שיהיו דוקא עצי שטים.

ותמוה בכלל צו זאגן אז במצרים האט מען ניט געקענט געפינען עצים חזקים 26

אויף צו מאכן מערערע 27

עגלות 28 .

ולהעיר פון מאמר חז"ל 29

אז געוויסע זאכן האט מען געקויפט פון תגרי אומות העולם.

ג.

אין ספרי 30

(ועל דרך זה אין מדרש 31 )

לערנט מען אפ פון פסוק "קח מאתם" – "באו ועמדו לפני המשכן ולא קבל משה מהן עד שנאמר לו מפי הקדש 32

קח מאתם הא הסכימה דעתן לדעת העליונה".

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז נדבת העגלות

(ובמילא – מספרן)

איז כפי דעת ה'.

ועל דרך די קרבנות וואס די נשיאים האבן געבראכט

(בהמשך לזה)

לחנוכת המזבח,

זיינען דאך כמה פרטים מהם געווען א הוראת שעה,

ווי אויסגערעכנט אין רז"ל 33

און אויך אין פירוש רש"י 34

(ולדוגמא – קטורת יחיד און אויפן מזבח החיצון,

וואס מען געפינט עס ניט במקום אחר),

ומובן אז א הוראת שעה איז געווען על פי הסכמת משה,

דעת ה' 35 .

[כאטש עס איז געווען "ויקריבו הנשיאים" מעצמם.

און לא קבל משה מידם עד שנאמר לו מפי המקום,

איז פארשטאנדיק בפשטות אז ווען דער אויבערשטער האט געזאגט משה'ן "יקריבו את קרבנם לחנכת המזבח" 36

איז די הקרבה געווען על פי ציווי ה'.

ועל דרך זה בנוגע נדבת העגלות].

עס איז אבער ניט מסתבר צו זאגן אז דער מספר העגלות איז א חקה וגזירת הכתוב,

אן קיין שום טעם – ואדרבא – היפך הסברא,

כנ"ל!

ובפרט אז,

כנ"ל,

דער מספר איז געווען כפי דעתם און ערשט דערנאך איז נתגלה געווארן דעה העליונה.

ולהעיר אז בא די קרבנות וואס זיי האבן געבראכט לחנוכת המזבח,

וואס "לא מצינו במקום אחר" 37

אזא סוג קרבנות און אזא אופן ההקרבה,

איז אף על פי אז דאס איז געווען א הוראת שעה – איז דא טעמים און רמזים אויף דעם סוג און מספר הקרבנות של הנשיאים ווי חז"ל 38

זיינען מבאר בארוכה;

על דרך זה בנדון דידן,

בא די נדבת העגלות,

דארף מען זאגן אז דאס וואס די נדבת העגלות והבקר זיינען געווען במיעוט ובצמצום

(וואס איז לכאורה היפך הכלל אין עניני המקדש אז "אין עניות במקום עשירות",

כנ"ל סוף סעיף א)

– איז דא דערויף א טעם והסברה אז אזוי דארף זיין אין דער נדבה 39 .

און ווי ס'איז קלאר אין גמרא 40 ,

אז דא איז נוגע ובהדגשה אז די עגלות זאלן זיין בדיוק ובדוקא ניט לענגער און ניט ברייטער ווי דער מקום וואס פאדערט זיך פאר הנחת הקרשים,

און עס זאל ניט זיין קיין איבעריקע ארט

(ללא צורך הקרשים) 41

: אויף דעם וואס "אורך עגלה חמש אמות",

פרעגט די גמרא "למה לי בארבע ופלגא סגי"

(און די גמרא ענטפערט "כי היכי דלא לידחקו קרשים")

: ועל דרך זה לגבי רוחב העגלה "שתי אמות ומחצה" פרעגט די גמרא "למה לי באמתא ופלגא סגיא"

(און ענטפערט "כי היכי דלא לידדו קרשים").

ד.

ויש לומר דעם ביאור בזה בהקדים איינעם פון די שינויים צווישן לשון הספרי און לשון המדרש אין דעם מאמר רז"ל הנ"ל סעיף א: אין ספרי שטייט "וכי מה ראו נשיאים להתנדב לכתחלה כאן ובמלאכת המשכן לא התנדבו בתחלה"

(ועל דרך זה איז דער לשון אין פירוש רש"י)

; אין מדרש איז דער לשון "למה נזדרזו הנשיאים לבא ולהקריב תחלה ובמלאכת המשכן נתעצלו ולא הביאו אלא ..

באחרונה".

ויש לבאר איינעם פון די שינויי הלשונות,

אז לויט דעם ספרי זיינען די שש עגלות ושני עשר בקר ניט אין א גדר פון קרבן,

מה שאין כן לויטן מדרש זיינען זיי להקריב – בגדר קרבן

(כלשון הכתוב ממש "ויביאו את קרבנם"),

און ווי עס שטייט בהמשך דברי המדרש "כיון שנגמר המשכן הקדימו והביאו קרבן בזריזות הדא הוא דכתיב ויקריבו נשיאי ישראל וגו'" 42 .

אויך בנוגע צו דעת המדרש,

געפינט מען אין א שפעטערדיקן ארט אין מדרש 43

"והיה משה מתירא ..

שמא אחת מן העגלות נשברה או א' מן השורים מת ונמצא קרבן של נשיאים פסול אמר לו הקדוש ברוך הוא והיו ..

נתן להם הויה שיהיו קימים לעולם"

(און איז ממשיך אין מדרש און ברענגט פארשידענע דיעות היכן הקריבום – "בנוב הקריבום",

"בגבעון הקריבום",

"בבית העולמים הקריבום" – אדער "בגלגל" 44 ).

דאס הייסט: אין מדרש גופא קען מען לערנען אויף צוויי אופנים: לויט דער התחלת המדרש הא' "לבוא ולהקריב",

איז דער "קרבן"

(בעיקר)

אין דער הבאת הגברא 45 ,

און לויט דער צווייטער פסקא אין מדרש "ונמצא קרבן של נשיאים פסול" איז אויך די חפצא וואס זיי האבן געבראכט 46 ,

די עגלות און די שני עשר בקר 47 ,

געווארן א קרבן 48 .

און לכל הדעות האבן געדארפט זיין ניט מער פון "שש עגלות" – אף על פי וואס עס איז א צמצום,

היפך עשירות,

פון די עגלות והבקר.

ה.

דער ביאור בזה:

נאכדעם ווי דער מדרש הנ"ל איז מפרש "אמרו מה יש לנו להביא הלכו והביאו עגלות שיהיו נושאים עליהם את המשכן" איז ער ממשיך "ומי נתן להם העצה הזאת שבטו של יששכר 49

שכך אמרו להם משכן שעשיתם פורח הוא באויר אלא התנדבו עגלות שתהיו נושאים אותו בהם".

ויש לומר הכונה אז עס איז ניט נאר אן ענין חיצוני פון דעם משכן – ווי וועט מען עם אריבערפירן ממקום למקום – נאר דער משכן ווערט א זאך וועלכע איז נשא בעגלות 50 .

אן די עגלות איז דער משכן א זאך וועלכע איז א "פורח באויר",

די עגלות און י"ב הבקר זיינען ניט

(נאר)

א מיטל בעלמא צו פירן דעם משכן ממקום למקום,

נאר עס פועל'ט א שינוי וגמר אין דעם משכן,

אין דער חפצא פונעם משכן.

וויבאלד אז דער משכן איז געבויט געווארן אלס "אהל

(מועד)

" – ניט קיין בנין קבוע,

נאר צו גיין ממקום למקום

(צוזאמען מיט די אידן),

איז כל זמן ס'זיינען ניטא קיין עגלות און בקר "שיהיו נושאים עליהם את המשכן" איז ניט נגמר געווארן די עשית המשכן – "משכן שעשיתם פורח הוא באויר"

[ולפי זה קומט אויס אז הבאת העגלות והבקר איז א גמר במשכן,

א מעין פון פעולת הקרבנות בהמזבח וואס זיינען עם מחנך צו מקריב זיין אויף עם תמידים כסדרן וכו': מיט חנוכת המזבח איז געווארן דער גמר עשית המזבח 51

– די עגלות והבקר לשאת את המשכן – זיינען ביחס צום משכן – מעין קרבנות דחינוך המזבח למזבח,

מיט די עגלות והבקר ווערט דער גמר עשית המשכן] 52 .

ו.

על פי הנ"ל איז פארשטאנדיק,

אז כשם ווי אין משכן

(און בית המקדש)

גופא,

אף על פי אז ס'איז געווען א הנהגה פון עשירות והרחבה,

איז אבער ניטגעווען קיין איין פרט ופרט דפרט וועלכער איז ניט אויסגענוצט געווארן צוליב א פעולה וענין מסוים אין משכן

[ויש לומר בדרך אפשר,

אז דער חלק ופרט וואס איז מיותר און ווערט ניט אויסגענוצט אין משכן

(דאיקרי מקדש)

איז א מעין פון מכניס חולין לעזרה,

א דבר חול אין משכן 53 ],

על דרך זה איז בנוגע צו די עגלות ובקר וועלכע זיינען א חלק פון משכן 54 ,

אז דאס האט געמוזט זיין במדה מדויקת בתכלית,

(לא פחות,

אבער אויך)

לא יותר.

אז עס זאל ניט זיין קיין איין פרט וחלק וואס ווערט ניט אויסגענוצט פאר זייער צוועק,

טראגן דעם משכן: סיי אין דער מדה בכמות,

שש עגלות מיט זייערע מדות מדויקות כנ"ל – ניט מערערע עגלות און ניט גרעסערע עגלות; סיי אין די שני עשר בקר וואס פירן די עגלות,

כאטש דאס איז א משא כבדה ביותר,

דארף מען האבן אז עס זאל אויסגענוצט ווערן בשלימות די כחות פון יעדע פון די שני עשר בקר וואס האבן געפירט די עגלות,

און ווען אין דעם וואלט געווען א גרעסערע מדה אדער מערערע עגלות וכו' איז ניט נאר אז די הוספה ווערט ניט קיין חלק פון דער

(עשית ה)

משכן,

נאר דעמאלט איז עס ניט דער שיעור פון די עגלות

ביז אז קרא יתרה קמשמע לן: כל 55

כסף הכלים וגו' למדך שהיו כלי המקדש מכונים במשקלן שוקלן אחד אחד ושוקלן כלן כאחד לא רבה ולא מעט כו',

ולהעיר פון דעם דין 56

אז כלי שרת אין מקדשין אלא מלאין 57 .

ז.

ויש להוסיף בזה,

ובפרט אז ביאור הנ"ל איז לויטן מדרש אז אויך די עגלות ושני עשר בקר האבן אין זיך א גדר קרבן,

און דעריבער טאר ביי זיי ניט זיין קיין איין פרט וחלק וואס ווערט ניט אויסגענוצט פאר זייער צוועק,

אין טראגן דעם משכן וכנ"ל.

אבער לדעת הספרי ועל דרך זה לפירוש רש"י וואס זיינען מפרש אז מ'האט געבראכט די עגלות ובקר לשאת את המשכן און זיינען דערביי ניט מדגיש אז זיי האבן א גדר פון קרבן –

יש לבאר דעם דיוק און דעם צמצום במספר פון די עגלות והבקר:

משא המשכן איז געווען איינע פון די עבודות פון די לויים 58 ,

ווי ער זאגט בתחלת הסדרה 59

"זאת עבודת משפחות הגרשני לעבוד ולמשא",

ועל דרך זה ביי די בני מררי – "וזאת משמרת משאם לכל עבודתם באהל מועד קרשי המשכן גו'" 60 .

עס איז מובן אז בשעת דער אויבערשטער האט אנגעזאגט "קח מאתם והיו

(העגלות והבקר)

לעבוד את עבודת אהל מועד ונתת אותם אל הלוים איש כפי עבודתו",

איז ניט געווען די כונה דערביי צונעמען פון די לוים די עבודת משא בקדש,

וואס איז די לוים'ס קדושה,

ניט צונעמען דעם חיוב פון די לוים,

נאר די עבודת משא איז געווען און געבליבן מוטל אויף די לוים ביים ארויפלייגן די חלקי המשכן אויף די עגלות און ביים אראפנעמען פון זיי,

און אויך בשעת זיי זיינען געלעגן אויף די עגלות זיינען לויים נאכגעגיינגען וכו',

– כדלקמן – און די עגלות זיינען געווען נאר אויף "להקל ממשאו" 61 .

והיינו: אויך דעמאלט זיינען ניט די עגלות ובני הבקר די נושאי המשכן,

נאר די לוים טראגן דעם משכן דורך די עגלות.

און דעריבער איז "הסכימה דעתן לדעת העליונה" און זיי האבן געגעבן בכלל נאר שש עגלות,

און פאר דעם משא כבד פון בני מררי זיינען געווען נאר פיר עגלות,

די עבודת משא מוז זיין באופן אז א בן לוי זאל נאכגיין כל הדרך "אחורי העגלה" און אכטונג געבן 62

– "וכשרואה אותן משתלפות אל תוך האויר רץ כו'"

(כנ"ל סעיף א)

– ווייל די לוים זיינען די נושאי המשכן

(נאר להקל עליהם איז עס על ידי העגלות).

ח.

די הוראה פון דעם בעבודת האדם: חז"ל 63

זאגן אז "כל מה שברא הקדוש ברוך הוא בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה",

וואס דער כלל איז אלעמאל און אומעטום – בכל חלקי ופרטי הבריאה.

בעשית המשכן,

וואס דעמאלט איז געווארן "באתי לגני לגנוני" 64

– אז נאך די אלע חטאים וואס האבן גורם געווען סילוק השכינה,

איז ירדה השכינה למטה בארץ,

אין דעם משכן,

ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם 65

– איז דעמאלט,

בגמר מלאכת המשכן,

ארויסגעקומען בגילוי ווי קיין שום פרט איז ניט לבטלה חס ושלום,

נאר יעדער איינציקער פרט ווערט אויסגענוצט בשלימות פאר דעם תפקיד,

צוליב וועלכן דער אויבערשטער האט אים באשאפן.

און דערפאר,

כאטש די הנהגה אין דעם מקדש איז באופן של עשירות,

איז דאס אבער ניט אין אן אופן פון לבטלה חס ושלום,

נאר עס איז ניכר ווי יעדער פרט פירט דורך זיין תפקיד ותכלית בריאתו; און דעריבער,

וויבאלד אז אויף לשאת את המשכן זיינען גענוג י"ב בקר און שש עגלות

(באורך ורוחב מסוים),

האט קיין ארט ניט אז מ'זאל דערויף מוסיף זיין.

און דעם "והותר" וואס איז דא – דארף

(און מוז)

ער אויסנוצן אין א צווייטן ענין במשכן 66 .

וואס פון דעם איז די הוראה צו יעדן אידן אין עשית המשכן הפרטי שלו,

כמאמר רז"ל 67

אויף ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם "בתוכו לא נאמר אלא בתוכם" – בתוך כל אחד ואחד מישראל,

אויף וויפל ער דארף זיין נזהר אז יעדער כח ובכל פרטיו וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן זאל ניט זיין לבטלה חס ושלום,

נאר אויסנוצן אים אין דער פולסטער מאס פאר דעם תכלית ותפקיד צוליב וועלכען דער אויבערשטער האט אים באשאפן – "אני נבראתי לשמש את קוני" 68 .

און דאס רעדט זיך וועגן יעדן כח בכחות נפשו,

צו וויסן,

אז בשעת ער לערנט תורה און איז זיך ניט מתיגע כדבעי 69 ,

נוצט ער ניט אויס כדבעי אט דעם כח וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן 70

;

און על דרך זה בנוגע יעדער פרט אין זיינע כשרונות,

אז ער זאל ווערן אויסגענוצט "לשם שמים" און צוליב "דעהו" –

אויף קיום המצות און – קיום המצות בהידור,

און אזוי אויך בפרט אין דעם ענין פון הפצת היהדות חוצה.

ועל דרך זה אויך אין זמן,

אז אפילו ווען ער האט שוין "ממלא" געווען,

אנגעפילט 23 שעה מיט 59 מינוט פון דעם מעת־לעת,

דארף ער זיך משתדל זיין אז אויך די איינציקע איבערגעבליבענע מינוט זאל ניט גיין לבטלה חס ושלום.

ט.

און דאס איז די הוראה וואס מ'לערנט אפ פון משכן,

אז בשעת עס איז דא אן איבעריקע זאך וואס פירט ניט דורך איר תפקיד בשלימות,

פעלט עס דעמאלט אין כללות עשית המשכן און במילא אויך חס ושלום אין דעם ושכנתי בתוכם:

בשעת א איד פארפעלט אין אויסנוצן אפילו א פרט הכי קטן שבחלקו בעולם און עס גייט לבטלה חס ושלום,

ווערט כביכול א בלבול אין דער בריאה פון דעם אויבערשטן,

וואס "לא ברא

(בעולמו)

דבר אחד לבטלה".

און בשעת יעדער איינער נוצט אויס אלע זיינע כחות אויף דעם "אני נבראתי לשמש את קוני" – טוט זיך אויף דער "ושכנתי בתוכם" באופן גלוי בו בעצמו און על ידי זה בכל העולם כלו,

ווארום דורך דעם וואס יעדער פרט בהבריאה פירט דורך דעם תפקיד צוליב וועלכן דער אויבערשטער האט דעם פרט באשאפן,

ווערט נתגלה אין דער בריאה ובכל חלק שבה,

ווי דאס איז א בריאה של הקדוש ברוך הוא בגילוי,

און עס ווערט אויפגעבויט דער בית המקדש השלישי,

ובתוכו קומט אראפ דער משכן שעשה משה וואס איז קים לעד 71 ,

האהל ואת כל כליו גו'

אין דעם בית המקדש השלישי שיבנה במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו – עס גייט ניט דורך קיין איין רגע לבטלה,

חס ושלום,

נאר כימי צאתך מארץ מצרים,

לא עכבם המקום כהרף עין 72 ,

מיד ממש.

(משיחות ש״פ נשא תשל״ג,

מוצאי ש״פ נשא תשל״ח,

י״ב סיון תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.