B"H
🏡

Ikar

במדבר

א.

אין פסוק 1

"והלוים יחנו סביב למשכן העדות ולא יהי׳ קצף על עדת בני ישראל גו׳",

איז רש״י מעתיק די ווערטער ,

ולא יהי׳ קצף" און איז מפרש: "אם תעשו במצותי לא יהי׳ קצף ואם לאו שיכנסו זרים בעבודתם זו יהי׳ קצף".

דארף מען פארשטיין 2

רש״י האט שוין געבראכט כמה פעמים 3

דעם כלל אז ״מכלל לאו אתה שומע הן״ — איז וויבאלד אין פסוק שטייט,

אז ווען מ׳וועט מקיים זיין דעם ציווי — "לא יהי׳ קצף",

איז דאך מובן מעצמו אז אויב מ׳וועט עם ניט מקיים זיין — " יהי ׳ קצף"; וואם איז דא רש״י מחדש בפירושו 4 ?

אפילו אויב מ׳זאל זאגן 5

אז רש״י וויל דא מדגיש זיין

(ניט סתם דעם עצם הענין אז ״ואם לאו..

יהי׳ קצף",

נאר)

אז דאם איז די גאנצע כוונה פון דעם פסוק,

צו לאזן הערן דעם עונש

("ואם לאו ..

יהי׳ קצף״)

— ווארום אין דעם ״הן״

(אז ״אם תעשו כמצותי לא יהי׳ קצף")

איז דאך גאר קיין חידוש ניטא 6

— איז נאך אלץ ניט מובן:

וואם איז די אריכות הלשון אין רש״י — "אם תעשו במצותי לא יהי׳ קצף ואם לאו שיכנסו זרים בעבודתם זו יהי׳ קצף"?

רש״י האט געדארפט זאגן בקיצור : ולא יהי׳ קצף — הא אם לא תעשו כן יהי׳ קצף

[וע״ד לשון רש״י פריער אין פ׳ שמיני 7

אויפן פסוק ״ראשיכם אל תפרעו גו׳ ולא תמותו״ — "הא אם תעשו כן תמותו"].

מפרשים ענטפערן 8 ,

אז דער חידוש פון רש״י דא איז

(ניט דער עצם הענין פון ״ואם לאו ..

יהי׳ קצף",

נאר)

צו לאזן הערן וועמען דער פסוק מיינט שולל זיין מיטן "ולא יהי׳ קצף": לפום ריהטא קען מען מיינען אז די ווערטער באציען זיך צו התחלת הפסוק "והלוים יחנו גו"׳,

אז אויב זיי וועלן אזוי טאן "לא יהי׳ קצף",

"ואם לאו

(אויב די לוים לא יחנו)

יהי׳ קצף״ — איז רש״י שולל דעם פירוש,

און איז מפרש "ואם לאו שיכנסו זרים בעבודתם זו ",

אז דער "ולא יהי׳ קצף" איז א המשך צום פריערדיקן פסוק 9

"והזר הקרב יומת",

אז אויב "יכנסו זרים בעבודתם זו" וועט זיין א "קצף על עדת בני ישראל".

אבער אויך לויט דעם איז ניט פארשטאנדיק:

א)

כנ״ל,

וואם איז די אריכות אין התחלת לשון רש״י "אם תעשו כמצותי לא יהי׳ קצף״ — מאי קמ״ל?

! רש״י האט געדארפט אנהויבן מיטן "לאו",

"הא אם יכנסו כו׳ יהי׳ קצף"?

ב)

אפילו אויב יע זאגן דעם ״הן״ — פארוואס זאגט עס רש״י בלשון "אם

תעשו כמצותי ״ סתם

(ניט אויסטײטשנדיק וועגן וועלכער מצוה דא רעדט זיך)?

לכאורה האט ער געדארפט זאגן ביים ״הן״ בהתאם ווי ער איז מסיים ביים "לאו": "אם לא יכנסו זרים

(וכיו״ב)

לא יהי׳ קצף הא אם יכנסו יהי׳ קצף".

ג)

אויך אין לשון רש״י "שיכנסו זרים בעבודתם זו" איז ניט גלאטיק: בכלל איז דרכו של רש״י צו באנוצן זיר מיט לישנא דקרא — פארוואס איז ער משנה פון פריערדיקן פסוק "והזר הקרב

(לעבודתם זו 10 )

",

און זאגט " שיכנסו זרים

( ב עבודתם זו)

"?

אויך: פארוואס נוצט דא רש״י לשון רבים "שיכנסו זרים ״ 11 ?

ב.

ווייטער איז רש״י ממשיך: כמו שמצינו במעשה קרח כי 12

יצא הקצף וגו׳.

איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק:

א)

וואס איז רש״י דא אויסן מיט דער ראי׳ פון "מעשה קרח"?

דארף מען דען אנקומען צו א ראי׳ אז ווען דער אוי־ בערשטער ווארנט מיט אן עונש

(קצף)

פאר דעם חטא פון קירוב זר לעבודה,

וועט טאקע אנקומען דער עונש?

!

ב)

ועיקר: וואס איז איבערהויפט די ראי׳ פון "מעשה קרח"

(וואם האט לכאורה גאר קיין שייכות ניט)

צום תוכן פון דעם פסוק: ביי "מעשה קרח" איז דער "יצא הקצף מלפני ה׳" ניט פארבונדן מיטן עון פון "יכנסו זרים בעבודתם זו",

נאר בשייכות צו דער מגיפה אויף אידן דערפאר וואס זײ האבן זיך מתלונן געווען

("ממחרת" פון מעשה קרח)

"אתם 13

המתם את עם ה'" 14 .

נאך מער: אפילו דער חטא צוליב וועלכן די "חמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת" 15

האבן באקומען זייער עונש איז ניט בדומה צו "יכנסו זרים בעבודתם זו" אין די פסוקים: פסוקים דידן רעדן וועגן עבודת הלוים

(הורדת המשכן והקמתו 16

און שמירת המשכן 17 ),

משא״כ דארט רעדט זיר וועגן א זר

(כולל א לוי )

וואס טוט עבודת הכהו נה 18 .

און עס איז א דוחק גדול צו זאגן אז רש״י איז נאר אויסן ברענגען א דוגמא אויף דעם ענין פון ״קצף״

(עונש)

— אפילו ווען דארטן רעדט זיר וועגן אן אנדער חטא.

מפרשים זאגן 19 ,

אז דער ענין אין רש״י קומט בהמשך צו א פריערדיקן פרש״י אויף ״והזר הקרב יומת״ 16

— וואס רש״י איז מפרש: יומת — בידי שמים.

דלכאורה,

פון וואנעט נעמט רש״י

(בפשוטו של מקרא)

צו לערנען אז ״יומת״ מײנט "בידי שמים" און ניט בידי אדם 20 ?

ואדרבה: אויפן פסוק "וגם בעליו יומת"

(אין פ׳ משפטים 21 )

איז רש״י מפרש "בידי שמים,

יכול בידי אדם ת״ל כו׳".

זעט מען אז לולא דער ראי׳ ממקום אחר וואלט מען געדארפט טייטשן "יומת" א מיתה בידי אדם.

אויף דעם ברענגט רש״י

(דא)

אז מען לערנט עס אפ פון פסוק "ולא יהי׳ קצף" וואם מיינט אן עונש בידי שמים — "כמו שמצינו במעשה קרח",

וואס ביי מעשה קרח איז דער עונש

(פון די מקריבי הקטורת 22 )

געווען בידי שמים.

איז דער־ פון מוכח אז "והזר הקרב יומת" מיינט "בידי שמים".

אבער לכאורה איז דער פירוש א דוחק גדול,

ווארום אין דעם פירוש רש״י איז ניטא קיין רמז צו זיין פריער־ דיקן פירוש ״יומת — בידי שמים"; און פון פשטות לשון רש״י דא איז משמע,

אז די ראי׳ פון "מעשה קרח" איז אויף דעם עצם ענין אז אויב "יכנסו זרים בעבודתם זו יהי׳ קצף" 23 .

ג.

וי״ל דעם ביאור אין דעם: ובהקדם הערה אין דעם סדר הכתובים: צווישן דעם פסוק "והזר הקרב יומת" און "ולא יהי׳ קצף" איז די תורה מפסיק מיט׳ן פסוק "וחנו בני ישראל איש על מחנהו ואיש על דגלו לצבאותם",

און

(התחלת פסוק זה)

"והלוים יחנו סביב למשכן העדות".

איז ניט מובן וואס איז דער פשט פון "ולא יהי׳ קצף":

אויב "ולא יהי׳ קצף" מיינט דעם עונש פון "והזר הקרב יומת" און ער רעדט וועגן בני ישראל און ניט בנוגע די לוים — איז דאך קשה: א)

ווי קומען אריין די ענינים הנ״ל

(וועגן דעם מקום החני׳ פון בנ״י)

צווישן די צוויי פסוקים וואס זיי־ נען היינו הך

(דעם עונש פון א זר הקרב לעבודתם זו)

; ב)

תרתי פסוקי למה לן: וואס איז מוסיף דער "ולא יהי׳ קצף" נאך "והזר הקרב יומת"?

און אויב דער "ולא יהי׳ קצף" מיינט נאר בשייכות צו די לוים

(ומתורצות ב׳ קושיות הנ״ל),

אז אויב די לוים וועלן ניט חונה זיין סביב למשכן

(אפילו ווען דאס האט ניט געבראכט צו "והזר הקרב")

רופט עם ארוים א "קצף"

— און "קצף" איז פירושו

(ניט עונש מיתה,

נאר)

א לייכטערער עונש: אזוי זיינען די לויים "לגיון של מלך" 24

און "והיו לי הלוים" 25 ,

"נתונים נתונים המה לי״ 26

— בקירוב צום אויבערשטן: אבער אויב זיי וועלן ניט חונה זיין "סביב

למשכן העדות״ וועט זיין פארקערט — ״קצף״ אויף זיי —

איז דאך נאכמער קשה: דער פסוק זאגט מפורש "

(ולא יהי׳ קצף)

על עדת בני ישראל ",

פארשטייט מען אז דא רעדט זיך בשייכות צו

(א חטא מצד)

די בני ישראל — ניט די לוים 37

!

ד.

דעריבער זאגט רש״י "אם תעשו כמצותי לא יהי׳ קצף ואם לאו שיכנסו זרים בעבודתם זו יהי׳ קצף",

דערמיט איז רש״י מיישב די סתירה הנ״ל אין די פסוקים:

דאס וואס "ולא יהי׳ קצף" שטייט אין פסוק בשייכות צו "והלוים יחנו סביב למשכן"; איז ווייל דאס באווארנט ס׳זאל ניט זיין ״קצף״ אויף ״עדת בני ישראל":

״אם תעשו במצותי ״ — אויב מ׳איז מקיים די מצוות וואם ריידן זיך דא אין דער פרשה,

וואס זייער תוכן כללי איז "והלוים יחנו סביב למשכן העדות"

(כדלקמן)

— דאן "ולא יהי׳ קצף";

"ואם לאו",

און אויב מ׳וועט ניט טאן "במצותי",

וועט דאם זיין א סיבה צו דערפירן אז " יכנסו זרים בעבודתם זו " — ובמילא "יהי׳ קצף על עדת בני ישראל".

די הסברה בזה:

די נקודה פון דער פרשה איז — "ואתה הפקד את הלוים על משכן העדות גו׳ והם ישרתהו גו׳" 28 .

א ציווי ואזהרה אויף דער "הבדלה" און די "גבולות" 29

וואס דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט צווישן די לוים און

ישראלים 30 .

און דערמיט ווערט פאר־ היט אז "זרים" וועלן ניט צוקומען צו משכן.

און דערפאר זאגט אן די תורה דא "וחנו בני ישראל איש על מחנהו ואיש על דגלו לצבאותם״ — דאס איז ניט בלויז צו באווארענען און פארמיידן דעם ענין פון "והזר הקרב יומת"

(ער זאל ניט קומען צו טאן עבודת הלוי׳),

נאר א ציווי פאר זיך,

אז מען מוז אנ־ האלטן די הבדלות און גבולות ביי די בני ישראל 31 .

און בהמשך לזה זאגט די תורה "והלוים יחנו סביב למשכן העדות ולא יהי׳ קצף על עדת,

בני ישראל": דער פסוק איז ממשיך אין דעם חומר פון אפהיטן די איינגעשטעלטע מחיצות

("וחנו בני ישראל איש על מחנהו גו׳ והלוים יחנו סביב למשכן גו׳"),

וואס דערמיט ווערט פארזיכערט עס זאל ניט זיין קיין "קצף";

און דאס איז רש״י מדגיש בלשונו "אם תעשו כמצותי — קיום המחיצות — לא יהי׳ קצף״,

ומכלל לאו אתה שומע הן — אז ביטול המחיצות איז גורם ״קצף״ — נאר דעמאלט איז דער "קצף" נאר ״בכח״.

און דערפאר איז רש״י מסביר ומדגיש "ואם לאו שיכנסו זרים בעבודתם זו יהי׳ קצף",

אז דוקא ווען ביטול המחיצות דערפירט צו "יכנסו זרים כו׳" בפועל,

דאן ״ יהי׳ קצף״ — בפועל.

ה.

לויט דעם וועט מען פארשטיין פארוואס רש״י איז משנה בלשונו און אנשטאט צו נוצן לשון הכתוב "והזר הקרב" זאגט ער "שיכנסו זרים בעבודתם זו״ — ווייל די צוויי פסוקים ריידן וועגן באזונדערע ענינים:

דער פריערדיקער פסוק רעדט וועגן דעם עונש פרטי פון א זר פרטי וואס איז באגאנגען דעם חטא פון "קרב לעבודתם זו ״ — די עבודה וואס שטייט אין דעם פסוק: פירוק והקמת המשכן;

און דערפאר שטייט ״והזר״ — ל׳ יחיד ,

ווייל אויר א יחיד איז אסור די עבודה פון פירוק והקמת המשכן.

משא״כ "בעבודתם זו " וואס רש״י זאגט דא

(אין פסוק "ולא יהי׳ קצף")

באציט זיך צו דער "עבודה" פון דעם פסוק 32

— "וחנו בני ישראל איש על מחנהו גו׳ והלוים יחנו סביב למשכן העדות",

אז עס טאר ניט זיין ביטול המחיצות

(בכלל),

"מחנה" ישראל און "מחנה" לויים דארפן זיין אפגעטיילט,

באזונדער 33 .

און דערפאר זאגט רש״י "שיכנסו זרים ״ — ל׳ רבים,

ווייל ווען א ישראל

(א יחיד )

איז תוקע אהלו במחנה לוי׳ 34 ,

ווערט דורכדעם ניט געשאפן א " מחנה " ישראל במקום מחנה לוי׳ — מחנה

ווערט דורך א רבים 35

("זרים" 36 ).

ומהאי טעמא איז רש״י משנה

(פון ל׳ הפסוק ״הקרב״)

צו ״ יכנסו ״ — ווייל אין אונזער פסוק,

וואו עס רעדט זיך וועגן א חני׳ במחנה לוי׳,

פאסט ניט דערויף דער לשון "קרב",

נאר " יכנסו "

(במחנה)

; משא״כ אין פריערדיקן פסוק,

וואו עס רעדט זיך וועגן פירוק והקמת המשכן,

איז להיפך — דארט פאסט מער דער לשון "קרב".

ו.

עפ״ז איז אויר פארשטאנדיק די ראי׳ פון "מעשה קרח":

רש״י איז דערמיט אויסן צו ברענגען א ראי׳ אויף די צוויי קצוות הנ״ל

(סעיף ד)

: אז דער ביטול המחיצות גרידא — ווען ס׳פעלט נאר דער "תעשו כמצותי" — איז שוין גורם א קצף; אבער לאידך,

ווען קומט דער קצף בפועל ,

ערשט נאכדעם ווי ס׳איז דא דער "יכנסו זרים בעבודתם זו" בפועל ממש.

און דאס זעט מען ביי מעשה קרח 37

: דער חטא פון קרח איז געווען וואס ער האט געוואלט מבטל זיין די הבדלות ביי אידן,

ווי זיין טענה 38

: כי כל העדה כולם קדושים גו׳ ומדוע תתנשאו על קהל ה׳.

און דער חטא האט ארויסגערופן א ״קצף״ אויף אלע אידן — "וידבר ה׳ גו׳

הבדלו מתור העדה גו׳ ואכלה אותם כרגע" 39

;

אבער לאידר,

אע״פ אז שוין אין דעם האט קרח אריינגעצויגן "כל העדה"

("נתפתו כולם") 40 ,

איז דער "קצף" ניט געווען בפועל

(ובטענת משה ואהרן 41

: האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף)

; און ערשט נאך דעם ווי די ר״נ איש האבן געבראכט קטורת — ד.

ה.

דער ביטול ההבדלות האט געבראכט צו א פועל ממש,

אז "יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן הוא להקטיר קטורת לפני ה'" 42 ,

ביז אז אידן האבן לאחרי מעשה קרח נאך מתלונן געווען כו׳ — איז דאן דער "קצף"

(וואט האט זיר שוין אנגעהויבן פון פריער 43 )

ארוים בפועל,

" יצא הקצף גו׳".

ז.

דערפון האט מען א לימוד אויף וויפל מ׳דארף זיין זהיר כלפי א צווייטן אידן:

אע״פ אז קרח האט מקהיל געווען את כל העדה אין א מחלוקת אויף משה רבינו 40 ,

פונדעסטוועגן איז נאך ניט געווען קיין "יצא הקצף מלפני ה׳".

נאך מער: כל זמן קרח האט בלויז געפירט די מחלוקת בטענות ובדבור,

און דאס האט

זיר ניט אויסגעדריקט אין א מעשה בפועל,

איז אפילו אויף קרח ועדתו נאך ניט געקומען קיין עונש 44 .

דוקא ווען ס׳איז געווארן די מעשה בפועל

(נאך דער אזהרה חמורה 45 )

און זיי האבן געבראכט קטורת,

איז געווארן דער קצף — פריער דער עונש אויף זיי,

און דערנאך די מגיפה אויף בני ישראל.

און דערפון האט מען א הוראה:

אפילו א אידן וואס מצד סיבות שונות ומשונות פעלט ביי אים אין דעם ענין פון שמירה מדברים בלתי רצויים,

איז כל זמן עם קומט ניט אין א מעשה בפועל "לחלוק על הקב״ה 46 ,

איז דער איד נאך אין א מעמד ומצב אז ער האט א נשיאת חן בעיני אלקים,

ט׳איז ניטא קיין ענין של קצף ח״ו.

ואדרבה: דער אויבערשטער איז מאריך אף און "הקב״ה עוזרו" 47

אין אן אופן פון חן און אהבה אז ער זאל תשובה טאן,

און ווערן אן "אהוב ונחמד לפני הבורא כו׳" 48 .

(משיחת מוצאי ש״פ במדבר תשל״ט)

Reader controls and commentary are loading.