B"H
🏡

Ikar

בחוקותי ג

א.

ביים סיום פון הלכות ערכין וחרמים 1

אין ספר "היד" שרייבט דער רמב״ם: לעולם לא יקדיש אדם ולא יחרים כל נכסיו,

והעושה כן עובר על דעת הכתוב,

שהרי הוא אומר 2

מכל אשר לו,

ולא כל אשר לו,

כמו שבארו חכמים 3 .

ואין זו חסידות אלא שטות 4 ,

שהרי הוא מאבד כל ממונו ויצטרך לבריות.

ואין מרחמין עליו.

ובזה וכיוצא בו אמרו חכמים 5

חסיד שוטה מכלל מבלי עולם.

אלא כל המפזר ממונו במצות אל יפזר יותר מחומש 6 .

ויהי׳ כמו שצוו 7

נביאים 8

מכלכל דבריו במשפט,

בין בדברי תורה בין בדברי עולם.

אפילו בקרבנות שאדם חייב בהן הרי חסה תורה על הממון ואמרה 9

שיביא כפי מסת ידו,

קל וחומר לדברים שלא נתחייב בהן אלא מחמת נדרו שלא ינדור אלא כראוי לו,

שנאמר 10

איש כמתנת ידו כברכת ה׳ אלקיך אשר נתן לך.

פון כללות דברי הרמב״ם "אלא כל המפזר ממונו במצות אל יפזר יותר מחומש" איז לכאורה משמע,

אז אויך אין עניני צדקה

(מצות הצדקה)

דארף א איד געבן ניט מער ווי א חומש פון זיינע נכסים,

און אוודאי ניט כל נכסיו.

געפינען מיר אבער,

אז דער אלטער רבי איז מאריך אינעם ענין פון געבן צדקה מער פון חומש מנכסיו און אפילו אוועקגעבן אויף צדקה אלץ וואס ער האט — ווי דער אלטער רבי שרייבט אין אגרת התשובה 11

בנוגע פודה זיין א תענית מיט געבן געלט אויף צדקה "ואף שיעלה לסך מסויים 12

אין לחוש משום אל יבזבז יותר מחומש,

דלא מקרי בזבוז בכה״ג מאחר שעושה לפדות נפשו מתעניות וסיגופים,

ולא גרעא מרפואת הגוף ושאר צרכיו".

און אזוי איז דער אלטער רבי מבאר אויך אין אגה״ק 13 ,

אז א איד דארף "מפזר" זיין געלט אויף צדקה אן א גבול בכדי דערמיט צו מתקן זיין

(דעם קלקול ופגם דורך)

די עבירות וואס ער האט געטאן: און דער אלטער רבי בא־ ווארנט: ומ״ש המבזבז אל יבזבז יותר מחומש,

היינו דוקא במי שלא חטא או שתקן חטאיו ..

אבל מי שצריך לתקן נפשו עדיין,

פשיטא דלא גרעה רפואת הנפש מרפואת הגוף,

שאין כסף נחשב 14 ,

וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו כתיב 15 .

און דאס שרייבט דער אלטער רבי אלס אן ענין וואס איז נוגע הלכה למעשה — און ער פירט אויס

(דארט אין אגה״ת)

"נהגו עכשיו כל החרדים לדבר ה׳ להרבות מאד מאד בצדקה"; און אזוי איז ער אויך מסיים

(אין אגה״ק)

אז ער קען מפזר זיין אויף צדקה " בלי גבול 16

לתקן עוונותיו כו׳ צריכין אנו להתנהג כו׳ בלי גבול".

ב.

וועט עס זיין מובן בהקדם א סתירה אין די רייד פון רמב״ם גופא:

אין זיין פירוש אויף דער משנה 17

"אלו דברים שאין להם שיעור ..

גמילות חסדים" זאגט דער רמב״ם 18

: "מה שאמר בכאן גמ״ח אין לה שיעור,

רוצה לומר לעזור אדם בגופו 19 ,

אך שיעזור אותו בממונו — יש לו שיעור,

והוא חמישית ממונו,

ולא יתחייב לתת יותר מחמישית ממונו,

לבד אם עשה כן במדת חסידות".

זאגט דאך דא דער רמב״ם אז מצד מדת חסידות האט אן ארט צו געבן צדקה וגמ״ח מער ווי א חומש פון זיין ממון — און אין דער הלכה הנ״ל אין ספר "היד" שרייבט ער,

אז דאס מפזר זיין מער פון א חומש "אין זו חסידות אלא שטות"!

אויך דארף מען פארשטיין:

אין דער משנה איו ערכין שטייט 20

: מחרים אדם מצאנו ומבקרו כו׳ ואם החרים את כולם אינם מוחרמים,

דברי ר״א.

א״ר אלעזר בן עזרי׳ מה אם לגבוה

אין אדם רשאי להחרים כל נכסיו,

עאכו״כ שיהא אדם חס על נכסיו.

פרעגט דארט די גמרא אויף דער משנה: ״א״ר אלעזר בן עזרי׳ ..

היינו ת״ק" און די גמרא ענטפערט: "איכא בינייהו דרבי אילא דאמר רבי אילא באושא התקינו המבזבז אל יבזבז יותר מחומש".

איז דארט רש״י מסביר בפירושו 21

: ר׳ אלעזר בן עזרי׳ אית לי׳ דרבי אילא,

דהא אתא לאשמועינן שיהא אדם חס על נכסיו,

ר״א לית לי׳ דרבי אילא,

דאי בזבז טובא לא איכפת לן,

אלא ששייר לעצמו קצת,

דומיא דחרם.

ד.

ה.

אז דער ת״ק האלט ניט ווי ר׳ אילא אז ס׳איז פאראן א שיעור פון חומש,

און אן אדם קען מחרים זיין מער פון א חומש בנכסיו; און שיטת ר״א בן עזרי׳ איז אזוי ווי ר׳ אילא,

אז ער זאל ניט מחרים זיין מער פון א חומש.

ולפי זה,

וויבאלד אז אין פירוש המשניות נעמט אן דער רמב״ם דעת ר׳ אילא,

אז ס׳איז דא דער שיעור פון ״חמישית ממונו״ — פארוואס זאגט ער אז מצד מידת חסידות קען ער געבן "יותר מחומש",

בעת מיר געפינען דעתו במ״א

(בהל׳ ערכין וחרמין)

אז דער שיעור "אל יבזבז יותר מחומש" איז שולל דעם "יותר" אפילו מצד מידת חסידות?

ג.

מפרשים 22

זיינען מבאר,

אז אין די צוויי מקומות הנ״ל

(אין הל׳ ערכין וחרמין און אין פיהמ״ש)

רעדט דער רמב״ם וועגן צוויי אופנים אין צדקה:

אין פירוש המשניות רעדט דער רמב״ם וועגן א פאל ווען דער אדם ווערט מחוייב בנתינת צדקה דערפאר וואס ער האט פאר זיך די עניים אדער אנדערע אומללים און זיי זוכן און בעטן הילף,

ובלשונו "כשהאדם יראה שבוים שהוא חייב לפדותם כו׳ או רעבים או ערומים שהוא חייב להשביעם ולכסות מערומיהם כמו שאמר 23

די מחסורו אשר יחסר לו״ — דעמאלט איז "פחות מחמישית ממונו או כפי חמישיתו" דארף ער געבן מצד החיוב,

און מצד מידת חסידות קען ער געבן מער ווי א חומש.

בהל׳ ערכין וחרמין אבער רעדט דער רמב״ם ווען ער קומט מחלק זיין ממונו לעניים מאליו ומעצמו "דומיא דמקדיש ומחרים" 24 ,

און אויף דעם איז חל דער שיעור קבוע פון "חומש" און מער פון דעם טאר ער ניט געבן אפילו מצד מידת חסידות 25 .

ד.

ויש להוסיף בזה,

אז דער חילוק צווישן ב׳ מקומות הנ״ל ברמב״ם בא־ שטייט ניט

(בלויז)

אין די צוויי באזונ־ דערע אופנים אין דער מצוה פון צדקה

(צי עס זיינען דא עניים נצרכים לפניו אדער ער טיילט צדקה מעצמו)

— נאר

(אויך)

אין דעם אונטערשייד צווישן דעם גדר המצוה פון ערכין וחרמין און דעם גדר פון מצות צדקה 26

:

דער גדר פון מצות ערכין וחרמין איז,

ווי דער רמב״ם איז מסביר דארט אין דער פריערדיקער הלכה 27

: ההקדשות

וחרמין והערכין מצות וראוי לו לאדם להנהיג עצמו בדברים אלו כדי לכוף יצרו ולא יהי׳ כילי - והיינו אז אין דער נתינה פון ערכין וחרמין איז מודגש די תועלת פאר דעם נותן 28

און ניט דאס וואס דער מקבל

(הקדש כו׳)

נויטיקט זיך אין דעם.

משא״כ אין פיהמ״ש,

ביי עניני צדקה וגמ״ח,

באשטייט דער גדר המצוה דערין וואס די נתינה איז לצורר המקבל,

צו ממלא זיין "די מחסורו" פון דעם עני,

ובלשון הרמב״ם 29

"מצות עשה ליתן צדקה לעניים כפי מה שראוי לעני " 30 .

און דעריבער,

אין הלכות ערכין וחרמין שרייבט דער רמב״ם בלשון סתמי: אל יפזר יותר מחומש

(אן קיינע חילוקים ויוצא מן הכלל),

אז ער זאל ניט געבן יותר מחומש אפילו מצד מדת חסידות

(ווייל אין דעם פאל איז עס,

ווי דער רמב״ם איז מדגיש,

איבערהויפט ניט קיין מדת חסידות) 31

; משא״כ אין

פירוש המשניות,

וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון צדקה,

וואס גדרה איז צורך העני ,

איז דארט דער רמב״ם מוסיף אז ער קען געבן אויך מער ווי א חומש

(כאטש ער איז ניט מחוייב)

— מצד מדת חסידות 32 .

ה.

דערמיט קען מען אויך מבאר זיין דעם שינוי בדברי הרמב״ם אין נאך צוויי ערטער:

א)

אין הלכות מתנות עניים 33

שרייבט דער רמב״ם: "בא העני ושאל די מחסורו ואין יד הנותן משגת נותן לו כפי השגת ידו וכמה עד חמישית נכסיו מצוה מן המובחר": דאס וואס דער רמב״ם איז מדייק צו זאגן דעם צד החיובי אז ער זאל געבן ביז ״חמישית נכסיו״ — און ניט דעם צד שלילי,

אז מער פון א חומש זאל ער ניט געבן — איז ווייל מצד דעם גדר פון "הלכות מתנות עניים",

צורך העני — קען ער מוסיף זיין און געבן מער פון חמישית נכסיו

(מצד מדת חסידות 34 ).

[ועפ"ז יומתק וואס אין סוף הל׳ ערכין וחרמין דערמאנט דער רמב״ם כלל ניט דעם גאנצן ענין פון צדקה לעניים,

ווארום בא צדקה לעניים 35

איז

(לדעת הרמב״ם)

בכלל ניטא דער איסור פון אל יבזבז יותר מחומש 36 ].

ב)

דברי הרמב״ם — אין הלכות דעות 37 ,

וואו ער פסק׳נט "ואסור לו לאדם להפקיר או להקדיש כל נכסיו ויטריח על הבריות",

אז דער איסור איז דוקא ביי ״ כל נכסיו ״ — אנדערש ווי ער זאגט אין הלכות ערכין וחרמין,

אז ער זאל ניט אוועקגעבן " יותר מחומש ":

אין הלכות דעות רעדט דער רמב״ם ווי דער אדם דארף זיך פירן כראוי בעניני דעותיו והנהגותיו כו׳,

דעריבער קען ער דא ניט פסק׳נען ווי א כלל,

אז ער טאר ניט מפזר זיין מער ווי א חומש — ווייל אין הנהגת האדם זיינען דא פאלן ווען ער מעג

(און דארף)

געבן

- מער ויי א חומש,

ולדוגמא 38

—ביי צדקה לעניים

(ובפרט ווען דער עני איז עומד לפניו און בעט צדקה לצרכיו כו׳)

;

משא״כ אין הלכות ערכין וחרמין,

וואס מצד דער מצוה פון ערכין כו׳ האט בכל אופן ניט קיין ארט צו מפזר זיין מער פון א חומש,

אויך ניט מצד מדת חסידות,

כנ״ל.

ו.

ע״פ הנ״ל

(אז דער ענין פון "אל יפזר יותר מחומש" ווענדט זיך מצד וועלכן גדר מצוה מען רעדט)

— קען מען אויך מבאר זיין לפענ״ד וואס דער אלטער רבי זאגט אז מ׳זאל געבן צדקה ניט בלויז "יותר מחומש" נאר נאכמער,

אוועקצוגעבן ״ כל אשר לאיש״ — וואס דאס איז א דריטער אופן,

דהיינו ניט

נאר

(א)

ביז א חומש 39 ,

(ב)

אדער "יותר מחומש" אבער מיט דער הגבלה אז ניט "כל נכסיו"

(ווי דער ראגאטשאווער 40

איז מבאר: ומשמע שם מדברי רבינו

(אין פירוש המשניות)

דרק כל ממונו אין זה מדת חסידות אבל יתר מחומש שפיר 41

מותר 42 )

— נאר

(ג)

"כל אשר לאיש":

דאס וואס מצד מדת חסידות קען א איד געבן "יותר מחומש" אבער ניט כל נכסיו

(אופן הב׳)

איז נאך אלץ פאר־ בונדן מיט דעם גדר מצוה פון צדקה,

וואס ענינה איז צו העלפן דעם עני,

אבער דאס וואס דער אלטער רבי אין אגה״ת און אגה״ק רעדט,

איז וועגן אזא נתינה לצדקה וואס עיקר ענינה איז ניט

(נאר)

מצד דעם חיוב צו העלפן דעם עני ,

נאר צוליבן חיוב " לתקן נפשו " און ״לפדות נפשו מתעניות וסיגופים״ —

און וויבאלד דאס איז אן ענין שלו בעצמו,

איז פארשטאנדיק אז ער איז "קודם לממונו" ובפרט ווען דאס איז ענין של נפשו

(ע״ד פקו״נ),

איז דער־ פאר אין דעם ניטא קיין שיעור און הגבלה,

אויך ניט די הגבלה פון "כל נכסיו",

ווייל "כל אשר לאיש יתן בעד נפשו" 43 .

ז.

ויש לומר,

אז די דריי אופנים אין נתינת ממונו איז דא דוגמתם,

זיי שפיגלען זיך אפ בפנימיות הענינים,

אין די דריי כללות׳דיקע דרגות אין עבודת ה׳ 44

:

דער גדר הנתינה פון מצות ערכין וחרמין ווייזט אויף א דרגא אין עבודה,

ווען דער מענטש שטייט

(נאך)

אין מדידות והגבלות פון זיין מציאות,

וכנ״ל בדברי הרמב״ם "ראוי לו לאדם להנהיג עצמו בדברים אלו כדי לכוף יצרו ולא יהי׳ כילי כו׳": ער איז דערמיט אויסן ניט

(אזוי)

צורך הקדש,

נאר תועלת עצמו,

וואס אע״פ אז דאס איז א צורך ותועלת פון קדושה,

צו כופה זיין דעם יצר און זיינע מדות

("לא יהי׳ כילי"),

אעפ״כ איז דאס פארט צוליב זיך ע״ד לשון הש״ס 45

אדעתא דנפשי׳; און ווייל ער שטייט

(נאך)

אין דער מדידה והגבלה פון זיין מציאות,

דערפאר איז בהתאם לזה זיין חיוב המצוה — וואס ווייזט אויף דעם אופן הצוותא וחיבור שלו מיטן אויבערשטן

(און די המשכה וואס ער איז ממשיך מלמעלה)

— אויך במדידה והגבלה.

[ועפ״ז יש לבאר

(בדרך רמז עכ״פ)

דעם דיוק לשון הרמב״ם "והעושה כן עובר על דעת הכתוב שהרי הוא אומר מכל כו׳"

(א לשון

(ואריכות)

בלתי רגילה,

דלכאורה האט דער רמב״ם גע־ דארפט זאגן "עובר על מה שנאמר" וכיו״ב)

:

היות אז דער איד געפינט זיך נאך בגדר מציאותו,

איז דאן זיין עבודה ע״פ טעם ודעת דקדושה — במעמדו ומצבו איז ניטא קיין ארט אויף דער עבודה שלמעלה מטעם ודעת.

דעריבער איז דער רמב״ם מסיים,

אז ביי א אידן וואס האלט נאך ניט ביי אט דער מדריגה איז "אין זו חסידות "

(שטות דקדושה,

א הנהגה לפנים משורת הדין) 46

אלא שטות"

(שלמטה מטעם ודעת) 47 ].

בשעת א איד בעבודתו גייט ארויס פון הגבלת מציאותו און ער זוכט ניט

(דוקא)

זיין אייגענעם תועלת

(אפילו פון קדושה),

נאר ער טראכט וועגן דעם צווייטן איד׳נס צרכים,

איז דאס אן עבודה למעלה ממדידה והגבלה — און דאס דריקט זיך אויס אין מצות צדקה,

וואס גדרה וענינה איז,

אז דער נותן גיט ניט לתועלת עצמו,

נאר

(בעיקר)

לצרכו וטובתו של העני 48

; און דעריבער איז אויך די מצוה

(אויך דער צוותא וחיבור און די המשכה מלמעלה שעי״ז)

ניט מדוד ומוגבל אין דעם שיעור פון חומש דוקא.

אע״פ אז דאס וואס א איד פארבויגט אויך זיך און טראכט וועגן א צווייטן אידן איז א תנועה פון ארויסגיין פון הגבלות מציאותו — איז דאס אבער נאך אלץ ניט קיין דרגא וואס איז לגמרי העכער פון מדידה והגבלה; ווארום ביי אים איז א חשבון ומדידה

(עכ״פ)

ביחס צום צווייטן — "כפי מה שראוי לעני ".

למעלה מזה איז דער סוג עבודה " לתקן נפשו": וויבאלד דאס איז פאר־ בונדן מיטן עצם מציאות וחיי האדם ממש ע״ד פקוח נפש ,

איז אין דעם לגמרי ניט שייך חשבון ומדידה,

ובעבודתו — די עבודה פון בכל מאדך,

וואס קומט מצד יחידה שבנפש

(יחידה לייחדך,

וואס איז איין זאך מיט דעם אויבערשטן אליין)

— דעריבער איז מצד בחי׳ זו די עבודה פון בלי גבול ממש 49 ,

ס׳איז ניט שייך קיין חשבון ומדידה,

"כל אשר לאיש יתן בעד נפשו".

ח.

והנה וויבאלד אז מצד דעם גדר פון מצות צדקה דארף א איד געבן במדת חסידות אויך "יותר מחומש"

(ובפרט ווען דער עני קומט און בעט זיינע הצטרכות׳ן)

— איז מובן,

אז כשם ווי דאס איז במדת והנהגת האדם,

אזוי איז עס אויך

(ועאכו״כ)

בנוגע דער צדקה פון דעם אויבערשטן — "לד 50

ה׳ הצדקה": היות אז אידן זיינען מתפלל,

זיי קומען און בעטן אז דער אויבער־ שטער זאל זיי געבן "די מחסורם"

("צדקה"),

דארף דער אויבערשטער כביכול,

ממלא זיין בקשתם און זיי געבן " יותר מחומש",

און דאס מיינט מער ווי א חומש כביכול פון זיינע,

פון דעם אויבערשטנ׳ס ,

נכסים!

און על אחת כמה וכמה ווען דאס האט צו טאן מיט׳ן העכסטן און עיקר־ דיקן אופן פון צדקה וחסד — פדיון שבויים 51 ,

אויסלייזן די אידן פון גלות דורך דער גאולה שלימה.

און נאכמער דערפון

(— אן אן ערך),

וויבאלד אז דאס איז כביכול נוגע צו דעם אויבערשטן אליין: ווארום נוסף אויף דעם,

וואס יעדער איד איז א " חלק אלקה ממעל ממש " 52

(און דערפאר,

ווען דער איד

(דער "חלק")

איז אין גלות,

רירט עס אן כביכול דעם אויבערשטן),

איז דאך ידוע אז "שכינתא בגלותא" 53 ,

אז דער אויבערשטער געפינט זיך כביכול אין גלות; וכמש״כ 54

: "ושב ה״א את שבותך",

"והשיב לא נאמר אלא ושב״ 55

— איז דאך אוודאי און אוודאי אז אין דעם איז כלל וכלל ניטא קיינע הגבלות ,

ווייל ״כל אשר לאיש — אין איש אלא הקב״ה,

שנאמר 56

ה׳ איש מלחמה 57

— יתן בעד נפשו".

און דאס מיינט

(בפשטות)

אז עס זאל באלד מקויים ווערן דער יעוד פון גאולה "כימי צאתך מארץ מצרים",

אז "לא עיכבן המקום כהרף עין" 58 ,

בשעתא חדא וברגעא חדא 59

גייען אידן ארויס פון גלות "ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל" 60 ,

"בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו" 61

ו״כספם וזהבם אתם״ 62

— " ושב ה׳ אלקיך

(שכינתא בגלותא)

את שבותך ",

און מען קומט אין ארצנו הקדושה "ארץ אשר גו׳ תמיד עיני ה״א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 63 ,

און מען איז זוכה לקיום היעודים "אפס 64

כי לא יהי׳ בך אביון גו׳" "לא 65

יהי׳ שם לא רעב כו׳ המעדנים מצויין כעפר כו׳",

בגאולה האמיתית והשלימה,

על ידי משיח צדקנו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ ראה תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.