B"H
🏡

Ikar

בהר ב

א.

מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט,

אז רש״י בפירושו על התורה פאר־ ענטפערט אלע שאלות וואס ווערן נתעורר בפשוטו של מקרא

(און אין די ערטער וואו רש״י געפינט ניט קיין ענטפער

(לויט׳ן דרך הפשט)

— זאגט ער "איני יודע" וכיו״ב 1 ).

דארף מען לפ״ז האבן א ביאור:

אין אנהויב פון אונזער סדרה זאגט די תורה די דינים פון שמיטת קרקעות,

און דערנאך — די דינים פון יובל

(ובהמשך לזה — "וכי תמכרו גו׳ אל תונו גו׳" 2 ).

און נאך די דינים פון שמיטה ויובל כו׳ זאגט די תורה 3

: ועשיתם את חוקותי גו׳ ונתנה הארץ פרי׳ גו׳ וכי תאמרו מה נאכל גו׳ וצויתי את ברכתי גו׳ וזרעתם גו׳.

דארף מען פארשטיין: די שאלה "וכי תאמרו מה נאכל גו"׳ 4

שטעלט זיך דאך גלייך ביים לערנען די דינים פון שמיטה "ושבתה הארץ שבת לה׳ גו׳ שדך לא תזרע גו׳ לא תבצור גו"׳ 5

; פארוואס פארענטפערט תורה די שאלה פון "מה נאכל" ערשט לאחרי די דינים פון יובל 6

(און אויך — "וכי תמכרו גו׳ אל תונו גו"׳)?

— ווען דער ענין וואלט געווען ניט באופן של שאלה

(" וכי תאמרו מה נאכל

גו'" והתשובה — "וצויתי גו׳"),

וואלט מען געקענט פארענטפערן אז וציוויתי גו׳ קומט בהמשך צו די ברכות וואס דער אויבערשטער זאגט צו אידן פאר מקיים זיין די מצות פון שמיטה ויובל 7

(״ועשיתם את חוקותי גו׳״)

— "וישבתם על הארץ לבטח ונתנה הארץ פרי׳ גו׳ וצויתי את ברכתי גו׳ ועשת את התבואה לשלש השנים";

וויבאלד אבער די תורה איז דא אויסן צו אראפנעמען די שאלה "וכי תאמרו מה נאכל",

האט מען דאס געדארפט באווארענען באלד ווען די שאלה ווערט נתעורר

(גלייך באם אנזאגן דעם דין פון שמיטה 8 ).

עס זיינען פאראן מפרשים 9

וואס לערנען,

אז די פסוקים "וכי תאמרו גו׳ וצויתי את ברכתי גו׳ לשלש השנים" באציען זיך

(אויך)

אויף יובל

(שלאחר שמיטה),

וואס דעמאלט טאר מען ניט אקערן און זייען כו׳ צוויי יאר נאכ־ אנאנד

(שנת השמיטה און שנת היובל),

און אויף דעם זאגט תורה "וצויתי את ברכתי גו׳ לשלש השנים״ — און דער־

פאר שטייען די פסוקים הנ״ל נאך די דינים פון יובל.

אבער אין פרש״י קען מען אזוי ניט איינלערנען,

ווייל רש״י 10

לערנט אז די פסוקים "וצויתי את ברכתי גו׳ וזרעתם את השנה השמינית גו"׳ ריידן ניט וועגן "שמיטה השביעית"

(וואס קומט גלייך בסמיכות פאר יובל),

נאר — "מקרא זה נאמר בשאר השמטות כולן"

(ניט לפני שנת היובל).

ועפ״ז איז תמוה 11

: פארוואס בא־ ווארנט עס ניט רש״י,

ווי אזוי ווארט מען מיט "מקרא זה",

ביז נאך די דינים פון יובל כו׳?

ב.

נאד א שאלה וואס רש״י האט לכ-אורה געדארפט באווארענען:

פון דעם לשון הכתוב " וכי תאמרו מה נאכל" איז משמע אז עס איז ודאי אז מען וועט אזוי פרעגן

[ווארום אויב כוונת הכתוב איז " שמא תאמרו״ — וואלט מער געפאסט דער לשון " ואם 12

תאמרו"

(ע״ד "ואם אמור יאמר העבד" 13 )],

וע״ד ווי רש״י איז מפרש דעם פסוק 14

(בנוגע א נביא השקר 15 )

"וכי תאמר בלבבך איכה נדע גו׳״ — " עתידים אתם לומר 16

כשיבא חנני׳ כו׳".

איז ניט גלאטיק: פארוואס נוצט תורה א לשון וואס מיינט "עתידים אתם לומר",

כאילו אזוי דארף זיין דער סדר ההנהגה 17 ?

ולכאורה: דאס פרעגן "וכי תאמרו מה נאכל" ווייזט

(לכאורה) 18

אז מען פאר־ לאזט זיך ניט אינגאנצן,

ח״ו,

אויפן אויבערשטן.

וע״ד ווי מען האט שוין גע־ לערנט ביי אברהם׳ן אז א סימן אויף "והאמין בה"׳ איז ווען " לא שאל לו אות" 19 .

"נאכמער: גלייך פאר דער שאלה "וכי תאמרו גו׳" שטייט אין פסוק

(כנ״ל)

:

"ונתנה הארץ פרי׳ ואכלתם לשובע וישבתם לבטח עלי׳".

און רש״י איז מפרש: "ונתנה הארץ וגו׳ וישבתם לבטח עלי׳ — שלא תדאגו משנת בצורת ; ואכלתם לשובע — אף בתוך המעים תהא בו ברכה".

איז ביותר תמוה 20

: נאך דעם ווי די תורה זאגט אז דער אויבערשטער איז מבטיח אז עס וועלן ניט זיין קיינע דאגות מצד חסרון התבואה און אז עס וועט זיין א ברכה בלתי טבעית אין דער תבואה

(״אף בתוך המעיים״)

— ווי פאסט גלייך דערנאך די שאלה "וכי תאמרו מה נאכל",

ובפרט מיטן לשון ״ וכי ״ — " עתידים אתם לומר"?

!

— און מען געפינט ניט לכאורה אז רש״י זאל פארענטפערן די שאלה בפירושו.

ג.

ויש לומר אז דער טעם פארוואס רש״י בפרשתנו זאגט ניט קיין תירוץ אויף די שאלות האמורות אין "וכי תאמרו״ — איז ווייל בשעת א בן חמש למקרא לערנט אין חומש וועגן א שאלה אויף א מצוה מיט׳ן לשון "וכי תאמרו",

דערמאנט ער זיך אויפן ערשטן מאל וואו ער האט געלערנט כעין זה — פריער אין סוף פרשת בא 21

: והי׳ כי ישאלך בנך גו׳; און געדענקענדיק וואס רש״י איז דארט מפרש דעם "כי ישאלך בנך גו׳",

ווערן ביי אים לויט דעם בדרך ממילא פארענטפערט די שאלות האמורות בפרשתנו:

דער פסוק דארט זאגט "והי׳ כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת".

שטעלט זיך

רש״י אויף "מה זאת" און איז מפרש: "זה תנוק טפש שאינו יודע להעמיק שאלתו וסותם ושואל מה זאת,

ובמקום אחר הוא אומר 22

מה העדות והחוקים והמשפטים וגו׳ הרי זאת שאלת בן חכם.

דברה תורה כנגד ארבעה בנים תם 23

רשע ושאינו יודע לשאול והשואל דרך חכמה".

איז ניט פארשטאנדיק: למאי נפק״מ אין פ׳ בא צו וויסן אז " במקום אחר " איז אויך דא א "שאלת בן חכם"

(ובמילא,

"דברה תורה כנגד ארבעה בנים כו׳")?

אפילו אויב מ׳זאל זאגן אז רש״י וויל לאזן וויסן

(מאיזה טעם שהוא)

אז עס זיינען פאראן ״ארבעה בנים״ — איז ניט גלאטיק,

פארוואס זאגט ער דאס ניט פריער :

בפירושו אויפן פסוק 24

"ועבדת את העבודה הזאת" זאגט ער "חזר ושנאה בשביל דבר שנתחדש בה,

בפרשה ראשונה נאמר 25

והי׳ כי יאמרו ..

בבן רשע הכתוב מדבר ..

וכאן והגדת לבנך 26

בבן שאינו יודע לשאול״ — האט

ער דארט געדארפט באווארענען מ׳זאל ניט מיינען אז "דברה תורה" בלויז כנגד שני בנים,

נאר אז ווייטער אין דער פרשה קומט צו

(אויך)

שאלת ה״טפש",

״ובמקום אחר ..

שאלת בן חכם",

אזוי אז "דברה תורה כנגד ארבעה בנים" 27 .

ד.

וי״ל דעם ביאור אין דעם:

בכלל איז מען געוואוינט צו טייטשן די ווערטער "דברה תורה כנגד ארבעה בנים" בשייכות צום חיוב פון סיפור ביציאת מצרים בליל פסח — אז די "שאלות" פון די בנים זיינען בנוגע די מצות פון ליל פסח; און "דברה תורה כנגד ארבעה בנים" מיינט אז תורה זאגט אן מ׳זאל ענטפערן יעדערן פון די בנים לפי ענינו — אבער אלץ בנוגע לליל פסח.

איז אמת טאקע אז דאס איז דער מכוון פון די ווערטער לויטן דרך ההלכה

(און ווי עס שטייט אין מכילתא 28 ,

און אזוי זאגט מען אין הגדה של פסח)

אבער פרש״י על התורה איז ענינו צו מפרש זיין פשוטו של מקרא,

און אין פשטות הכתובים,

איז די שאלה פון דעם "תנוק טפש"

( ניט וועגן די מצות פון ליל פסח,

נאר)

בנוגע למצות בכור * 28 ,

וואס בהמשך לזה שטייט זיין שאלה.

[לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין פארוואס רש״י נוצט דעם לשון "זה תנוק טפש 29

שאינו יודע להעמיק

שאלתו״,

און ניט — "תם"

(ווי דער לשון איז אין מכילתא 30

והגדה של פסח; ובפרט אז רש״י אליין איז ממשיך

(לויט דער גירסא הנפוצה בפרש״י 31 )

"דברה תורה כנגד ארבעה בנים תם כו׳")

— ווייל פדיון בכור איז א מצוה וואס האט ניט קיין סך פרטים,

אזוי,

אז אויך א בן וואס איז ניט קיין חכם

(א תם )

קען זיך אויך פאנאנדערקלייבן אין דעם,

און ער וועט דעריבער ניט פרעגן סתם "מה זאת"; און דער וואס פרעגט יע "מה זאת" איז עס נאר דערפאר וואס ער איז א "תנוק טפש ".

משא״כ 'דער "תם" פון דער הגדה,

וואס זיין שאלה איז וועגן די מצות פון פסח,

קען שוין זיין פון א העכערן סוג

(ניט קיין "טפש"),

ותיל בליל פסח איז פאראן א ריבוי סוגי מצות

(עדות,

חוקים און אויך משפטים),

אין וועלכע עס איז שווער צו פאנאנדערקלייבן זיך אפילו פאר אזא וואס איז ניט קיין "טפש",

און די שאלה "מה זאת" ווייזט נאר אז דער שואל איז א "תם" 32 ].

ועד״ז איז אויך די שאלת בן חכם בפשוטו של מקרא ניט בנוגע ליל פסח,

נאר ער פרעגט וועגן מצות אין אלגע־ מיין — "מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה״א אתכם"

(און מ׳ענטפערט אים "עבדים 33

היינו גו׳ ויוציאנו גו׳ ויצונו גו׳ את כל החוקים האלה ליראה גו'",

וואס דערמיט ווערן געמיינט אלע מצות התורה).

ועפ״ז איז מובן בפשטות פארוואס רש״י ברענגט ניט די שאלות פון דעם "תנוק טפש" און "שאלת בן חכם" פריער

ווען ער רעדט וועגן שאלת הרשע און שאינו יודע לשאול — ווייל דאס זיינען אינגאנצן באזונדערע ענינים:

פריער רעדט זיך וועגן דער שאלת בן רשע און וועגן דעם "והגדת"

(צום שאינו יודע לשאול)

בשייכות צו די מצות בליל פסח ; האט עס ניט קיין שייכות מיט שאלת ה״טפש" וועגן מצות פדיון בכור,

ועד״ז ניט מיט שאלת בן חכם וועגן "העדות והחוקים והמשפטים"

(אלע מצות,

אין אלגעמיין).

ה.

עפ״ז ווערט אבער נאך שטאר־ קער די פריערדיקע שאלה: פארוואס איז רש״י מוסיף

(בהמשך צו "זה תנוק טפש ..

ושואל מה זאת")

"ובמקום אחר הוא אומר ..

שאלת בן חכם״ — ע״פ הנ״ל האט דאך די "שאלת בן חכם" קיין שייכות ניט מיט שאלת ה״טפש"

(וואס איז א שאלה בלויז אויף פדיון בכור)

!

ולאידך: אויב רש״י פארבינדט זיי יע

(אע״פ אז זייערע שאלות זיינען ניט אין די זעלבע ענינים)

— פארוואס פאר־ בינדט זיי ניט רש״י פריער,

ביי שאלת הבן רשע און שאינו יודע לשאול

(כנ״ל)?

איז די הסברה בזה:

בשעת מען לערנט אז בליל פסח איז דא א ציווי צו פארענטפערן די שאלה פון א בן רשע,

ועד״ז — "והגדת לבנך"

(שאינו יודע לשאול),

וואלט מען גע־ קענט לערנען,

אז דאס איז א דין מיוחד ביי פסח : אזוי ווי יציאת מצרים איז אן ענין עיקרי בכל התורה כולה

(ווי עס שטייט — בפשוטו של מקרא — אין א ריבוי פסוקים),

מוז מען זיין זיכער אז אלע בנים וועלן זיך משתתף זיין אין די מצות פון ליל פסח.

ובפרט נאך טענת פרעה ״לכו נא הגברים״ — און ניט

"טפכם" 34 .

ומהאי טעמא זאגט אן די תורה,

אז אידן זאלן זיך פארנעמען אויך מיט א בן רשע און שאינו יודע לשאול,

ווייל ביי די צוויי סוגים איז דא א חשש,

אז אויב מ׳וועט זיי ניט מבאר זיין די מצות פון ליל פסח,

וועלן זיי ניט מקיים זיין די מצות: דער בן רשע איז דאך אזא וואס

(בלשון רש״י 24 )

"הוציא את עצמו מן הכלל״ — מוז מען אים צוריק "מכניס" זיין אין דער "עבודה הזאת" פון "זבח פסח" 35

; און א שאינו יודע לשאול איז אזא בן וואס פארשטייט אפילו ניט אז עס איז דא עפעס וואס צו פרעגן,

אפילו ניט ״מה זאת״ — דארף מען אים אריינ־ ציען אין די מצות.

און ווי רש״י 24

איז מבאר דעם ענין פון ״והגדת לבנך״ — "והכתוב מלמדך שתפתח לו אתה בדברי אגדה המושכין את הלב".

משא״כ ביי די סוגים פון "טפש"

(תם)

און חכם וואלט מען געקענט מיינען,

אז ס׳איז ניט אזוי וויכטיק צו פארענטפערן זייערע שאלות,

ווייל לגבי זיי איז ניטא דער חשש אז חסרון ההבנה וועט בריינ־ גען צו ניט מקיים זיין די מצוה — עס איז בלויז א בקשת טעם והסברה.

און דערפאר שטייט ניט אין תורה אז

(און וואס)

מען דארף זיי ענטפערן.

בשעת אבער מען קומט צום פסוק "והי׳ כי ישאלך בנך" ביי פדיון בכור,

זעט מען אז

(א)

אויך ביי אנדערע מצות איז תורה מחייב צו ענטפערן אויף די שאלות פון א "בן",

און

(ב)

תורה זאגט אן

(אז און—וואס)

צו ענטפערן אויך אויף די שאלות פון א ״תנוק טפש״ —

שטעלט זיך די שאלה: זיכער פרעגט אויך א בן חכם שאלות וועגן מצות,

ואדרבא זייענדיק א חכם האט ער מסתם מער שאלות — איז אויב מ׳דארף ענט־ פערן די שאלה פון א "תנוק טפש",

איז עאכו״כ אז די תורה האט געדארפט באווארענען צו פארנעמען זיך מיט די שאלות פון א בן חכם!

זאגט רש״י — אין הכי נמי: ובמקום אחר הוא אומר ..

שאלת בן חכם.

און דאס איז דער דיוק לשון רש״י בהמשך לזה — " דברה תורה כנגד ארבעה בנים״: דערמיט מיינט רש״י — כפשטות הלשון — אז תורה בכלל

(ניט נאר בשייכות מיט ליל פסח)

רעדט וועגן אלע "ארבעה בנים",

ד.

ה.

מען געפינט אין תורה

(שבכתב)

א הוראה מ׳זאל ענטפערן די שאלות פון אלע סוגי בנים,

"תם 36

רשע ושאינו יודע לשאול והשואל דרך חכמה".

ו.

ע״פ הנ״ל — אז " דברה תורה כנגד ארבעה בנים״ — פארשטייט מען,

אז אומעטום וואו מען געפינט אין תורה א "שאלה" אויף א מצוה,

דארף מען מברר זיין וועגן וועלכן סוג "בן" עס רעדט דא די תורה.

[ס׳איז לאו דוקא א שאלה וואס מען מוז באווארענען בכדי צו פארזיכערן דעם קיום המצוה ביים שואל,

אדער אפילו א שאלה וואס קומט מצד א ספק אדער חלישות אין אמונה — עס קען זיין א שאלת בן חכם,

וואס דער צוועק פון זיין שאלה איז בכדי צו קלאר מאכן,

פארשטיין פרטי הענין

(ע״ד די שאלת בן חכם — מה העדות והחוקים והמשפטים)].

און אזוי אויך בעניננו: דערמיט וואס די תורה שטעלט די שאלה "וכי תאמרו" ביים סיום פון דעם גאנצן ענין

(אויך נאר די דינים פון יובל 37 ),

און נאכמער — גלייך נאך די ברכות והבטחות פון אויבערשטן "ונתנה הארץ פרי׳ ואכלתם לשובע גו"׳,

מאכט תורה קלאר,

אז דא איז עס ניט א שאלה פון א "בן רשע" וועמען מען דארף דורך דעם ענטפער באווארענען ער זאל מקיים זיין מצות

שביעית

(ווייל אין אזא פאל וואלט די תורה באווארנט גלייך ביים אנזאג פון מצות שביעית,

כנ״ל)

נאר דאס איז א "שאלת בן חכם " 38 ,

און תוכן שאלתו איז:

לערנענדיק די הבטחות פון דעם אויבערשטן "ונתנה הארץ פרי׳ ואכלתם לשובע גו׳״ — וויל א "בן חכם" פאר־ שטיין די פרטי ואופני הברכה: אויף וועלכן אופן וועט קומען די ברכת ה׳ 39

אין די יארן ווען " לא נזרע ולא נאסוף את תבואתנו"?

[ווארום עס קען זיין בכמה אופנים,

און ביז — דורך געבן אין די יארן "מן" מן השמים,

אזוי ווי אין מדבר במשך פון ארבעים שנה — און מדי יום ביומו!].

— ענטפערט מען אים,

אז די ברכה וועט זיין אין אן אופן אז די ערד וועט אין דער שנה הששית ארויסגעבן א ריבוי תבואה,

"ועשת את התבואה לשלש השנים".

ז.

בפנימיות הענינים:

מען האט שוין גערעדט כמה פעמים 40

וועגן דעם וואס די תורה שטעלט אן ענין בדרך שאלה ותשובה — "וכי תאמרו מה נאכל גו׳ וצויתי את ברכתי גו״׳ — אז וויבאלד אז "התורה היא נצחית" 41 ,

קומט אויס אז די שאלה "וכי תאמרו מה נאכל" איז א שאלה נצחיית.

אויך נאכדעם ווי מען האט געזען די תוצאות טובות פון

(דער תשובה —)

"וצויתי את ברכתי גו"׳ ביי די פריער־ דיקע שמטות,

קען קומען איבעראנייעס די שאלה ״וכי תאמרו מה נאכל״ —

ווייל שמיטה איז די עבודה פון ביטול היש ,

ד.

ה.

אז בעצם איז דער "עובד" א "יש",

נאר ער איז מבטל זיין יש מצד קבלת עול מלכות שמים,

און מצד זיין יש בלייבט ביי אים א נתינת מקום אויף א שאלה,

קשיא — און יעדן מאל בא־ זונדער דארף מען אים זאגן "וצויתי את ברכתי גו"׳.

אבער לפי ביאור הנ״ל,

אז דא רעדט זיך וועגן "שאלת בן חכם",

וואס זיינע שאלות זיינען דאך ניט מצד היש ח״ו,

נאר,

אדרבה,

מצד החכמה — פארוואס איז דא אזא שאלה ביי א "בן חכם"?

איז דער ביאור אין דעם: דער נס פון "וצויתי את ברכתי גו׳ בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים" איז ניט נאר העכער פון טבע 42 ,

נאר ס׳איז היפך הטבע לגמרי: לויט דרכי הטבע ווערט א שדה "שוואכער"

(מאגערער)

פון יאר צו יאר 43

— ויתרה מזה — דער דרך הטבע איז איינער פון די טעמים 44

אויף שמיטת

קרקעות "ושבתה הארץ שבת לה׳" כדי "שתוסיף הארץ תבואתה ותתחזק בעמדה שמוטה״ —

און דוקא אין "שנה הששית",

ווען די ערד איז אין איר "שוואכסטן" מעמד ומצב,

גיט זי ארויס תבואה " לשלש השנים"!

און וויבאלד דאס איז א נס וואס האט ניט קיין אחיזה כלל אין טבע — ואדרבה: ס׳איז דוקא אין אן אופן פון היפך הטבע לגמרי — אן ענין וואס איז לגמרי העכער פון שכל —

פרעגט דער בן חכם "וכי תאמרו מה נאכל": אפילו נאכן ענטפער פון "וצויתי את ברכתי",

בלייבט עס אן ענין וואס איז לגמרי העכער פון שכל.

ח.

עס איז ידוע 45

אז די "שש שנים" און די "שנה השביעית" זיינען כנגד די שית אלפי שנין דהוי עלמא און דעם אלף השביעי.

איז אין דעם פאראן די שאלה "וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית" 46

: געפינענדיק זיך "בשנה הששית",

אין דעם אלף הששי פאר ביאת המשיח,

וואס די אלע ענינים וגילויים פון ימות המשיח זיינען "תלוי במעשנו ועבו־

דתנו״ 47

איצטער — ווערט די שאלה "מה נאכל בשנה השביעית": זייענדיק באלף הששי,

וואס מצד ירידת הדורות זיינען מיר "שוואכער" פון פריערדיקע דורות,

אכשור דרא בתמי׳ — היינט ווי קענען מיר ממשיך זיין די גאולה,

בריינ־ גען "בשנה השביעית"?

זאגט דער אויבערשטער ומבטיח "וצויתי את ברכתי גו׳",

מען טוט די עבודה פון "שנה הששית",

די עבודה בזמן הגלות וועלכע אין מתוך מסירת נפש וביטול שלמעלה מטעם ודעת,

גיט דער אויבערשטער די ברכה מלמעלה,

אז די זריעה פון שנה הששית — ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ס׳איז א "שדה כחושה״ כו׳ — וועט עס זיין בברכה,

ובברכתו של הקב״ה,

און נאכמער — עס וועט זיין תבואה " לשלש השנים",

מ׳איז ממשיך די ענינים וגילויים פון לעתיד לבא גילוי אחר גילוי אחר גילוי — וועלכע טיילן זיך בכלל אין דריי עליות 48

— "יחיינו 49

מיומים ביום השלישי יקימנו ונחי׳ לפניו".

(משיחות ש״פ בהר תשל״ג,

תשי״ט; ליל ב׳ דפסח תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.