א.
ביי ״קנינים״ 1
איז א כלל — "אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם" 2 .
וואס דערפאר איז דער דין 3
אז "המוכר פירות דקל לחבירו
(איידער די פירות האבן אנגעהויבן וואקסן)
יכול לחזור בו אף לאחר שבאו הפירות לעולם"; דוקא ווען מ׳איז ״מקנה ..
הגוף לפירותיו " 4
("כגון ..
אילן לפירותיו" 5 )
איז דער דין 4 ,
אז " אין זה מקנה דבר שלא בא לעולם,
שהרי הגוף מצוי ומקנה
(דעם גוף)
לפירות".
זאגט דער רמב״ם 6 ,
אז דער "דין ההקדש ודין העניים ודין הנדרים אינו כדין ההדיוט בקנייתו,
שאילו אמר אדם כל מה שתלד בהמתי יהי׳ הקדש ..
אתננו לצדקה אע״פ שאינו מתקדש לפי שאינו בעולם הרי זה חייב לקיים דברו שנאמר 7
ככל היוצא מפיו יעשה".
ד.
ה.
אע״פ אז אויף דעם חפץ "שאינו בעולם" קען דער הקדש ניט חל זיין,
פונדעסטוועגן איז חל א חיוב אויפן גברא "לקיים דברו״ — מדין נדר 8 .
[און דער רמב״ם איז דערנאך ממשיך 9
: "והואיל והדבר כן אם צוה אדם כשהוא שכיב מרע ואמר כל מה שיוציא אילן זה לעניים ..
זכו בהן העניים.
יש גאונים שחולקין על דבר זה ואומרים שאין העניים זוכין אלא בדברים שההדיוט קונה בהם ולפיכך לא יזכה בדבר שלא בא לעולם.
ואין דעתי נוטה לדברים אלו,
שאין אדם מצווה להקנות והוא מצווה לקיים דבריו בצדקה או בהקדש כמו שהוא מצווה לקיים נדרו״].
שוין גערעדט כמה פעמים,
אז יעדע הלכה פון תורה,
אין צוגאב צו איר תוכן כפשוטו,
האט זי אויך א תורה,
א הוראה אין עבודה רוחנית,
ובלשון הרמב״ם 10
אן "עצה" אין אן ענין פון "תיקון הדיעות": רוב דיני התורה אינן אלא עצות ..
לתקן הדעות וליישר כל המעשים.
ועד״ז בעניננו: די פרטי דינים הנ״ל בקניינים
—
(א)
דער חילוק צווישן "המוכר פירות דקל",
אדער "אילן לפירותיו",
(ב)
דער חילוק פון רמב״ם צווישן "דין ההדיוט בקנייתו"
("שאין אדם מצווה להקנות")
און "דין ההקדש ודין העניים"
(ביי וועלכע דער אדם איז " מצווה לקיים דבריו" און דערפאר איז ער מחוייב לקיים דברו אויך בשייכות צו א דבר שלא בא לעולם)
—
זיינען פאראן בעבודה רוחנית של האדם לקונו.
ב.
דער תוכן הכללי פון עבודת השם איז — מאכן א " קנין " 11 ,
דער איד איז מקנה זיך וכל אשר לו צום אויבערשטן 12 ,
אז
(עס זאל זיין ניכר אז)
ער און אלץ וואס ער פארמאגט זיינען ברשותו ובבעלותו של הקב״ה,
דורכדעם וואס זיין הנהגה
(במעשה דיבור ומחשבה 13 )
איז אלעמאל כפי רצונו של הקב״ה.
[וי״ל שזהו דיוק לשון חז״ל 14
"אני נבראתי לשמש את קוני ״ — ולא את בוראי — ווייל דורך דעם ,
שימוש" פירט זיך אויס און ווערט נתגלה דער ענין אז דער אויבערשטער איז " קונו ";
און דאס אז דער איד איז "קנינו" של הקב״ה וועט קומען לידי גילוי בשלימות לעתיד לבוא,
כאמור ביי די יעודי הגאולה 15
— "ביום ההוא יוסיף אד׳ גו׳ לקנות את שאר עמו גו'".
ועד״ז בימי צאתך מארמ״צ — "עם זו קנית " 16 ].
און אין דעם ״קנין״ — וואס א איד איז זיך מקנה צום אויבערשטן — זיינען פאראן צוויי אופנים
(דרגות)
: קנין הגוף וקנין פירות .
דער חילוק צווישן "גוף" און "פירות" באדם איז: ״ גוף ״ — איז דער נפש וגוף שלו והכוחות שלהם
(כולל — דער שכל שבמוח ומדות שבלב 17
וכל הכוחות
— כולל כח המחשבה,
הדבור והמעשה)
; און "פירות" זיינען די פעולות דורך די איברים און "לבושי הנפש״ — די מחשבות דיבורים ומעשים 18
של האדם
(וכמחז״ל 19
"פירותיו של צדיק מצות ומעשים טובים"),
וועלכע "וואקסן" ארויס פון דעם שכל ומדות וכוחות של האדם.
און דאס איז דער חילוק צווישן "קנין פירות" און "קנין הגוף" אין עבודת האדם לקונו:
קנין פירות מיינט,
אז א איד איז "מקנה" צום אויבערשטן אלע זיינע מחשבות דיבורים און מעשים,
וואס זיי זיינען די "פירות" פון הנפש וכוחותי׳ ולבושי׳; ער איז פולשטענדיק אפגעהיט אין דעם אלעם,
אז זיין מחשבה דיבור ומעשה זאלן אלעמאל זיין בהתאם צום רצון ה׳,
ובלשון התניא 20
— בנוגע דער דרגא פון א "בינוני" "לא עבר עבירה מימיו ולא יעבור לעולם ולא נקרא עליו שם רשע אפילו שעה אחת ורגע אחד כל ימיו";
אבער דער ״גוף״ — זיין עצם השכל,
המדות והכוחות — איז ניט "נקנה" געווארן צום אויבערשטן: זיין מוח און הארץ זיינען ניט באפרייט פון דער אפשריות פון מחשבות ומדות רעות און תאוות 21
(וואס דערוועקן זיך אין הארץ און קומען אויף 22
אין מוח כו׳),
נאר ער האט א שליטה אויפן יצר הרע און דערלאזט ניט אז די מדות רעות און תאוות זאלן קומען בפועל,
צום אויסדרוק אין מחשבה דיבור ומעשה 23 .
און קנין הגוף איז,
די עבודה פון א צדיק,
וואס איז "מקנה" צום אויבערשטן
(אויך)
דעם עצם פון שכל ומדות,
דורכדעם וואס ער איז מבטל דעם עצם פון זיין יצר הרע און פון דעם עצם שכל ומדות רעות שבלב ודכל הכחות,
ביז אז אים גלוסט זיך נאר זאכן פון טוב וקדושה 21 .
און וויבאלד ער איז "מקנה" דעם "גוף"
(של שכלו ומדות שבלב וכו׳)
צום אויבערשטן,
זיינען די "פירות" שלו
(מחשבה דיבור ומעשה)
בדרך ממילא קנוי צום אויבערשטן,
ער דארף ניט לוחם זיין אויף ניט צו טאן א פעולה
(במעשה דיבור או מחשבה)
נגד רצון ה׳,
ווייל ביי אים איז מלכתחילה ניטא קיין רצון ותאווה אויף דעם אין הארצן.
דאס איז אויך איינער פון די ביאורים פארוואס א צדיק ווערט אנגערופן " עבד ה׳״ 24
— ווייל עבדות איז אן ענין פון "קנין הגוף",
גופו של העבד איז קנוי לרבו,
ובדרך ממילא — "
(כל)
מה שקנה עבד קנה רבו" 25 .
בדוגמא לזה איז די עבודה פון א צדיק וועלכער האט מקנה געווען זיין עצמות ומהות
("גופו")
צום אויבערשטן.
ג.
עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם תוכן הענין פון "אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם״
(ווי ״פירות דקל״)
— אין עבודת האדם:
איינער וואס האלט ניט ביי דער דרגא פון "קנין הגוף",
נאר בלויז ביי "קנין פירות",
ער קען נאר "מקנה" זיין די מחשבות דיבורים ומעשים שלו להקב״ה
(אבער ניט זיין "גוף",
דעם שכל ומדות שבלב וכו׳)
— דארף וויסן 26 ,
אז ער איז בכוח צו שולט זיין
(דורך מלחמה)
בלויז אויף די מעשים דיבורים כו׳ מיט וועלכע ער פארנעמט זיך איצט בפועל ; ער איז אבער ניט קיין בעה״ב צו קענען איצט "מקנה" זיין א "דבר שלא בא לעולם":
בשעת ער מאכט איצט א החלטה אז בעתיד וועט ער טאן א מעשה טוב כו׳ — האט זיך דערמיט א "קנין" ניט אויסגעטאן,
ווייל ס׳איז ניטא די זיכערקייט 27
אז די מעשה בעתיד וועט געטאן ווערן בהתאם לרצון העליון
(ס׳איז א מצב וואס "יכול לחזור בו").
ווארום וויבאלד אז זיין "גוף" איז ניט קנוי להשם און "מהותו ועצמותו של הרע הוא בתקפו..
ולא חלף והלך ממנו מאומה" 28 ,
דארף ער יעדער מאל פונדאסניי מלחמה האלטן מיט דעם יצר שבלבו ומוחו ניט צו דערלאזן אז די תאווה ורצון דהיצר זאל אראפקומען במחשבה דיבור ומעשה.
קען במילא זיין,
אז בשעת עס וועט קומען לידי פועל,
וועט זיר דער יצר מתגבר זיין ר״ל און ניט לאזן אז די החלטה טובה זאל אויסגעפירט ווערן בפועל.
ד.
אבער אעפ״כ,
איז אויך דער וואס האט נאך ניט דעם כח צו אויפטאן דעם ענין פון "קנין הגוף"
(צו איבערמאכן אינגאנצן די מדות שבלב ורצון שבמוח אז זיי זאלן זיין קנוי להשם)
— האט ער אן עצה ווי צו "מקנה" זיין "פירותיו" שלא באו לעולם,
דורך דעם וואס ער איז ״מקנה גוף לפירותיו ..
כגון ..
אילן לפירותיו"
(ד.
ה.
אז כאטש דעם גוף עצמו קען ער ניט מקנה זיין להקב״ה,
קען ער אבער מקנה זיין דעם "גוף
(בלויז בשייכות)
לפירותיו").
די הסברה אין דעם:
די עבודה פון א בינוני איז ניט באגרענעצט בלויז 29
צו זיינע "לבושי הנפש״ — אז יעדער מאל ווען בלבו וכו׳ ווערט נתעורר א תאווה ורצון איז ער בלויז לוחם צו פארמיידן די "התפשטות" התאווה והרצון אין מחשבה דיבור ומעשה 30
— נאר די עבודה איז אויך 29
פועל אויף די מדות ושכל עצמן,
אז ער איז כופה
(ועד שעושה רושם
(עכ״פ)
גם בנוגע לעתיד)
— דעם רע שבלבו 31
ומוחו.
ווי דער אלטער רבי 32
איז מבאר,
אז בשעת התפלה איז א בינוני מעורר ביי זיך אהבת ה׳ בהתגלות לבו 33
וואס דאס פועל׳ט אז דער רע שבלבו זאל דעמאלט זיין "כאדם שישן " 34
(און אט די אהבה לה׳ בשעת התפלה לאזט איבער א רושם אויפ׳ן אדם וואס גיט אים א כח ותוקף "להתגבר ולשלוט על הרע הזה המתאוה תאווה" 35 ).
און בפרט — וויבאלד אז די מדת האהבה פון א בינוני בשעת התפלה איז ביי אים מיט אן אמת 36 ,
וואס "
(שפת אמת)
תכון לעד ״ 37
— ער האט בכח צו מעורר זיין אט די אהבה לה׳
(און דורכדעם "איינשלעפערן" דעם רע שבלבו)
״בשעת התפלה מדי יום ביום ״ 36
— קומט אויס,
אז א בינוני האט א
(געוויסע)
שליטה אויך אויף דעם "מהות ועצמות"
(די מדות וכו׳)
פון דעם יצר הרע 38 .
און דאס גיט א תוספת ביאור אין דעם וואס דער אלטער רבי זאגט 20
וועגן א "בינוני",
אז "לא עבר עבירה מימיו ולא יעבור לעולם ".
ד.
ה.
מצד מצבו בהווה 39
איז ער בטוח אז " לא יעבור לעולם ",
אז אויך בעתיד וועט ער זיכער קענען שולט זיין אויפן יצר הרע און ניט טאן קיין עבירה —
ווייל א בינוני האט א שליטה אויך אויף די מדות 40
וכו׳ פון דעם יצר הרע,
נאר ניט אויף די עצם המדות כשלעצמן ,
נאר בלויז ביחס צו זייער התפשטות
("פירות") 41
אין מחשבה דיבור ומעשה.
און דאס איז דער ענין פון "מקנה גוף לפירותיו" אין עבודת האדם:
אפילו אויב מ ׳
האלט ניט ביי דער דרגא צו קענען איבערמאכן דעם עצם פון די מדות וכו׳ שבלבו
(אז מ׳זאל בכלל ניט האבן קיין תאוות וכו׳)
— איז עס אבער בכחו צו פועל זיין
(א כפי׳ כו׳)
אויף זיינע מדות וכו׳ עכ״פ בשייכות צו זייער ״התפשטות״
(״גוף לפירותיו")
; און דעמאלט זיינען אויך "פירותיו"
(מחשבות דיבורים ומעשים)
שלא באו לעולם קנויים להשם — ער איז אין א מצב פון " לא יעבור לעולם ".
ה.
אין אנדערע ווערטער מיינט עס:
אע״פ אז ניט יעדערער קען צוקומען צו דער דרגא פון "עבד ה"׳,
וואס "גופו קנוי״ להשם — איז אבער יעדער איד א שליח פון אויבערשטן וואס האט די כוחות דורכצופירן כוונת הבריאה לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים ,
ווייל
״שלוחו של אדם — העליון 42
— כמותו",
און "כמותו דהמשלח ממש" 43 .
און ווי גערעדט כמה פעמים,
אז דער העכסטער אופן אין שליחות איז 44 ,
אז ניט נאר מעשה השליח,
אדער אפילו דער כח העשי׳ שלו,
איז זיך מתייחס צום משלח,
נאר כללות מציאותו של השליח איז "כמותו דהמשלח ממש"
( ובדרך ממילא ווערט דער מעשה השליח פאררעכנט ווי מעשה המשלח).
[נאר אעפ״כ איז דאס ניט בדומה צו אן עבד 45
וואס איז ניט קיין מציאות בפני עצמו כלל — כל גופו איז קנוי לרבו; משא״כ ביי א שליח — אפילו אין דעם העכסטן אופן פון שליחות,
וואס דער שליח עצמו
(ניט נאר זיין מעשה אדער כח העשי׳)
איז "כמותו דהמשלח ממש" — איז עס נאר בשייכות צו דעם ענין השליחות
(ע״ד ווי "גוף לפירותיו"),
אבער ניט בנוגע לשאר עניניו].
קומט אויס,
אז יעדער איד האט דעם כח צו איבערגעבן כללות מציאותו צום אויבערשטן,
אויף זיין א שליח ה׳ דורכצופירן כוונת הבריאה,
וואס דורך דער "הקנאה" כללית
(עכ״פ באופן פון "גוף לפירותיו"),
ווערן בדרך ממילא אלע זיינע פרטי עשיותיו
(ודיבוריו ומחשבותיו)
"קנויים" לה׳,
מתאים לרצון המשלח.
ו.
אין דעם איז דער רמב״ם מחדש נאכמער,
אז ״דין ההקדש ..
אינו כדין ההדיוט בקנייתו,
שאילו אמר אדם כל מה שתלד בהמתי יהי׳ הקדש ..
חייב לקיים דברו״ — וואס אין עבודה רוחנית י״ל אז דאס מיינט:
ווען איינער האלט ניט אפילו ביי דער דרגא צו קענען דורכפירן דעם קנין "גוף לפירותיו״ — ער האט ניט קיין שליטה אויפן "גוף" פון זיינע מדות
(אפילו ניט בשייכות "לפירותיו"),
אזוי אז ער איז לכאורה ניט שייך צו "מקנה" זיין "פירותיו"
(פעולותיו)
שלא באו לעולם
(ובמילא — ביי יעדער עשי׳ כו׳ דארף ער דורכגיין נאך אמאל א מלחמה מיטן יצר אז עס זאל זיין אן עשי׳ כרצון קונו )
—
איז במה דברים אמורים,
בשעת עס רעדט זיך וועגן קניית הדיוט ,
וואס "אין אדם מצווה להקנות",
ד.
ה.
וועגן דברי הרשות של האדם; משא״כ ווען עס רעדט זיר וועגן ״דין ההקדש ״,
קדושה'-דיקע ענינים,
החלטות טובות אין ענינים פון תורה ומצות
(וואס "הוא מצווה לקיים דבריו״)
— איז אין הכי נמי אז קיין "קנין" טוט זיר ניט אויף בהחלטתו — בהחפצא
(בהדבר שמחוץ לאדם),
עס ווערט אבער אויפגעטאן א חיוב בהאדם — בהגברא
(ובמילא אויך א סיוע ונתינת כח ועזר)
לקיים דבריו .
און די הסברה אין דעם:
די 46
דברי הרשות של האדם זיינען בעיקרם פארבונדן מיט טבע
(גופו ו)
נפשו הבהמית,
וועלכע איז צו זיי מתאווה מצד קיומו וחיותו 47 ,
נאר דער נפש האלקית קען פועל זיין אז די מעשים זאלן געטאן ווערן "לשם שמים" 48 .
אבער אויך דערנאך,
פארבלייבן זיי "מעשי ך " 48
(של האדם),
דברי הרשות
(ד.
ה.
פעולות שמצד הגוף כו׳).
דאקעגן ענינים פון תומ״צ זיינען מלכתחילה פעולות שמצד הנשמה .
דער יצה״ר פרואווט נאר שטערן דעם אידן צו מקיים זיין די מצוה.
און די עשיית המצוה קומט דורכדעם וואס די נשמה איז כופה דעם יצר,
ביז צו "תשש יצרו" 49 ,
כדי זי
(די נשמה)
זאל קענען מקיים זיין די מצוה 50 .
און דאס איז דער טעם החילוק פון "הדיוט" און "הקדש":
בשעת א איד נעמט אן החלטות טובות בשייכות צו די דברי הרשות שלו
("קניית הדיוט"),
איז וויבאלד אז די ענינים זיינען בעיקרם פעולות פון גוף ונפש הבהמית — און דער אדם האט נאך ניט קיין שליטה אויפן "גוף" פון זיין יצה״ר — האט זיך דא ניט אויפגעטאן קיין חיוב "ושעבוד",
ווייל ס׳איז א זאך וואס איז ניט בבעלותו 51
;
משא״כ בעניני הקדש — תורה ומצות — וועלכע זיינען בעיקרם פעולות של הנשמה
(מ׳דארף נאר מבטל זיין דעם שטער פון יצר הרע)
— איז די החלטה טובה גופא שמצד הנשמה שוין מחייב
ומשעבד די נשמה 52
דורכצופירן די החלטה.
— א "הקנאה" בפועל
(בהחפצא של העשי׳)
קען ניט זיין,
ווייל דער יצה״ר קען אין דעם שטערן ובמילא איז ניטא קיין וודאות אז עס וועט קומען לידי פועל;
אבער לגבי הנשמה,
וויבאלד אז זי איז מוכן בטבעה 53
דורכצופירן די ענינים בפועל
(היות אז זיי זיינען אירע פעולות,
ס׳איז ״ברשותה ובבעלותה״)
— איז חל אויף איר א חיוב ושעבוד לקיים דבריו
(כאטש ס׳איז עדיין לא בא לעולם חוץ הימנה),
און א ציווי און חיוב פון תורה איז אויך כולל א סיוע ועזר מלמעלה ,
אז די נשמה זאל קענען זיך מתגבר זיין אויף די מניעות שמצד הגוף כו׳ און דורכפירן איר החלטה במעשה בפועל 54 .
ז.
ויהי רצון,
אז דורך דעם עסק אין הלכות קנין,
זאל מען זוכה זיין בקרוב ממש צום קיום היעוד 15
"ביום ההוא יוסיף אד׳ גו׳ לקנות את שאר עמו גו׳" — עס וועט מקויים ווערן דער "
(עד 16
יעבור עמד ה׳)
עד יעבור עם זו קנית " 55 ,
דער אויבערשטער וועט קונה זיין "עמו" בשלימות 56 ,
און דורכדעם — אויך די אנדערע "קנינים" וואס "קנה הקב״ה בעולמו" 57 ,
ביז צום קנין פון "בית המקדש קנין אחד " 57 ,
דעם ביהמ״ק השלישי,
שיבנה במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש״פ ויחי תשמ"ו,
אחש"פ תשכ״ב)