B"H
🏡

Ikar

אמור ב

א.

אויפן פסוק בפרשתנו 1

"ולא תחללו את שם קדשי ונקדשתי בתוך בני ישראל״ שטייט אין תורת כהנים — נאכדעם ווי עס ווערט דארט געזאגט אז דער פירוש פון "ונקדשתי" איז "מסור את עצמך וקדש שמי

(יכול ביחידי ת״ל כו׳)

״ — "מיכן אמרו כל המוסר עצמו על מנת לעשות לו נס אין עושים לו נס ושלא לעשות לו נס עושין לו נס".

און ברענגט אויף דעם צוויי ראיות — "שכן מצינו בחנני׳ מישאל ועזרי׳ שאמרו לנבוכדנצר כו׳ וכשתפס מריינוס את פפוס ואת לוליינוס אחיו בלודקיא א״ל כו׳"

(כדלקמן ס״ג).

רש״י בפירושו על התורה,

ברענגט דעם תוכן הענין פון תו״כ

(מיט שינויים,

כדלקמן סעיף ו׳)

וז״ל

(נאך זיין פירוש אויף "ולא תחללו" און נאכן מפרש זיין אז "ונקדשתי" מיינט "מסור עצמך וקדש שמי ..

בתוך בנ״י")

: וכשהוא מוסר עצמו ימסור עצמו ע״מ למות שכל המוסר עצמו ע״מ הנס אין עושין לו נס שכן מצינו בחנני׳ מישאל ועזרי׳ שלא מסרו עצמן ע״מ הנס כו׳.

אבער דער רמב״ם אין ספר היד,

אין הלכות יסודי התורה 2 ,

וואו ער שרייבט די דינים פון קידוש השם,

ברענגט ניט אראפ אז ביים מוסר נפש זיין זיך על קידוש השם דארף זיין די כוונה "ע״מ למות"

(ע״פ דברי התו״כ הנ״ל 3 ).

בפשטות יש לומר,

אז דער רמב״ם האלט אז דער ענין וואס שטייט אין תו״כ ווערט ניט געמיינט אלס א תנאי לחיוב בהלכה אין מצות קידוש השם,

נאר אלס א הוספת ענין חדש וסיפור וכיו״ב.

ובמודגש אין לשון התו״כ " אמרו כל המוסר עצמו לעשות לו נס אין עושים כו׳ ושלא לעשות לו נס עושין כו׳״ — סגנון דאמירה בפ״ע ושל סיפור .

פון דעם אבער וואס רש״י איז משנה און זאגט דאס בלשון פון א תנאי והוראה ווי מקיים צו זיין די מצוה — " וכשהוא מוסר עצמו ימסור עצמו ע״מ למות ״ — איז מובן,

אז רש״י נעמט אן דעם ענין הנ״ל אין תו״כ 4

ווי א דין אין מצות קדה״ש 5

(און נאכמער: וויבאלד רש״י ברענגט דאס אראפ בפירושו על התורה — וואס "אני 6

לא באתי אלא לפשוטו של מקרא״ — איז עס א הוכחה אז דאס איז א דין וואס איז נוגע צו הבנת פשוטו של מקרא).

ויש לומר אז די פלוגתא פון רש״י און רמב״ם בפירוש דברי התו״כ איז א פלוגתא כללית אין דעם גדר פון מצות קידוש השם.

ב.

וי״ל דער ביאור בזה:

די מצוה פון קידוש השם איז — בלשון התו״כ — "מסור את עצמך וקדש שמי",

אז א איד זאל זיך מוסר נפש זיין אן קיינע חשבונות,

ער איז גרייט צו אומקומען ח״ו אבי ניט עובר זיין אויף דער

(הארבער)

עבירה,

וואס דערמיט איז ער מקדש שמו ית׳.

בשעת א איד איז מוסר נפשו אויף קדושת שמו ית׳ און דער אויבערשטער איז מסבב סיבות אז דער איד זאל ניצל ווערן,

און ווער רעדט נאך אז די הצלה קומט דורך א נס — ווערט דורכדעם נתקדש שמו הגדול נאך מער 7 .

עס איז אבער די שאלה,

צי דער אופן קידוש השם

(דורך א נס והצלה)

איז א טייל פון דער מצוה פון קידוש השם

("מסור את עצמך וקדש שמי")

וואס דער מענטש איז מקיים,

אדער דאס איז אן ענין בפ״ע — ס׳איז א זאך וואס דער אויבערשטער טוט א נס כדי לקדש שמו ית׳ בעולם.

און דאס איז דער חילוק צווישן רש״י און דעם רמב״ם:

רש״י לערנט,

אז דאס וואס דער תו״כ זאגט " מיכן אמרו " איז א המשך אין ביאור אופן קיום מצות קידוש השם — און בשעת א איד ווערט ניצל בנס,

האט דער מקיים המצוה א שייכות

(צום נס ובמילא)

צו דער הוספה בקדה״ש ומחוייב גם בזה.

און דאס לערנט מען אפ פון דעם וואס דער פסוק זאגט "ונקדשתי",

בלשון נפעל ובלשון ציווי 8 ,

אז דער גאנצער קידוש השם קומט בדרך "נפעל" דהקב״ה,

אויך דער נס ההצלה פונעם אידן וועלכער ווערט אויפגעטאן ע״י הקב״ה,

איז דער קדה״ש שעי״ז — א חלק פון מצות קידוש השם וואס דער אדם איז מקיים.

און דאס מאכט גלאטיק וואס דער תו״כ זאגט "מיכן אמרו כל המוסר עצמו על מנת לעשות לו נס אין עושים לו נס,

ושלא לעשות לו נס עושין לו נס״ — דלכאורה: בשעת א איד איז מקיים " מסור את עצמך וקדש שמי",

איז ער ניט אויסן צו טאן דאס בתנאי,

אז דער אויבערשטער זאל אים ראטעווען ע״י נס,

דעמאלט איז דאך דאס ניט קיין ענין פון ״מסור את עצמך״ — אדרבא ער מאכט א תנאי 9

"על מנת" קיום עצמו!

נאר דער פשט איז: דער תו״כ איז דא מוסיף,

כנ״ל,

אז באופן זה טוט זיך אויף בשלימות דער "ונקדשתי": בשעת א איד איז מוסר עצמו — אין אן אופן פון "שלא לעשות לו נס",

איז דעמאלט ״עושין לו נס״ — און עס טוט זיך אויף דער שלימות׳דיקער "ונקדשתי",

אז דער אויבערשטער מאכט א נס און ראטעוועט דעם וואס איז מוסר עצמו.

ג.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואס דער תו״כ איז מאריך אין די צוויי ראיות

(פון חנני׳ מישאל ועזרי׳ און "וכשתפס מריינוס כו׳")

: — וז״ל

(אין דער ערשטער ראי׳)

:

שכן מצינו בחנני׳ מישאל ועזרי׳ שאמרו לנבוכדנצר 10

לא חשחין אנחנא על דנא פתגם להתבותך

(לא חוששין אנו על זאת ליטול עצה מה להשיבך כי המענה מוכן ושגור בפינו.

רש״י עה״פ).

הן איתי אלקנא די אנחנא פלחין יכיל לשיזבותנא מן אתון נורא יקידתא ומן ידך מלכא ישיזיב.

והן לא ידיע ליהוי לך מלכא דלאלקך לית אנן פלחין ולצלם דדהב דהקמת לא סגדין.

דער תו״כ ברענגט די גאנצע אריכות וואס חנני׳ מישאל ועזרי׳ האבן געזאגט צו נבובדנאצר — ניט נאר סוף דבריהם "והן לא

(ישזיב 11 )

ידיע ליהוי לך מלכא גו׳"

(אז בכל אופן וועלן זיי זיך ניט בוקן צו זיין "צלם",

ניט רעכענענדיק זיך צי זיי וועלן ניצל ווערן אדער ניט —),

נאר אויך דאס וואס זיי האבן געזאגט אז דער אויבערשטער קען זיי ראטעווען פון דעם כבשן האש — ווייל דאס איז נוגע צו מצות קידוש השם: בשעת א איד איז מוסר נפשו אויף קידוש השם

( לקדש שמו ית׳),

דארף ער וויסן אז דער אויבערשטער קען אים ראטעווען — און דער ראטעווען איז

(נאך)

אן ענין אין קידוש שם שמים 12

;

און דאס האבן חנני׳ מישאל ועזרי׳ געזאגט נבוכדנאצר׳ן: זיי ווייסן אז דער אויבערשטער " יכיל לשיזבותנא",

אבער אפילו "הן לא" וועלן זיי בשום אופן זיך ניט בוקן צום "צלם" און זיי זיינען מוכן למסור נפשם עקה״ש.

ד.

דערנאך ברענגט דער תו״כ א צווייטע ראי׳: וכשתפס מריינוס את פפוס ואת לוליינוס אחיו בלודקיא א״ל אם אתם מעמן של חנני׳ מישאל ועזרי׳ יבוא אלקיכם ויציל אתכם מידי וא״ל חנני׳ מישאל ועזרי׳ כשרים היו ונבוכדנצר הי׳ הגון שיעשה נס על ידו,

אבל אתה מלך רשע אתה ואין אתה הגון שיעשה נס על ידך,

ואנו מחוייבי מיתה לשמים ואם אין אתה הורגינו הרבה מזיקים לפני המקום הרבה דובים כו׳ אלא סוף שהמקום עתיד לתבוע דמינו מידך.

אמרו לא נסע משם עד שבאו עליו דיופלי מרומי והוציאו את מוחו בבקעיות.

והיינו: בהמשך ובהוספה צו דער ערשטער ראי׳ — אז די שלימות פון "ונקדשתי" איז ווען דער אויבערשטער מאכט א נס איז ראטעוועט דעם וואס איז מוסר עצמו — איז דער תו״כ מדגיש דעם ענין,

מאידך גיסא,

אז ווען דער אויבערשטער איז ניט מציל דעם מוסר עצמו,

איז עס ווייל ער איז ניט זוכה אז שמו ית׳ זאל אזויפיל נתקדש ווערן על ידו 13 .

ועפ״ז יומתק

(אדער נאכמער — מוכרח )

גם ההמשך בתו״כ אז בפועל האבן זיי — פפוס און לוליינוס — זוכה געווען אז דער "ונקדשתי" זאל אויפגעטאן ווערן כשלימות 14 ,

ווייל הי׳ נס — ״לא נסע משם עד שבאו..

והוציאו את מוחו בבקעיות".

ה.

דער רמב״ם אבער האלט,

אז דער אופן פון קידוש השם וואס איז מבואר אין תו״כ

(אז שמו ית׳ ווערט נתקדש על ידי הנס)

איז ניט א הלכה,

נאר א פרט נוסף במדרשי התורה אין מעלת המצוה ושכרה.

דער גדר פון א מצוה ע״ם הלכה איז פעולת האדם און ניט א זאך וואס דער אויבערשטער טוט

(אפילו ווען די סיבה לזה איז פעולת האדם)

; ופשיטא ניט א זאך וואס טוט זיך אויף דורך א נס,

ווארום תורה ומצותי׳ זיינען ניט אויסגעשטעלט אז מ׳זאל זיי מקיים זיין ע״י נס 15 .

ועד״ז בעניננו: די מצות קידוש השם בהלכה איז — די מעשה ופעולת האדם,

וואס דער איד איז מוסר עצמו ליהרג על קידוש השם.

און ווי דער רמב״ם ברענגט דאס ארויס אין ספר המצות 16

: "וענין זאת המצוה אשר אנחנו מצווים לפרסם האמונה הזאת האמיתית בעולם ושלא נפחד בהיזק 17

שום מזיק ואע״פ שבא עלינו מכריח לבקש ממנו לכפותינו שלא נשמע אליו אבל נמסור עצמינו למיתה ולא נתעהו לחשוב שכפרנו אע״פ שלבותינו מאמינים בו יתעלה 18 .

וזאת היא מצות קדוש השם המצווים בה בני ישראל בכללם 19

רוצה לומר התרת עצמנו למות ביד האנס בעבור אהבתו יתעלה והאמונה באחדותו כמו שעשו חנני׳ מו״ע כו׳"

(ווי ער איז דארט מאריך).

דערפון איז מובן אז דער פרט וחלק אין קידוש השם,

וואס קומט אלס תוצאה דערפון וואס דער אויבערשטער ראטעוועט דעם אידן דורך א נס ,

איז א באזונדער ענין און ניט א חלק בקיום מצות "ונקדשתי" של האדם.

ואולי 20

י״ל דשלימות הקיום פון מצות קידוש השם באשטייט דוקא אין דעם וואס דער מוסר עצמו ווערט אומגעבראכט 21

על קידוש שמו ית׳ 22

(בשעת ער ווערט אבער ניצל בנס,

איז דער קיום מצות קדה״ש ניט כל כך

(במוחש ובמילא —)

בשלימות 23 ).

ובדיוק לשון הרמב״ם 24

: "כל מי שנאמר בו יהרג ואל יעבור ונהרג ולא עבר הרי זה קידש את השם ": דער רמב״ם איז מקדים "ונהרג

(און דערנאך)

ולא עבר"

(ניט "ולא עבר ונהרג״)

— ווייל דער עיקר שלימות קדה״ש איז ניט

(אזויפיל)

אין דעם וואס "לא עבר"

(און איז ניצל געווארן בדרך נס),

נאר אין דעם וואס נהרג על קידוש השם,

היות אז דערמיט ווערט ארויסגעבראכט בגילוי ובמוחש דער תוקף אמונתו דהמקדש ואהבתו לה׳ 25 .

ובזה יומתק וואס דער רמב״ם איז ממשיך 26

"ואלו הן הרוגי מלכות שאין מעלה על מעלתן ועליהן נאמר 27

כי עליך הורגנו כל היום נחשבנו כצאן טבחה ועליהם נאמר 28

אספו לי חסידי כורתי בריתי עלי זבח" 29 .

דלכאורה,

דער ספר היד פון רמב״ם איז א ספר פון הלכות און ניט

(אזוי)

פון דרשות הכתובים וועגן שכר המצות —

וואס איז נוגע אין הלכה די מעלה פון די "הרוגי מלכות שאין מעלה על מעלתן ועליהן נאמר כו׳"?

נאר דער רמב״ם ברענגט דאס אראפ דערפאר וואס דאס איז א חלק אין דעם גדר פון מצות קידוש השם: דאס איז ניט אן ענין של "מעלה"

(לחוד),

נאר דאס איז אן עילוי 30

אין קיום מצות קדה״ש גופא; זיי האבן מקיים געווען די מצוה בתכלית שלימותה 31 .

קומט אויס,

אז לויט שיטת הרמב״ם איז די שלימות הכוונה פון "ונקדשתי" במצות קידוש השם — דער קידוש שמו ית׳ וואס ווערט ע״י "התרת עצמנו למות" 31

(וואס באווייזט בתוך בנ״י דעם תוקף האמונה פון דעם אידן)

— האט במילא קיין ארט ניט צו זאגן אז דער "עושין לו נס" איז א טייל פון מצות "ונקדשתי".

ו.

ע״פ כל הנ״ל יש לבאר כמה שינויים אין פרש״י לגבי דעם פי׳ התו״כ

(כדלקמן)

— ווייל לויט פרש״י בפשש״מ קומט אויס,

א דריטער אופן

(אופן הממוצע צווישן תו״כ און רמב״ם)

אין דער הגדרה פון מצות קדה״ש.

פון די שינויים בפירוש רש״י:

א)

רש״י ברענגט נאר דעם ערשטן פאל פון תו״כ

("ע״מ הנס אין עושין לו נס")

און איז משמיט דעם פאל "שלא לעשות לו נס עושין לו נס ".

[ובהתאם לזה איז רש״י אויך משנה ביים ברענגען די ראי׳:

(א)

ער ברענגט בלויז די ראי׳ פון חנני׳ מישאל ועזרי׳ 32

— ניט די צווייטע ראי' פון "וכשתפס מריינוס כו"׳

(ווי אין תו״כ).

(ב)

אין דער ראי׳ פון חנני׳ מישאל ועזרי׳ גופא איז רש״י ניט מעתיק אריכות הדיבור

(ווי אין תו״כ),

נאר בלויז דעם חלק וואס זיין תוכן איז אז "לא מסרו עצמם ע״מ הנס"

("והן לא ידיע להוי לך מלכא וגו׳ מציל ולא מציל ידיע להוי לך 33

וגו׳״ 34 )

דאס איז דערפאר וואס די צווייטע ראי׳ און דער ערשטער חלק פון דעם דיבור של הנני׳ מישאל ועזרי׳ — זיינען נוגע צום ענין פון "שלא לעשות לו נס עושין לו נס"

(כנ״ל סעיף ג־ד)

וואס רש״י ברענגט ניט].

ב)

אויך דעם ענין "כל המוסר עצמו ע״מ הנס אין עושין לו נס" זאגט רש״י ניט אלס דבר בפני עצמו

(ווי אין תו״כ),

נאר אלס א טעם אויף דעם וואס ער זאגט פריער "וכשהוא מוסר עצמו ימסור עצמו ע״מ למות — ש כל

(ניט " ו כל")

המוסר עצמו כו"׳ 35 .

וואס נוסף אויף דעם שינוי לגבי תו״כ — איז אויך בעצם הענין ניט מובן: ווי שיקט זיך צו זאגן,

אז דער טעם אויף "ימסור עצמו ע״מ למות" איז

(דער צד השלילי)

"שכל המוסר עצמו ע״מ הנס אין עושין לו נס ״ — ניט נאר איז דער ענין

("אין עושין לו נס")

ניט נותן טעם פארוואס ער זאל זיך מוסר זיין "ע״מ למות",

נאר אדרבה,

דאס ברענגט ארויס דעם היפך,

אז בהעלם איז דא א מחשבה פון "לעשות לו נס"!

ז.

וי״ל דעם ביאור אין דעם:

ס׳האט זיך גערעדט פריער,

אז לויטן תו״כ איז דער נפעל

("ונקדשתי")

א טייל פון גוף המצוה פון קדה״ש,

אזוי אז דער "

(שלא לעשות לו נס)

עושין לו נס" איז נוגע אויך צו דער ידיעה וכוונת האדם בעת קיום המצוה — ער דארף וויסן אז דער אויבערשטער קען אים מציל זיין און אז דערמיט וועט זיך אויפטאן די שלימות פון קדה״ש

(ובמודגש אין די ראיות פון תו״כ,

כנ״ל).

אבער אין פשש״מ לייגט זיך ניט צו זאגן,

אז דער קדה״ש וואס קומט דורך נס ההצלה ע״י הקב״ה זאל זיין א חלק פון מצות קדה״ש של האדם ; נאר די מצוה איז

( ע״ד הנ״ל ס״ה בשיטת הרמב״ם)

— פעולת האדם,

" מסור עצמך וקדש שמי".

די מצוה פון קדה״ש איז דער "קדש שמי" וואס ווערט אויפגעטאן דורכן "מסור עצמך" של האדם 36

(אז בשעת מען זעט ווי א איד איז גרייט אויף מסירת נפש,

ווערט שמו ית׳ נתקדש בעולם* 36 ).

[ומהאי טעמא ברענגט ניט רש״י דעם ענין פון "שלא לעשות לו נס עושין לו נס״

(מיט די ראיות וכו',

ווי אין תו״כ)

— ווייל לויט פרש״י באשטייט ניט דער קיום המצוה של האדם אין דעם אז דער אויבערשטער זאל מקדש זיין שמו נאכמער דורך עשיית הנס].

אי,

די תורה זאגט "ונקדשתי" לשון נפעל — פון וועלכן ס׳איז משמע אז דער קידוש ש״ש וואס דער אויבערשטער מאכט

(ע״י עשיית הנס)

איז יע שייך צו מצות קדה״ש — איז רש״י מפרש,

אז דאס קומט לערנען נאך א הוספה 37

אין דעם " מסור עצמך" של האדם,

אז עס דארף זיין באופן פון "ימסור עצמו ע״מ למות ":

לולי דעם אויפטו וואלט מען געקענט מיינען,

אז ווען איינער איז זיך מוסר נפש "ע״מ הנס"

(ער האפט און איז זיך סומך אז דער אויבערשטער וועט מאכן א נס און אים ראטעווען)

— פעלט לגמרי ניט אין דעם קידוש שם שמים

("קדש שמי"),

ווארום כלפי חוץ איז ניט ניכר זיין כוונה,

די וואס שטייען דערביי זעען נאר זיין מעשה ,

אז ער איז זיך מוסר להריגה — דער חסרון דא איז נאר וואס ער טוט די מצוה שלא לשמה בטהרתה.

אויף דעם זאגט דער פסוק ״ ונקדשתי ״ — אז אויך דער קידוש ש״ש ע״י פעולת הקב״ה איז שייך צום מצות קדה״ש,

און דערפאר — "וכשהוא מוסר עצמו ימסור עצמו ע״מ למות

(ווייל אויב ניט,

שטערט ער כביכול אז דער אויבערשטער זאל מקדש זיין שמו ע״י נס,

ווארום)

שכל המוסר עצמו ע״מ הנס אין עושין לו נס ".

קומט אויס,

אז די הדגשה אין פרש״י איז היפך פון הדגשת התו״כ: לויטן תו״כ לערנט מען אפ פון "ונקדשתי" אז די מצוה פון קדה״ש איז כולל די ידיעה אז "עושין לו נס",

דער אויבערשטער קען אים מציל זיין און דורכדעם וועט זיין א שלימות׳דיקער "ונקדשתי"; לויט רש״י לערנט מען אפ פון "ונקדשתי" דעם היפך — אז די כוונת האדם דארף זיין " ע״מ למות "

(כדי ניט "שטערן" כביכול,

די אפשריות פון "ונקדשתי" בגילוי ובמוחש).

ח.

ע״פ הנ״ל יומתק נאך א שינוי צווישן תו״כ און פרש״י — אין תו״כ איז דער לשון "

(כל המוסר עצמו כו׳)

ושלא לעשות לו נס ",

משא״כ אין פרש״י שטייט

("ימסור עצמו)

ע״מ למות ":

לדעת התו״כ,

אז בא אים דארף

(אויך)

זיין די ידיעה אז דער אויבערשטער קען מאכן א נס און אים מציל זיין

(כדי עס זאל ארויסקומען א פולקאמער קידוש השם),

קומט אויס,

אז זיין מסירה איז ניט מיט דער פולשטענדיקער מטרה וכוונה ״ ע״מ למות ״ 38

— ס׳איז נאר אז ער מצדו איז גרייט און איז מוסר עצמו אפילו ווען דער אויבערשטער וועט ניט מאכן קיין נס

(צו אויפטאן די שלימות פון קידוש השם)

— " ושלא לעשות לו נס ";

משא״כ לויט רש״י ווערט אפגעלערנט פון "ונקדשתי" אז "כשהוא מוסר עצמו ימסור עצמו ע״מ למות ״ — ניט טראכטנדיק כלל וועגן דער הצלה וואס דער אויבערשטער קען מאכן.

ט.

ויהי רצון אז דורך דעם עסק אין הלכות קדה״ש זאל מען זוכה זיין בקרוב ממש צו דעם ביטול הגלות — וואס דער עצם ענין הגלות איז כמקרא מלא שדיבר הכתוב "שמי מחולל בגוים" 39 ,

דער היפך פון קדה״ש;

און עס ווערט דער שלימות׳דיקער "ונקדשתי" לעיני כל העמים,

"וקדשתי את שמי הגדול ..

וידעו הגוים כי אני ה'" 39-

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ אמור תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.