א.
בנוגע דעם ציווי פון "מדות ומשקלות"
(בפרשתנו 1 )
— ביי וועלכן די תורה זאגט "
(לא תעשו עול במשפט במדה גו׳ מאזני צדק גו׳)
אני ה״א אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים״ —
ברענגט דער רמב״ם 2
(פון תורת כהנים 3 )
: וכל הכופר במצות מדות
ככופר ביציאת מצרים שהיא תחילת הציווי.
וכל המקבל עליו מצות מדות הרי זה מודה ביציאת מצרים שהיא גרמה לכל הצוויין.
וואס איז די שייכות פון "מצות מדות" דוקא צו יציאת מצרים?
איז מבאר דער מגיד משנה 4
אז "השוקל במדה חסירה הוא כעובר
עבירה בסתר ..
שהוא כופר בהשגחה 5
..
ויצי״מ היו בה מופתים מחודשים והם מורים על החדוש ועל ההשגחה".
מען דארף אבער פארשטיין: אויך גניבה איז ״כעובר עבירה בסתר ..
שהוא כופר בהשגחה",
וכמפורש בחז״ל 6
אז דער חומר פון גניבה לגבי גזילה איז מצד דעם וואס "כביכול עשה עין של מטה כאילו אינה רואה ואוזן כו׳ אינה שומעת״ — און אעפ״כ שטייט ניט ביי כללות איסור גניבה אז "הכופר ב
(מצות)
גניבה ככופר ביציאת מצרים";
ועד״ז כללות איסור אונאה
[וואס אויך "מצות מדות" ווערט " נכלל 7
בכלל לא 8
תונו איש את עמיתו"]
איז תוכנו וואס מען נארט אפ דעם צווייטן,
ובמילא איז עס
(פונקט ווי "מצות מדות")
"כעובר עבירה בסתר ..
שהוא כופר בהשגחה" 9 .
ועד״ז ביי נאך כו״כ מצות וועלכע זיינען עבירות בסתר 10
—
והדרא קושיא לדוכתא: וואס איז דער ענין מיוחד פון מצות מדות,
וואס דוקא ביי איר 11
ווערט געזאגט "הכופר במצות מדות ככופר ביצי״מ"?
ב.
אויך דארף מען פארשטיין לשון הרמב״ם — "וכל הכופר במצות מדות ככופר ביצי״מ שהיא תחילת 12
הצווי וכל המקבל כו׳ מודה ביצי״מ שהיא גרמה 12
לכל הצוויין ":
אט די ווערטער
("שהיא תחילת הצווי",
"שהיא גרמה לכל הצוויין")
שטייען ניט אין תו״כ
(מקור הרמב״ם),
זיי זיינען א הוספה של הרמב״ם.
איז תמוה לכאורה: צי דען דארף דער רמב״ם מחדש זיין אז די גרויסקייט פון יציאת מצרים באשטייט "שהיא תחילת הצווי..
היא גרמה לכל הצוויין"?
! דער רמב״ם האט געקאנט זאגן בלויז
(ווי אין תו״כ)
"ככופר ביציאת מצרים"; "מודה ביצי״מ"?
ולאידך,
יצי״מ האט אויפגעטאן כו״כ ענינים כלליים,
און דא קלייבט אויס
דער רמב״ם דוקא אט דעם ענין — וואס יצי״מ איז "תחילת הצווי",
"גרמה לכל הצוויין".
מפרשים 13
זאגן,
אז דאס וואס "הכופר במדות ..
חשבינן לי׳ ככופר ביצי״מ" איז "מטעם שהיא תחלת כל הציווים וכל המצות שצוה לנו ה׳ מסתעפים מיצי״מ וא״כ זה הכופר במדות שהוא סעיף מיצי״מ ככופר בה".
אבער לכאורה איז דאס א דוחק,
ווייל דער זעלבער ענין
(וואס "מדות" איז א "סעיף מיציאת מצרים")
איז דא ביי יעדן ציווי פון תורה 14 .
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
די גמרא 15
זאגט אז דער "לאו דכתב רחמנא במשקלות"
(כאטש אז "גזל 16
מעליא הוא״)
טוט אויף — "לעבור עליו משעת עשיי ׳".
און ווי דער רמב״ם 17
פסק׳נט ״כל מי שמשהה בביתו ..
מדה חסרה ..
עובר בל״ת",
ועד״ז ביי דער מ״ע זאגט דער רמב״ם 18
"מ״ע לצדק
המאזנים כו׳ יפה יפה ולדקדק בחשבונן בשעת עשייתן — דער איסור פון מדות ומשקלות חסרות,
איז ניט מתחיל פון חסרון ממון של חבירו ,
נאר גלייך ביי העשי׳
(ושהי׳ בביתו)
פון א מדה חסירה.
[ועפ״ז איז אויך מובן נאך א חידוש וואס מען געפינט ביי מדות ומשקלות,
ובלשון הרמב״ם 19
— "התורה הקפידה על המדות בכל שהוא "
("אע״פ שבשאר גזילות לא הקפידה התורה אלא בפרוטה" 20 )
— ווייל דער איסור פון מדות ומשקלות איז ניט
(בלויז)
דער חסרון ממון של חבירו,
נאר די עצם מציאות פון דער מדה חסירה].
ויש לומר,
אז דער טעם הדבר איז ניט נאר ווייל פון דער מציאות פון א מדה חסירה בבית קען ארויסקומען א מכשול 21
(עס קען ברענגען צו א חסרון ממון של חבירו),
נאר אויך ווייל די עצם
המציאות פון דער מדה חסירה כשלעצמה 22
איז אן איסור חמור 23 .
די הסברה אין דעם:
דער חילוק צווישן מדות ומשקלות און אנדערע אופני גניבה ואונאה איז:
ביי אנדערע אופני גניבה ואונאה איז ביים גנב פאראן בלויז איין רצון,
ער טוט א פעולה דורך וועלכער ער נעמט צו ממונו של חבירו;
משא״כ ביי מדות ומשקלות זיינען דא צוויי תנועות
(הפכיות)
: די עצם זאך וואס ער איז מודד ושוקל לחבירו איז אן אויסדרוק פון א הנהגה של רעכענען זיך מיט חבירו,
ער טוט א פעולה וואס באווייזט א רצון אויף ניט צו בא׳־ עוולה׳ן את חבירו 24
; וביחד עם זה,
מאכט ער א "מדה חסירה ״ — אז די זעלבע פעולת המדידה זאל בריינגען גניבת ממון חבירו!
און דערפאר אסר׳ט תורה די עצם עשי׳
(ושהי׳)
פון א מדה חסירה
(אפילו ווען בפועל וועט א צווייטער ניט בא'-עוולה׳ט ווערן עי״ז,
כנ״ל)
— ווייל דער תוכן פון ״מצות מדות״ איז — צו שולל זיין אט די ערמומיות 25
אין דעם אדם כלפי זיך * 25 .
ד.
לויט דעם ביאור אין דעם חומר פון "מצות מדות" וועט אויך ווערן גלא־ טיק דער לשון "כל הכופר במצות מדות״ — דלכאורה:
לויטן פירוש הנ״ל פון מגיד משנה
(אז ״השוקל במדה חסירה ..
כופר בהשגחה")
וואלט לכאורה מער געפאסט דער לשון "כל שאינו נזהר במצות מדות",
אדער "אינו מקבל עליו"
(כהמשך לשון הרמב״ם 26
"וכל המקבל עליו כו׳ מודה כו׳")
וכיו״ב 27
; ווי פאסט דער לשון " הכופר במצות מדות",
וואס מיינט
(בפשטות)
אז ער לייקנט אין דער מצוה ,
ד.
ה.
ער לייקנט אז דער אויבער־ שטער האט אנגעזאגט אויף מדות?
ע״פ הנ״ל יש לפרש דעם לשון ״הכופר במצות מדות״ — אז ער לייקנט
אין דעם תוכן מיוחד
(הנ״ל)
פון "מצות מדות".
אוודאי גלויבט ער אז דער אויבערשטער האט גע׳אסר׳ט גניבת ממון חבירו; ער לייקנט אבער אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אויף דער עצם עשי׳
(ושהי׳)
פון א מדה חסירה 28
(אפילו לולא חסרון ממון חבירו)
מצד דער ערמה שבלבו.
און אויף דעם זאגט דער רמב״ם 29
"וכל הכופר במצות מדות ככופר ביציאת מצרים ״ — ווייל דער ענין פון יציאת מצרים איז — לויט שיטת הרמב״ם — פארבונדן דערמיט וואס דער אויבערשטער איז מעניש אויף ענינים שבין אדם לחבירו ניט נאר מצד דעם היזק של חבירו,
נאר מצד דעם עצם רוע הלב של המזיק כשלעצמו.
כדלקמן.
ה.
אין הלכות תשובה 30
רעדט דער רמב״ם באריכות וועגן דעם "עיקר גדול ..
עמוד התורה״ 31
— "שאין הבורא כופה בני האדם ולא גוזר עליהן לעשות טובה או רעה" 31 ,
און איז מבאר אז דעם אויבערשטנ׳ס ידיעה איז ניט מכריח בחירת האדם.
דערנאך,
בהמשך הדברים 32 ,
פרעגט דער רמב״ם: "והלא כתוב בתורה 33
ועבדום וענו אותם הרי גזר על המצריים לעשות רע,
וכתיב 34
וקם העם הזה וזנה אחרי אלהי נכר הארץ הרי גזר על ישראל לעבוד כו״ם",
און פאר־ ענטפערט: "שלא גזר על איש פלוני הידוע שיהי׳ הוא הזונה אלא כל אחד ואחד מאותן הזונים ..
אילו לא רצה לעבוד לא הי׳ עובד ..
וכן המצריים כל אחד ואחד מאותן המצירים והמריעים לישראל אילו לא רצה להרע להם הרשות בידו שלא גזר על איש ידוע אלא הודיעו שסוף זרעו עתיד להשתעבד בארץ לא להם"
[און דערנאך פירט ער אויס 35
: "וכבר אמרנו 36
שאין כח באדם לידע היאך ידע הקב״ה דברים העתידין להיות"].
דער ראב״ד 37
איז אויף דעם משיג און זאגט,
אז אויב "יאמר הבורא לזונים למה
זנית ואני לא הזכרתיך בשם כדי שתאמר שעליך גזרתי יאמרו לו הזונים ועל מי חלה גזרתך על אותן שלא זנו הנה לא נתקיימה גזרתך".
און בנוגע מצרים פארענטפערט ער 37
(בתירוץ השני)
"כי הבורא אמר וענו אותם והם עבדו בהם בפרך והמיתו מהם וטבעו מהם כענין שנאמר 38
אני קצפתי מעט והם 39
עזרו לרעה לפיכך נתחייבו".
פון דעם וואס דער רמב״ם נעמט ניט אן דעם תירוץ פון ראב״ד איז מובן דעת הרמב״ם,
אז אלץ וואס די מצריים האבן געטאן איז געווען בכלל גזירת הקב״ה "ועבדום וענו אותם".
ובנוגע דער שאלה פון ראב״ד 40
(אז די "זונים" קענען טענה׳ן צום אויבערשטן אז דורך זיי ״נתקיימה גזרתך״)
— יש לומר לויט ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין אגרת הקודש 41
בנוגע יעדן מזיק וניזק,
אז "על הניזק כבר נגזר מן השמים ",
און דאס וואס דער מזיק איז "מתחייב בדיני אדם ובדיני שמים" איז עס " על רוע בחירתו ",
ווייל "הרבה שלוחים למקום".
ד.
ה.
אע״פ וואס לפועל,
איז לאחרי ווי דער מזיק האט בוחר געווען צו מזיק זיין דעם צווייטן,
פירט זיך דורך גזירת שמים דורך אים ,
איז דאס כלל ניט קיין טעם אויף פטר׳ן אים פון אן עונש,
ווייל ער האט ניט געמוזט זיין דער שליח צו טאן דעם מעשה ההיזק
(והרבה שלוחים למקום),
און דערפאר ווערט ער נענש — "על רוע בחירתו".
ועד״ז בעניננו: וויבאלד אז גזירת הקב״ה "ועבדום וענו אותם" וואלט גע־ קענט דורכגעפירט ווערן דורך אנ־ דערע,
איז "כל אחד ואחד מאותן המצי־ רים והמריעים לישראל" נענש געווארן "על רוע בחירתו".
קומט במילא אויס,
אז דער עונש
(מכות)
אויף די מצריים איז ניט מצד דעם "היזק" וואס די אידן האבן פון דעם געליטן
— אויף אידן איז שוין סיי־ווי נגזר געווארן אז זיי זאלן דורכגיין דעם עינוי פון ״ועבדום וענו אותם״ —
נאר אויף "רוע בחירתם",
אויף דער רשעות הלב 42
של המצריים,
וואס זיי האבן בוחר געווען צו זיין מצירים לישראל
(ובמילא איז דורך זיי דורכגעפירט געווארן די גזירה) 43 .
ו.
ולכאורה יש להוסיף בזה,
וב-הקדים:
דער ביאור הנ״ל פון רמב״ם בנוגע דער גזירה פון "ועבדום וענו אותם" איז לכאורה א תירוץ מספיק נאר אויף די מצריים ,
וויבאלד אז יעדער מצרי פרטי האט געהאט די ברירה ניט צו מציר זיין אידן און די גזירה וואלט זיך דורכ־ געפירט דורך אנדערע;
אבער בנוגע צו פרעה מלך מצרים
[וואס וועגן אים רעדט דער רמב״ם אין א פריערדיקער הלכה 44 ,
אז "חטא מעצמו תחלה והרע לישראל הגרים בארצו" און דערנאך איז געווען עונשו "למנוע התשובה ממנו עד שנפרע ממנו״]
— איז ניט שייך ענטפערן אזוי,
ווייל גזירת הקב״ה "ועבדום וענו אותם" האט געמוזט דורכגעפירט ווערן ע״י דעם מלך המדינה וועלכער זאל גוזר זיין על עמו צו משעבד זיין אידן 45 .
קומט אויס,
אז מצד גזירת "ועבדום וענו אותם" איז פרעה
(עכ״פ)
געווען מוכרח צו משעבד זיין אידן 46 .
מוז מען זאגן,
אז כאטש די גזירה האט זיך געמוזט דורכפירן ע״י פרעה — פונ־ דעסטוועגן,
וויבאלד אז פרעה האט עס געטאן ניט כדי לקיים גזירת הקב״ה "ועבדום וענו אותם",
נאר מצד זיין רשעות הלב,
איז ער נענש געווארן "על רוע בחירתו" 47 .
[ וע״ד ווי מ׳איז מעניש דעם אדם על רוע בחירתו,
כאטש "הקב״ה יודע כל מה שיהי"׳ 48 ,
ווייל דאס וואס דער מענטש איז בוחר ברע איז ניט מצד ידיעת הקב״ה נאר מצד זיין בחירה 49 ].
קומט אויס,
אז בנוגע צו פרעה׳ן ,
וואס די גזירה פון ,
ועבדום וענו אותם" איז מלכתחילה געווען אויסגעשטעלט אז זי זאל דורכגעפירט ווערן דורך אים,
איז זיין עונש כולו 50
פארבונדן מיט זיין רשעות הלב 51 .
ז.
ע״פ הנ״ל בתוכן האיסור פון "מצות מדות",
יש לבאר פארוואס דער רמב״ם קלייבט אויס דוקא דעם ענין אין יצי״מ ״שהיא תחילת הצווי״ — ווייל דערמיט דייטעט ער אן דעם חומר מיוחד פון "מצות מדות" לגבי אנדערע איסורי גניבה וכו':
דער טעם הדבר וואס די תורה אסר׳ט במיוחד די עצם עשי׳
(ושהיית)
פון א מדה חסירה — איז ווייל די ערמה בלבו של אדם איז דער שורש והתחלה פון אלע אנדערע עניני גניבה.
די התחלה פון גניבה ואונאה איז בזה,
וואס איידער ער איז אראפגעפאלן עד
כדי כך צו וועלן גנב׳נען ביים צווייטן,
וויל ער נאר מודד ושוקל זיין לחבירו מיט א חשבון — נאר
(אן דיוק)
ער מישט אריין ניט ערלעכקייט,
צו מודד זיין מיט א מדה חסירה.
און דערנאך איז ער יורד מדחי אל דחי ביז צו אונאה וגניבה,
ביי וועלכע ס׳איז מלכתחילה פאראן בלויז איין רצון — צונעמען ממון חבירו שלא כדין.
און דערפאר,
פארגלייכנדיק "מצות מדות" מיט "יציאת מצרים"
(מצד דער נקודה משותפת בהם,
כנ״ל סעיף ד־ה),
איז דער רמב״ם מדגיש דעם ענין אין יצי״מ "שהיא תחילת הצווי",
צו ארויס־ ברענגען ווי דא רעדט זיך וועגן ענינים וועלכע זיינען "תחלה"; מצות מדות וואס איז די "תחלה" פון די ציווים פון גניבה ואונאה,
האט אין זיך די זעלבע "תכונה" פון "תחלת הציווי" דכל התורה — יציאת מצרים.
ח.
בעומק יותר
(וע״ד המוסר)
יש להוסיף,
אז ״תחילת הצווי״ — דער יסוד פון כל התורה כולה — איז פארבונדן מיט דער זהירות אין "מצות מדות".
און ווי ס׳איז אויך מרומז בדברי המדרש 52
אז "על עון זה
(בשביל משקלות)
בא עמלק"
[ווי מ׳לערנט עס אפ דערפון וואס די תורה איז מסמיך
(בפ׳ תצא)
פרשת עמלק צו פרשת משקלות
("לא 53
יהי׳ לך גו׳ אבן ואבן גו׳ איפה ואיפה גו״׳)]
— וואס עמלק איז געקומען " בדרך בצאתכם ממצרים " 54 ,
אין די הכנה־טעג צו קבלת התורה,
ווייל עמלק איז " ראשית גוים" 55 ,
דער שורש והתחלה פון אלע עניני התנגדות אויף תורה.
ולכאורה: וואס איז אזוי דער "געוואלד" פון עון משקלות,
ביז אז צוליב דעם זאל זיין "ויבא עמלק" 56 ?
איז דערפון גופא מוכח,
אז עון משקלות איז נוגע צום קיום פון כל התורה כולה.
ט.
די הסברה אין דעם:
אידן זיינען דאך "בנים אתם לה׳ אלקיכם" 57 ,
"חלק ה׳ עמו" 58 .
ווי איז מעגלעך אז דער יצר הרע זאל קענען איינריידן א אידן צו באגיין א חטא?
איז דער ענטפער אויף דעם — עון משקלות: דער יצר הרע קומט ניט מלכתחילה צו א אידן אז ער זאל מורד זיין בהקב״ה,
נאר היום אומר לו 59
כו׳ — ער פרואווט מאכן א חסרון אין זיין "מדה".
ער איז מסכים אז מען דארף זיך פירן
(בכללות)
מיט א "מדה",
לויט די מדות והגבלות פון שולחן ערוך; ער טענה׳ט אבער אז עס מאכט ניט אויס אויב די מדה זאל זיין א "חסירה"
(ובפרט אויב ס׳איז בלויז א חסר כלשהו).
נאך מער: ער איז אפילו מסכים אז דער איד זאל האבן אן "אבן
(משקל)
שלימה וצדק" 60
: ער טענה׳ט אבער אז אין צוגאב צו דער "אבן שלימה",
זאל ער האבן נאך אן אבן ניט קיין שלימה — "אבן ואבן גו׳ איפה ואיפה גדולה וקטנה" 61 .
ער טענה׳ט אז ביי אידן זיינען פאראן צוויי ״מדות״ — בנוגע צו עניני הנשמה,
די ענינים רוחניים של האדם,
איז דארטן טאקע נוגע אז די "מדה" זאל זיין בדיוק לויט די מדות והגבלות פון שו״ע: בשעת אבער עס האנדלט זיך וועגן עניני הגוף,
די צרכים גשמיים של האדם — דארטן מעג מען צופאסן די "מדה",
אז זי זאל זיין בהתאם מיט די "מדות" פון דרכי העולם,
ביז אז כנ״ל,
"
(היום אומר לו עשה כך כו׳ עד ש)
אומר לו עבוד ע״ז".
און דערפאר איז עון משקלות פאר־ בונדן מיט "ויבא עמלק״62 _ ווייל תחילת "ביאתו" של
(קליפת)
עמלק אין א אידן איז ניט א תנועה פון מרידה גלוי ׳ נגד ה׳,
נאר וואס ער ווארפט אריין ספיקות — עמלק בגימטריא ספק 63
[וכמרומז אין דעם וואס "ויבא עמלק" איז געווען פארבונדן מיטן חטא פון אידן — "נסותם את ה׳ לאמר היש ה׳ בקרבנו אם אין" 64 ,
אן ענין של ספק ].
און דער ספק — דער העדר תוקף האמונה
(וועלכע נעמט דורך אלע טיילן פון מענטשן בשווה)
— איז "ראשית
גוים",
דער שורש והתחלה פון אלע ענינים רעים.
און דעריבער,
דורך דעם וואס מ׳איז זהיר אין מדות ומשקלות — מ׳האט נאר איין און איינציגע "איפה שלימה וצדק" פאר כל עניני האדם — ברענגט עס צו
קיום כל התורה כולה,
ובלשון הרמב״ם: וכל המקבל עליו מצות מדות ה״ז מודה ביציאת מצרים שהיא גרמה לכל הצוויין.
(משיחות ש״פ וישב תשמ״ו,
פורים תשכ״ב)