א.
אין הלכות תשובה זאגט דער רמב״ם 1
: שעיר המשתלח מכפר על כל עבירות שבתורה הקלות והחמורות,
בין שעבר בזדון בין שעבר בשגגה,
בין שהודע לו בין שלא הודע לו הכל מתכפר בשעיר המשתלח,
והוא שעשה 2
תשובה,
אבל אם לא עשה תשובה אין השעיר מכפר לו אלא על הקלות כו׳.
פרעגט דער כסף משנה
(ובפרטיות יותר — דער לחם משנה)
: אין גמרא 3
איז - מבואר אז דאס וואס דער שעיר המשתלח איז מכפר אן תשובה איז נאר לדעת רבי,
וואס ער האלט אז "על כל עבירות שבתורה בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה יום הכפורים מכפר",
והיינו אז לויט רבי איז יוהכ״פ
(אליין)
מכפר ניט נאר אויף קלות
(עשה ול״ת)
נאר אויך אויף חמורות; דאקעגן לויט די רבנן,
אז יוהכ״פ איז מכפר דוקא מיט תשובה,
קומט אויס אז אן תשובה איז דער שעיר המשתלח ניט מכפר אפילו אויף קלות.
און דער רמב״ם פסק׳נט ווי די רבנן,
ווי ער זאגט אין דער הלכה גופא אז שעיר המשתלח איז מכפר
(אויף חמורות)
נאר דאן ווען "עשה תשובה" — און אזוי פסק׳נט ער אין דער הלכה שלאח״ז 4
"ועצמו של יום הכפורים מכפר לשבים
(דוקא)
״ — און דא פסק׳נט דער רמב״ם אז שעיר המשתלח איז מכפר אויף קלות אן תשובה?
פון די מפרשי הרמב״ם איז משמע — און לכאורה איז אזוי די משמעות אין גמרא — אז בנוגע דער פלוגתא פון רבנן און רבי איז ניטא קיין חילוק צווישן "שעיר המשתלח" און "עצמו של יום" 5
; פון די פסקי הרמב״ם איז אבער משמע,
אז ער איז מחלק ביניהם
(אויך ביים פסק׳נען ווי די רבנן)
:
אין הלכה הנ״ל פסק'נט דער רמב״ם,
אז שעיר המשתלח איז מכפר על הקלות אפילו אן תשובה 6 ,
און אין דער הלכה שלאח״ז זאגט ער,
אז "עצמו של יום הכפורים מכפר לשבים
(דוקא)
",
וואס דערפון וואס ער איז סותם און איז ניט מחלק בין חמורות לקלות איז משמע בפשטות אז עס פאדערט זיך תשובה אויך ביי קלות,
ביי
(מ״ע ו)
ל״ת שאין בהן כרת 7
— בנוגע עצמו של יום.
איז אה״נ,
אז לפ״ז איז שוין ניט אזוי שווער קושיא הנ״ל — ווייל לפי דעת רבנן איז "עצמו של יום" בכל אופן ניט מכפר אן תשובה,
און אעפ״כ איז דער שעיר יע מכפר אויף עבירות קלות אויך אן תשובה 8
— אבער ס׳איז נאך אלץ ניט מובן הא גופא 9
: וואס איז דער טעם החילוק?
ב.
אויך דארף מען פארשטיין דעם לשון הרמב״ם אין דער הלכה הנ״ל: "בזמן הזה 10
שאין בית המקדש קיים ואין לנו מזבח כפרה אין שם אלא תשובה,
התשובה מכפרת על כל העבירות אפילו כו׳" און ער פירט אויס די הלכה "ועצמו של יום הכפורים מכפר לשבים כו׳".
ולכאורה,
וויבאלד דער רמב״ם איז מדגיש בתחילת ההלכה אז "בזמן הזה כו׳ אין שם אלא תשובה ",
איז ווי שטימט עס דערמיט וואס ער זאגט בסיום ההלכה "ועצמו של יום הכפורים מכפר"?
בפשטות לערנט מען,
אז מיט תחילת ההלכה וסיומה מיינט דער רמב״ם צוויי באזונדערע סוגים: מיט "בזמן הזה כו׳ אין שם אלא תשובה" איז כוונתו אז בזמן הזה איז ניטא קיין אנדער אופן של כפרה דורך מעשה האדם נאר סיידן דורך זיין טאן תשובה,
ניט ווי בזמן הבית,
ווען די כפרה קומט דורך כמה אנדערע פעולות ודברים המכפרים — חטאות ואשמות,
מלקות ומיתות ב״ד,
שעיר המשתלח,
ווי דער רמב״ם זאגט אין די פריערדיקע הלכות.
משא״כ בסיום ההלכה רעדט דער רמב״ם וועגן דאס וואס יוהכ״פ איז מכפר ניט
(דורך)
מעשה האדם,
נאר מצד דעם יום עצמו — " עצמו של יום הכפורים מכפר".
און דערפאר איז זיי דער רמב״ם ניט מצרף ביחד.
ס׳איז אבער ניט אינגאנצן גלאטיק בלשון הרמב״ם — " אין שם אלא תשובה",
לכאורה האט ער געדארפט זאגן "אין להאדם אלא תשובה" וכיו״ב,
וואס וואלט ארויסגעבראכט ווי ס׳איז ניטא קיין אנדער כפרה וואס דער מענטש קען אויפטאן; דער לשון " אין שם אלא תשובה" איז משמעו 11 ,
אז ס׳איז ניטא קיין אנדער מציאות פון כפרה 12 ?
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם דעם שינוי בלשון הרמב״ם בנוגע יוהכ״פ — "ועצמו של יום הכפורים מכפר לשבים ",
און זאגט ניט "מכפר עם התשובה" 13
וכיו״ב
(ע״ד ווי ער זאגט ביי שעיר המשתלח "והוא שעשה תשובה").
ויש לומר אז דערמיט איז דער רמב״ם מדגיש דעם גדר הכפרה פון יוהכ״פ און מיט וואס די כפרת יוהכ״פ איז אנדערש פון כפרת התשובה,
וואס רעדט זיך אין דער הלכה:
די כפרה פון תשובה
(שבפרק זה 14 )
איז ביחס החפצא,
אויף די עבירות — "תשובה מכפרת על כל העבירות "; און דאס וואס "עצמו של יוהכ״פ מכפר״ איז דאס
(ניט אויף די עבירות,
נאר)
— ״ לשבים ״ — אויף דעם גברא.
אוו עפ״ז איז מובן וואס דער רמב״ם פאנגט אן די הלכה "בזמן הזה כו׳ אין שם אלא תשובה״ — און איז ניט מצרף יוהכ״פ מיט דעם: די אלע אופני כפרה,
וואס דער רמב״ם רעכנט פריער,
רעדן וועגן כפרה אויף עבירות — און דאס איז כולל אויך די כפרה פון שעיר המשתלח וואס איז "מכפר על כל עבירות שבתורה",
אויף דער חפצא; און אין דעם איז דער רמב״ם ממשיך "בזמן הזה כו׳",
אז פון די ענינים וועלכע זיינען מכפר אויף עבירות איז "אין שם אלא תשובה,
התשובה מכפרת על כל העבירות ",
ובמילא האט ניט קיין ארט מצרף זיין מיט דעם די כפרת יוהכ״פ,
וועלכע איז ניט אויף עבירות נאר אויפן גברא.
[ועפ״ז יומתק וואס דער רמב״ם דערמאנט ניט דעם פרט פון "עצמו של יוהכ״פ מכפר" בשייכות צו זמן הבית
(נאר בלויז בזמן הזה)
:
אע״פ אז אויך בזמן הבית איז דא 15
(לויט כמה מפרשים 16 )
כפרת האדם מצד "עצמו של יוהכ״פ מכפר",
איז עס אבער ע״ד ווי "בכלל מאתים מנה": בזמן הבית איז דער עיקר הכפרה דורך דעם שעיר המשתלח,
אין א גרעסערן און שטארקערן אופן,
היות אז דער שעיר איז מכפר ומבטל די חטאים גופא; נאר "בזמן הזה שאין בית המקדש קיים ואין לנו מזבח כפרה",
איז געבליבן פון כפרת יוהכ״פ דער "עצמו של יוהכ״פ מכפר"].
ד.
עפ״ז יש לומר,
אז דאס וואס דער רמב״ם זאגט "ועצמו של יום הכפורים מכפר לשבים ״
(בלשון סתמי)
— און ניט ״מכפר עם התשובה״
(וכיו״ב)
— איז ווייל דא איז ניט כוונתו אז דער מענטש טוט תשובה אויף א חטא מסויים,
אויף דער "חפצא"
(וואס תשובה האט באשטימטע גדרים ותנאים,
ווי דער רמב״ם זאגט אין דעם פרק שלאח״ז 17
),
נאר דאס וואס דער מענטש,
דער גברא,
איז א "שב",
ער קערט זיך בכללותו לה׳ 18 .
[ וע״ד ווי דער רמב״ם פסק׳נט אין הלכות שגגות 19
: "אין יוהכ״פ ולא החטאת ולא האשם מכפרין אלא על השבים המאמינים בכפרתן אבל המבעט בהן אינן מכפרין 20
בו".
וואס דערפון וואס דער רמב״ם זאגט "השבים ה מאמינים בכפרתן"
(ניט " ו המאמינים") 21
איז יש לדייק,
אז מיט "שבים" 22
מיינט דער רמב״ם ניט א גדר של תשובה מפורטת אויף די חטאים,
נאר א תנועה כללית פון תשובה,
וועלכע זאגט זיך אויס אין דעם וואס ער איז ניט "מבעט" און איז "מאמין בכפרתן"].
און אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן דער כפרה פון שעיר המשתלח און די כפרה פון יום הכפורים,
וואס "עצמו של יוהכ״פ מכפר":
ביי שעיר המשתלח,
וויבאלד ער פועל׳ט די כפרה "על כל עבירות שבתורה"
[וכלשון הפסוק 23
"ונשא השעיר עליו את כל עונותם גו׳״ — ווי ער זאגט אין פריערדיקן פסוק דעם לשון הוידוי "והתודה עליו את כל עונות בנ״י ואת כל פשעיהם לכל חטאתם ונתן אותם על ראש השעיר"],
ד.
ה.
דער שעיר המשתלח איז מבטל און מעקט אפ די חטאים
(ובלשון רז״ל 24
: "מלבין עונותיהן של ישראל״ 25 )
— פאדערט זיך,
אז צוזאמען מיטן שעיר זאל זיין ענין התשובה
("והוא שעשה תשובה") 26 ,
ווייל דוקא צוזאמען מיט תשובה אויף די חטאים איז דער שעיר בכח צו מכפר זיין "על כל עבירות",
אויך חמורות.
משא״כ יום הכפורים וואס ענינו איז לכפר על האדם ,
דער אויבערשטער איז מוחל ומכפר דעם מענטש
(אויף די חטאים וועלכע ער איז באגאנגען),
ובלשון הכתוב* 26
"כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה׳ תטהרו ",
די כפרה איז "עליכם" וואס דער אויבערשטער איז מטהר דעם אדם גופא —
(וכאילו נאמר,
אז "עצמו של יום" טוט אויף,
אז דער אויבערשטער הויבט ארויס דעם מענטש פון די חטאים,
און ניט פארקערט)
— איז דא ניט נוגע אז ביים אידן זאל די פעולת התשובה זיין מכוון אויף די חטאים באופן ישר ובמפורט,
נאר ער זאל זיין א ״שב״ בכללותו 26
— "לפני ה׳",
וואס דוקא דעמאלט איז "תטהרו",
האט ער די כפרה וטהרה פון יוהכ״פ.
בשעת אבער ביים מענטשן איז ניטא אפילו קיין תנועה פון ״שב״ — א קער צו טאן זיך צום אויבערשטן
[ועאכו״כ אויב ער איז מנגד צו דער כפרה,
ער איז "מבעט" און ניט "מאמין בכפרתו",
כנ״ל בהל׳ שגגות]
— דעמאלט איז אויף אים ניט חל כפרת יוהכ״פ.
און דאס איז כעין וע״ד "אין קטיגור נעשה סניגור" 27 .
און ווי דער ראגאטשאווער 28
איז מבאר מאמר רבא 29 ,
אז אפילו לדעת רבי — וואס "על כל עבירות שבתורה בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה יוהכ״פ מכפר״ — איז אבער "מודה רבי בכרת דיומא",
אז בשעת בא אים איז ניט געווען קיין עינוי יוהכ״פ אדער ער טוט מלאכה,
איז אויף דעם יוהכ״פ ניט מכפר — ווייל וויבאלד דער חטא רירט אן אין יוהכ״פ גופא,
באופן אז יוהכ״פ
(שלילתו)
ווערט ביים חוטא א סיבה וגורם צום חטא,
איז דאך מובן,
אז דער גורם החטא קען ניט זיין דער מכפר — אין קטיגור נעשה סניגור.
ה.
ועפ״ז קומט אויס,
אז פלוגתת רבי ורבנן איז אין דעם כח ואופן הכפרה פון יום הכיפורים:
לדעת רבי האט יוהכ״פ בכח צו מכפר זיין אויף דער חפצא פון די חטאים,
ובדיוק לשון רבי 30
" על כל עבירות שבתורה בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה יום הכפורים מכפר״ — און דעריבער איז יוהכ״פ מכפר אויף אלע חטאים חוץ פון כרת דיומא
(ועד״ז "האומר אחטא ויום הכפורים מכפר" 31 ),
היות 32
אז אין די פאלן איז יוהכ״פ גופא פארבונדן,
אלס סיבה וגורם,
מיט דער חפצא פון די חטאים גופא — און וויבאלד אז ביחס די חטאים איז יוהכ״פ א קטיגור,
איז "אין קטיגור נעשה סניגור".
אבער לדעת רבנן איז יוהכ״פ ניט קיין מכפר אויף די עבירות עצמן,
נאר אויף דעם גברא,
ובדיוק לשון הברייתא 33
(וואס די גמרא זאגט 34
אז דאס איז אליבא דרבי יהודה
(רבנן))
"יכול יהא יוהכ״פ מכפר על שבים ועל שאינן שבים כו׳״ — און ניט
(ווי בלשון רבי)
"בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה כו׳״ —
און דערפאר,
כדי יוהכ״פ זאל מכפר זיין אויף דעם גברא,
דארף ביי אים זיין דער תנאי כללי פון "שב" כנ״ל,
כדי דער גברא זאל ניט זיין אין סתירה וניגוד צו כפרת יוהכ״פ
(ווייל אויב ער וויל ניט בפרת יוהכ״פ — גיט ער ניט קיין ארט אויף דער חלות הכפרה פון יוהכ״פ).
ו.
עפ״ז איז אויך מובן דער חילוק צווישן דער כפרה פון דעם שעיר המשתלח מיט דעם וואס "עצמו של יוהכ״פ מכפר״ — לגבי קלות:
וויבאלד אז שעיר המשתלח איז מכפר ומבטל די "עבירות" עצמן,
איז כמובן,
פאראן אין דעם א חילוק צווישן די סוגי עבירה: ביי עבירות חמורות,
מצד דעם חומר החטא,
איז דער שעיר המשתלח ניט בכח צו מכפר זיין לבדו 35 ,
נאר עס מוז אויך זיין פעולת התשובה,
משא״כ ביי עבירות קלות איז דער שעיר המשתלח יע בכח זיי צו מבטל זיין אויך אן די פעולת התשובה 36 .
אבער דאס וואס "עצמו של יוהכ״פ מכפר לשבים " דוקא,
איז ניט דערפאר וואס בנוגע "אינם שבים" איז דא א חלישות אין כח המכפר פון יוהכ״פ,
נאר ווייל דער מענטש איז "מנגד" צו דער כפרה — וויבאלד ביי אים פעלט
(ניט בלויז מעשה התשובה,
נאר)
אפילו די תנועה כללית פון "שב" לה׳,
איז דערפאר איבערהויפט ניט שייך אז די כפרה זאל ביי אים חל זיין.
און מהאי טעמא איז אין דעם ניטא קיין נפק״מ צווישן קלות וחמורות: דא איז ניט נוגע די איכות החומר פון חפצא של החטאים,
נאר דער מצב הגברא,
אז ער זאל ניט שטיין אין א מצב הסותר ומנגד צו דער כפרה,
כנ״ל 37 .
ז.
ע״פ כל הנ״ל יש להמתיק לשון הרמב״ם אין דער הלכה הנ״ל בהל׳ שגגות: "אין יוהכ״פ כו׳ מכפרין אלא על השבים המאמינים בכפרתן אבל המבעט ..
ביום הכפורים אין יוהכ״פ מכפר עליו״ — דלכאורה:
אין הל׳ שגגות רעדט דער רמב״ם וועגן חיוב קרבנות,
ד.
ה.
בזמן הבית — האט דער רמב״ם געדארפט לכאורה זאגן
(ניט בלשון סתמי " יום הכפורים מכפר",
וואס דער מכוון בפשטות איז "עצמו של יוהכ״פ",
נאר)
במפורש "אין שעיר המשתלח כו׳"
(אדער קרבנות דיוהכ״פ וכיו״ב)
— ווארום בזמן הבית איז דער עיקר כפרה על ידי שעיר המשתלח
(און ניט "עצמו של יום") 38 .
וע״פ הנ״ל יש לומר: דער עיקר גדר הבעיטה איז שייך בשייכות צו יום הכפורים און ניט בנוגע שעיר המשתלח.
ווארום די כפרה שע״י שעיר המשתלח איז ניט תלוי אין דעם גברא פרטי; דער ווידוי פון כה״ג אויף דעם שעיר נעמט ארום ״ כל עונות בני ישראל ",
און ניט ווי די חטאים זיינען פארבונדן מיט א פרטיות׳דיקן יחיד — ובדיוק לשון הרמב״ם "שעיר המשתלח לפי שהוא כפרה על כל ישראל" 39
; ולפ״ז וואלט מצד דעם שעיר המשתלח כשלעצמו בכלל ניט שייך געווען דער גאנצער ענין פון "מבעט" וואס זאל מבטל זיין פעולת כפרת השעיר אויף די עבירות
[ניט ווי ביי חטאת ואשם,
וואס היות זיי זיינען א קרבן — א כפרה אויף דעם איש פרטי,
איז מובן,
אז דורך "מבעט בכפרתן" 40
איז ער סותר ושולל די כפרה פון חטאת ואשם 41 ].
דאס וואס איז יע שייך אז דער ענין פון "מבעט" זאל מבטל זיין די כפרה פון שעיר המשתלח,
איז נאר אלס מסובב פון יום הכפורים* 41
: די פעולת הכפרה פון דעם שעיר איז דאך ניט בגדר כפרה בפ״ע,
ווי א חטאת ואשם,
נאר מצד דעם וואס דאס איז דער שעיר פון יום הכפורים ,
וואס "ביום הזה יכפר עליכם" 42 ,
ובלשון הרשב״א 43
"עיקר כפרתו של שעיר המשתלח משום תוקפו של יוהכ״פ הוא״ — און דערפאר,
אויב ער איז מבעט ביום הכפורים,
וואס דאס איז "תוקפו" פון דעם שעיר,
איז ער במילא מנגד ומבטל די כפרה מצד דעם שעיר 44 .
דוקא בשעת מ׳איז "מאמין בבפרתו" פון יום הבפורים,
איז פאראן כפרת השעיר און ער איז במילא מכפר על כל העבירות.
ח.
דער חילוק צווישן כפרת שעיר המשתלח און כפרת "עצמו של יום" ע״פ פנימיות הענינים — יש לומר:
דורך יעדן חטא ווערט צוויי ענינים: א)
דורך מעשה החטא
(צוזאמען מיט דער תאווה שבזה)
ווערט באשאפן א "קטיגור" 45 ,
עס ווערט אויפגעטאן רע בעולם
(בלשון הקבלה והחסידות: ס׳איז מוסיף חיות אין קליפה).
ב)
עס ווערט א פגם בנפש.
איז כדי צו מבטל זיין דעם קטיגור
(דער נפש וגוף פון דער ״קליפה״ 46 )
— דאס טוט אויף דער שעיר המשתלח 47 ,
וואס איז "מכפר על כל עבירות שבתורה"
(ובעבירות חמורות פאדערט זיך אויך תשובה מיט דעם — אויף מבטל זיין דעם געשמאק וואס ער האט געהאט ביים טאן די עבירה,
וואס האט מוליד געווען דעם נפש הקליפה 46 ),
ובדרך ממילא ווערט נתבטל אויך דער פגם וואס דאס האט אויפגעטאן בנפשו.
דאס אבער וואס עצמו של יום מכפר איז דאס ווייל עס שטעלט אוועק דעם מענטשן אין אזא מדריגה וואס לגבי איר איז ניטא דער גאנצער ענין הפגמים 48 .
די הסברה בזה 49
:
יום הכפורים ווערט נתגלה ביי אידן דער עצמית׳דיקער פארבונד פון זיין עצם הנשמה מיט דעם אויבערשטן.
וואס אט דער פארבונד האט ניט אויף זיך קיינע מדידות והגבלות און איז העכער פון צו קענען זיך אויסדריקן אין וועלכער עס איז תנועה,
אפילו ניט אין דער תנועה פון תשובה.
און די התקשרות קען ניט אויפגעטאן ווערן דורך פעולות און עבודות — ווייל אלע פעולות פון מענטשן ווי הויך זיי זאלן זיין,
האבן זיי דאך אלץ עפעס א מדידה והגבלה,
נאר דאס איז פאראן ביי יעדער אידן בטבע 50 ,
מצד זיין עצם הנשמה,
וואס איז א "חלק אלקה ממעל ממש" 51 ,
און אויך איצט
(בגוף)
איז זי ״חבוקה ודבוקה בך ..
יחידה לייחדך״ 52 .
וויבאלד אז די התקשרות איז העכער פון אלע מדידות און ציורים,
איז פונקט ווי זי קען ניט געשאפן ווערן דורך עבודה,
אזוי קען מען זי אויך ניט שוואכער מאכן אדער פוגם זיין אין איר דורך העדר העבודה אדער דורך עבירות.
אין דער מדריגה פון התקשרות דערגרייכן ניט קיינע פגמים און חטאים.
און דערפאר איז "עצמו של יום הכפורים מכפר",
ווייל יום הכפורים ווערט נתגלה ביי יעדער אידן דער פארבונד פון זיין עצם הנשמה מיט דעם אויבערשטן,
און בשעת עס ווערט נתגלה די מדריגה,
פאלן ממילא אפ אלע פגמים.
אין יענע מדריגות וואו חטאים האבן דערלאנגט און פוגם געווען,
דארף מען אויפטאן א כפרה,
און דאס קומט דורך דעם שעיר המשתלח בצירוף עבודת התשובה;
אבער די כפרה פון יום הכפורים ווערט דורך דעם וואס עס איז מאיר אזא דרגא וואו ס׳איז מלכתחילה ניטא קיין פגם,
כנ״ל — " לפני ה׳ תטהרו".
(משיחת ליל הושענא רבה תשמ״ו)