B"H
🏡

Ikar

אחרי א

א.

פון די ענינים מיוחדים וואס מען געפינט בנוגע דעם סיפור פון "מות שני בני אהרן" 1 ,

איז וואס אין תורה שבכתב גופא איז מפורש די הוראה דערפון למעשה.

— בכלל איז דאך ידוע,

אז יעדער ענין אין תורה אנטהאלט אין זיך א הוראה אין הנהגת האדם; וואס דאס איז דער אפטייטש פון ווארט ״תורה״ —

(לשון)

הוראה 2 .

אבער בנוגע צו ריבוי סיפורים וענינים פון תורה שבכתב דארף מען אנקומען צו תורה שבעל פה אויף צו וויסן אין וואס עס באשטייט די הוראה פון דעם סיפור,

פסוק אדער ווארט;

משא״כ בעניננו,

שטייט אין חומש גופא,

אז אלס תוצאה פון "מות שני בני אהרן" זיינען געקומען צוויי

(הוראות)

ציוויים:

א)

"יין ושכר אל תשת גו׳ בבואכם אל אהל מועד גו׳" 3 ,

ווי רש״י ברענגט בפירושו על התורה 4

(וואס דערפון איז מוכח אז דאס איז פשוטו של מקרא),

אז די אזהרה איז געזאגט געווארן

(גלייך 5 )

נאך מיתת נדב ואביהוא דערפאר וואס "שתויי יין נכנסו למקדש".

ב)

דער ציווי בתחלת פרשתנו 6

— "וידבר ה׳ אל משה אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם גו׳ דבר אל אהרן אחיך ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו'",

ווי רש״י 7

איז מבאר די שייכות פון דעם פסוק "אחרי מות גו׳ בקרבתם גו'" צום ציווי "ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו"׳,

אז דאס איז ווי א רופא וואס איז מזרז א חולה דורך זאגן אים "שלא תמות כדרך שמת פלוני"; און אזוי אויך בעניננו: דער עונש פון די בני אהרן איז געווען צוליבן חטא פון "בקרבתם לפני ה׳ וימותו"

(זיי זיינען אריין אל הקודש אין אן אופן "אשר לא צוה אותם" 8 ),

האט מען דעריבער אנגעזאגט אהרן — "אחרי מות גו׳ ואל יבוא,

שלא ימות כדרך שמתו בניו" 9 .

מען דארף אבער פארשטיין,

וואס מען געפינט אן אונטערשייד צווישן די צוויי ציוויים:

דער ערשטער ציווי — "יין ושכר אל תשת״ — שטייט גלייך

(בפ׳ שמיני)

בהמשך צום סיפור פון מיתת בני אהרן

(און נאכמער: די תורה איז צוליב דעם מפסיק אינמיטן די ציוויים צו אהרן ובניו

(בנוגע יום שמיני למילואים 10 )

אויף צו זאגן דעם ציווי)

;

משא״כ דעם ציווי "אחרי מות גו׳ ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו׳",

זאגט די תורה ערשט בפרשתנו,

און איז פריער מפסיק 11

און א הפסק גדול פון

(בערך)

צוויי און א האלב סדרות: פריער 12

קומען די פרטי דינים פון "תורת הבהמה והעוף וכל נפש החי׳ גו"׳ 13 ,

און דערנאך — די פרטי דיני טומאה פון די סדרות תזריע ומצורע,

און ערשט דערנאך 14

— "וידבר גו׳ אחרי מות גו׳ ואל יבוא גו'" 15 ?

ב.

דאס וואס פרשת אחרי מות

(בכלל)

קומט ערשט נאך "תורת הבהמה והעוף גו'"

(שבפ׳ שמיני)

און די דיני טומאה

(פון פרשת תזריע ומצורע)

— קען מען מבאר זיין בפשטות — אז דאס איז בסדר פון מלמעלה למטה — בהמשך צו פ׳ שמיני:

דער תוכן כללי פונעם ערשטן טייל פון פ׳ אחרי איז — דער סדר עבודה פון יום הכפורים,

וואס ענינו איז כשמו — כפרה,

"ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם גו׳" 16 ,

"והיתה זאת גו׳ לכפר על בנ״י מכל חטאתם אחת בשנה" 17 .

און דערפאר איז די תורה מקדים "תורת הבהמה והעוף גו'" און די דיני טומאה פון פ׳ תזריע ומצורע פאר פ׳ אחרי:

אין די סדרות ביז פ׳ שמיני,

רעדט זיך

(בעיקר)

וועגן ענינים וואס זיינען שייך צו קדושה: פריער די ציוויים ווי צו בויען דעם משכן,

מאכן די בגדי כהונה כו׳; און דערנאך — פרשת קרבנות

(וועלכע מ׳איז מקריב אין משכן ומקדש)

און דעם סדר פון די ימי המילואים,

וסיומם וחותמם — יום השמיני למילואים,

נאכדעם קומען די דינים בשייכות מיט עניני העולם,

אין וועלכע עס איז דא א תערובת טוב ורע,

און מען דארף אנקומען צו "תורה אור" וואס טוט אויף דעם "להבדיל בין הטמא ובין הטהור גו׳״ 18

— זי באלייכט דעם דרך האדם און באווארנט אים פון די דברים בלתי רצויים שבעולם.

— דערמיט וועט מען אויך פארשטיין דעם דיוק לשון חז״ל 19

(בנוגע די דינים פון פ׳ תזריע ומצורע)

"כשם שיצירתו של אדם אחר כל בהמה חי׳ ועוף במעשה בראשית כך תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי׳ ועוף״ — דלכאורה:

ווי פאסט צו זאגן,

אז ערשט אין פרשת תזריע ומצורע נתפרשה "תורתו"

(של אדם)?

עס זיינען דאך פאראן א ריבוי הוראות ודינים בשייכות צו הנהגת האדם וועלכע זיינען געזאגט געווארן פריער ובפרט: עשה״ד,

הסדרה ששמה איז פרשת משפטים ועוד.

נאר דער ביאור אין דעם איז: די פרטים

(פירושה)

און דער חידוש פון דער תורה

(הוראה) 20

באשטייט 21

אין "להבדיל בין הטמא ובין הטהור גו׳"; און דעריבער איז פירושה פון "תורתו" של אדם — די הוראות התורה

(ניט בשייכות צו הנהגת האדם בכלל,

נאר —)

בשייכות די עניני טומאה 22

וואס ווערן נולד פון גוף האדם עצמו

(יולדת,

צרעת,

זב כו׳),

וואס די תורה איז מורה,

ווייזט און לערנט דעם אדם ווי עס דארף זיין דער "להבדיל" בנוגע די ענינים וועלכע זיינען אין עם אליין — ביצירתו.

און מהאי טעמא קומט די פרשה וועגן עבודת יום הכפורים ערשט נאך "תורת בהמה חי׳ ועוף" און "תורתו" של אדם — ווייל דער אויפטו פון יום הכפורים איז נוגע בעיקר ערשט נאך די דינים:

נאך דעם ווי תורה זאגט אן די הוראות צו א אידן ווען ער האט צו טאן מיט עניני העולם,

וואס דערפאר דארף ער זיך אויסהיטן פון די דברים בלתי רצויים

("להבדיל בין הטמא ובין הטהור״)

— באווארנט תורה,

אז אזוי ווי ס׳איז מעגליך אז א איד זאל ח״ו דורכפאלן און עס זאל זיך צו אים צוקלעפן פון די דברים בלתי רצויים שבעולם,

זאל ער זיך ניט מייאש זיין ח״ו,

ווייל ס׳איז דא דער "אחת בשנה",

וואס "יכפר עליכם לטהר אתכם".

ג.

אבער דאס איז ניט קיין ביאור מספיק אויף דעם וואס די תורה ווארט מיט׳ן ציווי "ואל יבוא בכל עת אל הקודש״ ביז פ׳ אחרי מות — ווארום אע״פ אז דער ענין פון יום הכפורים איז פארבונדן מיט "תורת בהמה חי׳ ועוף״ און ״תורתו״ של אדם — איז אבער דער ציווי פון "ואל יבוא בכל עת אל הקודש"

("שלא ימות כדרך שמתו בניו")

אן ענין וואס מען האט געדארפט לכאורה באווארענען גלייך נאך "שמתו בניו".

אפילו מ׳זאל לערנען אז דער ציווי "ואל יבוא גו׳" איז טאקע געזאגט געווארן "אחרי מותם מיד" 23

און עס איז נאר פארשריבן געווארן אין תורה דא

(ניט ע״פ סדר 24 )

— ואין מוקדם ומאוחר בתורה 25 ,

איז אבער ע״פ הידוע אז יעדער פרט אין תורה איז בדיוק 26 ,

איז מסתבר צו זאגן,

אז דאס וואס די תורה שטעלט דעם ציווי "ואל יבוא גו׳" ערשט דא,

איז עס

[ניט נאר ווייל דער ציווי "ואל יבוא גו׳" איז שייך צו יום הכפורים

(אז דער אריינגיין "אל הקודש" טאר ניט זיין "בכל עת",

נאר בלויז ביום הכפורים 27 )

— און דער ענין פון יום הכפורים דארף שטיין אין דעם ארט אין תורה

(כנ״ל),

נאר]

אויך מצד דעם ציווי "ואל יבוא גו׳" גופא 28 ,

אז די נויטיקייט אין דער באווארעניש "ואל יבוא בכל עת אל הקודש"

(היפך הנהגת שני בני אהרן)

ווערט בעיקר נאך די פרשיות פון "תורת בהמה חי׳ ועוף" און "תורתו" של אדם 29 .

ד.

וי״ל די ערקלערונג אין דעם:

עס איז ידוע,

אז דער חטא פון שני בני אהרן איז ניט געווען ח״ו א חטא אין פשוט׳ן זין 30 ,

נאר

(ווי דער אור החיים 31

איז מבאר בארוכה)

זייער "חטא" איז באשטאנען אין דעם,

וואס זיי האבן דערלאזט אז זייער גרויסע דביקות צום אויבערשטן זאל זיי צוברענגען צו כלות הנפש בפועל — "בקרבתם לפני ה׳

(ביז אז)

וימותו".

און דאס איז ביי זיי פאררעכנט געווארן ווי א חטא 32 ,

ווייל כאטש אז א איד דארף זיין בתשוקה אז זיין עבודה זאל זיין אין אן אופן ביז ער זאל צוקומען צו התפשטות הגשמיות 33

(זיך אויסצוטאן פון גשמיות),

איז צוזאמען דערמיט פאדערט זיך פון אים,

אז בעת ער האלט ביי כלות הנפש,

"רצוא",

זאל ער ביי זיך ארויסרופן דעם ״שוב״ — ניט ארויסגיין פון וועלט,

נאר צוריקקערן זיך צו טאן זיין עבודה וואס זי איז עבודת הנשמה בגוף — אין עולם הזה,

כמאמר חז״ל 34

"על כרחך אתה חי",

און אויסצופירן די כוונה העליונה פון "דירה בתחתונים" 35 ,

צו מאכן פון דער וועלט גופא א דירה לו ית׳.

עס זיינען פאראן צוויי

(היפכ׳דיקע)

סיבות 36

וואס דערפירן א אידן צו שטיין אין א תנועה פון "רצוא"

(אן א "שוב")

— זיך אויסטאן אינגאנצן פון גשמיות:

א)

דערהערנדיק די הפלאה פון ג־טלעכקייט און — בלשון האוה״ח 37

— די ״נעימות עריבות ..

מתיקות" צו זיין דבוק אין אויבערשטן,

טוט ער אלץ וואס מעגלעך צו דערגרייכן די דביקות,

דורך אריינטאן זיך בכל כחו אין "בקרבתם לפני ה׳" ביז אין אן אופן פון "וימותו"

(אז עס הויבט אים ארויס אינגאנצן פון גשמיות העולם)

— כלות הנפש.

ב)

מצד דעם צווייטן קצה — ער פילט די נידעריקייט פון עוה״ז,

און דאס ברענגט אים צו אנטלויפן בכל כחו פון פארנעמען זיך מיט דברים גשמיים

(וואס קען אים דערווייטערן פון עולם הקדושה),

ביז אז דער "אנטלויפן" דערפירט אז ער זאל זיך "אויסטאן" אינ-גאנצן 38

פון גשמיות העולם,

רצוא אן א שוב.

ה.

בכלל,

זיינען די צוויי אופנים הנ״ל פארבונדן מיט די צוויי סוגים ביי אידן — יושבי אהל און בעלי עסק:

ביי א יושב אהל,

וואס גיט זיך אפ אינגאנצן מיט לימוד התורה און ער פארנעמט זיך ניט מיט עסק בעניני פרנסה כו',

דארף מען ניט באווארענען

(כ״כ)

דעם "אנטלויפן" פון דער נידערקייט פון עוה״ז — ער געפינט זיך דאך מלכתחילה אין עולם התורה.

ביי אים דארף מען בעיקר באווארענען ער זאל ניט מאכן קיין חשבון 39

אז דער ענין פון "רצוא" פאדערט זיך מצד תורה עד קצה האחרון: היות אז תורה איז העכער פון עולם,

קען מען ניט צוקומען צו אמיתית ענין התורה סיידן ווען ער וועט זיך אויסהויבן לגמרי למעלה.

ואשר לכן דארף ער שטיין אין א תנועה פון "רצוא" בתכלית — זיך אויסטאן פון גוף און עולה זיין למעלה

(ברוחניות)

בתכלית,

וואס דורכדעם וועט ער דערגרייכן אמיתתה של תורה.

באווארנט מען אים,

אז אדרבה: כדי צו דערגרייכן אמיתתה של תורה דארף דער לימוד התורה זיין דוקא אין אן אופן פון "שוב",

נשמה בגוף דוקא

[אז ער לערנט אין אן אופן אז אויך דער שכל אנושי 40

(פון זיין נפש הטבעית)

באנעמט דעם ענין,

ביז אז די תורה ווערט "ערוכה 41

ברמ״ח אברים" שלו]

ווייל תורה לא בשמים היא,

און אדרבה,

תורה איז אפגעגעבן געווארן דוקא למטה 42 ,

ביז אז די "עליונים" פרעגן זיך נאך אויף דעם פסק דין פון דעם בית דין של מטה 43

— ווייל תורה געפינט זיך למטה דוקא.

און דאס איז ניט נאר בנוגע א פסק דין פון גליא דתורה — וואס מען פארשטייט בפשטות אז עיקר ענינה איז למטה דוקא

(ווארום אין עולמות עליונים איז ניט שייך דער לימוד בעניני עוה״ז 44 )

ובמילא מוז מען,

כביכול,

קומען למטה דוקא צו וויסן די הלכה;

נאר אפילו בנוגע צו רזין דאורייתא 45 ,

וואס דאס לערנט מען דאך אויך במתיבתא דרקיע,

ואדרבה — לכאורה אויף א העכערן אופן ווי מען לערנט זיי למטה — קומען די "עליונים" הערן ווי זיי ווערן געלערנט דא למטה.

כמובן פון דעם ביאור אין לקו״ת 46

אויפן מחז״ל 47

"קא מיפלגי במתיבתא דרקיעא ..

ספק הקב״ה אומר טהור וכולהו מתיבתא דרקיעא אמרי טמא ואמרי מאן נוכח ..

רבה בר נחמני״ — אז די פלוגתא איז געווען

(בעיקר)

אין אן ענין פון רזין דאורייתא,

און אעפ״כ איז ״מאן נוכח ..

רבה בר נחמני",

ווייל אויך די הכרעה אין ענינים פון רזין דאורייתא איז אפגעגעבן געווארן צו א אידן ווי ער געפינט זיך דא למטה,

נשמה בגוף 48 .

ביי בעלי עסק אבער דארף מען באווארענען דעם צווייטן קצה: אזוי ווי ער געפינט זיך אין וועלט,

איז רעכט אז ער זאל קומען מיט א טענה — ווי וועט ער קענען ביישטיין די אלע נסיונות פון וועלט?

ובמילא איז ער עלול צו קומען לידי מסקנא אז עס דארף זיין "רצוא" בתכלית,

ער זאל אינגאנצן אפלאזן דעם עסק בעניני העולם — באווארנט מען אים,

אז דער תכלית הכוונה איז "שוב",

לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים 49 .

און וויבאלד אז דער אויבערשטער מאנט עס פון א אידן,

און ״איני מבקש..

אלא לפי כוחן" 50

,

איז זיכער אז ער גיט עם פריער די נויטיקע כוחות אויף צו ביישטיין אלע נסיונות.

ו.

און דאס איז דער אונטערשייד צווישן די צוויי ציוויים וואס זיינען געקומען אלס תוצאה פון מיתת שני בני אהרן:

דער ערשטער ציווי איז די הוראה פון מיתת שני בני אהרן צו יושבי אהל.

וואס דאס איז דער ציווי 51

״יין ושכר — יין דרך שכרותו — אל תשת",

וועלכער איז שייך דוקא צו כהנים

[און אויך דער דין "שאסור שיכור בהוראה" 52

(וואס ווערט ארויסגעלערנט פון די פסוקים)

איז פארבונדן מיט כהונה — ווארום אויף כהנים שטייט 53

"יורו משפטיך ליעקב גו׳״]

ווייל דער ענין פון כוהנים איז — וואס זיי דארפן זיין אפגעזונדערט פון עניני העולם

("הובדלו מדרכי העולם" 54 )

און אפגעבן זיך אינגאנצן אין עבודת המקדש.

ועד״ז איז דא די דרגא פון "כהונה" ביי יעדער אידן

(אויך ביי א ישראל)

— ווי דער רמב״ם פסק׳נט 55 ,

אז יעדער איינער וואס ״נדבה רוחו ..

להבדל לעמוד לפני ה׳ לשרתו..

ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים ..

ה״ז נתקדש קדש קדשים 56 ..

ויזכה לו בעוה״ז דבר המספיק לו כמו שזכה לכהנים ללוים".

און דעם סוג אידן באווארנט מען — "יין ושכר אל תשת": "יין" ווייזט אויף סודות התורה,

נכנס יין יצא סוד 57 ,

און "שתיית יין"

(וואס יין האט א טעם)

מיינט,

אז מ׳האט א געשמאק אין פארשטיין די רזי תורה; און אויף דעם קומט דער ציווי: ״יין ושכר — יין דרך שכרותו — אל תשת",

אז דער ענין ה״יין" — דער געשמאק און אריינגעטאנענקייט אין סודות התורה — טאר ניט ברענגען צו א מצב פון "שכרות",

ביטול

(הדעת ו)

מציאות האדם,

רצוא אן א שוב 58 .

די הנהגה פון נדב ואביהוא איז געווען — "שתויי יין נכנסו למקדש": ביי זיי איז געווען די דביקות אין ״יין״ — רזין דאורייתא — אין אן אופן וואס האט גע׳פועל׳ט — ביטול המציאות,

כלות הנפש ממש

(בקרבתם לפני ה׳ וימותו).

און דעריבער,

איז גלייך נאך מיתת שני בני אהרן געקומען די אזהרה צו די אידן וועלכע זיינען אין סוג "כהנים"

(בדוגמא די שני בני אהרן)

: "יין ושכר — יין דרך שכרותו — אל תשת".

ווייל אויך "יין",

רזין דאורייתא,

האט מען אפגעגעבן דא למטה,

צו נשמות בגופים דוקא,

כנ״ל.

ז.

דערנאך קומט די באווארעניש פאר רוב ישראל 59 ,

וועלכע פארנעמען זיך מיט ״דרכי העולם״ — אז "ואל יבוא בכל עת אל הקודש".

אע״פ אז דער ציווי כפשוטו איז געזאגט געווארן נאר צו אהרן — איז אבער דער תוכן הענין שייך צו כל ישראל.

כשם ווי די כללות העבודה פון יום כפור וואס ווערט געטאן דורך דעם כהן גדול,

איז אן ענין וואס איז שייך צו כלל ישראל

[און ווי גערעדט כמה פעמים 60 ,

אז אין זיין אריינגיין "אל הקודש",

"נעמט" ער מיט זיך אריין דעם גאנצן כלל ישראל "אל הקודש"],

ואדרבה: דער עיקר ענין פון יום הכפורים כפשוטו — כפרה "מכל חטאתם״ — איז מער נוגע די אידן וועלכע זיינען בתחתית המדריגות —

איז עד״ז בנוגע די באווארעניש "ואל יבוא בכל עת אל הקודש",

אז תוכנו איז שייך צו יעדן אידן:

בשעת עס קומט דער זמן פון יום הכפורים 61 ,

ווען א איד דערמאנט זיך אויף די אלע ענינים בלתי רצויים וואס האבן זיך צו אים צוגעקלעפט במשך השנה,

וואס צוליב דעם דארף ער אנקומען צו יום הכפורים וואס איז אים מטהר,

און הויבט אים אויף "אל הקודש",

קען דאס ביי אים ארויסרופן א רצון פון ״יבוא בכל עת אל הקודש״ — אפזאגן זיך אינגאנצן פון עניני העולם און געפינען זיך בכל עת אין "קודש".

וואס דאס דארף מען באווארענען אפילו לאחרי ווי מען ווייס פון דער הוראה "יין ושכר אל תשת".

ווייל דאס וואס מען מאנט ביי א יושב אהל "יין ושכר אל תשת",

אז ער דארף שטייען אין א תנועה פון "שוב",

איז פארשטאנדיק,

היות אז אויך אין דעם "שוב" פון א יושב אהל איז ניטא קיין חשש פון ירידה כו׳ — אויך ווי ער שטייט אין "שוב" האט ער צו טאן בלויז מיט תורה,

ובמילא טאר ער ניט בלייבן ביים "רצוא" אליין,

"בקרבתם לפני ה׳ וימותו";

אבער ווען עס רעדט זיך וועגן בעלי עסקים,

וואס זיי האבן נסיונות כו׳ און ס׳איז דא מער חשש אז זיי זאלן ח״ו דורכפאלן,

קען זיין א קס״ד אז ס׳איז פאר זיי בעסער עס זאל זיין דער "בקרבתם לפני ה׳",

"יבוא בכל עת אל הקודש"!

— אויף דעם איז די הוראה מיוחדת פון מיתת שני בני אהרן אין פ׳ אחרי,

אז אויך ביי בעלי עסקים טאר ניט זיין דער ״בקרבתם — וימותו",

"אל יבוא בכל עת אל הקודש".

אע״פ אז זיי טענה׳ן אז וויבאלד זיי געפינען זיך אין וועלט ווי אזוי וועט ער קענען ביישטיין די נסיונות?

אויף דעם זאגט מען,

אז אט די הוראה

(אז עס דארף זיין "שוב")

צו בעלי עסקים,

קומט ערשט אין פרשת אחרי,

נאך "תורת בהמה כו׳" און "תורתו" של אדם:

"תורת בהמה וכו׳" איז די הוראה ונתינת כח פון תורה צו א אידן אז ער זאל קענען מברר זיין דעם עולם

(כנ״ל ס״ב),

סיי דער "להבדיל" אין די ענינים שמחוץ ממנו און סיי דער "להבדיל" בנוגע דעם אדם עצמו; און וויבאלד אז עס קומט נאך תורה,

וואס תורה גיט דעם כח אויף צו מברר זיין דעם עולם,

האט מען בכח בייצושטיין די נסיונות און מ׳האט ניט וואס צו מורא האבן פון וועלט,

ואדרבא — ער מאכט די וועלט א דירה לו יתברך.

[און אויב אפילו ער איז ח״ו דורכגעפאלן — איז דאס נאר לפי שעה,

ובשעתא חדא גיט מען אים דעם ענין פון יום הכפורים וואס טוט אויף דעם עילוי פון תשובה,

וואס "מקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד בו" 62 ],

ובמילא גייט ער לבטח דרכו אויף דורכפירן כוונת הבריאה,

לעשות לו יתברך דירה בתחתונים.

(משיחת ש״פ אחו״ק תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.