א.
אין סוף הלכות מחוסרי כפרה פסק׳נט דער רמב״ם 1
: עשיר שאמר קרבנו של מצורע זה עלי* 1
והמצורע הי׳ עני הרי זה מביא על ידו קרבנות עשיר שהרי יד הנודר משגת.
ועני שאמר קרבנו של מצורע זה עלי והי׳ המצורע עשיר הרי זה מביא על ידו קרבנות עשיר שהרי זה הנודר 2
חייב בקרבנות עשיר.
איז לכאורה ניט מובן: אין ערשטן פאל — למאי נפק״מ צי ״יד הנודר משגת״,
וואס דערפאר דארף ער ברענגען קרבנות עשיר — ער האט אויף זיך אנגענומען "קרבנו של מצורע זה" און יענער מצורע איז אן עני,
היינט פארוואס זאל ער נתחייב ווערן אין קרבנות פון אן אנדער מצורע — אן עשיר?
אין גמרא שטייט 3
: "ואע״ג דמדירו עשיר
(בתמי׳ 4 )
ואם דל הוא אמר רחמנא,
ולא דל הוא".
די שאלה איז אבער: וויבאלד דער נודר איז ניט מחוייב געווארן אין א קרבן מצורע כלל וכלל,
ס׳איז נאר וואס ער נעמט אויף זיך א חיוב פון דעם עני — איז מהיכא תיתי אז אין אזא פאל זאל זיך אויף אים לייגן א חיוב צו ברענגען קרבנות עשיר 5 ?
מצורע עשיר מאן דכר מציאות שלו?
!
אין צווייטן פאל איז ניט גלאטיק לשון הרמב״ם — "שהרי זה הנודר חייב בקרבנות עשיר": דער רמב״ם האט לכאורה געדארפט זאגן "שהרי זה המצורע חייב בקרבנות עשיר"
(ד.
ה.
וויבאלד דער מצורע איז אן עשיר,
מוז דעריבער דער נודר,
וואס וויל פטר׳ן יענעמ׳ס חיוב 6 ,
ברענגען קרבנות עשיר).
ב.
נאך א תמי׳ אין דעם ענין:
דעם אויבנדערמאנטן דין ברענגט דער רמב״ם פריער,
אין הלכות מעשה הקרבנותי,
וז״ל: האומר קרבן מצורע זה או יולדת זו עלי אם הי׳ אותו מצורע או היולדת עניים מביא הנודר קרבן עני,
ואם היו עשירים מביא הנודר קרבן עשיר אע״פ שהנודר עני.
איז עס דאך א סתירה פון איין הלכה אויף דער צווייטער 8
: ווי פסק׳נט דער רמב״ם אין הל׳ מעשה הקרבנות "מביא הנודר קרבן עני״ סתם — בשעת ער זאגט בפירוש אין הל׳ מחוסרי כפרה 9
אז אויב דער נודר איז אן עשיר מוז ער ברענגען "קרבנות עשיר"?
דער כסף משנה 10
באווארנט עס און זאגט,
אז דער רמב״ם "לא חשש לפרש כאן לפי שסמך על מ״ש שם".
אבער דער תירוץ איז מתאים נאר לויט שיטת הבם״מ 11 ,
אז דער רמב״ם בספרו פארלאזט זיך אין איין ארט אפילו אויף דעם וואם ער שרייבט אין א ווייטערדיקן ארט.
אבער לויט די דיעות — וכן מסתבר,
לכאורה — אז דער רמב״ם פארלאזט זיך נאר ״על 12
מ״ש כבר במקום אחר הקודם לזה אבל שנאמר שסומך כאן על מה שיבא לפנינו היא סמיכה שאין בה עמידה״ — האט דאך דער תירוץ קיין ארט ניט.
ג.
וי״ל,
אז אין דעם דין זיינען פאראן צוויי גדרים: מצד דעם גדר פון מעשה הקרבנות איז מספיק אז דער עשיר זאל ברענגען פאר דעם מצורע עני קרבנות עני
(און אויב דער מצורע איז אן עשיר — דארף ער פאר אים ברענגען,
כנדרו,
קרבנות עשיר)
; משא״כ מצד הל׳ מחוסרי כפרה איז דער עשיר מחוייב צו ברענגען
(פארן מצורע העני)
קרבנות עשיר 13 .
והביאור בזה:
דער דין איז 14 ,
אז ״חטאת ואשם ..
אינן באין בנדר ובנדבה,
האומר הרי עלי חטאת או אשם ..
לא אמר כלום".
אבער ווען איינער זאגט "חטאתו כו׳ של פלוני עלי,
אם רצה אותו פלוני הרי זה מניחו להקריבן על ידו ומתכפר לו" 15 .
ויש לומר,
אז אין דעם דין
(אז מען קען ברענגען א חטאת כו׳ פאר א צווייטן וועלכער איז מחוייב אין דעם)
זיינען פאראן צוויי חידושים:
א)
מצד הלכות נדרים — אע״ם אז ״האומר הרי עלי חטאת ..
לא אמר כלום"
(עס ווערט ניט אויף אים קיין חיוב לקיים נדר),
איז במה דברים אמורים ווען אין דעם קרבן חטאת בו׳ איז ניטא קיין צד חיוב; אבער ווען דער נודר זאגט "חטאתו בו׳ של פלוני
(א מחוייב בדבר)
עלי",
לייגט זיך אויפן נודר.
א חיוב צו ברענגען דעם קרבן מצד דין נדר 16 .
ב)
מצד דעם מתכפר 17
— עם היות אז דער חיוב צו ברענגען דעם חטאת כו׳ איז,
חל,
כמובן,
נאר אויף דעם וואם איז באגאנגען דעם חטא
(אדער ער געפינט זיר אין א מצב וואם פאדערט א כפרה — וכנדו״ד,
א מצורע)
— האט אבער תורה מחדש געווען,
אז מצד דער ערבות פון אידן
(כל ישראל ערבין זב״ז 18 )
קען א צווייטער איד ברענגען די קרבנות "על ידו",
און דעם צווייטנ׳ם קרבן טוט אויף די כפרה פונעם חוטא
(אדער פון דעם מחוסר כפרה — מצורע).
ד.
און דאם איז נקודת החילוק צווישן די צוויי דינים — אין הלכות מעשה הקרבנות און אין הלכות מחוסרי כפרה:
אין הל׳ מעשה הקרבנות קומט דער דין פון ״האומר קרבן מצורע זה ..
עלי" בהמשך צו דיני נדרים ונדבות שבקרבנות 19 ,
והיינו,
אז דא רעדט זיך וועגן דעם חיוב וואס ליגט אויפן נודר צו מקיים זיין נדרו — און דערפאר זאגט דער רמב״ם אז "מביא הנודר קרבן עני"
(אפילו ווען דער נודר איז אן עשיר)
— ווייל דער דיבור■ הנדר איז דאך געווען ״קרבן מצורע זה ..
עלי",
ער האט אויף זיך אנגענומען די קרבנות פון דעס מצורע; און וויבאלד דער מצורע איז אן עני,
איז ער מצד הלכות נדרים מחוייב צו ברענגען א קרבן עני 20
(וכמו״כ לאידך — "אם היו עשירים מביא הנודר קרבן עשיר אע״פ שהנודר עני").
משא״כ אין הל׳ מחוסרי כפרה איז דער תוכן — כפרת המצורע,
ובמילא איז די הדגשה דא אויף דעם וואם דער נודר ברענגט דעם קרבן
(ניט צו יוצא זיין זיין חיוב
(מצד נדרו),
נאר)
צו אויפטאן דעם חסרון הכפרה פארן מצורע.
[וואם דאס איז דער דיוק אינעם שינוי הלשונות פון רמב״ם — אין הל׳ מעשה הקרבנות איז לשון הרמב״ם "מביא הנודר קרבן עני״,
משא״כ אין הל׳ מחוסרי כפרה — "מביא על ידו קרבנות עשיר": אין הל׳ מעשה הקרבנות רעדט זיר ווי אזוי דער נודר איז מחוייב צו אויספירן דורכן קרבן זיין נדר 21
— "מביא הנודר"; משא״ב אין הל׳ מחוסרי כפרה איז דער עיקר מדובר וועגן דעם קרבן וואס ער דארף ברענגען צוליב כפרת המצורע — "על ידו"].
און דאם איז דער טעם פארוואס אין הל׳ מחוסרי כפרה זאגט דער רמב״ם ״מביא על ידו קרבנות עשיר״ — ווייל דער דין מצד "מחוסרי כפרה" איז,
אז מצד ענין הערבות קען א צווייטער איד איבערנעמען אויך זיך די הבאת הקרבן פונעם מצורע
(כאילו דער נודר וואלט געווען דער מצורע).
און וויבאלד דער נודר ווערט דער מביא ומקריב פון דעם קרבן מצורע,
דערפאר ווערט
(אין דעס פרט)
געמאסטן לויטן הישג יד
(ניט פונעם מצורע,
נאר)
פון דעם נודר 22 ,
און אויב "יד הנודר משגת" דארף ער בר ?
נגען קרבנות עשיר,
ווייל "ואם דל הוא אמר רחמנא,
ולא דל הוא״..
ה.
עפ״ז איז אויר מתורץ לשון הרמב״ם אין צווייטן פאל "ועני שאמר ..
והי׳ המצורע י עשיר ה״ז מביא ..
קרבנות עשיר שהרי זה הנודר חייב בקרבנות עשיר":
עם היות אז מצד "הלכות מחוסרי כפרה" רעכנט מען זיך טאקע מיטן הישג יד פון דעם
(נודר)
מביא הקרבן כנ״ל,
און וויבאלד דער מביא הקרבן איז אין דעם פאל אן עני,
דארף ער ברענגען א קרבן עני — פונדעסטוועגן דארף ער אין דעם פאל ברענגען קרבנות עשיר,
ווייל "זה הנודר חייב בקרבנות עשיר״ — מצד זיין נדר האט ער זיך מתחייב געווען צו ברענגען "קרבנו של מצורע זה"
(וועלכער איז אן עשיר),
דארף ער במילא ברענגען קרבנות עשיר
(ווי דער רמב״ם זאגט אין הל׳ מעשה הקרבנות,
כנ״ל).
דער ביאור איז אבער ניט אינגאנצן גלאטיק.
ווייל דער רמב״ם זאגט אויך אין צווייטן פאל "מביא על ידו קרבנות עשיר",
וואט פון דער הדגשה איז משמע,
כנ״ל,
אז זיין חיוב צו ברענגען "קרבנות עשיר" איז
(ניט בלויז צוליב קיום הנדר,
נאר)
'אויך צוליב כפרת המצורע 23 .
[ובפרט אז ס׳איז א נפק״מ להלכה: אויב דער חיוב צו ברענגען "קרבנות עשיר" איז בלויז מצד קיום הנדר און ניט מצד כפרת המצורע — דארף אויסקומען,
אז בדיעבד,
אויב דער נודר
(העני)
האט געבראכט קרבנות עני,
ווערט דער מצורע נתכפר,
נאר דער נודר האט ניט יוצא געווען נדרו — משא״ב ווען דאם איז א חיוב אויך מצד כפרת המצורע,
כמובן].
ויש לומר הביאור בזה:
אע״פ אז דער נודר עצמו איז אן עני,
און עם וואלט זיך געדארפט מעסטן לויט זיין הישג יד 23
— וויבאלד אבער אז מיט זיין נדר האט ער זיך מתחייב געווען אין קרבנות.
עשיר,
איז עם כאילו ווי דער נדר גופא האט אויף אים געפועל׳ט ער זאל האבן דעם גדר הישג יד פון אן עשיר — אויר צוליב כפרת המצורע — און דערפאר איז ער "מביא על ידו קרבנות עשיר".
וע״ד וואם נשבעין לקיים מצות 24
ווייל דאס וועט.
עם בטבע ובפועל מזרז זיין זיך מתייגע.
זיין לקיים שבועתו — .
ביז יגעת ומצאת 25 .
ו.
דערפון האט מען א הוראה נפלאה אין דעם גודל הכח פון אהבת ישראל און אחדות ישראל:
צום אלעם ערשטן זעט מען,
ווי איין איד קען אויפטאן פאר א צווייטן אידן אזוי פיל,
אז דורך זיין ברענגען א קרבן ווערט נתכפר א צווייטער איד; און ניט נאר יאין א פאל ווען דער צווייטער איז אן עני און איז ניט בכוח צו ברענגען אן אייגענעם קרבן,
נאר אפילו ווען דער מצורע איז אן עשיר,
קען א צווייטער איד
(און — אן עני!)
ברענגען פאר אים זיין קרבן.
און דאס איז עד כדי כך — אז ברענגענדיק דעם קרבן ווערט דער נודר אנגענומען אזוי ווי ער וואלט געווען דער וואט דארף די כפרה און מ׳רעכנט זיר מיט׳ן נודר׳ס הישג יד!
ווארום דאס איז דער אמת׳ער ענין פון אחדות ישראל,
אז אידן זיינען ווי איין גוף
(כמבואר בירושלמי 26 ),
וואם דערפאר,
בשעת עם איז דא א פגם און חסרון ביי איין אידן ר״ל
(אין איין "אבר" דגוף זה),
ווערט דאם נרגש אין אלע "אברים" פון דער קומה כללית 27
(כלל ישראל).
ווייל ס׳איז ניט בלויז ״יענעם׳ם״ חסרון ופגם,
נאר אן אייגענער חסרון ופגם.
[וכמבואר 28
דער טעם פארוואס אויך צדיקים זאגן דעם נוסח הווידוי "אשמנו כו׳״ — כאטש זיי זיינען ניט שייך צו א חטא 29
ובפרט צו כו״כ פון די אויסגערעכנטע חטאים — ווייל "כל ישראל" זיינען ווי א "גוף אחד",
ו "זה הערבות שאדם ערב בשביל חבירו אם יחטא"].
ז.
אויך ווערט דא מודגש נאד א גרעסערער ענין — אז בשעת א איד לייגט זיר אריין צו פועל זיין א כפרה פאר א צווייטן אידן אין דער צייט ווען ער אליין איז אן עני און דער צווייטער איז אן עשיר — שטעלט אים תורה אריין אין דעם גדר פון אן "עשיר" און ער איז מחוייב צו ברענגען פאר דעם צווייטן "קרבנות עשיר".
אויב ער אליין וואלט ח״ו געווען א מצורע — וואלט ער ניט געווען מחוייב אין קרבנות עשיר 30
; און בשעת ער נעמט אויף זיך צו העלפן א צווייטן אידן — ווערט ער מחוייב אין קרבנות עשיר
(אלם זיין "הישג יד" כנ״ל)
!
וואס דער טעם והסברה
(פנימית)
אין דעם איז י״ל לויט ווי מ׳האט דערציילט כמה פעמים 31 ,
וואם מ׳האט געזען ביים רבי׳ן דעם שווער בעת עס האט זיד געהאנדלט וועגן איבערדרוקן דא
(אין ארצות הברית)
צום ערשטן מאל די תשובות פון צמח צדק — אז ער האט מציע געווען א געוויסן אידן ער זאל מנדב זיין די הוצאות ההדפסה פון די ספרים — כאטש אז לפי מעמדו ומצבו איז דאם כלל ניט געווען לויט זיין יכולת.
דער איד האט דאס אויף זיך מקבל געווען און דער רבי האט אים געבענטשט וכו׳.
דערנאך איז דער איד נתעשר געווארן און האט מצליח געווען צו אויספירן זיין הבטחה במילואה — ער האט געגעבן דאם גאנצע געלט פארן דרוקן די ספרים.
האט כ״ק מו״ח אדמו״ר דעמאלט געזאגט,
אז בשעת ער האט געמאנט ביים אידן די הבטחה איז דאם טאקע ניט געווען לפי יכלתו
(אפילו ניט לויט וויפל ס׳איז פאר אים באשטימט געווארן מלמעלה)
; נאר דורך דער החלטה טובה גופא זייבעד פאר אים געעפנט געווארן מלמעלה נייע ״צנורות״ פון פרנסה,
אז ער זאל קענען מקיים זיין הבטחתו.
ועד״ז איז דער ביאור בנדו״ד: בשעת דער אויבערשטער זעט ווי א איד גייט ארוים פון זיינע הגבלות,
און ניט קוקנדיק וואם ער איז אן עני איז ער זיך משתדל יותר מכפי יכלתו פאר דער כפרה פון חבירו העשיר — ״עפנט״ פאר אים דער אויבערשטער נייע ״צנורות״ פון פרנסה,
אז ער זאל קענען מקיים זיין די החלטה טובה — בעשירות.
(משיחת כ״ו תשרי תשמ״ו)