א.
אין פסוק 1
"ואיש כי ימרט ראשו קרח הוא טהור הוא" שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "קרח הוא טהור הוא" און איז מפרש: טהור מטומאת נתקין שאינו נדון בסימני ראש וזקן שהם מקום שער,
אלא בסימני נגעי עור בשר בשער לבן ומחי׳ ופשיון.
דער טעם אויף דעם וואס רש״י לערנט ניט דעם פסוק כפשוטו
[אז "טהור הוא" קומט שולל זיין די סברא אז דורך "ימרט ראשו" זאל דער מענטש ווערן טמא],
נאר אז "טהור מטומאת נתקין ",
י״ל לכאורה 2 ,
ובהקדים:
בנוגע צו טומאת נתקין געפינט מען א מחלוקת 3
: דער רמב״ן 4
לערנט אז נתק מיינט "נתק משם השער",
ס׳איז ארויסגענומען געווארן פון ראשו או זקנו שער כגרים,
איז דעמאלט,
אויב אין יענעם ארט "נולד שם השער הזה הצהוב הדק הלקוי,
הוא סימן טומאה" 5 .
רש״י 6
טייטשט אבער ניט אזוי.
פריער אויפן פסוק ״נתק הוא״ 7
זאגט רש״י — "כך שמו של נגע שבמקום שער"
(און בשעת אין דעם נגע שבמקום שער ווערט א סימן פון שער צהוב אדער פשיון,
דעמאלט ווערט ער טמא 8 ),
און ער זאגט ניט דעם פירוש אז דער נגע באשטייט אין ״נתק״ — אין דעם וואס "נתק משם השער".
ולפ״ז: בשלמא אויב מ׳לערנט אז נתק איז .
ענינו וואס "נתק משם השער",
קען מען לערנען בפשטות,
אז דער פסוק "ואיש כי ימרט ראשו קרח הוא טהור הוא",
וואס קומט נאך דער פרשה פון נגעי נתק,
איז שולל די קס״ד אז "ימרט ראשו" זאל שאפן טומאה
(ווייל דאס איז א נגע בראש וזקן — נתק — עס ווערט ארויסגענומען דער שער שבראש),
זאגט דער פסוק אז בשעת "ימרט ראשו",
(אדער מלפניו אדער מלאחריו),
דעמאלט איז דאס ניט קיין נתק — א נגע בראש,
נאר "טהור הוא",
ער ווערט ניט טמא דורך ימרט ראשו 9 .
[ולפ״ז קומט עס בהמשך אחד צו די פריערדיקע פסוקים 10
: "ואיש או אשה כי יהי׳ בעור בשרם בהרות ..
וראה הכהן והנה בעור בשרם ..
בוהק הוא פרח בעור טהור הוא ״ — אז די בהרות לבנות שאפן ניט קיין טומאה אויף דעם מענטש,
נאר טהור הוא,
ער בלייבט טהור.
דערנאד איז דער פסוק ממשיך,
אז פונקט ווי דאס איז בנוגע די נגעים "בעור הבשר" וועגן וועלכע עס רעדט זיר בתחילת פרשת נגעים,
אז עס זיינען פאראן בהרות וואס זיינען ניט מטמא,
עד״ז איז עס בנוגע צו דעם אנדער סוג נגעים — בראש —
(או בזקן),
אז ס׳איז דא א מציאות בדין,
ווען נתקו שערות הראש און ער ווערט ניט טמא עי״ז — בשעת דאס איז ניט אין א חלק
(קטן)
פון ראש,
נאר "ימרט ראשו",
איז דאן "טהור הוא"].
לויט פירוש רש״י אבער,
וואס טייטשט ניט ביי נגעים שבראש וזקן אז דער נגע באשטייט אין נשירת השערות 11 ,
ווייס מען ניט פון קיין דין אז נשירת השערות זאל זיין א נגע,
ובמילא איז ניטא קיין קס״ד צו לערנען אז דער ענין פון "ימרט ראשו" זאל מטמא זיין,
דארף דאס דער פסוק ניט שולל זיין און זאגן אז "טהור הוא"
(אז ער ווערט ניט טמא עי״ז)
— דמהיכא תיתא אז ער זאל יע זיין טמא
— דעריבער 12
לערנט רש״י,
אז מיט "טהור הוא" מיינט ניט די תורה לערנען אז "ימרט ראשו" שאפט ניט קיין טומאה,
נאר דער פסוק רעדט בנוגע צו א נגע במקום זה,
אז ער איז "טהור מטומאת נתקין — שאינו נדון בסימני ראש וזקן שהם מקום שער".
ב.
מען דארף אבער פארשטיין: רש״י איז מוסיף "אלא בסימני נגעי עור בשר כו׳".
לכאורה,
אין פסוק שטייט דאך בפירוש בלויז "טהור הוא"; פון וואנעט נעמט רש״י דא אין פסוק אז בסימני נגעי עור בשר ווערט ער יע טמא?
מפרשים 13
ברענגען אלס מקור לפירוש רש״י דעם לימוד בתחלת תו״כ
(אין ברייתא דר׳ ישמעאל 14 )
"דבר הלמד מענינו כיצד ואיש כי ימרט ראשו קרח הוא טהור הוא יכול יהא טהור מכל טומאה כשהוא 15
אומר 16
וכי יהי׳ בקרחת או בגבחת נגע לבן אדמדם דבר הלמד מענינו 17
שאינו טהור מכל טומאה אלא מטומאת נתקים בלבד".
אבער אין פירוש רש״י קען מען אזוי ניט לערנען.
ווארום פון תו״כ גופא איז מובן אז דער פירוש פון "טהור הוא" אין דעם פסוק מיינט "טהור הוא" לגמרי
("טהור מכל טומאה"),
כפשוטו; און די ראי׳ אז "טהור" נאר מטומאת נתקין איז ערשט פון א ווייטערדיקן פסוק "וכי יהי׳ בקרחת או בגבחת נגע לבן אדמדם" 18 .
און אויב רש״י לערנט אזוי בפשטות הכתובים 19 ,
וואלט רש״י דאס בכלל ניט געדארפט מפרש זיין בפסוק זה,
וויבאלד דער פסוק זאגט עס ווייטער מפורש.
און מ׳קען ניט זאגן אז רש״י באווארנט בתחלת הענין
(אע״פ אז דאס שטייט ווייטער אין די פסוקים מפורש)
כדי מ׳זאל ניט א טעות האבן אז "טהור הוא" מיינט לגמרי,
ווארום רש״י זאגט ניט דעם תוכן הכתוב
(ד״כי יהי׳ בקרחת גו'")
: אין פסוק שטייט "וכי יהי׳ בקרחת או בגבחת נגע לבן אדמדם ",
דער מראה הנגע,
אבער רש״י זאגט "אלא בסימני נגעי עור בשר בשער לבן ומחי ' ופשיון ".
איז דערפון מוכח,
אז לויט שיטת רש״י דארף מען ניט אנקומען צו דעם ווייטערדיקן פסוק צו וויסן אז ״נדון..
בסימני נגעי עור בשר״ — דאס ווייס מען פון דעם פסוק גופא.
און דער פסוק "כי יהי׳ בקרחת גו׳ נגע לבן אדמדם גו'" קומט זאגן די מראות נגעים בקרחת או בגבחת.
אויך דארף מען פארשטיין: אפילו מ׳זאל געפינען א הסברה פארוואס רש״י נויטיקט זיר אין דער הוספה "אלא בסימני נגעי עור בשר",
פארוואס דארף ער מוסיף ומפרט זיין דא וואס עס זיינען די סימני נגעי עור בשר 20 ,
דלכאורה: א)
וואס איז די נפק״מ אין דעם פסוק?
אויב רש״י וויל זאגן אלע פרטים פון נגע בקרחת וגבחת איז מקומו אין פסוק "וכי יהי׳ גו'"?
ב)
ובפרט אז די סימני נגעי עור בשר שטייען דאך פריער אין דער תורה מפורש 21 .
ג.
בנוגע די סימנים וואס רש״י זאגט ״בשער לבן ומחי׳ ופשיון״ — פרעגן מפרשים 22
: ס׳איז א משנה מפורשת 23
אז קרחת וגבחת זיינען מטמא בלויז בב׳ סימנים,
במחי׳ ובפשיון,
אבער ניט מיט דעם סימן פון שער לבן.
און ווי ס׳איז אויר מפורש אין תורת כהנים אויפן פסוק 16
"צרעת פורחת היא": צרעת מלמד שהיא מטמאה במחי׳,
פורחת מלמד שהיא מטמאה בפשיון,
היא אינה מטמאה בשער לבן.
פון וואנעט נעמט רש״י דעם חידוש אז "כי ימרט ראשו" איז ער נידון אויך מיטן סימן פון שער לבן,
היפך ההלכה?
אין דפוסים ישנים 24
וכת״י רש״י שטייט טאקע ניט "בשער לבן" 25 .
אבער פון דעם וואס מ׳געפינט עס יע בדפוסים הנפוצים און אזוי איז געווען די גירסא לפני הרא״ם 26
און כמה מפרשי רש״י 27 ,
איז מובן אז די גירסא "בשער לבן" "האט אן ארט" אין פירוש רש״י
(פשוטו של מקרא).
דער רמב״ם אין ספר היד 28
ביי דעם דין זאגט: הקרחת והגבחת מטמאות בב׳ סימנין במחי׳ ובפשיון כו׳ ולפי שאין בהן שיער אין השיער הלבן סימן טומאה בהן.
דערפון איז משמע לכאורה אז דער רמב״ם נעמט ניט אן די דרשה פון תורת כהנים אז בשער לבן איז דא ניט מטמא מצד א לימוד,
א מיעוט הכתוב,
נאר מצד הטעם "לפי שאין בהם שיער",
און ווי ער זאגט מפורש אויך אין פירוש המשניות 29
" ולא יצוייר בכאן שיער לבן לפי שהקרחת וגבחת הוא מקום שאין בו שער",
ד.
ה.
וויבאלד ס׳איז ניט קיין מקום שער,
במילא קען דא ניט זיין קיין שער לבן.
ועפ״ז איז קשה ביותר צו זאגן אז ס׳איז א מחלוקת במציאות ולדעת רש״י קען בא א קרחת וואקסן שער ובמילא איז אויך שער לבן איינער פון די סימני טומאה.
אבער פון דברי הכסף משנה 30
"וסובר רבינו שהתורה מיעטה מהטעם שכתב",
אז דאס איז דער טעם פון דרשת התו״כ "היא אינה מטמאה בשיער לבן",
איז משמע,
אז אויך לויטן רמב״ם איז שייך די מציאות פון שערות.
ווארום אויב ס׳איז ניטא די מציאות פון שערות — פארוואס דארף עס די תורה ממעט זיין?
און ווי דער ר״ש 31
איז מסביר דרשת התו״כ,
"והא דלא קאמר איפכא שיטמא בשער לבן ולא במחי׳ משום דסתמייהו לא מגדלי שער ומיהו זימנין דיש בהן שער כסתם בני אדם שהם בעלי קרחה שיש במקומות ב׳ ושלשה שערות".
דארף מען לפ״ז זאגן 32 ,
אז דער פשט אין דברי הרמב״ם "ולפי שאין בהם שיער אין השיער הלבן סימן טומאה בהן" איז: וויבאלד אז בכלל איז דארט קיין שער ניט פאראן,
דעריבער,
אפילו ווען עס וואקסט יע דארט א שער לבן,
איז דער שער לבן ניט קיין "סימן טומאה בהן" 33 .
וצריך ביאור: אין וואס באשטייט דער חילוק צווישן דעת רש״י
(להגירסא שלפנינו)
— פשוטו של מקרא — אז אע״פ אז דאס איז ניט קיין "מקום שער" איז שער לבן
(אויב,
ביוצא מן הכלל וואקסט ער דארט,
איז ער)
א סימן טומאה; און דעת הרמב״ם — ההלכה — אז וויבאלד ס'איז ניט קיין מקום שער,
איז "אין השיער הלבן סימן טומאה בהן".
ד.
וי״ל הביאור בכל זה:
רש״י איז מדייק אין די ווערטער וועלכע ער איז מעתיק פון פסוק "קרח הוא".
דלכאורה: אויב דער פסוק קומט בלויז זאגן דעם דין אז "איש כי ימרט ראשו גו׳ טהור הוא״ מטומאת נתקין — פארוואס שטייט אויך "קרח הוא"?
בשלמא אויב מ׳לערנט אז נגעי נתקים איז פירושם אז עס זיינען ארויסגענומען געווארן שערות הראש,
איז פארשטאנדיק וואס דער פסוק זאגט דא "קרח הוא",
ווייל דערמיט איז מוסבר דער חילוק צווישן "נתק",
וואס איז א נגע,
מיט דעם וואס "ימרט ראשו" 34
:
בשעת אז נשרו שערות באמצע הראש און עס זיינען דא שערות וואס זיינען מקיף דעם מקום מכל צד,
איז דאס אן ענין פון "חולי" בהמקום,
און דעריבער איז דאס א ״נגע״ — "נתק"; בשעת אבער אז דער גאנצער שער פון איינעם פון די צדדי הראש איז נמרט,
דעמאלט איז ״קרח הוא״ — דאס איז דער טבע פון דעם אדם "כי בטבעי בני אדם רבים שיקרח להם מיעוט השער בצדדי הראש לאחור או לפנים ואין הנתוק בהם חולי אחר אלא הרי הוא כשאר הגוף" 35 ,
און דעריבער "טהור הוא".
לויט פירוש רש״י אבער אז ניט דאס איז דער חילוק צווישן נתקים און "כי ימרט ראשו",
פאדערט זיך ביאור פארוואס לייגט צו דער פסוק ומוסיף " קרח הוא
(טהור הוא)
"?
דעריבער לערנט רש״י אז דער פסוק קומט לערנען ניט
(נאר)
טהרה מטומאת נתקין,
שאינו נידון בסימני ראש וזקן כו׳,
נאר
(אויר ו)
בעיקר אז ער איז נידון בסימני נגעי עור בשר.
כדלקמן.
ה.
דער אונטערשייד צווישן די צוויי דיעות הנ״ל בנוגע נתקים איז א חילוק אין דעם עצם גדר פון נתק,
צי נתק איז אויסגעטיילט פון נגע עור בשר בלויז בנוגע מקום הנגע,
אדער ס׳איז אן אנדער סוג נגע.
ומצד דעם קומט ארויס א נפק״מ לגבי קרחת וגבחת.
בתחלת פרשת נתקים 36
"ואיש או אשה כי יהי׳ בו נגע בראש או בזקן" טייטשט רש״י "בא הכתוב לחלק בין נגע שבמקום שער לנגע שבמקום בשר שזה סימנו בשער לבן וזה סימנו בשער צהוב".
דאס הייסט: לדעת רש״י זיינען דאס ניט קיין צוויי סוגים אין נגעים.
נאר ס׳איז דערזעלבער סוג,
און דער חילוק ביניהם איז בלויז "במקום",
וואס מצד דעם חילוק במקום ווערט א חילוק
(אבער נאר)
אין די סימני הטומאה פון דעם נגע,
אז "במקום בשר" איז "סימנו בשער לבן" און "במקום שער" איז "סימנו בשער צהוב".
און דאס וואס ער ווערט אנגערופן בשם אחר — "נתק",
איז ווי רש״י זאגט "כך שמו של נגע שבמקום שער",
ס׳איז נאר א שינוי השם .
ועפ״ז איז מובן דער הכרח צו מפרש זיין אז דער פסוק "קרח הוא טהור הוא" קומט זאגן
(ניט בלויז אז "טהור מטומאת נתקין,
שאינו נדון בסימני ראש וזקן",
נאר)
אויך אז ״נדון..
בסימני נגעי עור בשר כו׳":
די ווערטער "קרח הוא" אין פסוק זיינען א פירוש וטעם אויף דעם וואס "טהור הוא": "קרח הוא" איז מדגיש אז דער מקום הראש וואו ס׳איז דא די קרחת איז ניט קיין " מקום שער"
(וואס דערפאר איז ניטא דארט נתקין,
דער "נגע שבמקום שער") 37
; און היות אז ס׳איז ניט קיין "מקום שער",
איז בדרך ממילא חל אויף דעם דער גדר פון "עור בשר",
און א נגע במקום זה איז נידון "בסימני נגעי עור בשר".
ד.
ה.
רש״י זאגט דא ניט קיין צוויי באזונדערע דינים,
איין דין אז "טהור מטומאת נתקין,
שאינו נדון בסימני ראש וזקן שהם מקום שער" און נאך א דין אין וואס ער איז יע נידון
("בסימני נגעי עור בשר״)
— נאר רש״י לערנט אז דער פסוק זאגט דא איין זאך: "קרח הוא טהור הוא",
וויבאלד אז "קרח הוא",
ווערט דאס אויס " מקום שער",
ובמילא — "טהור מטומאת נתקין שאינו נידון בסימני ראש וזקן שהם מקום שער אלא בסימני נגעי עור בשר בשער לבן כו'" 38 .
[משא״כ ע״ד ההלכה,
אז "נתק" איז אן אנדער סוג אין נגעים
(וואס "נתק משם השער״)
— ד.
ה.
אז מקום הבשר האט איין סוג נגעים און ראש וזקן א צווייטער סוג נגעים — איז פון "קרח הוא" קען מען נאר וויסן אז בשעת "ימרט ראשו" איז ניטא דער דין "נתק"; און דערנאך איז דער פסוק מחדש אז ס׳איז פאראן נאך א סוג נגעים — קרחת וגבחת,
וכנ״ל
(ס״ב)
פון תורת כהנים אז ״דבר הלמד מענינו..
כשהוא אומר וכי יהי׳ בקרחת או בגבחת נגע לבן אדמדם ..
שאינו טהור מכל טומאה אלא מטומאת נתקים בלבד" ד.
ה.
אז לולא דעם ווייטערדיקן פסוק האט אן ארט צו זאגן אז בקרחת וגבחת איז כלל ניטא קיין דין נגע 39 ].
ועפ״ז איז מובן וואס רש״י איז ממשיך און זאגט מפורש אויך די סימנים "בשער לבן ומחי׳ ופשיון״: דערמיט איז ער מדגיש אז דאס וואס נידון בסימני נגעי עור בשר איז ניט נאר מצד הדין
(אז מען לערנט אפ פון א פסוק אז ״ נדון ..
בסימני נגעי עור בשר"),
ס׳איז אבער אן אנדער סוג נגע — נאר אז דאס איז איין זאך: וויבאלד עס פעלט אין דעם גדר פון "מקום שער",
איז ממילא חל עליו די גדרים פון נגע במקום עור בשר.
ו.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק פון שיטת רש״י און שיטת הרמב״ם — צי דאס וואס קרחת וגבחת זיינען ניט קיין מקום שער איז א טעם אז שער לבן זאל דארט ניט זיין קיין סימן טומאה:
לויט רש״י,
איז "קרח הוא"
(אז ס׳איז ניט קיין "מקום שער")
בלויז שולל אז עס איז ניט קיין "מקום שער" ווי ראש וזקן 37
,
אבער עס איז ניט "ערגער" ווי שאר חלקי הגוף
(עור הבשר).
און דעריבער איז דאס ניט קיין טעם אז שער לבן זאל ניט זיין קיין סימן טומאה — נאר עס איז פונקט ווי שאר הגוף,
וואס איז ניט קיין "מקום שער" ווי ראש וזקן,
און שער לבן איז דארט א סימן טומאה 40 .
שיטת הרמב״ם אבער איז — ווי ער פסק׳נט אין הלכות טומאת צרעת 41
— אז "נגעי הראש והזקן הוא שיפול השיער שבהן מעיקרו וישאר מקום השיער פנוי וזה הוא הנקרא נתק ..
בין שהי׳ מראהו עמוק בין שלא הי׳ עמוק וכו׳" 42 .
ד.
ה.
אז "נתק"
("נגעי הראש והזקן")
איז אן אנדער סוג נגע 43
;
און דאס וואס קרחת וגבחת זיינען מטמאות בנגעים — איז ניט אן ענין שבדרך ממילא
(ווי לשיטת רש״י),
אז וויבאלד ס׳איז ניטא קיין שערות איז דאס
(בדרך ממילא)
ווי עור הבשר — נאר פריער דארף חל זיין אויף דעם א גדר פון "קרח הוא" אז "אינה ראוי׳ לגדל שער" 44
(אדער אז פעולות האדם השירו שערו "אע״פ שראוי לגדל לאחר זמן הואיל ואבד כל שיער ראשו עתה הרי זה נקרא קרח או גבח" 44 ),
און דעמאלט האט מען א לימוד מיוחד אז "הקרחת והגבחת מטמאות" ווי עור הבשר,
ווי דער רמב״ם ברענגט 45
" שנאמר בהן כמראה צרעת עור בשר"
(ניט ווי שיטת רש״י אז מען ווייס דאס פון די ווערטער "קרח הוא" גופא).
דאס הייסט,
אז לדעת הרמב״ם איז קרחת יגבחת ניט דער זעלבער סוג נגע ווי נגעי עור הבשר 46 .
און דאס איז וואס דער רמב״ם איז מסביר — "ולפי שאין בהן שיער אין השיער הלבן סימן טומאה": וויבאלד אז דער גדר פון קרחת וגבחת איז דאס וואס ״ אין בהן שיער ״ — ד.
ה.
ניט נאר אז ס׳איז ניט קיין " מקום שער" ווי ראש וזקן
(אבער ס׳איז פאראן שער ע״ד ווי עור הבשר שבשאר חלקי הגוף)
— נאר ס׳איז איבערהויפט ניטא בא זיי קיין שער,
אפילו ניט ווי ס׳איז דא בעור הבשר סתם
(וואס דערפאר איז דאס א באזונדער "פרשה" אין נגעים,
א באזונדער סוג נגע),
איז במילא מובן,
אז דער סוג הטומאה וואס איז פארבונדן מיט דעם מקום "שאין בהן שיער",
איז ניט פארבונדן מיט "שער לבן"
(אפילו ווען לפועל וואקסן דארט אויס שערות).
בסגנון אחר: וויבאלד "קרח הוא" איז שולל
(ניט נאר "מקום שער" ווי ראש וזקן,
נאר)
שער בכלל,
"אין בהן שיער" — דעריבער,
ווען ביי א "קרח" וואקסט שער,
איז עס כאילו ווי דער שער לבן איז ניט שייך למקום זה; ובמילא זיינען די גדרים ודינים בשייכות צו "שער" ניט שייך ביי קרחת וגבחת.
ז.
אע״פ אז לדעת הרמב״ם איז
(אויך)
קרחת וגבחת אויסגעטיילט פון נגעי עור הבשר,
שטעלט ער עס אבער צוזאמען מיט די אנדערע נגעים פון עור הבשר
(און אויך די מציאות און די סימני הנגע זיינען שווה,
"שהראש או הזקן שנקרחו כעור הבשר לכל דבר אלא שאין מטמאין בשיער לבן" 47 ).
וואו איז ער מדגיש אז ס׳איז אן אנדער סוג פון נגע?
איז דאס בא נתקים,
נגעי הראש והזקן.
וואס דאס שרייבט דער רמב״ם בפרק בפני עצמו בסוף פון אלע נגעי אדם 48 .
ויש לומר די הסברה בזה,
און דער ביאור אין דעם חילוק צווישן דעת רש״י ודעת הרמב״ם בזה ע״פ טעמי המצות:
בדברי רז״ל 49
ווערן גערעכנט כמה עבירות אויף וועלכע "נגעים באים".
כאטש די עבירות זיינען די סיבה אויף אלע סוגי נגעים,
געפינט מען אין מפרשי התורה 50
אז כמה פון די עבירות זיינען פארבונדן מיט אן אנדער סוג פון נגעים
(די חילוקי מראות נגעים,
פרטי הנגעים,
נגע עור בשר שחין מכוה נתק וכו׳).
אין פירוש רש״י עה״ת 51
בריינגט רש״י נאר צוויי ענינים אויף וואס נגעים באים,
"הנגעים באין על לשון הרע" 52 ,
"הנגעים באין על גסות הרוח".
וי״ל אז דאס זיינען די צוויי סוגים אין נגעים — נגעי עור בשר,
און נגע במקום שער — נגעי הראש והזקן:
"לשון הרע" וואס איז "מעשה פטפוטי דברים" 53 ,
אן ענין חיצוני בא דעם מענטש,
זיינען גורם נגעים בשאר חלקי הגוף בעור הבשר,
וואס איז א נידעריקע מדריגה אין מענטש; "גסות הרוח" וואס קומט און איז פארבונדן מיט א פנימיות׳דיקן "ארט" אין מענטשן,
רירט דאס אן במקום גבוה של האדם בראש 54
(או בזקן).
דער רמב״ם זאגט 55
וועגן נגעים נאר אז דאס קומט מצד לשון הרע,
און איז מסביר דעם חטא דערפון אז סו״ס בריינגט דער חטא אין דיבור,
"לדבר באלקים וכופרין בעיקר".
ועפ״ז יש לומר אז דאס איז דער חילוק לדעת הרמב״ם צווישן נגע עור בשר בכלל מיט נגעי הראש והזקן — נתק: כ״ז דער חטא האדם איז נאר "שיחת הרשעים שהוא הליצנות ולשון הרע" 56 ,
זיינען די נגעים פארבונדן מיט דעם עור הבשר שבגוף,
בשעת אבער דאם בריינגט אים צו "לדבר באלקים וכופרין בעיקר",
אן ענין פארבונדן מיט דעות,
דעמאלט קומען נגעים בראש
(וזקנו)
— נתק.
ח.
ועפ״ז יש לבאר דעם חילוק צווישן דעת רש״י והרמב״ם: לדעת רש״י — איז נגעים באים על לשון הרע וגסות הרוח,
כאטש דאס זיינען צוויי זאכן,
זיינען זיי אבער אין דעם זעלבן סוג — א חטא וואס איז
(בעיקר)
כלפי חבירו,
דעריבער לערנט רש״י אז נגעי הראש והזקן — נתקים,
זיינען ניט קיין אנדער סוג נאר "כך שמו של נגע שבמקום שער".
לדעת הרמב״ם אבער אז די נגעי הראש זיינען פארבונדן מיט כפירה בעיקר,
איז דאך דאס לגמרי אן אנדער סוג ווי נגעים שבעור בשר וואס קומען אויף לשון הרע.
דעריבער טיילט דער רמב״ם אויס נגעי הראש אלס א באזונדער סוג נגע,
און בפרק בפ״ע לבסוף אלע נגעי אדם,
ווארום דאס איז
(במדה מסוימת)
אויסגעטיילט בחומריותו,
פון אנדערע נגעים שבעור הבשר.
און דורך דעם לימוד בפרשת נגעים אין תושב״כ ותורה שבע״פ איז דאס גופא מעורר אויף דער זהירות פון די עבירות אויף וועלכע נגעים באים,
זהירות בתכלית,
ביז צו בריינגען דעם טאן היפך דהנ״ל — כסיום הרמב״ם אין לימוד הלכות אלו: בריינגען "שיחת כשרי ישראל" 57
וואס "אינה 58
אלא בדברי תורה וחכמה לפיכך הקב״ה עוזר על ידן ומזכה אותן בה שנאמר 59
אז נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו ויקשב ה׳ וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה׳ ולחושבי שמו".
(משיחת ש״פ תזריע תשד"מ)