B"H
🏡

Ikar

תזריע א

א.

אין פסוק בסוף פרשת יולדת 1

"וכפר עלי׳ הכהן וטהרה" לערנט די גמרא 2

: ,

וטהרה מכלל שהיא טמאה",

אז א מחוסר כפורים

(נאכדעם וואס "טבל ועלה״ און ״העריב שמשו״ — איידער ער האט געבראכט כפרתו)

איז טמא לגבי כמה דינים: א)

עס איז נאך דא אויף אים דער איסור פון "בכל קדש לא תגע גו'" 3 ,

אכילת קדשים 4 .

ב)

אויב שמש בבית המקדש איז ער חייב מיתה 5

(ווייל "טמא ששמש במיתה") 6 .

ג)

ער

(א מחוסר כפורים)

פסל׳ט די עבודה 7 .

דער רמב״ם אין ספר היד ברענגט די דרשה אין צוויי ערטער

[(א)

לגבי מחוסר כפורים שעבד אז "עבודתו פסולה" 8 .

(ב)

לגבי דעם איסור כניסה למקדש

(מעזרת ישראל ולפנים) 9 ]

— אבער בשינוי לשון: "וטהרה מכלל שעדיין לא נגמרה

(גמרה 10 )

טהרתה".

פון לשון הרמב״ם איז מובן אז דער חסרון פון מחוסר כפורים איז ניט אזוי מחמת דעם ״חיוב״ פון טומאה — כלומר: כאטש אז דורך דעם וואס טבל און העריב שמשו איז ער געווארן טהור

(לכמה ענינים,

כולל אויך אכילת תרומה),

איז אבער לענין קדש ומקדש פארבליבן די טומאה

(און דערפאר איז ער אסור בקודש וליכנם למקדש כו׳)

נאר דאס איז מצד דער

(שלילה)

חסרון בטהרה: ווייל עס פעלט ביי אים די טהרה

(גמרה)

וואס ווערט אויפ־ געטאן דורך דעם קרבן.

און ווי דער רמב״ם זאגט בתחילת הענין בפירוש": "ולמה נקראו מחוסרי כפרה שכל אחד מהן אע״פ שטהר מטומאתו וטבל והעריב שמשו עדיין הוא חסר ולא גמרה טהרתו כדי לאכול בקדשים עד שיביא קרבנו וקודם" שיביא כפרתו אסור הוא לאכול בקדשים

(כמו שביארנו בפסולי המוקדשין)

".

ד.

ה.

דער איסור איז ניט דערפאר וואס ער איז נאך טמא,

נאר ווייל עס איז חסר בטהרתו 13

.

[וכדמוכח אויך דערפון וואס בנוגע דעם איסור ליכנס למקדש לערנט עס אפ די גמרא 14

פון ״עוד טומאתו בו 15

— לרבות מחוסר כפרה",

דער רמב״ם 9

אבער לערנט עס אפ

(כנ״ל)

פון פסוק "וטהרה,

מכלל שעדיין לא גמרה טהרתה"]

* 15 .

און עס איז א נפק״מ להלכה בפועל: וויבאלד דער רמב״ם לערנט אז א מחוסר כפורים איז ניט טמא

(עס איז נאר וואס "לא נגמרה טהרתו"),

דערי־ בער פסק׳נט דער רמב״ם אז א מחוסר כפורים ש

(אכל קודש 16

או)

שמש — איז ניט חייב מיתה

(או כרת).

משא״כ דער ראב״ד האלט אז א מחוסר כפורים איז חייב מיתה און ווי ער איז משיג 17

אויפן רמב״ם "והא אמרינן במכות 18

עוד טומאתו בו לרבות מחוסר כפורים ..

ועוד וטהרה כתיב ביולדת מכלל דעד השתא טמאה היא ואמרינן בזבחים 19

מחוסר כפורים דזב כזב דמי ובתוספתא דזבחים מונה אותו עם אותן שבמיתה״ 20

ווארום דער ראב״ד לערנט,

אז דער גדר פון מחוסר כפורים איז,

אז ביז מ׳ברענגט די כפרה איז נאך פארבליבן פון דער פריערדיקער טומאה

(עס איז בלויז נפקע געווארן דער חלק הטומאה וואס האט מעכב געווען אכילת תרומה) 21 .

ב.

אויך רש״י בפירושו על התורה ברענגט די דרשה אויף "וטהרה" 22 ,

אבער ער איז משנה פון לשון הגמרא

(אבער ניט ווי דער רמב״ם,

וז״ל)

: "וטהרה,

מכלל שעד כאן

(היא 23 )

קרוי׳ 24

טמאה".

דאס וואס רש״י זאגט ניט כלשון הגמרא ״מכלל שהיא טמאה״ — יש לומר 25

: פון זיין פריערדיקן פירוש אויף די ווערטער ״ימי טהרה 26

— ימי טוהר שלה"

(וויבאלד רש״י זאגט סתם "ימי טוהר" און ניט "ימי טוהר אצל בעלה" 27

וכיו״ב)

איז מוכח,

אז די טעג זיינען אינ-גאנצן "ימי טוהר"

(בשלימות)

שנגמרו.

און דאס וואס דער פסוק 28

איז מזהיר "בכל קדש לא תגע ואל המקדש לא תבא עד מלאת ימי טהרה" איז דאס מחמת א זייטיקער סיבה

(עס זיינען ניטא — מילואים )

צוליב וועלכער זי טאר ניט אנרירן "בכל קדש" און ניט אריינקומען במקדש.

קומט אויס,

אז לויט רש״י — פשוטו של מקרא — איז די טומאת לידה נפקע געווארן גלייך נאך די ז׳

(או י״ד)

ימים,

ועאכו״כ נאך די ל״ג ימים,

איידער זי ברענגט דעם קרבן — ומהאי טעמא איז מובן,

פארוואס ס׳איז ניט שייך צו זאגן אויף איר דעם לשון "שהיא טמאה".

[עפ״ז איז מובן לשון רש״י

(אין ד״ה בכל קדש)

"לרבות את התרומה

(אז זי טאר ניט עסן תרומה אין די ל״ג ימים)

לפי שזו טבולת יום ארוך שטבלה לסוף שבעה ואין שמשה מעריב לטהרה עד שקיעת החמה של יום ארבעים שלמחר תביא את כפרת טהרתה״ — דלכאורה למאי נפק״מ צו מדגיש זיין "שלמחר תביא את כפרת טהרתה״?

* 28

נאר דערמיט מיינט רש״י צו זאגן,

אז כשם ווי לגבי אכילת קדשים לאחרי מלאת ימי טהרה

(איידער זי ברענגט דעם קרבן)

איז דאך נאר וואס דער חיוב הקרבן האלט איר אפ פון אכילת קדשים

(אבער זי איז ניט טמא),

עד״ז איז אויך בנוגע לאכילת תרומה אין די ל״ג ימים,

אז דאס איז

(ניט דערפאר וואס זי איז טמא,

נאר)

צוליב דעם וואס דער חיוב כפרת טהרתה האלט איר אפ און דער־ לאזט ניט אז דער הערב שמש פון די פריערדיקע טעג

(פאר דעם הערב שמש של יום הארבעים)

זאל מתיר זיין לאכילת תרומה].

און דאס איז דער טעם החילוק צווישן לשון רש״י בפירושו על התורה און לשון הש״ס: לויט פרש״י עה״ת — פשש״מ — קען מען ביי א יולדת מחוסרת כפורים ניט זאגן דער לשון "טמאה"

(ווארום אויך פריער,

פארן הערב שמש פון יום הארבעים,

איז שוין ביי איר געווען " ימי טוהר שלה ")

; משא״כ לויט שיטת הגמרא זיינען די ל״ג ימים בא איר ימי טומאה 29

(אויך בנוגע לתרומה)

און איידער זי ברענגט כפרתה — "היא טמאה" 30

(בנוגע לקדש ומקדש) 31 .

ג.

מען דארף אבער פארשטיין,

לאידך גיסא: וויבאלד אז לויט רש״י איז די טומאת לידה נפקע געווארן — איז דאך לפ״ז אויך ניט מתאים לשון רש״י "

(מכלל שעד כאן)

קרוי ׳ טמאה "?

רש״י האט געדארפט זאגן

(ע״ד לשון הרמב״ם)

"מכלל שלא נגמרה טהרתה"

(וכיו״ב).

וממה נפשך: אויב רש״י לערנט אז דאס וואס זי האט נאך א חיוב קרבן איז מעכב איר טהרה

(ד.

ה.

אז עס ווערט ניט טהרה בפועל )

— איז דאך ניט נאר וואס " קרוי ׳ טמאה",

נאר זי איז טמאה בפועל ; און אויב מ׳זאל זאגן,

לאידך,

אז די טומאה איז נפקע געווארן,

און דאס וואס זי טאר ניט עסן קדשים איז אן איסור

(צדדי)

— איז עס דאך ניט קיין ענין פון " קרוי ׳ טמאה ",

נאר אן איסור לאכול בקדשים ביז זי ברענגט דעם קרבן.

דערפון איז מובן,

אז לויט פשוטו של מקרא איז דער גדר פון מחוסר כפורים ביי יולדת אויף א דריטן אופן: די טומאת לידה איז נפקע געווארן גלייך נאך די שבעת ימים

(און די שפעטערדיקע טעג זיינען "ימי טוהר שלה")

און דעריבער קען מען אויף איר ניט זאגן "שהיא טמאה"; אבער לאידך,

איז דער טעם וואס זי איז אסור לאכול בקדשים ביז זי ברענגט דעם קרבן,

איז ניט דערפאר וואס עס דארף צוקומען טהרה שע״י הקרבן,

נאר צוליב א דין מיוחד ביי יולדת 32 ,

אז אפילו נאכדעם ווי די טומאה איז פון איר אוועק — פאר ־ בלייבט נאך דער שם טומאה,

" קרוי ׳ טמאה",

ביז זי ברענגט דעם קרבן לכפרתה.

און דאס זאגט רש״י — משנה ומדגיש: "וטהרה,

מכלל שעד כאן

(היא)

קרוי ׳ טמאה״ — ניט ווי אין גמרא "מכלל שהיא טמאה":

(א)

זי איז בלויז " קרוי ׳ טמאה",

(ב)

אבער דאס איז א המשך פון פריער ״ עד כאן —

(היא)

קרוי׳ טמאה" 33 .

ד.

דער הכרח אויף דעם אין פשוטו של מקרא — יש לומר,

ווערט נרמז אין פירוש רש״י,

דורך נאך א שינוי פון גמרא: אין גמרא שטייט די דרשה "מכלל שהיא טמאה" אויפן ווארט ״וטהרה״ שבסיום הפרשה — "וכפר עלי׳ הכהן וטהרה".

אבער רש״י זאגט עס אויפן פריערדיקן פסוק* 33

"והקריבו לפני ה׳ וכפר עלי׳ וטהרה ממקור דמי'" 34 .

ולכאורה: וויבאלד אז רש״י לערנט ״מכלל שעד כאן

(היא)

קרוי ׳ טמאה״ — אז דא איז אויך פריער ניט געווען קיין טומאה,

נאר בלויז א שם טומאה — וואלט דאך מער געפאסט צו ברענגען די דרשה אייפן ויארט "וטהרה"

(ה״א ראשונה — צרוי׳)

שבסיום הפרשה,

ווי צו ברענגען עס אויפן ווארט "וטהרה

(ה״א בפתח)

ממקור דמי '",

וואס איז מדגיש די פעולת הטהרה מטומאה ?

נאר דער ביאור אין דעם: לולא דעם פסוק "וטהרה ממקור דמי'" וואלט מען געלערנט אז דער איסור לאכול בקדשים איז כלל ניט פארבונדן מיט טומאה,

נאר עס איז אן איסור צדדי,

וואס איז מצד דעם וואס איר פעלט נאך די פעולת הקרבן;

וויבאלד אבער דער פסוק איז מדייק "וטהרה ממקור דמי "׳,

קומט אויס אז די טהרה וואס פעלט איר איז ניט בלויז ווייל זי האט נאך ניט געבראכט דעם קרבן,

נאר ווייל עס איז נאך פארבליבן טומאה " ממקור דמי '".

ווי שטימט דאס דערמיט וואס דער פסוק זאגט אז שוין די ל״ג ימים זיינען " ימי טוהר "?

מוז מען זאגן,

אז "מכלל

שעד כאן

(היא)

קרוי ׳ טמאה": אע״פ

וואס די טומאה איז שוין נפקע געווארן,

איז אבער דער שם טומאה נאך גע־ בליבן אויף איר.

ה.

עס בלייבט נאך אבער ניט מוסבר:

א)

רש״י איז דאך ניט קיין ספר פון טעמי הלכות — מאי נפק״מ בהבנת פשש״מ צו זאגן אז דער טעם האיסור לאכול בקדשים איז ווייל "עד כאן

(היא)

קרוי׳ טמאה"?

ב)

וויבאלד די טומאה פון דער יולדת איז שוין נפקע געווארן — פארוואס זאל ביי איר בלייבן דער שם טומאה ביז זי ברענגט דעם קרבן?

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים התמי׳: שוין גערעדט כמה פעמים אז רש״י בפירושו על התורה פאר־ ענטפערט אלע שאלות וואס שטעלן זיך אין פשוטו של מקרא — פארוואס גע־ פינט מען ניט אז רש״י זאל מבאר זיין דעם טעם וואס א יולדת דארף ברענ־ גען א חטאת לכפרה ?

וואס פאר א חטא איז זי באגאנגען אז זי זאל דארפן האבן א כפרה 35 ?

!

[און דאס איז א שאלה

(וואס פא־ דערט א תירוץ)

אין פשוטו של מקרא,

און ווי עס פרעגן טאקע כו״כ מפרשי התורה,

נאכמער: מען געפינט אין פרש״י לעיל אז רש״י באווארנט בא קרבן עולה,

וואו עס שטייט 36

"ונרצה לו לכפר עליו״ — איז רש״י מפרש: על מה הוא מרצה לו כו' על עשה ועל לאו כו'].

ופשוט,

אז מען קען ניט זאגן אז רש״י פארלאזט זיר אויפן ביאור אין גמרא 37

,

אז דאס איז דערפאר וואס "בשעה שכורעת

(האשה)

לילד קופצת ונשבעת כו׳".

ובפרט אז ער איז עס אפילו ניט מרמז!

מוז מען זאגן,

אז דער בן חמש למקרא פארשטייט עס מעצמו לויט פשוטו של מקרא וואס ער האט שוין גע־ לערנט,

כדלקמן.

ו.

בשעת מען לערנט "אשה כי תזריע וילדה גו׳ וטמאה גו׳ כימי נדת דותה״ 38

— פרשת יולדת — דערמאנט עס גלייך אויפ׳ן צירוף פון אשה לידה וצער

(— אלס עונש אויף א חטא)

— אין פרשת בראשית וואס דער אויבער־ שטער האט געזאגט חוה׳ן

(נאך איר חטא בעץ הדעת)

"אל האשה אמר הרבה ארבה עצבונך והרונך בעצב תלדי בנים״ 39 .

יעדער לידה —

(וועלכע קומט אלס א תוצאה פון הריון "ותהר ותלד")

איז אין אן אופן פון

(עצבונך והרונך — צער העיבור 40 )

"בעצב תלדי בנים",

״צער הלידה״ 40

— האט אין זיך א חלק מ

(העונש אויפ׳ן)

חטא עץ הדעת.

ועפ״ז מובן דער טעם הטומאה — פון א יולדת 41

(אפילו בלא דם 42 )

בפשוטו של מקרא: אזוי ווי לידה איז בצער

(לידה)

אלס א תוצאה פון חטא עץ הדעת,

אזוי אויך איז עס מביא טומאה 43 .

ומזה איז מובן פארוואס א יולדת דארף ברענגען א קרבן חטאת לכפ־ רתה: וויבאלד אז בכל לידה

(ביי יעדער אשה)

איז דא פון חטא עץ הדעת — דארף זי דערויף ברענגען א כפרה 44 .

[ ע״ד ווי רש״י האט שוין פריער מפרש געווען בנוגע דעם חטא העגל — "וביום פקדי ופקדתי 45

— תמיד כשאפקוד עליהם עונותיהם ופקדתי עליהם מעט מן העון הזה עם שאר העונות ואין פורענות באה על ישראל שאין בה קצת מפרעון עון העגל"].

ז.

לויט דעם ביאור אין טומאת לידה ווערט אויך מוסבר וואס רש״י איז מפרש אויפן ווארט ״והקריבו״ — "מי שהוא בא לכפר בו הטהרה תלוי׳",

אז די טהרה פון דער אשה היולדת איז תלוי דוקא אין דעם קרבן חטאת וואס קומט לכפרה און ניט אין דער עולה 46

— ווייל 47

די טומאה קומט דורך אן ענין וואס דארף האבן כפרה,

איז דערי־ בער די טהרה פון דער טומאה פאר־ בונדן דערמיט וואס זי ברענגט איר כפרה.

ועפ״י הנ״ל יובן ויומתק דער המשך אין פרש״י — וואס גלייך נאך זיין פירוש הנ״ל אויף "והקריבו"

(אין וועלכן ער איז מדגיש אז די טהרה פון א יולדת איז פארבונדן מיט איר כפרה)

— איז ער ממשיך "וטהרה,

מכלל שעד כאן

(היא)

קרוי ׳ טמאה": נאך דעם ווי מען ווייס אז די טומאה פון דער יולדת איז פארבונדן מיטן חטא עה״ד און דערי־ בער איז איר טהרה פארבונדן מיט איר כפרה ,

איז פארשטאנדיק,

אז "עד כאן

(היא)

קרוי ׳ טמאה ": אפילו נאך דעם ווי די טומאה איז פון איר נפקע געווארן,

אבער כל זמן זי האט נאך ניט איר כפרה,

איז זי נאך אלץ " קרוי ׳ טמאה".

דערמיט איז אויך פארשטאנדיק למאי נפק״מ

(אויך ע״פ פשש״מ)

אז "עד כאן

(היא)

קרוי׳ טמאה": ווען דער איסור אכילת קדשים וואלט געווען בלויז מצד דעם וואס איר פעלט נאך גמר טהרה — האט אן ארט אז די אשה וועט זיך ניט מזדרז זיין צו ברענגען איר קרבן כדי צו קענען עסן בקדשים.

מען געפינט ניט א חיוב אויף א ישראל צו זיין אין א מצב פון טהרה בכדי צו קענען עסן קדשים

(סיידן לפני הרגל,

וואס חייב אדם לטהר עצמו ברגל 48 ).

וויבאלד אבער אז דאס וואס "קרוי׳ טמאה" ביז יעצט איז פארבונדן דער־ מיט וואס עס פעלט בא איר כפרה — איז דאך מובן,

אז זי דארף זיך מזדרז זיין ככל האפשרי נתכפר ווערן.

ח.

חז״ל 49

זאגן אז דער אויבער־ שטער "מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות".

איז דערפון פארשטאנ־ דיק,

אז כשם ווי דער אויבערשטער וויל אז אידן זאלן ניט זיין אפילו אין א מצב פון " קרוי ׳

(בלבד)

טמאה",

און זאלן ברענגען א קרבן לכפרה,

אזוי אויך פירט זיך דער אויבער־ שטער מיט אידן,

אז ווען מען איז בגלות,

און אידן זיינען "קרוי׳ טמאה"

[ וכפס״ד הרמב״ם 50

אז יעדער איד בכל מקום ובכל זמן — איז רצונו

(וע״פ תורת אמת )

— טאן נאר רצון השם — און אויב ער טוט אמאל אנדערש איז עס נאר מצד אונס,

ובפרט לאחרי די אלע גוואלדיקע מאוים׳דיקע גזירות ושמדות,

די חבלי משיח וואס אידן זיינען שוין דורכגעגאנגען

(ובפרט בדורנו זה האחרון 51 )]

נעמט דער אויבערשטער ארויס די אידן פון דעם מעמד ומצב פון "קרוי׳ טמאה״ 52

— וח״ו וח״ו צו זאגן אז עמיצער אדער עפעם קען עם מעכב זיין — און עס קומט בזריזות הכי גדולה,

ער וויל נאר אז בא אידן זאל אויך זיין די תשוקה 53

אויף ארויסגיין בזריזות ״ מיד ״ — בלשון הרמב״ם 54

— פון גלות,

פון דעם מצב פון "קרוי׳ טמאה",

און קומען לגמר טהרתן — כפרתן,

און עס קומט די גאולה אין אן אופן פון "ארו עם ענני שמיא" 55 ,

"אחישנה" 56

(אין "אחישנה" 57 ),

מיד ממש,

בעגלא דידן.

(משיחת ש״פ תזריע תשמ״א)

Reader controls and commentary are loading.