א.
אין די ערשטע פרקים פון הלכות טומאת אוכלין זאגט דער רמב״ם די תנאים ווען אוכלין זיינען מקבל טומאה:
אין דעם ערשטן פרק שרייבט ער די ערשטע צוויי תנאים
(וועלכע זיינען שייך צו אלע אוכלין)
:
א)
״כל אוכל המיוחד למאכל אדם ..
מקבל טומאה וכל שאינו מיוחד למאכל אדם ה״ז טהור" 1 .
ב)
אפילו א "מאכל אדם" איז ניט מקבל טומאה סיידן ער ווערט פריער מוכשר לקבל טומאה — "אינו מקבל טומאה עד שיבלל תחילה באחד משבעה משקין וזהו הנקרא הכשר שנאמר 2
וכי יותן מים על זרע" 1 .
דערנאר,
אין צווייטן פרק 3 ,
שרייבט דער רמב״ם א דריטן תנאי
(בשייכות צו ״אוכלין הגדילין מן הקרקע״ 4 )
— אז "אינן מקבלין טומאה עד שיעקרו,
אבל כל זמן שהן מחוברין אפילו כשורש קטן שיכולין לחיות ממנו אינן מקבלין טומאה".
עם איז ידוע 5
אז פון יעדער הלכה אין תורה קען מען ארויסנעמען א הוראה אין עבודת השם.
ווייל אין צוגאב צו דעם פשוט׳ן אפטייטש פון יעדער הלכה,
איז אויר פאראן דער פירוש ההלכה אין עבודה רוחנית.
וואם די הוראה איז שייך צו יעדן איינעם וויבאלד אז תורה איז געגעבן געווארן צו יעדעם איינעם.
וואם דאס איז אויר איינער פון די פירושים אין פסוק 6
"ויצונו ה׳ לעשות את כל החוקים האלה ליראה את ה׳״ — אז דער תכלית פון "כל החוקים האלה"
(וועלכע מצוה והלכה ס׳זאל נאר זיין)
איז — "ליראה את ה׳"
(אז דערפון זאל מען צוקומען צו יראת ה׳) 7 ,
ווייל פון יעדער הלכה אין תורה קען מען ארויסנעמען א הוראה אין אן ענין פון "ליראה את ה׳",
יראת שמים.
ועד״ז בעניננו,
אז די דריי תנאים הנ״ל בשייכות צו טומאת אוכלין,
איז פאראן דוגמתם אין עבודת האדם לקונו.
ב.
מבואר בכמה מקומות,
אז דער גדר פון טומאה איז שייר דארטן וואו ס׳איז פאראן קדושה,
אדער עכ״פ אפשריות פון קדושה.
ע״ד ווי דער אלטער רבי זאגט אין שו״ע 8
(בשייכות צו נגיעה בלי נטילת ידים בבוקר),
אז "לנגיעת הנכרים אין לחוש כי רוח טומאה זו אינה מתאוה לשרות אלא בכלי של קדש במקום קדושה שנסתלקה כו'" 9 .
והטעם דערויף איז: מצד הבריאה,
איז פאר קליפות טמאות באשטימט געווארן א חיות מצומצם ביותר,
און דערפאר ״שטופן״ זײ זיר צו מקום הקדושה בכדי צו באקומען פון קדושה א תוספת יניקה של חיות,
דורך מוריד זיין דעם אדם אין
(קליפה)
טומאה ח״ו.
משא״ב אין אן ארט וואם ס׳איז ניטא קיין קדושה
(יתירה),
איז ניטא א השתדלות
(יתירה)
מצד הטומאה צו שורה זיין דארטן 10 ,
וויבאלד אז דארטן איז ניטא קיין ריבוי חיות פון וועלכן זיי קענען מקבל זיין א תוספת יניקה.
און דאם איז דער תוכן פנימי אין דעם ערשטן תנאי פון טומאת אוכלין — אז דוקא "מאכל אדם" איז מקבל טומאה:
דער תואר "אדם" איז דאך 11
על שם הכתוב 12
"אדמה לעליון",
וואם דער־ פאר ווערן אידן אנגערופן בשם "אדם" — ״אתם קרויין אדם״ 13
— ווייל א איד איז "אדמה לעליון",
בדומה,
כביכול,
צום אדם העליון שעל הכסא 14 .
און דאם מיינט "אוכל המיוחד למאכל אדם״: אכילה אין ברייטערן זין מיינט — אלע צרכי האדם 15
; און "מאכל אדם" מיינט — אט די ענינים וועלכע זיינען די "צרכים" פון דעם אדם שבו,
זיין נשמה וואס איז "אדמה לעליון",
וואם דאם זיי־ נען די ענינים של תורה ומצוותי׳.
און דורכדעם ווערט עם אויך "מאכל אדם״ — פון דעם אדם העליון שעל הכסא כביכול.
וכידוע 16
אז דורך די תורה ומצוות פון א אידן למטה איז מען כביכול "מפרנס" דעם אויבערשטן
(ע״ד קרבנות וואס ווערן אנגערופן 17
"לחמי לאשי").
וויבאלד אז דאם זיינען אזעלכע ענינים וואס זיינען "מיוחד למאכל אדם" העליון — זיינען די כחות הטומאה זיך משתדל צו מכשיל זיין דעם אדם שבדומה לו למטה,
דעם אידן,
כדי צו באקומען פון אים
(פון דעם ריבוי חיות הקדושה שבו)
א תוספת יניקה של חיות.
דערפאר,
איז שייך אז אין דעם זאל זיך אריינכאפן אן ענין פון טומאה ר״ל,
משא״כ ״כל שאינו מיוחד למאכל אדם ה״ז טהור ואינו מקבל טומאה".
וויבאלד אז ס׳איז ניט פארבונדן מיט אדם העליון שעל הכסא,
קדושה* 17
— איז דארטן ניטא קיין השתדלות פון לעומת זה,
איז דארט ניטא קיין טומאה 18 ,
וכנ״ל.
ג.
צו -דעם איז דא
(דער רמב״ם מוסיף)
א צווייטן תנאי,
אז אפילו א "מאכל אדם" איז ניט מקבל טומאה "עד שיבלל תחילה באחד משבעה משקין":
מים
(משקין)
ווייזט אויף השפעה והמשכה.
ווי מ׳זעט עס אין דער תכונה פון מים,
אז: א)
מים יורדים ממקום גבוה למקום נמוך 19
— דאם איז דער ענין פון חסד והשפעה 20 ,
וואס דער "גבוה" לאזט זיך אראפ צום "נמוך" בכדי אים צו משפיע זיין.
ב)
אויך בשייכות צו אוכלין,
איז די פעולה פון מים
(שתי׳)
וואם עס פירט פאנאנדער דעם אוכל אין גאנצן גוף 21 ,
וואס דערפאר זאגן חז״ל 22
"אכל ולא שתה אכילתו דם".
ג)
טבע המים לדבק 23
— די לחלוחית פון מים טוט אויף א חיבור ודביקות צווישן דברים נפרדים.
אין עבודת האדם מיינט עם: בשעת די עבודה פון א אידן
(זיין ״אוכלין״)
איז
(ניט ווי א טרוקענע זאך,
נאר)
מיט "לחלוחית",
דעמאלט בלייבט עם ניט ביי אים אליין,
נאר עם פועל׳ט אויך אויף די אידן ארום אים,
ביז אז ער איז יורד אפילו צו א נמוך בכדי צו משפיע זיין צו אים.
קומט אוים,
אז ווען דער "מאכל אדם" — די ענינים פון תורה ומצוות
(כנ״ל סעיף ב)
— זיינען פארבונדן מיט תכונת המים,
זיי ווערן געטאן מיט א לחלוחית וואם טוט אויף אז דער אור הקדושה זאל נתרבה ווערן אויך ביי אנדערע אידן — ווערט א ריבוי אין דעם חיות הקדושה.
און דערפאר איז די השתדלות מצד הקליפה צו גורם זיין אן ענין פון טומאה דוקא ווען דער "מאכל אדם" איז מוכשר געווארן לקבל טומאה דורך דעם "שיבלל תחילה באחד משבעה משקין" — ווייל דוקא אין דעם איז פאראן א ריבוי חיות פון קדושה,
פון וועלכן די קליפה וויל באקומען א תוספת יניקה
[וי״ל אז דאם איז אויר דער טעם פנימי וואם דוקא ביי משקין געפינט מען א ריבוי ענינים פון גזירות וזהירות מפני הטומאה
(וואם מען געפינט ניט ביי אוכלין) 24
— מצד דעם עילוי מיוחד פון משקין,
וואס זיי פארמאגן די תכונה פון השפעה וחיבור עם הזולת,
וואם דאם איז איינער פון די סימנים וגדרים פון צד הקדושה — השפעה 25
(היפך פון "מכנים ואינו מוציא" 25 )]
;
משא״כ װען דער ״מאכל אדם״ איז ניט מוכשר געווארן דורך מים,
איז אין אים ניטא אזא ריבוי חיות פון קדושה,
ובמילא איז ער ניט מקבל טומאה
(ווייל די קליפה ״שטופט״ זיך ניט צו שורה זיין דארטן).
ד.
לאחרי כל זה — קען ווערן א שאלה וטענה:
דער אויבערשטער האט אריינגע־ שטעלט א אידן אין עולם הזה הגשמי,
וואם ווערט אנגערופן "עולם הקליפות וסטרא אחרא" 26 ,
און "הרשעים גוברים בו" 26 .
דערצו זאגט מען א אידן,
אז וואס מער ער וועט זיך משתדל זיין בעבודתו צו זיין א משפיע בסביבתו — אלץ מער איז די השתדלות מצד הקליפה אים צו מכשיל זיין כו׳ 27
(כדי זיי זאלן באקומען א תוספת יניקה ח״ו)
; בשעת דער וואם איז זיך ניט משתדל בעבודתו להשפיע דארף ער זיך ניט באווארענען פון טומאה!
מוז מען זאגן אז זיכער גיט דער אויבערשטער אן עצה ודרך פאר א אידן ווי ער זאל זיר קענען באווארענען פון ענין הטומאה
(און באווארענען זיך נאך מערער ווי אזא וואט איז זיר ניט משתדל כדבעי אין עבודת השם).
אויף דעם קומט דער דריטער תנאי אין טומאת אוכלין — "כל האוכלין הגדילין מן הקרקע ..
כל זמן שהן מהוברין אפילו כשורש קטן שיכולין לחיות ממנו אינן מקבלין טומאה
(אפילו אם הוכשרו במים)
".
דאם מיינט בעבודת האדם: בשעת דער "מאכל אדם"
(עבודת האדם)
איז אין אן אופן אז ער איז בחיבור מיט מקום גידולו,
אפילו דויד א "שורש קטן
(אבער)
שיכולין לחיות ממנו״,
דעמאלט איז — "אינן מקבלין טומאה".
ה.
די הסברה אין דעם:
אלע פעולות און ענינים פון עבודת ה׳
("אוכל המיוחד למאכל אדם" העליון)
איז שרשם ומקורם — דער ארט פון וואנעט זיי ״װאקסן״ — די פנימיות הנשמה,
די נקודת היהדות,
וואם אין דעם קען קיין טומאה ניט אנרירן,
ח״ו; ניט נאר קען עם בפועל ניט טמא ווערן,
נאר נאכמער — ס׳איז ניט מקבל טומאה,
כלל ניט בגדר טומאה.
וכידוע מאמר רבותינו נשיאינו 28 ,
אז ״מודה אני ..
זאגט מען פאר נעגעל וואסער אפילו בידים טמאות,
ווארום כל הטומאות שבעולם זיינען ניט מטמא דעם מודה אני פון א אידען.
ער קען זיין חסר בזה או בזה,
אבער דער מודה אני בלייבט גאנץ" 29 .
ווייל דער "מודה אני" פון א אידן איז פארבונדן מיט דער נקודת היהדות שבו 30 .
און ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא 31
אז דער כח האמונה ומסירת נפש
(וואם קומען פון דער נקודת היהדות)
איז גאנץ ביי יעדן אידן,
וואס דערפאר איז "אפילו קל שבקלים ופושעי ישראל מוסרים נפשם על קדושת ה׳" 32 ,
"אפילו שלא לעשות רק איזה מעשה לבד נגד אמונת ה׳ אחד כגון להשתחוות לעבודה זרה אף שאינו מאמין בה כלל״ 33
— ווייל די נקודת היהדות פון א אידן דער־ לאזט ניט אז מען זאל אנרירן אפילו אין "קצה טומאת ע״ז ח״ו" 34 .
און אויף דעם קומט די הוראה,
אז די ״אוכלין״ דארפן זיין מחובר מיט מקום גידולם,
די נקודת היהדות: ס׳איז ניט גענוג וואם די נקודת היהדות
(פאר זיך)
בלייבט גאנץ,
נאר די אמונה ומסירת נפש דארף דורכנעמען זיינע פעולות בעבודת ה׳.
ביז ס׳איז ניכר אין די פעולות דער חיות שמצד פנימיות הנשמה.
ו.
און דאס איז וואס דער רמב״ם זאגט,
אז "כל זמן שהן מחוברין אפילו כשורש קטן שיכולין לחיות ממנו אינן מקבלין טומאה".
בשעת די עבודה פון א אידן איז אין אן אופן אז זי האט א חיבור מיט מקום גידולו,
פנימיות נפשו
— אפילו אויב דאס איז בלויז "כשורש קטן": אלע שרשים זיינען אפגעשניטן געווארן,
ר״ל,
און ביי אים איז פאר־ בליבן בלויז איין "שורש קטן"; וויבאלד אבער דאם איז א "שורש קטן 35
שיכולין לחיות ממנו״ — אז דורך אים קען נמשך ווערן חיות פון פנימיות הנשמה —
איז "אינן מקבלין טומאה".
ווארום כשם ווי די אמת׳ע פנימיות הנשמה איז העכער פון עניני הטומאה,
ווערט אזוי אויפגעטאן אויך אין די ״אוכלין״ — די עניני האדם בתורה ומצוותי׳,
וועלכע זיינען מקבלין חיות,
דורכגענומען מיטן חיות פון פנימיות הנשמה — אז אויך זיי זאל קיין טומאה ניט קענען אנרירן; ועד כדי כך,
ביז אז "אוכלין שהוכשרו כשהן מחוברין לקרקע ..
אינו הכשר״ 36
— עס קען אפילו ניט ווערן מוכשר לקבל טומאה,
אזוי אפגעפרעגט איז דער ענין הטומאה ביי אים.
וי״ל אז דאם איז אויך דער פירוש אין דברי המשנה 37
אז די עבודה פון א אידן דארף זיין ווי אן "אילן שענפיו מועטין ושרשיו מרובין שאפילו כל הרוחות שבעולם באות ונושבות בו אין מזיזין אותו ממקומו״ — אז דער עיקר מעלה איז אין ריבוי שרשים,
וועלכע פאר־ בינדן די פעולות האדם בתורה ומצוותי׳ מיט מקום גידולן,
פנימיות נשמתו 38 ,
וואם דאם גיט אריין א חיזוק ותוקף אין זיין עבודה,
ביז אז קיין זאך קען עם ניט רירן פון ארט — "כל הרוחות שבעולם באות ונושבות בו אין מזיזין אותו ממקומו".
ז.
כידוע הויבט זיך אן יעדער ענין אין עבודת ה׳ פון תורה.
ועד״ז אין דעם ענין — אז כדי צו אויפטאן דעם חיבור פון די פעולות האדם
(במחשבה דיבור ומעשה)
מיט פנימיות הנשמה — איז עס דורך דעם וואס אין זיין לימוד התורה איז פאראן די הקדמה פון ברכו בתורה,
ברכו בתורה תחלה 39 ,
המשכה בתורה,
דער אפענער פארבונד מיטן שורש ונותן התורה — נותן התורה
(לשון הווה),
און דאס איז דער שורש כללי לכל התורה כולה
תורה דארף דאך אראפקומען און דורכנעמען אלע פרטים ואיברים — וואט דאם איז דער חיבור פון נגלה דתורה
(וואם איז בדוגמת ענין האוכלין — "מילא כריסו בבשר ולחם" 40 )
מיט פנימיות התורה.
דער חילוק צווישן גליא דתורה און פנימיות התורה איז 41
:
בלשון הזהר 42
נגלה דתורה איז גופי תורה,
פנימיות התורה — נשמתא דאורייתא.
ועד״ז — נגלה דתורה רעדט,
איז מברר דינים און ענינים פון "אילנא דטוב ורע" 43 ,
וואט דערפאר איז דער לימוד עצמו אין אן אופן פון פלפול וקושיות כו׳,
ביז אז עם זיינען פאראן ענינים פון מחלוקת כו׳ 44
— ד.
ה.
עם איז שייך אין דעם אן ענין פון העלם והסתר אויף אמיתתה של תורה.
משא״כ פנימיות התורה איז עץ החיים — "אילנא דתיי דלית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת כו׳" 43
; ס׳איז העכער פון דעם גדר פון אילנא דטוב ורע.
און דערפאר,
כדי דער לימוד התורה של האדם זאל זיין אין אן אופן פון "נעשית לו סם חיים" 45 ,
אז עם זאל ניט זיין לימוד לקנתר ר״ל,
אן ענין פון היפך החיים,
ואפילו ניט צו א דקות׳דיגן שלא לשמה 46
— איז עם דורך דעם וואם זיין לימוד אין גליא דתורה איז מחובר מיט לימוד פנימיות התורה,
אילנא דחיי.
און "גדול לימוד שמביא לידי מעשה״ 47
— דורך דעם חיבור פון גליא ופנימיות אין תורה,
ווערט אזוי אויפגעטאן אויך בכללות עבודתו,
אז עם ווערט דער חיבור פון פעולות גליא שבנשמתו
(די ״אוכלין״ שלו)
מיט פנימיות נשמתו,
ובמילא ווערט ער אין א מצב אז ער איז
(אפילו)
ניט בגדר לקבל טומאה.
און דאם ווערט די הכנה קרובה צום קיום היעוד "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ" 48 ,
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש״פ וישלח תשמ״ה)