B"H
🏡

Ikar

שמיני ב

א.

אויפן פסוק 1

"ואת שעיר החטאת דרש דרש משה והנה שורף" זאגן חז״ל 2 ,

אז בשמיני למילואים האט מען מקריב געווען ״שלשה 3

שעירי חטאות ..

שעיר עזים ושעיר נחשון ושעיר ר״ח ומכולן לא נשרף אלא זה״ — דער שעיר ר״ח.

און דערפאר איז "ויקצוף 4

(משה)

גו׳ מדוע לא אכלתם את החטאת גו׳",

און אהרן האט אים געענטפערט: "הן 5

היום הקריבו את חטאתם גו׳ ותקראנה גו׳ ואכלתי חטאת היום הייטב בעיני ה׳.

וישמע משה וייטב בעיניו".

איינע פון די הסברות חז״ל 6

אין דער שקו״ט צווישן משה און אהרן — צי מ׳האט דעם שעיר ר״ח געדארפט עסן

(לויטן קס״ד פון משה)

אדער פארברענען

(כדעת אהרן)

— איז:

אהרן ובניו זיינען דאך געווען אוננים

(ע״י מיתת נדב ואביהוא)

און אן אונן איז אסור בקדשים 7

; נאר בנוגע שעיר עזים ושעיר נחשון האט משה אנגעזאגט ״ואכלתם גו׳ — כי כן צויתי" 8

"באנינות יאכלוה" 9 .

אבער וועגן דעם שעיר ר״ח זיינען משה און אהרן געווען חלוק: משה האט געהאלטן אז אויך דעם שעיר ר״ח האבן זיי געדארפט עסן באנינות,

פונקט ווי די אנדערע צוויי שעירים,

וויבאלד ס׳איז געווען א היתר מפורש

(אויף די קרבנות פון דעם טאג)

״כי כן צויתי — באנינות יאכלוה"; אהרן האט געהאלטן און אים געענטפערט: שמא לא שמעת

(דעם היתר)

אלא בקדשי שעה

(שעיר עזים ושעיר נחשון)

דאי בקדשי דורות ק״ו ממעשר הקל ומה מעשר הקל אמרה תורה 10

לא אכלתי באוני ממנו בקדשי דורות לא כל שכן.

און מיד "וישמע משה וייטב בעיניו הודה ולא בוש

(משה 11 )

לומר לא שמעתי אלא

(אמר 11 )

שמעתי ושכחתי".

ב.

דארף מען פארשטיין:

פארוואס האט אהרן געדארפט זאגן "

(דאי בקדשי דורות)

ק״ו ממעשר הקל כו׳"?

אהרן איז דאד ניט אויסן געווען מחדש זיין צו משה׳ן דעם כללות׳דיקן דין אז אן אונן איז אסור בקדשים 12

(דאס האט משה אויר פריער גע־ וואוסט ובמאורע זה עצמו — דערפון וואט דער אויבערשטער האט אים גע־ דארפט אנזאגן ״צויתי״ א היתר מפורש בנוגע די אנדערע שעירים — "באנינות יאכלוה" 13 )

— כדי צו מדגיש זיין דעם חילוק אז דער היתר מיוחד ביי אנינות איז נאר בנוגע די קדשי שעה און ניט בנוגע די קדשי דורות

(שעיר ר״ח)

— ולאפוקי פון סברת משה אז דער היתר איז כולל אלע קדשים פון דעם טאג

[איז וואט גיט דא צו דער ק״ו ממעשר הקל 14

(כאילו אז לולא דעם ק״ו וואלט מען ניט געקענט מחלק זיין צווישן קדשי שעה און קדשי דורות)]

האט אהרן געדארפט זאגן בקיצור: שמא שמעת בקדשי שעה ולא בקדשי דורות!

דער דיוק איז נאכמער בולט דורכ־ דעם וואט מ׳געפינט,

אז אויך רש״י בפירושו על התורה 15

ברענגט דעם תוכן השקו״ט צווישן משה און אהרן

[אז אהרן האט געזאגט אז ס׳איז דא א חילוק צווישן קדשי שעה און קדשי דורות]

— און רש״י דארט איז טאקע מקצר בלשונו: הייטב בעיני ה׳ — אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות

(און ברענגט ניט דעם ק״ו ממעשר הקל).

ג.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דיוק לשון רש״י הנ״ל "אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות":

פון לשון רש״י "אין לך להקל"

(און ניט ״ללמוד״ וכױ״ב 16

— אז מעז קען בכלל ניט אפלערנען קדשי דורות פון קדשי שעה)

איז מוכח,

אז דאס וואט מען קען ניט צוגלייכן קדשי דורות צו קדשי שעה איז

[ניט ווייל דער היתר אנינות

(ביי די קדשי שעה)

איז געווען א "הוראת שעה" פון וועלכער מען קען בכלל ניט אפלערנען למקום אחר ,16 ,

נאר 17 ]

װײל קדשי דורות זיינען מער חמור ווי קדשי שעה,

ומהאי טעמא — "אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות".

ועפ״ז איז מובן פארוואם די גמרא איז מוסיף

(בדברי אהרן)

"ק״ו ממעשר הקל" — ווייל לויט שיטת הש״ס איז,

פאר־ קערט: קדשי שעה זיינען חמורים פון קדשי דורות ועאכו״כ פון הקל שבקדשי דורות — און די ראי׳ אויף דעם:

די גמרא 18

ברענגט די פלוגתא צווישן ר׳ יוסי הגלילי און די חכמים בנוגע דעם מקור הדין אז א חטאת

(חיצונה)

שנכנס דמה לפני ולפנים ווערט פסול און מוז פארברענט ווערן: ר׳ יוסי הגלילי לערנט עם אפ פון פסוק

(שבפרשתנו 19 )

"הן לא הובא את דמה אל הקודש פנימה"

(משה האט געפרעגט אהרן׳ען: פארוואס מ׳האט דעם קרבן חטאת פאר־ ברענט — מ׳האט דאך איר דם ניט גע־ בראכט ״אל הקודש .

פנימה״)

— "מכלל דאי ..

עייל דמה — בשריפה".

און דערפון לערנט מען אפ אויף יעדער חטאת חיצונה שנכנס דמה לפני ולפנים אז דינה בשריפה.

אבער די חכמים לערנען אפ דעם דין פון אן אנדער פסוק,

און ווי רש״י" 20

איז מבאר,

אז לדעתם קען מען דאם ניט אפלערנען פוז פסוק "הן לא הובא גו'",

ווייל "דורות משעה לא ילפינן".

דלכאורה אף דלא ילפינן — מהו ההכרח לשנות ולהחמיר

(ביי שעה)

— דערפון איז מוכח אז לויט די חכמים זיינען קדשי שעה בכלל חמורים פון קדשי דורות 21 ,

וואם דערפאר,

אע״ם אז עם שטייט מפורש ביי "

(קדשי)

שעה" אז חטאת שנכנס דמה לפני ולפנים איז בשריפה,

וואלט מען געקענט זאגן אז קדשי דורות זיינען ניט

(אזוי הארב און ניט)

בשריפה.

[נאך מער: די כוונה אין "שעה" דארט איז ניט "קדשי שעה" כפשוטם

(ד.

ה.

קרבנות וואם מ׳האט מקריב געווען בלויז אין יענער צייט)

— ווארום דער קרבן וועלכן מ׳האט פארברעגט איז גע־ ווען א שעיר ר״ח

(כנ״ל)

— נאר

(ווי תוספות 22

איז מבאר)

"הוראת שעה היתה"

(א הוראת שעה אין קדשי דורות).

קומט אויס,

אז לויט די חכמים 23 ,

זיינען עניני "שעה" עד כדי כך חמורים פון עניני "דורות",

אז אפילו פון "שעה" שבקדשי דורות

(שעיר ר״ח פון שמיני למילואים)

קען מען ניט אפלערנען — ווייל זי איז חמורה פון קדשי דורות סתם.

ועאכו״כ אז קדשי שעה ממש

(דער שעיר עזים און שעיר נחשון)

זיינען חמורים פון קדשי דורות].

און וויבאלד אז "קדשי שעה" זיינען

(לשיטת הש״ס)

חמורים פון "קדשי דורות״ — קען אין גמרא ניט שטיין "אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות",

ווייל,

אדרבה: אויב ביי קדשי שעה

(החמורים)

איז דא די קולא פון היתר אכילה באנינות,

איז דאך עאכו״כ אז די קולא,

דער היתר אכילה באנינות

("באנינות יאכלוה")

איז חל אויף די קדשי דורות

(שבאותו מעמד 24 ).

דערפאר האט אהרן געמוזט מוסיף זיין "דאי בקדשי דורות ק״ו ממעשר הקל"* 24

: וויבאלד מען געפינט אז דער איסור אנינות איז חל אפילו אויף "מעשר הקל" — קען מען ניט מקיל זיין באנינות בקדשי דורות

(דורך אפלערנען פון קדשי שעה),

נאר עס איז מסתבר צו זאגן,

אז דער היתר אנינות איז געווען א הוראת שעה בלויז בנוגע די קדשי שעה און מען קען דערפון ניט אפלערנען.

ד.

עס בלייבט אבער ניט מובן: וואס איז די הסברת הפלוגתא צי קדשי דורות זיינען מער חמור

(כשיטת רש״י בפירושו עה״ת),

אדער קדשי שעה

(כשיטת הש״ם)

ז

ויש לומר,

אז די פלוגתא איז

(ניט — וואם איז מער חמור

(כנ״ל),

נאר)

— וואם פאר א סוג "קדשי שעה" איז דא געווען.

אין קדשי שעה זיינען דא צוויי אופנים:

א)

"קדשי שעה" סתם,

חד פעמי ממש

(וואס האט ניט קיין פעולה וצד השווה מיט דורות),

ע״ד די קרבנות וואס אליהו האט מקריב געווען בהר הכרמל.

ומסתבר אז זיי זיינען

(קדשי שעה)

קלים מקדשי דורות

(ווי אין דער דוגמא הנ״ל — אז מ׳האט ביי קרבנות אליהו בהר הכרמל מתיר געמאכט דעם איסור פון שחוטי חוץ).

ב)

"קדשי שעה",

וואם כאטש אז זייער הקרבה בפועל איז בלויז באותה שעה,

איז ענינם ותוכנם — א פעולה לדורות.

ע״ד ווי די קרבנות פון די ימי המילואים וואם האבן מחנך געווען דעם משכן,

ועד״ז די קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח.

און דער סוג פון קדשי שעה איז,

כמובן,

מער חמור ווי סתם קדשים

(קדשי דורות),

ווייל דורך זיי ווערט אויפגעטאן,

אין זיי זיינען תלויים ענינים לדורות.

ועד״ז בנדו״ד גופא — בנוגע דעם שעיר עזים ושעיר נחשון: דער גדר פון "קדשי שעה" קען ביי זיי זיין אויף צוויי אופנים,

ובהקדים,

אז די שקו״ט דא איז

(ניט בנוגע זייער הקרבה ע״ג המזבח,

נאר)

וועגן אכילת כהנים.

און אין דעם קען מען קלערן,

צי אויך אכילת כהנים איז א חלק פון חנוכת המשכן והמזבח:

ע״ד הפשט לייגט זיך,

אז אכילת בני אדם

(הבהנים)

האט ניט קיין שייכות מיט חינוך המשכן והמזבח:

לא מיבעי דער שעיר עזים

(פון שמיני למילואים)

— ד.

ה.

א קרבן פארבונדן מיטן חינוך פון ימי המילואים — איז דאך דעמאלט

(בעת אכילת השעיר)

שוין געווען נאך דעם ווי די קרבנות פון אהרן האבן שוין אויפגעטאן

(דורך דער הקרבה ע״ג המזבח)

דעם חינוך און — בשלימותו ביז אז "תשרה שכינה בכם" 25

און — "ותצא אש מלפני ה׳ ותאכל על המזבח גו׳" 26 ,

ובמילא איז די אכילת כהנים שלאח״ז טוט ניט אויף בחינוך המשכן והמזבח

(לדורות)

;

נאר אפילו שעיר נחשון,

וואט מיט דעם איז געווען די התחלה פון די צוועלף טעג פון חנוכת המזבח

(דורך די קרבנות הנשיאים)

— איז אבער לויטן דרך הפשט מסתבר לומר,

אז די "חנוכת המזבח" איז פארבונדן מיט דער הקרבה ע״ג המזבח במשכן,

אבער ניט מיט דער אכילת כהנים.

— קומט אוים,

אז לויט פרש״י עה״ת איז די אכילת כהנים פון די "קדשי שעה״־ניט נוגע לדורות,

נאר עס איז אן ענין חד פעמי,

ד.

ה.

דאם איז אין דעם ערשטן סוג

(הנ״ל)

אין קדשי שעה,

וועלכע זיינען קלים פון קדשי דורות; ובמילא

(בל׳ רש״י)

— "אם שמעת

("באנינות יאכלוה")

בקדשי שעה

(הקלים)

אין לך להקל בקדשי דורות

(החמורים)

".

משא״כ אין דעם לימוד ע״ד ההלכה,

איז כשם ווי מען געפינט בנוגע צו דער כפרה שע״י קרבן,

אז "כהנים אוכלים ובעלים מתכפרים" 27 ,

עד״ז איז

(ע״ד ההלכה)

בנוגע צו אלע פעולות פון א קרבן — כולל די פעולות הקרבנות בנדו״ד: חינוך המשכן והמזבח — אז די אכילת כהנים איז דערמיט פארבונדן און פועל׳ט בזה.

קומט אויס,

אז

(אויך)

די אכילת כהנים פון שעיר עזים ושעיר נחשון איז נוגע לדורות,

און דערפאר איז שיטת הש״ם אז די קדשי שעה זיינען מער חמור ווי קדשי דורות,

און דערפאר האט אהרן געדארפט אנקומען צום "ק״ו ממעשר הקל"

(כנ״ל באורך).

ה.

לויט דעם ביאור האמור אין דעם חילוק צווישן שיטת הש״ם און שיטת רש״י בפירושו עה״ת אין טענת אהרן — וועט מען אויר פארשטיין דעם שינוי ביניהם בנוגע להודאת משה,

"וישמע משה וייטב בעיניו":

אין גמרא 6

שטייט: "הודה ולא בוש

(משה)

לומר לא שמעתי אלא

(אמר)

שמעתי ושכחתי״ — אז ביי משה איז געװען דערבײ שכחה; משא״כ רש״י בפירושו על התורה 28

ברענגט

(ניט לשון הש״ס,

נאר)

ע״ד לשון התורת כהנים 29

: ״הודה ולא בוש לומר לא שמעתי״ — וואס פשטות לשון רש״י איז

(ווי גע־ רעדט אמאל בארוכה 30 )

אז משה האט זיך ניט געשעמט צו זאגן אז ער האט דעם חילוק פון קדשי שעה און קדשי דורות ניט געהערט פון אויבערשטן

(אבער עם איז דערביי ניט געווען שכחה).

ויש לומר אז "לשיטתייהו אזלי":

לויט שיטת הש״ם,

אז דער יסוד פון אהרן איז בלויז דער "ק״ו ממעשר הקל"

(ווייל מצד הסברא

(לולא דעם ק״ו)

וואלט אויר אהרן מודה געווען אז מען דארף עסן דעם שעיר ר״ח באנינות,

במכש״כ פון קדשי שעה החמורים)

— דארף מען זאגן,

אז דאם וואם משה האט

(מלכתחילה)

געהאלטן אנדערש איז ווייל בשעת מעשה האט ער ניט גע־ וואוסט דעם לימוד פון "מעשר הקל" 31 ,

דא איז געווען שכחה — משה רבינו האט פארגעסן דעם דין

(ולימוד)

פון מעשר.

משא״כ לויט פרש״י עה״ת,

איז דער חילוק צווישן דער קס״ד של משה און דעת אהרן געווען אן ענין פון סברא: משה האט געהאלטן אז דער היתר אנינות איז פארבונדן מיטן טאג,

אלס שמיני למילואים 32 ,

ובמילא איז אין דעם ניטא קיין חילוק צווישן קדשי שעה און קדשי דורות: און אהרן האט מחדש געווען אז דער היתר אנינות איז נאר אויף די קרבנות מיוחדים

(פון דעם טאג אלם ימי המילואים)

אבער מען קען דערפאר ניט מקיל זיין ביי דעם שעיר ר״ח וואם איז פון קדשי דורות.

און דערפאר זאגט ניט רש״י אז ביי משה איז געווען שכחה — ווייל אויף א סברא פאסט ניט זאגן: שכחה און דערפאר זאגט מען — היפך הסברא! מען קען פארגעסן א דין,

ע״ד "נתעלמה ממנו הלכה" 33 ,

אבער עם האט ניט קיין ארט צו זאגן אז מ׳האט פארגעסן א סברא

(מען קען מאכן א טעות בסברא 34 ,

אבער ניט שכחה).

נאר,

לויט פשוטו של מקרא,

האט משה געזאגט ״לא שמעתי״ — ער האט פון דעם אויבערשטן ניט געהערט דעם חילוק.

ו.

פון יעדן ענין דארף מען ארוים־ נעמען א הוראה אין עבודת האדם 35 .

וי״ל די הוראה פון ענין הנ״ל — אויף וויפל מען דארף זיין זהיר אין די ענינים.

וואם זיינען בדוגמת "קדשי שעה":

עם זיינען פאראן ענינים אין עבודת האדם וועלכע זיינען בדוגמת "קדשי דורות״ — ענינים קבועים וואם זיינען דא מדור דור בלי שינוי; און עם זיינען פאראן ענינים בדוגמת ״קדשי שעה״ — ענינים חדשים שתלמיד ותיק עתיד לחדש,

תקנות גדולי ישראל וואם פא־ דערן זיך מצד דרישת.

השעה,

בקעה מצא וגדר בה גדר 36 ,

וכיו״ב.

אין די זאכן אין וועלכע מען איז איינגעוואוינט מדור דור זיינען ניטא

(אזויפיל)

שוועריקייטן אויר מנצח זיין דעם יצר הרע,

וויבאלד מ׳איז שוין אדורך די "כל התחלות קשות" 37

; ויתרה מזה — הרגל נעשה טבע.

אבער בנוגע די עבודות וועלכע זיינען בדוגמת "קדשי שעה" שטעלט זיך דער יצה״ר בתוקף אנטקעגן: מה יום מיומים,

מנהג אבותינו אן דעם חידוש,

ובו׳ — ביז אז ער מאכט זיר פאר א מנהיג ופוסק הדור וואם איז דרישת השעה.

און דעריבער פאדערט זיר א זהירות יתירה ביי אן עבודה חדשה

(ובפרט — וועלכע איז ניט נאר אן ענין לפי שעה 38 ,

נאר — איז אויר נוגע לדורות)

מער און מער ווי בנוגע די עבודות הרגילות

(וועלכע זיינען בדוגמת — קדשי דורות).

און דאם לערנט מען אפ פון דעם ביאור הנ״ל

(בשיטת הש״ס),

אז דאם וואם מען האט די "קדשי שעה" געגעסן באנינית

(און די קדשי דורות פארברענט)

— איז בלויז געווען א הוראת שעה אויף יענעם טאג; אבער דער סדר הרגיל דארף זיין אין א פארקערטן אופן — אז די קדשי שעה זיינען

(שווערער ובמילא —)

הארבער ווי קדשי דורות; אפילו דארט וואו די קדשי דורות מעג מען ״עסן״,

איז נאד ניט קיין ראי׳ אז מען קען ״עסן״ די קדשי שעה.

און ווי מען געפינט ביי די קרבנות המילואים,

אז דער ערשטער קרבן וואם אהרן האט געבראכט — פר לחטאת — האט ער ניט געגעסן

(ווי א חטאת דקדשי דורות),

נאר — "תשרוף באש" 39 .

ווייל אין קדשי דורות,

׳ וואו דער יצה״ר שטעלט זיר ניט אנטקעגן

(עד כדי כך),

קען מען זיר ״פארגינען״ דעם תענוג פון אכילת הקרבן,

אין וועלכן עם איז דא הנאה,

אויך דער גוף האט דער־ פון הנאה ותענוג;

משא״ב ביי "קדשי שעה" ביי וועלכע דער יצה״ר טוט ביותר אויף לבלבל וכו׳ דארף מען האבן א זהירות יתירה בנוגע צו אכילה 40 .

בשעת מען דערפילט אן אייגענעם געשמאק ובפרט גופני גיט דאס אן ארט וואו דער יצה״ר קען האבן אן אחיזה וכו׳ —

נאר עם דארף זיין שריפת הקרבן,

ביטול לגמרי.

ז.

און דאס איז אויר די הוראה למעשה בדורנו זה:

לויט אלע סימנים אין סוף מס׳ סוטה געפינען מיר זיר איצט אין דרא דעקב־ תא דמשיחא ממש,

און ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט 41

אז "הנה עומד אחר כתלנו",

און אין וועלכן עם זיינען דא חלונות וחרכים — איז די דרישת השעה,

צו מבין זיין זיר

(מיט דער גאנצער סביבה)

לקבלת פני משיח צדקנו.

— דארף מען וויסן,

אז אין דער עבודה דארף מען האבן א זהירות

(כולל — זריזות)

יתירה,

און זי מוז געטאן ווערן מיט דער גאנצער מסירה ונתינה,

בכל מאדר.

ווען עם רעדט זיר וועגן קדשי דורות — די עבודות הרגילות — האט אן ארט אז די עבודה זאל זיין אן עבודה מסודרה ע״פ טעם ודעת,

אין וועלכער מען פאר־ לירט ניט

(לגמרי)

די אייגענע מציאות — מ׳האט דערביי תענוג,

ביז הנאת הגוף

(— מהמצוה,

או כדי לעבוד את ה׳ וכו׳ 42 )

;

בשעת אבער עם רעדט זיר וועגן דער דרישת השעה אויף גרייטן זיך צו משיח׳ן — קדשי שעה — דארף מען געדענקען אז דאס איז אן ענין שהזמן גרמא וואט איז דוחה אנדערע ענינים און מען דארף זיד אין דעם אריינלייגן אין אן אופן פון למעלה ממדידה והגבלה,

ביז מען ווערט אינגאנצן ארײנ־ געטאן אין דעם,

ביז עם ווערט פאר־ לארן די אייגענע מציאות

(— בדוגמת שריפת הקרבן).

און דאם גופא ברענגט אראפ משיח צדקנו,

וואס זיין קומען איז אין אן אופן פון "היסח הדעת" 43

(למעלה מבחינת דעת 44 )

— מצאתי דוד עבדי 45

— בגאולה האמיתית והשלימה במהרה בימינו ממש.

(משיחות אחש"פ,

ש״פ שמיני וש״פ תזו״מ תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.