א.
ביים סיום פון דעם "סדר עשיית מצות אלו בליל חמשה עשר" 1
נאכן כוס רביעי זאגט דער רמב״ם 2
: "ויש לו למזוג כוס חמישי ולומר עליו הלל הגדול והוא מהודו לה׳ כי טוב 3
עד על נהרות בבל.
וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות".
דער מקור אויף כוס חמישי 4
איז אין ברייתא 5
לויט די גירסת הגאונים 6
: חמישי אומר עליו הלל הגדול דברי ר׳ טרפון 7 .
שטייט אין ספר רבינו מנוח אויפן רמב״ם: "מהא שמעינן דאסור למשתי יין אחר ארבע כוסות דאי ס״ד דשרי אמאי מצרכינן לי׳ למימר עליו הלל הגדול אלא לאו ש״מ דאין לו לשתות אבל אם רצה לשתות צריך לומר על אותו כוס דומיא דרביעי מענינא דהללא ומענינא דיציאת מצרים ובלאו הכי אסור לשתות".
פון דברי רבינו מנוח איז פארשטאנ־ דיק,
אז ער לערנט דברי הרמב״ם אז דער כוס חמישי איז אן ענין פון רשות 8 ,
״ויש לו למזוג״ מיינט א היתר — " אם רצה לשתות צריך לומר על אותו כוס כו׳".
ווי די שיטה פון כמה גאונים 6 ,
אז כוס חמישי איז רשות ממש,
ס׳איז אינ־ גאנצן תלוי ברצונו.
אבער דער פירוש איז לכאורה ניט גלאטיק איו לשון הרמב״ם,
ווארום דער רמב״ם איז מסיים
(כנ״ל)
"וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות ".
אויב מ׳זאל זאגן אז לויטי רמב״ם איז דער כוס חמישי כלל ניט בגדר חובה האט דער רמב״ם געדארפט זאגן בקיצור "וכוס זה אינו חובה" 9 .
פון אריכות לשון הרמב״ם איז משמע,
אז אויך דער כוס חמישי האט אין זיך "חובה",
ס׳איז נאר וואס ״אינו חובה כמו ארבעה כוסות ״ — ער איז ניט אויף אזויפיל "חובה" כמו ארבעה כוסות 10 .
וכ״מ בר״ן אין פסחים 11
וועלכער שרייבט בדברי ר׳ טרפון:
דד׳ כוסות חובה וחמישי רשות ואם רצה לשתות אומר עליו הלל הגדול,
אי נמי דמצוה מן המובחר 12
לשתות כוס חמישי ולומר עליו הלל הגדול והיינו לישנא דאומר עליו הלל הגדול וכך מטין דברי הרמב״ם ז״ל בפרק אחרון מהלכות חמץ ומצה,
היינו אז ער לערנט דעת הרמב״ם,
אז דער כוס חמישי איז מצוה מן המובחר 13 ,
און דערפאר איז דער רמב״ם מוסיף "וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות" — אז אע״פ אז " יש לו למזוג"
(ס׳איז א מצוה מן המובחר),
פונדעסטוועגן,
"וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות".
אבער אויך דער פירוש איז לכאורה ניט אינגאנצן גלאטיק אין לשון הרמב״ם,
ווייל עפ״ז וואלט דער רמב״ם געשריבן בפירוש
(וכלשון הרגיל בכמה מקומות)
: ומצוה מן המובחר למזוג כוס חמישי ולומר עליו הלל הגדול
(וכיו״ב).
פון לשון הרמב״ם איז משמע,
אז עס איז טאקע דא אין דעם א חיוב,
אבער ס׳איז ניט ממש א מצוה
(עכ״פ)
מן המובחר
(און דערפאר זאגט דער רמב״ם נאר "ויש לו למזוג כו׳") 14 .
ב.
וועט מען דאס פארשטיין ע״פ דיוק הלשון אין דברי הרמב״ם:
בנוגע צו די ד׳ כוסות פסק׳נט דער רמב״ם 15
: כל כוס וכוס מארבעה כוסות הללו מברך עליו ברכה בפני עצמה
(און ברענגט אויר וואס מ׳זאגט אויף יעדן פון די ד׳ כוסות),
און דערנאד — אין דעם "סדר עשיית מצות אלו בליל חמשה עשר" 1
איז ער מפרט ביי יעדן כוס אז ער איז "שותה": ביים כוס ראשון — "מברך בורא פרי הגפן ואומר עליו קידוש היום וזמן ושותה" 1 ,
ביים כוס שני "ומברך בורא פרי הגפן ושותה הכוס השני" 16 ,
בכוס שלישי "מברך ברכת המזון על כוס שלישי ושותהו״ 17 ,
ביים כוס רביעי "מברך בורא פרי הגפן ואינו טועם אחר כך כלום" 17 .
ביי בום חמישי אבער זאגט דער רמב״ם נאר
(כנ״ל)
"ויש לו למזוג כוס חמישי ולומר עליו הלל הגדול" און ער איז ניט מסיים "מברך בורא פרי הגפן ושותה" 18 .
וע״פ הידוע גודל הדיוק של הרמב״ם בלשונו,
איז דערפון מובן,
אז דאס גופא איז כוונתו לדייק,
אז דעם כוס חמישי איז מען ניט שותה,
מען איז אים נאר מוזג און מ׳זאגט אויף אים הלל הגדול.
און ווי ס׳איז אויך מובן מדבריו לפנ״ז: "ואח״כ מוזג כוס רביעי וגומר עליו את ההלל ..
ומברר בורא פרי הגפן ואינו טועם אחר כך כלום כל הלילה,
חוץ מן המים ״ — איז דאך פשוט אז דער רמב״ם וועט תיכף בהמשך דבריו ניט זאגן היפך מזה ,
אז מ׳טרינקט א כוס יין גלייר נאך כוס רביעי.
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
דער רמב״ם לערנט ווי די דיעות 19
וואס זיינען מפרש אז ר׳ טרפון איז מחולק מיט דעת התנא דידן,
צי מ׳איז מחוייב אין ארבעה כוסות אדער חמשה כוסות.
ולפ״ז דארף לכאורה אויסקומען אז הלכה כדעת תנא דידן און מ׳איז מחוייב נאר אין ארבעה כוסות.
לאידך אבער געפינט מען אז די גמרא איז שקו״ט אליבא דר״ט 20
וואס מען זאגט אויף דעם כוס ה׳
("מהיכן הלל הגדול"),
און דערפון איז משמע אז דעת ר״ט איז יע אנגענומען להלכה.
ווי זאל מען זיר פירן בפועל?
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז וויבאלד אז ס׳איז א ספק זאל מען מחמיר זיין כדעת ר״ט און טרינקען א כוס חמישי 21 .
אבער מען קען אזוי ניט טאן,
ווייל לדעת חכמים אז מ׳איז מחוייב בלויז אין פיר כוסות,
טאר מען ניט טרינקען א כוס חמישי
(ווי דער רמב״ם זאגט אז נאכן קיום מצות ד׳ כוסות " אינו טועם אחר כך כלום ..
חוץ מן המים").
איז דער רמב״ם מכריע: "ויש לו למזוג כוס חמישי״ ותו לא — מ׳זאל אים ניט טרינקען,
ובמילא האט מען צוויי זאכן: מען טרינקט נאר פיר כוסות,
מ׳איז מוזג א כוס חמישי צו יוצא זיין דעת ר״ט.
לכאורה וואס האט מען פון מוזג זיין א כוס
(חמישי)
אויב מען טרינקט אים ניט?
געפינט מען דוגמתו בהלכה — מזיגת כוס ואמירה עליו און מען טרינקט אים ניט :
סעודה בערב שבת וועלכע האט זיך אריינגעצויגן אין שבת,
איז,
לכמה דיעות,
זאגט ער ברכת המזון אויף א כוס,
אע״פ אז מען קען ניט טרינקען דעם כוס
(ביז נאר קידוש) 22
— ועד״ז איז אויך בנוגע די כוסות פון ליל פסח.
בכלל זיינען פאראן אין דעם צוויי ענינים* 22
: א)
די שתיית הכוסות,
ב)
דאס וואס די חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן אויף יעדערן פון די
(פיר)
כוסות,
און דערפאר פסק׳נט דער רמב״ם,
אז בנוגע בום חמישי דארף מען מוזג זיין דעם כוס "ולומר עליו הלל הגדול"
(אע״פ אז מ׳קען אים ניט טרינקען),
צו יוצא זיין דעת ר״ט עכ״פ בענין זה 23 .
ד.
ועוד יש לומר:
דער רמב״ם לערנט
(ווי כו״כ מפרשים 24 )
אז ר״ט איז ניט מחולק מיט דעת הת״ק
(אז די מצוה צו טרינקען איז נאר אויף ד׳ כוסות),
און דער פשט אין דברי ר״ט
(לגירסתו)
"חמישי אומר עליו הלל הגדול״ איז — אז ער דארף
(בלויז)
מוזג זיין דעם כוס "ולומר עליו הלל הגדול" 25 ,
אבער ניט טרינקען אים.
ומילתא בטעמא: דער כוס חמישי איז אויסגעטיילט און איז אנדערש פון די אנדערע פיר כוסות אין דעם גדר קיום המצוה,
און אוודאי אינעם ענין החפצא של מצוה:
וועגן די פיר כוסות זאגט די גמרא 26
"ארבע כסי תיקנו רבנן דרך חירות כל חד וחד נעביד בי׳ מצוה",
און ווי דער רמב״ם זאגט פריער 15
— "כל כוס וכוס מארבעה כוסות הללו מברך עליו ברכה בפני עצמה,
וכוס ראשון אומר עליו קדוש היום,
כוס שני קורא עליו את ההגדה,
כוס שלישי מברך עליו ברכת המזון,
כוס רביעי גומר עליו את ההלל ומברך עליו ברכת השיר".
ד.
ה.
אע״פ שי״ל אז
(אויך)
לדעת הרמב״ם "כל אחד ואחד
(פון די פיר כוסות)
הוא חירות ומצוה בפ״ע "
(כלשון אדה״ז בשולחנו 27 ),
אעפ״כ זיינען זיי אלע אין דעם זעלבן גדר וסוג מצוה: א)
די מצוה השווה בכל ד׳ כוסות — שתי׳ לחירות,
ב)
בא יעדן איינעם פון זיי אן אנדער מצוה באמירה ובברכה עליו.
משא״כ דער כוס חמישי איז ניט אינעם גדר פון קיום מצות ד׳ כוסות: דעם כוס ה׳ איז מען א)
ניט שותה; ב)
די אמירה עליו איז ניט בסוג האמירה אויף די ד׳ כוסות — לדעת הרמב״ם 28
איז מען די אמירה אויף כוס חמישי ניט חותם בברכה 29 ,
משא״כ די אמירה אויף די ד׳ כוסות איז מען חותם יעדערע פון זיי מיט א ברכה 30
.
[ואולי יש לומר,
אז דער כוס חמישי וואס ער זאגט דערויף הלל הגדול,
פון "הודו לה׳ כי טוב עד על נהרות בבל",
איז א הלל והודאה אויף כללות ד׳ הכוסות שקיים מצותם,
ובכללות יותר — א הודאה אויף כל המצות ועשיות וואס מ׳האט מקיים געווען בלילה הזה.
ואכ״מ].
ה.
עפ״ז וועט מען פארשטיין דיוק לשון הרמב״ם "ויש לו למזוג כוס חמישי"
(און זאגט ניט "מצוה מן המובחר למזוג כום חמישי" וכיו״ב)
:
דער לשון "מצוה מן המובחר"
(בדרך כלל)
באדייט אז דאס איז א הוספת שלימות אין קיום מצוה זו 31
; נאכמער: דאס מיינט — ניט נאר הוספת "מובחר" אין קיום המצוה ע״י הגברא,
נאר מצוה מן המובחר,
די מעלה "מן המובחר" איז אין דער חפצא דהמצוה
[וע״ד לשון הרמב״ם 32
בנוגע נרות חנוכה 33
: מצותה שיהי׳ כל בית ובית מדליק נר אחד ..
והמהדר את המצוה כו׳ והמהדר יותר על זה ועושה מצוה מן המובחר מדליק נר לכל אחד בלילה הראשון ומוסיף והולך בכל לילה ולילה נר אחד״ — וואס דער הידור דארטן איז אן אויפטו אין מצות נר חנוכה גופא; אין דער חפצא דנרות חנוכה
(כמבואר במ״א 34 )]
און וויבאלד אז לשיטת הרמב״ם איז דער כוס חמישי ניט אינעם גדר פון מצות ד׳ כוסות,
איז ניט שייך צו זאגן אז דער כוס ה' איז "מן המובחר" אין מצות
( ד׳)
כוסות ,
און דערפאר זאגט דער רמב״ם "ויש לו למזוג כוס חמישי״ — אלס א באזונדער ציווי וחיוב,
אן אנדער לשון "ויש לו".
און דערפאר איז דער רמב״ם מאריך בלשונו "וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות ״ — ער איז מדגיש אז דער כוס חמישי איז ניט חובה ווי די אנדערע כוסות נאר מער ניט ווי "ויש לו".
וכנ״ל.
ו.
והנה יש אומרים 35 ,
אז דאס וואס מען נעמט כוסו של אליהו איז פאר־ בונדן מיט כוס חמישי — וויבאלד ס׳איז דא א פלוגתא אין גמרא צי מ׳דארף האבן א כוס חמישי און לא אפסקא הלכתא,
דערפאר,
מחמת ספק,
איז מען מוזג דעם כוס חמישי און מ׳טרינקט אים ניט; און דערפאר רופט מען דעם כוס — כוסו של אליהו,
אנדייטנדיק דער־ מיט,
אז ווען אליהו וועט קומען און וועט מברר זיין אלע ספיקות,
וועט אויך דער ספק,
וועגן דעם כוס נתברר ווערן.
פון "חק יעקב" און דעם אלטן רבי׳נס שו״ע איז אבער מוכח אז דאס זיינען צוויי באזונדערע ענינים: דער אלטער רבי ברענגט אין זיין שו״ע 36
(דעם פסק הרמ״א 37 )
"אחר ד׳ כוסות נהגו כל ישראל מדורות הראשונים שלא לשתות יין ..
אם לא לצורך הרבה כגון שהוא איסטניס או שהוא תאב הרבה לשתות..
ואם אין לו שאר משקין רק יין יש להתיר לו לשתות כוס חמישי ולומר עליו הלל הגדול ונשמת וישתבח עד החתימה".
און אין פריערדיקן סימן זאגט דער אלטער רבי 38
(פון חק יעקב 39 )
" ונוהגין במדינות אלו למזוג כוס א׳ יותר מהמסובין וקורין אותו כוס של אליהו הנביא".
פון דעם איז מובן אז דאס זיינען צוויי באזונדערע זאכן לגמרי — ועד כדי כך
א)
אז זיי שטייען,
זיינען פאנאנדער־ געטיילט,
אין צוויי באזונדערע סימנים;
ב)
זיי ווערן אנגערופן מיט אנדערע שמות
("כוס של אליהו" און "כוס חמישי")
און זיי האבן אין זיך פרטים ודינים שונים זמ״ז: "לשתות כוס חמישי" האט מען מתיר געווען למי שצריך כו׳ און דעמאלט דארף ער זאגן עליו הלל הגדול כו׳ משא״כ כוס של אליהו " נוהגין במדינות אלו"
(ניט נאר אז יש להתיר ).
ג)
חילוק הכי גדול — מ׳איז מוזג נאר "כוס אחד יותר מהמסובין" ושייך לסדר כל המסובים,
ניט קיין כוס לכל אחד,
משא״כ דער כוס חמישי,
וואס מ׳האט מתיר געווען צו יעדן איינעם
(וועלכער דארף דערצו אנקומען).
ומזה מובן אויך בנוגע להרמב״ם ושיטתו אין כוס חמישי
(וואס האלט,
כנ״ל,
אז ס׳איז ניט סתם א היתר אדער רשות,
נאר ויש לו — חיוב),
אז דאס איז ניט א חיוב פון איין כוס פאר אלע מסובין,
נאר א כוס פאר כל אחד וואס איז מקיים מצות ד׳ כוסות,
ובדיוק לשונו "יש לו למזוג",
אפילו ניט "יש למזוג
(סתם)
כום חמישי" 40 .
ז.
א ביאור
(בדרך אפשר)
בפנימיות הענינים,
וואס
א)
כוס חמישי און כוסו של אליהו זיינען צוויי באזונדערע זאכן,
בעניניהם ודיניהם כנ״ל; און נאכמער
ב)
מ׳געפינט אין זיי ענינים הפכים — בכוס חמישי פסק׳נט דער רמב״ם: ויש לו למזוג כוס חמישי,
אבער לפועל איז מען זיך ניט נוהג אזוי,
אין שו״ע איז דער פסק הלכה 41
אז ס׳איז נאר א היתר לאיסטניס אדער א ״תאב ..
לשתות" 42
; בנוגע כוס של אליהו איז היפך הדבר: דער כוס ווערט ניט דערמאנט אין גמרא און ראשונים,
נאר בלויז אין אחרונים און דווקא דער כוס איז געווארן א מנהג בכל תפוצות ישראל.
וי״ל די הסברה בזה: מען געפינט א צד השווה אין די צוויי כוסות וואס
(לפי הנ״ל)
מען טרינקט זיי ניט,
מ׳איז זיי נאר מוזג.
וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז ביידע זיינען פארבונדן מיט אזא עבודה ומדריגה וועלכע איז העכער פון עבודת האדם במעשה בפועל
(בשתי׳).
און דאס איז דער פירוש
(פנימי)
אין דעם וואס דער רמב״ם איז מסיים "וכוס זה אינו חובה כמו ארבעה כוסות ״ — דאס איז פארבונדן מיט דער מדריגה וועלכע איז העכער פון חובה
(וכידוע הביאור 43
בענין תפלת ערבית רשות) 44 .
און אזוי איז אויך בנוגע לכוסו של אליהו,
וועלכער איז פארבונדן מיט דעם ענין הגאולה,
וואס איז העכער פאר עבודת האדם.
ח.
אעפ״כ איז דא א חילוק ביניהם: כוס חמישי איז מדגיש אז דאס איז אן ענין וואס קומט בהמשך
(חמישי)
לעבודת האדם,
משא״כ כוסו של אליהו איז א באזונדער זאך,
ער קומט ניט אלס חמישי והמשך צו די ד׳ כוסות — די עבודה שלפנ״ז.
וי״ל הביאור בזה:
די המשכה שע״י כוס חמישי קומט דוקא
(דורכדעם און)
נאכדעם ווי ס׳איז דא די שלימות עבודת האדם לפנ״ז ,
ע״ד המבואר וועגן דער אתעדל״ע הג׳ וואס ווערט נמשך דוקא נאך דעם ווי דער אדם גרייט צו אן "אתר שלים" 45 .
און דעריבער ווערט דער כוס חמישי דערמאנט אין גמרא און זמן הגאונים והרמב״ם,
און אין יענע זמנים האבן זיך אנדערע נוהג געווען יעדערער פאר זיך
(ועבודתו)
למזוג כוס חמישי — ווייל 46
זייער עבודה — דהראשונים כמלאכים כו׳ ואכשור דרי — בתמי׳ 47
— בליל הסדר ובשתיית ד׳ כוסות איז געווען אין א העכערן אופן,
ובשלימות,
ובמילא איז זייער עבודה געווען א כלי אויף אויפ־ נעמען די המשכה פון דער מדריגה
(החמישית)
וועלכע איז פארבונדן מיט כוס חמישי 48 .
משא״כ בדורותינו אלה,
דעקבתא דמשיחא,
וואס די עבודה איז ניט אויף אזויפיל בשלימות אז זי זאל זיין א כלי ראוי׳
(אתר שלים)
צו דער העכערער מדריגה,
דערפאר איז כוס חמישי ניט נוהג בדורותינו.
אבער כוסו של אליהו איז פארבונדן מיט דער אמונה פון אידן בביאתו
[ווי פארשטאנדיק פון המשך דברי אדה״ז,
אז די הנהגה בנוגע לכוסו של אליהו זאגט דער אלטער רבי בהמשך צו התחלת הסעיף 49
"ובקצת מקומות נוהגין שלא לנעול החדרים שישנים שם בליל פסח כי הוא ליל שמורים לכל בני ישראל לדורותם להוציאם מגלות הזה ואם יבא אליהו ימצא פתח פתוח ונצא לקראתו במהרה ואנו מאמינים בזה ויש באמונה זו שכר גדול ..
ונוהגין במדינות אלו כו׳".
וואס דערפון איז מובן ופשוט אז דאס איז קשור ושייך צו דער אמונה אין דער גאולה העתידה],
וואס די אמונה איז דא בא יעדן אידן,
וועלכע זיינען אלע מאמינים בני מאמינים — ניט קוקנדיק אין וועלכן אופן זיין עבודה איז בכחותיו הגלויים,
איז ביי אים דא שטענידק
(בגלוי — ועכ״פ בפנימיות נפשו 50 )
די אמונה בביאת המשיח
(ניט נאר "מאמין בו",
נאר מחכה לביאתו 51 )
— וועלכע זיינען א ציווי השם בתושב״כ ובתושבע״פ 52
; ואדרבה 53 ,
וואס שפעטער מ׳געפינט זיך אין עקבתא דמשיחא,
נעענטער צו דער גאולה,
אלץ מער און שטארקער איז דאס מאיר בא אידן.
און דעריבער איז דוקא בדורות האחרונים נתגלה און נתפשט געווארן דער מנהג פון "למזוג כוס א׳ יותר מהמסובין וקורין אותו כוס של אליהו הנביא",
כאטש אז אין די פריערדיקע דורות געפינט מען ניט וועגן דעם
(בגלוי),
און דאס איז א)
"כוס אחד " ב)
ער איז יותר מכל
(—מכללות)
המסובין.
ועפ״ז יש לבאר דעם דיוק הלשון פון אלטן רבי׳ן "למזוג כוס א׳ יותר מהמסובין וקורין אותו כו׳״ — דערמיט איז דער אלטער רבי מרמז,
אז אליהו הנביא קומט און ווערט איינער פון די מסובין בשולחן הסדר
— ווייל די אמונה פון אידן בליל זה,
לילה שנגלה עליהם ממה״מ הקב״ה בכבודו ובעצמו 54
און וועלכע קומט בגלוי ובגשמיות
(כוס ויין)
— דאס גופא ברענגט און איז מעורר אז אליהו הנביא זאל זיך געפינען בא יעדן סדר,
אלס — יותר מכל המסובין,
אבער ביחד עם זה שטייט זיין כוס צוזאמען,
אויפן זעלבן שולחן מיט כוסות המסובין — אחד מן המסובין.
(משיחות ש״פ קרח תשד״מ,
ליל ב' דפסח תשכ״ט)