B"H
🏡

Ikar

שה"ג

א.

עם איז ידוע די שאלה 1

וואס מען פרעגט בנוגע שבת הגדול

(וועלכער איז נקבע געווארן לזכר דעם נס וואס איז געשען פאר יצי״מ — דעם צענטן טאג אין ניסן,

וואס איז דאן אויסגעפאלן ביום השבת — ובקביעות שנה זו 2

(תשמ״ו))

:

פארוואס האט מען קובע געווען דעם זכרון

(פון דעם טאג)

אויף דעם יום בשבוע — שבת,

און ניט אויף דעם יום בחודש

(עשירי בניסן)

"כדרך שנקבעו כל המיעדים" 3 ?

ואדרבה: דער נם פון שבת הגדול 4

איז דאך געווען פארבונדן מיט לקיחת השה לקרבן פסח,

וואס די לקיחה איז בציווי השם באשטימט געווארן אויף דעם טאג בחודש 5 ,

כמפורש 6

: "בעשור לחודש הזה ויקחו גו׳״ — האט דאך די קביעות פון דעם יום זכרון הנס אודאי געדארפט זיין געבונדן מיט דעם יום בחודש — נאד נוער ווי דאם איז ביי דער קביעות פון כל המועדים?

דער אלטער רבי בשולחנו 7

ברענגט דעם תירוץ

(פון מגן אברהם 7 )

"לפי שבעשרה בניסן מתה מרים וקבעו בו תענית כשחל בחול".

אבער וויבאלד אז אלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק,

איז מסתבר צו זאגן,

אז דאס וואם מ׳האט קובע געווען דעם זכרון הנם אויפן יום השבוע

(און משנה געווען פון דעם "דרך שנקבעו כל המועדים״)

— איז

(ניט נאר 8

מצד אן ענין צדדי 9 ,

נאר אויר)

ווייל דער נם פון דעם טאג האט

(בפנימיות)

מער שייכות צו ימי השבוע ווי צו ימי החודש.

[וע"ד המבואר 10

אין דעם ענין פון יו״ט של ר״ה שחל להיות בשבת וואס אין תוקעין

(במדינה)

צוליב גזירה דרבה״ — אז דער טעם פנימי וואס "אין תוקעין" איז

(ניט נאר צוליב דער גזירה דרבה אליין — וואם איז אן ענין צדדי — נאר)

ווייל ביו״ט של ר״ה שחל להיות בשבת דארף מען בעצם ניט אנקומען

(כ״כ)

צו תקיעת שופר].

ב.

צו פארשטיין די שייכות פון דעם נס דשבת הגדול צו קביעות ימי השבוע,

איז עם תלוי,

כמובן,

אין דעם טעם

(פנימי)

וואם "כל המועדים" ווערן נקבע לויט ימי החודש דוקא.

דער חילוק צווישן ימי השבוע און ימי החודש איו: ימי השבוע — די שבעת ימי בראשית

(הבריאה)

— זיינען פארבונדן מיט דער בריאה עצמה,

"ששת ימים עשה ה׳ את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש" 12 .

ןװארום אע״פ אז אינעם יום השביעי איז "שבת וינפש",

איז אבער די מנוחה גופא א טייל פון מעשה בראשית.

וכמחז״ל 13

אז נאך די ששת ימי בראשית "הי׳ העולם חסר מנוחה",

און "באת שבת באת מנוחה״ — אז די "מנוחה" פון שבת האט משלים געווען

(די מציאות פון)

דעם עולם].

משא״ב דער ענין פון "חודש" איז א ״שפעטערדיקע״ הוספה ועילוי אין דער בריאה,

כמחז״ל 14

"משבחר הקב״ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים בו׳״ — דער ענין פון "ראשי חדשים" איז ניט פארבונדן מיטן מצב פון עולם מצד הבריאה עצמה,

נאר מיט "בחר הקב״ה בעולמו",

וואט דאם ווייזט 15

אויף א תוספת עילוי וואם איז אויפגעטאן גע־ ווארן "בעולמו" 16 .

דער חילוק הנ״ל צווישן די ענינים פון שבוע און חודש איז אויר פארבונדן 17

מיט דעם חילוק צווישן די גדרים פון ״שבוע״ און ״חודש״ — ימי השבוע זיינען פארבונדן מיט מהלר השמש

(שבעה פעמים — ויהי ערב ויהי בוקר),

און ימי החודש — מיט מהלך הלבנה 18

:

אין דעם אור ומהלך השמש זיינען ניטא קיינע שינויים,

וואט דאם איז בדומה צו דער הנהגה טבעית

(שמצד הבריאה),

וואט איז אין אן אופן פון "לא ישבותו״ 19

— בתמידיות,

אן א שינוי;

משא״ב אור הלבנה,

ווערט נתחדש יעדער חודש

(וואט דאם איז דער לשון חודש — פון לשון חידוש 20 )

— איז דאס מרמז אויף א הוספה וחידוש אין דער בריאה,

וואט בכללות איז דאס דער ענין פון הנהגה נסיח שלמעלה מהטבע.

און דאם איז די הסברה אין דעם וואט "כל המועדים" ווערן נקבע לויט די ימי החודש,

ווייל ענינם פון מועד ויום טוב איז — א התגלות מיוחדת 21

פון אלקות שלמעלה מטבע

(העולם).

און דערפאר איז דאם שייך צו ימי החודש 22

(לשון חידוש).

ג.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואם דער נס פון שבת הגדול איז פארבונדן דוקא מיט די ימי השבוע:

דער תוכן הנם פון שבת הגדול איז,

ווי דער אלטער רבי איז מבאר בשו״ע שלו 23

"כשלקחו ישראל פסחיהם באותו שבת נתקבצו בכורי מצרים אצל ישראל ושאלום למה זה הם עושין כך אמרו להם זבח פסח הוא לה׳ שיהרוג בכורי מצרים הלכו בכוריהם אצל אבותיהם ואל פרעה לבקש מהם שישלחו את ישראל ולא רצו ועשו הבכורות עמהם מלחמה והרגו הרבה מהם וז״ש 24

למכה מצרים בבכוריהם".

וואם אין דעם איז,

לכאורה,

ניט גע־ ווען קיין ענין וואם איז ניט ע״ם טבע: דאם וואם די בכורי מצרים האבן גע־ גלויבט אין די רייד פון די אידן "שיהרוג

(ה׳)

בכורי מצרים״,

איז קיין פלא ניט — זיי האבן דאך ערשט געזען ווי עם זיינען מקויים געיוארן די

(ווארענונגען װעגן די)

פריערדיקע ט׳ מכות 25

[אדרבה,

ס׳איז א וואונדער פארוואם פרעה האט זיך ניט צוגעהערט צו זיי 26

און דאס איז געווען נאר דערפאר וואס "ויחזק 27

ה׳ את לב פרעה"]

:

ובמילא,

וויבאלד אז

(אבותיהם)

"לא רצו" איז אויך דאם וואם "עשו הבכורות עמהם מלחמה והרגו הרבה מהם" געווען א תוצאה טבעית 25

— היות אז זייערע לעבנס זיינען געווען אין סכנה,

האבן זיי דעריבער געמאכט א מלחמה מיט די מצרים וכו'.

.

[און אויר פאר די בנ״י איז ניט גע־ קומען קיין נם

(גלוי),

א הצלה וישועה מהגלות; אויך נאך דעם נס פון "למכה מצרים בבכוריהם" האבן זיי ניט גע־ קענט ארויסגיין פון גלות].

נאר וואם האט זיר דא אויפגעטאן דורך דעם נס?

— ניט אן ענין פון שידוד הטבע,

נאר אז טבע גופא 28

זאל זיך אליין בייטן: תמורת זה וואם די טבע פון מצרים איז צו מנגד זיין צו קדושה,

האבן די "בכורי מצרים"

(וואם ווייזט אויר דעם תוקף 29

(הטבע)

פון מצרים)

— באופן טבעי מבטל געווען מצרים,

"למכה מצרים בבכוריהם".

און דער־ פאר איז דער נם פארבונדן מיט ימי השבוע דוקא — ווייל ענינו איז

(ניט א הוספה וחידוש כשלמעלה מטבע העו־ לם,

נאי)

צי משנה זיין טבע גופא 30 ?

און דערפאר איז דער נם פארבונדן מיט די קביעות פון ימי השבוע דוקא 31 ?

ד.

אע״פ אז אין דעם נם פון שבת הגדול איז ניט געווען קיין ענין פון שידוד הטבע — פונדעסטוועגן,

איז דוקא דער נם ווערט אנגערופן "נס גדול" 32

(וואס מהאי טעמא ווערט דער שבת אנגערופן ״שבת הגדול״ 33 )

ווייל א בולט׳ער אופן פון ״גדול״ — בלי גבול פון אויבערשטן — זאגט זיך ארוים דוקא אין פועל זיין אויף טבע גופא 34 ,

ביז צו איבערמאכן אז אין טבע העולם

(ווי עולם פירט זיך לויט גדרי הטבע)

זאל זיין ניכר "כי לעולם חסדו" 35 .

וכמאמר חז״ל 36

אויפן פסוק 37

"גדול הוי׳ ומהולל מאד בעיר אלקינו״ — "אימתי הוא גדול כשהוא בעיר אלקינו": ״הוי״׳ — הי׳ הוה ויהי׳ כאחד 38

— איז אן אופן פון הנהגה נסית שלמעלה מהטבע; ״אלקינו״ — שם אלקים וואס איז בגימטריא הטבע 39

— איז דער שורש פון הנהגה טבעית.

איז "אימתי הוא גדול״ — ווען איז הוי׳ גדול — "כשהוא בעיר אלקינו":

אין דער הנהגה נסית וואס פועל׳ט שידוד וביטול הטבע זעט זיך ניט

(כ״כ)

ווי "הוי'" איז "גדול"; דוקא ווען הוי׳ איז זיך מתלבש אין שם אלקים און מאכט איבער די הנהגת הטבע גופא,

אז דארט זאל זיין ניכר דער ״לעולם חסדו״ — אין דעם דריקט זיך אוים א בולט׳ער אופן פון "גדול" ובלי גבול 40 .

און דאס איז דער אויפטו פון "שבת הגדול״: ״נס״ סתם איז ניט אן ענין פון "גדול" בהבלטה; ווען ווערט דער "נס — גדול",

ווען "למכה מצרים בבכו־ ריהם",

איבערגעמאכט הנהגת הטבע גופא.

(משיחת שבת הגדול תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.