B"H
🏡

Ikar

צו א

א.

צווישן די דיני החטאת אין אונ־ זער פרשה 1

זאגט די תורה 2

: "וכלי חרש אשר תבושל בו ישבר ואם בכלי נחושת בושלה ומורק ושוטף במים".

שטעלט זיך רש״י אויף דעם ווארט "ישבר" און איז מפרש: "לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר והוא הדין לכל הקדשים".

דאס וואס רש״י דארף

(א)

מסביר זיין דעם טעם הדין פון "ישבר" 3 ,

און

(ב)

צולייגן ״והוא הדין לכל הקדשים״ — יש לומר בפשטות:

דער פסוק "וכלי חרש גו׳" קומט בהמשך צום פריערדיקן פסוק וואו עס ווערט געזאגט דער דין פון "דם חטאת" — "ואשר יזה מדמה על הבגד גו׳ תכבס במקום קדוש",

וואס דער חיוב איז דא בלויז ביי חטאת און ניט ביי קיין אנדער קרבן.

ועפ״ז וואלט מען געדארפט לער־ נען 4 ,

אז דער פסוק "וכלי חרש גו'",

וועלכער קומט גלייך בהמשך לזה,

איז אויך א דין מיוחד ביי חטאת 5

— אז מצד דער חומרא פון חטאת,

ווערט

(באלד)

א חיוב ארויסצונעמען די בליעת החטאת פון דער כלי

(ווי דם החטאת פון דעם בגד)

: און דערפאר זאגט די תורה,

אז א כלי חרס,

פון וועלכן מען קען ניט ארויסנעמען די בליעה

(ווי רש״י זאגט דערנאך 6

״כלי חרם ..

אינו יוצא מידי דפיו לעולם״)

איז דער דין אז — ״ישבר״ —

איז רש״י שולל דעם פירוש און זאגט אז דער דין פון "ישבר" איז ניט פאר־ בונדן מיטן חומר פון חטאת,

נאר "לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר

(ובמילא)

והוא הדין לכל הקדשים"

(ווייל ביי אלע קדשים איז פאראן דער דין נותר) 7

— ניט ווי דער דין פון דם חטאת פון פריערדיקן פסוק.

אבער הא גופא דארף מען פאר־ שטיין: וואס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא צו לערנען,

אז דער טעם איז מצד איסור נותר

(ובמילא "הוא הדין לכל הקדשים״) 8

— און ניט

(ווי עס איז לכאורה משמע פון פשטות המשך הכתובים)

אז דאס איז א דין מיוחד ביי חטאת

(ע״ד ווי דער דין שלפנ״ז פון דם חטאת)?

ואדרבה — לכאורה איז שווער צו אנ־ נעמען

(ע״ד הפשט )

אז דער דין פון "ישבר" איז מצד איסור נותר,

ווייל:

א)

בפשטות לייגט זיך ניט צו זאגן אז אויף דער בליעה זאל זיך לייגן דער גדר "נותר" 9 ,

ווארום דער טייטש פון "נותר" איז — אן איבערבלייב פון דעם וואס מ׳האט פריעה געגעסן,

והיינו א מציאות ממשית וואס איז ניתן לאכילה — משא״כ די בליעה בכלי,

וועלכע איז ניט בגדר אכילה ובמילא אויך ניט קיין "נותר" פון דבר שנאכל .

ב)

אויב דער "ישבר" איז מצד איסור נותר,

הייסט עס,

אז דער חיוב פון "ישבר״ איז חל

(ניט גלייך נאכן בישול,

נאר)

ערשט נאכדעם ווי ס׳ענדיקטזיך דער זמן אכילת הקרבן

(ווען עס ווערט נותר) 10

— האט די תורה געדארפט אנגעבן דעם זמן פון חיוב השבירה

(פונקט ווי תורה גיט אן דעם זמן ווען דער איסור נותר איז חל אויפן בשר הקרבן) 11 ?

ב.

ווייטער איז רש״י מעתיק דעם ווארט "ומורק" און איז מפרש: ל׳ תמרוקי הנשים 12

אשקורי״ר 13

בלע״ז

[ד.

ה.

א דבר המצחצח 14

].

און דערנאך איז ער מעתיק "ומורק ושוטף" און איז מפרש: לפלוט את בליעתו,

אבל כלי חרם למדך הכתוב כאן שאינו יוצא מידי דפיו 15

לעולם.

איז ניט גלאטיק: דער פירוש רש״י אויף "ומורק ושוטף"

(לפלוט את בליעתו אבל כלי חרס כו׳)

איז דאך א המשך ישר צום פריערדיקן פירוש אויף "ישבר"

(לפי שהבליעה כו׳ נעשה נותר)

— האט רש״י געדארפט מסמיך זיין די ביידע פירושים און ניט מפסיק זיין צווישן זיי מיטן אפטייטש פון ווארט "ומורק"

[וועלכן ער האט געקענט זאגן נאכן פירוש וועגן תוכן הענין פון "ומורק ושוטף",

און ווי מען געפינט בכ״מ בפרש"י 16

אז פריער איז ער מפרש דעם תוכן הענין און דערנאר דעם פירוש התיבה].

אין דעם פירוש אויף "ומורק ושוטף" איז ניט מובן:

פון דעם וואס רש״י איז מסיים "אבל כלי חרם למדך הכתוב כאן שאינו יוצא מידי דפיו לעולם" איז משמע,

אז פון דעם דין "ישבר" וואס שטייט ביי כלי חרס גופא וואלט מען ניט געוואוסט אז "אינו יוצא מידי דפיו לעולם",

נאר מען לערנט עס אפ נאר פון דעם דין "ומורק ושוטף,

לפלוט את בליעתו" ביי כלי נחושת —

איז תמוה: פארוואס זאל מען דאס ניט קענען אפלערנען פון "ישבר" גופא?

ווי־ באלד אז רש״י אליין זאגט אז דער טעם פון "ישבר" איז מצד דער "בליעה שנבלעת בו" 17 ,

איז דאס א באווייז,

אז ס׳איז ניטא קיין אפשריות אז די בליעה זאל נפלט ווערן

(לגמרי?)

פון א כלי חרם!

[ווייל אויב ס׳איז דא אן אפשריות צו מפליט זיין די בליעה — איז אדרבה: דורך צעברעכן די כלי חרס ווערט דער איסור בלוע ניט "בטל מן העולם",

זיין מציאות בלייבט אין די שברי כלי החרס 18

; משא״כ דורך פליטת הבליעה ווערט עס דאך בטל].

ג.

ויש לומר הביאור בזה:

אין דעם פסוק שלפנ״ז זאגט די תורה צוויי דינים חלוקים בעניניהם:

א)

א דין בשייכות מיט בשר החטאת — "כל אשר יגע בבשרה יקדש",

וואס דאס מיינט

(כפרש״י)

"כל דבר אוכל אשר יגע ויבלע 19

ממנה",

און וויבאלד דער

(טעם)

בשר החטאת ווערט נבלע אינעם אוכל,

דערפאר איז דער דין

(ווי רש״י איז מפרש)

: "יקדש,

להיות כמוה אם פסולה כו׳ כשירה תאכל כחומר שבה".

ב)

א דין בשייכות מיט דם חטאת — "ואשר יזה מדמה על הבגד גו׳ תכבס במקום קדוש"; און אין דעם איז דער דיוק ״יזה״ — עס איז ניט קיין בליעה באופן אז דער דם ווערט נתערב אין

כללות מציאות הבגד* 19 ,

נאר תורה זאגט אז וויבאלד אין בגד געפינט זיך דם חטאת,

דארף דער דם ארויסגענו־ מען ווערן פונעם בגד — "תכבס"

[ומהאי טעמא איז דער חיוב כיבוס ניט אויף כללות הבגד,

נאר

( כפרש״י )

בלוין "מקום הדם"].

און דעריבער,

ווען עס קומט צום פסוק ״וכלי חרש אשר תבושל בו״ — א חסרון מצד בליעת הבשר בכלי

(וואס ווערט נבלע דורך בישול 20

)

— איז מסתבר צו זאגן,

אז דער פאל איז ניט אין גדר פון "אשר יזה מדמה",

נאר אין זעלבן סוג ווי דער דין פון "כל אשר יגע

( ויבלע )

בבשרה ": ד.

ה.

פריער זאגט די תורה דעם דין פון בליעת הבשר אין א ״דבר אוכל״,

און דערנאך — דעם דין פון בליעת הבשר בכלי.

און מהאי טעמא לערנט רש״י אז דער טעם פון "ישבר" איז

(ניט מצד חומר החטאת,

נאר)

מצד דעם איסור נותר — ווייל דעמאלט האבן ביידע דינים

("כל אשר יגע בבשרה",

"וכלי חרש אשר תבושל בו")

דעם זעלבן גדר:

פונקט ווי דער דין פון "כל אשר יגע בבשרה יקדש" איז ניט א גזירת הכתוב מצד חומר החטאת — מען געפינט דעם זעלבן דין אויך פריער ביי מנחה 21

["כל אשר יגע בהם יקדש",

וכפרש״י שם 22

: קדשים קלים או חולין שיגעו בה ויבלעו ממנה.

יקדש,

להיות כמוה כו׳]

— נאר דאס איז אן ענין שבסברא 23

,

אז די בליעת

(טעם)

הבשר פועל׳ט אויף דעם דבר שבו הוא בלוע

(און דערפאר איז נעשה "כמוה"),

עד״ז איז דער דין פון בליעה בכלי חרם ניט א גזירת הכתוב

(מצד חומר החטאת)

נאר אן ענין של סברא

(וואס איז שייך אויך ביי אנדערע קדשים)

— "לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר".

ד.

עפ״ז איז אויך פארענטפערט פארוואס מען קען ניט אפלערנען פון ״ישבר״ אז ״כלי חרס ..

אינו יוצא מידי דפיו לעולם״ — כאטש דער טעם פון "ישבר" איז מצד דער בליעה שבו:

וויבאלד דער דין פון ״וכלי חרש ..

ישבר" קומט בהמשך צום דין "כל אשר יגע בבשרה יקדש",

דארף לפ״ז אויס־ קומען,

אז דער דין פון "ישבר" איז ע״ד ווי דער דין פון "יקדש": פונקט ווי דורך דער בליעה אין דעם "דבר אוכל" ווערט דער אוכל " כמוה ",

אז דיני הבשר הבלוע טראגן זיך אריבער אויף דעם ״דבר אוכל״ — עד״ז איז ביי דער כלי וואס האט בולע געווען מבשר החטאת,

אז דער דין פון "ישבר" איז

(ניט נאר מצד דער בליעה שבו,

נאר)

אויך מצד דער כלי .

וויבאלד די כלי האט אין זיך בליעת נותר,

לייגט זיך אויף דער כלי א דין

(שריפה 24

—)

שבירה

(כאילו נאמר אז די כלי ווערט "נותר") 25 .

און דערפאר קען מען פון דעם דין ״ישבר״ ניט וויסן אז ״כלי חרס ..

אינו יוצא מידי דפיו לעולם״ — ווייל אפילו אויב עס וואלט יע געקענט זיין פליטת הבליעה

(ע״י הגעלה כו׳),

איז נאך אלץ דא דער חיוב "ישבר" אויף דער כלי צוליב דעם וואס דער איסור בלוע האט אויף אים גע׳פועל׳ט ער זאל זיין "כמוה",

כנ״ל.

דוקא נאכדעם ווי מ׳ווייס דעם דין ״ומורק ושוטף״ ביי כלי נחושת — אז ביי כלי נחושת איז גענוג די פליטת הבליעה דורך מריקה ושטיפה און ס׳איז ניט קיין חיוב צו מאבד זיין די כלי

(אין דער צייט ווען ביי כלי חרם איז ניט אזוי דער דין)

— לערנט מען דערפון אפ,

אז ביי כלי חרס איז ניט שייך "לפלוט את בליעתו",

"למדך הכתוב כאן שאינו יוצא מידי דפיו לעולם".

ה.

עס בלייבט אבער ניט מוסבר: וויבאלד אז אויך די כלי נחושת האט אין זיך געהאט בליעת איסור נותר — האט זיך געדארפט לייגן א חיוב פון "ישבר" אויף דער כלי

(אפילו נאך דער פליטת הבליעה,

לכאורה)?

וואלט מען דערפון געקענט מדייק זיין,

אז דער טעם פון "ישבר" ביי כלי חרס איז

(ניט א דין אויף דער כלי גופא,

נאר)

בלויז צוליב דער בליעה

(וואס קען ניט נפלט ווערן פון א כלי חרם).

— באווארנט עס רש״י דורך מפסיק זיין צווישן די צוויי פירושים

(וועגן דעם דין פון כלי חרס און כלי נחושת)

מיט דעם פירוש פון ווארט ״ומורק״ — "לשון תמרוקי הנשים כו'",

וואס מיינט

(ווי רש״י טייטשט אין מגילת אסתר 26 )

"דברים המצחצחין ",

און דערמיט וויל רש״י ארויסברענגען אז דער דין פון "ומורק" איז בדוגמא צום דין כיבוס פון דם חטאת.

והיינו: די צוויי דינים אין אונזער פסוק

(וכלי חרש גו׳ ואם בכלי נחושת גו׳)

זיינען מעין די צוויי דינים פון פריערדיקן פסוק

(כל אשר יגע גו׳ ואשר יזה מדמה גו׳)

:

א)

דער דין "וכלי חרש גו׳",

פון וועלכן עס קען ניט נפלט ווערן די בליעה — איז בדוגמא דעם דין פון "כל אשר יגע גו׳״ — "דבר אוכל אשר יגע ויבלע ממנה",

וואס היות אז פון דעם דבר אוכל קען מען ניט מוציא זיין די בליעה פון בשר הקודש,

דערפאר איז דער דין — "יקדש,

להיות כמוה ".

ומעין זה איז ביי כלי חרס,

אז עס ווערט "כמוה"

(ווי די בליעת נותר)

ובמילא לייגט זיך אויף דער כלי א חיוב פון "ישבר".

ב)

דער דין פון "ואם בכלי נחושת גו׳" וועלכער קען יע פון זיך פולט זיין די בליעה,

איז מעין דעם דין פון "ואשר יזה מדמה על הבגד",

וואס וויבאלד מען קען ארויסנעמען דעם דם פון דעם בגד,

איז דער דין

(ניט "יקדש,

להיות כמוה",

נאר)

״ תכבס ״ —

איז מעין זה בעניננו וויבאלד די בליעה קען נפלט ווערן פון דער כלי נחושת,

לייגט זיך ניט קיין חיוב שריפת

(—שבירת)

נותר אויפן כלי,

נאר בלויז אויף דער בליעה 27 .

ו.

עפ״ז — אז "ומורק ושוטף" איז בדוגמא צום דין "תכבס"

(ביי דם חטאת)

— יש לומר יתירה מזו,

אז דער־ מיט וואס רש״י איז מפסיק צווישן די צוויי פירושים מיטן טייטש פון "ומורק",

דייטעט ער אן,

אז דער דין פון "ומורק ושוטף" איז ניט בדומה צום דין פון "ישבר"

[אז מ׳זאל זאגן אז ביידע טוען אויף דעם זעלבן ענין — שריפת נותר,

נאר ביי כלי חרם

(וואס "אינו יוצא מידי דפיו לעולם")

איז עס דורך "ישבר",

און ביי כלי נחושת — דורך "ומורק ושוטף"],

נאר עס איז אן אנדער גדר :

פונקט ווי דער דין פון "תכבס" ביי דם חטאת איז ניט פארבונדן מיט אן איסור אדער פסול אין דעם דם,

נאר ביי דם חטאת האט תורה מחדש געווען אז אין פאל פון "יזה מדמה על הבגד" איז דא א חיוב פון ״תכבס״ — עד״ז ביי "ואם בכלי נחושת בושלה",

איז דער חיוב פון "ומורק ושוטף,

לפלוט את בליעתו" ניט מצד דעם איסור נותר אין דער בליעה

(ווי ביי "כלי חרש אשר תבושל בו"),

נאר צוליב דעם גדר פון בשר חטאת שבה,

כדלקמן

(סעיף ז־ח).

[דערמיט וועט מען פארשטיין דעם טעם השינוי,

וואס ביי גיעולי נכרים איז דער לשון הפסוק 28

"כל דבר אשר יבוא באש תעבירו באש "

(ווי רש״י טייטשט דארטן: כדרך תשמישו הגעלתו,

מה שתשמישו ע״י חמין יגעילנו בחמין כו׳),

משא״כ דא שטייט " ומורק ושוטף במים":

ביי הגעלה פון א לבר איסור איז דער עיקר מכוון צו מבטל זיין די בליעת האיסור,

וואס אויף דעם איז גענוג "יגעילנו בחמין"; משא״כ דער דיך פון "ומורק ושוטף" ביי חטאת איז בדומה צום דין מיוחד

(ביי דם חטאת)

פון כיבוס הבגד,

און דעריבער איז ניט גענוג הגעלה לחוד

(וועלכע איז מבטל די בליעה),

נאר דער "יפלוט את בליעתו" דארף זיין אין אן אופן פון " ומורק ושוטף במים" 29 ,

מצחצח זיין און אויסשוויינקען די כלי 30

(בדוגמא צו כיבוס)].

ז.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם די שאלות הנ״ל

(סוף סעיף א)

— ווי פאסט דער שם "נותר" אויף "בליעה",

און פארוואס גיט ניט אן תורה דעם זמן "שריפתו"

("ישבר")?

באווארנט עס רש״י בדיוק לשונו: "לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר״,

וואס רש״י מיינט דא — אז מיט דער בליעה גופא ווערט עס

(באלד)

נותר.

די הסברה אין דעם: דער גדר פון "נותר" ע״ד הפשט איז ניט אז אכילה לאחר זמנה ווערט נתהפך אין אן איסור נותר,

נאר דער בשר ווערט נותר צוליב דער אי אפשריות אויף אכילה.

ד.

ה.

ביי בשר קדשים האט די תורה מתנה גע־ ווען צוויי חיובים: עיקר החיוב איז לכל לראש — מצות אכילתו

(כל זמן מען מעג עס עסן)

; אויב מ׳קען עס אבער ניט עסן — טאר מען עס ניט לאזן סתם ליגן,

נאר מען דארף עס גלייך פאר־ ברענען 31 .

און דאס איז אויך די הסברה בנוגע לבליעה: דערמיט גופא וואס דער

(טעם ה)

בשר ווערט נבלע אין א כלי און ווערט אויס ״אוכל״ — ווערט עס גלייך נותר און מען דארף עס פארברענען.

און דערפאר איז דער דין,

אז "כלי חרש אשר תבושל בו ישבר": עס לייגט זיך גלייך אויף דעם דער חיוב פון שריפת נותר 32

(וואס ביי בליעה בכלי חרס איז עס דורך "ישבר" 24 ).

[און דא זעט מען ווי רש״י בדיוק לשונו באווארנט אן אריכות׳דיקע שקו״ט אין מפרשים: דער רא״ם פרעגט אויף רש״י 33

: פארוואס דארף מען צעברעכן דעם כלי חרם צוליב דעם וואס די ״בליעה שנבלעת בו נעשה נותר״ — לויט דער שיטה אז "לינת לילה פוגמת"

(וואס אזוי איז דעת רש״י 34 )

— קומט אויס,

אז באותו זמן

(בבוקר)

וואס אויפן בשר דארף חל זיין דער איסור נותר,

איז עס שוין דאן

(א דבר המותר זייענדיק)

א "נותן טעם לפגם"?

ע״פ הנ״ל אבער איז קושיא מעיקרא ליתא,

ווייל לויט רש״י

(בפירושו עה״ת ,

וואו ער איז מפרש פשוטו של מקרא)

איז אויף דער בליעה חל גלייך דער איסור נותר צוזאמען מיטן חיוב שריפה].

ח.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם חילוק צווישן כלי חרס און כלי נחושת:

אט דער גדר אז דורך דער בליעה עצמה שאפט זיך דער איסור נותר — יש לומר 35 ,

איז בלויז ביי כלי חרס וואס "אינו יוצא מידי דפיו לעולם" און ס׳איז שוין אוממעגלעך אז די בליעה זאל קומען לידי אכילה אין וועלכן־עס־איז אופן — און דערפאר ווערט עס נותר.

און דאס איז דער תוכן פון דעם חיוב שבירה,

א דין פון שריפת נותר 24 ,

וכפרש״י "לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר".

משא״כ ביי כלי נחושת וואו די בליעה קען יע נפלט ווערן,

פועל׳ט ניט די בליעה דעם דין נותר,

וויבאלד ס׳איז נאך ניט נשלל געווארן די אפשריות פון אכילה — מ׳קען מאכן נאך א מאכל אין דער כלי און די בליעה וואס ווערט כולה נפלט אין דעם מאכל קען געגעסן ווערן ביחד עם המאכל 36

;

און דאס וואס כלי נחושת דארף האבן מריקה ושטיפה איז

(ניט בכדי לפלוט בליעת איסור

(נותר 37 ),

נאר)

בכדי צו אויסרייניקן די כלי פון דעם

(טעם)

בשר החטאת

(מעין פון כיבוס הבגד פון דם חטאת).

און דאס איז דער המשך אין פרש״י: פריער איז ער מפרש ווי ביי כלי נחושת איז דער חיוב פון ״ומורק״ — "מל׳ תמרוקי הנשים כו׳״ — בדוגמא צום דין פון "תכבס",

און דאס איז דער תוכן פון ״לפלוט את בליעתו״ — אן ענין פון "כיבוס"

(ניט "שריפת נותר")

; און כדי צו מבאר זיין דעם חילוק,

וואס ביי כלי נחושת איז ניטא קיין דין נותר מצד הבליעה ווי ביי כלי חרס — איז רש״י ממשיך "אבל כלי חרם למדך הכתוב כאן שאינו יוצא מידי דפיו לעולם",

וואס דערפאר שאפט די בליעה בכלי חרס נותר.

ט.

דערפון קען מען ארויסנעמען ״ענינים מופלאים״ ע״ד ההלכה,

ובהק־ דים:

בנוגע דעם דין פון "וכלי חרש גו׳ ישבר גו׳ בכלי נחושת גו׳ ומורק ושוטף גו׳" איז פאראן א פלוגתא צווישן דעם רמב״ם און ראב״ד: לויט שיטת הרמב״ם 38

איז דער דין פון "וכלי חרש גו׳ ישבר" א גזירת הכתוב דוקא ביי חטאת,

משא״כ "מריקה ושטיפה" איז א דין ביי אלע קדשים; דער ראב״ד 38

האלט אבער,

אז ביידע דינים

(כלי חרס ישבר און מריקה ושטיפה בכלי נחושת)

זיינען בכל הקדשים.

ווי איז שיטת רש״י?

ביי "ישבר" זאגט רש״י "והוא הדין לכל הקדשים",

משא״כ ביי "ומורק ושוטף במים" זאגט דאס ניט רש״י.

בפשטות לערנט מען,

אז ביידע דינים קומען בהמשך אחד,

ובמילא דארף עס רש״י ניט זאגן נאכאמאל ביי כלי נחושת.

ע״פ הנ״ל אבער — איז עס בדוקא

(און שיטת רש״י — בלימוד ע״ד הפשט — איז א דיעה שלישית 39 )

: דער דין פון "ישבר" וואס איז מצד שריפת נותר איז טאקע ביי אלע קדשים; משא״כ דער דין פון "ומורק ושוטף" איז לויט רש״י

(בפשוטו של מקרא)

בדוגמא צום דין "תכבס" וואס איז א חומר מיוחד ביי חטאת 40

(און ניט מצד דעם דין נותר).

(משיחת ש״פ צו תשל״ו)

Reader controls and commentary are loading.