א.
אין סוף הלכות איסורי מזבח,
נאכדעם ווי דער רמב״ם רעכנט אוים די מיני שמנים וואם זיינען כשירין למנורה און פירט אויס "אבל למנחות כולן כשירין״ 1
— איז דער רמב״ם ממשיך בהלכה בפ״ע 2
:
ומאחר שכולן כשרין למנחות למה נמנו כדי לידע יפה שאין למעלה ממנו והשוה והפחות שהרוצה לזכות עצמו יכוך יצרו הרע וירחיב ידו ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא ממנו.
הרי נאמר בתורה 3
והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן וישע ה׳ אל הבל ואל מנחתו.
והוא הדין בכל דבר שהוא לשם הא־ל הטוב שיהי׳ מן הנאה והטוב.
אם בנה בית תפלה יהי׳ נאה מבית ישיבתו.
האכיל רעב יאכיל מן הטוב והמתוק שבשולחנו.
כסה ערום יכסה מן היפה שבכסותו.
הקדיש דבר יקדיש מן היפה שבנכסיו וכן הוא אומר 4
כל חלב לה׳ 5
,
וג'.
דארף מען פארשטיין: דעם דין אז מ׳דארף ברענגען "מן המובחר" האט שוין דער רמב״ם געזאגט פריער אין תחילת הפרק 6
: "לא כל דבר שאינו פסול מביא אותו לכתחילה כו׳ אלא כל שיביא לקרבן יביא מן המובחר".
און דאם לערנט מען אפ פון פסוק 7
(ווי דער רמב״ם האט שוין געבראכט אין די הלכות פריער 8 )
"מבחר נדריך
(נדריכם 9 )
" — היינט וואם איז דא די נייע הלכה וואם דער רמב״ם איז מוסיף ומחדש,
וועלכע
(א)
ווערט אפגעלערנט דערפון וואם "נמנו" די דרגות ומינים אין שמנים,
(ב)
איז פארבונדן מיט רצון האדם
("הרוצה לזכות עצמו")
און
(ג)
ער ברענגט אויף דעם נאך ראיות "הרי נאמר בתורה והבל גו׳" און "כל חלב לה׳ וגו״׳?
ב.
בפשטות קען מען לערנען אז אין דעם ענין פון "מן המובחר" ביי קרבנות זיינען פאראן כמה דרגות 10 ,
ווי ס׳איז משמע אין רמב״ם גופא: ס׳איז דא דער נידעריקער סוג מובחר וועלכער מוז זיין אין קרבן; אן דעם איז עס אסור למזבח
(כאטש עם איז ניט קיין בעל מום),
ע״ד ווי דער רמב״ם זאגט .
אין פרק ב׳ 11
"ארבעה חוליים אחרים
(מי שבלובן עינו יבלת שאין בו שער,
אם נגממו קרניו כו׳)
אם נמצא אחד מהם בבהמה אין מקריבין אותה לפי שאינה מן המובחר 12
והכתוב אומר מבחר נדריך".
למעלה מזה איז דא א סוג מובחר וואם איז ניט בלויז שולל א בהמה שנמצא בה איינע פון די חוליים וכיו״ב
(וועלכע זיינען אסור למזבח 13 ),
נאר אויך
(ובעיקר)
א "שה כחוש ובעור" 14
וואט איז כלל ניט יפה וטוב.
אז אויר אויב עט פעלט דער ״מובחר״ — זאל מען ניט ברענגען לכתחילה.
ווי דער רמב״ם זאגט אין ריש פ״ז
(המובא לעיל)
"לא כל דבר שאינו פסול מביא אותו לכתחילה כיצד הי׳ חייב עולה לא יביא שה כחוש וכעור ויאמר הרי אין בו מום ועל זה נאמר 15
וארור נוכל וגו׳ אלא כל שיביא לקרבן יביא מן המובחר" 16 .
[און ווי ס׳איז אויך מובן פון דברי הרמב״ם בהל׳ מעשה הקרבנות 17
"מי שנדר שור או איל או כבש או עגל וכיוצא בהם לא יביא כחוש ביותר שבאותו המין כו׳ ואינו חייב להביא היפה השמן ביותר שאין שם למעלה ממנו אלא יביא הבינוני.
ואם הביא הכחוש יצא ידי נדרו".
דארטן רעדט זיד וועגן א נדר און דער רמב״ם ברענגט דארטן כלל ניט אז מ׳זאל ברענגען א יפה ושמן מצד מבחר נדריכם].
און בסוף הל׳ איסורי מזבח איז דער רמב״ם מחדש,
אז "הרוצה לזכות עצמו יכוף יצרו הרע וירחיב ידו ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר״ — ניט בלויז אזא וואס איז ניט כחוש ובעור,
א בינוני ואפילו למעלה מבינוני — נאר "היפה המשובח ביותר".
און דאם לערנט דער רמב״ם אפ ניט פון "מבחר נדריכם",
נאר דערפון וואם "נמנו" די מיני השמנים,
און ברענגט אויף דעם "והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן" און "כל חלב לה״׳ — און פון רעם דוקא לערנט מען .
אפ "והוא הדין בכל דבר שהוא לשם הא־ל הטוב שיהי׳ מן הנאה והטוב"
(משא״כ דער דין פון "מבחר נדריכם" איז א דין מיוחד ביי קרבנות).
אזוי איז אויך מוכח פון המשך לשון הרמב״ם דא — "ומאחר שכולן כשרין למנחות למה נמנו".
דלכאורה איז ניט פארשטאנדיק: דער רמב״ם האט דאך שוין געזאגט אין א פריערדיקער הלכה 18
״אע״פ שכולן כשירין למנחות הראשון אין למעלה ממנו ואחריו השני כו׳״ — איז ממילא מובן דער טעם "למה נמנו".
דעם דין פון "מבחר נדריכם" האט דאך שוין דער רמב״ם געבראכט פריער,
דארף מען דאך וויסן די דרגות אין די שמנים כדי צו קענען מקיים זיין דעם "מן המובחר"?
איז דערפון גופא געדרונגען,
אז מצד דעם חיוב פון "מן המובחר" איז ניט מוכרח וויסן די דרגות 19 ,
ווייל "מן המובחר" איז שולל בלויז "כחוש ובעור",
אבער ס׳איז ניט א חיוב צו ברענגען דעם משובח ביותר.
און דערפאר זאגט דער רמב״ם "למה נמנו" און עם איז א טעם בלויז פאר דעם וואם "רוצה לזכות עצמו" 20 .
ג.
מען דארף אבער פארשטיין:
וויבאלד אז דער דין אין רמב״ם איז ניט פארבונדן דוקא מיט קרבנות
(ניט ווי דער דין פון "מבחר נדריכם" וואם איז דוקא ביי קרבנות כנ״ל)
— נאר ס׳איז א דין כללי ביי יעדער זאך וועלכע איז פארבונדן מיט הוי׳,
ובלשון הרמב״ם "בכל דבר שהוא לשם הא־ל הטוב"
(און ווי ער ביענגט די דוגמאות בזה)
— איז פארוואם זאגט עם דער רמב״ם ערשט דא אין הלכות איסורי מזבח,
און זאגט עם ניט פריער אין הל׳ מתנות עניים 21
(בהתאם להדוגמא דא גופא "האכיל רעב כו׳ כסה ערום כו״׳ 22 )
— ווי אין שו״ע וואו דער דין שברמב״ם ווערט נעתק אין הלכות צדקה 23
: אדער נאך פריער — אין הל׳ תפלה
(בהתאם צו דער ערשטער דוגמא אין רמב״ם "בנה בית תפלה כו"׳)?
נאך מער: דער רמב״ם ברענגט אין הל׳ תפלה 24
כמה דינים אין אופן בנין בית הכנסת ווי עם דארף זיין "גבוהה מכל חצרות העיר כו״׳ — וואלט דאך דארטן געפאסט צו ברענגען אז "הרוצה לזכות עצמו" זאל בויען א בית תפלה באופן וואם "יהי׳ נאה מבית ישיבתו" און בהמשך לזה ברענגען די אלע פרטי דינים וועלכע ווערן נכלל אין דעם חיוב כללי פון "כל חלב לה׳".
אויר דארף מען פארשטיין די דוגמאות וועלכע דער רמב״ם ברענגט אויף "כל דבר שהוא לשם הא־ל הטוב שיהי׳ מן הנאה והטוב״ — "בנה בית תפלה כו׳ האכיל רעב כו׳ כסה ערום כו׳ הקדיש דבר כו"׳.
דלכאורה:
די גמרא זאגט 25
דעם חיוב פון "התנאה לפניו במצות"
(וואס ווערט אפגעלערנט פון פסוק 26
"זה א־לי ואנוהו")
און ברענגט די דוגמאות: "עשה לפניו סוכה נאה ולולב נאה ושופר נאה ציצית נאה ס״ת נאה כו׳ בדיו נאה בקולמוס נאה בלבלר אומן וכורכו בשיראין נאין״ — פארוואס ברענגט דער רמב״ם דא אנדערע 27
דוגמאות 28 ?
ד.
ויש לומר הביאור בזה:
ווי מ׳לערנט בהשקפה ראשונה קומט אויס,
אז דער חילוק צווישן דעם דין אין רמב״ם בסוף הלכות איסורי מזבח און דער הלכה פון "מבחר נדריכם" וואט דער רמב״ם רעדט פריער,
באשטייט אין דעם וואם "מבחר נדריכם" איז א דין אין דער חפצא
(נדריכם),
דאם איז נוגע צום גוף קדושת הקרבן,
און דעריבער טאר אין דעם ניט זיין קיין פחיתות,
אפילו ניט
(אין דעם מראה)
כחוש וכעור,
וע״ד ווי "בזיון קדשים 29
;
משא״כ דער דין אין סוף הלכות איסורי מזבח "יביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר" איז ניט קיין דין אין דער חפצא פון קרבן,
נאר ס׳איז א דין אין דעם גברא,
כדיוק לשון הרמב״ם "הרוצה לזכות עצמו יכוף יצרו הרע כו׳".
און דערפאר איז דאס אויך ניט קיין דין פרטי ביי קרבנות,
נאר ס׳איז א דין כללי ביי "כל דבר
(וועלכע דער גברא פארבינדט עם)
שהוא לשם הא־ל הטוב" — אויך ביי אנדערע מצות.
ס׳איז א הידור אין מעשה הגברא 30 ,
"הרוצה לזכות עצמו" 31 ,
אז יעדער זאך וואם ער טוט און ברענגט לשם הא־ל זאל דאם זיין "מן הנאה והטוב".
ויש לומר אז דאס באווארנט דער רמב״ם דערמיט וואם ער לערנט אפ דעם דין פון מנחות
("מאחר שכולן כשרין למנחות למה נמנו")
און ברענגט די ראי׳ "הרי נאמר בתורה והבל הביא גו׳״ — דערמיט ברענגט ער ארויס אז דער "יביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר" איז פארבונדן מיט דעם גדר פון קרבנות
(מנחות),
וואס איז נוגע
(ניט נאר אין מעשה הגברא נאר אויך)
אין דער חפצא של הקרבן.
און דאם איז מודגש אין דער ראי׳ "הרי נאמר בתורה והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן וישע ה׳ אל הבל ואל מנחתו": דער רמב״ם איז זיך ניט מסתפק מיט די ווערטער "והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן" נאר ער ברענגט אויך דעם המשך הכתוב,
און ניט נאר "וישע ה׳ גו׳" נאר אויר — "אל הבל ואל מנחתו".
ווייל דערמיט איז ער מדגיש אז די הבאת הקרבן "מן היפה המשובח ביותר" איז ניט בלויז אן ענין בשייכות למעשה הגברא נאר ט׳איז נוגע אויר צו דער חפצא דהקרבן: דער "וישע ה׳" איז גע־ ווען ניט נאר "אל הכל"
(מצד זיין "יכוף יצרו"),
נאר אויר
(און אלם א באזונדער עניו)
" ואל 32
מנחתו״.
ה.
די הסברה בזה:
דער חילוק צווישן קיום המצות און ענין הקרבנות
(בכללות)
ביחם להחפצא:
קיום המצות איז עיקרו מעשה של הגברא,
דער גברא איז מקיים ציווי ה׳ שעליו.
נאר דער קיום ווערט דורכ־ געפירט דויד דער חפצא.
עם זיינען פאראן כמה דרגות אין דער פעולה וואם ווערט אויפגעטאן אין דער חפצא 33
: תשמישי מצוה,
תשמישי קדושה.
דאס אלץ איז אבער ניט דער מכוון פון מעשה האדם.
זיין ענין איז — דער קיום המצוה שלו,
נאר ע״י פעולת הגברא ווערט אויפגעטאן אין דער חפצא
(תשמישי מצוה,
תשמישי קדושה וכו׳).
בקרבנות אבער 34
איז דער גדר המצוה — די קדושה דהקרבן גופא,
דאס הייסט דאם וואם ער איז מקדיש און גיט די זאר אוועק לה׳.
ס׳איז דערביי אויר דא זיין קיום המצוה,
ער איז דערמיט מקיים דעם נדר וואס ער האט אויר זיר גענומען אויף ברענגען א קרבן וכיו״ב,
אדער ער איז מקיים מצותו צו ברענגען דעם באשטימטן קרבן וואס ער איז מחוייב.
דא איז אבער דער עיקר ניט דער קיום המצוה של הגברא,
נאר בעיקר די פעולה אין דער חפצא — דער מקריב זיין א קרבן לה׳,
אוועקגעבן די בהמה וכו׳ לה׳.
וואם דער סדר בזה איז אז פריער איז דער מענטש מקדיש די בהמה,
דערנאר ברענגט ער זי לביהמ״ק כו׳ ביז מ׳איז זי מקריב
(בשליחות בעל הקרבן 35 )
ע״ג המזבח.
ובסגנון פשוט יותר: אלע מצות,
אפילו לאחרי ווי דער חפץ מיט וועלכן מ׳איז מקיים די מצוה ווערט תשמישי מצוה וכיו״ב,
בלייבט דאם בבעלותו של האדם; די זאר 36
וואס א איד גיט אוועק להשם און דער אויבערשטער ״נעמט״ דאם פון אים,
איז בהקרבת קרבן.
ו.
און דאם איז דער חילוק צווישן דעם דין הידור מצוה,
וואס די גמרא לערנט אפ פון פסוק "זה א־לי ואנוהו",
און דעם דין אין רמב״ם "יביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר":
דער דין הידור מצוה איז — ווי די מצוה גופא — ניט
(אזוי)
צוליב דער חפצא,
נאר צוליב קיום המצוה של הגברא,
וכלשון הגמרא "התנאה לפניו במצות",
אז די מצוה וואם דער אדם איז מקיים איז "ואנוהו",
ובמילא "עשה לפניו סוכה נאה ולולב נאה ובו"׳.
מיט דעם וואם די מעשה מיט וועלכער ער טוט די מצוה איז נאה,
איז דער קיום מצוה של הגברא אין אן אופן פון "התנאה לפניו" — פאר דעם אויבערשטן.
בא קרבנות אבער איז דאם ברענגען קרבנות "מן היפה המשובח ביותר" ניט
(בלויז)
צוליב דעם ״התנאה לפניו״ — פון דעם גברא,
נאר פארקערט,
דאם איז א חלק ופרט פון דעם גדר הקרבן להשס,
אז דער קרבן להשם וואם בא־ שטייט אין דער קדושה והקרבה לה׳
(אוועקגעבן להשם)
איז כשלימות ובהידור יותר 37 .
ז.
און דאם איז דער טעם פארוואס דער רמב״ם ברענגט דעם דין ערשט אין הל׳ איסורי מזבח — ווייל דער ענין איז נוגע צום גדר פון "מזבח".
נאך מער: ס׳איז נוגע צו הלכות "
(איסורי)
מזבח" נאד מער ווי
(אפילו)
צו הלכות "מעשה הקרבנות":
דער עיקר פון ענין הקרבן — איז קרבן לה׳.
און כאטש פעולת האדם בזה פאנגט זיר אן פון זיין מקדיש זיין דעם קרבן — איז אבער דער עיקר און גמר הקרבן בהקרבתו ע״ג המזבח.
וואם דעמאלט,
בשעת ער ווערט לחמו של
מזבח 38 ,
ס׳איז דא אכילת מזבח 39 ,
ווערט ער א חלק פון שולחן גבוה.
און דעריבער איז דער ענין פון "ירחיב ידו ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר" וואם ברענגט ארויס די שלימות פון נתינה לה׳ בא א קרבן,
איז נוגע ניט אזוי צו דעם עצם גדר פון "מוקדשים",
אדער "מעשה הקרבנות" — וואס אין דעם ווערן נכלל אלע פרטים אין דעם מעשה הקרבן,
און ניט בלויז דער פרט פון הקרבה ע״ג המזבח — נאר צו הל׳ "
(איסורי)
מזבח",
דער גמר ושלימות קדושת הקרבן,
וואס דאם איז בהבאתו ע״ג המזבח 40 .
ח.
דערמיט איז פארענטפערט פאר־ וואם דער רמב״ם זאגט די דוגמאות פון "בנה בית תפלה וכו"׳
(אז ביי זיי איז דער זעלבער דין פון "יהי׳ מן הנאה והטוב״)
— און ניט די דוגמאות שבש״ס:
דא רעדט זיר ניט וועגן דעם גדר פון הידור מצוה,
א הידור אין דער זאך וואס מ׳טוט די מצוה,
נאר "כל דבר שהוא לשם הא־ל הטוב",
יעדע זאר וואם איז גלייר צו קרבן ע״ג המזבח,
אין דעם וואס מ׳גיט עם "לשם הא־ל הטוב":
״בנה בית תפלה״ — פאר דעם אויבערשטן 41 ,
ועד״ז ״הקדיש דבר״ — איז תוכנו וואס ער גיט עס "לשם הא־ל".
ועד״ז אויר די מיטעלע צוויי פאלן "האכיל רעב כו׳ כסה ערום כו׳": דער ראגאטשאווער 42
איז מבאר אז אין צדקה זיינען פאראן צוויי גדרים — צדקה ד״הוה גדר מצוה",
און "צדקה בגדר כפרה".
און דאם איז די הדגשה אין רמב״ם ״האכיל רעב ..
כסה ערום",
ווייל די ענינים פון צדקה זיינען פארבונדן מיט "צדקה בגדר כפרה" 43 ,
ובתוכן הכתוב 44
"פרום לרעב לחמר ועניים מרודים תביא בית כי תראה ערום וכסיתו",
וואו דער נביא רעדט וועגן די פעולות וואם א איד דארף טאו ביום התענית 45
לתשובתי ילכפרתו
(ע״ד — קרבנות).
ט.
די הסברת השייכות פון די צוויי ענינים אין דעם דין פון "יביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר״ —
(א)
אלם דין אין "
(איסורי)
מזבח",
וואס איז פאר־ בונדן מיט דעם חפצא דהקרבן
(והקרבתו ע״ג המזבח),
און
(ב)
דער מעשה הגברא — "הרוצה לזכות עצמו יכוף יצרו הרע וירחיב ידו כו׳":
דער גמר ושלימות קדושת הקרבן לה׳,
וואם איז בהקרבתו ע״ג המזבח,
איז דאם גופא די סיבה אויף דעם ריצוי 46
און די כפרת האדם וואם א קרבן טוט אויף.
און דעריבער,
וואם מער ס׳איז דא דער "יכוף יצרו הרע וירחיב ידו ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר" אין דער נתינת הגברא להשם,
אלץ מער איז דאם מוסיף אין דער שלימות הכפרה וריצוי של הגברא 47
(וואם דער מזבח פועל׳ט)
— "לזכות עצמו".
וע״ד ווי מ׳געפינט כמה סוגים אין דעם ריצוי של הקרבן
(פארבונדן מיט כוונת האדם),
כיפר ולא כיפר 48 ,
דער חילוק צווישן ריצוי החטאת און ריצוי דעולה 49 ,
ועוד 50 .
- ויומתק יותר ליויט ווי עס ווערט געבראכט אין מפרשים,
ובפרט אין רמב״ן עה״ת,
טעמי מצות קרבן:
דער רמב״ן 51
איז מבאר דעם טעם וואם קרבנות זיינען מכפר,
"שיחשוב האדם בעשותו כל אלה כי חטא לאלקיו בגופו ובנפשו וראוי לו שישפך דמו וישרף גופו לולא חסד הבורא שלקח ממנו תמורה ..
דמו
(דהקרבן)
תחת דמו נפש תחת נפש" 52 .
און וויבאלד אזוי,
איז מובן אז דער יכוף יצרו הרע איז ניט א זייטיקע זאך אין דעם ענין הקרבת קרבן ע״ג מזבח,
אדער עכ״פ נאך א פרט אין דעם ענין הקרבן,
נאר דאס איז דער גאנצער גדר הקרבן,
"יכוף יצרו הרע",
וואם אין דעם באשטייט דער ריצוי און די כפרה פון דעם קרבן.
י.
עפ״ז יש לבאר הטעם וואס דער דין פון "יכוף יצרו ..
ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר" ווערט אפגע־ לערנט פון די שמנים למנחות דוקא:
דער תוכן עניו הקרבן איז 53 ,
וואט א איד גיט זיר אוועק צו דעם אויבערשטן
(דורך כופה יצרו הרע וכו׳)
; אבער ווען איז דאם באמיתית ובשלימות?
בשעת זיין אוועקגעבן זיך איז אינגאנצן צו דעם אויבערשטן בלי חשבונות,
און דוקא דעמאלט איז דאם מרצה ומכפר א כפרה שלימה וגמורה.
און דאס איז אויך דער טעם וואס מ׳לערנט עם אפ פון די שמנים למנחות דוקא,
ע״ד מרז״ל 54
אז דוקא בא קרבן מנחה שטייט ״ונפש כי תקריב״ — "אמר הקב״ה מי דרכו להביא מנחה עני מעלה אני עליו כאילו הקריב נפשו לפני״ — דוקא בא קרבן מנחה; ער ברענגט ניט קיין שור שמן וגדול,
נאר דלי דלות פון א קרבן,
איז דא מער בהדגשה ווי "הקריב נפשו לפני".
ווארום ביי אים איז ניטא קיין הרגש אז ער איז מקריב א קרבן בהידור ובשלימות,
״ער״ איז א ״שיינער איד״ וואס ברענגט א קרבן און — בהידור;
ביי אים הערט זיך דער אמת׳ער שברון הלב,
כפיית היצר ביז צו זביחת היצר און דערפאר איז "כאילו הקריב נפשו".
יא.
און דורך דעם אופן פון הקרבה,
וואט ער איז כופה ״יצרו הרע ..
ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר",
ווערט דער סיום וגמר פון "הלכות
(איסורי)
מזבח",
אז לאחרי התחלת הפעולות פון דעם מזבח כפרת נפשו 55
כפרת ה״אסור״ — אסור וקשור 56
— ווערט נמשך און אויפגעטאן די פעולה פון מזבח בשלימותה ונרצה לו לכפר עליו — לכפר לפני הוי׳ לעשות נח״ר לקונו 55 ,
כמרז״ל” "מזבח מזיח
(גזירות רעות מעל ישראל 58 )
ומזיז
(העולם ניזון 58 )
מחבב
(את ישראל אל אביהם 58 )
מכפר
(עונות)
" 59 ,
און בשעת עס ווערט בטל די סיבת החורבן והגלות — עונות
(חטאינו),
ווערט גלייך וממילא בטל דער מסובב,
דער "גלינו מארצנו",
און "מיד הן נגאלין" 60
על ידי משיח צדקנו,
וואם יבנה מקדש במקומו 61 ,
ובמיוחד המזבח 62
וואם "מקומו מכוון ביותר" 63 ,
ויקבץ נדחי ישראל 64 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש״פ תבא תשמ״ה)