B"H
🏡

Ikar

ויקרא א

א.

אין הלכות מעשה הקרבנות 1

פסק׳נט דער רמב״ם: הנודר 2

גדול והביא קטן לא יצא,

קטן והביא גדול יצא,

כיצד אמר הרי עלי עולה או שלמים כבש והביא איל או שנדר עגל והביא שור גדי והביא שעיר יצא.

דער מקור פון דברי הרמב״ם איז

(ווי אנגעצייכנט אין כסף משנה)

— די משנה אין מנחות 3

וואם זאגט:

(הנודר)

גדול והביא קטן

(איז לכו״ע)

לא יצא.

קטן והביא גדול

(איז א מחלוקת,

לויט די רבנן)

יצא רבי אומר לא יצא,

און דער רמב״ם פסק׳נט ווי די רבנן.

[און דער רמב״ם ברענגט די דוגמאות ״כבש והביא איל..

עגל והביא שור גדי והביא שעיר״ — ווייל דער רמב״ם פסק׳נט אז דאם וואם "קטן והביא גדול יצא" איז דאס בלויז ווען ביידע זיינען פון מין אחד 4

(אבער ניט פון צוויי מינים 3 )

און ווי ער זאגט ווייטער מפורש אין פרק 6 ].

דארף מען האבן א הסברה: ווי אזוי איז מען יוצא מיט אן איל בשעת ער זאגט "הרי עלי עולה או שלמים כבש"

(וכיו״ב)

— ס׳איז דאד פאראן דער ציווי 7

"מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת" 8 .

און וויבאלד אז ער האט געזאגט "קטן"

(א כבש),

דארף ער דאך מקיים זיין נדרו

(ועשית כאשר נדרת),

און ווען ער ברענגט א גדול

("איל" במקום "כבש" 9 )

האט ער דאך ניט געטאן "כאשר נדרת"?

זיינען פאראן אין דעם צוויי אופנים ווי דאס צו לערנען:

א)

מצד הגברא — בשעת ער האט נודר געווען א קטן,

נעמט מען אן אז זיין כוונה איז ניט געווען אויף צו ברענגעז דוקא א קטן,

ניט קיין גדול,

נאר אז ער זאל ברענ־ גען ניט ווייניקער דערפון; ער האט גע־ מיינט אז ער זאל ברענגען לכל הפחות א קטן 10 .

און דעריבער,

ווען ער ברענגט דעם גדול איז ער מקיים נדרו,

ווייל

(אויר)

צו דעם האט ער מכוון געווען.

ב)

מצד החפצא — דער גברא האט טאקע געזאגט און געמיינט א קטן,

א כבש וכיו״ב; וויבאלד אבער "יש בכלל מרובה מועט" 11

(ע״ד ווי "יש בכלל מאתים מנה" 12 ),

איז ווען ער ברענגט א גדול

(א איל במקום כבש וכיו״ב)

איז אין דעם נכלל א קטן

(ער האט נאר מוסיף געווען בנדרו),

איז נתקיים נדרו.

ב.

ס׳איז אבער ניט מספיק:

מעין מחלוקת זו איז אויך דא פריער אין דער משנה ביי מנחות 13

: "פירשתי מנחה של עשרונים ואיני יודע כמה פירשתי יביא ששים עשרון רבי אומר יביא מנחות של עשרונות מאחד ועד ששים",

און בטעם מחלוקותם ברענגט די גמרא 14

כמה דיעות,

ולבסוף דעת רב אשי "בקטן והביא גדול קמיפלגי רבנן סברי קטן והביא גדול יצא

("וזה אי נמי לא נדר אלא שלשה עשרונות ומייתי חמשה לנדרו יצא" 15 )

ורבי סבר לא יצא",

און די גמרא איז ממשיך "והא איפלגו בה חדא זמנא דתנן קטן והביא גדול יצא רבי אומר לא יצא",

און די גמרא ענט־ פערט "צריכא דאי אתמר בהא

(ביי מנחות)

בהא קא אמרי רבנן משום דאידי ואידי קומץ הוא

(בין מנחה גדולה בין מנחה קטנה חד קומץ מקריב 16 )

אבל התם דקא נפישי אימורין אימא מודו לי׳ לרבי

("אימורין דגדול נפישי מדקטן,

ואיכא למימר לא הכי נדר בההוא קאמר

(רבנן)

לא יצא דנפישי אימורין דידי׳" 16 )

ואי איתמר בההיא

(ביי קרבנות)

בההיא קאמר רבי אבל בהא

(דמנחות)

אימא מודי להו לרבנן צריכא".

און וויבאלד אז ס׳איז דא א קס״ד דכיוון — "אימורין דגדול נפישי מדקטן ואיכא למימר לא הכי נדר" 17 ,

און מ׳זאגט ניט אז ״בכלל מרובה מועט״ — איז ניט מסתבר צו זאגן,

אז לויט דער מסקנא איז דער חידוש בטעם הדין פארוואם "קטן והביא גדול יצא״ — ווייל "בכלל מרובה מועט" 18 .

ועד״ז איז ניט גלאטיק צו זאגן אז דער חילוק וחידוש

(אין דער צריכותא)

איז — אז דער גברא "הכי נדר" ווען דברים שבפיו — זיינען ניט אזוי.

ג.

אויך פאדערט זיך ביאור:

לויט ביידע אופנים הנ״ל

[(א)

אז דער גברא האט מלכתחילה נאר מגביל געווען א שיעור למטה,

(ב)

אז יש בכלל מרובה מועט]

— איז מסתבר לומר,

אז בשעת "נדר קטן",

מעג ער לכתחילה ברענגען א "גדול".

און וויבאלד אז "הרוצה" לזכות עצמו יכוף יצרו הרע וירחיב ידו ויביא קרבנו מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין 20

שיביא ממנו הרי נאמר בתורה 21

והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן כו׳ וכן הוא אומר 22

כל חלב לה׳ וגו׳" 23

; נאכמער: בנוגע צו א קרבן שטייט 24

אז מ׳זאל ברענגעז "מבחר נדריכם" 25 ,

איז אויב מ׳זאל אננעמען די הסברות הנ״ל,

דארף לכאורה אויסקומען,

אז ווען נדר קטן איז לכתחילה דארף ער

(עכ״פ — כדאי ער זאל)

ברענגען א גדול

(מצד ,

כל חלב לה׳״) 26 .

אבער פון פשטות לשון הרמב״ם "קטן והביא גדול יצא"

(און אפילו ניט ווי ער זאגט ווייטער לגבי נדבה 27

(ווי לשון המשנה 28 )

"אם נדר כבש ונפסל אם רצה יביא בדמיו איל" 29 )

איז משמע,

אז דאם איז ניט קיין דין לכתחילה,

נאר 30

בלויז אז בדיעבד יצא 31 .

[בנוגע צו קרבן עולה ויורד וואם קומט אויף ד׳ חטאים 32

שטייט אין חינוך 33 ,

אז "אם הוא עני והביא כשבה או שעירה לא יצא י״ח והטעם לפי שאחר שהא־ל ב״ה ריחם עליו ופטרו בכך אינו בדין שידחוק עצמו להביא ביותר מה שתשיג ידו" 34 .

אבער דאם האט ניט קיין שייכות לנדו״ד,

ווייל דארט רעדט זיך בנוגע קרבנות וואם

(א)

חיוב התורה עליו

(ניט מצד נדרו),

וואם דוקא בזה פאסט סברת החינוך הנ״ל.

(ב)

קרבן עשיר ועני וועלכע זיינען מינים שונים: בהמות,

עופות,

ביז דלי דלות

(א מנחה — וואס איז עשירת האיפה סולת).

משא״ב בנדו״ד רעדט זיך וועגן א קרבן וואס

(א)

קומט מחמת נדרו,

און

(ב)

רעדט וועגן קטן וגדול אין דעם זעלבן מין 35 ].

ומזה מובן,

אז ווען נדר קטן מיינט ער ניט אויך א גדול,

ועד״ז בה״חפצא" דהקרבן — איז אין א קרבן גדול ניט נכלל א קרבן קטן.

און ס׳איז מובן דער חילוק צווישן דעם און דאם וואם מ׳זאגט יש בכלל מאתים מנה: דארטן איז עס דאך אן ענין שבמציאות,

שבכלל מאתים יש מנה כמציאות,

משא״ב בנדו״ד,

ווען ער איז מקריב א שור איז אין דעם ניטא 36

אן עגל 37 .

ועפ״ז הדרא קושיא לדוכתא — וואס איז דער טעם פונעם דין "קטן והביא גדול יצא״?

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין לשון הרמב״ם אין דער ״כותרת״ פון הלכות נדרים — אז די מצוה איז "שישמור מוצא שפתיו ויעשה כמו שנדר",

דלכאורה איז דאס אן אריכות יתירה

(וכפל לשון).

[ולהעיר — אין מנין המצות בריש ספר היד 38

זאגט דער רמב״ם בלויז איין ענין — "לקיים אדם כל מה שיוציא בשפתיו כו׳״ — כי שם ענינו וסגנונו קיצור נמרץ].

אע״פ אז דאם איז ע״פ לשון הכתוב "מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת״— וסגנונו של הרמב״ם בספר היד צו מעתיק זיין לשונית הכתובים — איז אבער דוחק

(קצת)

זאגן אזוי אויבעס איז כלל ניטא א נפק״מ להלכה.

ולכן מסתבר לומר אז עם איז ניט סתם א כפל לשון,

נאר דאם זיינען צוויי דינים

(חיובים)

: א)

שישמור מוצא שפתיו

(מוצא שפתיך תשמור),

ב)

ויעשה כמו שנדר

(ועשית כאשר נדרת).

והביאור בזה: אין יעדן נדר זיינען פאראן צוויי ענינים: א)

דיבור פיו — די ווערטער וואם ער האט ארויסגערעדט.

ב)

דער תוכן פון זיין דיבור,

נדר.

און דאם זיינען די צוויי ענינים אין פסוק: א)

מוצא שפתיך תשמור — די ווערטער וואם ער האט ארויסגערעדט.

ב)

ועשית כאשר נדרת — מקיים זיין תוכן נדרו.

ה.

ועפ״ז יש לבאר די מחלוקת צווישן רבי מיט די רבנן

(ביי נדר קטן והביא גדול: יצא אדער לא יצא),

אז דאם איז פארבונדן ווי מען לערנט דעם גדר החיוב פון "ועשית כאשר נדרת":

רבי האלט אז מען רעכנט זיך נאר מיט ״מוצא שפתיך״ — דיבור פיו,

דער תוכן הנדר

(כאשר נדרת)

איז מוגבל און מוגדר דורך׳ן לשון וואם ער האט ארויסגערעדט מפיו;

משא״כ די רבנן האלטן אז דער עיקר איז — "ועשית כאשר נדרת",

מקיים זיין תוכן הנדר,

אע״פ וואס דאם איז ניט בהתאם

(כ״כ)

מיטן לשון וואם ער האט ארויסגערעדט

(מוצא שפתיך).

ד.

ה.

דער מקיים זיין דעם נדר בדיוק לויט "מוצא שפתיך" איז ניט לעיכובא.

[ואזלי לשיטתייהו,

וואס מען געפינט בכמה מקומות בש״ם אין דער מחלוקת פון רבי מיט די רבנן,

בנוגע א לשון וואם שטייט אין דער תורה אדער בדברי חז״ל,

ועד״ז בלשון בני אדם — אז לדעת רבי מיינט עם כפשוטו ממש ובכל הפרטים,

דברים ככתבן; ולדעת רבנן מוז עם ניט זיין כפשטות הלשון ובכל הפרטים,

אויב נאר דאם איז בהתאם צום תוכן הכללי,

ווי גערעדט אמאל בארוכה 39 ].

ו.

ועד״ז בנדו״ד — "קטן והביא גדול ..

הרי עלי..

כבש והביא איל":

מצד ״מוצא שפתיך״ — האט ער דאך געזאגט ״הרי עלי..

כבש"

(וואס איז ניט כולל אן איל,

כנ״ל)

; אבער מצד דעם תוכן הנדר — וואם דאם איז א נדר לה׳ 40

(ביי וועלכן ס׳איז דא דער ציווי "כל חלב לה׳״ און ״מבחר נדריכם״)

— נעמט מען אן,

אז תוכן נדרו איז צו ברענגען א קרבן צום אויבערשטן פון מין הצאן.

דאס וואם ער האט בפועל,

געזאגט בפיו "כבש" איז בלויז מצד א מניעה צדדית — ווייל לא השיגה ידו וכיו״ב — אבער דער מכוו! פון ״כבש״ איז — מין הצאן 41 .

און דעריבער: לדעת רבי,

אז מען רעכנט זיך נאר מיט "מוצא שפתיך",

איז גדול במקום קטן לא יצא — זיין נדר איז געווען א "קטן",

קען ער ניט יוצא זיין נדרו דורך ברענגען א קרבן וועלכער איז אן אנדער קרבן

(גדול)

ניט ווי "מוצא שפתיך";

לדעת רבנן אבער רעכנט מען זיך בעיקר מיט תוכן נדרו — "ועשית כאשר נדרת",

און דעריבער,

אע״פ אז לכתחילה זאגט מען ניט אז ער זאל ברענגען א גדול

(איל במקום כבש),

ווארום ווי־ באלד אז אמר קרא "מוצא שפתיך תשמור",

דארף ער לכתחילה ברענגען ווי ״מוצא שפתיך״ —

אבער בשעת אז הביא גדול

(ער האט געבראכט אן איל)

איז ער מקיים "ועשית כאשר נדרת" און איז במילא מקיים די מצות התורה 42

(ווייל דער פרט פון "מוצא שפתיך תשמור" איז ניט לעי־ כובא).

ז.

ויש להמתיק פסק הרמב״ם

(כסברת רבנן)

— ובהקדם:

ביי דער "מצות עשה של תורה" וואס דער רמב״ם זאגט 43

״שיקיים אדם ..

נדרו בין שהי׳ מנדרי איסור בין שהי׳ מנדרי הקדש" ברענגט דער רמב״ם צוויי פסוקים: שנאמר 44

מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת ונאמר 45

ככל היוצא מפיו יעשה.

דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים: "מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת״ רעדט וועגן נדרי הקדש,

משא״כ "ככל היוצא מפיו יעשה" רעדט וועגן נדרי איסור 46

[און ווי מען זעט עס אין רמב״ם גופא,

אז אין מנין המצות בריש ספר היד,

וואו ער ברענגט נאר דעם פסוק "מוצא שפתיך תשמור ועשית",

זאגט ער אז די מצוה איז — "לקיים אדם כל מה שיוציא בשפתיו מקרבן או בצדקה וכיו״ב"

(און דערמאנט ניט נדרי איסור)].

וע״פ הנ״ל

(סעיף ו)

איז מובן דער חילוק בלשון הכתובים — ביי נדרי איסור שטייט נאר "ככל היוצא מפיו יעשה",

משא״כ ביי.

נדרי הקדש שטייט

(צוויי פרטים)

"מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת":

דער חילוק צווישן נדרי איסור און נדרי הקדש איז: ביי נדרי איסור שאפט זיך דער

(תוכן ה)

איםור אינגאנצן מצד דעם דיבור האדם

(לולא זיין דיבור איז ניטא קיין איסור),

און דערפאר איז ביי נדרי איסור פאראן בלויז איין דין

(חיוב)

— "ככל היוצא מפיו יעשה"

(וויבאלד אז דיבורו שאפט דעם איסור).

דאקעגן ביי נדרי הקדש — איז פעולת הנדר נאר די חלות — עם זאל חל זיין אויף אים א חיוב

(שבמציאות)

שבתורה — א חיוב של קרבן לה ,

(אדער של צדקה וכיו״ב),

[און ווי גערעדט אמאל בארוכה 47

בביאור דברי הרמב״ם אין סוף הל׳נדרים: אמרו חכמים כל הנודר כאילו בנה במה ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו כדי שלא יהא מכשול לפניו,

במה דברים אמורים בנדרי איסור אבל נדרי הקדש מצוה לקיימן ולא ישאל עליהן אלא מדוחק שנאמר 48

נדרי לה׳ אשלם —

אז ביי נדרי הקדש,

האט זיך ע״י נדרו געשאפן

(ניט נאר א חלות חיוב של נדר,

נאר)

א חלות חיוב שבתורה — של קרבן

(וצדקה וכיו״ב),

ס׳איז געווארן א חפצא של מצוה,

און דערפאר "לא ישאל עליהן כו׳"],

און דערפאר איז ביי נדרי הקדש פא־ ראן

(לפסק הרמב״ם — כדעת רבנן)

אויך א דין פון ״ועשית כאשר נדרת״ — אז מ׳איז מקיים דעם נדר אויב נאר עם האט זיך אויסגעפירט דער תוכן ומכוון הנדר

(אלם א קרבן לה׳,

או צדקה בו׳),

אפילו ווען דאם איז ניט גענוי כפי "מוצא שפתיך" 49 .

ח.

דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:

ס׳איז ידוע אז קרבן איז מלשון קירוב 50 .

ותוכן ענין הקרבנות איז — "אדם 51

כי יקריב

(צ״ל)

מכס קרבן להוי"׳,

דאס וואם דער איד ווערט נתקרב צום אויבערשטן,

ער איז מקרב

(ומקריב)

זיינע כחות וחושים צום אויבערשטן.

און דאם איז דער חילוק צווישן קרבנות און אנדערע מצות: מצות זיינען "אברים און גידים" פרטיים,

די רמ״ח מ״ע זיינען כנגד רמ״ח אברים 52

ושס״ה מצות ל״ת זיינען כנגד שס״ה גידים 53 ,

און מיט יעדער מצוה — מצוה מלשון צוותא וחיבור — פארבינדט מען בפרט 54

דעם אבר

(אדער גיד)

פרטי מיט דעם אויבערשטן 55 .

דער ענין הקרבנות אבער איז תוכנו וואס דער איד גיט זיך אוועק אינגאנצן,

ווערט כולו נתקרב צום אויבערשטן.

[און דאם איז מודגש אויך לויטן ביאור הרמב״ן 56

אין דעם טעם וואס קרבנות זיינען מכפר,

"שיחשוב אדם בעשותו כל אלה כי חטא לאלקיו בגופו ובנפשו וראוי לו שישפך דמו וישרף גופו לולא חסד הבורא שלקח ממנו תמירה ..

דמו

(דה־ קרבן)

תחת דמו נפש תחת נפש כו'".

קרבן איז במקום גופו ונפשו,

ווייל אין דעם גיט ער איבער זיין גאנצן

(גוף ו)

נפש לה׳.

זאת ועוד: דער ענין הקרבנות איז בתוכנו ענין התשובה

(כמובן אויך פון דברי הרמב״ן הנ״ל),

וואם תשובה איז למעלה מכל המצות און דעריבער ווערן ע״י התשובה נתמלא אלע פגמים וואם זיינען געווארן דורך די עבירות והעדר קיום המ״ע].

ויש לומר אז דאם איז אויך איינער פון די טעמים וואס פרשת קרבנות הויבט זיך אן מיט קרבנות הבאים בנדר ובנדבה,

ווי רש״י זאגט גלייך בהתחלת הפרשה 57

"בקרבנות נדבה דיבר הענין",

און ערשט דערנאך איז די תורה ממשיך בקרבן חטאת ואשם — קרבנות חובה 58 ,

ווייל דער ענין אין קרבנות איז וואט עי״ז ווערט א איד נתקרב כולו לה׳ און דאם דריקט זיך אויס ניט אזוי בקרבנות חובה

[מצד דעם וואט ס׳איז א חובה,

הערט זיר אן אין דעם בעיקר דעו־ קיום צייווי ה׳ צו ברענגען א חטאת אדער אשם אויף א חטא וכיו״ב],

נאר אין קרבנות נדבה וואם א איד איז זיך מתקרב לה׳ בנדיבות לבו.

ט.

ועפ״ז יש לבאר בנדו״ד וואם הנודר קטן והביא גדול יצא:

ווען א איד איז נודר א קרבן,

איז דאך תוכנו וענינו ניט דאם וואס ער קומט מקיים זיין א מצוה פרטית

("מוצא שפתיך תשמור" וכיו״ב),

נאר,

כנ״ל,

דער ענין הכללי פון מקריב זיין זיך,

אינגאנצן אוועקגעבן זיר צום אויבערשטן

[ובלשון רז״ל 59

בנוגע צום לשון "נפש" 60

וואם שטייט ביי קרבן מנחה של נדבה,

"אמר הקב״ה מי דרכו להביא מנחה עני מעלה אני עליו כאילו הקריב נפשו לפני".

וי״ל אז די הוספה "מעלה אני עליו" איז למעליותא — אז ער האט אין דעם אויך א נתינת כח מלמעלה,

זיין "הקריב נפשו" איז נאד מער ווי עם קען זיין מצד כחו ועבודתו — עם קומט צו וואט "הקב״ה מעלה עליו"],

ובמילא איז דער קיום פון דער מצוה פרטית דא — ווערט ער נכלל אין דער מצוה כללית — דער צוותא וחיבור כללי,

פון דעם אידן,

ע״י נדבת והקרבת הקרבנות,

מיטן אויבערשטן.

און דעריבער איז דא נוגע בעיקר דער תוכן וענין הכללי,

דאם וואט דער איד גיט זיר אוועק אינגאנצן ובמילא ווערט ער נתקרב לה׳ לגמרי.

י.

ע״פ זה יש לבאר בהלשון "קטן" און "גדול" ברוחניות הענינים:

בתחלת העבודה האלט דער איד במצב של קטנות,

וויבאלד אבער אז דאס איז פארבונדן מיטן ענין הקרבנות,

מיטן נתקרב ווערן נפשו

(כולו)

צו אלקות,

און מקריב זיין זיר,

איז דאם פארבונדן מיט קירוב וקרבן

(דכולו)

"גדול"

(ע״ד המבואר 61

אין דער שייכות צווישן יראה תתאה

(קבלת עול)

מיט יראה עילאה).

און דערפאר ״והביא גדול״ — דאם ברענגט צו דער הקרבה וקירוב באופן של גדלות,

אז אייר בגילוי ובכל כחות נפשו ווערט ער אינגאנצן נתקרב לה׳.

און דורך עסק בתורת הקרבנות ווערט דאר כאילו הקריב קרבן 62

און "תלמידי חכמים העטוקין בהלכות עבודה מעלה עליהם הכתוב כאילו נבנה מקדש בימיהם" 63 ,

און פון דעם "כאילו" ווערט דער "נבנה מקדש" בפועל,

בביאת משיח צדקנו,

ושם

("הקריב קרבן" בפועל ויתרה מזה —)

נקריב לפניד כמצות רצונך 64 ,

בבית המקדש השלישי שיבנה במהרה בימינו ממש.

(משיחת י״ג תשרי תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.