א.
שוין גערעדט פיל מאל 1 ,
אז רש״י בפירושו על התורה שטעלט זיך אפ
(און איז מפרש)
יעדער ענין אין וועלכן עס פעלט ביאור לויט פשוטו של מקרא
[און ווי ס׳איז מובן דערפון וואס אין די ערטער וואו רש״י האט ניט קיין הסברה אויף אן ענין אין פשוטו של מקרא,
שרייבט ער "איני יודע" 2
וכיו״ב].
און דערפאר,
בשעת עס איז פאראן אן ענין וואס זעט אויס שווער לויט פשט הכתובים און רש״י באווארנט עס ניט,
מוז מען זאגן איינס פון די צוויי — אדער אז ע״פ פשוטו של מקרא איז דאס מלכתחילה קיין קשיא ניט,
אדער אז דאס איז מוסבר לויט א פריערדיקן פירוש רש״י 3 ?
עפ״ז דארף מען האבן א ביאור בפר־ שתנו,
וואו די תורה 4
דערציילט בפרטיות דעם
(זמן און)
סדר פון הקמת המשכן,
און דערנאך שטייט 5
— "והקרבת את אהרן ואת בניו גו׳ ורחצת אותם במים.
והלבשת את אהרן את בגדי הקודש גו׳ ואת בניו תקריב והלבשת אותם כתנות".
שטעלט זיך גלייך די תמי׳: די בני אהרן האבן דאך געהאט ארבעה בגדי כהונה — כתונת ואבנט ומגבעות ומכנסיים 6
; פארוואס שטייט דא אז משה זאל זיי מלביש זיין בלויז כתנות?
נאכמער: פריער אין פ׳ תצוה,
וואו די תורה 7
דערציילט דעם סדר פון חינוך הכהנים אין די שבעת ימי המילואים,
שטייט בפירוש 8
"ואת בניו תקריב והלבשתם כתנות וחגרת אותם אבנט גו׳ וחבשת להם מגבעות גו׳"; ועד״ז ווייטער אין פ׳ צו 9 ,
וואו עס ווערט דערציילט ווי משה רבינו האט מקיים גע־ ווען דעם ציווי בפועל,
שטייט: "וילבישם כתנות ויחגור אותם אבנט ויחבוש להם מגבעות״ — פארוואס בפרשתנו,
ווען דער אויבערשטער האט אנגעזאגט דעם סדר
(און זמן)
פון הקמת המשכן וחינוך אהרן ובניו — שטייט נאר "והלבשת אותם כתנות"?
דאס איז א שאלה אין פשוטו של מקרא און מען געפינט ניט לכאורה אז רש״י זאל די שאלה באווארענען.
ב.
דער רמב״ן 10
פארענטפערט די שאלה,
אז "קצר בענין לבישת אהרן ובניו 11
שאמר והלבשת את אהרן את בגדי הקודש ובבניו אמר והלבשתם כתנות,
כי כבר אמר צוה 12
ה׳ אותו בפרט בסדר לבישתם,
ולא בא עכשיו אלא לסדר לו שעת הלבישה שתהי׳ אחר הקמת המשכן כולו,
והזכיר כתנות שבהן יתחיל הלבישה".
אבער מען קען ניט זאגן דעם ביאור לויט רש״י,
ווייל:
א)
כשם ווי דער רמב״ן זאגט בפירוש אט דעם ענטפער — האט דאך רש־י
(וועלכער איז מפרש בפרטיות יותר)
זיכער געדארפט דאם זאגן בפירוש,
און ניט פארלאזן זיך אז מען וועט זיך אליין באפן אויף דעם תירוץ.
ב)
ובפרט אז דאם איז ניט קיין גלא־ טער תירוץ לויט פשוטו של מקרא: כשם ווי בנוגע לאהרן זאגט דער פסוק "והלבשת את אהרן את בגדי הקודש",
מיינענדיק דערמיט די אלע שמונה בגדים שלו — האט דער פסוק געקענט זאגן עד״ז ביי די בני אהרן "ואת בניו גו׳ והלבשת אותם את בגדיהם״
(וכיו״ב)
— וואס דאם וועט זיין דער זעלבער 13
״קיצור״ ווי ביים זאגן ״כתנות״ — און וועט אבער כולל זיין אלע ד׳ בגדים שלהם.
ג.
נאכמער: דעם עצם פירוש הרמב״ן,
אז "הזכיר כתנות שבהן יתחיל הלבישה",
קען מען ניט זאגן לויט שיטת רש״י,
ובהקדים:
דאם וואס דער רמב״ן זאגט אז "בהן
(מיט די כתנות)
יתחיל הלבישה"
— אע״פ וואם אײנער פון די ד׳ בגדי כהונה איז מכנסיים,
און בפשטות איז דאך די כתונת פון אויבן און פארדעקט די מכנסיים,
האבן די כהנים צום אלעם ערשטן אנגעטאן די מכנסיים 14
"על בשרו" 15 ,
און ערשט דערנאר אנגעטאן
די כתונת
(איבש־ די מכנסיים)
— איז דאס לשיטתי׳ דוקא:
דא רעדט מען וועגן דעם ציווי צו משהין — "והלבשת גו׳"
(אז משה דארף אנטאן אהרן ובניו זייערע בגדי כהונה),
און בנוגע די מכנסיים האלט דער רמב״ן
(ווי ער זאגט בפירוש אין פ׳ תצוה 16 )
אז משה האט ניט אנגעטאן אהרן ובניו די מכנסיים,
נאר אהרן ובניו האבן זיי אליין אנגעטאן "בהצנע".
[וואס אזוי איז משמע
(לכאורה)
פון פשוטו של מקרא: אין פ׳ תצוה 17 ,
שטייט דער ציווי "ועשה להם מכנסי בד גו׳" ערשט ואכן פסוק 18
"והלבשת אותם את אהרן אחיך ואת בניו אתו",
וואם דער־ פון איז משמע אז די "מכנסי בד" גייען ניט אריין אין דעם ציווי "והלבשת".
נאכמער: סיי אין פ׳ תצוה
(ביים ציווי צו משה׳ן ווי
(און מיט וועלכן סדר)
צו אנטאן אהרן ובניו זייערע בגדים)
און סיי אין פ׳ צו
(וואו די תורה דערציילט ווי משה האט מקיים געווען בפועל דעם ציווי ה׳)
שטייט
(כנ״ל סעיף א)
אז משה האט מלביש געווען די בני אהרן כתנות,
אבנט און מגבעות — אבער די מכנסיים ווערן ניט דערמאנט.
איז דערפון משמע,
אז די מכנסיים האבן די בני אהרן אליין אנגעטאן און עס האט ניט קיין שייכות צו "וילבישם" דורך משה׳ן].
— רש״י אבער בפירושו על התורה,
אויפן פסוק
(אין פ׳ תצוה 18 )
"והלבשת אותם את אהרן אחיך",
זאגט בפירוש:
אותם האמורים באהרן חושן ..
ומכנסיים הכתובים למטה בכולם.
לערנט דאך רש״י אז אויך די לבישת המכנסיים
(של אהרן)
איז געווען דורך משה׳ן דוקא
(וכמובן 19 ,
אז עד״ז איז בנוגע די מכנסיים של בני אהרן) 20 .
קען מען במילא ניט פארענטפערן דעם תירוץ הרמב״ן
(אז "הזכיר כתנות שבהן יתחיל הלבישה״)
לויט רש״י — ווייל לויט רש״י איז התחלת הלבישה
(ע״י משה)
געווען
(ניט מיט די כתונת,
נאר)
מיט די מכנסיים 21 .
ד.
ויש לומר הביאור בזה:
רש״י איז ניט מפרש פארוואס דא ווערן ניט דערמאנט די אנדערע ג׳
בגדים,
נאר בלויז ״כתנות״ — װײל רש״י נעמט אן דעם פירוש הכתוב פשוטו כמשמעו,
אז משה האט טאקע אנגעטאן די בני אהרן כלויז די כתנות און ניט די אנדערע ג׳ בגדים.
און אע״פ וואס אין פ׳ תצוה
(און װײטער אין פ׳ צו)
שטייט בפירוש
(כנ״ל)
אז משה האט זיי אנגעטאן אויך דעם אבנט ומגבעות
(און לויט שיטת רש״י האט ער זיי אויר אנגעטאן די מכנסיים,
כנ״ל)
— איז עם ווייל דארטן רעדט זיר וועגן דעם סדר פון די שבעח ימי המילואים,
וואס דעמאלט האט משה אנגעטאן די בני אהרן אלע ד׳ בגדים: משא״כ בפר־ שתנו רעדט זיר וועגן דעם ציווי וואם משה דארף טאן "ביום החודש הראשון באחד לחודש״ 22
— ראש חודש ניסן — וואס לויט רש"י 23
איז דאס געווען דער שמיני למילואים.
און בשמיני למילואים האט משה אנגעטאן די בני אהרן 24
בלויז די כתנות,
כדלקמן.
— וכפשוט: אוודאי האבן די בני אהרן אויך בשמיני למילואים געטראגן אלע ד׳ בגדים,
און ווי רש״י האט שוין מפרש געווען 25
אז המשמש מחוסר בגדים איז חייב מיתה: דא רעדט זיר אבער
(כנ״ל)
בנוגע דעם ציווי צו משה׳ן — "והלבשת",
וואס משה דארף מלביש זיין די בני אהרן,
ובנוגע דער הלבשה ע״י משה — איז בשמיני למילואים האט ער זיי געדארפט אנטאן בלויז די כתנות,
משא״כ די אנדערע ג׳ בגדים האבן זיי אליין זיר מלביש געווען.
והראי׳ — דער פסוק דערמאנט זיי ניט.
מען דארף אבער פארשטיין — הא גופא טעמא בעי: וואם איז דער חילוק צווישן די שבעת ימי המילואים,
וואט דעמאלט האט משה אנגעטאן די בני אהרן אלע ד׳ בגדים,
און שמיני למילואים ווען "והלבשת אותם
(רק)
כתנות"?
און מען מוז געפינען א הסברה פשוטה עד כדי כך,
ביז אז רש״י דארף עס גארניט אויסטייטשן — מען פארשטייט עם אליין,
פון די כתובים
(ופירושי רש״י)
עצמם.
ה.
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם החילוק וואס מ׳געפינט צווישן שמיני למילואים לגבי די שבעת ימי המילואים שלפנ״ז:
אע״פ אז אויך דער ״ױם השמיני",
יום הקמת המשכן 26 ,
איז אן ענין פון "מילואים"
(ווי רש״י זאגט כמה פעמים 27 ),
וואס מילואים מיינט
(ווי רש״י זאגט אין פ׳ תצוה 28 )
"לשון חינוך הוא"
[און דערפאר געפינט מען
(ווי רש״י זאגט בפרשתנוי 2 )
אז אויך ביום השמיני האט משה רבינו מקריב געווען קרבנות ציבור: ועד״ז געפינט מען כמה שינויים אין דעם סדר העבודה פון יום הקמת המשכן לגבי דעם סדר העבודה הקבוע לדורות 30
(און רש״י באווארנט עס ניט בפירושו)
— ווארום וויבאלד אז אויך יום הקמת המשכן איז אן ענין פון
"מילואים" וחינוך,
פארשטייט מען בפשטות,
אז
(א)
באותו היום האט משה
(נאך אלץ)
געטאן די עבודה
(כשם ווי ער האט געטאן די עבודה אין די שבעת ימי המילואים),
און
(ב)
ס׳איז ניט מוכרח אז דער סדר ביום זה זאל זיין אין דעם זעלבן אופן ווי עם איז דער סדר לדורות],
פונדעסטוועגן,
איז דא א חילוק עיקרי צווישן דעם ענין ה״מילואים" פון די שבעת ימי המילואים,
און פון יום השמיני:
בנוגע די שבעת ימי המילואים האט מען שוין געלערנט אין פ׳ תצוה 31 ,
אז אלע עבודות דארפן געטאן ווערן דורך משה׳ן דוקא,
ווייל
(ווי רש״י איז דארט 32
מפרש)
נאר משה האט דעמאלט גע־ האט דעם דין פון א כהן בשליחותו 33
;
משא״כ בשמיני למילואים איז דאך
(ווי רש״י איז מפרש בהמשך הכתובים דא 4נ )
״הושוו כולם לכהונה״ — אהרן ובניו האבן שוין געהאט א דין פון כהנים כשלימות
(הושוו),
וואם דערפאר געפינט מען אז אהרן האט מקריב געווען כמה קרבנות בו ביום 35 ,
ועד״ז האבן די בני אהרן געטאן בשמיני למילואים כמה עבודות
(ווי דערציילט אין פ׳ שמיני 36 ).
וואס דערפון איז פארשטאנדיק,
אז די מילואים בשבעה ימים און בשמיני זײנען צוויי סוגים אין ענין החינוך.
ו.
וי״ל די הסברה בזה:
אין ענין ה״חינוך",
מלשון רגילות 37
זיינען פאראן צוויי אופנים:
א)
חינוך — וואס מ׳איז מרגיל אין א זאך איידער מ׳ורערט אין דעם מחוייב
(ע״ד חינוך קטו),
וואם דע ר חינוך איז בלויז א הכנה והכשר צו דעם שפעטער־ דיקן טאו.
ב)
חינוך לשון התחלה 38
— מען הויבט אן טאן א זאך
(בתור חיוב)
צו?
ערשטן מאל ווערט עם אנגערופן בשם "חינוך"
(ע״ד דעם ענין פון "חנוכת המזבח״ 39 ).
ועד״ז איז בנוגע דער כהונה פון אהרן ובניו:
בשבעת ימי המילואים איז ביי זיי גע־ ווען דער ענין פון חינוך וואס קומט איידער מ׳ווערט
(בלשון רש״י 18 )
"מוחזק בו"
(אין ענין הכהונה) 40 ,
מ׳דארף זיי ערשט מאכן פאר כהנים;
משא״כ בשמיני למילואים זיינען זיי שוין געווען
(געווארן)
כהנים
(דורך די שבעת ימים שלפנ״ז),
און דער ענין החינוך ביום זה איז — התחלת העבודה* 40
(של כהונה).
[ועד״ז געפינט מען אויך בנוגע דעם
משכן עצמו: כאטש אויך בשבעת ימי המילואים האט מען מעמיד געווען דעם משכן
(בכל יום ויום) 41 ,
איז עם בלויז געווען אן ענין עראי
(מ׳האט אים בו ביום מפרק געווען 41 )
: די מטרה דער־ פון איז געווען בלויז
(עכ״פ — בעיקר)
אן ענין פון חינוך והכשר צו דער שפעטערדיקער הקמה 42 .
און דערפאר איז אין די שבעת ימי המילואים "לא שרתה בו שכינה״ 43
— ווייל אין די שבעת ימים איז נאך ניט געווען די מציאות פון א משכן
(בשלימות)
; זיין מציאות איז געווען
(בעיקר)
א טייל פון חינוך אהרן ובניו 42 .
משא״כ שמיני למילואים איז "יום הקמת המשכן״ — ס׳איז דא דער משכן,
און דער ענין החינוך
(מילואים)
ביום זה איז
(ניט א הכשר צו א שפעטערדיק! ענין,
נאר)
— א התחלה בפועל].
ז.
עפ״ז איז מובן בפשטות דער חילוק צווישן די שבעת ימי המילואים און שמיני למילואים בנוגע דער הלבשת בגדי בני אהרן:
די פעולה פון חינוך אויף אויפמאכן אהרן ובניו פאר כהנים קען געטאן ווערן בלויז דורך משה אליין,
ווי דער פסוק 44
איז מדייק "ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך ואת בניו אתו מתוך בני ישראל לכהנו לי",
אז בכדי צו ארוים־ נעמען אהרן ובניו "מתוך בני ישראל" און זײ אויפהויבן צו ווערן כהנים
(״לכהנו לי״)
מוז זיין "ואתה הקרב אליך״ — משה רבינו איז זיי מקרב אויף צו ווערן כהנים.
וואס דערפאר זיינען אלג! פעולות של חינוך פון די שבעת ימי המילואים גע־ טאן געווארן דורך משה דוקא,
ביז אז אפילו די טבילה של אהרן ובניו איז גע־ ווען דורך אים,
כמש"נ 45
"ורחצת אותם במים״ — ווייל איידער אהרן ובניו ווערן כהנים איז ניט שייך אז זיי זאלן אליין קענען טאו בנוגע זייער כהונה
(צו ווערן כהנים)
[און דאם איז אויר דער הכרח בפשוטו של מקרא צו לערנען אז משה רבינו האט אנגעטאן אהרן ובניו אויר די מכנסיים — אע״פ אז אין פסוק ווערט עס ניט דערמאנט
(כנ״ל סעיף ג)
— ווארום וויבאלד די מכנסיים גייען אריין אין די ח׳
(ד׳) 46
בגדי כהונה,
איז אויך די לבישה אן ענין פון
(בל׳ רש"י 18 )
"מילוי ידים ..
חינוך" אויף ענין הכהונה,
ובמילא מוז עם געטאן ווערן דורך משה׳ו דוקא 47 ].
משא״כ בשמיני למילואים,
ווען די בני אהרן זײנען שוין גערוען כהנים,
איז שוין ניט מוכרח אז די לבישת הבגדים זאל זיין דורך משה׳ן — זיי קענען אליין אנטאן די בגדים
(פונקט ווי זיי האבן גע־ טאן עבודה באותו היום).
און דאס וואס
(א חלק פון)
דער הלבשה איז בפועל געווען על ידי משה,
איז מצד דעם,
וואס זייענדיק דער טאג פון חינוך והתחלת העבודה של כהונה
— ״וכהן לי ..
וכהנו לי" 48
(שירות הכהונה כפועל 49 )
— און עבודת הכהונה איז פארבונדן מיט די בגדי כהונה 50 ,
דעריבער איז די ערשטע הלבשה לשם עבודה געווען דורך משה.
און דערפאר איז קיין קשיא ניט וואס משה האט אנגעטאן די בני אהרן בלויז די כתנות
(און מט די אנדערע בגדים)
— ווייל אין דער הלבשה איז ניט מוכרח אז משה זאל אנטאן אלע בגדי כהונה שלהם,
ס׳איז גענוג וואס ער טוט זיי אן א בגד
(כהונה)
עיקרי שלהם — די כתונת 51 .
ואולי י״ל שהכתונת העיקר שבכולם: די מכנסיים זיינען בלויז "לכסות בשר ערוה" 51
; דער אבנט איז א טפל צו דער כתונת; און די מגבעות זיינען א לבוש בלויז אויפן ראש — משא״כ די כתונת איז אן עיקר לבוש און א לבוש וועל־ כער איז מלביש דעם גאנצן גוף 53 .
ח.
עס פאדערט זיך אבער נאך ביאור: וואם איז דער חילוק צווישן אהרן און בניו,
וואס די בני אהרן האט
משה אנגעטאן נאר די כתנות,
משא״כ אהרן׳ען האט ער געדארפט אנטאן
(אויך בשמיני למילואים)
אלע "בגדי קודש" 56 ?
ולכאורה,
איפכא מסתברא: אויב די בני אהרן האבן געקענט אליין אנטאן זייערע בגדים
(לבד הכתונת),
עאכו״כ אז אהרן האט געקענט אליין אנטאן זײנע ,
בגדי קודש* 55
!
וי״ל דעם ביאור בזה: בנוגע עבודת אהרן בשמיני למילואים זאגט רש״י
(בפ׳ שמיני 56 )
אז "קרבנותיו ועבודתו• האבן
אויפגעטאן דעם "תשרה שכינה בכם".
קומט אויס,
אז דאם איז ניט סתם אן עבודה במשכן,
נאר אן עבודה וואם האט אויפגעמאכט די שלימות המציאות פון ״משכן*
(— "ושכנתי בתוכם 57 ).
און דעריבער האט די גאנצע הכנה צו דער עבודה — די הלבשה פון אלע ״בגדי קודש״ שלו — געדארפט זײן דורך משה׳ן,
וואס דוקא דורך משה׳ן ווערט אויפגעמאכט דער משכן 58 .
ומשיחות ש"פ פקודי תשמ״א,
ש"פ תשא תשמ״ה)