א.
אין דעם פירוש הפסוק 1
"אלה פקודי המשכן גו׳ אשר פוקד על פי משה עבודת הלוים ביד איתמר גו'" איז פא־ ראן א פלוגתא אין מפרשים 2
:
א)
איין פירוש איז,
אז ,
אלה פקודי המשכן" באציט זיך אויף דער מעשה המשכן וואס שטייט אין דער פריער־ דיקער סדרה
(אין פ׳ ויקהל),
וואו עס ווערט דערציילט בפרטיות וועגן עשיית המשכן וכליו.
און לפ״ז איז דער טייטש פון " פקודי
(המשכן גו׳ עבודת הלוים גו׳)
",
פון ל׳ מינוי ותפקיד,
אז דער משכן וכליו זיינען די "פקודי עבודת הלוים שפקדם משה ביד איתמר” 3
(און ווי דערציילט אין חומש במדבר 4
אז די לוים זיינען נתמנה געווארן אויף צו טראגן דעם משכן וכליו).
ב)
"אלה פקודי המשכן גו" מיינט דעם חשבון פונעם זהב כסף ונחושת פון נדבת המשכן וואס ווערט
(ווייטער)
אויסגערעכנט אין אונזער סדרה.
ולפ״ז איז ״פקודי״ מל׳ מנין וחשבון — און דער פירוש פון "עבודת הלוים ביד איתמר" איז 5 ,
אז איתמר איז געווען דער
ממונה
(וגבאי)
אויף דעם זהב כסף ונחושת
(מיט דעם הילף פון די לוים 6 ).
געפינט מען א דבר פלא אין פירוש רש״י אויף דעם פסוק,
וואו זיין פירוש אויפן ערשטן טייל פסוק איז לכאורה בסתירה צו זיין פירוש אויפן צווייטן טייל פסוק:
"אלה פקודי" טייטשט רש״י "בפרשה זו נמנו כל משקלי נדבת המשכן כו'",
ד.
ה.
דער פשט פון "פקודי המשכן" איז — דער חשבון פון נדבת המשכן,
ובמילא באציט זיך דאס
(ניט צו פ׳ ויקהל,
נאר)
צו דעם וואס קומט וויי־ טער "בפרשה זו ";
אבער אויף "עבודת הלוים" איז רש״י מפרש: "פקודי המשכן וכליו היא 7
עבודה המסורה ללוים במדבר לשאת ולהוריד ולהקים איש איש למשאו המופקד עליו כמו שאמור בפ׳ נשא״ 8
-
והיינו,
אז "פקודי המשכן
(וכליו)
" מיינט 9
( ניט דעם ווייטערדיקן חשבון פון נדבת המשכן כו',
נאר)
דעם מינוי אויפן משכן,
"לשאת ולהוריד ולהקים כו׳" 10
!
ב.
לכאורה קען מען דאס פארענט־ פערן לויטן סיום פון פרש״י אויף "אלה פקודי״ — "
(נמנו כל משקלי נדבת המשכן כו')
ונמנו כל כליו לכל עבודתו ",
ד.
ה.
אז מיט "פקודי המשכן" ווערט געמיינט ניט נאר דער חשבון פון נדבת המשכן,
נאר אויך דער מנין פון "כל כליו לכל עבודתו"
(וועלכע ווערן אויסגערעכנט ווייטער אין דער סדרה"
(נאכן סיפור וועגן עשיית בגדי כהונה)
ביי "ויביאו את המשכן אל משה").
ועפ״ז איז פארשטאנדיק דער קישור הענין פון "פקודי המשכן" מיט "עבודת הלוים״ בהמשך הפסוק — ווייל דער ענין אין "פקודי המשכן"
(דער מנין הכלים לכל עבודתו)
איז פארבונדן מיט עבודת הלוים "לשאת ולהוריד ולהקים" 12 ,
ווי עס שטייט אין פרשת
נשא 13
"ובשמות תפקדו את כלי משמרת משאם"
(און ווי פארשטאנדיק בפשטות,
אז דער מינוי אויף משא המשכן איז כולל דעם תפקיד צו האלטן א חשבון פון אלע כלי המשכן און אכטונג געבן אז זיי זאלן אלע זיין גאנץ א.
ז.
וו.).
עס בלייבט אבער ניט מובן: וואס איז מכריח רש״י צו זאגן אז "פקודי המשכן" איז כולל צוויי סוגי מנין 14
און מיינט
(ניט נאר דעם חשבון פון נדבת המשכן,
נאר)
אויך דעם מנין פון "כל כליו לכל עבודתו"
(ובמילא צו טייטשן אז "עבודת הלוים" איז ווי דער ענין איז בשייכות מיטן מינוי אויף כלי המשכן 15
"לשאת ולהוריד ולהקים כו׳")?
ואדרבה: לכאורה איז דאס א פירוש דחוק,
ווארום די תורה איז מפסיק צווישן די צוויי מנינים מיטן סיפור פון עשיית בגדי כהונה — איז שווער צו זאגן אז " אלה פקודי המשכן" באציט זיך
(אויך)
צו אן ענין אין דער פרשה שלאחרי אחרי׳.
וויבאלד רש״י טייטשט "פקודי" מל׳ מנין,
האט ער געדארפט לערנען כפירוש המפרשים
(הנ״ל),
אז "עבודת הלוים ביד איתמר״ מיינט — אז דער מנין פון נדבת המשכו האט משה איבערגעגעבן צו די לוים ביד איתמר.
ג.
נוסף אויף דער שאלה בסיום לשון רש"י "ונמנו כל כליו לכל עבודתו" — דארף מען אויך פארשטיין התחלת לשון רש"י,
"בפרשה זו נמנו כל משקלי נדבת המשכן לכסף ולזהב ולנחושת".
דער תוכן פון דעם פירוש שטייס אויר אין רשב״ם,
אבער דארט שטייט עס בקיצור : אלה פקודי — חשבון הכסף והזהב והנחושת.
רש"י איז אבער מאריך בלשונו:
א)
,
בפרשה זו נמנו כו'" — ווען רש״י זאגט ,
מנין משקלי נדבת המשכן כו׳",
פארשטייט מען שוין אז "אלה פקודי" באציט זיר
[ ניט צו פ׳ ויקהל — וואו ס׳איז ניטא קיין חשבון פון נדבת המשכן — נאר]
צו "פרשה זו".
צוליב וואס די הדגשה "בפרשה זו"?
מפרשים 16
זיינען מבאר,
אז וויבאלד ס׳איז דא א הפסק פון עטלעכע פסוקים ביז די תורה הויבט אן דעם חשבון 17 ,
דעריבער מוז רש״י באווארענען אז אעפ"כ פאסט דער לשון " אלה פקודי המשכן",
וויבאלד דער חשבון שטייט "בפרשה זו".
מען דארף אבער פארשטיין: רש״י האט געדארפט זאגן: ,
אלה פקודי — מנין משקלי נדבת המשכן כו׳ האמור בפרשה"
(וכיו״ב)
[ד.
ה.
פריער אפ־ טייטשן ,
אלה פקודי"
("מנין משקלי כו'")
און דערנאך צוגעבן וואו דאס ווערט געזאגט
("בפרשה זו")]
— ע"ד פרש"י אין ר"פ תולדות: ואלה תולדות יצחק — יעקב ועשו האמורים בפרשה; פארוואס הויבט רש"י אן "בפרשה זו נמנו כו׳"?
ב)
"נמנו כל משקלי נדבת המשכן" — למאי נפק"מ הדגשה זו?
נאכמער: מען געפינט א חילוק צווישן תרגום אונקלוס און תרגום יונתן: אין אונקלוס שטייט "אלין מניני משכנא",
אבער אין תרגום יונתן זאגט ער "אלין מנייני מתקלון וסכומהון דמשכנא".
זעט מען אז אונקלוס
(וואס איז נעענטער צו פשוטו של מקרא,
כידוע — היינו לשיטת רש"י)
זאגט נאר דעם לשון מנין,
און רש"י קלייבט אויס
(ע"ד)
דעם לשון פון יונתן 18
און איז מוסיף "משקלי",
ולאידך: ער איז משמיט דעם ווארט "וסכומהון" 19
!
ד.
ויש לומר הביאור בזה:
בפירושו
(אויף "אלה פקודי")
קומט רש"י באווארענען א שאלה פשוטה 20
: דער לשון "אלה" ווייזט אויף א התחלת ענין,
און נאכמער
(ווי רש"י ברענגט אין ר"פ משפטים)
— " כל מקנם " שנאמר אלה פסל את הראשונים".
איז ניט פארשטאנדיק: אפילו ווען מ׳זאל טייטשן אז "אלה פקודי המשכן" באציט זיך
(ניט צו דער פריערדיקער סדרה,
נאר)
צו דעם חשבון הנדבות וואס שטייט ווייטער אין דער סדרה,
איז עס דאך פארט א המשך און אויספיר
(היפך פון פסל )
פון דער פריערדיקער סדרה — אז נאך דעם ווי עס ווערט דערציילט ווי אידן האבן מנדב געווען צו מלאכת המשכן און מ׳האט גענוצט זייערע נדבות אויף עשיית המשכן — האט משה רבינו אפגעגעבן א חשבון צו די אידן 22
וויפל די נדבות האבן בא־ טראפן און ווי זיי זיינען אויסגענוצט גע־ ווארן.
שטעלט זיך די שאלה: פארוואס שטייט דא דער לשון "אלה"
(וואס " פסל את הראשונים" 23 )
און ניט "ואלה"?
און די שאלה באווארנט רש״י דורך דער הוספה אז "פקודי המשכן" באציט זיך
(ניט נאר צו דעם חשבון פון די נדבות 24 ,
נאר)
אויך צו מנין "כל כליו לכל עבודתו" — וואס דערמיט ווערט מבואר ווי " בפרשה זו " הויבט זיך אן א נייער עניי בשייכות צום משכן.
כדלקמן.
ה.
בהשקפה ראשונה זעט אויס 25 ,
אז מיט זיין פירוש "בפרשה זו נמנו כל משקלי כו" מיינט רש"י צו טייטשן דעם ווארט "פקודי"
(ניט אלס לשון מינוי 26 ,
נאר)
אלס לשון מנין וחשבון.
איז דאס אבער רש"י אליין שולל על ידי המשך פירושו "ונמנו כל כליו כו'": ווען ״פקודי" איז ל׳ מנין — איז זיין בא־ דייט 27
(ניט "ציילונגען",
פעולת המנין,
נאר)
די סר־הכל׳דיקע צאלן ,
דער בא־ שטימטער סכום פונעם מנין — ווי ס׳איז מוכח אין אנהויב פ׳ תשא "כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם ",
וואו רש״י טייטשט "כשתחפוץ לקבל סכום מנינם לדעת כמה הם" — און דער באדייט פון "פקודי" פאסט ניט אויף מנין "כל כליו לכל עבודתו",
היות אז ביי די כלים האט די תורה ניט אנגעגעבן דעם סכום ומספר הכלים,
נאר דער פסוק איז בלויז מונה
("מנין"),
ציילט און באשרייבט די כלים.
און וויבאלד רש״י זאגט אז "אלה פקודי" איז בשייכות מיט די ביידע ״מנינים״ — סיי מנין נדבת המשכן און סיי מנין הכלים — מאכט ער דערמיט קלאר: ערשטנס,
אז "פקודי" ווערט דא געטייטשט מל׳ מינוי ותפקיד,
און
(ב)
אז אויך דער מנין פון "כל משקלי נדבת המשכן"
(פונקט ווי מנין הכלים)
מיינט ניט אז ער האט אפגעגעבן א חשבון צו אידן פונעם סד־הכל׳דיקן סכום פון די נדבות
(און ווי מ׳האט זיי אויסגענוצט)
בכדי צו באווארענען זיך פון חשד וכיו״ב 22 ,
נאר בלויז וואס ער איז מונה והולך,
ער רעכנט אויס די "משקלי נד־
בת המשכן"
(ע״ד מנין "כל כליו לכל עבודתו").
[ומהאי טעמא איז רש״י מדייק בלשונו "נמנו כל משקלי נדבת המשכן"
(און ניט א לשון "סכום" וכדומה)
: דערמיט וויל רש״י נאכמער קלאר מאכן אז דא רעדט זיך ניט וועגן געבן א סך־הכל פון " סכום מנינם "
("סכומהון"),
נאר די תורה רעכנט בלויז אויס די משקלים 28
פון די נדבות "לכסף ולזהב ולנחושת" 29 ].
און דער צוועק פון דעם מנין איז ע״ד ווי דער מנין הכלים לכל עבודתו —
והיינו אז ביידע "מנינים" זיינען פאר־ בונדן מיט "פקודי",
מיטן תפקיד הממונה:
פונקט ווי דער מנין הכלים איז גע־ ווען בשייכות מיט דעם וואס די אידן האבן געבראכט דעם משכן וכל כליו צו משה׳ן ער זאל זען און קובע זיין אז זיי זיינען געמאכט געווארן כדבעי וכו׳
(און ווי דער פסוק 30
איז דארט מסיים "וירא משה את כל המלאכה והנה עשו אותה כאשר צוה ה׳״)
— און דערפאר ווערן אויסגערעכנט בפרטיות אלע כלים,
ווי ס׳איז דער סדר ווען דער ממונה דארף באשטעטיקן אז אלע כלים ופרטים זיינען וויפל מ׳דארף ובשלימותם —
עד״ז איז דער תוכן פון אויסרעכע־ נען די משקלי נדבת המשכן,
אז משה,
זייענדיק דער ממונה און "בעה״ב" פון משכן 31 ,
האט געהאלטן "חשבון" פון די משקלי נדבת המשכן 32 .
ו.
און דאס איז דער חידוש "בפרשה זו" לגבי פרשת ויקהל:
אין פרשת ויקהל איז דער גאנצער תוכן הדברים וועגן די הכנות צו עשיית המשכן און וועגן דער עשי ׳ גופא — פריער וועגן נדבת המשכן און דערנאך ווי אזוי בצלאל ואהליאב כו׳ האבן גע־ מאכט דעם משכן וכליו.
אבער אין אונזער פרשה רעדט זיך וועגן ״ פקודי המשכן״ — וועגן די מי־
נויים און תפקידים פון די וועלכע זיי־ נען ממונים אויפן משכן.
וואו זעט מען "בפרשה זו" אן ענין פון "מינוי" אויפן משכן?
זאגט רש״י "בפרשה זו נמנו כל משקלי נדבת המשכן כו׳ ונמנו כל כליו לכל עבודתו",
וואס דאס איז דער תפקיד פון א ממונה צו האלטן חשבון פון אלע פרטים 33 .
און כדי צו נאכמער קלאר מאכן דעם חידוש פון "פרשה זו",
אז דא רעדט זיך וועגן די "מינויים" אויפן משכן,
איז דער פסוק ממשיך "
(אשר פוקד על פי גו׳)
עבודת הלוים ביד איתמר גו׳",
און ווי רש״י איז דערויף מפרש "פקודי המשכן וכליו היא עבודה המסורה ללוים במדבר לשאת וכו׳": רש״י איז דערמיט מפרש דעם המשך הכתוב,
אז אט דער ענין פון "פקודי המשכן"
(דער ענין המינוי אויף עניני המשכן)
— וואס בעת עשיית המשכן איז "פוקד על פי משה" — איז
( לאחרי הקמת המשכן)
די עבודה איבערגעגעבן געווארן צו די לוים 34
,
כמסופר אין פ׳ נשא 35
בארוכה,
אז די לוים זיינען ממונה אויף עניני המשכן.
ז.
לויט דעם ביאור ווערן פארענט־ פערט נאך תמיהות בפרשה זו:
בנוגע דעם חשבון פון די נדבות המשכן פון אונזער סדרה איז פאראן א שקו״ט בכו"כ מפרשים 36 ,
דלכאורה:
א)
די תורה דערציילט נאר וואס מ׳האט געטאן מיטן כסף ונחושת אבער ניט וואס מ׳האט געטאן מיטן זהב
(עם שטייט נאר וויפל זהב עם איז געווען) 37 .
ב)
אפילו בנוגע צו כסף איז דער חשבון געווען נאר פון "כסף פקודי העדה",
וואס יעדערער האט געמוזט געבן "מחצית השקל"
(תרומת האדנים)
— ס׳איז אבער ניטא קיין חשבון וויפל כסף ס׳איז אריינגעקומען אלס נדבת המשכן
(וכמפורש בפרש״י 38 ,
אז פון דעם כללות הכסף וואס מ׳האט געגעבן בנדבה האט מען געמאכט כללות הכלי שרת).
ג)
חוץ די נדבות פון זהב כסף ונחושת זיינען געווען נאך צען מינים 39
וועלכע מ׳האט מנדב געווען לתרומת המשכן,
כמפורש בקרא — און מען געפינט ניט אין פסוק,
אז משה האט געגעבן א חשבון פון יענע נדבות 40 ?
ד)
אין פסוק 41
שטייט אז מ׳האט גע־ בראכט נדבות למשכן ביז ס׳איז געווען ״ והותר ״ — מ׳האט געבראכט מער וויפל
מ׳האט געדארפט: און עס איז ניט גע־ מאכט געווארן א חשבון פון דעם "הותר"?
בנוגע די לעצטע דריי שאלות לערנט מען 42 ,
אז משה האט געגעבן א חשבון נאר פון די זאכן וואס האבן געהאט א גאר גרויסע חשיבות,
אבער ניט פון די וועלכע זיינען ניט געווען אזוי טייער און חשוב"
(ועד״ז איז דער סכום הכסף פון נדבת המשכן ניט געווען קיין גרוי־ סער; און דער "והותר" איז ניט געווען קיין "דבר חשוב" 43 ).
אבער דאס איז ניט קיין תירוץ מספיק: אויב דער טעם אויף "נמנו כל משקלי כו'" איז ווייל א גבאי צדקה דארף אפגעבן א חשבון פון די כספי צדקה כדי צו פארהיטן פון חשד כו׳“ — דארף עס זיין סיי ווען עס האנדלט זיך וועגן א גרויסן אדער ניט א גרויסן סכום: מצד "והייתם נקיים מה׳ ומישראל" דארף מען אפגעבן א פולן און פרטיות׳דיקן חשבון,
עכ״פ — ביז צו איין שקל 44 .
און וויבאלד אזוי איז קשה: ווי קומט עס אז רש״י פארענטפערט ניט די שאלות הנ״ל — די שאלות זיינען אין פשוטו של מקרא,
און ווי מ׳זעט טאקע אז כמה מפרשים פארענטפערן זיי און בכמה תירוצים
(כל אחד לפי דרכו).
אבער ע"פ הנ"ל בפרש״י איז קושיא מעיקרא ליתא 45
: מיט די מנינים וואס שטייען בפרשה זו איז די תורה ניט אויסן צו זאגן אז משה האט אפגעגעבן א פרטית׳דיקן חשבון פון אלע נדבות
המשכן,
נאר אז דאס זיינען מנינים וואס משה,
אלס ממונה אויפן משכן,
האט דורכגעפירט בכדי צו האלטן חשבון פון די נדבות: און אויף צו לאזן וויסן דעם ענין איז גענוג א ביישפיל,
דער מנין פון די עיקר׳דיקע נדבות,
"לכסף ולזהב ול־ נחושת" 46 .
און דערפאר איז אויך קיין קשיא ניט וואס ער האט ניט אפגעגעבן קיין חשבון מפורט וואס מ׳האט געטאן מיטן זהב — ווייל די כוונה איז דא ניט דער חשבון וואס מ׳האט געטאן מיט די נדבות און ווי מ׳האט זיי אויסגענוצט,
בכדי להוציא עצמו מן החשד
(דאס וואס די תורה איז מפרט אויף וואס מ׳האט גענוצט די נדבות קומט נאר בדרך אגב)
— נאר,
ווי רש״י איז מדייק בלשונו "נמנו כל משקלי נדבת המשכן",
אז דער מנין המשקלים שטייט בפרשה זו
("אלה פקודי")
— ווייל אין דעם באשטייט דער תפקיד הממונה —
און דערפאר איז ניטא קיין הכרח ובמילא מיידט מען אויס אויסרעכענען דעם ריבוי הפרטים 47
וואס מ׳האט גע־ טאן מיטן זהב — אפילו ניט בדרך אגב,
ווי ביי די אנדערע נדבות.
ח.
פון יינה של תורה בפירוש רש"י:
ווי דערמאנט פריער דיוק לשון רש"י ״נמנו כל משקלי נדבת המשכן" — אז משה האט דא מונה געווען דעם "משקל".
דא איז ניט נוגע די שוויות וכו׳ פון דעם זהב כסף ונחושת,
נאר בלויז דער משקל .
דער חילוק צווישן משקל און שוויות איז: משקל איז נאר דער חומר הדבר וכמותו; משא״כ די שוויות פון א זאך איז פארבונדן מיט איר חשיבות,
איר איכות,
איר צורה .
דוגמתם אין עבודת האדם,
וואס א איד מאכט א משכן לו ית׳,
דורך דעם וואס ער איז מקיים מצוות,
טוט אין ענינים פון אידישקייט בכלל,
זיינען פא־ ראן די צוויי ענינים 48
: די עצם עשי׳ — דער "משקל",
און די כוונת המצוה — די "שוויות" פון דער עשי׳,
איר תוכן וצורה.
קען מען מיינען,
אז בשעת א איד "גיט" אפ צום אויבערשטן נאר אן עשי׳ גשמית אן קיינע כוונות — ווי פאסט צו זאגן אז דערמיט קען מען אויפבויען א משכן לו ית׳?
אויף דעם באווארנט מען,
אז די משקלי נדבת המשכן זיינען "פוקד על
פי משה" : משה רבינו "לייגט זיר אריין" און איז "פוקד" אויך די "משקלות" וואס אידן גיבן,
וואס דאס גופא מאכט זיי ראוי צו ווערן א
(חלק פון דעם)
משכן לו ית׳.
ביז אז די מטבע וואס אידן גיבן דער־ ביי ווערט 49
א ״מטבע של אש״ 50
— דורכגענומען מיט אש הנשמה״ — וואס עי״ז בויט מען אויף דעם משכן
(פרטי)
בשלימותו,
ועי״ז — איז מען מקדים און זוכה צו דעם בנין ביהמ״ק הכללי — השלישי,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ פקודי תשכ״ה)