B"H
🏡

Ikar

ויקהל ב

א.

אין פסוק וואו ס׳שטייט דער ציווי ה׳ 1

(וואָס משה האָט איבערגעגעבן)

צו אידן: „קחו מאתכם תרומה לה׳ כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה׳" — פרעגן מפרשים 2 ,

אַז לכאורה איז דאָ אַ סתירה אין פסוק מרישא לסיפא: פון תחלת הלשון „קחו מאתכם תרומה לה׳" איז משמע אַז די תרומה זאָל מען ביי זיי נעמען ,

והיינו אפילו בע"כ,

און פון לשון „כל נדיב לבו יביאה" איז משמע אַז יעדער איד זאָל עס ברענגען מעצמו בנדיבת לבו.

און מ׳איז מבאר 3

אַז דער פסוק רעדט וועגן צוויי סוגי נתינה 4

: בתחלת הכתוב „קחו מאתכם תרומה לה׳" רעדט זיך וועגן דער תרומה פון בקע לגולגולת וואָס אָט די תרומה איז געווען אַ חובה על כאו"א און מ׳האָט זיי געדאַרפט אויפמאָנען באַ יעדן איינעם; און דער המשך הכתוב „כל נדיב לבו יביאה" רעדט וועגן דער תרומה וואָס יעדערער בריינגט בנדבת לבו,

ניט וואַרטענדיק אַז מ׳זאָל ביי אים מאָנען און נעמען ביי אים די תרומה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: דער פסוק דידן רעדט זיך שוין וועגן דעם ציווי ה׳ ווי משה האָט אים איבערגעגעבן צו אידן — ווי קומט עס,

אַז פריער ,

אינעם ציווי ה׳ עצמו

(וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו משה׳ן)

בתחלת פרשת תרומה 5

שטייט בלויז

„דבר אל בני ישראל ויקחו לי תרומה מאת כל איש אשר ידבנו לבו תקחו את תרומתי וזאת התרומה אשר תקחו מאתם",

און ס׳ווערט דאָרט ניט דערמאָנט דער ענין פון „כל נדיב לבו יביאה "?

און אע"פ אַז אין די פסוקים פונעם ציווי דאָרטן זיינען „ג׳ תרומות אמורות" 6 ,

ניט נאָר די צוויי תרומות וועלכע באים בחובה

(„תרומת בקע לגולגולת שנעשו מהם האדנים" 6

און „תרומת מזבח בקע לגולגולת לקופות לקנות מהן קרבנות צבור" 7 ),

נאָר אויך 8

„תרומת המשכן נדבת כל אחד וא׳" פאַר די צרכי המשכן 6 ,

פונדעסטוועגן — איז ביי דער תרומה אין פסוק ניט מפורש אַז יעדער איינער זאָל דאָס ברענגען בנדבת לבו

(ווי אין פסוק דאָ),

נאָר דאָס שטייט בלשון „מאת כל איש אשר ידבנו לבו 9

תקחו את תרומתי",

מ׳זאָל זי נעמען 10 .

ב.

לכאורה יש לומר אַז דאָס איז תלוי אין נאָך אַ שינוי צווישן די פסוקים

(בר"פ תרומה)

ביים ציווי ה׳ למשה,

און די פסוקים

(שבפרשתנו)

בציווי משה לבנ"י:

בר"פ תרומה שטייט אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט „דבר אל בני ישראל",

בפרשתנו אָבער שטייט „ויקהל משה את כל עדת בני ישראל",

וואָס די הקהלה און דער דיבור „אל כל עדת בני ישראל" איז געווען ניט נאָר אויף צו איבערגעבן די אזהרת שבת און „לומר" אַז מלאכת המשכן את ניט דוחה שבת 11 ,

נאָר אויך בכדי צו איבערגעבן וועגן מלאכת המשכן 12 ,

און ווי ס׳איז מפורש אין פסוק

(ניט בלויז בתחלת הפרשה,

נאָר אויך באַזונדער ביים אָנזאָג אויף מלאכת המשכן)

„ויאמר משה אל כל עדת בני ישראל " 13 .

והחילוק ביניהם יש לומר: אין דעם לשון „דבר אל בנ"י"

(און ניט ע"ד ווי אויך בר"פ קדושים וואו דער ציווי ה׳ איז געווען „דבר אל כל עדת בנ"י" 14 )

איז ניט מודגש אַז ס׳איז אַ ציווי לכל בני ישראל,

ובפשטות דאַרף מען לערנען 15 ,

אַז דאָס איז געווען דער ציווי אַז די גזברים זאָלן נעמען 16

די אַלע דריי תרומות מאת בני ישראל,

משא"כ ווען משה האָט איבערגעגעבן דעם ציווי „אל

כל עדת בני ישראל",

און רעדנדיק צו אַלע אידן 17

(ניט נאָר אַז מ׳זאָל אויסקלייבן גזברים אויף נעמען די תרומה)

האָט ער אין דעם ציווי אויסגעשטעלט ווי אַזוי דער אופן התרומה דאַרף זיין — אויך 18

ובעיקר ווי ס׳איז בשייכות צו אידן „כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה׳".

ס׳איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: עס איז מובן בפשטות,

אַז ביים איבערגעבן דעם ציווי ה׳ אל בני ישראל האָט משה ניט צוגעגעבן אינעם דיבור ה׳ עפּעס וואָס דער אויבערשטער האָט אים ניט אָנגעזאָגט — משה האָט זיכער גאָרניט געזאָגט על דעת עצמו — איז פאַרוואָס שטייט ניט דער פרט הנ"ל

(כל נדיב לבו יביאה)

בציווי ה׳ אל משה?

און אע"פ אַז מען געפינט בכ"מ 19

אַז משה האָט אָנגעזאָגט אידן כמה פרטים וועלכע די תורה את ניט מפרט אין דעם ציווי וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו משה׳ן,

והטעם: וויבאַלד ס׳איז אַ דבר ברור אַז משה האָט ניט אָנגעזאָגט עפּעס על דעת עצמו,

איז פשוט ומובן מעצמו אַז קיין איינער פון די אַלע פרטי הדיבורים וואָס שטייען בציווי משה אל בני ישראל האָט ניט געפעלט אין דעם אויבערשטנס אָנזאָג צו משה׳ן,

נאָר אין דער תורה שטייען ניט אַלע במפורש אויך אין דעם ציווי ה׳ למשה

אָבער נוסף לזה,

וואָס הא גופא טעמא בעי אויך בכל מקום — איז נדו"ד ניט בדומה צו די אַנדערע פאַלן בכ"מ.

וואָרום אפילו ווען מ׳זאָל לערנען,

אַז דאָס וואָס די תורה דערמאָנט ניט בכלל דעם ציווי ה׳ למשה,

אָדער זאָגט דאָס באופן כללי ובקיצור,

איז דאָס דערפאַר ווייל די תורה פאַרלאָזט זיך אויף די פרטי הדיבורים אין דעם ציווי פון משה לבני ישראל,

און מען וועט פאַרשטיין אַז דאָס אַלץ איז געווען בדיבור ה׳ אל משה —

בנדו"ד איז אָבער אַזוי שווער צו זאָגן: דאָ איז דאָך דער ציווי ה׳ מפורש ומפורט אין תורה בפרטיות ובפרטי פרטיות 20 ,

סיי כללות מלאכת המשכן,

און סיי דער ציווי אויף תרומת המשכן,

ואעפ"כ איז דאָ ניט מפורש דער פרט פון „כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה׳"!

ג.

וי"ל דעם ביאור בזה: ענינו של המשכן איז אַ כפרה אויף חטא העגל,

ווי רש"י זאָגט 21

דעם טעם וואָס ער ווערט אָנגערופן „משכן העדות" — „עדות לישראל שויתר להם הקב"ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם".

[וואָס דער ענין איז לויט ביידע דיעות — סיי לויט דער דיעה 22

אַז אויך דער

ציווי ה׳ למשה 23

„ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" איז געווען

(נאָכ׳ן חטא העגל)

ביום הכיפורים,

און סיי אויך לויט דער דיעה 24

אַז דער אויבערשטער האָט דעם ציווי ועשו לי מקדש געזאָגט פאַרן חטא העגל,

אָבער די אידן האָבן דעם ציווי געהערט פון משה רבינו

(און געבראַכט די נדבות המשכן)

ערשט נאָך יום הכיפורים 25 ].

ווי אַזוי האָבן אידן מיט דעם

(בנין המשכן)

אַרויסגעבראַכט זייער חרטה גמורה אויף דעם חטא העגל — דערמיט וואָס אַנשטאָט דעם זהב וואָס זיי האָבן פריער געגעבן מיט זריזות צוליבן עגל 26 ,

האָבן זיי איצט געגעבן זהב 27

מיט נדיבות לב יתירה פאַרן בנין המשכן,

כדי ס׳זאָל זיין די השראת השכינה ביי זיי — ושכנתי בתוכם

(היפך פון דעם חטא העגל).

און ווי זיי האָבן טאַקע בפועל אַרויסגעוויזן די גוואַלדיקע זריזות 28

און נדבת הלב צו מלאכת המשכן,

ווי דערציילט אין די פסוקים ובארוכה במדרשי רז"ל 29 ,

ביז אַז ס׳איז געווען 30

„מרבים העם

להביא מדי העבודה למלאכה",

און „המלאכה היתה דים גו׳ והותר".

און אין דעם גופא: ווען ווערט אַרויסגעבראַכט בפנימיות ובאמיתיות די חרטה פון די אידן און זייער רצון אַז דער אויבערשטער זאָל שורה זיין צווישן זיי ברצון ובלב שלם — איז דאָס ניט אויף אַזוי פיל אין דער תרומה פון „בקע לגולגולת",

אין וועלכע אַלע אידן זיינען געווען מחוייב בשווה — וואָרום אפילו ווען מ׳איז מקיים אַזאַ ציווי ה׳ בזריזות,

וואָס ווייזט אויף חפץ הלב,

בריינגט דאָס נאָך ניט אַרויס באופן בולט דעם אמת׳ן רצון ולב שלם,

היות אַז מען קען תולה זיין די זריזות אין דעם חיוב המוטל עליו; דוקא אין דער תרומה 31

וואָס האָט ניט קיין חיוב ושיעור קצוב,

נאָר יעדער איד גיט עס מצד הרגש ונדבת לבו — אין דעם דוקא דריקט זיך אויס די חרטה גמורה,

דער רצון ולב שלם אויף השראת השכינה

(היפך דעם חטא העגל).

און דאָס איז דער טעם וואָס אין דעם ציווי ה׳ למשה בנוגע דער תרומה שטייט בלויז וועגן דעם פרט הלקיחה „מאת כל איש אשר ידבנו לבו תקחו ",

און ניט וועגן פרט הנתינה וההבאה מצד די אידן

(„כל נדיב לבו יביאה גו'")

: דער ציווי ה׳ פּאַסט

(בעיקר)

אויף דער לקיחה

(וואָס דאָס טוען די גזברים),

משא"כ די הבאה איז כל ענינה וואָס די אידן גיבן באופן אַז עס הערט זיך אָן

(ניט דער ציווי וחובה,

נאָר)

בלויז דער הרגש ונדבת הלב ,

וואָס אין דעם דוקא דריקט זיך אויס,

דער „כמים הפנים לפנים" 32

— כשם ווי „נתרצה הקב"ה לישראל

בשמחה ובלב שלם"

(אויף דעם חטא העגל) 33 ,

איז אויך ביי אידן געווען דער רצון „בשמחה 34

ובלב שלם" צו דעם אויבערשטן.

ד.

דער ענין הנ"ל,

די נדיבת הלב פון אידן למלאכת המשכן,

ניט ווי עס איז פאַרבונדן מיט דעם ציווי מלמעלה,

איז נוגע ניט נאָר צו דער כפרה אויף חטא העגל,

נאָר אויך ובעיקר צו דער עצם השראת השכינה במשכן — בתוך בני ישראל:

ס׳איז מבואר בכמה מקומות 35 ,

אַז כאָטש די אידן ביי מתן תורה האָבן געזעהן ענינים נעלים עד מאד — „וירד ה׳ על הר סיני" 36 ,

„אתם ראיתם גו׳" 37

— און זיי זיינען אַזוי נתעלה געוואָרן ביז אַז פסקה זוהמתן 38 ,

פונדעסטוועגן זיינען די אידן נאָכדעם דורכגעפאַלן בחטא העגל 39

(דלכאורה,

ווי איז עס שייך?)

— ווייל דער גילוי במתן תורה איז געווען מצד למעלה 40 ,

והיינו,

אַז דער בירור ועלי׳ וואָס האָט זיך דאַן אויפגעטאָן ביי אידן איז ניט געווען מצד זיי אַליין,

נאָר מצד למעלה — דעם אויבערשטן,

וכלשון המדרש 41

„העליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל שנא׳ וירד גו'".

והיינו אַז וויבאַלד דאָס איז ניט געווען דער אויפטו פון די אידן גופא

(בהכנתם ועבודתם הם)

— האָט לאחרי זה,

נאָך דעם גילוי פון מתן תורה געקענט זיין די אפשריות פון אַ ירידה,

ביז צום חטא העגל.

[און ע"ד ווי דאָס איז בנוגע דער קדושה פון הר סיני בפשטות,

אַז אין דער צייט פון מ"ת,

אינעם זמן ווען „ירד ה׳ ..

על הר סיני" 42

איז אין גשם פון הר סיני נמשך געוואָרן אַזאַ הויכע קדושה,

ביז אַז „כל הנוגע בהר מות יומת" 43

; אָבער באַלד נאָכדעם,

„במשוך היובל" — דער סימן אויף „סילוק שכינה" — איז „המה יעלו בהר" 44 ,

הר סיני איז ווידער געוואָרן אַ מציאות דמן הקצה אל הקצה — חול לגמרי 45 ].

און דער אויפטו פון אידן מצד עצמם,

וואָס דורך דעם ווערן זיי כלים ראוים צו קבלת אור הקדושה בקביעות,

האָט זיך אויסגעדריקט אין דער נתינת התרומה ב„שמחה ולב שלם" — דורך אַוועקגעבן זייער זהב כסף ונחושת פאַר דעם משכן,

ניט מצד אַ ציווי מלמעלה נאָר מצד נדיבות הלב,

איז די השראת השכינה ביי זיי געוואָרן אַן ענין קבוע,

דאָס האָט אויך דורכגענומען די גשמיות הגוף והעולם,

אַז די קדושה איז נקבע געוואָרן אין דעם חפצא

(גשם)

פון משכן וחלקיו לעולם ועד 45 .

ה.

עפ"ז קען מען אויך מסביר זיין נאָך אַ שינוי צווישן די צוויי פרשיות:

דער לשון אין פ׳ תרומה,

רעדנדיק וועגן דער תרומה וואָס קומט בנדבה

שטייט „מאת כל איש אשר ידבנו לבו גו'",

וואָס בפשטות באַציט זיך דאָס בלויז צו אנשים 46

; משא"כ בפרשתנו שטייט עס בלשון „כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה׳",

וואָס נדיב לב סתם מיינט סיי אנשים און סיי נשים.

ובפרט אַז דער ציווי „כל נדיב לבו גו׳" איז געזאָגט געוואָרן צו „ כל עדת בני ישראל "

(וואָס משה האָט מקהיל געווען),

וואָס אין דעם זיינען נכלל ניט נאָר אנשים נאָר אויך נשים

(ווי דער רמב"ן זאָגט על אתר 47 ),

און ווי מסופר אין המשך הפרשה,

אַז אין נדבת המשכן האָבן זיך בפועל משתתף געווען

(ניט נאָר אנשים,

נאָר)

אויך נשים 48 ,

ואדרבה „ויבואו האנשים על הנשים" 49

(האנשים נטפלו להנשים 50 ).

איז ניט מובן: פאַרוואָס ווערט ניט דערמאָנט פריער אין פ׳ תרומה אַז אויך נשים זיינען נכלל אין דער תרומה

(הג׳)?

ו.

והביאור בזה:

עס איז ידוע אַז איש ואשה זיינען אויך מרמז אויף די צוויי בחינות פון משפיע און מקבל.

וואָס דערפאַר ווערן דער אויבערשטער און אידן

(כנסת ישראל)

צוגעגליכן צו איש ואשה 51 ,

חתן וכלה.

דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם וואָס תורה שבכתב ווערט אָנגערופן „מוסר אביך " און תורה שבע"פ — „תורת אמך " 52

: דער חילוק צווישן תושב"כ און תושבע"פ איז,

וואָס תושב"כ איז אינגאַנצן געגעבן געוואָרן מלמעלה,

ס׳איז דער גילוי פון תורה שמצד ה„משפיע"; משא"כ דער גילוי 53

פון תושבע"פ איז דורך אידן ,

וואָס זיי האָרעווען אין תורה און זיינען מחדש אין תורה,

אַזוי אַז במשך הדורות ווערט אַלץ מער און מער נתגלה פון תושבע"פ.

און דערפאַר איז מען מייחס תושבע"פ צו „אמך" — אשה ,

מקבל 54

— ווייל 55

דער גילוי פון תושבע"פ איז מצד דעם מקבל,

אשה.

דערפון ווערן די ענינים נשתלשל ביז צו איש ואשה כפשוטו — אַז אין דעם עם ישראל גופא האָבן די נשים אַ מעלה

יתירה לגבי אנשים 56

אין דעם,

וואָס ביי זיי איז מער בגילוי דער ענין פון עבודה מצד המקבל.

ווי מ׳זעט במוחש אַז נשים דאַרפן ניט האָבן אַזויפיל זירוז אויף ענינים פון אידישקייט ווי אנשים,

וואָרום ביי זיי,

מצד טבען,

לייכט די אמונה בה׳* 56

(און זיי האָבן יראת ה׳)

מער ווי ביי מענער,

עד כ"כ אַז דאָס ווירקט אויף זייער מעשה בפועל 57 .

און ווי מ׳געפינט עס ביי דער מצוה ראשונה וואָס שטייט אין תורה 58

— פרו ורבו:

אויפן ציווי פון „פרו ורבו" איז אָנגעזאָגט געוואָרן נאָר דער איש,

משא"כ די אשה איז ניט מצווה על פרי׳ ורבי׳ 59 .

און דער טעם אויף דעם איז

— ניט ווייל דאָס איז ניט קיין חלק פונעם תפקיד האשה עלי אדמות

[ ע"ד ווי תורה האָט איר באַפרייט פון מצות עשה שהזמן גרמא 60

(וואָס איינער פון

די ביאורים בזה איז 61 ,

אַז דאָס איז)

דערפאַר וואָס זי איז משועבדת לבעלה לעשות צרכיו און איר תפקיד איז אויף צו אָנפירן בכל עניני הבית]

— ס׳איז דאָך אדרבה ואדרבה: דוקא אין איר איז תלוי אַז דער איש זאָל קענען אויספירן זיין ציווי 62 .

נאָכמער,

דער עיקר ענין ההולדה ווערט דורכגעפירט דוקא דורך דער אשה און זי ווערט אָנגערופן עקרת הבית — נאָר דער טעם הדבר איז —

ווייל היא הנותנת: ביי אַן איש פאָדערט זיך אַ ציווי אויף פו"ר ווייל לולא ציווי התורה וואָלט מען ניט געקענט פאַרלאָזן זיך אַז ער מצד תכונתו 63

וועט זיך עוסק זיין בפו"ר; משא"כ אַן אשה דאַרף דערויף ניט האָבן קיין ציווי — ווייל פילנדיק אַז איר שליחות עלי אדמות איז צו זיין די עקרת הבית און אויפשטעלן דורות פון אידן

(און פאַרזיכערן דעם המשך און קיום פון עם ישראל),

טוט זי דאָס מצד עצמה .

[וואָס דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים 64

אין דעם וואָס אַלס הקדמה למ"ת האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט משה 65

„כה תאמר לבית יעקב —

אלו הנשים תאמר להם בלשון רכה "

(ניט ווי צו די אנשים וואָס „ותגיד 65

לבני ישראל ..

דברים הקשין כגידין")

— ווייל ביי נשים איז אויך אַן אמירה בלשון רכה מספיק אויף פּועל׳ן ביי זיי די גרייטקייט אויף קבלת התורה].

ז.

און דאָס איז אויך דער ביאור בעניננו: די מעלה פון נדבת הנשים אויף נדבת האנשים איז בשייכות צו דער תרומה הג׳,

וואָס איז ניט קיין נדבה מיט אַ באַשטימטן שיעור וחיוב וכו' 66 ,

נאָר אַ תרומה וואָס קומט פון נדיבות הלב של הנותן מצד עצמו — און אין דעם זיינען נשים בדרגא נעלית יותר מאנשים.

און דעריבער: אין פ׳ תרומה,

וואו דער תוכן עיקרי פון דער תרומה איז ווי דאָס איז בציווי הקב"ה

(כנ"ל),

איז דאָרט ניט המקום להדגשה אַז אויך נשים זיינען בכלל זה;

דוקא בפרשתנו,

וואו עס רעדט זיך ווי די תרומה איז אַרויס בפועל מצד אידן

(און זייער נדיבות הלב כנ"ל),

דערפאַר ווערט דאָ מפורש מודגש דער יתרון מעלה פון די נשים לגבי האנשים.

און די מעלת הנשים האָט זיך אויסגעדריקט

(ניט נאָר בנוגע כמות הנדבות,

נאָר)

אויך בשייכות דעם סוג הנדבות ואיכות הנדבות:

א)

די נשים האָבן געבראַכט ניט בלויז זייערע טייערסטע תכשיטים,

נאָר זיי האָבן אין די נדבות המשכן „אַריינגעלייגט" זייער חיות און כחות הנפש,

ביז אַז „וכל אשה חכמת לב בידי׳ טוו ויביאו מטוה גו׳" 67 ,

און „כל הנשים אשר נשא לבן אותנה בחכמה טוו את העזים" — „אומנות יתירה שמעל גבי העזים טווין אותן" 68 .

דאָס הייסט: זיי האָבן אַוועקגעגעבן און אַריינגעלייגט זייער חכמה וחושים וכשרונות אין נדבת המשכן 69 .

ב)

ווי דערציילט בסיום הפרשה 70

איז נוסף אויף נחושת התנופה 71

האָבן די נשים מנדב געווען די „מראות הצובאות" פאַרן כיור וכנו,

און ווי רש"י ברענגט אַראָפּ 72 ,

אַז די „מראות הצובאות" זיינען געווען די מראות וואָס די נשי ישראל האָבן גענוצט במצרים אויף צו אויפשטעלן „צבאות רבות במצרים" 73

— און דוקא אויף דער נדבה האָט דער אויבערשטער געזאָגט „אלו חביבין עלי מן הכל ",

ווייל דוקא אין דעם דריקט זיך אויס די מעלה פון נדבת הלב וואָס קומט אינגאַנצן מצד המקבל: מצד זייער אייגענעם געפיל אין הכרח צו אויפשטעלן צבאות ה׳,

האָבן די נשים זיך משתדל געווען מיט דער הילף פון די מראות הצובאות,

ביז זיי האָבן דאָס דורכגעפירט בפועל.

ח.

לויט דעם ביאור — בהחילוק בין אנשים ונשים — קען מען אויך מסביר זיין אַ זוהר תמוה בפרשתנו:

אויף „ויקהל משה" זאָגט דער זוהר 74

: רבי אבא פתח הקהל 75

את העם האנשים והנשים והטף מה להלן כללא דכלהו ישראל אוף הכא כללא דכלהו ישראל ומאן אינון שתין רבוא.

וואָס לכאורה איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק: ער זאָגט אַז דער הקהל דאָ ביים ציווי איז די תרומות איז געווען בדומה ווי ס׳איז געווען ביי

(מצות)

הקהל — „הקהל את העם האנשים והנשים והטף",

אַז ס׳איז דאָ געווען „כללא דכלהו ישראל" פּונקט ווי דאָרטן — און איז גלייך מסיים „ומאן אינון שתין רבוא",

וואָס דאָס איז דער מספר בלויז פון די גברים מבן עשרים שנה ומעלה 76 ,

און פשיטא ניט פון די נשים וטף 77

!

וי"ל דעם ביאור בזה: דער מספר פון ששים רבוא שטייט ביי יצי"מ 78

„כשש מאות אלף רגלי הגברים לבד מטף",

ועד"ז ווערט אונטערגעשטראָכן אָט דער מספר בנוגע למ"ת בכמה מחז"ל 79 .

ס׳איז פשוט,

אַז תורה איז געגעבן געוואָרן ניט בלויז צו די ששים רבוא גברים

(מבן עשרים),

נאָר אויך צו די

(אַלע גברים,)

נשים וטף

[ואדרבה: בהקדמה למ"ת שטייט פריער 65

„כה תאמר לבית יעקב — אלו הנשים" און ערשט דערנאָך „ותגיד לבני ישראל

(הזכרים)

"; ועד"ז — דוקא ע"י דער ערבות פון „ בנינו " 80

האָט דער אויבערשטער געגעבן די תורה צו אידן]

— און אעפ"כ איז מען מדגיש דעם מספר פון ששים רבוא דוקא,

אין וועלכן עס ווערט ניט אַריינגערעכנט נשים וטף.

איז דאָס מובן ע"פ הנ"ל: במ"ת איז געווען די השראת השכינה מצד למעלה,

און בשעת דער גילוי קומט מצד למעלה דעמאָלט הערט זיך ניט אָן מעלת המקבל,

נאָר מעלת המשפיע,

דער מקבל איז בדרך ממילא נמשך נאָך דעם משפיע,

און דערפאַר איז אַזוי אַרויסגעקומען כלפי הנשים אַז עס האָט זיך ניט אָנגעהערט זייער עילוי

(אַלס „מקבל"),

און דעריבער ווערן זיי ניט גערעכנט בפ"ע,

זיי ווערן נכלל אין דעם מספר כללי פון ששים רבוא 81

גברים — משפחותם 82

: די נשים

(וטף)

זיינען אַ פרט פון

(וטפל צו)

דעם ראש הבית — המשפחה.

בקשר לזה איז דער זוהר מבאר,

אַז באַ „ויקהל" וואָס שטייט אַלס הקדמה צו נדבת המשכן,

איז געווען „כללא דכלהו ישראל",

אָבער ניט אין אַן אופן ווי ביי מ"ת — וואו די נשים וטף זיינען געווען נכלל אינעם כלל פון די אנשים — נאָר נשים וטף ווי אַ חלק חשוב בפ"ע:

ע"ד ווי ביי מצות הקהל,

וואָס איז ניט נאָר פאַר אנשים

(און נשים וטף ווערן נכלל ונגרר נאָך די אנשים),

נאָר יעדער סוג קומט און איז זיך משתתף אינעם „הקהל" אַלס אַ סוג בפ"ע — וכמודגש בחז"ל 83

„אנשים באים ללמוד נשים באות לשמוע טף ..

ליתן שכר למביאיהן";

ועד"ז ביי נדבת המשכן: וויבאַלד דעמאָלט האָט זיך אָנגעהערט די מעלה פון דער עבודה און נדבת הלב ווי דאָס איז מצד המקבל,

דעריבער האָבן דאַן די נשים וטף זיך אויסגעטיילט במעלתן בפ"ע — אע"פ וואָס זיי ווערן נכלל

(אויך דאַן)

ב„אינון שתין רבוא" 84 .

און אַזוי איז אויך געווען כפשוטו,

אַז נשים האָבן געגעבן לנדבת המשכן בפ"ע 85 ,

און אויך טף האָבן געגעבן לנדבת המשכן ווי ער זאָגט אין אבות דר׳ נתן 86 .

ט.

פונעם ענין הנ"ל,

ווי פון אַלע ענינים אין תורה,

נעמט מען אַרויס אַ הוראה בעבודת כאו"א:

יעדער איד האָט דעם תפקיד און די שליחות צו אויפשטעלן אַ משכן לו ית׳ אין דער סביבה וואו ער געפינט זיך,

דורך מקרב זיין דאָרט די אידן לה׳ ולעבודתו ית׳.

קען אַמאָל אַ איד זיך מאַכן אַ חשבון: דער עיקר איז דאָך צו פועל זיין,

אַז דער מאַן,

דער ראש המשפחה,

זאָל זיך צוציען און נתקרב ווערן צו תורה און מצות — אַזוי ווי ביי מ"ת,

וואו דער עיקר האָט געמוזט זיין דער מספר פון ששים רבוא גברים — און די נשים וטף וועלן מיטגעצויגן ווערן בדרך ממילא;

אָבער צו באַמיען זיך אַז מ׳זאָל ריידן באַזונדער מיט דער אשה עקרת הבית,

אַז אויך זי מצד עצמה זאָל נתקרב ווערן און היטן תומ"צ; ווער רעדט נאָך מ׳זאָל זיך „אַראָפּלאָזן" און פאַרנעמען מיטן טף — דאָס

(האַלט ער)

איז ניט לפי כבודו,

ועוד — ס׳איז אַ שאָד די צייט,

דערווייל וועט ער קענען ריידן און לערנען תורה מיט נאָך אַן איש,

אַ ראש משפחה.

אויף דעם איז די הוראה ברורה פון פרשתנו ויקהל און נדבת המשכן: אויף יעדן איינעם ליגט אַ חוב און אַ זכות אַז די השראת השכינה זאָל בלייבן באופן קבוע,

אַז די גאַנצע משפחה און בית זאָלן ווערן אַ משכן לו ית׳,

אַן אָרט וואו דער אויבערשטער רוט,

על ידי לימוד התורה וקיום המצות.

און דאָס קען דערגרייכט ווערן דוקא ווען מ׳איז זיך ניט מסתפק מיט דער התעסקות מיט דעם איש וראש הבית,

נאָר עס דאַרף זיין אַ באַזונדער התעסקות

(באופן המתאים ומותר ע"פ

תורה)

אויך מיט דער אשה עקרת הבית,

און אויך צו טאָן בהתלבשות ויגיעה מיטן טף אַז וואָס מער אידישע קינדער זאָלן אַריינגענומען ווערן אין חינוך הכשר ביז אין חינוך על טהרת הקודש.

און דורך דער התעסקות מיט אַלע אידן וואָס זיינען אויסגערעכנט אין הקהל „האנשים והנשים והטף",

איז בהוספה צו דער פעולה אויף אנשים,

נשים וטף עצמם,

וועט יעדער פון זיי מוסיף זיין נאָכמער אין דער תשובה פון די אַנדערע — די נשים אויף די אנשים 87

און די טף אויף די אבות כמש"נ 88

„והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים",

און מ׳ברענגט דעם „קהל גדול ישובו הנה" 89 ,

בביאת משיח צדקנו,

וואָס „יבנה מקדש במקומו ויקבץ נדחי ישראל" 90 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש"פ ויקהל תשמ"א,

ש"פ ויק"פ תשמ"ב)

Reader controls and commentary are loading.