א.
בתחילת הסדרה 1
שטייט „ויקהל משה את כל עדת בנ"י ויאמר אליהם גו׳ ששת ימים תעשה מלאכה גו'".
שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ששת ימים" און איז מפרש: הקדים להם אזהרת שבת לציור מלאכת המשכן לומר שאינו דוחה את השבת.
ווי מען לערנט בפשטות איז כוונת רש"י,
אַז דאָס וואָס די תורה איז מקדים 2
„אזהרת שבת לציווי מלאכת המשכן" איז אַ באַווייז אַז אזהרת שבת איז האַרבער 3
ווי דער ציווי אויף מלאכת המשכן,
און דעריבער איז מלאכת המשכן ניט דוחה שבת.
איז קשה
(ווי מפרשים פרעגן 4 )
: מען געפינט כמה פעמים וואו עס שטייען צוויי ציוויים בסמיכות זל"ז און רש"י איז מפרש אַז דער „ מאוחר " איז דוחה דעם „ מוקדם " — אָנהויבנדיק פון דעם זעלבן ענין דעסקינן בי׳
(שבת און מלאכת המשכן)
: אין פ׳ תשא,
אויפן פסוק 5
„ואתה דבר גו׳ אך את שבתותי תשמורו
גו׳",
וואו די תורה 6
איז מקדים דעם ציווי מלאכת המשכן פאַר אזהרת שבת,
איז רש"י מפרש: אע"פ שתהיו רדופין כו׳ בזריזות המלאכה
(פון משכן),
שבת אל תדחה מפני׳.
עד"ז ווייטער אין פרשת קדושים 7
שטייט „איש אמו ואביו תיראו
(און דערנאָך)
ואת שבתותי תשמרו" — זאָגט רש"י בפירושו: סמך שמירת שבת למורא אב לומר אע"פ שהזהרתיך על מורא אב אם יאמר לך חלל את השבת אל תשמע לו.
— און דאָ 8
איז רש"י מדגיש,
אַז דער „הקדים" איז אַ הוכחה אַז שבת איז דוחה מלאכת המשכן 9 ?
ב.
מפרשים ענטפערן 10
:
בפ׳ תשא איז רש"י מפרש אַז מען לערנט דאָס אָפּ פון וואָרט „אך" — „כל
אכין ורקין מיעוטין למעט שבת ממלאכת המשכן" 11
; ועד"ז אין פ׳ קדושים איז רש"י ממשיך
(אין דעם דיבור שלאח"ז)
„אני ה׳ אלקיכם — אתה ואביך חייבים בכבודי לפיכך לא תשמע לו לבטל את דברי".
ד.
ה.
אַז אין די ביידע פאַלן מוז מען אָנקומען צו די ווערטער „אך" און „אני ה"א" צו באַוואָרענען אַז שבת ווערט ניט נדחה פון מלאכת המשכן און מורא אב.
איז דערפון גופא פאַרשטאַנדיק,
אַז,
אדרבה: בכלל איז דער „מוקדם" דוחה דעם „מאוחר",
און דעריבער,
לולא די פסוקים „אך" ביי מלאכת המשכו אין פ׳ תשא; און „אני ה"א" ביי „מורא אב" — וואָלט מען טאַקע געזאָגט,
אַז ווייל די ציוויים אויף מלאכת המשכן און מורא אב שטייען פריער פאַר אזהרת שבת זיינען זיי דוחה שבת.
אָבער — אין דרך הפשט איז דער ביאור ניט מספיק,
ווייל הא גופא קען מען פרעגן 12
: פאַרוואָס איז די תורה מקדים ציווי מלאכת המשכן
(ועד"ז „מורא אב")
פאַר אזהרת שבת ומשום זה דאַרפן מוסיף זיין דעם מיעוט „אך"
(און די הוספה „אני ה"א" 13 )
— עס האָט
מלכתחילה געקענט שטיין אזהרת שבת קודם למלאכת המשכן
(ומורא אב)
און מ׳וואָלט שוין
(פון דער קדימה)
געוואוסט אַז שבת איז דוחה מלאכת המשכן
(ומורא אב) 14 ?
איז דערפון משמע אַז פון „קדימה" אַליין קען מען ניט אָפּלערנען אַז דער ערשטער ציווי איז דוחה דעם צווייטן,
נאָר מען דאַרף האָבן אַ מיעוט
(ולימוד)
מפורש,
און דאָ זאָגט רש"י „ הקדים שבת כו׳ לומר שאינו דוחה את השבת"?
מען געפינט אַן אריכות אין מפרשי רש"י 15
וועלכע פאַרענטפערן די קושיא הנ"ל מיט פאַרשידענע תירוצים וחילוקים,
ווען ובאיזה אופן מען קען אָפּלערנען פון „קדימה" אַז דער ערשטער ציווי איז דוחה דעם צווייטן.
אָבער
(ווי גערעדט כמה פעמים),
רש"י האָט געשריבן זיין פירוש על התורה אין אַ סגנון אַז אויך אַ „בן חמש למקרא" זאָל קענען פאַרשטיין כוונת רש"י פון זיינע
(געציילטע)
ווערטער,
ניט דאַרפנדיק קיין הוספת ביאור ע"ז;
ובפרט אַז בנדו"ז איז אַ גרויסע שקו"ט אין מפרשי רש"י מיט פאַרשידענע ערליי תירוצים — איז לכאורה ניט מסתבר צו זאָגן אַז רש"י מיינט
( בפשוטו של פרש"י עכ"פ 16 )
די אַלערליי ביאורים,
און איז סותם און זאָגט ניט וועלכן פון די פילע ביאורים ער נעמט אָן 17 .
ולכן מסתבר לומר,
אַז ביים לערנען די ווערטער פון רש"י עצמם איז אַלץ מובן ומוסבר,
אַזוי אַז עס פאַלן אָפּ בדרך ממילא די שאלות הנ"ל.
ג.
דער ביאור אין דעם י"ל בפשטות:
מיט די ווערטער „הקדים להם אזהרת שבת כו׳ לומר שאינו דוחה את השבת" איז רש"י ניט אויסן צו זאָגן,
אַז פון דעם וואָס די תורה איז דאָ מקדים אזהרת שבת פאַר דעם ציווי מלאכת המשכן לערנט מען אָפּ דעם דין
(אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת)
— וואָרום דער דין עצמו איז שוין אָנגעזאָגט געוואָרן פריער ,
אין פ׳ תשא,
וואו עס שטייט
(בציווי ה׳ אל משה)
„אך את שבתותי תשמרו גו׳",
און ווי רש"י איז דאָרט מפרש
(כנ"ל ס"ב)
„למעט שבת ממלאכת המשכן"; און ס׳איז מובן מאליו,
אַז ווען תורה דערציילט דערנאָך
(בפרשתנו)
ווי משה האָט איבערגעגעבן אידן די ציוויים אויף שבת און מלאכת המשכן,
איז דאָס געווען גענוי כאמור לעיל
(בפ׳ תשא),
אַז
(ער האָט געזאָגט אידן,
אַז)
מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת —
נאָר דער דיוק דאָ איז 18
„הקדים להם אזהרת שבת כו׳" — דאָ רעדט זיך
(ניט וועגן דער קדימה בתורה אַלס ציווי ה׳,
נאָר)
וועגן דער קדימה בדברי משה „להם":
ביי רש"י׳ן איז שווער,
וויבאַלד אַז אין דברי הקב"ה למשה איז געזאָגט געוואָרן דער ציווי מלאכת המשכן קודם לאזהרת שבת,
פאַרוואָס האָט משה רבינו משנה געווען און ביים איבערגעבן די ציווים צו אידן 19
— „ הקדים להם אזהרת שבת כו׳"?
אויף דעם ענטפערט רש"י — „לומר שאינו דוחה את השבת": וויבאַלד אַז
משה האָט זיי געדאַרפט איבערגעבן 20
אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת
(ווי מען האָט אים אָנגעזאָגט בפ' תשא),
האָט ער דערפאַר מקדים געווען „אזהרת שבת".
דאָס הייסט: נוסף לזה וואָס משה רבינו האָט אָנגעזאָגט אידן
(במפורש)
אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת,
איז בהוספה לזה,
כדי צו פאַרשטאַרקן ביי אידן דעם חומר פון אזהרת שבת,
האָט ער
(אויך)
מקדים געווען 21
דעם ציווי השבת לציווי מלאכת המשכן.
עפ"ז פאַלט אָפּ בדרך ממילא די שקו"ט הנ"ל בפירוש רש"י — ווי שטימט דער פירוש רש"י מיט פרש"י אין פ׳ תשא און פ׳ קדושים — ווייל אין אונזער סדרה רעדט רש"י בכלל ניט וועגן דעם לימוד פון וואַנעט מען ווייס אַז מלאכת המשכן אינה דוחה את השבת
(און י"ל אַז אין הכי נמי,
אַז פון „קדימה" ו„איחור" בכתוב קען מען ניט אָפּלערנען 22
(ע"ד הפשט)
אַז דער „מוקדם" איז מכריע און איז דוחה דעם „מאוחר").
ד.
עס בלייבט אָבער ניט מובן:
וויבאַלד אַז ביים אָנזאָגן די ציוויים צו משה׳ן,
האָט דער אויבערשטער ניט מקדים געווען אזהרת שבת לציווי מלאכת המשכן
(וויבאַלד ס׳איז דאָ דערויף דער מיעוט „ אך את שבתותי תשמרו")
— פאַרוואָס האָט משה רבינו געדאַרפט צוגעבן אַ תוספת הדגשה
דורך מקדים זיין אזהרת שבת,
און דערמיט משנה זיין דעם סדר הציוויים ווי זיי זיינען געזאָגט געוואָרן ע"י הקב"ה?
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין פרש"י אויפן פסוק
(הנ"ל)
בפ׳ תשא „ואתה דבר אל בנ"י לאמר אך את שבתותי תשמרו גו׳": רש"י שטעלט זיך
(אין ערשטן דיבור המתחיל)
אויף די ווערטער „ואתה דבר אל בני ישראל" און איז מפרש: „ואתה אע"פ שהפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן אל יקל בעיניך לדחות את השבת מפני אותה מלאכה".
ווייטער איז רש"י מפרש „אך את שבתותי תשמרו — אע"פ שתהיו רדופין וזריזין בזריזות המלאכה,
שבת אל תדחה מפני׳,
כל אכין כו׳".
פון פשטות לשון רש"י איז מוכח אַז דאָס זיינען צוויי באַזונדערע אזהרות אַז מלאכת המשכן זאָל ניט דוחה זיין שבת 23
— איינע פון
(איבעריקן 24 )
וואָרט „ואתה",
און די צווייטע פון מיעוט „אך".
איז ניט מובן:
א)
ווי מפרשים פרעגן 25
— תרתי למה לי?
ב)
ווי לערנט מען אָפּ פון וואָרט „ ואתה
(דבר אל בנ"י)
" אַז „אל יקל בעיניך לדחות את השבת מפני אותה מלאכה".
אויך דאַרף מען פאַרשטיין די אריכות
לשון פון רש"י 26
אין די צוויי פירושים,
און די שינויים צווישן זיי:
א)
דער דיוק הלשון „אע"פ שהפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן" — כאילו אַז אויף דעם איז געווען אַ מינוי מיוחד?
גאַנץ תורה ומצות איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אידן דורך משה רבינו!
ב)
„ אל יקל בעיניך לדחות כו׳" — און רש"י זאָגט ניט בקיצור „אל תדחה"
(וכיו"ב),
ווי לשון רש"י עצמו תיכף נאָכדעם
(אין דעם צווייטן דיבור).
ג)
אין דעם צווייטן דיבור ברענגט רש"י אַ נייעם ענין „אע"פ שתהיו רדופין וזריזין בזריזות המלאכה כו׳" — פון וואַנעט נעמט דאָס רש"י?
און פאַרוואָס איז דער ענין שייך דוקא אין צווייטן דיבור?
ה.
וי"ל הביאור אין דעם:
דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש"י איז: אין דעם ערשטן דיבור,
וואו רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „ ואתה דבר אל בנ"י",
רעדט זיך כלפי משה עצמו ,
און ווי רש"י איז מדגיש בלשונו: אע"פ שהפקדתי ך לצוותם כו׳ אל יקל בעיניך כו'; משא"כ אין דעם צווייטן דיבור — „אך את שבתותי תשמרו " — רעדט רש"י בשייכות צו בני ישראל,
„אע"פ שתהיו
(ל׳ רבים)
רדופין כו׳".
און דאָס גופא איז דער טעם פאַרוואָס ס׳זיינען נויטיק ביידע לימודים: עס איז ניט דומה ווי מען באַוואָרנט משה רבינו אַז שבת ווערט ניט נדחה מפני מלאכת המשכן,
און ווי דאָס ווערט באַוואָרנט בנוגע אידן
(ווי רש"י איז עס
מדגיש דורך די שינויי לשונות אין די צוויי דיבורים).
די הסברה אין דעם: דער ציווי אויף מלאכת המשכן איז געקומען — לויט פרש"י 27
— נאָך דער סליחה אויפן חטא העגל.
ווייל דער משכן איז
(ווי רש"י 28
איז מפרש)
„עדות לישראל שויתר להם הקב"ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם".
און דאָס זאָגט רש"י
(אין דעם צווייטן דיבור)
„אע"פ שתהיו רדופין וזריזין בזריזות המלאכה,
שבת אל תדחה מפני׳": דער חשש וואָס מען דאַרף באַוואָרענען ביי בני ישראל איז
[ניט אַז זיי וועלן אָננעמען אַז מלאכת המשכן וועגט איבער און איז דוחה שבת — וואָרום בפשטות: אידן וועלן מדעת עצמם ניט פּסק׳נען אַז מלאכת המשכן איז דוחה שבת,
זיי וועלן זיכער פרעגן ביי משה׳ן ווי צו פירן זיך ביום השבת - נאָר]
:
וויסנדיק אַז די השראת השכינה אין משכן איז דער באַווייז אויך כפרת חטא העגל,
וועלן זיי זיין
(און זיי דאַרפן זיין)
„רדופין",
„ יאָגן " זיך מיט גאָר גרויס זריזות צו פאַרענדיקן 29
די מלאכת המשכן כדי די כפרה זאָל קומען וואָס פריער,
און דעריבער איז עלול,
אַז די התעסקות באופן פון „רדיפה" און
„זריזות" זאָל גורם זיין מען זאָל נכשל ווערן צו טאָן אין מלאכת המשכן אויך בשבת 30 .
דערפאַר באַוואָרנט מען אידן: „אע"פ שתהיו רדופין וזריזין ..
שבת אל תדחה מפני׳".
דאָס איז אָבער בלויז בנוגע צו אידן.
משא"כ משה רבינו,
וועלכער האָט מלכתחילה קיין שייכות ניט געהאַט צום חטא העגל,
און אפילו נאָכן חטא העגל ווען אידן זיינען געווען „מנודה לרב" 31 ,
איז אהלו של משה געווען אַן „אהל מועד",
„מקום שכינה " 32
—
איז מובן,
אַז כלפי משה עצמו איז ניט געווען שייך דער חשש מצד „רדופין וזריזין כו׳",
ובפרט אַז
(ווי רש"י 33
איז מפרש)
— „לא עשה משה שום מלאכה במשכן" 34 ,
[און ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 35 ,
אַז דאָס איז כוונת רש"י אויפן פסוק
(ביים
ציווי מלאכת המשכו אין אונזער סדרה 36 )
„ויאמר משה גו׳ זה הדבר אשר צוה ה׳ לאמר" — „זה הדבר אשר צוה ה׳ לי לאמר לכם " — אַז דער ציווי צו משה׳ן
(„זה הדבר")
איז געווען בלויז אויף
(„ לאמר לכם ")
צו איבערזאָגן אידן,
אָבער משה אַליין איז אויף דעם ניט געווען מצווה,
ווייל ער האָט געהאַט אַ „מקום שכינה" אויך אָן דעם משכן]
;
נאָר וואָס דאַרף מען באַוואָרענען משה׳ן — „ ואתה — אע"פ שהפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן אל יקל בעיניך לדחות את השבת מפני אותה מלאכה",
כדלקמן.
ו.
רש"י ברענגט אַראָפּ
(בס"פ תשא 37 )
דעם „סדר משנה" ווי משה האָט געלערנט תורה מיט אידן: „נכנס אהרן שנה לו משה פרקו ..
נכנסו בניו שנה להם ..
נכנסו זקנים שנה להם ..
נכנסו כל העם שנה להם כו׳ נמצא ביד כל העם א׳ ביד הזקנים ב׳ ביד בני אהרן שלשה ביד אהרן ארבעה וכו׳ כדאיתא בעירובין* 37
".
דער טעם פאַרוואָס רש"י איז מוסיף „ וכו׳ כדאיתא בעירובין" — יש לומר 38 ,
אַז ער איז דערמיט מרמז אויף דעם המשך הגמרא,
אַז נאָך דעם ווי משה האָט פאַרענדיקט זיינע פיר מאָל לערנען איז „שנה להן אהרן פרקו כו׳ שנו להן בניו פירקן כו׳ שנו להן זקנים פירקן".
[און דערמיט באַוואָרנט רש"י אַ שאלה גדולה בפשוטו של מקרא: ווי קומט עס אַז אהרן זאָל דאַרפן הערן פיר מאָל,
און פאַר בניו איז גענוג דריי מאָל,
פאַר די זקנים — צוויי,
און פאַר „כל העם" בלויז איין מאָל — ס׳איז דאָך איפכא מסתברא! לויטן המשך הגמרא אָבער ווערט דאָס פאַרענטפערט,
ווייל
(ווי די גמרא פירט דאָרט אויס)
„נמצא ביד הכל ארבעה"].
עפ"ז קומט אויס,
אַז אַנדערע ציוויי התורה האָבן אידן געהערט ניט נאָר פון משה׳ן,
נאָר אויך פון אהרן ובניו והזקנים.
משא"כ ציווי מלאכת המשכן איז געווען באופן פון „ הפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן",
אַז דאָס איבערגעבן צו אידן דעם ציווי מלאכת המשכן איז ניט געווען לויטן „סדר משנה",
נאָר 39
ווי דערציילט בריש פרשתנו: „ויקהל משה את כל עדת בני ישראל ויאמר אליהם"* 39
— משה האָט גערעדט צו אַלע אידן בשווה,
אָן חילוקים צווישן אהרן בניו והזקנים און כל העם.
און דאָס זאָגט רש"י אויף „ואתה דבר אל בנ"י — ואתה אע"פ שהפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן אל יקל בעיניך כו׳": זעענדיק אַז דער ציווי אויף מלאכת המשכן איז אין אַן אופן מיוחד פון „ הפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן",
אַנדערש פון אַנדערע ציוויי התורה,
קען דערפאַר ביי משה ווערן אַ סברא,
אַז לגבי מלאכת המשכן איז אַ
„קולא" אין שבת 40 ,
ובמילא: „ יקל בעיניך לדחות את השבת מפני אותה מלאכה" — עס וועט אים זיין „גרינג" צו דוחה זיין שבת צוליב מלאכת המשכן 41
; באַוואָרנט מען אים: „ אל יקל בעיניך כו׳",
אַז עס זאָל ניט ווערן אַ קולא אין שבת.
עפ"ז איז פאַרענטפערט בפשטות די שאלה הנ"ל,
ווי קען מען פון „ ואתה דבר אל בנ"י" אָפּלערנען דעם ענין פון „אל יקל בעיניך": דורך אָנזאָגן משה׳ן אַז אויך דער ציווי פון שבת דאַרף זיין „ ואתה דבר אל בנ"י" — משה אַליין זאָל דאָס זאָגן 42
אַלע אידן בהקהלה
(פּונקט ווי „הפקדתיך לצוותם על מלאכת המשכן")
— און ווי ער האָט דאָס געטאָן בפועל כמסופר בריש פרשתנו: „ויקהל משה גו׳ ויאמר אליהם גו׳ ששת ימים גו׳" — איז מודגש געוואָרן צו משה׳ן אַז שבת איז ניט „קל" באיזה אופן שהוא לגבי מלאכת המשכן 43 .
ז.
ע"פ כל הנ"ל איז אויך מובן דער טעם השינוי אין סדר הציווים צווישן פ׳ תשא און פרשתנו:
אין פ׳ תשא וואו עס רעדט זיך וועגן דעם ציווי ה׳ אל משה,
קומט פריער דער ציווי אויף מלאכת המשכן און דערנאָך אזהרת שבת.
ווייל דער עיקר איז דאָ דער ציווי אויף מלאכת המשכן,
און אזהרת שבת קומט דאָ בלויז אַלס טפל,
אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת 44 ,
דערפאַר שטייט מלאכת המשכן פריער.
משא"כ אין אונזער סדרה,
וואו עס רעדט זיך וועגן דעם ציווי משה צו בנ"י ,
האָט אים דער אויבערשטער שוין אָנגעזאָגט בפ׳ תשא אַז זיי דאַרף מען באַוואָרענען
(ניט נאָר דעם דין ,
אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת,
נאָר)
אַז „אע"פ שתהיו
(איר דאַרפט זיין)
רדופין וזריזין כו׳" זאָלן זיי זיך היטן פון ניט נכשל ווערן באזהרת שבת.
און כדי דאָס צו באַוואָרענען,
דאַרף מען מקדים זיין די אזהרה פון שבת,
וואָס די הקדמה טוט אויף אַז ביי זיי שטייט אַלעמאָל דער איסור פון שבת „פאַר" מלאכת המשכן,
ובמילא וועלן זיי שטענדיק געדענקען און זיין זהיר,
אויך בשעת הרדיפה והזריזות במלאכת המשכן,
אַז דאָס טאָר ניט אָנרירן דעם „שבת שבתון לה׳" 45 .
(משיחות ש"פ ויק"פ וש"פ ויקרא תשכ"ח)