B"H
🏡

Ikar

תשא ג

א.

בנוגע צו שבירת הלוחות זאגן חז״ל 1 ,

אז דאס איז איינע פון די זאכן וואס "עשה משה מדעתו והסכים 2

הקב״ה עמו״ — משה האט זיי צעבראכן ווייל ער האט געמאכט א ק״ו "ומה 3

פסח שהוא אחד מתרי״ג מצות אמרה תורה 4

כל בן נכר לא יאכל בו,

התורה כולה

[כאן]

וישראל מומרים עאכו״כ״,

און "הסכים 2

הקב״ה על ידו שנאמר 5

אשר שברת ואמר ר״ל יישר כחך ששיברת".

טייטשט רש״י 6

: ״אשר — אישור,

שאישרו ושיבחו על שבירתן".

דארף מען פארשטיין: דער לשון אישור,

ווייזט אויף דער הסכמה של הקב״ה אויף שבירת הלוחות: דער לשון פון ״שיבחו״ 7

אבער — מיינט,

אז די פעולה פון שבירת הלוחות איז אן ענין טוב וחביב פאר וועלכע עם קומט א שבח.

וואס איז דער "שבח" אין שבירת הלוחות?

מ׳קען ניט ענטפערן אז דער שבח פון משה׳ן פאר צעברעכן די לוחות איז פאר דעם וואס ער האט זיר אנגענומען פארן

כבוד פון דער תורה

(וואס ער האט זי ניט געוואלט געבן צו ״מומרים״)

— ווייל,

אדרבה: שבירת הלוחות איז היפך כבוד התורה! מען דארף פארהיטן

(כבוד ה)

תורה אז זי זאל ניט געגעבן ווערן צו ״מומרים״ — דארף מען דאם באווא־ רענען דורך גונז זיין די לוחות בשלימותן תחת ההר

(אדער אין אן ארון,

ווי מ׳האט דערנאך געטאן בנוגע די שברי לוחות,

וכיו״ב) 8 .

ב.

נאך א טעם אויף שבירת הלוחות שטייט אין מדרש 9

— "מוטב שתדון כפנוי׳ ולא כאשת איש": די לוחות זיינען אזוי ווי א שטר כתובה צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן,

און וויבאלד "קלקלה עם אחר" איז "נטל את כתובתה ..

וקרעה".

לויט דעם טעם קומט אויס,

אז דורך שבירת הלוחות איז ארויסגעקומען א טובה פאר אידן — דורך דעם האט ער זיי פארהיט פון אן עונש חמור וועל־ כער וואלט געקומעז ווען מ׳איז זיי דן "כאשת איש".

ועפ״ז איז מוסבר שבחו של משה בשבירת הלוחות 10

— דער־ מיט האט ער געבראכט צו הצלת ישראל.

אבער דאס איז ניט קיין ביאור מספיק,

ווייל

[נוסף לזה אז אויר צוליב הצלת ישראל זו איז

(לכאורה)

ניט קיין הכרח צו צעברעכן די לוחות — עם איז גענוג זיי צו גונז זיין און ניט איבערגעבן צו אידן

(דער ״כלה״) 11

— איז]

פון פשטות הלשון "יישר כחך ששברת" איז משמע,

אז דער אישור ושבח איז ניט אויף דער תוצאה

(טובה)

וואם איז דערפון ארויסגעקומען אין אן אנדער ענין

(הצלת ישראל)

— נאר אויך שבירת הלוחות גופא.

נאד שטארקער איז עם מודגש אין כמה ראשונים 12 ,

וועלכע זאגן,

אז דער הכרח אויפן פירוש ״אשר שברת — יישר כחך ששברת" ווערט אפגעלערנט "משום דכתיב

(אין פרשת עקב 13 )

שברת ושמתם

(בארון)

",

פון וועלכן מען לערנט אפ 14

אז ״שברי לוחות מונחין בארון״ — "ושמע 15

מינה שהיתה שבירתן חביבה 16

לפניו,

דאי לא,

לא הי׳ מצוה להניחן

(ולקיימן)

בהארון שאין קטיגור במקום סניגור".

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דאס

וואס שבירת הלוחות איז געווען א דבר הרצוי איז ניט נאר דערפאר וואס דאם האט דעמאלט געבראכט די הצלה פון אידן

[ובפרט אז די הצלה דערמאנט אויפן חטא פון אידן

(וואס צוליב דעם האבן זיי געדארפט אנקומען צו א הצלה)

— איז עם דאך ווידער אן עניו פון "קטיגור"],

נאר די שבירה אנט־ האלט אין זיך א מעלה

(וחביבות)

תמידית 17 .

ג.

בפשטות קעו מען דאם מסביר זיין ע״פ דברי המדרש 18

אז משה רבינו האט זיך מצטער געווען אויף שבירת הלוחות — "א״ל הקב״ה אל תצטער בלוחות הראשונות שלא היו אלא עשרת הדברות לבד ובלוחות השניים אני נותן לך שיהא בהם הלכות מדרש ואגדות ..

כפלים 19

לתושי׳".

און דאם איז דער פשט פון "יישר כחך ששברת״ — דער שבח

(וחביבות)

פאר שבירת הלוחות איז צוליב די לוחות עצמן,

וויבאלד אז דורך דעם זיינען גע־ געבן געווארן די לוחות שניות וועלכע זיינען העכער פון די לוחות הראשונות 20

— "כפלים לתושי׳".

און ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם מקור המאמר ״יישר כחך ששברת״ 21

— "אמר ר״ל פעמים שביטולה של תורה זהו יסודה דכתיב אשר שברת ..

יישר כחך ששברת": דער פירוש הפשוט אין "ביטולה של תורה זהו יסודה" איז,

אז "ביטולה של תורה" גופא טוט אויף דעם

יסוד

(וקיום)

פון תורה 22

(װארום אויב מ׳זאל לערנען אז דער "יישר כחך ששברת* איז בלויז צוליב הצלת ישראל — קען מען ניט זאגן "זהו יסודה* של תורה).

והיינו,

אז דער מאמר איז מדגיש,

אז דוקא דורך שבירת הלוחות איז געווען "יסודה" פון תורה — וויבאלד אז דורך דעם איז געווען די נתינה פון לוחות שניות וועלכע זיינען "כפלים לתושי".

[דערמיט איז אויך פארענטפערט נאך א שאלה: פארוואם איז דער אישור ושבח פאר שבירת הלוחות ניט געקומען באלד נאד שבירת הלוחות

(כפי שצ*ל,

לכאורה),

נאר דאם איז מרומז ערשט ביים ציווי

(פערציק טעג שפעטער)

אויף די לוחות שניות ,

(פסל לך גו׳ כראשונים גו׳ אשר שברת" 23

— װײל די

מעלה ותועלת פון שבירת הלוחות קומט בגילוי ערשט בנתינת לוחות שניות וועלכע זיינען "כפלים לתושי׳" 24 ].

ס׳איז אבער הא גופא טעמא בעי: פארוואס האט דער אויבערשטער ניט געגעבן אידן "הלכות מדרש ואגדות* גלייך אין די לוחות הראשונות?

פון מדרש איז משמע,

אז דוקא נאכדעם ווי ס׳איז געווען שבירת הלוחות הראשונות האט געקענט זיין דער ענין פון "כפלים לתושי׳" ביי דער נתינה פון די לוחות השניות.

און — אויב עס וואלט געקענט זיין "כפלים לתושי׳* אויר בלי שבירת לוחות הראשונות — ווי אזוי ווערט אראפגענומען צערו של משה?

איז תמוה: וואם איז דער קשר פון נתינת התורה אינעם אופן פון "כפלים לתושי" — הלכות מדרש ואגדות — מיט שבירת הלוחות דוקא 25 ?

ד.

איינער פון די ביאורים אין דעם י״ל:

מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים,

אז א הקדמה ותנאי,

כדי א איד זאל קענען זיין א כלי צו תורתו של הקב״ה דארף ביי אים זיין דער ענין פון שפלות וביטול.

ווי מען זאגט אין תפלת "אלקי

נצור" 26

: "ונפשי כעפר לכל תהי׳ פתח לבי בתורתך״ — כדי ער זאל האבן פתיחת הלב צו

(ארייננעמען,

אויפנעמען)

"תורתך",

איז די הקדמה והכנה לזה ער זאל זיין בביטול — און ניט סתם ביטול,

נאר באופן פון "כעפר לכל".

און ווי די גמרא 27

זאגט "אם משים אדם עצמו כמדבר זה שהכל דשין בו תלמודו מתקיים בידו".

ס׳איז ניט מספיק וואס ער פילט זיין העדר תפיסת מקום לגבי דעם אויבערשטן

(נותן התורה),

נאר עם מוז זיין דער געפיל פון שפלות לגבי כל אדם

("שהכל דשין בו").

ווייל תורה איז דאך תורתו,

חכמתו של הקב״ה,

וואס כשם 28

ווי דער אויבערשטער איז "אין סוף" און דער שכל פון א נברא קען ניט האבן קיין תפיסה בו יתברך,

עד״ז איז חכמתו ית׳ העכער פון דעם אז א נברא זאל דאם קעגען תופס זיין 29 .

און אע״פ אז דער אויבערשטער האט מצמצם געווען חכמתו ית׳ אין דער תורה וואס האט ״אראפגענידערט״ און זיך ״אנגעטאן״ אין די עניני התורה כמו שהיא לפנינו,

באופן אז אויך דער שכל פון א נברא למטה זאל קענען האבן א השגה אין תורה 28

— דאך,

איז תורה

(פארבליבן)

חכמתו של הקב״ה אויך ווי זי איז אראפגעקומען דא למטה.

און דעריבער,

כדי א נברא זאל באמת משיג זיין די חכמה אלקית און ״נעמען״ תורה

(וואס איז בעצם העכער פון מציאות הנבראים)

— מוז ביי אים זיין דער ,

ונפשי כעפר לכל תהי׳״ — דער ביטול פון מציאות הנברא בתכלית.

ה.

און דאס איז די שייכות צווישן שבירת הלוחות און די לוחות שניות וועלכע זיינען געגעבן געווארן "הלכות מדרש ואגדות"

(תורה שבע־־פ)

:

איינער פון די ענינים אין וועלכע ס׳איז ניכר און עם דערהערט זיך ווי תורה איז אויך דא למטה חכמתו של הקב״ה — איז דער ענין הבלי גבול וואס מ׳זעט אין תורה — "ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים" 30

: וואס דער "אין סוף" פון תורה איז

(בגילוי)

אין תורה שבע׳־פ דוקא 31 .

תורה שבכתב איז דאך דוקא מיט א מדידה והגבלה,

לא חסר ולא יתיר: משא״כ תושבע״פ איז אדרבה — עס דארף זיין "לאפשה לה״ 32 ,

מען דארף מחדש זיין אין תורה,

און אין דעם איז ניטא קיין קץ ותכלית 31 .

און דערפאר זיינען די "הלכות מדרש ואגדות" געגעבן געווארן דוקא נאך שבירת הלוחות:

מ״ת איז געווען דער זמן ווען דער אויבערשטער האט

(באופן גלוי)

בוחר געווען דעם עם ישראל — "ובנו בחרת מכל עם ולשון״ 33

צוזאמען מיט ״ורוממ־ תנו מכל הלשונות" 34 .

איז דעריבער מובן,

אז דעמאלט,

ווען אידן זיינען גע־ ווען אין א מצב פון רוממות והתנשאות,

זיינען זיי — ע״פ טבע דקדושה — ניט געוועו שייך צו א מצב פון "כעפר לכל".

אמת טאקע,

אז די התגלות השכינה בעת מ״ת האט אויפגעטאן אין זיי דעם רגש פון חרדה וביטול — איז דאם אבער כלל ניט "לכל',

און עם איז גע־ קומען מצד די גילויים מלמעלה.

די אידן מצ״ע,

שטייענדיק אין תכלית העילוי וההתנשאות

(אלם מקבלי התורה — די "חמדה גנוזה" 35

של הקב״ה),

זיינען זיי ניט געווען שייר צום "ונפשי כעפר לכל",

"שהכל דשין בו".

און דאס איז דער "יישר כחך ששברת״ — ווייל די שבירת הלוחות אין אן אופן פון "ואשברם לעיניכם" 36 ,

האט אויפגעטאן ביי אידן דעם געפיל פון שפלות ושבירת לב,

וואס דאס האט זיי געמאכט א כלי ראוי 37

צו קענען אויפנעמען די "כפלים לתושי׳" פון לוחות שניות,

דעם ריבוי עד אין סוף פון תושבע״פ.

ו.

דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם טעם וואם "לוחות ושברי לוחות מונחין בארון״ — ווייל "לוחות ושברי לוחות" זיינען בעניניהם,

פאר־ בונדן מיט די צוויי ענינים וואס פאדערן זיך כדי צו אויפנעמען תורה:

לוחות איז ענינם ווי תורה איז חקוקה על האבן 38 ,

וואם ביי חקיקה זיינעו די אותיות ניט קיין צוגעגעבענע מציאות צו דער זאך אין וועלכער זיי זיינען

אויסגעקריצט,

נאר די אותיות זיינען מיני׳ ובי׳ — זיי זיינען א חלק בלתי נפרד פון דעם אבן אין וועלכן זיי זיינען אויסגעקריצט

ןמשא״כ אין א ס״ת זיינען די אותיות געשריבן בדיו על הקלף — א דבר נוסף על הקלף,

וואס דעריבער איז שייך אז מען זאל די אותיות אפטיילן

(אפמעקן)

פון דעם קלף],

און דאס איז מרמז אויף דעם "יחוד נפלא" 39

וואם ווערט אויפגעטאן דורך לימוד התורה,

אז דער שכל האדם איז אריינגעטאן און ארומגענומען פון חכמתו ית׳ און גלייכצייטיק נעמט ער אין זיך אריין חכמתו ית׳ באופן אז זיי ווערן "מיוחדים ממש מכל צד ופנה" 39 .

און "שברי לוחות" זיינען מרמז אויף דעם ענין הביטול,

די צעבראכנקייט וואס פאדערט זיך כדי צו קענען אויפ־ נעמען תורתו,

"ונפשי כעפר לכל תהי׳

(ועי״ז דוקא)

פתח לבי בתורתך".

ז.

די צוויי ענינים,

וועלכע פאדערן זיר אין לימוד התורה,

זיינען בתכונתם הפכיים:

אין לימוד התורה פאדערט זיך די מציאוח,

די ווירקונג און אויפטו,

פון שכל האדם.

וואס דאם איז בכלל דער חילוק צווישן קיום המצות און לימוד התורה: ביי קיום המצות איז דער עיקר — אשר קדשנו במצותיו וצננו,

אז דער איד פאלגט דעם אויבערשטן און טוט רצונו ית׳ מיט קבלת עול

(מלכותו,

וקבלת עול מצות)

: משא״כ לימוד התורה קען מען ניט יוצא זיין מיט קבלת עול אליין,

נאר עם מוז זיין

(בתושבע״פ)

הבנה והשגה 40 .

ביי לימוד התורה איז ניט געניג וואם דער איד גלויבט באמונה שלימה אז אלץ וואס שטייט אין תורה איז אמת; לימוד התורה מיינט,

אז ער לערנט די ענינים פון תורה אזוי,

אז זיי זאלן זיך אפלייגן אין זיין שכל.

ווען א איד לערנט א קשיא איו תורה — דארף דער ענין זיין קשה שווער ביי אים,

מצד זיין שכל; און דער תירוץ פון תורה אויף דער קשיא דארף אראפנעמען די שווערקייט באופן אז אין זיין שכל ווערט דער ענין רעכט.

און דוקא דורך אזא לימוד התורה ווערט אויפגעטאן דער "יחוד נפלא",

אז דער שכל האדם נעמט אריין אין זיך

(און ווערט אויך ארומגענומען פון)

שכל התורה.

אבער לאידך,

כדי אז דער לימוד התורה זאל זיין באופן אז זיין שכל

(=פארשטאנד)

זאל זיין מכוון לאמיתתה של תורה — ד.

ה.

אז אין שכל האדם

(הנברא)

זאל זיך אפלייגן ווי דאם איז מצד חכמתו יחי

(וואט איז באין ערוך העכער פון שכל אנושי,

הנברא)

— מוז דערביי זיין די זאך פון ביטול — "כעפר לכל״,

״שברי לוחות״ — וואם דורך דעם הויכט זיך אויף דער שכל אנושי של האדם העכער פון זיינע הגבלות און ער פארשטייט בהתאם צו חכמתו ית׳.

ח.

ווי קענען זיין צוויי תנועות הפכיות בבת אחת?

איז דער ענטפער אויף דעם — "לוחות ושברי לוחות מונחין בארון":

בנוגע דעם ארון זאגן חז״ל 41

"מקום ארון אינו מן המדה",

וואס דאם איז א חיבור פון שני הפכים בבת אחת: ס׳איז ״מקום ארון״ — א מקום מיט א מדה

אמתית,

מדה מחויבת ע״פ תורה,

וכמש״נ 42

״אמתים וחצי 43

ארכו גו׳": און צוזאמען דערמיט איז דער מקום גופא געווען ״אינו מן המדה״ — מדה ואינו מן המדה בבת אחת!

ווייל אין ארון

(שבתוך קדה״ק)

איז געווען התגלות עצמותו ית׳,

וואס הוא ית׳ איז "נמנע הנמנעות" ונושא הפכים — כביאור הרשב״א בזה 44 ,

ובמילא קען דורך אים זיין דער חיבור פון שני הפכים בבת אחת.

ועד״ז איז בנוגע בחי׳ "ארון" אין נפש האדם

[וכידוע וואם עם שטייט אין ספרים 45 ,

אז אלע פרטים איו משכו

(מקדש)

וכליו זיינען פאראן דוגמתם אין נפש האדם]

— פנימית דפנימית הלב,

יחידה שבנפש 46

:

מצד דער עבודה פון יחידה שבנפש — "יחידה לייחדך"

(וואס אין איר איז מאיר בחי׳ יחיד דלמעלה 47 ,

עצמותו ית׳)

— קען ביי א אידן זיין ביידע תנועות הפכיות בעבודת השם בבת אחת 48 ,

"לוחות ושברי לוחות מונחין בארון".

(משיחות פורים תשמ״ה,

שבת חוהמ״ס תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.