א.
פון דעם פסוק 1
„ומשחת בו את אהל מועד גו׳" איז רש"י מעתיק די ווערטער „ומשחת בו" און איז מפרש: כל המשיחות כמין כ"ף יונית 2
חוץ משל מלכים שהן כמין נזר.
דער מקור פון רש"י׳ס פירוש וועגן די אופני המשיחה איז אין גמרא הוריות 3
און כריתות 4 ,
און דער לשון הגמרא
(אין הוריות)
איז: „מושחין את המלכים כמין נזר ואת הכהנים כמין כי,
מאי כמין כי אמר רב מנשיא בר גדא כמין כף יוני" 5 .
אָבער צוזאַמען דערמיט איז רש"י בפירושו משנה פון ל׳ הגמרא בכמה פרטים: א)
רש"י זאָגט „ כל המשיחות" — ניט נאָר משיחת כהנים,
ווי עס שטייט אין גמרא.
ב)
ער איז מקדים „כל המשיחות" פאַר משיחת מלכים.
ג)
נאָכמער: אפילו נאָכדעם — ברענגט רש"י משיחת מלכים ניט אַלס אַ בבא
(דין)
בפ"ע,
ווי אין גמרא,
נאָר אַלס פרט היוצא חוץ מן הכלל פון „כל המשיחות" — „ חוץ משל מלכים".
דער טעם פון די שינויים איז מובן בפשטות: רש"י דאָ — על התורה איז דאָך מפרש פשוטו של מקרא ,
און אין די פסוקים רעדט זיך וועגן מערערע משיחות: משיחת המשכן והארון און די כלים 6 ,
און אויך משיחת אהרן ובניו 7
אָבער וועגן משיחת מלכים ווערט דאָ ניט דערמאָנט.
און דעריבער איז רש"י מפרש: „ כל המשיחות — וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין די פסוקים — כמין כ"ף יונית — חוץ משל מלכים
(וואָס שטייט ניט אין די פסוקים)
שהן כמין נזר".
לפ"ז בלייבט אָבער ניט גלאַטיק: כלל דרש"י עה"ת איז דאָך,
אַז
(ער איז ניט קיין ספר הלכות,
נאָר)
„אני 8
לא באתי אלא לפשוטו של מקרא" איז פאַרוואָס דאַרף רש"י בכלל מוסיף זיין דאָ „חוץ משל מלכים כו׳",
וויבאַלד אַז אין דער פרשה — און אויך אין די פסוקים ופרשיות שלפני זה — ווערט כלל 9
ניט דערמאָנט וועגן משיחת מלכים?
ב.
בנוגע דעם אופן המשיחה,
האָט שוין רש"י מפרש געווען אין דער פרשה שלפנ"ז
(פ׳ תצוה)
כמה פעמים:
אויפן פסוק 10
„ורקיקי מצות משוחים בשמן" זאָגט רש"י „אחר אפייתן מושחן כמין כ"ף יונית שהיא עשוי׳ כנו"ן שלנו"; עטלעכע פסוקים נאָך דעם 11 ,
ביים ענין פון משיחת אהרן,
זאָגט רש"י „אף משיחה זו כמין כ"י
(נותן שמן על ראשו ובין ריסי עיניו ומחברן באצבעו)
"; און דערנאָך,
ביים פסוק וועגן משיחת המזבח 12 ,
זאָגט רש"י „וכל המשיחות כמין כ"ף יונית".
דער טעם
(ומקור)
בפשטות וואָס
רש"י זאָגט ביים
(צווייטן)
פסוק וועגן משיחת אהרן „אף משיחה זו כמין כ"י",
איז ווייל דאָס קומט בהמשך צום פריערדיקן פסוק באַ דער משיחה פון רקיקי מצות וועלכע איז געווען אַזוי.
אָבער לפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז רש"י משנה ביים
(דריטן)
פסוק וועגן משיחת מזבח און זאָגט אַ כלל „וכל המשיחות" און ניט פי׳ הכתוב „אף משיחה זו
(כמין כ"ף יונית)
",
בדומה צו משיחת אהרן שלפנ"ז?
לכאורה יש לומר החילוק: משיחת הרקיקין און משיחת אהרן זיינען צוויי באַזונדערע עניני משיחה לגמרי: די משיחה פון די רקיקי מצות איז בשמן זית,
און איז אַ פרט פון די עשיות קרבן 13 .
משא"כ משיחת אהרן איז בשמן המשחה 14
און איז איינע פון די פעולות צו אויפטאָן דעם „וקדשת ..
לכהן" 15 .
נאָך מער: דער עצם מובן פון „משיחה" איז ביי „משיחת משכן וכהנים ומלכים" אַנדערש ווי ביי משיחת רקיקין,
ווי רש"י איז מפרש
(בפרשתנו) 16
אַז ביי „משיחת משכן וכהנים ומלכים" איז משיחה „מתורגם לשון רבוי ..
גדולה",
משא"כ ביי „רקיקין משוחין"
(וכיו"ב)
איז „לשון ארמית בהן כלשון עברית" 17 .
משא"כ די דריטע משיחה בכתוב,
משיחת מזבח,
איז ניט אַן אַנדער סוג משיחה ווי משיחת אהרן שלפנ"ז — אויך די משיחה איז
(ווי רש"י איז
מקדים) 18
בשמן המשחה און זי איז כדי „ לקדשו " 19 .
און דעריבער באַוואָרנט רש"י דוקא באַ משיחת אהרן „ אף משיחה זו כו׳": די הדגשה אינעם ריבוי „אף" איז בעיקר
(ניט ווייל דאָ רעדט זיך וועגן מושח זיין אַן אַנדער מציאות — אהרן און ניט רקיקין,
נאָר)
ווייל דאָס איז אַן אַנדער סוג משיחה
(לגדולה),
אַז ניט קוקנדיק אויף דעם
(וואָס זי איז אַן אַנדער סוג משיחה)
איז „אף משיחה זו כמין כ"י".
משא"כ בנוגע למשיחת המזבח בשמן המשחה וואָס איז פון זעלבן סוג משיחה ווי משיחת אהרן,
דאַרף רש"י ניט מוסיף זיין די באַוואָרעניש „ אף משיחה זו".
ג.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין — לכאורה איז פירוש רש"י בנוגע משיחת רקיקי מצות בפ׳ תצוה אין סתירה צו פירש"י אין פ׳ ויקרא 20
:
אין פ׳ תצוה זאָגט רש"י בפשטות אַז משיחת רקיקי מצות,
כאָטש עס איז אַן אַנדער סוג משיחה,
איז עס אָבער אין דעם זעלבן אופן ווי די משיחות בשמן המשחה,
[ביז אַז אויך דעם אופן פון משיחת אהרן איז רש"י 11
מדמה צו משיחת הרקיקין
(„אף משיחה זו")
; ועד"ז איז ער דערנאָך 12
סותם „ כל המשיחות כמין כ"ף יונית",
וואָס פון סתימת לשון רש"י איז משמע 21 ,
אַז מיט „כל המשיחות" מיינט ער
(כפשוטו)
— אַלע משיחות,
עכ"פ וועגן וועלכע מ׳האָט געלערנט ביז דאָ,
כולל משיחת רקיקי מצות].
אָבער אין פ׳ ויקרא,
ביי „רקיקי מצות משוחים בשמן" פון קרבן מנחה,
ברענגט רש"י צוויי דיעות אין אופן המשיחה 22
— „י"א מושחן וחוזר ומושחן עד שיכלה כל השמן שבלוג ..
וי"א מושחן כמין כף יונית" — ד.
ה.
אַז לויט איין דיעה
(הראשונה 23 )
אין פירש"י,
איז אופן משיחת הרקיקין
(זייענדיק אַן אַנדער סוג משיחה)
טאַקע ניט ווי די אַנדערע משיחות
(שבשמן המשחה) 24 ,
ניט ווי אין פ׳ תצוה וואו רש"י איז סותם ווי איין 25
דיעה 26 .
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים שאלה הנ"ל — בנוגע צו אַלע פירושי רש"י הנ"ל: פרש"י על התורה
איז דאָך ניט קיין ספר הלכות; איז ניט גלאַטיק — למאי נפק"מ בפשוטו של מקרא אין וועלכן אופן ס׳איז געווען די משיחה?
און אויב אפילו מ׳זאָל געפינען אַ טעם פאַרוואָס רש"י דאַרף מפרש זיין פאַרן בן חמש למקרא דעם אופן המשיחה — איז כלל ניט מובן פאַרוואָס רש"י דאַרף מאריך זיין און שרייבן אַז דאָס איז „ כמין כ"ף יונית שהיא עשוי׳ כנו"ן שלנו" און זאָגט ניט בקיצור אַז די משיחה איז אַזוי ווי אַ „נו"ן שלנו" 27
!
נאָך מער: אין די ווייטערדיקע פירושים,
בשעת רש"י חזר׳ט איבער דעם ציור המשיחה,
נוצט ער אַלעמאָל דעם לשון „כמין כ"ף יונית" ניט דערמאָנענדיק אַז דאָס איז „כנו"ן שלנו".
איז תמוה: נניח אַז רש"י דאַרף מודיע זיין אַז דאָס איז „כמין כ"ף יונית" — אָבער נאָכדעם ווי ער האָט שוין דאָס איין מאָל געלאָזט וויסן,
איז דאָך מתאים ומסתבר אַז ביים ווייטערדיקן מצייר זיין אופן המשיחה זאָל ער נוצן די מסקנא — ווי די צורת „נו"ן",
ובפרט אַז דוקא זי איז פאַרשטאַנדיק און קלאָר ביים בן חמש למקרא.
ולפועל איז רש"י מוסיף בלויז דעם ערשטן מאָל אַז ס׳איז „כנו"ן שלנו" און דערנאָך,
בכל פעם,
זאָגט ער נאָר „כמין כ"ף יונית"!
ה.
וועט דאָס זיין פאַרשטאַנדיק לאחרי הביאור והבירור אין דער גירסא הנכונה פון די ווערטער
(בנוגע „כ"ף יונית")
בפירוש רש"י:
אין מס׳ כריתות 4
(לגבי משיחת כהנים)
איז דער לשון הגמרא: „כמין כי ..
כמין כי יוני"; אין מס׳ הוריות 3
איז די גירסא אין די גמרות שבידינו
(כנ"ל ס"א)
: „כמין כ"ף יוני",
אין כת"י 28
(פון מס׳ הוריות)
איז די גירסא „כי יוני",
ווי אין מס׳ כריתות,
און אין מס׳ מנחות
(לגבי משיחת הרקיקין)
: אין דער משנה שטייט 29
„כמין כי" און די גמרא 30
איז דערויף מפרש „כמין כי יווני" 31 .
אין פירוש רש"י על התורה געפינט מען כמה וכמה נוסחאות.
אין די פירושי רש"י פון די געדרוקטע חומשים — איז ביים ערשטן און דריטן פירוש הנ"ל שבפ׳ תצוה און אויך בפרשתנו און אין פ׳ ויקרא,
שטייט „כמין כ"ף יונית",
און ביים צווייטן פירוש
(ביי משיחת אחרן)
איז דער לשון „כמין כ"י".
אָבער אין די כתבי יד פון פרש"י,
ועד"ז אין דפוס ראשון ושני — זיינען פאַראַן כו"כ שינויים ,
וברובם שראיתי איז די גירסא אין אונזער פרשה
(און אין די לעצטע צוויי פירושים הנ"ל שבפ׳ תצוה און אין פ׳ ויקרא)
— „כמין כי" 32
;
און אין דעם ערשטן פירוש הנ"ל שבפ׳ תצוה „כמין כי יונית"
(אָבער אין כמה כתבי יד ווערט דערנאָך אָפּגעטייטשט „פי׳ כמין כ"ף יונית") 33 .
ווי מען לערנט בפשטות,
איז די כוונה אין פירוש רש"י „כמין כי" פּונקט ווי אין גמרא,
אַז דאָס מיינט
(ווי די גמרא גופא טייטשט דאָס דערנאָך אָפּ)
„כמין כי יוני" 34
(ווי דער אות „כי" אין לשון יון) 35 .
אָבער לפ"ז איז צע"ג
(לויט דעם רוב נוסחאות בכת"י הנ"ל — „כמין כי")
: מה־דאָך אַז די גמרא באַנוגנט זיך ניט מיט זאָגן סתם „כמין כי" און טייטשט אָפּ בכל מקום וואָס עס מיינט „כמין כי" — איז דאָך עאכו"כ,
אַז רש"י בפירושו על התורה,
וואָס איז פאַר אַ בן חמש למקרא,
וועט ניט סותם זיין און זאָגן בלויז „כמין כי"!
ודוחק לומר,
אַז רש"י פאַרלאָזט זיך אין די אַלע ערטער
(וואו ער זאָגט „כמין כי")
אויף דעם וואָס ער האָט מפרש געווען דעם ערשטן מאָל
(אַז דאָס מיינט „כמין כי יונית העשוי׳ כנו"ן שלנו",
וכיו"ב),
נאָר ער וואָלט אין יעדן אָרט צוגעלייגט דעם
(איין)
וואָרט „יונית"
(„כי יונית")
צו קלאָר מאַכן אַז דאָס איז אַן אות בלשון יוני.
ולכן נ"ל,
אַז אין די ערטער וואו מען געפינט אין פרש"י על התורה די גירסא „כמין כי" — איז דער וואָרט „כי"
( ניט קיין העתק פון לשון הגמרא,
און דאָס מיינט אַן אות בשם „כי",
נאָר דאָס איז)
אַ ר"ת ,
און עס דאַרף שטיין כבדפוסים שלנו „כמין כ"י" 35
(מיט אַ סימן „גרשיים" — לראשי תיבות),
דהיינו: „ כ "ף י ונית"
(ווי ער איז מפרש אין דעם ערשטן פירוש בפ׳ תצוה) 36 .
[בפשטות נעמט מען אָן אַז די גרשיים אויפן וואָרט „כ"י" איז צו מציין זיין אַז דאָס איז אַ נאָמען פון אַן אות.
אָבער ע"פ הנ"ל,
ובהקדים אַז לא בא רש"י לסתום אלא לפרש,
איז נ"ל אַז די גרשיים זיינען בפשטות — אַ סימן של ר"ת,
כנ"ל].
און לויט דעם „פאַרדינט" מען אויך,
אַז מען דאַרף ניט מרבה זיין אין די שינויי נוסחאות
(וטעותי)
המעתיקים כו׳
(אַז זיי האָבן פאַרפעלט אָדער צוגעשטעלט דעם וואָרט „יוני",
אָדער אַז אַנשטאָט אַ פ"א סופית אַ ליינגען פ"א געשטעלט אַ יו"ד — „כ"י" במקום „כף").
ו.
עפ"ז
(אַז רש"י זאָגט בכל פעם „כף יונית")
יש לומר,
אַז די כוונה פון רש"י מיט „כמין כ"י
( — כף יונית)
" איז ניט צו מתאר זיין דעם ציור האות 37
(וואָרום רובא דעלמא ווייס ניט קיין לשון יוני) 38 ,
נאָר — אַז דער ציור ואופן המשיחה האָט אַ שייכות מיט אות כ"ף שלנו.
דער ביאור בזה: דער אברבנאל 39
איז מבאר דעם טעם וואָס די משיחה פון אהרן איז „כמין כ"ף יונית",
אַז דאָס איז מרמז „שהוא אשר בחר השם לכהן כי הכ"ף היא ראשונה לאותיות כהן ".
ויש לומר: אויך רש"י נעמט אָן
(ואדרבא — פריער בזמן),
אַז דער טעם וואָס משיחה איז „כמין כ"ף יונית" איז ווייל כ"ף איז דער ערשטער אות פון וואָרט „כהן".
און ס׳איז ניט קיין קשיא ווי איז שייך צו זאָגן
(אין פשוטו של מקרא)
— א)
אַז רש"י זאָל מיינען אַן ענין פון ר"ת,
ב)
און נאָך באופן אַז דער ר"ת
(דער ערשטער אות פון לשון־קודש׳ן וואָרט)
קומט גאָר בצורת אות אין לשון יונית ! ג)
און דעם גאַנצן ענין זאָגט רש"י ניט בפירוש,
נאָר ער פאַרלאָזט זיך אַז מ׳וועט עס אַליין פאַרשטיין
(אויך אַ בן חמש למקרא)
ביים לערנען! —
ווייל רש"י האָט שוין פריער אין זיין פירוש
(בפ׳ בראשית 40 )
געלאָזט וויסן אַז
(אויך בפשוטו של מקרא)
באַנוצט זיך די תורה מיט ראשי־תיבות — רש"י טייטשט דאָרט דעם וואָרט „שמים" מיט כמה פאַרשידענע ראשי תיבות
(„שא מים,
שם מים,
אש ומים")
און ער איז דאָס מפרש אין פשוטו של מקרא
(ניט בהקדמה אַז דאָס זיינען „מדרשי אגדה").
ווייס מען שוין אַז אַן אות קען מיינען אַ ר"ת.
ולכן בשעת רש"י זאָגט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן אות,
פאַרשטייט מען אַז דאָס קען זיין,
דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ ר"ת.
און עס איז אויך כלל ניט שווער,
אַז תורה זאָל זיך באַציען צו אַן אות וואָס איז ניט פון לשון הקודש.
— ווייל אויך דאָס האָט שוין רש"י געלערנט 41
: דעם וואָרט „ולטוטפות" איז רש"י מפרש „טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים",
ד.
ה.
אַז תורה רופט אָן תפילין מיט אַ נאָמעןוואָרט וועלכער איז צונויפגעשטעלט פון ווערטער פון צוויי אַנדערע לשונות 42 .
ז.
אָבער לכאורה איז דער ביאור ניט אויסגעהאַלטן,
וואָרום רש"י זאָגט דאָך דעם פירוש אַז משיחה איז „כמין כ"ף יונית" ניט נאָר ביי משיחת אהרן — כהן ,
נאָר אויך ביי משיחת משכן וכליו; און נאָכמער: דעם ערשטן מאָל וואו רש"י זאָגט עס איז גאָר ביי משיחת רקיקין
(כנ"ל)
(און ביי משיחת אהרן זאָגט רש"י דעם לשון
(כנ"ל)
„ אף
משיחה זו כמין כ"י")
— איז ווי קען מען לערנען אין פירוש רש"י,
אַז מיטן זאָגן אַז די משיחה איז „כמין כ"ף יונית" איז כוונתו אַלס ראש תיבת כהן ,
וויבאַלד אַז במקומות אלו רעדט זיך ניט וועגן כהן!
ויש לומר,
אַז דערמיט וואָס רש"י זאָגט ביי די אַלע משיחות אַז זיי זיינען „כמין כ"ף יונית"
(און ווי ער איז נאָך מדגיש בפירושו בפ׳ תצוה
(און אַזוי אויך בפרשתנו)
כל המשיחות כמין כ"ף יונית 43 )
— איז כוונתו להשמיענו,
אַז דער גדר המשיחה אין די אַלע פאַלן איז פאַרבונדן מיט ענין הכהונה
(ניט — מיט אַ כהן).
ח.
דער ביאור אין דעם:
די רקיקי מצות
(שבפ׳ תצוה)
זיינען פון קרבנות המילואים,
וואָס ענינם איז
(ווי דער פסוק זאָגט דאָרט)
: „וזה הדבר אשר תעשה להם לקדש אותם לכהן לי 44
לקח גו׳ ולחם גו׳ ורקיקי מצות משוחים בשמן גו׳",
אַז דורך די קרבנות המילואים איז „נתמלאו ידיהם
(פון אהרן ובניו)
ונתקדשו לכהונה " 45 .
און דערפאַר איז רש"י מדגיש אַז די משיחת הרקיקין איז געווען „כמין כ"ף יונית",
ווייל דער גדר פון דער משיחה איז — אַלס אַן ענין של מילואים וואָס טוט אויף „ לקדש אותם לכהן לי".
ד.
ה.
: די משיחת הרקיקין דהמילואים,
איז ניט בלויז איינע פון די עשיות וואָס גרייט צו די רקיקי מצות צו ווערן ראוי לקרבן
(כנ"ל ס"ב),
נאָר די משיחה גופא איז אַ חלק פון ענין המילואים וואָס פּועל׳ט דעם „לקדש אותם לכהן לי" 46 .
דערמיט איז פאַרענטפערט בפשטות פאַרוואָס רש"י בפ׳ תצוה איז סותם כהדיעה אַז די רקיקי מצות האָט מען מושח געווען כמין כ"ף יונית,
משא"כ אין פ׳ ויקרא ברענגט ער צוויי דיעות —
ווייל ע"פ פשוטו של מקרא זיינען דאָס צוויי באַזונדערע ענינים:
אין פ׳ תצוה,
וואו עס רעדט זיך וועגן די מילואים,
איז אויך די משיחת הרקיקין אַ טייל פון ענין המילואים,
וואָס טוט אויף קדושת כהונת אהרן
(כנ"ל),
ובמילא איז די משיחה „כמין כ"ף יונית".
משא"כ בפ׳ ויקרא,
וואו עס רעדט זיך וועגן אַ קרבן מנחה מאפה תנור — האָט דאָס קיין שייכות ניט צו ענין הכהונה ,
נאָר סתם אַ פרט אין מעשה הקרבן,
דעריבער איז אין פשוטו של מקרא דאָ א ַנתינת מקום פאַר ביידע דיעות,
און נאָכמער שקולין הם* 46 .
ט.
עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק בנוגע משיחת משכן וכליו — וואָס פאַר אַ שייכות מיוחדת האָבן די משיחות
(דורך ר"ת „כ"ף יונית",
כנ"ל)
צו „כהן" 47 ?
ויש להסביר בזה: לויט רש"י איז דער כ"ף יונית דער ראש התיבה ניט
(דוקא)
פון וואָרט „כהן"
(אַלס שם התואר וואָס באַציט זיך בלויז צו אהרן ובניו,
ווי ס׳איז משמע פון פשטות לשון האברבנאל),
נאָר,
כנ"ל,
פון כללות׳דיקן וואָרט כהונה — די שירות פון כהונה.
ד.
ה.
אַז אויך משיחת אהרן ובניו איז ענינה ניט
(נאָר)
אַז זיי ווערן דערמיט כהנים,
נאָר
(בלשון הפסוק)
„וקדשת אותם לכהן לי ",
אַז די משיחה טוט אויף די קדושה וועלכע ברענגט זיי אַריין אין דער שררה 48
ושירות
(ועבודה 49 )
פון כהונה 50 .
ועפ"ז איז מובן די שייכות פון משיחת משכן וכליו צו „כ"ף יונית" — ר"ת
(כהן)
כהונה: כשם ווי משיחת אהרן ובניו איז זיי מקדש אויף ווערן ראוי לשירות ועבודה,
אַזוי אויך בנוגע צום משכן וכליו: די משיחה פון משכן וכליו האָט אויפגעטאָן אין זיי אַ קדושה וועלכע מאַכט זיי ראוי אַז מ׳זאָל אין
(און מיט)
זיי טאָן די עבודה ושירות 51 .
יו"ד.
ע"פ כל הנ"ל איז אויך פאַרענטפערט לשון רש"י בפרשתנו: „כל המשיחות כמין כ"ף יונית חוץ משל מלכים שהם כמין נזר":
דאָס וואָס רש"י זאָגט דעם כלל „כל המשיחות כמין כ"ף יונית" — כאָטש אַז פרש"י על התורה איז ניט קיין ספר הלכות — איז ווייל דערמיט איז מודגש ומובן ווי אַזוי דער שמן המשחה איז „שמן משחת קדש יהי׳" 52
— אַז די משיחה טוט אויף דעם ענין הקדושה.
וואו זעט מען אַז דאָס איז דער גדר פון שמן המשחה?
זאָגט רש"י „ כל המשיחות
(פון שמן המשחה)
כמין כ"ף יונית",
וואָס ווייזט,
כנ"ל,
אַז דאָס טוט אויף די קדושה צו ווערן ראוי לשירות
(כהונה).
און אַלס ראי׳ והוכחה צום ענין הנ"ל,
אַז דער אופן המשיחה
(„כמין כ"ף יונית")
איז פאַרבונדן מיטן מכוון און אויפטו פון דער משיחה — כהונה,
איז רש"י מוסיף אַ ראי׳ — באַ ניט כהונה
איז ניטאָ די משיחה — „ חוץ משל מלכים שהן כמין נזר": משיחת מלכים,
וואָס די משיחה איז ניט פאַרבונדן מיט כהונה,
איז די משיחה ניט „כמין כ"ף יונית"
(נאָר אין אַן אופן וואָס איז מתאים צו גדר המלכות — „כמין נזר " 53 ).
ובפשטות יותר יש לומר: אין די פירושי רש"י אויף די פסוקים בפרשתנו ווערט עטלעכע מאָל דערמאָנט
(נוסף להנ"ל)
וועגן משיחת מלכים 54 ,
אע"פ אַז אין די פסוקים ווערט כלל ניט גערעדט וועגן מלך.
וטעם הדבר: וויבאַלד אַז דאָ איז די פרשה פון עשיית שמן המשחה „ לדורותיכם " 55 ,
און „לדורות" האָט מען דאָך דעם שמן המשחה אויך גענוצט פאַר משיחת מלכים 56
— דעריבער דאַרף מען זאָגן,
אַז אין די פסוקים דאָ ווערן אויך נרמז עכ"פ ענינים פון משיחת מלכים — און דערפאַר דערמאָנט רש"י דאָ כמה פעמים וועגן משיחת מלכים 57 .
ועד"ז אין דעם פירוש רש"י: בשעת רש"י זאָגט „כל המשיחות כמין כ"ף יונית" כדי צו אַרויסברענגען אַז דער אופן משיחה איז מתאים צו פעולת המשיחה — באַוואָרנט ער שוין דערביי,
אַז אויך משיחת מלכים איז אין אַן אופן המתאים צו גדר המלכות : „חוץ משל מלכים שהן כמין נזר",
וכנ"ל 58 .
יא.
פון די יינה של תורה בפירוש רש"י:
לכאורה איז ניט גלאַטיק: אמת טאַקע,
אַז אויך אַן אות פון לשון יוונית קען אין תורה באַנוצט ווערן אַלס ר"ת פון אַ לשון־קודש׳דיקן וואָרט,
כנ"ל — אָבער מאי טעמא וואָס לשון יוונית ווערט גענוצט דוקא ביי דעם ענין?
איז דער ביאור
(פנימי)
בזה: עס איז ידוע 59
דער פירוש פנימי פונעם מאמר חז"ל 60
אַז די „יונים ..
טמאו כל השמנים שבהיכל",
אַז שמנים שבהיכל זיינען מרמז אויף חכמה דקדושה
(ווייל
שמן איז בחי׳ חכמה 61 ),
און די יונים — חכמה דלעו"ז — זיינען מנגד צו חכמה דקדושה,
זיי האָבן אַריינגעבראַכט אַ טומאה ר"ל אין דעם שמן שבהיכל.
און דער ביטול פון קליפת יון איז דורך דעם „פך שמן" וואָס איז חתום „בחותמו של כהן גדול": דער „פך שמן" איז די בחינה פון „שמן משחת קדש" 62 ,
וואָס דאָס איז די דרגא פון „קדש" וואָס איז העכער פון
(חכמה און פון)
וועלט פון סדר ההשתלשלות 63 ,
און דעריבער איז ניט נאָר וואָס קליפת יון קען ניט מנצח זיין דעם שמן,
נאָר פאַרקערט,
דער „שמן משחת קדש" איז מנצח און מבטל קליפת יון לגמרי.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס די משיחה בשמן המשחה איז „כמין כ"ף יונית " — לרמז,
אַז דער שמן המשחה גיט דעם כח צו מבטל זיין קליפת יון,
ביז אַז ניט נאָר איז יון ניט מנגד צו קדושה,
נאָר פאַרקערט — לשון יונית עצמה ווערט גענוצט,
נתהפך לקדושה — די כ"ף יונית איז מתאר און קובע דעם אופן המשיחה — המשכת הקדושה,
כנ"ל.
און נאָכמער — מקדים רפואה
(המשיחה)
למכה
(גזירות מלכות
יון הרשעה).
און נאָכמער: יפת אלקים ליפת ..
יהא באהלי שם — שרייבן לשון
(ואותיות)
יון וועלכע איז מובחר דאַרף זיין בספרי קדושה פון אידן 64 .
יב.
לויט דעם ביאור וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם
(פנימי)
פאַרוואָס עס איז „כמין כ"ף יונית" דוקא — ווייל דער אות כ"ף איז מרמז אויף ספירת הכתר
(כידוע 65 ).
וואָס דער כח צו מברר זיין לשון יונית ולהפכו נעמט זיך
(כנ"ל)
פון בחי׳
(כתר)
שלמעלה מהשתלשלות.
און דער ענין — ווי דער „שמן משחת קדש" איז מברר לשון יונית — וועט זיין
בגלוי בשלימות לעתיד לבא,
וואָס דעמאָלט וועט נתברר ווערן אויך כח"ב דקליפה 66 .
וכמרומז אויך אין דעם וואָס דער שמן המשחה איז געמאַכט געוואָרן „לדורותיכם" 67
כולל „לעתיד לבוא" „עולמית 68 ,
און נאָכמער — אין אַן אופן אַז „ כולו קיים לעתיד לבא" 69
— ווייל דער תוכן הענין פון דעם שמן המשחה וועט זיך אויפטאָן בשלימותו ובכולו „לעתיד לבא".
(משיחת ש"פ תשא תשמ"א)