א.
אויפן פסוק 1
„זה יתנו גו"
(ביים ציווי פון מחצית השקל)
זאָגן חז"ל 2
: כמין מטבע של אש הוציא הקב"ה ..
והראהו למשה ואמר לו זה יתנו,
כזה יתנו.
וואָס איז די שוועריקייט אין „מחצית השקל" ביז אַז דער אויבערשטער זאָל דערפאַר דאַרפן באַווייזן צו משה רבינו אַ „מטבע של אש"?
איז תוספות 3
מבאר,
אַז „תמה
(משה)
על הדבר מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו".
אָבער דאָס פאָדערט אַ ביאור:
וואָס איז געווען די תמי׳ ופלא ביי משה רבינו וואָס די נתינה פון מחצית השקל קען זיין „כופר נפשו" — יעדער פּשוט׳ער שטאָט־מגיד
[וועמענס שכל איז שלא בערך כלל וכלל צו שכלו של משה רבינו — דער „נבחר מכל מין האדם אשר השיג ..
יותר כו'" 4 ,
און תכלית השלימות אין שכל]
איז עס מסביר גאָר בפשטות : ווען אַ איד איז מקיים אַ מצוה קומט אים דערפאַר אַ שכר ולפעמים אַ שכר גדול ביותר,
כמש"נ 5
„אם בחוקותי תלכו גו׳ ונתתי גשמיכם בעתם גו'" אַלע ברכות וואָס ווערן דאָרט אויסגערעכנט 6
; ועד"ז
בנדו"ד: אַלס שכר פון מקיים זיין מצות מחצית השקל באַקומט מען „כופר נפשו".
איז וואָס איז דער פלא און — אַ גרויסער פלא פון משה רבינו וואָס דורך דער מצוה 7
גיט מען „שכר" — „כופר נפשו" 8 ?
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק דער ענטפער פון דעם אויבערשטן — הראהו „מטבע של אש":
(א)
וואָס איז דער דיוק „מטבע של אש " דוקא?
— וממה נפשך:
אויב דער דיוק פון „אש" איז מצד דעם וואָס אַלע ענינים דלמעלה זיינען של „אש"
(„משרתיו אש לוהט" 9
וכיו"ב),
און דערפאַר,
ווען דער אויבערשטער באַווייזט אַ דבר מסוים איז עס בצורת „אש" — איז דאָך ניט נויטיק דאָס צו מדגיש זיין במיוחד דאָ
(וויבאַלד אַז אַלע ענינים דלמעלה זיינען של אש)
;
און אויב מ׳זאָל זאָגן,
אַז לולא דער הדגשה „מטבע של אש " וואָלט מען געקענט מיינען אַז דער אויבערשטער האָט באַוויזן אַ מטבע כפשוטה,
מטבע של כסף
(און ניט של אש)
— ע"ד „והקמות את המשכן כמשפטו אשר הראית
בהר" 10 ,
וואָס מען האָט אים באַוויזן דעם תבנית פון אַ משכן גשמי 11
(ע"פ פשוטו של מקרא)
— פאָדערט זיך ביאור
(לאידך)
: מיט וואָס איז אַנדערש מחצית השקל וואָס ביי אים איז מוכרח צו ווייזן אַ „מטבע של אש " דוקא?
(ב)
ועיקר: וואו איז דאָ דער ענטפער אויף משה רבינו'ס תמי׳
(ווי אַזוי קען די נתינה פון אַ מחצית השקל זיין כופר נפשו)
דורך דעם וואָס הראהו הקב"ה „מטבע של אש"?
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן,
אַז די צוויי שאלות הנ"ל
(אין דעם ענטפער פון אויבערשטן)
ווערן פאַרענטפערט אחת בחבירתה:
דער ענטפער אויף דער תמי׳ ווי קען די נתינה פון מחצית השקל זיין „כופר נפשו" איז — הראהו הקב"ה „מטבע של אש ": ווען אַ איד איז מקיים אַ מצוה
(כה דברי כאש 12 )
דורך אַ מטבע גשמית,
ועאכו"כ ווען ער איז מקיים די מצוה מיט חיות און התלהבות
(„אש" שבנפשו 13 )
— ווערט עס אַן ענין של „אש",
און דעריבער קען די נתינה זיין „כופר נפשו".
אָבער עפ"ז ווערט נאָך שטאַרקער די
(ערשטע)
שאלה הנ"ל
(סעיף א)
— וואָס איז מלכתחילה די תמי׳ פון משה רבינו: אָט די הסברה
(אַז דורך מקיים זיין אַ מצוה ווערט אַן ענין פון „אש")
— איז
(א)
אַ דרש רגיל ביי יעדן דרשן,
און
(ב)
בנוגע צו אַלע מצות ,
אַז דורך טאָן אַ מצוה איז מען ממשיך און פועל אין דעם דבר מצוה אַן ענין פון „אש"
(רוח־
נית 14 ).
איז וואָס איז די תמי׳ פון משה רבינו ,
און ביי דעם ענין פון מחצית השקל דוקא?
זאת ועוד: אויב צוליב דעם,
וואָלט געווען גענוג אַז דער אויבערשטער זאָל זאָגן משה׳ן אַז דורך דער מצוה וועט די מטבע ווערן אַן ענין פון „אש"; ואדרבא עס האָט געדאַרפט זיין דוקא
(און נאָר)
דורך זאָגן — וואָרום אַזוי איז דאָך געווען די נתינה פון כל התורה ומצותי׳ צו משה׳ן! פאַרוואָס האָט דאָ דער אויבערטשער געדאַרפט אַרויסנעמען און באַווייזן אַ „מטבע של אש" און זאָגן „זה יתנו"?
דערפון וואָס דוקא ביי דעם ענין האָט זיך געפאָדערט די פעולה מיוחדת פון אויבערשטן צו באַווייזן „מטבע של אש" און זאָגן „זה יתנו" — איז מוכרח צו זאָגן,
אַז ביי מחצית השקל איז דאָ אַן ענין מיוחד וואָס איז ניטאָ ביי אַלע אַנדערע מצות.
ג.
די נקודת הביאור אין דעם — יש לומר:
דער ענין פון שכר מצוה — קען זיין אויף צוויי אופנים 15
:
(א)
די עשיית המצוה איז אַזאַ פעולה וואָס מצד תוכן ענינה — ברענגט זי שכר פלוני; דער שכר איז אַ „מסובב" פון פעולת המצוה.
(ב)
תוכן פעולת המצוה איז ניט שייך
(ע"פ שכל,
עכ"פ)
צו שכר פלוני,
נאָר אַזוי איז רצונו של הקב"ה,
צו געבן דעם דאָזיקן שכר פאַר דעם קיום פון דער געוויסער מצוה.
דכשם ווי בנוגע די מצות עצמן זיינען פאַראַן מצות וואָס מען טוט זיי ניט
מצד הטעם,
נאָר ווייל „גזירה גזרתי חוקה חקקתי" 16
— אַזוי איז אויך בנוגע צו שכר המצות,
אַז עס קען זיין אַז אויף געוויסע מצות
(אויך פון דעם סוג „משפטים")
זאָל מען געבן אַ שכר גדול בערך המצוה,
ווייל אַזוי איז רצונו של הקב"ה,
„חוקה חקקתי".
ועד"ז בעניננו — דער „שכר" פון „כופר נפשו" פאַר דער מצוה פון נתינת מחצית השקל:
וויבאַלד אַז מחצית השקל
(אַ מטבע גשמית )
און „כופר נפשו "
(רוחניות)
האָבן קיין ערך ניט צווישן זיך,
ביז זיי זיינען הפכים מן הקצה אל הקצה
[ווי מען זעט בנוגע תכלית בריאת האדם — לשמש את קונו 17
: ממון — כסף וזהב — איז
(צווישן ענינים גשמיים גופא)
אַ דבר הכי תחתון 18 .
ווי מ׳זעט עס במוחש ביי „תאוות ממון" ווי נידעריק דאָס קען מוריד זיין אַ מענטשן 19 ,
ביז אַז „ קים להו לרבנן דאין אדם מעמיד עצמו על ממונו" 20
און „אדם בהול על ממונו" 21
(וי"ל אַז דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם מקום פון כסף וזהב כפשוטם: אין סוג הדומם גופא,
איז מקומם
(ברובם)
במעמקי האדמה דוקא 22 ,
תחתון שאין תחתון למטה ממנו,
און דערנאָך מוז אויך זיין — מצרף לכסף וכור לזהב 23 )
ולאידך איז „
(כופר)
נפשו " — יעדע נפש — אַ דבר הכי נעלה,
ועאכו"כ די נפש פון אַ אידן וואָס איז „חלק אלקה ממעל ממש" 24 ],
האָט קיין אָרט ניט ע"פ שכל,
אַז די פעולה פון נתינת ממון גשמי
(תכלית הירידה),
זאָל מצד תוכן ענינה פּועל׳ן דעם ענין פון „כופר נפשו" פון אַ „חלק אלקה ממעל ממש"
(תכלית העילוי 25 )
!
און אע"פ אַז זייענדיק אַ מצוה ווערט עס ווי אַלע מצות „אש"
(כנ"ל ס"ב)
רוחניות — איז דאָך דאָס ניט אַ שינוי וועלכער איז פאַרבונדן מיט דער מטבע גשמית גופא 26 ,
וואָרום דער „אש" קומט מצד דער „מצוה"
(ורוחניות)
שבזה,
אָבער די מטבע עצמה בלייבט אַ מטבע גשמית .
קומט אויס,
אַז די פעולת המצוה
(די נתינה פון אַ מטבע גשמית)
גופא — איז כלל ניט בערך
(מצד תוכן ענינה)
צו קענען אויפטאָן „כופר נפשו".
ד.
און דאָס איז געווען די תמי׳
(וספק)
פון משה רבינו:
מצד שכלו של משה — שכל דתורה — איז אויסגעקומען,
אַז דער „שכר" פון „כופר נפשו" אויף דער נתינה פון מחצית השקל איז בגדר „חוקה"; ע"פ שכל איז עס אַ דבר תמוה ויש מקום להרהור כו׳,
נאָר וויבאַלד אַז דאָס איז רצונו של הקב"ה,
„חוקה חקקתי" — איז „אין לך רשות להרהר בהן" 27
;
אָבער לאידך: דערפון וואָס דער אויבערשטער האָט ניט מגדיר געווען און ניט אָנגערופן די מצוה פון מחצית השקל אַ חוקה — איז זיכער,
אַז עס איז דאָ אַ הסברה אין דעם 28 .
און דערפאַר — „תמה
(משה)..
מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו": ווי קען זיין אַ ביאור והסבר אויף דעם ע"פ שכל,
אַז די נתינה פון אַ מטבע גשמית
(מחצית השקל)
איז אַ פעולה וואָס קען אויפטאָן „כופר נפשו".
אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט דערמיט וואָס הראהו „מטבע של אש ..
ואמר לו זה יתנו".
דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן אַז ווען אידן גיבן מחצית השקל ווערט דעמאָלט די מטבע עצמה
(ניט
(נאָר)
מצד דער רוחניות פון דער „מצוה" שבה)
אַ „מטבע של אש",
במילא איז אויך ע"פ שכל פאַרשטייט מען דעם קשר צווישן דעם „תוכן" פון נתינת מחצית השקל און „שכר" פון „כופר נפשו".
משא"כ באַ צדקה — טוט עס אויף
כלל ניט די מטבע — נאָר כמחז"ל 29
(וואָס איז אַ סברא פשוטה )
: אתה החייתה את נפש העני וב"ב איז שכרו נפשו ונפש ב"ב,
מדה כנגד מדה
פון דעם מחצה"ש אָבער האָט מען געמאַכט די אדנים למשכן 30
איז ווי קען זיין דבר איזה שיהי׳ — „מה",
אפילו האדנים — כופר לנפש.
ה.
דער ביאור אין דעם:
דערמיט גופא וואָס הראהו הקב"ה „מטבע של אש" און געזאָגט „זה יתנו" — האָט דער אויבערשטער פועל געווען אויפגעמאַכט אַ חידוש: דער מחצית השקל וואָס אידן האָבן געגעבן דאַמאָלס
(און דאָס ווערט נמשך במצות מחצה"ש — תמיד כל הימים )
איז ניט נאָר אַ מטבע גשמית,
נאָר אויך אַ „מטבע של אש "; ד.
ה.
דעמאָלט איז נתחדש געוואָרן,
אַז די מטבע וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן משה׳ן — די מטבע ווי זי איז
(בשרשה)
אש שתחת כסא הכבוד — איז „ זה יתנו" בני ישראל,
מטבע כזה ממש 31 .
אין צוגאָב דערצו וואָס דורך דער מצוה איז מען ממשיך און פועל אין דער מטבע אַן ענין פון „אש"
(וואָס דאָס איז אַזוי ביי אַלע מצוות,
כנ"ל),
איז ביי מחצית השקל דאָ אַ חידוש מיוחד — אַז די מטבע עצמה איז „מטבע של אש".
דער חידוש אין דעם איז ניט אַז בשרשה איז עס אַ „מטבע של אש"
— דאָס איז ביי אַלע דברים גשמיים,
וואָס זיי אַלע ווערן נשתלשל פון זייער רוחניות׳דיקן שורש,
אָבער זייער מקור געפינט זיך און בלייבט למעלה און זיי זיינען למטה אַ דבר גשמי —
נאָר אין דעם וואָס אויך נאָך דעם ווי די מטבע איז נשתלשל געוואָרן און אַראָפּגעקומען אין עוה"ז הגשמי,
איז דורך דעם וואָס מ׳איז מקיים מיט איר די מצוה פון מחצית השקל,
ווערט אויפגעטאָן אַ שינוי אין דער מטבע אַז זי ווערט
(ווי זי געפינט זיך בגשמיות)
אַ „מטבע של אש".
ו.
עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חידוש מיוחד פון מחצית השקל — וואָס האָט געפאָדערט אַ פעולה מיוחדת פון אויבערשטן „מטבע של אש הוציא ..
ואמר זה יתנו" — לגבי אַלע אַנדערע מצוות:
דאָס וואָס מען געפינט ביי אַלע מצוות,
אַז אַ מצוה איז ממשיך אַ חיות לרוחני
(„אש")
אין דער עשי׳ גשמית 32 ,
איז דאָס אַלץ אין אַן אופן וואָס דער גשמי עצמו איז און בלייבט למטה ממקורו,
מהרוחני,
נאָר אין דעם גשמי איז מען ממשיך אַ חיות רוחני
(וואָס דאָס איז דער ענין פון „השתלשלות",
אַז אין דעם „תחתון" איז דאָ
(ולפעמים אויך מאיר )
פון דעם „עליון",
אָבער דער תחתון בלייבט למטה פון דעם עליון)
;
משא"כ ביי מחצית השקל איז דער חידוש — אַז די מטבע גשמית וואָס אידן
גיבן איז זי עצמה ווערט „מטבע של אש",
אַ חיבור פון שני הפכים
— אפילו דער אש גשמי פון עוה"ז,
איז ער אַ קצה ההפכי פון „מטבע": „מטבע" איז „עפר" 33
(און אין עפר גופא — במעמקי האדמה,
כנ"ל),
דער יסוד הכי נמוך; און אש איז דער יסוד הכי גבוה ונעלה 34 .
ועאכו"כ בתוכן ענינם
(ברוחניות)
— כידוע 35
אַז די ד׳ יסודות ארמ"ע זיינען כנגד די ד׳ עולמות אבי"ע — עפר כנגד עולם העשי׳,
עולם הכי תחתון,
און אש איז כנגד עולם האצילות,
עולם הכי עליון -
וואָס דער חיבור פון די שני הפכים,
מטבע גשמית מיט מטבע של אש
(ועאכו"כ אַז דאָס איז ניט דער אש פון עוה"ז הגשמי,
נאָר „ זה " — דער אש שתחת כסא הכבוד)
— איז היפך דעם גאַנצן ענין פון סדר השתלשלות
(וואָס „השתלשלות" מיינט,
כנ"ל,
אַז דער „תחתון" איז זיך „משתלשל",
ובמילא — למטה פון דעם עליון).
נאָך מער: דאָס איז היפך אפילו פון דעם סדר פון תורה
(וואָס איז העכער פון וועלט),
אפילו פון איר סדר בעניני תורה — וואָרום דער סדר אין תורה איז אין אַן אופן פון „השתלשלות",
אַז חלק הפשט
(וואָס איז כנגד עולם העשי׳ 36 )
איז זיך משתלשל
(דריי שלבים)
פון חלק הסוד
(וואָס איז כנגד עולם האצילות 36 )
און איז במילא נידעריקער — ובהרבה פון אים.
און דעריבער קען אָט דער חיבור
(פון „מטבע" מיט „אש")
ניט אויפגעטאָן ווערן דורך אַ מלאך כו׳,
און אפילו ניט כביכול דורך תורה 37 ,
וואָס זיי אַלע זיינען באופו פון השתלשלות
(ובמילא מוגבל בגדר ההשתלשלות),
נאָר בלויז הקב"ה בכבודו ובעצמו,
וואָס ער האָט בוחר געווען ברצונו
(ניט ח"ו בהכרח)
אין סדר ההשתלשלות,
און זייענדיק אַ „כל יכול",
„נמנע הנמנעות" 38 ,
איז ביכלתו צו מבטל זיין דעם סדר ההשתלשלות,
און מחבר זיין די צוויי הפכים 39
פון גשמיות און רוחניות,
אַז די מטבע גשמית זאָל ווערן בפועל,
אין עוה"ז — אויך ,
אַ „מטבע של אש ".
ז.
און דאָס איז די תשובה
(פון אויבערשטן)
אין מדרש — ובדיוק לשון המדרש: „מטבע של אש הוציא הקב"ה
..
ואמר לו זה יתנו" — „הקב"ה" דייקא און דורך אַן אמירה :
די פאַראייניקונג פון גשמיות און רוחניות
(אַז אַ מטבע גשמית זאָל ווערן אויך אַ „מטבע של אש")
— ביידע בפועל בבת אחת ,
כסף וכופר נפשו — קען געמאַכט ווערן נאָר דורך „הקב"ה" בעצמו
(כנ"ל),
וואָס ער האָט ברצונו בוחר געווען אין סדר השתלשלות,
און פשיטא אַז ער איז ניט מוגבל אין השתלשלות
(ויכול לבטלו).
וע"ד 40
דעם ענין פון בריאה יש מאין,
וואָס קען זיין נאָר פון „מהותו ועצמותו של המאציל ב"ה שמציאותו הוא מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה 41
שקדמה לו ח"ו,
ולכן הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו׳" 42 .
און ע"ד ווי אין דעם ענין פון יש מאין — איז דאָך די התהוות פון מעשה בראשית געווען דורך אמירה ודיבור דוקא,
„בעשרה מאמרות נברא העולם" 43 ,
„בדבר הוי׳ שמים נעשו" 44
— איז אַזוי אויך בנוגע דער „התהוות" אַז אַ מטבע גשמית זאָל ווערן אויך אש,
אַז דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דיבור הקב"ה.
דער דיבור הקב"ה „זה יתנו" — אַז די מטבע גשמית וואָס אידן גיבן
(„יתנו")
וועט זייז אויך „אש"
(„זה")
— האָט „ מהווה " געווען דעם חידוש,
בדוגמא ווי די התהוות הנבראים בששת ימי
בראשית דורך דיבורו ומאמרו של הקב"ה.
ח.
לכאורה קען מען פרעגן:
זיכער האָט משה רבינו געוואוסט
(אויך איידער דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן „מטבע של אש")
אַז עס איז ביכלתו ית׳ צו מחבר זיין שני הפכים 45
— וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער אויבערשטער קען מחבר זיין די מטבע גשמית מיט
(איר שורש ב)
רוחניות.
והדרא קושיא לדוכתה: וואָס איז די תמי׳ פון משה׳ן „מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו"?
איז כמה תשובות בדבר,
ומהן:
א)
אין חכמה ושכל דקדושה — משה — דאַרף אַזאַ זאַך זיין תמוה 46
(נאָר זייענדיק אַ חוקה איז ער ניט מהרהר כו׳),
אָבער מ׳קען ניט זאָגן אַז דאָס איז א ַ„משפט" אָדער „עדות" 47 .
ב)
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט ניט מגדיר געווען דעם מחצית השקל אַלס חוקה 48
— איז זיכער אַז עס איז דאָ אַ הסברה אויף זיין תמי׳,
און די מצוה פון מחצית השקל גייט אַריין אין דער „השתלשלות" פון תורה ומצות,
און נאָכמער — אין דעם גופא,
ניט אין דעם סוג פון „חוקה".
און דאָס איז אויך דער דיוק אין דער תשובה
(במדרש)
— „כמין מטבע של
אש ..
הראהו למשה": כדי צו אַראָפּנעמען די תמי׳ פון משה׳ן,
איז ניט גענוג צו זאָגן דעם ענין צו משה׳ן
(ווייל דאַמאָלט בלייבט דאָס אַ תמי׳ וואָס מען קען ניט פאַרשטיין בשכל ),
נאָר עס האָט געדאַרפט זיין „ הראהו " — אַז די פעולה
(ווי די מטבע גשמית ווערט אויך „מטבע של אש")
זאָל זיין אין אַן אופן פון ראי׳.
די זאַך איז בגילוי ממש אין אַן אופן פון „ זה יתנו" — „מראה באצבעו ואומר זה".
און נאָך מער: דער גילוי איז
(ניט נאָר ביי משה׳ן,
נאָר)
ביי אַלע אידן — אַז זייער נתינה איז באופן פון „ זה יתנו",
אַז אין דער מטבע וואָס זיי גיבן שטייט בגילוי אויך אַז זי איז „זה",
„מטבע של אש"
(„להבחין היטב
(ועי"ז)
להודיע לישראל" 49 ).
ט.
ויש להוסיף ביאור אין דעם תוכן הענין פון „מטבע של אש" — אש דייקא.
דלכאורה:
צו מדגיש זיין אַז די מטבע וואָס אידן גיבן איז
(ניט נאָר אַ מטבע גשמית,
נאָר אויך)
די מטבע שלמעלה שמתחת כסא הכבוד — איז ניט מוכרח צו ווייזן מטבע של אש דוקא.
וואָרום מען געפינט אַז למעלה איז אויך דאָ 50
ענין המים
(„מיכאל שר של מים " 51 )
וכו׳ — פאַרוואָס האָט מען באַוויזן „מטבע של אש " דוקא?
ויש לומר,
אַז דערמיט האָט דער אויבערשטער
(באַוויזן,
און דורכדעם)
אויפגעטאָן,
אַז די נתינה פון מחצית
השקל זאָל זיין ניט נאָר אַן ענין רוחני ,
נאָר אין רוחניות גופא — אַן ענין פון „אש":
דער אונטערשייד צווישן אש און די אַנדערע יסודות: עפר מים ורוח
(כפשוטם למטה,
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו שרשם הרוחני)
איז — אַז די אַנדערע יסודות זיינען יורד למטה,
אָדער לכל היותר — בלייבן במקומם; משא"כ טבע האש איז צו עולה זיין למעלה 52 ,
עד כדי כך,
אַז עס פאָדערט זיך אַ השתדלות מיוחדת
(דורך אַ פתילה וכו׳)
אַז דער אש זאָל בלייבן למטה.
און דאָס האָט דער אויבערשטער באַוויזן משה׳ן „מטבע של אש " — אַז די נתינה פון מחצית השקל דורך אידן איז
(ניט נאָר אַ נתינה פון אַ מטבע רוחנית,
נאָר אין דעם גופא)
באופן פון „אש",
אַז עס האָט די תכונה פון אש צו שטענדיק עולה זיין למעלה,
לעלות בקודש עילוי אחר עילוי.
און דערמיט איז נאָך מער יומתק ווי א ַמטבע גשמית קען אויפטאָן „כופר נפשו" — וויבאַלד אַז זי האָט אין זיך די תכונה פון „אש",
וואָס ווייזט אויף עלי׳ למעלה,
דאָס דערווייטערן זיך פון חומריות און די שאיפה צו רוחניות.
יו"ד.
דערפון לערנט מען אָפּ אַ הוראה נפלאה אין עבודת האדם:
אע"פ וואָס דער ציווי פון נתינת מחצית השקל איז בעיקרו בזמן שביהמ"ק הי׳ קיים 53 ,
ווען מ׳האָט געדאַרפט געבן דעם מחצית השקל צוליב
די קרבנות ציבור פאַר דעם גאַנצן יאָר 54
— פונדעסטוועגן,
איז דאָך אויך בזמן הזה פאַראַן דער מנהג ישראל 55
„ליתן 56
קודם פורים
(„בליל 57
פורים קודם שמתפללים מנחה")
מחצית מן המטבע הקבוע באותו מקום ובאותו זמן,
זכר למחצית השקל שהיו נותנין באדר.
ומאחר ששלשה פעמים כתיב תרומה בפרשה ,
יש ליתן שלשה" 58 .
נוסף לזה: וויבאַלד אַז ביי יעדער אידן איז פאַראַן אַ משכן ומקדש רוחני ,
כמש"נ 59
„ושכנתי בתוכם",
בתוכו לא נאמר אלא בתוכם ,
בתוך כאו"א 60
מישראל 61
— איז פאַרשטאַנדיק,
אַז עס איז דאָ דער ענין פון נתינת מחצית השקל
(ברוחניות)
פון וועלכן מען מאַכט די אדני המשכן 62
(פון דעם משכן רוחני ש„בתוכם").
און אויף דעם איז די הוראה פון דעם ענין פון „ זה יתנו" — מטבע של אש — אַז ווען אידן גיבן אַ פרוטה למצוה,
לצדקה
(און אַזוי אויך ווען מ׳איז מפייס אַן עני בדברים 63 ,
דיבור גשמי דורך די ה׳ מוצאות הפה הגשמיים),
איז דאָס ניט סתם אַ מטבע גשמית
(אָדער דיבור גשמי),
נאָר
(אויך)
אַ „מטבע של אש" —
אַן ענין פון רוחניות וקדושה,
און אין דעם גופא — מיט דער תכונה פון אש ,
וואָס טבעו איז אַז ער איז שטענדיק עולה למעלה.
און פון מחצית השקל לערנט מען אויך אָפּ אויף אַלע מצות 64
— אַז יעדע פעולה פון אַ אידן אין עניני תורה ומצות,
כאָטש זיי זיינען נתלבש געוואָרן אין דברים גשמיים דוקא
(ציצית בצמר גשמי,
תפילין בקלף גשמי,
וכיו"ב
בשאר כל המצוות)
— איז דאָס ניט בלויז אַ פעולה גשמית,
נאָר ס׳איז אויך „מטבע של אש ",
אַן ענין פון רוחניות וקדושה .
און פון דעם איז פאַרשטאַנדיק דער גודל העילוי וההפלאה אין דעם ענין פון חיות,
וואַרעמקייט און התלהבות — „אש" של קדושה — אין דער עבודה פון אַ אידן בכל עניני התורה ומצוותי׳,
ביז אַז אין יעדער פעולה זיינע איז ניכר די „מטבע של אש",
ביז אַז ער איז מקיים דעם ציווי 65
: אש תמיד תוקד על המזבח
(הלב 66 )
לא תכבה.
(משיחת ש"פ משפטים
(פ׳ שקלים)
תשמ"ה)