א.
ז׳ אדר,
יום פטירת משה רבינו 1 ,
פאַלט אויס
(ברוב השנים)
בסמיכות צו פרשת תצוה; און ווי עס שטייט אין ספרים 2 ,
איז דאָ אַ רמז אויף דעם אין דער פרשה: פ׳ תצוה איז די איינציקע סדרה אין דער תורה
(„משנולד משה" ביז משנה תורה 3 )
וואו עס ווערט ניט דערמאָנט משה׳ס נאָמען.
איז לכאורה ניט גלאַטיק: אין פ׳ תצוה ווערט בלויז ניט דערמאָנט 4
דער שם משה במפורש,
עס זיינען אָבער דאָ אין דער סדרה אַ ריבוי פסוקים וואָס ריידן וועגן משה׳ן און באַציען זיך צו אים —
אָנהויבנדיק פון התחלת הסדרה ממש,
„ ואתה
(משה)
תצוה",
און נאָך כו"כ ציוויים צו משה׳ן.
ועוד — דער ניט דערמאָנען דעם צדיק איז היפך פון דעם ענין פון הסתלקותם של צדיקים.
ווען אַ צדיק ווערט נסתלק פון דער וועלט,
רירט דאָס דאָך ניט אָן זיין שם ופעולותיו — זיי בלייבן לעד און ווערן ניט פאַרגעסן ח"ו; עס גייט אַוועק פון דער וועלט נאָר דער גוף 5
פון דעם צדיק.
איז ווי זאָגט מען אַז די הסתלקות פון משה רבינו ווערט נרמז דוקא דורך ניט דערמאָנען זיין שם?
נאָכמער: די ציווים צו משה׳ן אין פ׳ תצוה זיינען בלשון „תצוה",
„ועשית",
„ולקחת” וכיו"ב — זיי זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה׳ן בלשון נוכח ; בעת אַז בריבוי מקומות
(ובסמיכות לפרשתנו — ס"פ משפטים)
וואו משה ווערט דערמאָנט בשמו איז עס באופן אַז מ׳רעדט נאָר וועגן משה׳ן —
(כאילו)
שלא בפניו!
ב.
וי"ל הביאור בזה:
עס שטייט אין זהר 6
„צדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי",
אַז אַ צדיק געפינט זיך נאָך זיין פטירה אין אַלע עולמות,
כולל עולם הזה 7 ,
נאָך מער ווי בחייו.
און „יתיר מבחיוהי" מיינט
(ניט סתם אַ יתרון,
נאָר)
אַ יתרון
שלא בערך ,
ווייל
(ווי דער אַלטער רבי איז מבאר 8 )
:
א)
„בהיות הצדיק חי על פני האדמה" זיינען די „חיי הצדיק" געווען אָנגעטאָן אין אַ „כלי ולבוש ..
בגופו"
(און מ׳האָט דאַן געקענט מקבל זיין נאָר אַ הארה כו׳),
משא"כ לאחר פטירתו זיינען זיי ניט „בתוך כלי"
(און דערפאַר קען מען מקבל זיין „מבחי׳ רוח ..
העצמיות " 9
פון דעם צדיק).
ב)
די פטירה פון אַ צדיק איז — „עליית רוחו ונשמתו למקור חוצבו",
און אויך די מדריגה פון צדיק
(ווי ער איז אין „מקור חוצבו")
איז „אשתכח" דאָ למטה.
קומט אויס,
אַז הסתלקותם של צדיקים האָט צוויי קצוות: די הסתלקות פון אַ צדיק בגשמיות,
איז פאַרבונדן מיט זיין הסתלקות ועלי׳ ברוחניות — ער איז עולה בעילוי אחר עילוי,
ביז צו שרשו ומקורו הראשון 10 ,
אין זיין „עצמיות" וואָס איז אינגאַנצן העכער פון „גילוי"
(און דערפאַר איז דער צדיק ניטאָ בעולם באופן גלוי)
; אָבער לאידך,
די גאַנצע „עצמיות" פון דעם צדיק איז דאַן
(לאחר פטירתו)
אין אַן אופן פון „אשתכח בכולהו עלמין"
(ביז עולם הזה 11 ).
און דעריבער קען מען פון אים מקבל זיין „יתיר מבחיוהי".
ג.
עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם טעם וואָס הסתלקותו של משה איז מרומז דוקא דורך ניט דערמאָנען שמו של משה
(בפ׳ תצוה) 12
:
דער נאָמען פון אַ מענטשן איז ניט עצם מציאותו,
ענינו פון אַ שם איז נוגע פאַר דעם זולת
(בכדי אַז אַ צווייטער זאָל אים קענען רופן בשמו),
דער מענטש פאַר זיך דאַרף ניט קיין נאָמען 13 .
[און ווי מען זעט במוחש,
אַז אַ נאָמען ווערט געגעבן כמה ימים נאָך לידת הולד,
בעת אַז מציאות הולד איז דאָ תיכף משנולד ויצא לאויר העולם
(און שוין דעמאָלט איז ער אַ יורש ע"פ תורה,
יורש הכל)].
משא"כ ווען מען רעדט צו אַ מענטשן לנוכח — „אתה" — ווענדעט מען זיך צום אדם,
עצמות וכללות האדם.
ועד"ז איז בנוגע משה׳ן: דער נאָמען „משה" איז אים געגעבן געוואָרן אַ משך זמן נאָך זיין לידה.
נאָכמער: דער נאָמען 14
(„משה")
איז — בפשטות — אים געגעבן געוואָרן ניט פון זיינע עלטערן,
נאָר פון בת פרעה — „כי מן המים משיתיהו " 15 .
און דאָס איז דער רמז אויף הסתלקותו של משה בפ׳ תצוה:
בשעת הסתלקותו של משה איז ער נתעלה געוואָרן אין זיין עצמיות שלמעלה מבחינת שם — און דערפאַר ווערט ער אין פ׳ תצוה ניט דערמאָנט בשמו16
(„משה")
; אָבער ער איז „אף כאן
13 )
ראה תו"א ר"פ תרומה.
ובכ"מ.
ועיין לקו"ת בהר מא,
ג.
14 )
ראה ויק"ר פ"א,
ג: י׳ שמות נקראו לו למשה.
15 )
שמות ב,
י.
16 )
ולהעיר מהמבואר בטעם שלא נזכר שם קדוש במג"א*,
מפני שקשורה עם עצמותו ית׳ דלא אתרמיז בשום אות
(תו"א מג"א ק,
ב.
שם בהוספות קכא,
רע"ג.
וראה לקו"ש ח"ו
(ס"ע 189 ואילך; ס"ע 194).
חכ"א ע' 201 ואילך.
וש"נ).
עומד ומשמש" 17 ,
ואדרבה — מיט זיין גאַנצע עצמיות
(ווי ער איז במרום 18 ),
און דערפאַר איז משה „פאַראַן" בפ׳ תצוה 19 ,
ואדרבה — מען רעדט צו אים לנוכח ,
„ ואתה תצוה",
וואָס ווייזט
(ווי דער כלי יקר 20
איז מפרש)
אויף „ מהות עצמותך " פון משה׳ן.
ד.
וויבאַלד אַז שמו של משה ווערט ניט דערמאָנט אין דער גאַנצער סדרה,
איז דערפון פאַרשטאַנדיק,
אַז דער תוכן פון
(גאַנץ)
פ׳ תצוה איז פאַרבונדן מיט זיין „עצם"
(שלמעלה משם משה) 21 .
וע"פ הידוע
(ומבואר כמה פעמים 22 )
אַז דער תוכן פון יעדער סדרה איז מרומז אין איר נאָמען,
דאַרף מען זאָגן,
אַז דער ענין האמור בשייכות צו משה׳ן איז מרומז אין דעם שם הסדרה
(וואָס לויט מנהג ישראל,
און ווי געדרוקט אין חומשים,
איז עס)
— „ תצוה " 23 .
ויש לומר הביאור בזה,
ובהקדים: אע"פ אַז איינער פון די פיר אופני לימוד התורה איז דער לימוד ע"ד הרמז,
וואָס איז כולל דעם ענין פון גימטריאות
(און ווי מען געפינט עס אין ספרים פון גדולי ישראל,
ווי דער בעל הטורים,
מגלה עמוקות ועוד ועוד)
— איז אָבער מובן,
אַז דאָס איז ניט קיין „שדה פרוצה" פאַר
17)
סוטה יג,
סע"ב.
ספרי ברכה לד,
ה.
הקדמת הרמב"ם לפיה"מ קרוב לתחלתה.
18)
ל׳ הרמב"ם שם.
ובספרי שם: משרת למעלה.
19)
ראה גם מאור עינים שם.
20)
ריש פרשתנו.
וראה ד"ה זאת תורת הבית תרפ"ט
(בסה"מ קונטרסים ח"א)
פי"א.
וראה בארוכה לקו"ש חכ"א
(ע' 174.
ע׳ 177 ואילך).
21)
ראה הביאור בזה
(בנוגע לפרטי הציווים דפ׳ תצוה)
לקו"ש שם ע׳ 178 ואילך.
22)
ראה לקו"ש ח"ה ע' 57 ואילך.
וש"נ.
23)
בכ"מ נקראת „ואתה תצוה"
(ראה זח"ג רמו,
א.
סדר תפלות להרמב"ם.
ועוד — ראה הנסמן בלקו"ש חט"ז ע׳ 342 הערה 9)
— אבל ע"פ מנהג ישראל הנפוץ בחומשים ועוד נקראת „תצוה".
יעדערן צו מאַכן אייגענע גימטריאות,
נאָר יעדע גימטריא דאַרף האָבן אַ מקור 24 .
ווען צוויי ווערטער האָבן די זעלבע גימטריא איז נאָך ניט קיין הכרח אויף זייער שייכות פנימית צווישן זיך,
דאָס איז ווען זיי האָבן אַ תוכן משותף,
וואָס דאַן דריקט זיך דאָס אויס
(בתור סימן והוכחה 25 )
אין דער השתוות פון זייערע גימטריאות.
[און ווי ס׳איז פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם אַלטן רבי׳נס ביאור
(אין תניא 26 )
אינעם ענין הגימטריא,
אַז די גימטריא פון אַ וואָרט ווייזט אויף דער „בחינה אחרונה שהוא בחי׳ החשבון ומספר כמה מיני כחות" וואָס זיינען פאַראַן אין „תיבה זו",
די זעלבע גימטריא ווייזט אַז זיי האָבן די זעלבע צאָל „כוחות" אין זייער „אור וחיות",
אָבער עס „זאָגט" ניט אַז דער תוכן פון די כוחות פון איין וואָרט האָט אַ שייכות צום תוכן הכוחות פון צווייטן וואָרט.
בשעת מען ווייס אַז עס איז דאָ אַ שייכות אין תוכן צווישן די צוויי ווערטער,
איז די גימטריא אויך אַ סימן אַז דאָס זיינען
(בשרשם)
די זעלבע „מיני כוחות" וועלכע זיינען „כלולות באור וחיות" פון די צוויי ווערטער,
נאָר — זיי האָבן יורד געווען ממדריגה למדריגה
און זיינען דורכגעגאַנגען „מיעוט אחר מיעוט — עד שלא נשאר ממנו
(פון דעם אור וחיות)
אלא בחי׳ אחרונה שהוא בחי׳ החשבון ומספר כו׳",
און דערפאַר זיינען זיי אַנדערע
(צוויי)
ווערטער].
ובעניננו: די גימטריא פון וואָרט „תצוה" — נוסף לזה אַז דאָס איז פון די גימטריאות וואָס „וואַרפן זיך אין די אויגן" — איז דער ביאור דלקמן מיוסד אויף דעם תוכן פון פרשת תצוה
(ניט אויפן חשבון וגימטריא).
ה.
די גימטריא פון „תצוה" איז — תק"א.
וואָס אין דעם מספר — איינס מער ווי חמש מאות — ווערט נרמז די מדריגה פון „עצם" וואָס איז העכער פון „שם".
דער ביאור בזה:
חז"ל זאָגן 27
אַז „הלך הקב"ה מהלך חמש מאות שנה לקנות לו שם".
ומבואר אין דעם 28
: כללות העולם
(סדר ההשתלשלות)
שטעלט זיך אויס אין „חמש מאות" 29
; און דורך „הלך ..
מהלך ת"ק שנה" ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „לקנות לו שם " — דער גילוי פון שמו של הקב"ה.
וכנ"ל,
אַז „שם" ווייזט אויף אַ מדריגה וועלכע איז שייך צו אַ זולת 30 ,
ס׳איז פאַראַן אימיצער וואָס זאָל אים רופן בשמו.
און דער מספר פון תק"א — איינס מער ווי ת"ק 31
— ווייזט אויף אחד יחידו 32
של עולם,
דעם עצם וואָס איז העכער פון די „ת"ק שנה" פון עולם,
סדר ההשתלשלות
( — העכער פון „לקנות לו שם ").
[וי"ל אַז דאָס איז אויך די הסברה אין דער גימטריא וואָס ברענגט זיך אין ספרים 33 ,
אַז „אשר" איז בגימטריא תק"א.
ווייל „אשר" — מלשון אושר — ווייזט אויף תענוג 34 ,
וואָס דאָס איז דער העכסטער ענין פון אַ מענטשן וואָס איז פאַרבונדן מיט זיין עצמיות 35 ,
וכמאמר 36
: אין למעלה מענג].
ועד"ז איז אויך אין נפש האדם: חז"ל 37
זאָגן „חמשה שמות נקראו לה"
(די נשמה),
וואָס די „חמשה שמות"
(כולל יחידה)
זיינען ניט עצם הנשמה 38
— זיי
זיינען בלויז „שמות" צו „לה"
(דער עצם).
וע"פ הידוע אַז די שלימות פון יעדן מספר איז — ווען עס איז דאָ די התכללות פון יו"ד פעמים יו"ד 39 ,
קומט אויס,
אַז די שלימות פון די „חמשה שמות" פון דער נשמה שטעלט זיך אויס במספר חמש מאות 40
;
און דער מספר
(פון „תצוה")
תק"א — איינע מער פון ת"ק — איז מרמז אויף עצם הנשמה וואָס איז העכער פון „חמשה שמות נקראו לה".
ו.
דער ענין הנ"ל אין פ׳ תצוה — אַז דאָ רעדט זיך וועגן דעם עצם וואָס איז העכער פון גילוי — איז אויך מרומז אין דעם מספר הפסוקים אין דער סדרה: „ ק"א ,
מיכא"ל סימן" 41
:
דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו"ת 42
דעם חילוק צווישן די מספרים ק׳ און ק"א,
אַז דער מספר ק׳ ווייזט אויף דער שלימות פון סדר השתלשלות,
און ק"א — אויף „חד ולא בחושבן"
[און ווי ער ברענגט פון מהרש"א 43
בפירוש מחז"ל 44
„אינו דומה שונה פרקו מאה
פעמים לשונה פרקו מאה ואחד 45
",
אַז מספר מאה איז פאַרבונדן מיט „נפש רוח נשמה",
„אבל השונה פ"א יותר מזה הוא חלק אלוקה ממעל "].
קומט אויס,
אַז דער אויפטו פון ק"א אויף ק׳ איז ע"ד דעם אויפטו הנ"ל פון תק"א לגבי ת"ק 46 .
ז.
ע"פ המבואר לעיל
(סעיף ד)
וועגן תוכן הענין פון גימטריאות — יש לבאר ג"כ דעם טעם וואָס די שייכות פון ענין הנ"ל וועגן משה׳ן
(אַז דאָ רעדט זיך וועגן זיין „עצם" שלמעלה מבחי׳ שם)
איז מרומז
(בלויז)
אין דער גימטריא פון שם הסדרה
(תצוה)
[ועד"ז — אין מספר הפסוקים]
:
וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן דעם „עצם" וואָס איז העכער פון גדר גילוי,
דעריבער ווערט עס נרמז אין אַ גימטריא וואָס איז „בחי׳ אחרונה" אין וועלכער עס איז ניטאָ קיין „גילוי" פון תוכן הדבר
(כנ"ל בארוכה).
און דוקא אין דעם „העלם" פון דער „בחי׳ אחרונה" — דער מספר התיבה — שטייט דער „עצם" וואָס איז העכער פון גילוי.
(משיחות ש"פ תצוה תשמ"א,
תשמ"ג)