B"H
🏡

Ikar

תצוה ב

א.

אין דעם ציווי אויף עשית הציץ שטייט אין פסוק 1

: "ופתחת עליו פתוחי חותם קדש לה' " – אז אויפן ציץ זאל מען אויסקריצן 2

די ווערטער "קדש לה' ".

אין דעם אופן ווי די צוויי ווערטער זיינען געווען "כתוב עליו" איז פאראן א פלוגתא 3

צווישן די חכמים מיט רבי אליעזר 4

ברבי יוסי: די חכמים האלטן אז "כתוב עליו בב' שיטין,

יו"ד ה"א למעלה וקדש למ"ד למטה"

("השם שלם בשיטה עליונה וקדש למ"ד בשיטה תחתונה" 5 ).

אבער רבי אליעזר ברבי יוסי זאגט: "אני ראיתיו בעיר רומי 6

וכתוב עליו קדש לה' בשיטה אחת".

דער רמב"ם 7

פסק'נט "וכותב עליו שני שיטין כו' ואם כתבו בשיטה אחת כשר ופעמים כתבוהו בשיטה אחת".

דערפון איז פארשטאנדיק אז ניט קוקנדיק אויף עדותו של רבי אליעזר ברבי יוסי האבן די חכמים ניט חרטה פון זייער דיעה אז "כתוב עליו בב' שיטין",

[און דערפאר פסק'נט דער רמב"ם ווי די חכמים; עס איז נאר אז "בדיעבד מיהא הלכה כרבי אליעזר ברבי יוסי" 8 ,

וזהו שכותב הרמב"ם "ופעמים כתבוהו בשיטה אחת",

מיינענדיק דערמיט די עדות פון רבי אליעזר ברבי יוסי,

און וואס מהאי עדות איז מוכרח צו זאגן אז בדיעבד איז כשר אויך בשיטה אחת].

דער מאירי 9

איז מבאר,

וזה לשונו: ואף על פי שמגדולי החכמים העידו אני ראיתיו ברומי וכתוב עליו קדש לה' בשיטה אחת,

לא הכחישו את הידוע אצלם – אף בעדות ראיה.

איז לכאורה תמוה: דא רעדט זיך דאך וועגן דער "עדות ראיה" פון "גדולי החכמים" פון רבי אליעזר ברבי יוסי

(אין וועלכער ס'איז ניט שייך קיין ספק חס ושלום)?

ואפילו לפי פסק הרמב"ם 10

(לויטן פירוש הנ"ל)

– קומט דאך אויס אז עבודות כהן גדול יענע יארן

(און דאס וואס הציץ מכפר אפילו כשאינו על מצחו 11 )

– איז געווען מיט א בדיעבד ציץ?

! ועוד – בדיעבד בכיוצא בזה איז שייך צו זאגן נאר אויף דער צייט וואס ס'דארף נעמען צו אויסקריצן אויף א טס של זהב די צוויי ווערטער קדש לה' – ועל פי הנ"ל קומט אויס אז בתוך זמן זה איז נלכד בית המקדש ונלקח הציץ *11

!?

ב.

וועט מען דאס פארשטיין פון אן ענלעכן ענין

(וועגן וועלכן מ'האט שוין גערעדט אמאל בארוכה 12 )

:

אויף דעם "שער הנצחון" וואס מען האט געבויט אין רוים פאר טיטוס ימח שמו – נאך זיין נצחון אויף ירושלים,

איז דא אן אויסגעקריצטע

(ציור פון א)

מנורה וואס ישנם האומרים אז דאס איז דער ציור פון דער מנורה אין בית המקדש – איז די מנורה דארט מצויר באופן,

אז די ששה קני המנורה ציען זיך ארויף

(פונעם קנה האמצעי)

ווי חצאי קשת

(האלב-קיילעכדיק).

ולכאורה: רש"י זאגט בפירוש 13

אז די קני המנורה זיינען "באלכסון נמשכין ועולין",

וואס מיינט,

אז זיי האבן זיך געצויגן אין א גלייכן שיפוע,

וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון "קנה" בתורה שבכתב ובתורה שבעל פה – א גלייכער צמח,

ווי מ'זעט עס על שפת כל יאור 14

; און פונקט אזוי זיינען די קני המנורה אויסגעמאלט געווארן פון רמב"ם

(ווי מ'זעט עס אין דעם ציור המנורה שבגוף כתב יד קדש הרמב"ם 15 ,

און ווי רבי אברהם בן הרמב"ם איז מעיד 16 ,

אז דאס וואס אביו האט מצייר געווען די קני המנורה "ביושר ..

לא בעיגול" איז געווען בכונה)

– שטימט עס דאך ניט מיט דעם ציור המנורה שעל שער הנ"ל,

וואס איז לכאורה אן ענין פון "עדות ראיה"?

ויש לומר הביאור בזה – בפשטות: די אויסגעקריצטע מנורה אויפן שער איז ניט דער

(ריכטיקער)

ציור פון דער מנורה שבמקדש.

און ווי מ'זעט דארט אינעם ציור נאך כמה וכמה פרטים וועלכע שטימען ניט מיט תבנית המנורה שבמקדש 17 ,

ביז אז אין דער "מנורה" שעל השער איז מצויר א צורת דרקון!

מסתבר דערפאר צו זאגן,

אז ציור המנורה שעל השער האט מען מלכתחלה ניט נאכגעמאכט די מנורה שבמקדש,

נאר אן אנדער מנורה 18

וואס האט געהאט געוויסע ענלעכקייטן צו דער מנורה שבמקדש *18 .

וויבאלד די מנורה שבמקדש האט געהאט גאר א גרויסע חשיבות,

פלעגט מען מאכן מנורות מיט אן ענלעכן אויסזען ווי די מנורה שבמקדש,

ובפרט די עובדי עבודה זרה לעבודה זרה שלהם

(וזהו הביאור דהוספת ציור ..

דרקון שהוא עבודה זרה 19 )

– און לויט איינער פון אזעלכע מנורות האט מען געמאכט דעם ציור המנורה על השער.

ג.

על דרך זה יש לומר בנדון דידן – בענין הציץ לשיטת המאירי:

אף על פי אז רבי אליעזר ברבי יוסי האט געזען א ציץ אין רומי,

איז עס אבער ניט קיין ראיה ברורה אז דאס איז געווען דער ציץ של הכהן גדול.

עס קען זיין 20

אז דאס איז געווען א תכשיט וואס אימיצער האט געמאכט אין א ציור וואס איז

(קצת)

דומה צום ציץ 21 .

דערנאך איז אט דער תכשיט פארלייגט געווארן

(מאיזו סבה שתהיה – ואולי כדי צו ארויסראטעווען פון די רומיים דעם אמת'ן ציץ 22

– ועל דרך זה יש לומר בהמנורה 22 )

צוזאמען מיט די כלי המקדש וואס זיינען געלעגן אין רומי.

[ובפרט אז אויף די בגדי כהונה געפינט מען ניט דעם איסור פון "לא תעשון אתי" – "בית תבנית היכל כו' " 23 ,

דעריבער איז מעגלעך אז איינער האט פאר זיך געמאכט א תכשיט וואס איז ענלעך צום ציץ.

ואפילו אם תמצי לומר אז עס איז יע דא בזה דער איסור פון "לא תעשון אתי" 26

– קען דאך זיין אז אן אינו יהודי 21

האט דאס נאכגעמאכט].

און דעריבער: וויבאלד אז די חכמים האבן געהאט א קבלה – בלשון המאירי: "ידוע אצלם" – אז די ווערטער "קדש לה' " זיינען געווען געשריבן בב' שיטות,

איז א דבר ברור אז אזוי איז געווען די מציאות.

און די קבלה גופא איז מכריח צו זאגן,

אז דאס וואס רבי אליעזר ברבי יוסי האט געזען אין רומי איז ניט געווען דער ציץ פון כהן גדול.

– ביי רבי אליעזר ברבי יוסי עצמו,

וואס ער האט ניט געהאט די קבלה פון זיין רבי'ן,

איז בשעת ער האט געזען דעם ציץ ברומי,

איז ער ניט מחויב צו אננעמען אזא ווייטע מעגלעכקייט אז צווישן כלי המקדש האט זיך אריינגעמישט א ציץ מבחוץ – דעם אמת'ן ציץ האט מען ניט מציר געווען – והמצויר איז דאס ניט דער ציץ של הכהן גדול,

נאר א תכשיט כו' וואס איימיצער האט געמאכט – און אנדערש פון דעם ציץ; און דעריבער קען ער דערפון ברענגען א ראיה אז "כתוב עליו קדש לה' בשיטה אחת";

וויבאלד אבער אז די חכמים האבן יע געהאט אזא קבלה,

איז "לא הכחישו את הידוע אצלם אף בעדות ראיה" – ווייל אין דער קבלה איז ניט שייך קיין ספק,

מה שאין כן בנוגע דער עדות ראיה קען מען זאגן אז דאס איז ניט געווען דער ציץ של הכהן גדול,

כנ"ל.

ד.

על פי הנ"ל – איז דאך צריך עיון גדול לכאורה פסק דין הרמב"ם,

ובפרט – דער ענין פון האבן במקדש בפועל א "בדיעבד ציץ" א משך זמן,

כנ"ל?

– ויש לומר ובהקדים: ווי האט מען געקאנט אפנארען די רומיים דורך א ציץ וואס קיינמאל איז ניט געווען דוגמתו במקדש – ובפרט לויט הידוע די באשרייבונג אויך בספריהם פון פרטי בית המקדש והעבודות בו – ולכן יש לומר איז דער רמב"ם מוכרח לפרש אז בדיעבד כשר און ס'איז געווען אזוי בפועל,

על כל פנים א זמן קצר.

ויתרה מזה כתב האור החיים 25 ,

אז "אפילו לתנא קמא

(די חכמים)

אינו מעכב ובזה לא יקשה בעיניך פסק הרמב"ם פרק ט מהלכות כלי המקדש".

ועל פי זה יש לומר – על כל פנים בדרך אפשר – נאך א טעם לפסק דין הרמב"ם

(ואולי – עיקר)

– שלא לאפושי במחלוקת

(ובפרט אז לפירוש המאירי כפשוטם,

איז עס א מחלוקת במציאות).

ולפי זה דארף מען אויך ניט אנקומען צום חילוק הנ"ל אז רבי אליעזר ברבי יוסי האט ניט געהאט די קבלה הנ"ל וכו'.

וקל להבין.

ואין כאן מקומו.

ה.

מכל הנ"ל האט מען אויך א הוראה לימינו אלו:

בזמן האחרון זיינען נתגלה געווארן גניזות פון מגילות מעניני התנ"ך און דארטן זיינען פאראן כמה שינויים לגבי אונזער מסורה בנוגע לחסר ויתיר וכו'.

– דארף מען וויסן,

אז די "גניזות",

כאטש זיי זעען אויס ווי אן "עדות ראיה",

זיינען זיי כלל ניט אזוי ווי אונזער מסורה.

ובפרט אז מען קען ניט וויסן ווער זיינען מחברי ה"גניזות" צי פון "גדולי החכמים" אדער ניט.

נאך מער: עס קען גאר זיין אז די מגילות זיינען נגנז געווארן טאקע דערפאר ווייל זיי זיינען געשריבן געווארן דלא כהלכה 26

!

מה שאין כן די מסורה וואס מיר האבן,

וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן איש מפי איש,

דור אחר דור למעלה עד משה רבינו – איז א דבר ברור אז זי איז אמת.

(משיחת ש"פ תצוה תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.