א.
אין סיום מס׳ בבא בתרא — אין דער לעצטער משנה 1
— שטייט: ערב היוצא לאחר חיתום שטרות גובה מנכסים בני חורין.
מעשה ובא לפני ר׳ ישמעאל ואמר גובה מנכסים בני חורין,
אמר לו בן ננס אינו גובה לא מנכסים משועבדים ולא מנכסים בני חורין.
אמר לו למה אמר לו הרי החונק את אחד בשוק ומצאו חבירו ואמר לו הנח לו
[ואני אתן לך 2 ]
פטור,
שלא על אמונתו הלוהו,
אלא איזה הוא ערב שהוא חייב,
הלוהו ואני נותן לך חייב,
שכן על אמונתו הלוהו.
און די משנה איז מסיים: ואמר רבי ישמעאל הרוצה שיחכים יעסוק בדיני ממונות שאין לך מקצוע בתורה גדול מהן 3
והן כמעיין הנובע והרוצה שיעסוק בדיני ממונות ישמש את שמעון בן ננס.
אויף דער מחלוקת אין דער משנה זאָגט די גמרא 4 ,
וז"ל: אמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן אף על פי שקילס רבי ישמעאל את בן ננס — הלכה כמותו
(כר׳ ישמעאל).
דערנאָך איז די גמרא ממשיך: איבעיא להו בחנוק מה לי אמר ר׳ ישמעאל
(דלמא משום צערא דחברי׳ שנחנק נמי גמר ומקנה,
או דילמא מתכוין הוא להצילו מחניקה ומצוה הוא דקא עביד
ולאו מידי חסרי׳ ולא הוי ערב.
רשב"ם).
תא שמע דאמר ר׳ יעקב אמר רבי יוחנן חלוק הי׳ ר׳ ישמעאל אף בחנוק.
(פרעגט די גמרא)
הלכה כמותו
(בחנוק)
או אין הלכה כמותו,
תא שמע דכי אתא רבין אמר ר׳ יוחנן חלוק הי׳ רבי ישמעאל אף בחנוק,
והלכה כמותו אף בחנוק.
די גמרא איז אָבער מסיים: „אמר רב יהודה אמר שמואל חנוק וקנו מידו משתעבד,
מכלל דערב בעלמא לא בעי קנין ..
והלכתא ערב בשעת מתן מעות לא בעי קנין,
אחר מתן מעות בעי קנין" 5 .
דאָס מיינט,
אַז ביי חנוק ווערט דער וואָס „אמר הנח" משועבד דוקא מיט אַ קנין.
ע"כ דברי הגמרא
(אין בבלי).
ב.
אין ירושלמי דאָרט זאָגט די גמרא: ר׳ יסא בשם ר׳ יוחנן אמר אע"פ שקילסו ר׳ ישמעאל את בן ננס — על מדרשו קילסו.
אבל אינה
(הלכה)
כבן ננס.
שמעון בר ווה בשם ר׳ יוחנן אף בחנוק הלכה כרבי
(ישמעאל 6 ).
אָבער אין ירושלמי ווערט ניט געבראַכט די מימרא פון שמואל אַז דוקא חנוק וקנו מידו משתעבד,
און אויך ניט דער ווייטערדיקער המשך ביז „והלכתא ערב בשעת מתן מעות כו׳ אחר מתן מעות בעי קנין כו'" — און אַנשטאָט דעם איז דער ירושלמי מסיים: א"ר יוסי ואת שמע
מיני׳ בר נש דהוה צייד לחברי׳ בשוקא אתא חד ומר שבקי׳ ונא יהב,
מן אהן גביי ומן אהן לא גביי.
לערנט דער פני משה אַז דברי ר׳ יוסי איז „כמתמי׳": אויב מ׳וועט אָננעמען „אף בחנוק הלכה כר׳ ישמעאל" דאַרף אויסקומען,
אַז ווען איינער איז „צייד לחברי׳ בשוק
(מלשון 7
צודה לקחת נפשו)
" און א ַצווייטער קומט און זאָגט „שבקי׳ ואנא יהב לך" — דאַרף דער מלוה גובה זיין ניט פון דעם לוה,
נאָר פון דעם וואָס „אמר שבקי׳" — ווי קען מען אַזוי זאָגן?
! וואָרום — „במה נעשה זה בעל חוב שלו דלא הי׳ מתכוון אלא להציל את זה וקסבר מצוה קעביד" 8 .
לויט זיין פירוש קומט אויס,
אַז די מסקנא אין ירושלמי בנדון זה איז אַזוי ווי די מסקנא אין בבלי
(ווי ער זאָגט אין מראה הפנים דאָרט)
אַז באַ חנוק איז די הלכה ניט ווי ר׳ ישמעאל וועלכער זאָגט אַז משעבד נפשי׳ אָן אַ קנין 9 .
ס׳איז אָבער אַ דוחק גדול צו מפרש זיין באופן זה בדברי ר׳ יוסי בירושלמי: נניח אַז „אף בחנוק הלכה כמותו" און דער וואָס זאָגט „שבקי׳" איז משעבד נפשי׳,
איז אָבער מנ"ל אַז דאָס מיינט אַז ער איז זיך משעבד ביז צו ווערן דער
„ בעל חוב "
(אַז מ׳איז גובה פון אים און ניט פון לוה,
ווי דער פני משה איז מפרש תמיהת ר׳ יוסי)
און ניט ווי ס׳איז משמע פון דער סוגיא,
אַז זיין שיעבוד איז בתור ערב ,
והיינו אַז דער חוב ליגט אויך ווייטער אויפן לוה
[און צום ערשטן דאַרף דער מלוה תובע זיין דעם חוב ביים לוה
(ווי מפורש במשנה 10
די פרטי דינים בזה)].
זאת ועוד: לפי פי׳ הפני משה איז תמיהת ר"י מיוסדת אויף דעם טעם וואָס „לא הי׳ מתכוין אלא להציל את זה" — איז עס דאָך הוא הוא הטעם פון בן ננס אין דער משנה: „הרי החונק את אחד בשוק כו׳" — ובמה חידושו?
ולכן מסתבר יותר לומר,
אַז דברי ר׳ יוסי בירושלמי איז אַ המשך צו פריער,
„אף בחנוק הלכה כרבי ישמעאל" 11 ,
ר׳ יוסי קומט מסביר זיין פאַרוואָס אויך ביי חנוק איז משתעבד בלי קנין
(כדלקמן).
והיינו,
אַז אין ירושלמי איז די מסקנא
( ניט ווי אין בבלי)
—אַז ביי חנוק איז דער „אמר שבקי׳" משעבד נפשי׳ אויך אָן אַ קנין.
ויש לומר,
אַז די פלוגתא צווישן בבלי און ירושלמי — צי ערב לאחרי מתן מעות בעי קנין — איז אַ פלוגתא כללית אין דעם גדר וסיבת השעבוד פון ערב.
ג.
בנוגע אַן ערב בשעת מתן מעות זאָגט רב אשי 12
„בההוא הנאה דקא מהימן לי׳ גמר ומשתעבד נפשי׳" — ובפשטות מיינט עס
(וכמשמע פון כמה פוסקים 13 ),
אַז די הנאה וועלכע ער איז
מקבל פון זיין מהימן — איז גענוג צו אויפטאָן דעם „משתעבד נפשי׳" 14 .
אָבער דער נמוקי יוסף אין סיום המסכת
(בנוגע ערב בשעת מתן מעות)
זאָגט,
אַז דאָס וואָס „משתעבד בלא קנין" איז „כיון דעל פיו הוציא מעותיו מתחת ידו".
און מיט מער הסברה זאָגט ער דאָס אין אַ פריערדיקער סוגיא 15
: „ואע"פ שאין שם קנין אלא באמירה בעלמא משתעבד לי',
דמצי א"ל המלוה אם לא היית אתה לא הייתי מלוה אותו כלל"
(ועד"ז שטייט אין רבינו גרשום בסוף המס׳: „דמצי אמר לי׳ אי לאו את לא נפיק זוזי מתחת ידי").
און דאָס וואָס רב אשי זאָגט „בהאי הנאה דקא מהימן לי׳ גמר ומשעבד נפשי" זאָגט דער נמוק"י 16
אַז דאָס איז אַ טעם אויף דעם וואָס „לא הוי אסמכתא" 17 .
ולפ"ז קומט אויס,
אַז דער טעם וואָס דער ערב איז משעבד נפשי׳ בלי קנין,
קען מען טייטשן אויף צוויי אופנים 18
:
א)
שעבוד הערב איז בעיקר
(ניט דערפאַר וואָס ער איז מקבל אַ הנאה וכיו"ב,
נאָר)
צוליב דעם וואָס „על פיו הוציא מעותיו",
וואָס דער ערב האָט גורם געווען אַ חסרון ממון ביים מלוה — וכמובן פון פשטות הגמרא,
אַז דאָס מיינט ניט אַז דער חיוב הערב איז מצד דיני דגרמי וכיו"ב
(וכאילו נאמר אַז דער עצם גרם חיסור ממון שאַפט אויף אים אַ חיוב 19 ),
נאָר דאָס איז אַ סיבה צו פועל זיין דעם שעבוד נפשי׳ פון דעם ערב: דאָס וואָס דער מלוה האָט מוציא ממון געווען אויפן סמך פון דעם ערב׳ס רייד — וואָס באַווייזט אַז דער מלוה איז סומך דעתו אויף דעם מענטשן — דאָס גופא ווירקט אויפן ערב ער זאָל זיך משעבד זיין.
ב)
דער שעבוד הערב טוט זיך אויף „בההיא הנאה דקא מהימן לי׳",
מצד דעם וואָס דער ערב איז מקבל אַ הנאה,
ובמילא איז דאָס גופא ע"ד ווי אַ קנין 20 ,
וואָס צוליב דעם איז „גמר ומשעבד נפשי׳".
פון די נפק"מ ביניהם איז לגבי חנוק: אויב מחסרי׳ ממון איז סיבת השעבוד,
דאַרף אויסקומען אַז מיט „אמר שבקי׳" ביי חנוק,
וואָס „לאו מידי חסרי׳"
(וואָרום דער מלוה האָט ניט געגעבן ממון על פיו),
איז ניטאָ
(אויף אַזויפיל)
די נאמנות וסמיכות דעת פון מלוה אויף אים,
ובמילא איז ער ניט „גמר ומשעבד נפשי׳"
[און אין דעם פאַל ווערט ער משועבד נאָר דורך אַ קנין]
;
אויב אָבער דער שעבוד איז פאַרבונדן מיט זיין קבלת הנאה — יש לומר אַז אויך ביי חנוק איז דער „אמר שבקי׳" גמר ומשתעבד נפשי׳,
ווי געזאָגט פריער,
וואָרום אויך דאָס וואָס ער נעמט אַראָפּ צערי׳ דחברי׳ שנחנק 21
איז אַ הנאה וואָס ער איז מקבל,
וגמר ומשתעבד נפשי׳ 22 .
ד.
עפ"ז יש לומר אַז אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן מסקנת הבבלי אַז חנוק בעי קנין און מסקנת הירושלמי אַז ער דאַרף ניט קיין קנין:
שיטת הבבלי איז — כפירוש רבינו גרשום והנמוקי יוסף — אַז „בההיא הנאה דקא מהימן לי׳" איז ניט קיין טעם מספיק אַז דער ערב זאָל זיין „גמר ומשתעבד נפשי׳"
(עס איז נאָר גענוג אויפצוטאָן אַז עס זאָל ניט הייסן קיין אסמכתא),
ווייל אַזאַ הנאה
(וואָס מהימן לי׳)
איז ניט כחה יפה צו שאַפן דעם שעבוד באַ דעם ערב 23
; און די סיבת השעבוד איז דאָס וואָס הוציא ממון על פיו ומחסיר ממון בפועל.
און דעריבער בא חנוק,
וויבאַלד אַז „לאו מידי חסרי'",
איז ניטאָ די סיבה וואָס זאָל שאַפן דעם שעבוד,
ובמילא — דאַרף מען האָבן אַ קנין.
אָבער שיטת הירושלמי איז,
אַז די סיבה אויף דעם שעבוד הערב
(בשעת מתן מעות)
איז ניט דער חסרי׳ ממון פון דעם מלוה,
נאָר די קבלת הנאה של
הערב,
דקא מהימן לי׳,
און דעריבער איז
(מעין זה)
אויך באַ אַן ערב אין פאַל פון חנוק לאחרי מתן מעות.
ויש לומר,
אַז דאָס קומט ר"י בירושלמי מסביר זיין: ואת שמע מיני׳ בר נש דהוה צייד לחברי׳ בשוקא אתא חד ומר שבקי׳ ונא יהב,
מן אהן גביי ומן אהן לא גביי:
דאָס וואָס ר׳ יוסי זאָגט „מן אהן גביי ומן אהן לא גביי",
איז ניט אַ מסקנה — אַז ער מאָנט אויף פון דעם וואָס „אמר שבקי׳" און פון דעם לוה איז ער כלל ניט גובה 24
— נאָר 25
דאָס איז אַ טעם וסיבה אויף דעם שעבוד הערב: וויבאַלד אַז מיט זיין אמירה „שבקי׳ ונא יהב",
פּועל׳ט ער אַז דער מלוה זאָל מער ניט מאָנען
(און מיצר זיין)
דעם לוה,
און אַנשטאָט דעם מאָנט ער ביים ערב
(עכ"פ בשעה זו),
איז ער דערמיט גופא מקבל א ַהנאה און בההיא הנאה איז ער גמר ומשתעבד נפשי׳.
ה.
ויש להמתיק ולהסביר הנ"ל — אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם חילוק כללי צווישן בני בבל און בני א"י:
דער גמר ומשעבד נפשי׳ ביי אַן ערב איז כמובן פאַרבונדן מיט דעת והנהגות בני אדם
(און ווי מען געפינט בהלכה אַז „אם נהגו הסוחרים להתחייב בלא קנין אפילו שלא בשעת מתן מעות מנהגם מנהג" 26 )
— ועפ"ז יש לומר,
אַז דער חילוק הנ"ל צווישן בבלי און ירושלמי איז תלוי אין „דעת בני אדם" ובהתאם מיט די חילוקים אין די מקומות — בבל און א"י:
די גמרא 27
זאָגט אַז עיקר ענין הערבות פון אידן
(דאָס וואָס אידן זיינען ערב איינער פאַר די אַנדערע)
האָט זיך אויפגעטאָן בשעה שעברו בנ"י את הירדן,
און זיינען אין א"י געוואָרן מעורבים ומאוחדים.
וואָס דערפאַר „לא 28
ענש על הנסתרות עד שעברו ישראל את הירדן" 29 .
און ווי דער ראָגאַטשאָווער 30
איז מבאר אַז וויבאַלד „כל ישראל הוה כמו מין יחיד ..
לא בגדר נפרד ..
לכך מהני ערבות",
משא"כ ווען זיי זיינען ניט קיין מציאות אחת איז ניטאָ קיין ערבות.
און דאָס איז דער חילוק צווישן א"י און בבל: די גמרא 31
זאָגט „אין אוכלוסא בבבל",
„ור"ל דליכא צירוף" 30
און „אין תענית ציבור בבבל" 32
; משא"כ אין ארץ ישראל דאָרטן זיינען אידן געוואָרן אַ
מציאות פון איין ציבור,
„ולכן 33
רק כשעברו הירדן,
אז הוה כמו מציאות אחת,
וחל עליהם ערבות" 34 .
און אע"פ אַז לאחרי שעברו את הירדן און קבלו עליהם ערבות,
איז די ערבות זינט דאַן געוואָרן באַ אידן אויף שטענדיק 35
און אומעטום ,
וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען
(וואָס דערפאַר קען אַ איד מוציא זיין אַ צווייטן בכל זמן ובכל מקום מיט ברכת המצות 36 )
— פונדעסטוועגן,
פון דעם וואָס „אין ת"צ בבבל",
היות ס׳איז דאָרטן ניטאָ קיין
(שלימות פון)
גדר ציבור,
איז מובן,
אַז דער עיקר
(שלימות)
הערבות איז דוקא ביי אידן וועלכע זיינען אין א"י 37 .
און דעריבער: אין תלמודה של בבל
(וואו די ערבות ואחדות פון אידן איז ניט אויף אַזויפיל בתוקף 38 ),
איז מען מער נוטה צו זאָגן אַז בכדי צו אויפטאָן די ערבות פון איין איד פאַרן צווייטן פאָדערט זיך אַ מעשה בפועל 39
— צי
בשעת מתן מעות וואָס דער ערב טוט אויף באמירתו אַז דער מלוה זאָל בפועל זיין חסר,
אָדער לאחר מתן מעות,
ווען לאו מידי חסרי׳,
ווען דער ערב קען זיך משעבד זיין נאָר דורך אַ קנין בפועל ממש.
משא"כ ביי אמוראים פון תלמוד ירושלמי,
תלמודה של א"י
(וואָס דאָרטן זיינען אידן אַ
(גדר)
ציבור,
ובמילא בערבות ובהתאחדות 38 )
לייגט זיך אַז שעבוד הערב מוז ניט זיין דוקא דורך אַ פעולה וואָס האָט דעם תוקף פון אַ מעשה בפועל,
ס׳איז גענוג אויף דעם די הנאה וואָס ער איז מקבל.
ו.
וע"ד המוסר
(ובהמשך להנ"ל סעיף ד)
:
בשעת אידן זיינען במקומם ובדירתם,
אין א"י — אינעם אָרט וואו זייער ציור אַלס קומה אחת שלימה 40 ,
איין
(גאַנצער)
ציבור,
איז ביי זיי אַנטפּלעקט — דעמאָלט 41
איז עס אין אַן אופן אַז יעדע זאַך וואָס רירט אָן איין אידן,
אפילו נאָר אַ צער וכיו"ב 42 ,
איז גענוג צו פועל זיין אַז אַ צווייטער איד זאָל זיך איבערגעבן און זיך משעבד זיין בכדי צו אַראָפּנעמען דעם צער,
ביז אַז דאָס ווערט זיין
הנאה — ער איז מקבל הנאה פון דעם וואָס ער נעמט אַראָפּ אַ צער פון אַ צווייטן אידן,
ווייל ער מיטן צווייטן אידן זיינען
(ניט קיין צוויי באַזונדערע,
נאָר)
איין זאַך.
און ווי עס שטייט אין ירושלמי
(במ"א) 43 ,
אַז דאָס איז ווי צוויי הענט פון איין גוף .
אין בבל אָבער,
וואו די אחדות פון אידן אַלס איין ציבור,
איז ניט אויף אַזויפיל בגלוי — כדי אַז דאָרט זאָל איין איד זיך משעבד זיין און זיך איבערגעבן צו א ַצווייטן אידן,
איז דאָס דוקא ווען ביי דעם צווייטן אידן ווערט אַ חסרון,
עס פעלט ביי אים עפּעס.
אין פאַל אָבער ווען „לאו מידי חסרי׳",
דאַרף דעמאָלט זיין ביים אידן אַ מעשה בפועל בגילוי
(מעשה הקנין),
וואָס זאָל ווייזן אַז ער מיינט זיך משעבד זיין פאַר אַ צווייטן אידן.
און דוקא דעמאָלט איז דאָ די גמירת דעת פון דעם מלוה אויף צו אָננעמען דעם שעבוד הערב פאַר דעם לוה.
ז.
דער ענין בעבודה רוחנית:
ס׳איז ידוע דער כלל בנוגע די דריי בבות — ב"ק ב"מ וב"ב — אַז כולה נזיקין חדא מסכתא היא 44 ,
זיי זיינען אַלע — דריי בבות פון איין מסכתא.
דער ענין פון „נזיקין" ברוחניות
(בכלל)
ווייזט אויף גלות ; דעמאָלט הערשן די „מזיקין"
(פון לעו"ז)
וועלכע שטערן אַ אידן אין און פון עבודת ה׳ 45 .
און מסכת „נזיקין" — די הלכות נזיקין אין תורה — איז דער לימוד וועלכער
איז מבטל די מזיקין 46 ,
ובמילא ווערט דורכדעם אויס גלות און עס קומט די גאולה.
וי"ל אַז דאָס איז דער טעם פנימי וואָס נזיקין איז אויסגעשטעלט אין דריי בבות — ווייל זיי זיינען
(כמובן מזוהר 47 )
כנגד די „ ג׳ גאולות" 48 ,
פאַרבונדן מיט די ג׳ בתי מקדש 49 .
און דערפאַר איז כולה נזיקין חדא מסכת היא — ווייל,
ווי גערעדט כמה פעמים 50 ,
זיינען די דריי בתי מקדש ניט קיין באַזונדערע בתים,
נאָר ס׳איז דער זעלבער בית וואָס איז „נאבד" געוואָרן און דער אויבערשטער קערט אים אום
[ווי רש"י זאָגט אויפן פסוק 51
„אלה פקודי המשכן משכן העדות" — „רמז למקדש שנתמשכן בשני חורבנין": דער ענין פון די „חורבנין" איז ניט אַז דער מקדש ווערט ח"ו בטל ,
נאָר עס איז בלויז אין אַן אופן פון „ משכון ",
וואָס בלייבט גאַנץ,
נאָר עס געפינט זיך לפי שעה ברשות המלוה 52 ].
— קומט לפ"ז אויס,
אַז מס׳ בבא בתרא איז כנגד גלות זה האחרון.
און דאָס איז דער חילוק פון תחילת המסכת און סיום המסכת:
תחילת המס׳ איז „השותפין שרצו לעשות מחיצה בחצר": ברוחניות זיינען זיי „שותפין" — כביכול,
דער אויבערשטער מיט אידן — און דער ענין פון
גלות איז,
וואָס מ׳שטעלט אויף אַ מחיצה צווישן די שותפין 53 ,
ס׳איז דאָ אַ דבר המפסיק „ביניכם לבין אלקיכם" 54
;
משא"כ סיום המס׳ — דער סיום פון גלות — איז בדיני ערב ,
וואָס דאָס איז מרמז אויף דער אחדות וואָס ווערט דעמאָלט
(אויך)
נתגלה צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן: דורך דער הנהגה בלתי רצוי׳ במשך זמן הגלות ווערן אידן משועבד ר"ל צום צד שכנגד,
אָבער מצד דעם וואָס אידן זיינען עם קרובו,
ווערט דער אויבערשטער אַן „ערב" פאַר אידן,
און נעמט אויך זיך דעם שעבוד כביכול,
צו געבן אידן די כחות הדרושים אויף פטור ווערן פון דעם שעבוד הלעו"ז.
ח.
און דאָס איז דער ביאור
(פנימי)
אין דער פלוגתא הנ"ל צווישן בבלי און ירושלמי:
ווי ידוע,
איז דוקא בסוף זמן הגלות,
בעקבתא דמשיחא,
איז דער חושך הגלות אין אַן אופן פון חושך כפול ומכופל,
ווי די גמרא איז מתאר בארוכה
(בסיום מס׳ סוטה)
דעם חושך רוחני וחושך גשמי באַם סוף זמן הגלות.
און דאָס איז דער רמז,
וואָס דער סיום פון מס׳ בבא בתרא איז וועגן דעם דין פון „חנוק" — וואָס דאָס איז דער מצב ר"ל פון אידן בסוף זמן הגלות,
אַז דער חושך הגלות איז אַזוי שטאַרק אַז מ׳פילט זיך אינגאַנצן דערשטיקט ר"ל דורך דעם חושך הגלות.
אויף דעם זאָגט די גמרא,
אַז דאָס איז ברור — הן לויטן בבלי און הן לויט דעם ירושלמי — אַז „אף בחנוק הלכה כר׳ ישמעאל",
אַז דער ערב ווערט משועבד
און מ׳איז גובה פון דעם ערב.
וואָס ברוחניות מיינט דאָס: ניט קוקנדיק וואָס מצד מדת הדין איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן אַז אידן דאַרפן אַליין באַצאָלן דעם „חוב",
איז די הלכה ווי ר׳ ישמעאל — כהן
(גדול) 55 ,
איש החסד 56
— אַז דער אויבערשטער איז זיך משעבד צו אידן און „צאָלט" כביכול אונזערע חובות.
דער חילוק איז נאָר אין וואָס פאַר אַן אופן ווערט דער „שעבוד":
מצד בבלי,
וואו דער חושך הגלות הערשט מיט אַ תוקף,
ובמילא איז אויך די אחדות וערבות צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן ניט אַזויפיל בגלוי,
פאָדערט זיך אַ „קנין": אידן דאַרפן כביכול מאָנען ביים אויבערשטן אַז ער זאָל זיך „אַריינלייגן" במצבם של ישראל און זיך כביכול „משעבד" זיין;
משא"כ מצד
(למוד)
ירושלמי,
אַ מצב פון אור — איז די „שותפות" פון אויבערשטן מיט אידן אויף אַ מער ליכטיקערן אופן,
במילא דאַרף מען נאָר „דערמאָנען" דעם אויבערשטן אויף
„ צערא דחברי׳ " 57 ,
דער צער וואָס אידן גיין דורך במיצר ושבי׳ פון גלות
[וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין זייער תפילה ותביעה „עד מתי?
!" און ווי מ׳זאָגט אין סליחות 58
„אל תתנו דמי לו עד יכונן ועד ישים את ירושלים תהלה בארץ"]
— און דאָס איז שוין די והותר אַז דער אויבערשטער איז זיך משעבד צו עם קרובו 59 ,
און ברענגט גלייך די גאולה דורך משיח צדקנו,
וואָס יבנה מקדש
(השלישי וה„בתרא")
במקומו 60
— ו„גדול 61
יהי׳ כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון" 62
— ובמהרה בימינו ממש.
(משיחת ט"ו בשבט תשמ"ה)