א.
בפרשתנו ביים סוף "פרשת המן" 1
פירט אויס די תורה 2
"והעומר עשירית האיפה הוא".
אח לכאורה ניט פאר־ שטאנדיק: פארוואס זאגט די תורה דעם שיעור פון עומר ערשט צום סוף פרשת המן,
נאכדעם ווי די תורה דערציילט אלע פרטים וענינים וועגן דעם מן ביז נאך זיין ענדע "ובני ישראל אכלו את המן ארבעים שנה עד בואם אל ארץ נושבת" 3 ?
לכאורה האט דאס די תורה געדארפט זאגן פריער אין דער פרשה,
ביים דערמאנען צום ערשטן מאל די מדת העומר 4
ביי מן 5 .
דער בחיי 6
איז מסביר "מפני שכל הפרשה מבארת ענינו של מן ואחר שהשלים הספור בעסקי המן הוצרך לפרש עתה באחרונה כמה השיעור" 7 .
אבער לכאורה איז דער תירוץ דורש ביאור: פארוואס איז דער שיעור העומר א באזונדער זאך,
ניט קיין פרט פון "ענינו של מן" און "ספור בעסקי המן"?
אויב מיט "עשירית האיפה" איז דער פסוק בלויז אויסן צו מודיע זיין דעם
שיעור
(המדויק)
פונעם "עומר" וועל־ כער שטייט פריער אין פסוק און מען ווייס ניט זיין שיעור 8
— איז מצד דעם טעם גופא האט דער שיעור געדארפט שטיין פריער אין די פסוקים 9 .
ווארום די כמות השיעור איז ניט קיין זייטיקער ענין ,
נאר נוגע צום תוכן הבנת הענין 10
:
ירידת המן איז געקומען אלס ענט־ פער אויף "תלונות בני ישראל" 11
אז "הוצאתם אותנו אל המדבר הזה להמית את כל הקהל הזה ברעב " 12 ,
וואס אויף דעם האט דער אויבערשטער געזאגט 11
"שמעתי את תלונות בנ״י גו'" און וויי־ טער איז די תורה ממשיך 13
: "זה הדבר אשר צוה ה׳ לקטו ממנו איש לפי אכלו עומר לגולגולת מספר נפשותיכם ..
וימודו בעומר ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר איש לפי אכלו לקטו"
— איז דאך נוגע,
בתוכן כתובים אלו,
צו וויסן וויפל איז דער שיעור פון "לפי אכלו עומר לגולגולת" צוליב דער אכילה "לשובע" 14
פון דעם טאג,
ובאופן
אז מער פון דעם איז ניט געווען נויטיק 15
ולכן "לא העדיף המרבה",
און ווייניקער דערפון איז ניט געווען גענוג 16
ובמילא "הממעיט לא החסיר".
דערפון גופא 17
איז לכאורה מובן,
אז דער פסוק "והעומר עשירית האיפה הוא" איז דא ניט
(נאר)
אויסן צו מודיע זיין דעם שיעור פונעם עומר מן לגולגולת
(וואס ווערט געזאגט אין דער פרשה פריער),
נאר מיט דעם שיעור איז כוונתו צו מוסיף זיין נאך אן ענין בשייכות להמן,
וואס דער ענין איז ניט פארבונדן מיט עגם "פרשת המן" 18
וירידתו במשך די ארבעים שנה אין מדבר,
נאר ער איז נוגע אויך נאך
(דעם ווי דער פסוק לאזט וויסן וועגן)
זיין
ענדע "ובני ישראל אכלו את המן ארבעים שגה עד בואם אל ארץ נושבת גו' אל קצה ארץ כנען" 19 .
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהק־ דים אן ענין הדורש ביאור אין דעם וואס דער פסוק זאגט "לקטו ממנו איש לפי אכלו עומר לגולגולת מספר נפשותיכם" — אז פאר יעדן איינעם האט מען צוזאמען געקליבן איין עומר 20 .
אין טבע בני אדם זיינען דא חילוקים — ובפרט ביו קטן לגדול — בנוגע כמות המזון וואס ברענגט לידי שביעה; ווי קען זיין דער זעלבער שיעור סיי פאר א תינוק קטן און סיי פאר א גדול 21 ,
ובפרט פאר אזא וואס מדת גופו איז גרעסער 22
ווי ביי אנדערע גדולים 23 ?
!
ואע״פ אז כללות ירידת המן,
מיט אלע פרטים שבזה,
איז געוועו אן ענין נסי 24 ,
ועד״ז בנוגע לאכילתו: "מוצאין בו כמה טעמים",
"מתהפך לכמה טעמים" 25 ,
אין אים איז ניט געוועו קיין פסולת 26 ,
א.
ז.
וו.
וואס דעריבער איז לא יפלא,
אז דער זעלבער שיעור זאל שפייזן יעדן איינעם כדי צרכו 27
—
געפינט מען אבער ניט
(מפורש),
אז רז״ל זאלן מדגיש זיין אז דאס איז גע־ ווען איינער פון די נסים שבמן,
ע״ד ווי די גמרא זאגט דאס ביי כמה ענינים שבמן,
אויך בנוגע די ענינים וואס שטייען מפורש אין פסוק
(ווי רש״י 28
זאגט בנוגע "המרבה״ "והממעיט״ — אז ביי ביידן איז געבליבן דער זעלבער "עומר לגולגולת״ — "וזהו נס גדול שנעשה בו").
מוז מען זאגן אז דאס
(וואס אן עומר איז געווען גענוג סיי פאר א קטן ביותר און סיי פאר א גדול ביותר)
איז ניט קיין נס
(ונוסף)
אין דעם מן,
נאר דאס איז פארבונדן מיט דעם גדר פון "מן",
מצד "טבע" המן.
ג.
דער ביאור בזה:
די סוגיית הגמ׳
(אין מס׳ יומא)
בנוגע מן 29
קומט אינמיטן פון די ענינים והלכות וועגן עינוי יוהכ״פ 30 .
געפינט מען דארט אין גמרא ביים שיעור אכילה
פון יוהכ״פ אן ענין וואס איז מעין פונעם חידוש הנ״ל ביי מן:
דער שיעור החיוב ביי אכילה ביוהכ״פ איז "ככותבת" 31 ,
און די גמרא 32
זאגט דעם טעם "קים להו לרבנן דבהכי
(בכותבת)
מיתבא דעתי׳ בציר מהכי לא מיתבא דעתי׳ מיהו כולי עלמא טובא ועוג מלך הבשן פורתא".
וואס לכאורה איז דאס תמוה: וואס איז די הסברה פון דעם תירוץ?
מ׳קען דאך ווידער פרעגן: אויב דער שיעור ככותבת איז "מיתבא דעתי׳" פון עוג מלך הבשן,
דארף אויסקומען אז צוליב "מיתבא דעתי׳" פון געוויינלעכע בנ״א דארף זיין גענוג א קלענערער שיעור ווי כותבת; און אויב ביי כולי עלמא איז א כותבת מיתבא דעתייהו — ווי קען עס זיין אז דער זעלבער שיעור זאל פועל זיין דעם "מיתבא דעתי׳" פון עוג מלך הבשן?
איז מזה גופא מוכח,
אז דער שיעור כותבת וואס איז "מיתבא דעתי׳" איז א שיעור וועלכער מעסט זיך ניט מיטן גודל הגוף.
[וי״ל שזהו ע״ד הידוע די שקו״ט בנוגע די שיעורים אין הלכות ודיני התורה — אז די הגדרה פון דעם שיעור קען זיין אויף צוויי אופנים: א שיעור מצטרף אדער א שיעור עצמי .
ווי דער ראגאטשאווער 33
איז מאריך ביי כו״כ דינים,
אנהויבנדיק פון דער פלוגתא כללית צווישן ר׳ החנן וריש לקיש 34
ביי חצי שיעור צי עס איז אסור מן התורה
— אז דאס איז א מחלוקת אין דעם גדר כללי פון שיעור האיסור:
לדעת ר״י אז חצי שיעור איז אסור מן התורה מיינט עס אז דער שיעור וואס די תורה האט גע׳אסר׳ט איז א "שיעור מצטרף" — ער באשטייט פון חלקים וועלכע ווערן נצטרף צוזאמען ביז צו א גאנצן שיעור,
ובמילא איז אויך אויף א פחות מכשיעור איז "שמו
(דהאיסור)
עליו" 35
(ס׳איז נאר וואס דער עונש אויפן איסור איז שייך נאר ווען ס׳איז דא דער צירוף פונעם גאנצן שיעור)
;
אבער ר"ל האלט אז דער שיעור האיסור איז א "שיעור עצמי",
און דער־ פאר ווען ס׳איז דא ווייניקער פונעם שיעור איז "לאו כלום הוא" 35 ,
ס׳איז אויף דעם איבערהויפט ניט חל דער גדר האיסור וואס די תורה האט גע׳־ אסר׳ט 36 ].
ד.
די הסברה בזה: אין דעם חיות הנפש בגוף זיינען דא
(בכללות)
צוויי זאכן 37
:
א)
דער חיות כללי וואס איז מחי׳ דעם גאנצן גוף בשווה — אין דעם חיות איז ניטא קיין חילוק צווישן דעם אופן ווי ער איז מחי׳ דעם ראש און ווי ער איז מחי׳ די אנדערע חלקי הגוף,
ביי זיי אלע איז דער חיות באופן שווה.
דאס הייסט,
דאס וואס דער מענטש לעבט — ער איז א חי — איז גלייך אין דעם גאנצן גוף.
און כשם ווי אין דעם חיות כללי איז ניטא קיין חילוקים אין דעם זעלבן גוף צווישן דעם מוח שבראש ועקב שברגל,
ווייל דער חיות כללי איז ניט מדוד ומוגבל לויט חלקי הגוף וועלכע ער איז מחי׳,
אזוי איז אויך ניטא קיין חילוק אין דעם חיות כללי צווישן איין גוף און א צווייטן גוף — ביי יעדן איינעם איז דער נפש וחיות הכללי דהנפש אין דעם זעלבן אופן,
א נפש פון א ילד קטן "ביכולתו להחיות גופו של עוג
(מלך הבשן)
" 38 .
ב)
חיות פרטי,
וואס איז אפגעמאסטן לפי תכונתו של הגוף ולפי כל חלק שבגוף — אין יעדן אבר וחלק פון דעם גוף איז דער חיות בהתאם מיט דער תכונה ומזג פון דעם חלק ואבר.
אין ראש,
וואס איז א מער איידעלער חלק,
איז דער חיות
(פרטי)
אין אים מאיר מער ווי אין אנדערע חלקים ועד״ז בכל אבר ואבר לפי תכונתו 39 .
און אין דעם חיות זיינען אויך פאראן חילוקים צווישן איין גוף און אן אנדער גוף.
דער חיבור פון נפש און חיות הנפש מיטן גוף ווערט אויפגעטאן ע״י אכילה,
כידוע — זיינען אין דעם אויך פאראן צוויי אופני
(— שיעורי)
אכילה:
א)
דער שיעור אכילה וועלכער איז פארבונדן מיט דעם כללות חיבור הנפש בגוף,
מיטן חיות כללי,
וואס טוט אויף אז דער גוף זאל זיין א "חי".
און ווי־ באלד אז דער ענין
(דאס וואס דער גוף
איז א חי)
איז ניט צונויפגעשטעלט פון "פרטים",
איז מובן 40 ,
אז די אכילה וואס טוט אויף דעם חיבור,
באשטייט ניט פון צירוף פרטים נאר ס׳איז א שיעור עצמי 41 ,
ובמילא איז אין דעם שיעור אכילה ניטא קיין חילוק צווישן איין גוף מיט א צווייטן.
און דאס איז דער שיעור ככותבת וואס "קים להו לרבנן דבהכי מיתבא דעתי׳"
(היפך עינוי )
פון יעדן איינעם אין "כל העולם כולו",
אויך פון "עוג מלך הבשן".
דאס איז א שיעור עצמי,
אזוי ווי דער חיות הנפש,
דער חיות כללי שבגוף "טיילט" זיך ניט 42 .
ב)
דער שיעור אכילה וועלכער איז פארבונדן מיטן חיות פרטי וואס איז אפגעמאסטן לפי כלי הגוף שלו
(ולפי פרטיו),
באופן — אז וואס גרעסער דער גוף איז,
אלץ גרעסער איז דער שיעור מזון וואס איז נויטיק פארן חיות פרטי.
און דאס איז דער שיעור אכילה וועלכער איז א "שיעור מצטרף",
ווייל דער חיות באשטייט פון פרטים בכל אבר ואבר,
ובמילא איז מובן אז אויך דער שיעור האכילה וואס איז שייר צו דעם חיות איז צונויפגעשטעלט פון
פרטים,
יעדער פרט פון דעם שיעור איז מוסיף אין דעם חיות און עס מעסט זיך בא יעדן איינעם לפי גודל הגוף
(או החלק שבו)
ובהתאם צום חיות הנפש שבו ופרטי׳.
ה.
ועפ"ז יש לבאר בנוגע ל"מן":
דער חילוק פון די צוויי לשונות
(ושיעורים)
וואס שטייען ביים מן — "עומר" און "עשירית האיפה" — איז: דער לשון "עשירית האיפה" איז מדגיש א שיעור ווי ס׳איז א חלק פון א גרעסערן שיעור מזה — איפה
(ווי רש״י 43
איז מפרש,
אן איפה איז: שלש סאין כו׳ נמצא עשירית האיפה מ״ג ביצים וחומש ביצה 44 )
; משא"כ דער לשון "עומר"
(סתם)
איז ניט מדגיש א שיעור
(וועלכער איז צונויפגעשטעלט פון פרטים — מ״ג ביצים וחומש ביצה),
נאר איין "מדה".
און דאס איז דער טעם וואס אין דער פרשת המן כולה זאגט די תורה בלויז "עומר לגולגולת",
"וימודו בעומר" וכיו״ב,
און ערשט בסיום
(— לאחרי)
הפרשה אה דער פסוק מפרט דעם שיעור "והעומר עשירית האיפה הוא" — ווייל אין דער פרשה רעדט זיר
(בעיקר)
וועגן א שיעור העומר פון מן ניט ווי ער איז א שיעור מצטרף,
נאר ווי א שיעור עצמי 45 ,
וועלכער טיילט זיך ניט
(באיכות) 46 ,
ווארום עיקר ענינו פונעם מן איז צו אויפטאן דעם חיבור פון עצם החיות,
פונעם חיות כללי מיטן גוף
(ע״ד שיעור כותבת) 47 ,
און דער חידוש ופלא פונעם מן איז באשטאנען אין דעם,
וואס כאטש דאס איז געווען א מזון וואס האט
(אויך)
גע׳פועל׳ט דעם חיבור פון חיות פרטי מימן גוף 48 ,
איז דאס אבער געווען באופן,
פון און דורך דעם חיבור פון דעם חיות כללי שע״י השיעור עצמי פונעם עומר 49 .
נאר צום סוף פון דער פרשה זאגט דער פסוק "והעומר עשירית האיפה הוא" להוסיף,
אז דער מן האט אין זיך געהאט אויך א גדר פון "שיעור מצטרף".
וי״ל אז דער ענין איז ניט
(אזוי)
נוגע צו עצם אכילת המן במשך די ארבעים שנה,
נאר
(דוקא)
בסוף
(—לאחרי)
תקופה זו,
בבואם אל ארץ נושבת
(כדלקמן סעיף ח).
ו.
ס׳איז ידוע 50 ,
אז דער מן איז גע־ ווען ניט בלויז א מזון גשמי,
אויף צו משביע זיין דעם רעבון הגוף און אים מאכן פאר א כלי־קיבול צום חיות הנפש —
וי״ל אז אי משום הא,
האט דער אויבערשטער געקענם ווייזן דעם זעלבן
(אדער א קלענערן)
נס צו שפייזן די אידן אין מדבר דורך געבן זיי לחם מן הארץ 51
—
נאר דאס איז אויך געווען א רוחניות׳־ דיקער שפייז,
ווי די גמרא 52
זאגט: "לחם אבירים אכל איש 53
— לחם שמלאכי השרת אוכלין אותו".
ד.
ה.
אז דער מן איז פאר די אידן געווען
(נים נאר א מזון פארן גשמיות׳דיקן גוף נאר אויך)
א מזון רוחני פאר דער נשמה,
המחברה מיט מקורה המחי׳ אותה ,
צו פועל זיין די
דביקות "וחיבור" הנשמה מיטן אויבערשטן 54 .
וכשם ווי עס זיינען דא די צוויי חילוקים הנ"ל אין דעם חיות הגוף פון נפש החיונית,
און אין דער אכילה וואס איז פארבונדן מיטן חיות,
כנ"ל,
עד״ז איז אויך אין חיות הנשמה,
פון דער נפש האלקית בא אידן,
אז ס׳איז דא די נקודת החיות פון דער גשמה,
די נקודת היהדות וועלכע איז דא בא יעדן אידן בשווה 55 ,
און די "התפשטות" החיות,
די כחות הגלוים פון דער נשמה,
אין וועלכע עס זיינען פאראן ריבוי חילוקי דרגות 56 .
און דאס איז דער טעם וואס דער עומר לגולגולת,
דער מזון ברוחניות,
איז געווען
(בעיקר)
א שיעור עצמי,
וואס איז בשווה ביי אלע אידן 57
(און ווי דאס איז מודגש אין דער פרשת המן,
כנ"ל)
:
כידוע איז יציאת מצרים געווען דער זמן פון לידת עם ישראל 58
און די אלע פערציק יאר אין מדבר זיינען די בני
ישראל געווען בכללות בדוגמת תינוק 59
(או גדול הסמיך על שולחן אביו),
וואס זיינע אלע הצטרכות׳ן ווערן באזארגט דורך זיין מוטער
(אדער — אביו)
— אזוי זיינען די אידן געווען אין מדבר,
אז דער אויבערשטער האט זיי געגעבן זייערע אלע באדערפענישן מזון,
מים,
לבושים 60
וכו' — "כאשר ישא האומן את היונק" 61 .
און אזוי ווי ביי א תינוק,
אין די ערשטע יארן נאך זיין הולדה,
איז ביי אים ניט אויף אזויפיל ניכר די התחלקות החיות והכחות באברים — פון שכל שבראש און מדות שבלב — נאר ביי עם איז בעיקר נרגש דער חיות כללי,
וואס איז בכל הגוף בשווה: און זיין מזון וואס איז אים מגדל אח דער זעלבער — ער איז יונק משדי אמו און אין דעם פאר־ טיקן מאכל האט ער אלע נויטיקע חלקי המזון
(און אלע טעמים) 62
—
עד״ז איז אויך געווען אין דער תקופה
(פון מ׳ שנה במדבר)
נאך דער לידה פון עם ישראל,
אז זייער מזון רוחני
(דורך דעם מזון גשמי — מן)
איז געווען בעיקר דער שיעור עצמי פון "עומר לגולגולת",
וואס איז פארבונדן מיט דעם חיות פון עצם הנשמה,
די עצם התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן,
וואס איז העכער פון התחלקות המדריגות ביי אידן
(בחי׳ "ראש" ובחי׳ "רגל" וכו')
; און אין דעם זעלבן מזון במשך ארבעים שנה במדבר 63
איז "מוצאים
בו 64
כמה טעמים” 65 .
ז.
לפ״ז יש לבאר אויך אנדערע פרטים וואס מען געפינט בנוגע למן:
"וימודו בעומר ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר איש לפי אכלו לקטו",
אז בא דעם ממעיט האם ניט גע־ פעלט פונעם "עומר לגולגולת" און בא דעם מרבה ללקוט איז ניט געווען מער ווי עומר לגולגולת.
וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק:
די סיבה פארוואס איינער איז געווען א "מרבה" און דער צווייטער א "ממעיט" 66
איז בפשטות ווייל ביי דעם "מרבה" איז דער מן,
"לחם מן השמים",
זייער טייער און דער ממעיט האט ניט געפילט כל כך דעם יוקר המן:
און ווי עס שטייט אין מכילתא 67
: "עכשיו יצא נחשון בן עמינדב וביתו
ומלקט הרבה יצא עני שבישראל ומלקט קמעא" — וי״ל אז עס איז מובן אז דאס וואס "נחשון בן עמינדב ..
מלקט הרבה" איז ניט געווען צוליב מן אלס מזון גשמי 68 ,
נאר דערפאר וואס דאס איז א "מזון דמלאכי השרת".
ומזה לאידך גיסא,
אז דער "עני שבישראל" מיינט מען
(בעיקר)
אן עני ברוחניות
(אין עני אלא בדעת 69 ),
וואס ביי אים איז ניט געווען עד כ״כ טייער דער מן אלס "לחם מן השמים" און דערפאר האט ער ממעיט געווען בלקיטתו.
און אעפ״כ — "כשהן 70
באין לידי מדה נמצאו כולן שווין שנא׳ וימודו בעומר"!
נאכמער: אפילו די אידן וואס "לא שמעו אל משה ויותירו אנשים ממנו עד בוקר" 71 ,
זיי האבן ניט געפאלגט די "מצות התלויות בו" 72 ,
ביז אז "יצאו מן העם
(בשבת)
ללקוט" 73
— און דאד גע־ פינט מען ניט אז עס האט ביי זיי גע־ פעלם פון דעם "עומר לגולגולת".
איז עס דאך א דבר תמוה ונפלא: ווען דער נס וואלט געווען באופן אז דער אויבערשטער האט זיי געגעבן "לחם מן הארץ",
א לחם טבעי,
וואלט מען גע־ קענט זאגן,
אז היות מצד די לבושי הטבע זעט זיך ניט בגלוי קיין חילוק
צווישן איין אידן און א צווייטן,
דער־ פאר באקומען דער "מרבה" און "ממעיט" במדה שווה: דא רעדט זיך דאך אבער וועגן "לחם מן השמים",
וואס איז אן ענין רוחני ונסי — און ווי־ באלד אז ברוחניות זיינען ניכר די חילוקים ודרגות פון אידן,
האבן געדארפט זיין חילוקים אויך אין מדת המן,
אז ביי יעדן איינעם זאל די מידת המן זיין בהתאם צו זיין מעלה ורוחניות 74 .
ולפועל איז גאר געווען באופן הפוך — א נס גדול 75 ,
אז ביים "מרבה"
(ביי נחשון)
איז געווארן ווייניקער און ביים "ממעיט"
(עני בדעת)
איז געווארן מער — ביז ס׳איז ביי זיי געווען דער זעל־ בער "עומר לגולגולת".
ע״פ הנ״ל איז מובן: וויבאלד די אכילה אין מדבר במשר די ארבעים שנה איז געווען אין דעם אופן פון "שיעור עצמי" וואס איז פארבונדן מיט דער נקודת היהדות — און די נקודת היהדות איז שטענדיק גאנץ בא יעדן אידן,
ביז ווי דער אלטער רבי 76
זאגט אז "בשעת החטא היתה באמנה אתו ית׳״ — איז עד״ז אויר דער "מזון מן השמים" וואס איז דערמיט פארבונדן,
אז ס׳איז ניטא אין דעם קיין חילוקים,
עס קומט אן צו יעדן אידן בשווה.
ח.
ע״פ כל הנ״ל וועט זיין פאר־ שטאנדיק וואס דער שיעור מצטרף פונעם עומר,
"והעומר עשירית האיפה הוא",
שטייט ערשט בסיום
(—לאחרי)
הפרשה,
נאך דעם ווי דער פסוק זאגט
"ובנ״י אכלו את המן גו' עד בואם אל ארץ נושבת":
כשם ווי ביי מזון
(גשמי ורוחני)
זיינען דא צוויי סוגי ושיעורי מזון
("שיעור עצמי" און "שיעור מצטרף"),
בהתאם צו די צוויי בחינות אין חיות הנפש — עד"ז זיינען אויך אין דעם מן
(דער "מזון" פון כלל ישראל בעת הולדתם והתהוותם לעם השם)
געווען די ביידע ענינים פון "שיעור עצמי״ און "שיעור מצטרף״ — "עומר לגולגולת"
(סתם)
און "עשירית האיפה".
נאר דער חילוק איז: זייענדיק במדבר,
אינעם זמן פון לידת עם ישראל,
כנ״ל,
איז זייער "מזון" געווען בעיקר פונעם "שיעור עצמי" שבמן,
כנ״ל;
אריינקומענדיק אין א״י,
"ארץ נושבת",
וואס דעמאלט איז זייער עבודה שוין געווען פארבונדן
(ניט מיט מדבר,
נאר)
מיט התיישבות בארץ,
כחות פרטיים,
איז דער מן וואס "היו מסתפ־ קין ממן שבכליהם עד ששה עשר בניסן" 77
(אדער ווי עס איז דא די דיעה אין מכילתא 78
אז "אכלו ישראל את המן ..
ארבע עשרה
(שנה)
אחר מיתתו של משה ..
שבע שכבשו ושבע שחלקו")
געווען
(בעיקר)
א "שיעור מצטרף" 79
וואס איז געווען א מזון ניט
(אזוי)
פאר דער נקודת חיות הנשמה,
מחזק זיין ביי זיי די אמונה פשוטה 80 ,
נאר
(בעיקר)
פאר דער עבודה פרטית,
ווי ס׳איז פאר־ בונדן מיט דער כניסה לארץ והתיישבות אין ארץ 81 .
ט.
פון דעם נעמט מען ארויס די הוראה לכאו״א:
תורה ווערט אנגערופן "לחם" 82 ,
און די צוויי בחינות "לחם״ שבתורה — לחם מן השמים און לחם מן הארץ — זיינען חז״ל מבאר אז זיי ווייזן 83
אויף נגלה דתורה און פנימיות 84
התורה.
מ׳קען דאך ביי זיך טראכטן: לכאורה,
מ׳האט צו טאן מיט א אידן וואס איז ערשט "געבארן" געווארן,
ער הויבט ערשט אן נתקרב ווערן צו אידישקייט — איז דאך גענוג אז מ׳זאל אים געבן לע״ע נאר "לחם מן הארץ",
נגלה דתורה: אדער אפילו אויב מ׳זאל אים געבן "לחם מן השמים",
איז ער אבער ניט ראוי צו דעם שיעור שלם פון "לחם מן השמים״ — מ׳וועט אים געבן נאר א "כמות קטנה" פון פנימיות התורה.
ווער רעדט נאך איינער וואס איז נאך ניט נתקרב געווארן צו אידישקייט,
נאכ־ מער,
אזא וואס איז עלול ח״ו צו מזלזל זיין אין דעם מן — לחם מן השמים — וואס מ׳וועט אים געבן,
איז דאך זיכער ניט כדאי אים צו געבן לע"ע "לחם מן השמים״,
פנימיות התורה,
ועא״כ — מדתה בשלימות.
אויף דעם האט מען די הוראה פון "פרשת המן",
אז דאס דארף געגעבן ווערן צו יעדן איינעם,
ניט קוקנדיק אין וועלכן מצב ער איז,
אויך אפילו צו אזא וואס איז
(לע״ע)
עובר ר״ל על ציווי ה'.
וי״ל: שאר חלקי התורה,
וואס זיינען פארבונדן מיט די כחות הגלוים של הנשמה,
דארף מען אמאל קלערן און גוט וויסן מצבו צי יענער איז שוין שייך צו דעם פרט און צי ער איז א כלי ראוי ׳ דעם פרט צו מקבל זיין,
וכו'.
בנוגע אבער צו לחם מן השמים,
פנימיות התורה,
אט די ענינים וועלכע זיינעו פארבונדן מיט דער נקודת היהדות פון א אידן — ד.
ה.
: די יסודות התורה 85 ,
ווי אמונת ה׳ ואחדותו 86
(און די אנדערע עיקרי הדת,
וע״ד ווי דער רמב״ם 87
רעכנט אויס די י״ג עיקרים 88 )
— פסק׳נט אפ תורה 89
אז יעדער איי־ נער 90
איז שייך לזה און איז שייך צו דעם "שיעור עצמי״ — "עומר לגולגולת",
דער קטן שבקטנים במדריגה הרוחנית ביז דעם גדול שבגדולים —
ווארום דאס איז פארבונדן מיט דעם עצם פון
(שם)
ישראל,
ווי דער רמב״ם
זאגט 91
"כאשר יאמין האדם אלה היסודות כולם ונתברר בה אמונתו בהם הוא נכלל בכלל ישראל" 92 ,
וואס דער "בירור" פון דער אמונה אין די אלע יסודות כדבעי ווערט דורך דעם לימוד פון פנימיות התורה ווי דאס איז נתגלה געווארן בהבנה והשגה; און יעדער איינער קען דאס מקבל זיין,
במילא איז יעדער איינער וואס האט די מעגלעכ־ קייט דערצו,
מוז מען דאס אים געבן.
יוד.
יו״ד שבט,
דער יום ההילולא פון דעם רבי׳ן נשיא דורנו פאלט אויס בכמה שנים
(ווי בשנה זו)
אין דער וואך פון פ׳ בשלח.
וואס דערפון איז פאר־ שטאנדיק אז "מעשיו 93
ותורתו ועבודתו" של בעל ההילולא האבן א שייכות און זיינען מרומז בפרשתנו.
זעט מען אז דאס איז געווען פון די עיקרי העבודות פון דעם בעל ההילולא — א)
יפוצו ב)
מעינותיד ג)
חוצה 94 .
לכאורה,
וויבאלד עס רעדט זיך וועגן א אידן וואס געפינט זיך אין חוצה,
קען
מען טראכטן אז פאר אזא אידן איז גענוג ווען מ׳גיט אים מים וועלכע מ׳האט גענומען פון א נהר וועלכער קומט פון דעם מעין,
עס איז ניט נויטיק צו אים ברענגען דעם מעין אליין .
אויף דעם האט מען די הוראה ברורה,
אז די מעינות עצמם דארף מען ברענ־ גען אין חוצה .
און נאכמער: עס איז ניט גענוג צו געבן אים נאר טיפין פון דעם מעין,
נאר עס דארף זיין באופן של הפצה ,
א שיעור שלם.
וכנ״ל אז מ׳גיט יעדן איינעם אן "עומר לגולגולת" פון "לחם מן השמים",
ביז אז יענער פילט אויך ווי "טעמו כצפיחית בדבש" 95 ,
ווי מ׳קען האבן דערפון א תענוג והכי נעלה.
און על ידי זה וואס מ׳גייט בדרכיו "אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נצח סלה ועד״ 96 ,
איז מען ממהר דעם קיום ההבטחה פון מלכא משיחא 97 ,
בהיכלו של משיח,
אז ע״י הפצת מעינות הבעש״ט חוצה איז "קאתי מר",
דא מלכא משיחא,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש"פ בשלח
(י"א שבט)
תשמ"ה,
י"ט כסלו תשט״ז)