B"H
🏡

Ikar

בשלח ב

א.

עס שטייט אין טור 1

אַז „טוב לומר" די „פרשת המן" יעדן טאָג 2 ,

און דער טעם דערויף שטייט אין בית יוסף 3

— „כדי שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה".

דער אַלטער רבי בשולחן ערוך שלו — אין מהדורא קמא 4

— איז מעתיק דעם דין פון טור מיט׳ן טעם פון בית יוסף,

און איז מוסיף

(דעם ביאור פון לבוש 5 )

: „שכן הי׳ במן שהשגיח הקב"ה לתת לכל אחד עומר לגולגולת לכל נפשות ביתו כמ"ש 6

וימודו בעומר ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר".

אָבער אין מהדורא תניינא שלו 7

איז ער משנה,

און אַנשטאָט ברענגען דעם טעם הב"י

(והלבוש)

זאָגט ער: „ופ׳ המן לבטח בה׳ נותן לחם דבר יום ביומו" 8 .

ד.

ה.

אַ שינוי אין צוויי פרטים:

(א)

אַנשטאָט לשון הב"י „ שיאמין " זאָגט דער אַלטער רבי „ לבטח ".

(ב)

ער ברענגט ניט דעם ענין אין מן — אַז עס איז געווען

(בהשגחה פרטית 9 )

„עומר לגולגולת לכל נפשות ביתו",

נאָר — אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט דעם מן געגעבן נאָכאַנאַנד,

„דבר יום ביומו" 10 ,

דאַרף אַרויסרופן דעם בטחון אַז דער אויבערשטער איז „נותן לחם דבר יום ביומו".

בפשטות זיינען די צוויי שינויים הנ"ל תלוי זה בזה:

דער ענין אין מן וואָס „השגיח הקב"ה לתת לכל אחד עומר לגולגולת לכל נפשות ביתו ..

ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר",

איז מחזק די אמונה פון אַ אידן,

אַז זיינע מזונות

(קומען ניט פון „כחי ועוצם ידי" 11 ,

נאָר)

„באין לו בהשגחה" פון אויבערשטן; ווי מ׳האָט געזען במוחש ביים מן,

אַז די פעולות פון אדם האָבן ניט משנה געווען 12

אין דער כמות המן וואָס דער אויבערשטער האָט

(באַשטימט און)

געגעבן „לכל אחד".

דער ענין פון בטחון אָבער איז

(ניט נאָר אַז מען גלויבט אַז מזונותיו של אדם קומען פון אויבערשטן,

נאָר)

אַז מען פאַרלאָזט זיך אויפן אויבערשטן,

אַז ער וועט אים זיכער צושטעלן מזונותיו — און דעם ענין הבטחון לערנט מען אָפּ פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט דעם מן געגעבן „ דבר יום ביומו ",

באופן

תמידי,

אַזוי אַז מען האָט זיך אינגאַנצן פאַרלאָזט אויפן אויבערשטן,

אָן קיין דאגה וכו'.

עס איז אָבער דורש הסברה: מאי טעמא,

וואָס אין ב"י

(ולבוש)

— ועד"ז אין מהדורא קמא פון אַלטן רבי׳נס שו"ע — ברענגט זיך דער ענין פון „כדי שיאמין כו'"; און

(דוקא)

אין מהדורא תניינא איז דער אַלטער רבי משנה און זאָגט דעם טעם „לבטח בה׳ נותן לחם דבר יום ביומו"?

ב.

לכאורה דאַרף אויסקומען,

אַז עס איז אויך דאָ אַ נפק"מ להלכה צווישן די צוויי טעמים,

ובהקדים:

איינער פון די חילוקים צווישן אמונה און בטחון איז:

אמונה איז אַן ענין תמידי — ס׳איז די אָפּגעלייגטקייט און געוויסקייט ביים מאמין,

אַז די זאַך איז אַזוי

(ווי ער גלויבט),

ובמילא איז עס דאָ ביי אים שטענדיק,

אויך ווען די אמונה איז ניט נוגע לפועל 13 .

לדוגמא,

בנדו"ד: די אמונה אַז „כל מזונותיו באין לו בהשגחה" — איז דאָך ניט מתאים צו זאָגן,

אַז ער גלויבט דערין נאָר בעת ער איז זיך עוסק בפרנסתו — נאָר די אמונה איז תמיד בנפשו.

משא"כ בטחון,

די זיכערקייט און פאַרלאָזן זיך אויף דעם אויבערשטן בפרנסתו,

איז אַ הרגש וואָס ווערט נתעורר ביים אדם בעת הצורך 14

: בשעת

דער אדם איז זיך עוסק במלאכתו צו פאַרדינען פרנסתו,

איז ער בוטח בה׳ אַז „ וברכך ה׳ אלקיך בכל אשר תעשה" 15

— דער אויבערשטער וועט זיכער בענטשן זיין עשי׳

(עסק)

אין אַן אופן אַז עס וועט אים ברענגען פרנסה;

אָדער ווען איינער געפינט זיך ר"ל אין אַן עת צרה און ער זעט ניט קיין אויסזיכט אין טבע ווי אַזוי ער וועט דערפון ניצל ווערן — פאַלט ער ניט אַריין ח"ו אין יאוש „מאין יבוא עזרי" 16 ,

נאָר ער איז זיכער

( בוטח בה׳ ,

אַז דער אויבערשטער,

וועלכער איז בעה"ב אויף טבע ובידו לשנות הטבע 17 ,

וועט אים זיכער העלפן)

— אַז „עזרי מעם ה׳ עושה שמים וארץ" 18 .

נאָך מער: דער בטחון גופא איז

(די „כלי" וואָס איז)

ממשיך די ישועה פון אויבערשטן ומילוי צרכיו.

[דאָס איז איינער פון די ביאורים אין דעם ענין פון מדת הבטחון.

וואָרום לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק:

בטחון מיינט דאָך 19 ,

אַז אַ איד איז בוטח אַז דער אויבערשטער וועט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה דוקא.

ד.

ה.

נוסף ע"ז אַז דער אויבערשטער ווייס אַז דאָס איז גוט פאַרן מענטשן,

איז עס באופן אַז אויך דער מענטש וועט זען אַז עס איז גוט פאַר עם.

ולכאורה: דאָס גופא וואָס דער מענטש געפינט זיך ר"ל אין אַ צרה קען דאָך זיין ווייל זיין הנהגה איז ניט כדבעי און דערפאַר קומט אים דער עונש.

איז וואָס איז דער יסוד פון זיין בטחון 20

— ובבטחון גמור ואמיתי וואָס מיינט אַז ביי אים איז אין דעם גאָר קיין ספק ניטאָ ביז אַז ער איז אינגאַנצן רואיק 21

— אַז דער אויבערשטער וועט אים זיכער

(ניט מעניש זיין,

כאָטש אַז אויך דאָס איז פאַר אים אַ טובה,

נאָר)

מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה דוקא?

וי"ל די הסברה בזה: בשעת אַ איד ווייזט אַרויס זיין בטחון גמור אין אויבערשטן און ביי אים איז בפשיטות אַז דער אויבערשטער וועט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה,

טראָץ דעם וואָס עס איז ניט מתאים צו די טבע׳דיקע חשבונות און אויסזיכטן — איז דאָס גופא ממשיך מלמעלה,

אַז דער אויבערשטער זאָל זיך מיט אים פירן מדה כנגד מדה,

וואָס תורה איז מודיעה און פּסק׳ענט אַז דאָס איז מדתו של הקב"ה 22

און השם איז אים מטיב בטוב הנראה והנגלה 23 ,

ניט קוקנדיק כלל אויף די חשבונות צי ער איז דאָס ווערט 24 ].

ג.

מהנ"ל איז מובן,

אַז דער ענין פון מדת הבטחון — ד.

ה.

די התעוררות המדה בפועל — איז פאַרבונדן מיט בקשת צרכיו : ווען דער מענטש איז פאַרנומען מיט באַקומען די זאַכן אין וועלכע ער נויטיקט זיך,

איז ער בוטח בה',

אַז ער ב"ה וועט זיי ממלא זיין.

ועפ"ז,

לויטן טעם אַז אמירת פ׳ המן איז כדי דורכדעם זאָל דער אדם נתעורר ווערן „ לבטח בה׳" — איז יש מקום לומר 25 ,

אַז די פרשת המן זאָל געזאָגט ווערן —

(א)

נאָר בימות החול,

אָבער ניט ביום השבת 26

ווען עס דאַרף ניט זיין דער ענין פון בקשת צרכיו 27

[וע"ד ווי דער מן עצמו,

וואָס איז ניט אַראָפּגעקומען ביום השבת 28 ,

אע"פ אַז ער איז געווען „דבר יום ביומו"].

(ב)

אויך בימי החול,

דאַרף מען עס ניט זאָגן בתחילת התפלה.

וע"ד ווי בקשת צרכיו,

וואָס עס דאַרף זיין „יסדר אדם שבחו של הקב"ה ואח"כ יתפלל" 29

(בקשת צרכיו).

און ווי מען געפינט טאַקע אין כמה סידורים 30 ,

אַז מ׳האָט געשטעלט פרשת המן לאחרי התפלה

(און — צוזאַמען מיט אַ תפלה ובקשה אויף פרנסה).

משא"כ לויטן טעם „כדי שיאמין כו׳",

קען מען דאָס זאָגן אפילו בשבת 26 ,

און אויך לפני התפלה

(אין וועלכער ס׳איז — סידור שבחיו של מקום)

— ווייל 31

די אמונה אין אויבערשטן

(אויך — בשייכות צו מזונותיו)

איז אַן ענין וואָס דאַרף זיין שטענדיק .

אָבער צ"ע בזה,

ווייל אויך אין מהדורא תניינא

(וואו עס שטייט דער טעם פון „לבטח בה׳ כו'")

שרייבט דער אַלטער רבי בפירוש „טוב לומר בכל יום ..

ופ׳ המן",

וואָס פון דעם לשון איז משמע אַז דאָס מיינט „ בכל יום",

כולל שבת 32 .

אויך בנוגע דעם פרט פון מקום אמירתה בימות החול,

איז פון סתימת הלשון אין מהדורא תניינא משמע אַז דער איינציקער חילוק

(לגבי זיין פסק אין מהדורא קמא)

איז בנוגע דעם טעם האמירה,

אָבער ניט אַז מצד דעם ווערט אַ שינוי — הגבלה ווען מען קען דאָס

זאָגן.

ובפרט אַז אויך אין מהדורא תניינא איז דער אַלטער רבי כולל דעם דין פון אמירת פ׳ המן מיט אמירת פ׳ העקידה

(ועשרת הדברות)

און אויך מיט פ׳ הקרבנות 33

(וועלכע מען זאָגט קודם התפלה 34 ).

— בלייבט די שאלה

(הנ"ל)

: וואָס איז דער טעם השינוי אין מהדו"ת לגבי מהדו"ק

(והב"י כו׳)?

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין הנהגת ר׳ ייסא 35

סבא

(וואָס ווערט דערציילט אין זהר פון היינטיקער סדרה 36 ,

בהמשך צום ענין המן)

-

אַז ער פלעגט צוגרייטן זיין סעודה בכל יום נאָר נאָכדעם ווי ער האָט פריער געבעטן מזוני׳ ביים אויבערשטן,

זאָגנדיק: לא נתקין סעודתא עד דתתיהיב מבי מלכא

(ער וועט ניט צוגרייטן זיין סעודה ביז דאָס וועט אים געגעבן ווערן פון דעם אויבערשטן).

איז צריך הסברה: וויבאַלד אַז דער אוכל

(פון וועלכן ער האָט צוגעגרייט זיין סעודה)

איז שוין געווען ברשותו און עס האָט געפעלט נאָר דער תיקון המאכל לסעודה

(„ הוה לי׳ מיכלא דההוא יומא למיכל" 37 )

— וואָס איז דער

פירוש 38

אַז ער בעט ביים אויבערשטן אַז ער זאָל אים געבן דעם אוכל ?

וי"ל דעם ביאור אין דעם:

עס איז ידוע דער ביאור פון בחיי 39

אויפן מחז"ל 40

אַז יוסף איז נענש געוואָרן דערפאַר וואָס ער האָט געבעטן ביים שר המשקים „והזכרתני אל פרעה" 41

— אַז „ח"ו שיתלה יוסף הצדיק בטחונו בשר המשקים רק בה׳ לבדו,

אבל היתה כוונתו שהשם ית׳ הזמין אליו שר המשקים זה כדי שיעשה לו נס על ידו"; און דאָס וואָס יוסף איז דערויף נענש געוואָרן,

איז עס „לפי שבקש סבה בשר המשקים

(דורך וועלכער דער אויבערשטער זאָל שיקן זיין הצלה)..

ואין ראוי לצדיקים כיוצא בו לבקש סבה,

לכך נענש בזה כי הי׳ לו לבטוח בהקב"ה לבדו שהוא בעל הסבות כולן שהוא יזמין אליו הסבה מבלתי שיבקש הוא אותה".

פרעגט מען אויף דעם 42

: עס איז דאָך מבואר

(אין חובת הלבבות 43 )

בנוגע צו בטחון,

אַז עס איז אַ חיוב לעסוק בסבות

(און ער ברענגט אויף דעם כמה ראיות)

— איז פאַרוואָס איז יוסף נענש געוואָרן „לפי שבקש סבה"?

און מ׳איז מבאר 44 ,

אַז עס זיינען

פאַראַן צוויי אופנים

(מדריגות)

אין בטחון:

א)

בשעת די הנהגה מלמעלה איז אין אַן אופן אַז „נמשכין הדברים שהולכין כסדרן שע"פ הטבע" 45

(בלשון החסידות: ווי דאָס איז מצד ממלא כל עלמין)

איז דעמאָלט דאַרף מען זוכן אַ סיבה און מאַכן אַ כלי אין טבע,

ווייל די השפעה מלמעלה קומט דורך די לבושי הטבע דוקא.

ב)

בשעת מ׳זעט אַז די הנהגה מלמעלה איז אין אַן אופן וואָס „נמשכים הדברים ..

שלא עפ"י הטבע" 45

(בלשון החסידות: מצד סובב כל עלמין),

פאָדערט זיך אַ העכערער אופן אין מדת הבטחון — פאַרלאָזן זיך אינגאַנצן „על 45

הנהגת ה׳ לבדו ושלא לעשות שום דבר כ"א לבטוח בה׳ שבטח יעזור השי"ת בדרך סיבה" 46 .

[און יוסף הצדיק,

וועלכער איז

(שטענדיק)

געווען פאַרבונדן בעבודתו מיט דער מדריגה וואָס איז העכער פון טבע 47 ,

האָט געדאַרפט פירן זיך,

האַלטן ביי דעם העכערן אופן אין בטחון].

ה.

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים אין בטחון איז דאָ אויך בשעת מען מאַכט יאָ אַ „כלי" 48

:

דאָס וואָס עס פאָדערט זיך

(באופן הא׳)

אַז דער אדם זאָל מאַכן אַ כלי,

איז עס ווייל מצד דער הנהגה מלמעלה,

ווען „נמשכים הדברים ..

ע"פ הטבע" 45

— האָט דער טבע און די דרכי הטבע אַ תפיסת מקום,

און דעריבער דאַרף דער אדם זוכן אַ כלי וסיבה דורך וועלכער עס וועט צו אים נמשך ווערן די ברכת ה׳.

משא"כ דער וואָס האַלט ביי דעם העכערן אופן אין בטחון,

וואָס ער דאַרף ניט טאָן „שום דבר כ"א לבטוח בה׳",

האָבן די דרכי הטבע ביי אים כלל ניט קיין תפיסת מקום

(וואָס דערפאַר דאַרף ער ניט זוכן אַ סיבה וכלי).

און דעריבער,

אפילו ווען עס איז דאָ אַ סיבה וכלי אין טבע אויף פרנסתו,

איז זיין פרנסה דורכדעם ניט „נעענטער" געוואָרן צו אים לגבי ווי ער וואָלט ניט געהאַט אַ סיבה וכלי.

ווייל די סיבה וכלי איז ביי אים ניט תופס מקום אַלס אַ זאַך פאַר זיך,

ער זעט נאָר ווי ער באַקומט אַלץ גלייך פון אויבערשטן; איז אויך די סיבה וכלי אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער מאַכט פאַר אים 49

צוזאַמען מיט זיין פרנסה.

און דאָס איז אויך די הסברה אין הנהגת ר׳ ייסא סבא 50

וואָס ער האָט געזאָגט „לא נתקין סעודתא עד דתתיהיב מבי מלכא"

(כאָטש אַז „הוה לי׳ מיכלא דההוא יומא")

:

ביי ר׳ ייסא סבא איז געווען דער אופן פון בטחון אַז ער האָט געזען אין יעדער עשי׳

(בפ"ע)

אַז דאָס איז

(ניט זיינע אַן

עשי׳,

נאָר)

אַ נתינה מה׳ 51 .

ובמילא,

אפילו ווען ער האָט דעם אוכל ביי זיך אין שטוב און דאַרף עס נאָר נעמען און צוגרייטן,

פילט ער אַז דאָס איז ניט זיין אוכל וואָס ער נעמט

(משלו)

און גרייט אים צו,

נאָר אַז — „ תתיהיב מבי מלכא": דאָס גיט אים איצט דער אויבערשטער .

ובמילא דאַרף ער אויך אויף דעם שואל זיין קמי קוב"ה

(פּונקט ווי ער בעט פאַר זיינע מזונות ווען ער האָט נאָך ניט אוכל אין שטוב).

ו.

דערמיט קען מען אויך פאַרענטפערן נאָך אַן ענין אין הנהגת ר׳ ייסא סבא הנ"ל:

פון סתימת לשון הזהר — „לא אתקין סעודתא בכל יומא עד דבעא בעותי׳ כו׳" — איז משמע,

אַז ער האָט זיך אַזוי געפירט אויך אפילו בשבת 52 .

איז ניט גלאַטיק: שבת איז דאָך ניט אַ זמן פון בקשת צרכיו,

איז ווי קומט עס אַז ר׳ ייסא „בעא בעותי׳ קמי קב"ה על מזוני׳ "

(אפילו)

בשבת?

וע"פ הנ"ל איז דאָס פאַרשטאַנדיק: די בקשת צרכיו וואָס דאַרף ניט זיין ביום השבת איז דוקא ווען דער אדם איז אויסן דערביי זיך ,

זיין מציאות,

אַז אים זאָל נתמלא ווערן צרכיו וחסרו נו .

משא"כ ר׳ ייסא סבא,

איז זיין תפלה געקומען דוקא דערפאַר וואָס זיין מציאות האָט ביי אים אינגאַנצן ניט תופס מקום געווען,

ביז אַז ער האָט געפילט אויף יעדן טראָט און שריט אַז אַלץ

איז אָפּהענגיק פון אויבערשטן.

און ווי דער זהר איז דאָרטן 53

מבאר,

אַז אויף אַזאַ הנהגה שטייט 54

„את המיחלים לחסדו" — „ דמצפאן ומחכאן בכל יומא ויומא למבעי מזונייהו מן קב"ה".

ד.

ה.

אַז דער תוכן התפלה איז בלויז צו אויסדריקן דעם „המיחלים לחסדו" 55 ,

וואָס זיי פילן ווי אַלץ איז נאָר חסדו של הקב"ה.

— און אַזאַ אופן אין תפלה

(אויף מזוני)

קען זיין אפילו בשבת.

ז.

אע"פ אַז אָט די הנהגה פון ר׳ ייסא סבא איז ניט אַ דבר השווה לכל נפש,

אעפ"כ איז „אפס קצהו ושמץ מנהו" 56

שייך צו יעדן איינעם 57 ,

ועל כל פנים — אין עתים מזומנים.

ויש לומר,

אַז דאָס איז דער חילוק צווישן ימות החול און יום השבת: במשך די ששת ימי החול ווען אַ איד איז כפי ובאופן המבואר בשו"ע 58

— ילך לעסקיו כו׳ וישא ויתן באמונה פאַרנומען בעניני פרנסה,

איז ביי אים דער בטחון אין אַן אופן אַז ער זוכט אַ סיבה וכלי,

ווייל מען

קען פון אים ניט מאָנען אַז ער זאָל זיך דעמאָלט אויפהויבן אינגאַנצן העכער פון טבע און האַלטן ביי דעם העכערן אופן הנ"ל אין בטחון; משא"כ ביום השבת,

וועלכער איז ניט אַ יום המעשה 59 ,

ווען אַ איד איז העכער פון מלאכה — דאַרף ביי אים זיין

(עכ"פ אַ מעין )

פון דעם העכערן אופן אין בטחון,

„המיחלים לחסדו".

ועפ"ז יש לומר,

אַז דאָס איז ההסברה פון דעם חילוק צווישן דער מהדורא קמא און מהדורא תניינא פון אַלטן רבי׳נס שו"ע בנוגע לאמירת פרשת המן:

די מהדורא קמא האָט דער אַלטער רבי געשריבן לויט דער הכרעה פון „גמרא" און „פוסקים" 60 .

און וויבאַלד אַז דער ענין הבטחון ווי ער איז בפשטות

(בנגלה)

איז אין אַן אופן אַז מ׳מוז מאַכן אַ כלי,

איז אויב מען זאָל ברענגען אַלס טעם לאמירת פרשת המן „ לבטח בה׳ כו׳",

וואָלט אמירתה געווען נאָר בימות החול און דוקא לאחרי התפלה

(כנ"ל סעיף ג).

דערפאַר זאָגט דער אַלטער רבי במהדו"ק שלו 61 ,

אַז דער טעם פון אמי־

רת פ׳ המן

( בכל יום )

איז „כדי שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה".

משא"כ אין מהדורא תניינא האָט דער אַלטער רבי מכריע געווען „כהמקובלים" 62 ,

ובמילא איז דאָס כולל אויך הנהגות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט העכערע מדריגות אין עבודת ה׳.

און דערפאַר 63

זאָגט ער דעם טעם פון „לבטח בה׳ נותן לחם דבר יום ביומו",

ווייל מצד דעם העכערן אופן אין בטחון — „המיחלים לחסדו" — קען זיין אמירת פרשת המן „בכל יום",

אויך בשבת

(און — לפני התפלה).

(משיחות ש"פ בשלח תשכ"ג וש"פ דברים תשל"ד)

Reader controls and commentary are loading.