א.
בנוגע עדות החודש איז דאָ אַ פלוגתא 1
צווישן ר׳ שמעון און די רבנן: ר׳ שמעון האַלט אַז „אב ובנו וכל הקרובין כשרים לעדות החודש" — ווייל עס שטייט אין פסוק 2
„ויאמר ה׳ אל משה ואל אהרן ..
החודש הזה לכם”,
וואָס מיינט 3
: עדות זו תהא כשרה בכם — משה ואהרן
(ברידער).
די רבנן האַלטן אַז קרובים זיינען פסול לעדות החודש
(און דער פסוק מיינט 3
אַז „עדות זו תהא מסורה לכם” — אַז אַ ב"ד איז מקבל די עדות און מקדש דעם חודש).
איז מבאר דער רבי מהר"ש 4
דעם טעם פון ר"ש
(אַז עדות החודש איז אַנדערש פון כל העדויות 5 )
: וויבאַלד אַז אפילו אָן די עדות ווייס דאָך ב"ד ע"פ החשבון ווען ס׳איז ראש חודש — וע"ד ווי ס׳איז ביי אונז אַז „עכשיו שאין מקדשין ע"פ הראי׳ ..
אנו סומכין על החשבון" — קומט אויס,
אַז די עדות איז ניט אַ זאַך וואָס „בלעדם לא היו יודעים כלל”,
דעריבער זיינען אויך קרובים כשרים לעדות זו 6 .
דאַרף מען פאַרשטיין: דער פסול פון קרובים איז דאָך ניט מצד אַ חשש שמא ישקרו,
נאָר „גזירת מלך הוא” 7
— איז מה נשתנה דורך דעם וואָס ב"ד ווייס ע"פ החשבון די אמת׳קייט פון זייער עדות?
וי"ל הביאור אין דעם:
עדות איז ניט
(נאָר)
אַ בירור
(ע"פ שכל),
נאָר ס׳איז אַ דין ועשיית
(גמר)
דבר
(וגזירת הכתוב 8 )
— „על פי שני עדים ..
יקום דבר” 9 ,
און ווי דער רמב"ם 10
איז מבאר,
אַז „נצטוינו לחתוך את הדין ע"פ שני עדים כשרים ואע"פ שאפשר שהעידו שקר כו׳”;
און די זעלבע זאַך איז אין דעם צווייטן קצה: דאָס וואָס קרובים זיינען פסול לעדות איז,
כנ"ל,
אפילו ווען ס׳איז ניטאָ קיין חשש אַז זיי וועלן משקר זיין — ווייל דער תוקף פון עדות איז ניט
(נאָר)
מצד דעם בירור
(שכלי)
וואָס מ׳האָט דורך זיי,
נאָר דאָס איז אַ תוקף פון דין תורה ,
וועלכן תורה האָט ניט געגעבן צו קרובים.
וויבאַלד אָבער אַז צוליב קובע זיין דעם חודש איז ניט מוכרח דער תוקף פון עדות,
ס׳איז גענוג דער בירור שע"פ החשבון — וואָס דערפאַר כנ"ל „עכשיו שאין מקדשין ע"פ הראי׳ ..
אנו סומכין על החשבון" — דעריבער,
איז אויך ביי
עדות החודש פאָדערט זיך
(לדעת ר"ש)
בלויז דער בירור שע"י העדות.
ובמילא,
אין אַ פאַל ווען ס׳איז ניטאָ קיין חשש פון שמא ישקר — ווי בנדו"ד וואָס „אינם נוגעים בדבר" 11
— זיינען אויך קרובים כשרים לעדות.
ב.
לויט דעם הסבר וועט אויך פאַרענטפערט ווערן נ אךָ אַ שאלה וואָס מען קען פרעגן לדעת ר"ש:
דער דין איז,
אַז „גרים ..
אין להם קורבה אפי׳ שני אחים ..
שנתגיירו מעידים זה לזה דגר שנתגייר כקטן שנולד דמי” 12 .
איז,
באם את"ל 13
אַז ביי יצי"מ 14
האָבן אידן געהאַט אַ דין פון גרים 15 ,
אינו מובן: וואָס איז די ראי׳ פון
דעם וואָס „עדות זו תהא כשרה בכם” — משה ואהרן,
וואָס האָבן געהאַט אַ דין פון גרים 16
— צו לאחר מ"ת קרובים?
ע"פ הנ"ל אָבער קען מען זאָגן: דאָס וואָס „גרים ..
אין להם קורבה ..
מעידים זה לזה”,
איז מצד דעם וואָס פסול קורבה איז אַ דין וגזירת הכתוב
(און ניט מצד דעם קירוב הדעת וואָס איז דאָ צווישן זיי),
און וויבאַלד גרים האָבן ניט קיין דין קורבה זיינען זיי ניט בכלל דעם פסול.
משא"כ ווען עס רעדט זיך וועגן אַן עדות וואָס איז
(בלויז)
אַ בירור
(שע"פ שכל),
איז דער חסרון פון קרובים אין דעם סוג עדות — מצד דעם קירוב הדעת וואָס איז דאָ ביי קרובים.
און וויבאַלד אַז דער קירוב הדעת צווישן אחים
איז דאָ אויך ביי אחים שנתגיירו
(כנראה במוחש 17 ),
קען מען אָפּלערנען פון דעם וואָס משה ואהרן זיינען כשרים לעדות זו אויף די שלאחרי מ"ת קרובים 18 .
ג.
די הלכה אָבער בלייבט ווי דעת רבנן,
אַז קרובים זיינען פסול לעדות החודש 19 .
און דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז אויך ביי קידוש החודש דאַרף מען האָבן דעם דין עדות.
ויש לבאר סברתם:
פון דעם גופא וואָס תורה האָט אָנגעזאָגט אַז עס מוז זיין
(עדי)
ראי׳ — „כזה ראה וקדש” 20
— דלכאורה: וויבאַלד אַז ב"ד מוז סיי ווי אויסרעכענען דעם זמן פון מולד הלבנה ע"פ החשבון 21 ,
און נאָך מער: מ׳איז סיי ווי זיך סומך
(אויך)
אויף אָטדעם חשבון,
אפילו בזמן שמקדשין ע"פ הראי׳ 22
(וואָרום ווען „ידעו בחשבון שאינו נראה ובאו עדים והעידו שנראה ..
אין סומכין על דבריהם" 23 )
— איז פאַרוואָס דאַרף מען אָנקומען
(אויך)
צו עדי ראי' 24 ?
איז דערפון געדרונגען,
אַז תורה וויל מוסיף זיין אויפן ענין החשבון.
און דערפאַר לערנען רבנן,
אַז תורה וויל צוגעבן,
אַז די קביעות פון ר"ח זאָל זיין ניט נאָר ע"פ
(חשבון,
וואָס איז)
בירור,
נאָר עס זאָל אויך האָבן דעם תוקף פון דין עדות,
וואָס „על פי שני עדים ..
יקום דבר”.
ד.
עפ"ז איז אָבער ניט גלאַטיק לאידך גיסא:
וויבאַלד מ׳איז מקדש ע"פ הראי׳ פון שני עדים כשרים וואָס „על פי שני עדים ..
יקום דבר”,
איז במה נשתנה דער ענין פון ר"ח,
וואָס מען פאַרלאָזט זיך ניט אויף די עדות
(וחקירות ודרישות)
אַליין,
נאָר מען מאַכט אַ חשבון,
און אויב די עדות שטימט ניט מיטן חשבון איז „אין סומכין על דבריהם”?
וי"ל הביאור בזה
(בפנימיות הענינים)
:
אין יעדערן פון די צוויי ענינים — „עדי ראי׳" און „חשבון" — איז דאָ אַ מעלה שאין בהשני; און קביעות ר"ח,
זייענדיק אַן ענין כללי ויסודי לתורה ומצותי׳,
דאַרף האָבן ביידע מעלות
(כדלקמן)
— און דערפאַר „אין אנו סומכין אלא על שניהם כאחד הראי׳ והחשבון” 25 .
ה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים המאמר הידוע 26
אויפן פסוק „החודש הזה לכם”: „לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם”,
און ווי רש"י 27
איז מסביר „שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל”.
איז לכאורה ניט מובן 28
: פאַרוואָס איז „החודש הזה לכם” די „מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל" 29
— לכאורה האָט די ערשטע מצוה געדאַרפט זיין „אנכי ה׳ אלקיך" — קבלת עול מלכות שמים 30 ,
וואָס איז די התחלה ויסוד פון קיום כל המצות 31 ?
איז דער ביאור בזה:
„אנכי ה׳ אלקיך” איז די התחלה ויסוד פון אַלע מצות בנוגע דעם קיום המצות
(בפועל)
— בכדי דער מענטש זאָל מקיים זיין מצות
(כדבעי),
מוז ביי אים פריער זיין קבלת עול מלכות שמים;
„החודש הזה לכם" — איז די מטרה ותכלית פון תורה ומצות
(און דערפאַר איז דאָס נתבאר און געזאָגט געוואָרן בהקדמה צו אַלע מצות,
אַלס מצוה ראשונה 32 )
:
די כוונה פון תומ"צ איז,
אַז אידן זאָלן אויפטאָן אַ „חידוש” אין דער בריאה.
וכידוע ביאור
(הפנימי 33
ד)
מאמר חז"ל 34
„גדולים מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ" — ווייל מעשה שמים וארץ איז בריאה יש מאין,
אָבער מעשה צדיקים איז וואָס זיי טוען אויף דעם ביטול היש אל האין
[און דערפאַר איז „ גדולים כו׳ ממעשה שמים וארץ”,
ע"ד מחז"ל 35
אַז „גדול הי׳
נס אחרון יותר מן הראשון” ווייל „מן שמיא 36
מיהב יהבי מישקל לא שקלי" — דער נס פון אומקערן אַ זאַך צו „אין”
(„מישקל")
איז גרעסער ווי דער נס פון „מיהב יהבי”,
אַז עס זאָל ווערן אַ זאַך מאין ליש].
און דאָס איז דער רמז אין „החודש הזה לכם”:
„חודש” איז מלשון חידוש 37 ,
און דער כח פון „חידוש” איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אידן — „לכם” 38 ,
וואָס דורך תומ"צ מאַכן זיי די וועלט פאַר אַ „דירה לו ית׳”.
ו.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם מדרש אויפן פסוק 39
„טובים השנים מן האחד” בקשר מיט פרשת החודש,
וז"ל המדרש 40
: „טובה פרשה שנאמרה על פי שנים מפרשה שנאמרה ביחיד,
בשנים שנאמר ויאמר ה׳ אל משה ואל אהרן בארץ מצרים לאמר החודש הזה לכם וגו׳" — איז ניט גלאַט:
עס זיינען פאַראַן כו"כ פרשיות אין תורה ביי וועלכע אמירת הקב"ה איז געווען „אל משה ואל אהרן" 41
— איז פאַרוואָס ברענגט דער מדרש דוקא די פרשה
(פון „החודש גו׳”) 42 ?
נאָר דער ביאור אין דעם 43
: „החודש” — מלשון חידוש — איז מבאר די מטרה כללית פון כל התורה ומצותי׳
(כנ"ל)
; און וויבאַלד אַז דער „חידוש” פון תורה ומצות איז אין צוויי נקודות כלליות,
וואָס איינע איז פאַרבונדן מיט ענינו של משה,
און איינע — מיט אהרן
(כדלקמן)
— איז אין דער פרשה מודגשת די שייכות צו ביידע,
און דערפאַר זאָגט דער מדרש אויף דער פרשה דוקא „טובים השנים מן האחד”.
ז.
מ׳האָט שוין גערעדט כמה פעמים אין דעם פירוש הלשון 44
„דירה לו
(ית׳)
בתחתונים" — אַז דאָס איז כולל צוויי נקודות כלליות:
א)
מצד די „תחתונים" — אַז מען דאַרף זיי מאַכן ראוי אַז זיי זאָלן זיין אַ דירה לו ית׳.
ב)
מצד למעלה — „דירה לו ית׳” מיינט אַז עצמותו ית׳ שטייט בגילוי דאָ למטה
(ווי אַן אדם,
להבדיל,
געפינט זיך בדירתו בכל עצמותו) 45 .
און ביידע ענינים זיינען אַן ענין של חידוש 46 .
וואָרום כדי אַז „תחתונים” זאָלן ווערן ראוי צו זיין אַ דירה לו ית׳,
מוז זיין דער ביטול היש לאין; און המשכת העצמות למטה איז אַן ענין של חידוש,
וואָרום די התהוות מאין ליש איז בלויז פון אַ הארה — „ בדבר ה׳ שמים נעשו” 47 ,
און דוקא דורך דער עבודה פון
ביטול היש לאין ווערט אויפגעטאָן אַ חידוש — די המשכת העצמות למטה.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס דער מדרש זאָגט אויף דער פרשה דוקא „טובים השנים מן האחד" — ווייל אין דער פרשה,
וואו עס גיט זיך אַרויס דער תכלית פון גאַנץ תומ"צ,
זיינען מודגש ביידע נקודות: סיי משה — „שושבינא דמלכא” 48 ,
וואָס טוט אויף המשכת אלקות מלמעלה למטה,
ער גיט דעם כח אויף דעם „חידוש” פון המשכת העצמות דאָ למטה; סיי אהרן — „שושבינא דמטרוניתא” 48 ,
העלאה מלמטה למעלה — וואָס ער גיט דעם כח אויף מעלה זיין די דברים תחתונים 49 .
ח.
כשם ווי „החודש הזה לכם” גיט אַרויס דעם תכלית פון תומ"צ בנוגע זייער פעולה אין וועלט — אַזוי גיט עס אַרויס די פעולה פון תומ"צ אין אידן .
אידן ווערן צוגעגליכן צו דער לבנה — מאור הקטן 50 ,
כמ"ש 51
מי יקום יעקב כי קטן הוא.
און חידוש הלבנה וגידולה ווייזט אויף דעם חידוש ועלי׳ פון אידן
(דורך תומ"צ)
מקטנות לגדלות.
די עלי׳ פון אידן טיילט זיך אין צוויי סוגים:
א)
די עבודה מצד די כחות פנימיים של האדם,
וואָס בכלל איז דאָס די
עבודה שע"פ טעם ודעת.
די מעלה פון דער עבודה איז דער ענין הפנימיות,
זי נעמט דורך די מציאות האדם — זיין שכל ומדות וכו׳ דינען דעם אויבערשטן.
ב)
די עבודה מצד הכחות המקיפים של הנשמה ומצד עצם הנשמה — וואָס דריקט זיך אויס אין דעם ביטול צום רצון העליון,
למעלה מטעם ודעת.
און דאָס איז אויך דער טעם
(הפנימי)
וואָס ר"ח ווערט נקבע דורך ביידע ענינים צוזאַמען — סיי עדי ראי׳ און סיי חשבון — דער חיבור פון ביידע מעלות צוזאַמען 52
:
עס איז דאָ דער ענין פון ראי׳
(וואָס איז העכער פון הבנה והשגה),
ע"י עדות
(וואָס גיבן אַריין אַ תוקף של תורה מצד גזירת הכתוב,
כנ"ל)
— דער ביטול שלמעלה מטעם ודעת,
און עס איז דאָ און דאָס „שטימט" מיטן „חשבון",
שהוא ע"פ טעם ודעת — דער ביטול שלמעלה מטו"ד ווערט נמשך אין אַ פנימיות.
(משיחות ש"פ תזריע,
פ׳ החודש תשי"ז,
ש"פ וארא תשט"ו)